יחוס משפחת הערצבערג - ליביטשוב-סטריא
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3773
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
- לאקאציע: איבערגעלייגט
זייענדיג א צוגעקומענער אייניקל פון ר' ישראל הערצבערג ז"ל, קענעך אזויפיל צולייגן אז רבים וטובים האבן שוין פראבירט צו זוכן דעם יחוס, אפשר פון דא, - א ארט וואס האט שוין ערמעגליכט אסאך אוממעגליכקייטן - וועט מען קומען צום שורש.
ר' ישראל האט געזאגט פאר זיין איידעם ר' משה יאקאב ז"ל ביים שידוך אז ער איז אן אייניקל פון הייליגן אפטא רב און דער הייליגער ר"ר אלימלך ז"ל, און צוגעלייגט אז זיין טאטע פארנדיג קיין בעלזא, פלעגט ער מעגן אריינפארן אין רב'ס הויף מיט א פיאקער, זייענדיג אן אייניקל פון אפטא רב זי"ע.

געשטימט פאר ראשעק הול
ווארצלען האט געשריבן:א גוטע וואך אייך אלע, און צפעציפיש הרב מיללער הי"ו, קודם כל, צו האט איר באקומען די עיינות נועם ליסט? זעה איך דארט אז זיי האבן צום סוף ביי די 'לא ידוע' אפטיילונג די גאנצע יוחס פון ר' יששכר און אראפ, ד.ה. זיינע קינדער און אייניקלעך, אבער וואס מאכט מיר שפרינגען איז זיי האבן דארט נאך א חוה חתונה געהאט צו א יששכר אויך אין די לא ידוע אפטיילונג און אויך פון דאלינע! נאר ער רופט זוך נוסבוים, וואס מאכט מיר טראכטן אז עס איז מעגליך היינו הך, ווי איך ברענג שוין אויבן קומט ר' ישראל הערצבערג פון דאלינע.
איך האב נישט געזעהן די 'עינות נועם', אפשר שטעלט איר ארויף די צוויי דערמאנטע חלקים, קען מען עס בעסער באטראכטן.
עטליכע וויכטיגע קרישקעלעך געהערט פון זיידן און פון עלטער פעטער לאורך ימים ושנים, ר' ישכר'ס פאטער האט געהייסן ר' משה לייב (ארי'/יודא?)
די באבע די טאכטער פון ר' ישראל האט געזאגט אז אונז זענען געווען קרובים מיטן סאדיגור'ער (ע"פ מעשה שהיה ועוד חזון).
די זיידע ר' ישראל האט געהייסן נאכן רוזין'ער.
און דער עיקר, ר' משה לייב'ס פאטער האט געהייסן ר' אברהם יושע העשיל (וואס איז שוין זיכער א אפטער נאמען, מינעסטאם א אייניקל געבוירן אין די יארן נאך די פטירה פון הרה"ק מאפטא, לויט די חשבון השנים).
די בילד פון אים האב איך נאכנישט דיזשילייסט, אי"ה בקרוב.

ווארצלען האט געשריבן:עטליכע וויכטיגע קרישקעלעך געהערט פון זיידן און פון עלטער פעטער לאורך ימים ושנים, ר' ישכר'ס פאטער האט געהייסן ר' משה לייב (ארי'/יודא?)

ווארצלען איז נאך אראונד?
איז דאס מעגליך דער אויבנדערמאנטער ר' משה ליב הערצבערג?
ווארצלען האט געשריבן:איך זוך אינפארמאציע אויף א איד ר' ישכר (הערצבערג) א אייניקל פון אפטער רב דער אוהב ישראל, ער איז א איידעם געווען (ש"א חוה) ביי ר' יעקב יצחק א זוהן פון ר' נפתלי מליזענסק (בהה"ק אלעזר בהה"ק ר"ר אלימלך זי"ע).
איך ווייס נישט קיין סאך אינפארמאציע אויף אים נאר דאס אז ער ליגט אין סטרי (ערגעץ אין געגנט פון לעמבערג).
ער האט געהאט א זוהן ר' ישראל זיינע קינדערס (ר' ישראל'ס) נעמען זענען (מזוו"ר) חוה, אליעזר, שרה, ברכה, יצחק, חי' גיטל, רבקה, (מזוו"ש) פיגא, מרים, משה, יודית, בעריש, אהרן, יוסף.
זיין זוהן ר' ישראל איז נפטר געווארן בשנת ת"ש, ומנו"כ אין ביה"ח אין דעריטשקע.
אלזא, קען איינער עפעס צוזאמשטעלן? אדער ווייסט איינער אינפארמאציע איבער אים (זיין שייכות צום אפטער רב), אדער ווייסט איינער ווי מ'קען טרעפן די אינפארמאציע?
כבוד רב הכולל דאייראפא, האט אונז מזכה געווען מיט א בילד פון מציבת ר' יששכר דוב ב"ר ישראל הערצבערג מדערעטשקא. אויף די מציבה וואס געפונט זיך אינעם סאטמארער חלקה אין נעוויערסי, זאגט זיך טאקע אז ער איז געווען א ליזענסקער און אפטא'ר אייניקל אבער שטייט נישט קיין פרטים וויאזוי, די איינציגע שטיקל אינפארמאציע וואס קעען זיין הילפבאר פארן פוצח האשכול (אויב איז ער נאך בעלמא הדין [אייוועלט]) איז אז ווי עס שיינט איז ר' ישראל געווען קודם אין דאלינא און פון דארט איז ער אריבער קיין דערעטשקא.
די מציבה
ווארצלען האט געשריבן:עטליכע וויכטיגע קרישקעלעך געהערט פון זיידן און פון עלטער פעטער לאורך ימים ושנים, ר' ישכר'ס פאטער האט געהייסן ר' משה לייב (ארי'/יודא?)
די באבע די טאכטער פון ר' ישראל האט געזאגט אז אונז זענען געווען קרובים מיטן סאדיגור'ער (ע"פ מעשה שהיה ועוד חזון).
די זיידע ר' ישראל האט געהייסן נאכן רוזין'ער.
נאך אביסל זוכן אויף זשויאיש דזשען האב איך געטראפן עטליכע הערצבערג׳ס וואס האבן געוואוינט אין קאפישניץ צווישן אנדערן ווערט אויסגערעכנט א נאמען מארקוס (משה?) לייב.
אפשר דאס קען ווארפן א שטיקל ליכט איבער די קשר פון די הערצבערג׳ס צום אוהב ישראל און מיט די רוזינער משפחה
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 684
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 684
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 684
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am
ווילוויסן האט געשריבן:ווארצלען האט געשריבן:עטליכע וויכטיגע קרישקעלעך געהערט פון זיידן און פון עלטער פעטער לאורך ימים ושנים, ר' ישכר'ס פאטער האט געהייסן ר' משה לייב (ארי'/יודא?)
די באבע די טאכטער פון ר' ישראל האט געזאגט אז אונז זענען געווען קרובים מיטן סאדיגור'ער (ע"פ מעשה שהיה ועוד חזון).
די זיידע ר' ישראל האט געהייסן נאכן רוזין'ער.
און דער עיקר, ר' משה לייב'ס פאטער האט געהייסן ר' אברהם יושע העשיל (וואס איז שוין זיכער א אפטער נאמען, מינעסטאם א אייניקל געבוירן אין די יארן נאך די פטירה פון הרה"ק מאפטא, לויט די חשבון השנים).
די בילד פון אים האב איך נאכנישט דיזשילייסט, אי"ה בקרוב.
ווארצלען איז נאך אראונד?
איז דאס מעגליך דער אויבנדערמאנטער ר' משה ליב הערצבערג?
בילד גענומען פון ווי?
מיללער האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:ווארצלען האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=36015&hilite=380212d2-d8c1-4f20-ab33-0dca53afdad9&st=%D7%94%D7%A2%D7%A8%D7%A6%D7%91%D7%A2%D7%A8%D7%92
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 2&pgnum=37
דא זעה איך א צבי אלימלך (?) הערצבערג עפעס א רב אין ביהכ"נ בית אברהם בבאלטימער, ביי איינע פון די שרייבט ער זיך אונטער 'צבי אברהם (?) הערצבערג רב וכו' בית אברהם בבאלטימאר ה' ניסן תשכ"ה יומד"ל של הס"ק אוהב ישראל מאפטא'
קודם הרב ווארצלען, איך פרוביר צו זוטכען אינפארמאציע איבער אייער זיידע, דערווייל אן ערפאלג, 'מזעמיר אבער נאך ווייט פון אויפגעבן.
דאס ווייסן מיר אז אין שטאט 'ליביטשוב' אין גאליציע, האט געווירקט א גרויסע 'הערצבערג' משפחה, בעלזער חסידים ונגידים, דער דערמאנטער רב פון באלטימאר ר' צבי אלימלך הערצבערג איז געווען א זון פון ר' אברהם פון ליביטשוב, ער איז געקומען קיין אמעריקא תרפ"ו זיין זון ארטור (אברהם) הערצבערג איז געווען א פאפולערער קאנסערוואטיווער רע-באי.
ר' צבי אלימלך איז אוועק כ"ז ניסן תשל"א, זיין שול'בית אברהם' שטייט נאך היינט ווערט גערופען מיט'ן צונאמען 'הערצבערג'ס.
די קינדער האבן שפעטער געלאזט דרוען זיינע חידו"ת בשם 'צדיק באמונתו', פון די הקדמה דארט איז נישט משמע אז ער זאל האבן געווען אן אייניקל פון אפטא רב.
איך האב ערהאלטן עטליכע פרטים נוספים איבער דעם יחוס פון ר' צבי אלמילך הערצבערג הנ"ל, זיין טאטע ר' אברהם איז געווען א זון פון ר' ירחמיאל הערצבערג פון ליביטשוב וואס האט געדרוקט דעם ספר 'חידושי מהר"פ' להרה"ק ר' פסח גאטליעבר מנעמירוב זצ"ל. ר' ירחמיאל האט געהאט פיר זון, ובתוכם א זון בשם ר' חיים הערצבערג וואס לויט דעם ברודער ר' צבי אלימלך הנ"ל האט ער חתונה געהאט מיט אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' אלימלך זצ"ל, נאך א זון איז געווען ר' יוסף הערצבערג פון לוביטשוב.
דער פאטער פון ר' ירחמיאל הנ"ל האט געהייסן ר' שמעון הערצבערג וואס שנת תרמ"ט די יאר וואס דער ספר הנ"ל חידושי מהר"פ איז געדרוקט געווארן האט נאך דער ר' שמעון געלעבט, דער זון שרייבט זיך אונטער 'דברי המלבה"ד ירחמיאל בן הרבני הישיש מגזע צדיקים כש"ת מוה' שמעון הערצבערג נ"י ויופיע כשמש ברקיע'.
ביים סוף פונעם ספר איז פארהאן צענליגער בלעטער מיט פרענומעראנטן, מ'ברויך אפירזוכען צו ער דערמאנט א ברודער אדער קרוב משפחה בשם ר' ישכר, עס איז שטארק מסתבר אז דער ר' ישכר הנ"ל פון סטריא, וועלכע איז נישט ווייט פון ליבוטשוב, זאל האבן געווען א משפחה מיט דעם ר' שמעון הערצבערג.
דער דערמאנטער ר' אברהם הערצבערג (ב"ר ירחמיאל ואבי ר' צבי אלימלך מבאלטימאר) האט געדרוקט דעם ספר 'שפת אמת'להרמ"ע מפאנו בשנת תרמ"ח, מיט שיינע הסכמות, דער ספר אנהאלט נישט קיין שום ביאגראפישע אינפארמאציע איבער די משפחה.
ברויך מען ווייטער זוכען
די השערה איז א גוטע, ר' משה יאקאב חתן ר' ישראל הערצבערג האט געהאט א קינד מיטן נאמען 'שמעון'.
farshlufen האט געשריבן:ר' מאיר דוד הערצבערג ב"ר יוסף ז"ל פון פרעמישלא, ער האט שיינע הסכמות פון ר' פיניעלע, סאטמארער רב ז"ל ועוד.
חיבר ספר אור החמה על קידוש החמה וספר עיר דוד לתולדות גדולי פרעמישלא.
די ספר "עיר דוד" איז אמאל געדרוקט געווארן?
Re: יחוס משפחת הערצבערג - ליביטשוב-סטריא
האט איינער אפשר א בילד פון רבי צבי אלימלך הערצבערג פון באלטימור ?
ייש"כ ותודה רבה.
ייש"כ ותודה רבה.
Re: יחוס משפחת הערצבערג - ליביטשוב-סטריא
אנא עבדא האט געשריבן:האט איינער אפשר א בילד פון רבי צבי אלימלך הערצבערג פון באלטימור ?
ייש"כ ותודה רבה.
/http://projectgenesis.org/24135/a-foreign-fire
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
Re: יחוס משפחת הערצבערג - ליביטשוב-סטריא
yoy האט געשריבן:אנא עבדא האט געשריבן:האט איינער אפשר א בילד פון רבי צבי אלימלך הערצבערג פון באלטימור ?
ייש"כ ותודה רבה.
/http://projectgenesis.org/24135/a-foreign-fire
- אטעטשמענטס
-
- R H .jpg (6.01 KiB) געזען 669 מאל
Re: יחוס משפחת הערצבערג - ליביטשוב-סטריא
aal האט געשריבן:yoy האט געשריבן:אנא עבדא האט געשריבן:האט איינער אפשר א בילד פון רבי צבי אלימלך הערצבערג פון באלטימור ?
ייש"כ ותודה רבה.
/http://projectgenesis.org/24135/a-foreign-fire
- אטעטשמענטס
-
- old shul .jog.gif (47.16 KiB) געזען 668 מאל
Re: יחוס משפחת הערצבערג - ליביטשוב-סטריא
aal האט געשריבן:yoy האט געשריבן:אנא עבדא האט געשריבן:האט איינער אפשר א בילד פון רבי צבי אלימלך הערצבערג פון באלטימור ?
ייש"כ ותודה רבה.
/http://projectgenesis.org/24135/a-foreign-fire
א גרויסן ייש"כ.
Re: יחוס משפחת הערצבערג - ליביטשוב-סטריא
אנא עבדא האט געשריבן:aal האט געשריבן:yoy האט געשריבן:אנא עבדא האט געשריבן:האט איינער אפשר א בילד פון רבי צבי אלימלך הערצבערג פון באלטימור ?
ייש"כ ותודה רבה.
/http://projectgenesis.org/24135/a-foreign-fire
א גרויסן ייש"כ.
https://tablet.otzar.org/book/book.php? ... &pagenum=1
- אטעטשמענטס
-
- ZODIK BEAMINUSOY.jpg (51.78 KiB) געזען 633 מאל
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
Re: יחוס משפחת הערצבערג - ליביטשוב-סטריא
שטעלט זיך ארויס לויט דאקומענטן פון ברעזוב, אז רבי ישכר'ס פאטער האט געהייסן אברהם יהושע העשיל. געבוירן אין 1827, תקפ"ז-ח.
רבי אברהם יהושע העשיל קומט פון רודניק, געקומען קיין ברעזוב צווישן תר"ז און תר"י.
לויט די צענזוס זענען זיינע קינדער געווען ווי פאלגענד:
בנו חיים נולד 1847 (אין רודניק)
בנו ר' ישכר נולד 1850 (אין ברעזוב)
בנו שמואל אלימלך נולד 1856
בנו מרדכי נולד 1859
בנו משה יודא. נולד י"ג אב תרכ"א
בתו פריידא נולדה 1863
בנו פנחס נולד כ"ה תמוז תרכ"ו
בנו יוסף נולד כ"ט תמוז תרכ"ט
בנו ישראל בער י"א כסליו תרל"ד
אין די ארכיוון אין סאניק (ווי די ברעזוב דאקומענט ווערן געהאלטן) איז נישט דא קיינע רעקארדס פון רודניק, ווייסט איינער אפשר ווי - אויב בכלל - עס זענען די געבורט/הייראט/טויט רעקארדס פון רודניק? צענזוס רעקארדס? סיי וואספארא אינפארמאציע אין דער ריכטונג איז הילפבאר.
יש"כ למפרע.