רבינו דוד ב"ר שמואל סג"ל זצ"ל, בעל טורי זהב - כ"ו שבט תכ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

רבינו דוד ב"ר שמואל סג"ל זצ"ל, בעל טורי זהב - כ"ו שבט תכ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

עס וואונדערט מיר אז דערווייל איז נאך נישט דא א שנירל [אשכול] איבער דעם גרויסן הייליגן טורי זהב זי"ע.

איך וועל אנהייבן בקוצר אמרים צוליב קדושת השב"ק הממשמשת ובאה, והשאר יבא אי"ה בהמשך הזמן בסיוע כבוד החברים החשובים.



רבינו דוד הלוי איז געבוירן געווארן בערך אין יאר שמ"ו אין די שטאט לודמיר במדינת וואהלין, צו זיין פאטער ר' שמואל הלוי זצ"ל.

ר' שמואל הלוי דער טאטע פונעם טורי זהב איז געווען פון די חשוב'ע מענטשן אין לודמיר, ס'איז מקויים געווארן ביי אים תורה וגדולה במקום אחד. ער איז געווען א איידעם ביי ר' יצחק ב"ר בצלאל וואס איז געווען רב אין שטאט לודמיר, און ווערט אסאך געברענגט אין די תשובות פון די פריערדיגע פוסקים, און אזוי אויך זיין אייניקל רבינו בעל טורי זהב ברענגט אים פיל מאל אראפ.

ר' יצחק האט זוכה געווען אז דער הייליגער מהרש"ל האט געשיקט זיינע תשובות צו אים אז ער זאל עס איבערקוקן און מאשר זיין. ער איז נפטר געווארן בערך אין יאר של"ו.

ר' שמואל הלוי האט געהאט לויט אונזער ידיעה 4 קינדער:
בנו ר' יצחק הלוי, בעל שו"ת מהר"י הלוי, שיח יצחק על דקדוק ועוד (איינע פון די רבי'ס פון רבינו בעל טורי זהב)
בנו רבינו דוד הלוי בעל טורי זהב, דברי דוד ועוד
בנו ר' ישעיה הלוי אב"ד דובנא
חתנו ר' דוד ב"ר אביגדור


המשך יבא אי"ה אחר שב"ק
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

דער טורי זהב רבינו דוד איז געווען אן איידעם ביים הייליגען ב"ח רבינו יואל סירקיס בעל הבית חדש (ב"ח)

ווי אזוי ער איז אנגעקומען צום ב"ח ווערט געברענעגט א מעשה אזוי:

דער הייליגער טורי זהב איז געווען אין זיין יוגענט א העלפער ביי א פראסטען דארפס איד אינדערהיים, ווי ער האט צוגעהאלפען פאר א קליינעם אפצאל און געטון ארבייט וואס האט זיך אויסגעפעלט אינעם קרעטשמע, מאכט זיך אמאל עס מאכט זיך א שאלה און די ראיה און אין די לעיבער ביי א פריש געשוחטענעם גענז פונעם דארפס איד, דער איד כאפט א שטיקעל פאפיר פון דעם שאפע, וויקעלט איין די פלייש חלקים מיט די שאלה, אין גייט אין וועג אריין צום רב - דעם הייליגען ב"ח, קומט ער אריין צם ב"ח אינדערהיים דער ב"ח נעמט דאס אין די האנט אריין, וויקעלט אויף דעם פאפיר.. אין זעיט אויף דעם פאפיר געשריבענע דברי תורה, קוקט ער אביסל שטערקער אריין אין זעיט דארט אפגעשריבענע חידושים, עפעס גאר ערענסטע גאונות, טיפזיניגע חידושים מיט קנאקעדיגע לומדות'ן, פרעגט ער דעם דארפס מאן פון וואנעט קומט דער שטיקל פאפיר? זאגט אים דער כפרי, ביי מיר אין שטוב האב איך א יונג בחור'ל א העלפער, וואס ער פארדרייט מיר דעם קאפ מיט זיינע פלעפלערייען כסדר, ער רעדט אן אויפהער איך פארשטיי נישט וואס ער וויל פון מיינע יארן... זאגט אים דער ב"ח, ווייסט וואס גיי אהיים, און קום צוריק מיט דעם בחור אין איך וועל דיר ענטפערן די שאלה,

דער איד גייט אהיים, אין קומט אודך צוריק, און ברענגט מיט זיך דעם בחור דוד, דער ב"ח האט אים פארשטייט זיך אריינגענומען אונטער זיינע פליגלען, און אים אריינגעשטעלט אין זיין ישיבה, און נאך א שטיק צייט האט ער אים גאר גענומען פאר אן איידעם פאר זיין טאכטער.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אגב; איך האב געזען ערגעץ ברענגען א מעשה [איך דענק נישט ווי איך האב עס געזען] אז דער טו"ז זייענדיג רב אין פאטאלטשי האט געלעבט אין גרויס ארעמקייט, און ווינטער האט ער נישט געהאט קיין געלט פאר הייצונג, דעריבער פלעגט ער יעדע נאכט גיין אין שענק טרינקען א גלעזל בראנפן כדי זיך אנצווארעמען די גלידער, און היות ער האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאלן האט ער אויפגעשריבן אויף בארג.

איין טאג זענען די ראשי הקהלה געקומען דארט אין שענק און געזען אויפן וואנט אויפגעשריבן אז דער רב איז שולדיג כך וכך פאר אזויפיל און אזויפיל גלעזער בראנפן, האבן זיי אים פארטריבן פון שטאט, מיינענדיג אז ער טרינקט סתם לשם שיכרות.

שפעטער ווען דער טו"ז האט געדרוקט זיין הייליגן חיבור האט ער אין הלכות קידוש אריינגעשריבן [אינעם ערשטן דרוק] אז מ'קען מאכן קידוש אויף יי"ש ווייל ס'הייסט חמר מדינה, חוץ אין יענעם שטעטל פאטאלטש ווייל דארט איז עס אינו חביב.

איך זוך שטארק די מקור פון די מעשה, ווער עס ווייסט ווי ס'ווערט געברענגט זאל ביטע נישט זיין א מונע טוב מבעליו.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די מקור ווייס איך נישט, אבער שיין באשריבן איז עס דא http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 8371_8.pdf
--
עפעס א מעשה איז דא ווי ער האט גערופן דעם ב"ח צו דין תורה, איינער קען דאס?
paladino10

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך paladino10 »

המעשה ששמעתי כך הוא, אבל איני יודע מקורו.

דער ב"ח האט זיך אונטערגענומען אז ער גייט אויסהאלטן דעם איידעם דער טו"ז, און דער טורי זהב האט געזאגט דעם שווער אז ער איז א שוואכליכער מענטש ער מוז עסן פלייש יעדן איינציגסטן טאג. און דער שווער האט אים אונטערגעשריבן אז ער גייט אים געבן פלייש יעדן טאג.

ויהי היום דער ב"ח איז געווען אביסל ענג אין פרנסה, האט ער אים נישט געגעבן געהעריג קיין פלייש נאר לעבער. האט דער טורי זהב גערופן דעם שווער צו דין תורה, אז היתכן ער האט אים צוגעזאגט צו געבן פלייש און ער גיט אים נישט קיין געהעריגע פלייש. מען האט געזעצט א בי"ד, און דער בי"ד האט גע'פסק'נט אז לעבער איז אויך פלייש. און מ'איז אהיימגעגאנגען בשלום ובשלוה.

שפעטער האט דער טורי זהב געזאגט פאר זיינע מקורבים, איך וועל ענק זאגן! איך בין א שוואכער מענטש און איך מוז עסן פלייש און נאר אויף דעם אופן קען איך לערנען בעיון אזוי ווי ס'דארף צו זיין, זאגט ער זייט דער שווער האט מיר אנגעהויבן צו געבן עפעס אביסל שוואכערע זאכן, האב איך נישט געקענט אזוי לערנען בעיון אזוי ווי ס'באדארף צו זיין, האב איך חושש געווען – האט ער געזאגט – אז אין הימל וועט זיין א קטרוג אויפן שווער אז איך קען נישט לערנען אזוי ווי ס'באדארף צו זיין און ער איז שולדיג דערין, האב איך געוואלט אז בי"ד זאל פסק'נען אז לעבער איז אויך פלייש.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

געהערט אמאל א מעשה פון דעם ט"ז ווען ער איז געווען אין גלות נאך די שנות ת"ח ות"ט אז ער האט געוואלט בלייבן א נסתר גייענדיג אין גלות, אבער האט עס געבראכן צו העלפן א קליין מיידל מיט פארוויינטע אויגן, א מעשה מיט א שאלה אויף א הינדל, ווייס איינער א מקור און דעטאלן פאר די מעשה?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ווייסט איינער ווי מען קען נאכקיקען ווער זענען געוועהן די קינדער אין אייניקלעך פונעם הייליגען טורי זהב?

ביינונז אין די משפחה איז אנגענומען אז אונז זעמיר אייניקלעך אבער אונז זענען נישט קיין לויים.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הבהרת דברים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

לכבוד חברי וקוראי הפורום הזה .
ה' עליכם יחי'.

אונזערע משפחה האט א'קבלה מדור דור אז אונזערע זיידע הרבי רבי מענדעלע זיע"א מ'רימנוב איז געווען מיוצאי חלציו של הט"ז .

ועיין בספר בית מנחם תולדות הרבי רבי מענדלע מרימנוב מאת הרב הגאון רבי יקותאל אריה קאמעלהאר זצ"ל ר"מ בסטאניסלאוו, בד"ף ל"ג וזה לשונו.

הרב שלום צבי גאלדבוים אבד"ק גראבאוויטץ (מתלמידי הרה"ק מצאנז זיע"א),חתן הרבנית טויבא סירקא בת הרה"צ רבי נתן לייב זצ"ל בן הרה"ק הרבי רבי מענדלע זיע"א כותב לנו כדברים האלה.

בקבלה שהיה חמי זקני הרה"ק הרבי רבי מנחם מענדל זי"ע נכד מרן דודי זקני הטו"ז ז"ל עד כאן לשונו.

אשר על כן נפשי בשאלתי וואלט איינער געווסט קלאר צו ער איז אויך געווען א'אייניקל מזיווג בת הב"ח זיע"א?.


און די וועב סייט יחוס הנקרא geni ברענגט אראפ אז די ט"ז זיע"א האט געהאט דריי זיווגים ואלו הם.
זייוג ראשון הרבנית רבקה בת הב"ח זיע"א
זיווג שני הרבנית מרת ריקאלע בת רבי זאנוויל האמערשלאג אלמנת רבי שמואל הערש סירקיס.
זיווג שלישי הרבנית מרת סגל וויזעל .

האט עס א'מקור? און פון וויפל זיווגים האט די ט"ז געהאט קינדער? און ווער איז דאס הרבנית מרת סגל וויזעל?

און וואו איך האב פריער אראפ געברענגט אז די ט"ז זיווג שני איז געווען אלמנת רבי שמואל הערש סירקיס זצ"ל אבד"ק פינטשוב בן הגה"ק הב"ח זיע"א.

לפי זה קומט אויס אז די ט"ז זיע"א האט געהאלטן אלמנת גיסו.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג יוני 03, 2014 9:26 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

זווג ראשון, האט פארלעסליכע מקורות
זווג שני, איז א פשעטיל געבויעט אויף א בריו, וואס דערמאנט א שידוך פון דער ב״ח׳ס זוהן מיט ר׳ זנויל האמרלשאלג, באער ס׳איז בכלל נישט וכרח אז דער ב״ח האט בלוי געהאט 2 זוהןֿ און עס איז יתכן איז דארט׳ן האנדלט זיך פון א דריטער זוהן, ויש להאריך, ואכ״מ.
דער דריטע איז מסתמא אויסגעזויגן פון פינגער - כמנהג כותבי יוחסין
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

די דריטע, לע"ד, איז אפילו קיין אויס געטראכטער יחוס נישט, נאר א רעגלמעסיגער Geni-טעות. משפחת וויזעל ווערן דאך גערעכנט אלץ בן אחר בן צום ט"ז, ואידך זיל גמור (און באמערקט מיסעס סגל-ויזעל האט נישט קיין עלטערן).
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ציור מבית הכנסת של הטורי זהב בעיר לבוב
אטעטשמענטס
4628.jpg
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

שמו של רבינו הט"ז חרות על מצבת זכרון שהוקם לאחרונה על מקום הביה"ח בלבוב שנחרבה
אטעטשמענטס
de7a2679838f7cc3e05f410d84f71058.jpg
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

המקור לתמונה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

א'באקאנטע בילד פונעם ט"ז.
האט עס א'מקור?.
אטעטשמענטס
Hataz.gif
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:לכבוד חברי וקוראי הפורום הזה .
ה' עליכם יחי'.

אונזערע משפחה האט א'קבלה מדור דור אז אונזערע זיידע הרבי רבי מענדעלע זיע"א מ'רימנוב איז געווען מיוצאי חלציו של הט"ז .

ועיין בספר בית מנחם תולדות הרבי רבי מענדלע מרימנוב מאת הרב הגאון רבי יקותאל אריה קאמעלהאר זצ"ל ר"מ בסטאניסלאוו, בד"ף ל"ג וזה לשונו.

הרב שלום צבי גאלדבוים אבד"ק גראבאוויטץ (מתלמידי הרה"ק מצאנז זיע"א),חתן הרבנית טויבא סירקא בת הרה"צ רבי נתן לייב זצ"ל בן הרה"ק הרבי רבי מענדלע זיע"א כותב לנו כדברים האלה.

בקבלה שהיה חמי זקני הרה"ק הרבי רבי מנחם מענדל זי"ע נכד מרן דודי זקני הטו"ז ז"ל עד כאן לשונו.

אשר על כן נפשי בשאלתי וואלט איינער געווסט קלאר צו ער איז אויך געווען א'אייניקל מזיווג בת הב"ח זיע"א?.


און די וועב סייט יחוס הנקרא geni ברענגט אראפ אז די ט"ז זיע"א האט געהאט דריי זיווגים ואלו הם.
זייוג ראשון הרבנית רבקה בת הב"ח זיע"א
זיווג שני הרבנית מרת ריקאלע בת רבי זאנוויל האמערשלאג אלמנת רבי שמואל הערש סירקיס.
זיווג שלישי הרבנית מרת סגל וויזעל .

האט עס א'מקור? און פון וויפל זיווגים האט די ט"ז געהאט קינדער? און ווער איז דאס הרבנית מרת סגל וויזעל?

און וואו איך האב פריער אראפ געברענגט אז די ט"ז זיווג שני איז געווען אלמנת רבי שמואל הערש סירקיס זצ"ל אבד"ק פינטשוב בן הגה"ק הב"ח זיע"א.

לפי זה קומט אויס אז די ט"ז זיע"א האט געהאלטן אלמנת גיסו.


דאס איז א טעות מעיקרא!!
די צווייטע ווייב פונם ט"ז איז געווען א טאכטער פון הגאון ר' ... ראפפורט, ואלמנת ר' שמואל צבי סירקיס בן הב"ח, זי האט חתונה געהאט מיטן ט"ז מיט ברענגענדיג מיט זיך א קינד פון איר ערשטע זיווג, דאס איז הגאון ר' אריה לייב בעל מח"ס שאגת אריה וקול שחל (נישט דער באקאנטער שאג"א וטורי אבן פון מיץ) וועלכער דערמאנט דעם ט"ז פילע מאל אין זיין תשובות ספר, אלס 'אבי חורגי'
איינע פון זיינע בארימטע אייניקלעך איז געווען הה"ק ר' עוזיאל מייזליש זצ"ל בעל מנורה הטהורה, (דער ספר שאגת אריה וקול שחל איז לעצטנס איבערגעדרוקט געווארן, דורך אן אייניקל, ר' אשר אלימלך מייזעלס, מיט א הקדמה ותולדות המחבר, עיי"ש ותראה כל סדר היחס בדיוק
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הסרפד האט געשריבן:די דריטע, לע"ד, איז אפילו קיין אויס געטראכטער יחוס נישט, נאר א רעגלמעסיגער Geni-טעות. משפחת וויזעל ווערן דאך גערעכנט אלץ בן אחר בן צום ט"ז, ואידך זיל גמור (און באמערקט מיסעס סגל-ויזעל האט נישט קיין עלטערן).

בדרך אגב האב איך געטראפן א'שיינע פאר טעותים און Geni.
א'יעדער איינער האט צוטריט דארט און קען שרייבען וואס ער וויל.


אבער היוצא מדברינו אז די ט"ז זיע"א האט בזיווג שני חתונה געהאט מיט אלמנת גיסו הרה"ג רבי שמואל הערש סירקיס זצ"ל אבד"ק פינטשוב ובן הב"ח זיע"א.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די מודעה אין "המיגד" פון תרי"ז העלפט עפעס ארויס בתולדות צאצאי הב"ח והט"ז?
אטעטשמענטס
GetImage (2).png
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מעשה מהטו"ז וחותנו הב"ח מפי הגאון רמ"ז אורנשטיין זצ"ל בנו של הישועת יעקב זצ"ל - נדפס בסוף ספר מגלה עמוקות - לעמבערג תרמ"ב
אטעטשמענטס
sefermegalehamuo00raiz_0415.jpg
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

היום פגשתי הרב שטיינברג בב"פ ואמא לי שהוא בן אחר בן להט"ז
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
ראובן ינקובסקי
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן ינקובסקי »

א. מה המקור ליחוס זה בן אחר בן?

ב. מה כתוב בשער המלך בסופו?
אטעטשמענטס
8.JPG
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ציור ממצבתו המקורית של רבינו הטורי זהב זי"ע בלבוב
אטעטשמענטס
0035.gif
0035.gif (26.78 KiB) געזען 4932 מאל
אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AHA »

פון ווי קען איך געוואר ווערן וויאזוי איך בין אן אייניקעל פון טורי זהב? אזוי האמיר בקבלה מדור דור.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יציב פתגם האט געשריבן:ציור ממצבתו המקורית של רבינו הטורי זהב זי"ע בלבוב
בילד


https://archive.org/stream/geschichtede ... 7/mode/2up
העתק נוסח המצבה: (שטימט נישט מיטן בילד)
אטעטשמענטס
geschichtederju01carogoog_0128.jpg
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיללער האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:ציור ממצבתו המקורית של רבינו הטורי זהב זי"ע בלבוב
בילד


https://archive.org/stream/geschichtede ... 7/mode/2up
העתק נוסח המצבה: (שטימט נישט מיטן בילד)

פאלגענד איז נאכגעשריבן די נוסח המציבה פונעם בילד:
ביום ך"ו שבט שנת ת
כז לפ"ק נטמן הגאון הגדול מאור הגולה
הרב הגדול בעל
טורי זהב אב"ד ור"מ
דק"ק לבוב והגליל
מורינו ורבינו דוד בן
מו"ה שמואל הלוי
מחבר חיבור ברור
תורתו חינה(?) לדור ודור
על כל הפוסקים וארבעה טור
עודינו בחיים כמוה פסוקה הלכה
שלמה זכה ת'נ'צ'ב'ה'
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:עס וואונדערט מיר אז דערווייל איז נאך נישט דא א שנירל [אשכול] איבער דעם גרויסן הייליגן טורי זהב זי"ע.
רבינו דוד הלוי איז געבוירן געווארן בערך אין יאר שמ"ו אין די שטאט לודמיר במדינת וואהלין, צו זיין פאטער ר' שמואל הלוי זצ"ל.
ר' שמואל הלוי דער טאטע פונעם טורי זהב איז געווען פון די חשוב'ע מענטשן אין לודמיר, ס'איז מקויים געווארן ביי אים תורה וגדולה במקום אחד.
ער איז געווען א איידעם ביי ר' יצחק ב"ר בצלאל וואס איז געווען רב אין שטאט לודמיר, און ווערט אסאך געברענגט אין די תשובות פון די פריערדיגע פוסקים, און אזוי אויך זיין אייניקל רבינו בעל טורי זהב ברענגט אים פיל מאל אראפ.
ר' שמואל הלוי האט געהאט לויט אונזער ידיעה 4 קינדער:
בנו ר' יצחק הלוי, בעל שו"ת מהר"י הלוי, שיח יצחק על דקדוק ועוד (איינע פון די רבי'ס פון רבינו בעל טורי זהב)
בנו רבינו דוד הלוי בעל טורי זהב, דברי דוד ועוד
בנו ר' ישעיה הלוי אב"ד דובנא
חתנו ר' דוד ב"ר אביגדור

דער איידעם פון רבי ישעי' הלוי איז געווען רבי שמואל זאנוויל ב"ר חנוך מלובלין, בעמח"ס דברי שמואל, געדרוקט אין אמשטרדם תל"ד מיט די הסכמה פונעם טורי זהב וועלכער באצייכנט אים אלס "חתן אחי האלוף המרומם כמהר"ר ישעי' סג"ל ז"ל".
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=3
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

יציב פתגם האט געשריבן:שמו של רבינו הט"ז חרות על מצבת זכרון שהוקם לאחרונה על מקום הביה"ח בלבוב שנחרבה

ס'איז זייער מאדנע אז פון צענדליגע תורה ריזן וועלכע האבן משמש געווען ברבנות אינעם עיר ואם בישראל במשך הונדערטע יארן האט מען אויסגעקליבן 5 רבנים צו פארצייכענען אופן שטיין
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”