יחוס משפחת הערצבערג - ליביטשוב-סטריא

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווארצלען
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 5:19 pm

יחוס משפחת הערצבערג - ליביטשוב-סטריא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארצלען »

איך זוך אינפארמאציע אויף א איד ר' ישכר (הערצבערג) א אייניקל פון אפטער רב דער אוהב ישראל, ער איז א איידעם געווען (ש"א חוה) ביי ר' יעקב יצחק א זוהן פון ר' נפתלי מליזענסק (בהה"ק אלעזר בהה"ק ר"ר אלימלך זי"ע).

איך ווייס נישט קיין סאך אינפארמאציע אויף אים נאר דאס אז ער ליגט אין סטרי (ערגעץ אין געגנט פון לעמבערג).

ער האט געהאט א זוהן ר' ישראל זיינע קינדערס (ר' ישראל'ס) נעמען זענען (מזוו"ר) חוה, אליעזר, שרה, ברכה, יצחק, חי' גיטל, רבקה, (מזוו"ש) פיגא, מרים, משה, יודית, בעריש, אהרן, יוסף.

זיין זוהן ר' ישראל איז נפטר געווארן בשנת ת"ש, ומנו"כ אין ביה"ח אין דעריטשקע.

אלזא, קען איינער עפעס צוזאמשטעלן? אדער ווייסט איינער אינפארמאציע איבער אים (זיין שייכות צום אפטער רב), אדער ווייסט איינער ווי מ'קען טרעפן די אינפארמאציע?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווארצלען האט געשריבן:איך זוך אינפארמאציע אויף א איד ר' ישכר (הערצבערג) א אייניקל פון אפטער רב דער אוהב ישראל, ער איז א איידעם געווען (ש"א חוה) ביי ר' יעקב יצחק א זוהן פון ר' נפתלי מליזענסק (בהה"ק אלעזר בהה"ק ר"ר אלימלך זי"ע).

איך ווייס נישט קיין סאך אינפארמאציע אויף אים נאר דאס אז ער ליגט אין סטרי (ערגעץ אין געגנט פון לעמבערג).

ער האט געהאט א זוהן ר' ישראל זיינע קינדערס (ר' ישראל'ס) נעמען זענען (מזוו"ר) חוה, אליעזר, שרה, ברכה, יצחק, חי' גיטל, רבקה, (מזוו"ש) פיגא, מרים, משה, יודית, בעריש, אהרן, יוסף.

זיין זוהן ר' ישראל איז נפטר געווארן בשנת ת"ש, ומנו"כ אין ביה"ח אין דעריטשקע.

אלזא, קען איינער עפעס צוזאמשטעלן? אדער ווייסט איינער אינפארמאציע איבער אים (זיין שייכות צום אפטער רב), אדער ווייסט איינער ווי מ'קען טרעפן די אינפארמאציע?

אויב איז ער א ליזענסקער אייניקל פרוביר אויך ביי מכון 'עיינות נועם'
[email protected]

דאס ברויך נישט זיין אזוי שווער
ווארצלען
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארצלען »

יש"כ הרב מיללער איך האב געשיקט א זענדונג דערווייל אן אנטווארט.

אויף זשואיש זשען זעה איך אז זיי האבן די רעקארדס פון סטרי, דארט ווי מיין זיידע ליגט, אבער איך האב נישט השגה וויאזוי איך זעה די רעקארדס, אפשר קען מיר איינער העלפן? דארף איך זיך פארבינדן מיט איינעם? אויב יא מיט וועם? איך לייג צו א לינק

www.jewishgen.org/jri-pl/town/stryj.htm
ווארצלען
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארצלען »

איינער ווייסט אפשר וויאזוי מ'האט גערופן די נאמען 'ישכר' אויף פויליש ארום הונדערט - הונדערט פופציג יאר צוריק?
ווארצלען
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארצלען »

איך בעהט בכל לשון של בקשה פאר ווער עס קען מיר העלפן גיין ווייטער זאל מיר ביטע העלפן.

ווי געזאגט זוך איך אינפארמאציע אויף מיין זיידע ר' יששכר הערצבערג, א אייניקל פון אפטער רב, אין די משפחה ווייסט מען אבער נישט וויאזוי ער איז א אייניקל פון אפטער רב (אגב ער האט זיך געפירט רבי'ש און געגאנגען מיט א בעקיטשע א גאנצע וואך, 'לכאורה' איז ער א גאר נאנטע אייניקל).

ער ליגט אין סטרי, א געמאלענע מאפע מאחד מיוצאי סטרי זאגט מיר אז אין סטרי איז געווען צוויי אידישע בתי חיים, א נייע מיט א אלטע, און פארגלייך מיט די היינטיגע גוגל מאפעס שיינט מיר אז עס איס ליידער גארנישט געבליבן, מ'קען אבער נישט זיין זיכער ביז מ'פארט אהין אראפ.

קרוב צו טויזענט סורטשעס אויף זשאויש זשען טרעפט מיר גארנישט זיכער און קראנט(אזאך וואס מאכט נישט קיין סענס, ווייל אויב א מענטש איז געבוירן, חתונה געהאט, געהאט קינדער, און געשטארבן, דארף זיין עפעס רעקארדס פון אים, מעגליך איז די חסרון בי אין מיר, עפעס סערטש איך נישט גוט?) נאר עפעס א sucher herzberg געבוירן בשנת תר"י (וואס מאכט סענס) אבער אן קיין שום אינפארמאציע אויף ווייטער.

ווי געשריבן אויבן האט ער געהאט א זוהן (וואס איך ווייס) געבוירן בשנת תרכ"ח.

אלזא ברודער, חכמים נבונים, חוקרים, אוהבי הייחוס, ביטע העלפט מיר גיין ווייטער, וואס נאך קען איך טוהן? ווי נאך קען מען זוכן?

(איז דא עפעס א רילייעבל עקספיריענס חוקר וואס טוט דאס פאר געלט?)
ווארצלען
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארצלען »

ביי די וועי, א בילד פון מציבת בנו ר' ישראל אין ביה"ח אין דעריטשקע (קרעדיט 'אבותינו'), (דער ר' ישראל האט זיך דערווייטערט בכל נימי נפשו פון רבנות און יחוס, ער האט נישט פארציילט בשיטה אז ער איז א אייניקל פון גרויסע אידן, ער האט נאר דערמאנט בפירוש דעם אפטער רב, און ר"ר אלימלך, אבער ווען מ'האט אים געפרעגט וויאזוי האט ער געזאגט אז מ'דארף נישט וויסן.. דערפאר פעלט אונז די פרטים וואס אונז זוכן צו דערגיין).
אטעטשמענטס
PICT0110.JPG
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

ווארצלען האט געשריבן:איך בעהט בכל לשון של בקשה פאר ווער עס קען מיר העלפן גיין ווייטער זאל מיר ביטע העלפן.

ווי געזאגט זוך איך אינפארמאציע אויף מיין זיידע ר' יששכר הערצבערג, א אייניקל פון אפטער רב, אין די משפחה ווייסט מען אבער נישט וויאזוי ער איז א אייניקל פון אפטער רב (אגב ער האט זיך געפירט רבי'ש און געגאנגען מיט א בעקיטשע א גאנצע וואך, 'לכאורה' איז ער א גאר נאנטע אייניקל).

ער ליגט אין סטרי, א געמאלענע מאפע מאחד מיוצאי סטרי זאגט מיר אז אין סטרי איז געווען צוויי אידישע בתי חיים, א נייע מיט א אלטע, און פארגלייך מיט די היינטיגע גוגל מאפעס שיינט מיר אז עס איס ליידער גארנישט געבליבן, מ'קען אבער נישט זיין זיכער ביז מ'פארט אהין אראפ.

אין סטרי איז נישטא קיין ביה"ח לכה"פ די אלטע, איך בין געוועהן דארט פאר עטליכע יאר צוריק, עס איז געבויט געווארן אויפן פלאץ גרויסע בנינים מיט דירות,
עס איז דא דארט א מאנעמענט, און עס איז אויסגעקריצט אויף דעם נעמען פון באוויסטע גדולים וואס זענען גלעגען אין יענעם פעלד.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
ווארצלען
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארצלען »

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 7%A8%D7%92

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 2&pgnum=37

דא זעה איך א צבי אלימלך (?) הערצבערג עפעס א רב אין ביהכ"נ בית אברהם בבאלטימער, ביי איינע פון די שרייבט ער זיך אונטער 'צבי אברהם (?) הערצבערג רב וכו' בית אברהם בבאלטימאר ה' ניסן תשכ"ה יומד"ל של הס"ק אוהב ישראל מאפטא'
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווארצלען האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=36015&hilite=380212d2-d8c1-4f20-ab33-0dca53afdad9&st=%D7%94%D7%A2%D7%A8%D7%A6%D7%91%D7%A2%D7%A8%D7%92

קודם הרב ווארצלען, איך פרוביר צו זוכען אינפארמאציע איבער אייער זיידע, דערווייל אן ערפאלג, מ'זעמיר אבער נאך ווייט פון אויפגעבן.

דאס ווייסן מיר אז אין שטאט 'ליביטשוב' אין גאליציע, האט געווירקט א גרויסע 'הערצבערג' משפחה, בעלזער חסידים ונגידים, דער דערמאנטער רב פון באלטימאר ר' צבי אלימלך הערצבערג איז געווען א זון פון ר' אברהם פון ליביטשוב, ער איז געקומען קיין אמעריקא תרפ"ו זיין זון ארטור (אברהם) הערצבערג איז געווען א פאפולערער קאנסערוואטיווער רע-באי.

ר' צבי אלימלך איז אוועק כ"ז ניסן תשל"א, זיין שול'בית אברהם' שטייט נאך היינט ווערט גערופען מיט'ן צונאמען 'הערצבערג'ס.

די קינדער האבן שפעטער געלאזט דרוען זיינע חידו"ת בשם 'צדיק באמונתו', פון די הקדמה דארט איז נישט משמע אז ער זאל האבן געווען אן אייניקל פון אפטא רב.
ווארצלען
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארצלען »

יש"כ הרב מיללער, אווי מ'זאגט דא, 'יו מעיד מיי דעי'... בלויז מיט דעם אז איינער העלפט מיט איז מיר שוין מער ניחא אויפן הארץ, יש"כ.

איך האב מיר שוין אויך אנגעשטויסן מיט דעם רע-ביי ארטור און איך האב אויך באשלאסן אז נישט דאס איז די ריכטונג, הגם איך האב בפירוש נישט געזוכט טיף אויף אים און זיין פאמיליע.

פרט נוספת, גיב א קליק אויפן בילד וואס איך האב אויבן געברענגט, פראביר צו ליינען ר' ישראל'ס לעצטע נאמען, מיר דאכט זיך אז עס שטייט גארנישט הערצבערג, נאר מעגליך הערפעלג וכדו', וואס איז אינטערסאנט ווייל אין די משפחה ווייסט מען אז ער האט געהייסן הערצבערג, (מיין עלטער זיידע איז ארויף קיין א"י נאך פארן קריג תרצ"ה, און זיין שווער ר' ישראל הנ"ל איז נפטר געווארן 5 יאר שפעטער בשנת ת"ש).

איך האף צו האבן ביז עטליכע טעג א בילד פון ר' יששכר הנ"ל און איך וועל עס אי"ה ארויפלייגן, אויב עס קען העלפן.

יש"כ נאכאמאל.
ווארצלען
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארצלען »

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=14

בני וחתני הה"ק האוהב ישראל מאפטא זי"ע
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ווארצלען האט געשריבן:יש"כ הרב מיללער איך האב געשיקט א זענדונג דערווייל אן אנטווארט.

אויף זשואיש זשען זעה איך אז זיי האבן די רעקארדס פון סטרי, דארט ווי מיין זיידע ליגט, אבער איך האב נישט השגה וויאזוי איך זעה די רעקארדס, אפשר קען מיר איינער העלפן? דארף איך זיך פארבינדן מיט איינעם? אויב יא מיט וועם? איך לייג צו א לינק

http://www.jewishgen.org/jri-pl/town/stryj.htm

איך קען דיר ארויסהעלפן זייער גערן:
היות דזשעי נעט לאזט מיך נישט ליינען קיין הודעות פרטיות ביטע שיק מיר די אינפא (משפחה נאמען, און בערך וועלכע יארגאנג) צו [email protected], איך וועל דיר אי"ה גיידן וואס צו טון
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווארצלען האט געשריבן:יש"כ הרב מיללער, אווי מ'זאגט דא, 'יו מעיד מיי דעי'... בלויז מיט דעם אז איינער העלפט מיט איז מיר שוין מער ניחא אויפן הארץ, יש"כ.

איך האב מיר שוין אויך אנגעשטויסן מיט דעם רע-ביי ארטור און איך האב אויך באשלאסן אז נישט דאס איז די ריכטונג, הגם איך האב בפירוש נישט געזוכט טיף אויף אים און זיין פאמיליע.

פרט נוספת, גיב א קליק אויפן בילד וואס איך האב אויבן געברענגט, פראביר צו ליינען ר' ישראל'ס לעצטע נאמען, מיר דאכט זיך אז עס שטייט גארנישט הערצבערג, נאר מעגליך הערפעלג וכדו', וואס איז אינטערסאנט ווייל אין די משפחה ווייסט מען אז ער האט געהייסן הערצבערג, (מיין עלטער זיידע איז ארויף קיין א"י נאך פארן קריג תרצ"ה, און זיין שווער ר' ישראל הנ"ל איז נפטר געווארן 5 יאר שפעטער בשנת ת"ש).

איך האף צו האבן ביז עטליכע טעג א בילד פון ר' יששכר הנ"ל און איך וועל עס אי"ה ארויפלייגן, אויב עס קען העלפן.

יש"כ נאכאמאל.

בבקשה, זאגט מען דא אין סקרענטאן.

קוקט טאקע אויס ווי הערצפעלד/הערשפעלד/הירשפעלד וכדו', מ'ברויך א בעסערן קוק טאן.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

עס איז זיכער הרצברג, ער ווערט דערמאנט אין ספ' לקוטי צבי פ' וישב ווי דער בעל המחבר שרייבט אז ער זאגט איבער וואס ער האט געזאגט ביים הספד פון הישיש ר' ישראל הערצבערג,

און אויך ווערט ער דערמאנט כמה וכמה פעמים אין ספ' זיכרון ליהודי דר'צקה. איינע פון די זאכען וואס מען שרייבט אויף איהם דארט אז ער איז געוועהן בעל תוקע.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

טייבעלע האט געשריבן:עס איז זיכער הרצברג, ער ווערט דערמאנט אין ספ' לקוטי צבי פ' וישב ווי דער בעל המחבר שרייבט אז ער זאגט איבער וואס ער האט געזאגט ביים הספד פון הישיש ר' ישראל הערצבערג,

און אויך ווערט ער דערמאנט כמה וכמה פעמים אין ספ' זיכרון ליהודי דר'צקה. איינע פון די זאכען וואס מען שרייבט אויף איהם דארט אז ער איז געוועהן בעל תוקע.

הייסט אז אויך איר ווייסט פרטים איבער דעם איד, מאכט אייך באקוועם.

וועלכע דף אינעם ספר היזכור?
http://yizkor.nypl.org/index.php?id=2118
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

עס איז נישט דער ספ' היזכור, עס איז דער ספר הזיכרון עי' כאן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

טייבעלע האט געשריבן:עס איז נישט דער ספ' היזכור, עס איז דער ספר הזיכרון עי' כאן.

היינו הך, דוק ותשכח
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

(image) עמו' 61 איז איין פלאץ ווי ער ווערט דערמאנט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

ועיי' עוד בעמו' 168.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
ווארצלען האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=36015&hilite=380212d2-d8c1-4f20-ab33-0dca53afdad9&st=%D7%94%D7%A2%D7%A8%D7%A6%D7%91%D7%A2%D7%A8%D7%92

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 2&pgnum=37

דא זעה איך א צבי אלימלך (?) הערצבערג עפעס א רב אין ביהכ"נ בית אברהם בבאלטימער, ביי איינע פון די שרייבט ער זיך אונטער 'צבי אברהם (?) הערצבערג רב וכו' בית אברהם בבאלטימאר ה' ניסן תשכ"ה יומד"ל של הס"ק אוהב ישראל מאפטא'

קודם הרב ווארצלען, איך פרוביר צו זוטכען אינפארמאציע איבער אייער זיידע, דערווייל אן ערפאלג, 'מזעמיר אבער נאך ווייט פון אויפגעבן.

דאס ווייסן מיר אז אין שטאט 'ליביטשוב' אין גאליציע, האט געווירקט א גרויסע 'הערצבערג' משפחה, בעלזער חסידים ונגידים, דער דערמאנטער רב פון באלטימאר ר' צבי אלימלך הערצבערג איז געווען א זון פון ר' אברהם פון ליביטשוב, ער איז געקומען קיין אמעריקא תרפ"ו זיין זון ארטור (אברהם) הערצבערג איז געווען א פאפולערער קאנסערוואטיווער רע-באי.

ר' צבי אלימלך איז אוועק כ"ז ניסן תשל"א, זיין שול'בית אברהם' שטייט נאך היינט ווערט גערופען מיט'ן צונאמען 'הערצבערג'ס.

די קינדער האבן שפעטער געלאזט דרוען זיינע חידו"ת בשם 'צדיק באמונתו', פון די הקדמה דארט איז נישט משמע אז ער זאל האבן געווען אן אייניקל פון אפטא רב.

איך האב ערהאלטן עטליכע פרטים נוספים איבער דעם יחוס פון ר' צבי אלמילך הערצבערג הנ"ל, זיין טאטע ר' אברהם איז געווען א זון פון ר' ירחמיאל הערצבערג פון ליביטשוב וואס האט געדרוקט דעם ספר 'חידושי מהר"פ' להרה"ק ר' פסח גאטליעבר מנעמירוב זצ"ל. ר' ירחמיאל האט געהאט פיר זון, ובתוכם א זון בשם ר' חיים הערצבערג וואס לויט דעם ברודער ר' צבי אלימלך הנ"ל האט ער חתונה געהאט מיט אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' אלימלך זצ"ל, נאך א זון איז געווען ר' יוסף הערצבערג פון לוביטשוב.

דער פאטער פון ר' ירחמיאל הנ"ל האט געהייסן ר' שמעון הערצבערג וואס שנת תרמ"ט די יאר וואס דער ספר הנ"ל חידושי מהר"פ איז געדרוקט געווארן האט נאך דער ר' שמעון געלעבט, דער זון שרייבט זיך אונטער 'דברי המלבה"ד ירחמיאל בן הרבני הישיש מגזע צדיקים כש"ת מוה' שמעון הערצבערג נ"י ויופיע כשמש ברקיע'.

ביים סוף פונעם ספר איז פארהאן צענליגער בלעטער מיט פרענומעראנטן, מ'ברויך אפירזוכען צו ער דערמאנט א ברודער אדער קרוב משפחה בשם ר' ישכר, עס איז שטארק מסתבר אז דער ר' ישכר הנ"ל פון סטריא, וועלכע איז נישט ווייט פון ליבוטשוב, זאל האבן געווען א משפחה מיט דעם ר' שמעון הערצבערג.

דער דערמאנטער ר' אברהם הערצבערג (ב"ר ירחמיאל ואבי ר' צבי אלימלך מבאלטימאר) האט געדרוקט דעם ספר 'שפת אמת'להרמ"ע מפאנו בשנת תרמ"ח, מיט שיינע הסכמות, דער ספר אנהאלט נישט קיין שום ביאגראפישע אינפארמאציע איבער די משפחה.

ברויך מען ווייטער זוכען
ווארצלען
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארצלען »

אינעם אויבנדערמאנטע יזכור בוך, בלאט 168 (בד"וו יש"כ טייבעלע), ווערט דערמאנט אז ר' ישראל הערצבערג קומט פון 'דאלינע גאליציע', א זוך אויף זשואיש זשען זאגט וועגן צוויי דאלינע'ס (איינס וואס אידן האבן גערופן דאלינע און איינס וואס אידן האבן גערופן יאנוב), אבער זוכנדיג א הערצבערג אין איינע פון די שטעט האב איך גארנישט געפונען, (מעגליך אז איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי צו נוצן די סערטש ענזשין דארט, ווייל שוין עטליכע זאכן וואס איך זוך און איך טרעף גארנישט, ווי יששכר הערצבערג אין די לעמבערג געגנט, חוה הערצבערג אין די זעלבע געגנט, ישראל הערצבערג אין די זעלבע געגנט, אויך זיי אלע אין דאלינע, אבער איך געפון גארנישט, מעגליך אז איך קאן נישט די מלאכה).

ביידע דאלינע'ס זענען היינט אין אוקריינע, ליביטשוב - ווי איר שרייבט - איז אין גאליציע, איינע פון די דאלינע'ס איז געווען אין גאליציע פארן ערשטן וועלט קריג.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

דא האסטו נאך א שטיקל צום פאזל.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אין בארדיטשובער סידור איז דא א חיבור פון א רב מאיר דוד הערצבערג
עס הייסט דאכטזיך מאיר נתיב
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

msp האט געשריבן:אין בארדיטשובער סידור איז דא א חיבור פון א רב מאיר דוד הערצבערג
עס הייסט דאכטזיך מאיר נתיב

ר' מאיר דוד הערצבערג ב"ר יוסף ז"ל פון פרעמישלא, ער האט שיינע הסכמות פון ר' פיניעלע, סאטמארער רב ז"ל ועוד.

חיבר ספר אור החמה על קידוש החמה וספר עיר דוד לתולדות גדולי פרעמישלא.

אגב נהניתי ממה שכתב שם באור החמה כי הפיוטים נוסדו ע"פ הירושלמי ובכן אין קרובות לפורים על ברכת את צמח, הדברים אבל שמחתי על המקור בספרי היראים והחסידים מדור שלפני המלחמה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ווארצלען
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארצלען »

א גוטע וואך אייך אלע, און צפעציפיש הרב מיללער הי"ו, קודם כל, צו האט איר באקומען די עיינות נועם ליסט? זעה איך דארט אז זיי האבן צום סוף ביי די 'לא ידוע' אפטיילונג די גאנצע יוחס פון ר' יששכר און אראפ, ד.ה. זיינע קינדער און אייניקלעך, אבער וואס מאכט מיר שפרינגען איז זיי האבן דארט נאך א חוה חתונה געהאט צו א יששכר אויך אין די לא ידוע אפטיילונג און אויך פון דאלינע! נאר ער רופט זוך נוסבוים, וואס מאכט מיר טראכטן אז עס איז מעגליך היינו הך, ווי איך ברענג שוין אויבן קומט ר' ישראל הערצבערג פון דאלינע.
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”