פליגל האט געשריבן:איך וועל פרובירן אביסל אויסקלארן דא.
עס זענען געווען 2 משה שמואלס דא אין אמעריקא. א פעטער מיט א נעפיא.
דער פעטער (א זוהן פונעם בני שלשים-ר' יהוסף) איז געווען דער וואס האט געוואוינט אין לאס אנדזשעלעס און געוואוינט דא נאך היבש איידער די קריג. ער האט זיך גערופן קאסאניע רבי פון לאס אנדזשעלעס בעת זיין ברודער איז געווען דער אור מלא דער ממלא מקום (אין שטאט קאסאן) פון זייער טאטע דער בני שלשים (ר' יהוסף) און עלטערער ברודער דער שמועה טובה (ר' חיים שלמה) ביי וועם דער אור מלא איז געווען אן איידעם (2 מאל).
זיין זוהן איז געווען ר' פנחס שלום פון די בראנקס. און דער ר' פנחס שלום האט געהאט 2 זוהן (אפשר מער, אבער כ'רעד נאר פון די 2 צום ענין), איינער איז געווען ר' מנחם ישראל דער קאסאניע רבי פון 14'טע עוו, און זיינע זוהן זענען דער היינטיגער קאסאניע רבי פון 14'טע עוו, און דער פארשעי רבי, און נאך. דער צווייטער זוהן פון ר' פנחס שלום איז געווען ר' משולם, דער קאסאניע רבי פון 18'טער עוו.
.
ניחום אבלים לרבי פנחס שלום מקאסאן-בראנקס על פטירת בתו הצעירה מרת פעריל
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 45&hilite=