רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:ב' - רבי שלמה זלמן האט מען יא גערופען וויעליפאלי'ר רבי הגם ער איז טאקע נישט געוועהן קיין רבי אבער ער איז געוועהן א גברא רבה מאוד,
ענדליך צו זיינע קרובים קינדער פון רבי דוד'ל בריזל זצ"ל וואס זענען געוועהן דערהויבנע חסידים אויף א העכערע שטייגער און משפיע געוועהן ענליך ווי רבי'ס

ווען איז ר' שלמה זלמן נפטר געווארן, וואו ליגט ער, איז דא פון אים קינדער?

הרה"צ רבי שלמה זלמן זצ"ל האט געהאט צוויי טעכטער פאר'ן קריג וואס זענען ליידער אומגעקומען ביים קריג,
און נאכן קריג האט ער נישט געהאט קיין קינדער אזוי ארום אז עס איז ליידער נישט געבליבען פון איהם קיין דורות,
ער איז געוועהן די ראש המשפחה ביי משפחת פרענקל הנכבדה, נאך אסאך אידן האבן אויסגעניצט די געלגנהייט צו שעפן מבארו הזך,
לפי זכרוני האט ער געוואוינט נאך ערגעץ חוץ פון פלעטבוש געדענק איך נישט יעצט קלאר,
ער איז נפטר געווארן אלט זייענדיג בערך 81 יאר זומער תשל"ט, און איז נטמן געווארן אויף'ן הר הזיתים, יהא זכרו ברוך.

עס וואלט געוועהן כדי צו עפנען א אשכול פאר זיך פאר איהם, עס איז דא אסאך וואס צו שרייבען וועגן איהם,
ווער עס איז באקאנט מיט זיינע פלומעניק'ס וכדומה, און האבן א יד צו מער אינפערמציע זענען געבעטן נא אל תמנע טוב..... יישר כחכם !

ווער זענען געוועהן די צוויי זיווגים פון רבי שלמה זלמן פארן קריג און נאכן קריג?
זה הקטן גדול יהי'
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

ישלהוסיף האט געשריבן:ספר ניצוצי שלמה - לקט מתורתו ועבודתו של הגה"ק מוהרש"ז מוויעליפאלי זצ"ל

די ספר איז פון רש"ז הראשון? ווייסט איינער ווי מקען קויפן?
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובה דורך ישלהוסיף »

אידיאט האט געשריבן:

יא אוודאי פונעם ערשטן.

ישלהוסיף האט געשריבן:

יש"כ!
ווייסט איינער ווי מקען שאפן די ספר?

קונטרס ענה דודי ואמר לי - סיפורים עובדות והנהגות מהגה"ק מוויעליפאלי זצ"ל (ושענדישוב) - שנאמרו ונשמעו ע"י נכדו הרה"ח ר' אברהם פרענקל ז"ל
אטעטשמענטס
קונטרס ענה דודי ואמר לי - וויעליפאלע.jpg
קונטרס ענה דודי ואמר לי - וויעליפאלע.jpg (75.81 KiB) געזען 1910 מאל
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אידיאט האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
אידיאט האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:ספר ניצוצי שלמה - לקט מתורתו ועבודתו של הגה"ק מוהרש"ז מוויעליפאלי זצ"ל

די ספר איז פון רש"ז הראשון? ווייסט איינער ווי מקען קויפן?

יא אוודאי פונעם ערשטן.

יש"כ!
ווייסט איינער ווי מקען שאפן די ספר?
אטעטשמענטס
ניצוצי שלמה - וויעליפאלי.jpg
ניצוצי שלמה - וויעליפאלי.jpg (85.17 KiB) געזען 1886 מאל
ניצוצי שלמה - וויעליפאלי יחוס.jpg
ניצוצי שלמה - וויעליפאלי יחוס.jpg (104.94 KiB) געזען 1886 מאל
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

ישלהוסיף האט געשריבן:
אידיאט האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
אידיאט האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:ספר ניצוצי שלמה - לקט מתורתו ועבודתו של הגה"ק מוהרש"ז מוויעליפאלי זצ"ל

די ספר איז פון רש"ז הראשון? ווייסט איינער ווי מקען קויפן?

יא אוודאי פונעם ערשטן.

יש"כ!
ווייסט איינער ווי מקען שאפן די ספר?

א גרויסן יש"כ!
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

ישלהוסיף האט געשריבן:קונטרס ענה דודי ואמר לי - סיפורים עובדות והנהגות מהגה"ק מוויעליפאלי זצ"ל (ושענדישוב) - שנאמרו ונשמעו ע"י נכדו הרה"ח ר' אברהם פרענקל ז"ל

דעס איז אוין פון רש"ז הראשון? ווען איז ער געווען אין שנדישב?
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אידיאט האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:קונטרס ענה דודי ואמר לי - סיפורים עובדות והנהגות מהגה"ק מוויעליפאלי זצ"ל (ושענדישוב) - שנאמרו ונשמעו ע"י נכדו הרה"ח ר' אברהם פרענקל ז"ל

דעס איז אוין פון רש"ז הראשון? ווען איז ער געווען אין שנדישב?

ער פארציילט דארט מעשיות איבער'ן ערשטן וויעליפאלי.
איך האב עס נישט פונקטליך ארויס, איך בין נישט באהויווענט אינעם וויעליפאלי יחוס, קען זיין פון חברינו אייוועלט קענען דאס בעסער.

אבער לויט ווי איך פארשטיי, הייסט ער 'אברהם' נאך צוויי פון זיינע זיידעס, נאך זיין זיידע רבי אברהם פון שענדישוב וועלכע איז נפטר געווארן א קורצע צייט איידער ער איז געבוירן און נאך זיין אנדערע זיידע רבי אברהם פון וויעליפאלי.

דער רבי אברהם - בעל הקונטרס - איז געוועזען א זוהן פון מהרי"ח פון וויעליפאלי וראב"ד שענדישוב, זייענדיג אויך א שענדישוב'ער אייניקל האט ער אויך דארט אסאך מעשיות פון שענדישוב.
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

Re: רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosheyahoo »

בית מדרש וויעליפאלי אין קרית יואל
אטעטשמענטס
31C0247A-9674-4FF0-99F6-50BA1ECEA848.jpeg
31C0247A-9674-4FF0-99F6-50BA1ECEA848.jpeg (309.14 KiB) געזען 1294 מאל
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וואסי פשט פון אזא ארון הקודש?
פאסט פאר עפעס א קיבוץ אדער פאר א באנגעלאו קאלאני וואס קען זיך נישט ערלויבן עפעס שענערס.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

יידישע קהילות האט געשריבן:וואסי פשט פון אזא ארון הקודש?
פאסט פאר עפעס א קיבוץ אדער פאר א באנגעלאו קאלאני וואס קען זיך נישט ערלויבן עפעס שענערס.

קוקט אויס דו פארשטייסט נישט צו ארט.

דאס ביהמ''ד ווערט געפירט דורך הרב משה יושע יאקאב א אייניקל פון ר' שלמה זלמן
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ס'איז ארויסגעקומען פארגאנגענע ווינטער א ביכל אויף יודיש "דער וויעליפאלער הויף" דער ארויסגעבער איז הרב חיים צבי גאלדבערגער מבריגל אב''י בקרית יואל.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יש לו מנה האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וואסי פשט פון אזא ארון הקודש?
פאסט פאר עפעס א קיבוץ אדער פאר א באנגעלאו קאלאני וואס קען זיך נישט ערלויבן עפעס שענערס.

קוקט אויס דו פארשטייסט נישט צו ארט.

;l;p- לרומם בית אלוקינו, דאס איז דאך א הערליך ארטיסטיש שטיקל!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

mosheyahoo האט געשריבן:בית מדרש וויעליפאלי אין קרית יואל

Address?
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

דאכצעך ס'איז אויף פירסט עוועניו אינדרויסן פון שטעטל
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יודל קליין האט געשריבן:
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:ב' - רבי שלמה זלמן האט מען יא גערופען וויעליפאלי'ר רבי הגם ער איז טאקע נישט געוועהן קיין רבי אבער ער איז געוועהן א גברא רבה מאוד,
ענדליך צו זיינע קרובים קינדער פון רבי דוד'ל בריזל זצ"ל וואס זענען געוועהן דערהויבנע חסידים אויף א העכערע שטייגער און משפיע געוועהן ענליך ווי רבי'ס

ווען איז ר' שלמה זלמן נפטר געווארן, וואו ליגט ער, איז דא פון אים קינדער?

הרה"צ רבי שלמה זלמן זצ"ל האט געהאט צוויי טעכטער פאר'ן קריג וואס זענען ליידער אומגעקומען ביים קריג,
און נאכן קריג האט ער נישט געהאט קיין קינדער אזוי ארום אז עס איז ליידער נישט געבליבען פון איהם קיין דורות,
ער איז געוועהן די ראש המשפחה ביי משפחת פרענקל הנכבדה, נאך אסאך אידן האבן אויסגעניצט די געלגנהייט צו שעפן מבארו הזך,
לפי זכרוני האט ער געוואוינט נאך ערגעץ חוץ פון פלעטבוש געדענק איך נישט יעצט קלאר,
ער איז נפטר געווארן אלט זייענדיג בערך 81 יאר זומער תשל"ט, און איז נטמן געווארן אויף'ן הר הזיתים, יהא זכרו ברוך.

עס וואלט געוועהן כדי צו עפנען א אשכול פאר זיך פאר איהם, עס איז דא אסאך וואס צו שרייבען וועגן איהם,
ווער עס איז באקאנט מיט זיינע פלומעניק'ס וכדומה, און האבן א יד צו מער אינפערמציע זענען געבעטן נא אל תמנע טוב..... יישר כחכם !

ווער זענען געוועהן די צוויי זיווגים פון רבי שלמה זלמן פארן קריג און נאכן קריג?

בזוו"ר איז ער געווען אן איידעם ביי רבי יחיאל בן רבי אברהם אהרן קאלבסובער
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

מיללער האט געשריבן:מעתיק,

איר האט אפשר א בילד פון רבי שלמה זלמן נאכן קריג? אדער א בילד פון זיין מצבה?
אטעטשמענטס
C1C7416B-F3BF-48B1-8AA6-3D7B0AFBA0CA.jpeg
C1C7416B-F3BF-48B1-8AA6-3D7B0AFBA0CA.jpeg (460.94 KiB) געזען 1045 מאל
דביה תחדי נפשא
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

ארויף לכבוד די יומא דהילולא.
זי״ע
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

זי''ע.
עמדין
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 6:00 pm

Re: רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמדין »

אביסעל מער פון וואס ס'שטייט שוין דא איבערן וויעליפאליער צדיק.

זיין טאטע ר' אברהם פון פערשיסחא איז געווען א חבר פארן הייליגן קאזשניצער מגיד, ס'איז נישט באקאנט איבער זיין פערזענליכקייט און יחוס, און שטאט פערשיסחא איז דא א אהל מיט א מצבה פון איינער ר' אברהם, ס'איז אבער אומבאקנט אויב עס איז דער פאטער פון ר' שלמה זלמן.

הרה''ק ר' שלמה זלמן איז געווען רב אין וויעליפאלי אין דארט געפירט באדמורת, ווי באקאנט האט די הייליגע צאנזער רב זי''ע געפירט א שארפע מחלוקה מיט ר' שלמה זלמן איבער דעם דרך פון פראווענען מופתים בגילוי אויף א שטייגער ווי ר' מאיר'ל פרימישלאנער, ר' מאיר'ל האט טאקע מחזק געוען ר' שלמה זלמן ווייטער אנצוגיין אויף זיין הייליגע דרך.

נאכן הסתלקות פון הרה''ק ר' שלמה זלמן האט די צאנזער רב געזאגט אז מיטן קריגן אויף וויעליפאליער האט ער אים געהאלטן נאך דרייצן יאר אויף דער וועלט.

די געשיכטע וויאזוי ער איז אנגעקומען צו ליגן נעבן די מאור ושמש איז ברייט באקאנט, און כ'וועל עס נישט איבערחזר'ן דא.

הרה''ק ר'שלמה זלמן האט געזאגט פאר זיין פטירה אז מ'זאל נישט קומען צו אים נאר בעת צרה.

זכותו יגן עלינו

די נאמען איז רבי שלמה זלמן יוסף בן ר' אברהם
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

איך מיט אפאר אייניקלעך זענען געווען על ציון קדשו צוויי יאר צוריק אויפן יארצייט.
איך מיט נאך איינער האבן געהאט קינדער פונקטליך א יאר דערויף אויף די יארצייט
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די יא''צ פון די הייליגע וויעליפאלי זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: רבי שלמה זלמן מוויעליפאלי זצ"ל - י"ג כסלו תרי"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

די תורה אפטיילונג פון דער איד פון פרשת ויצא האט א הערליכע באשרייבונג פון דעם צדיק.
ער האט געזאגט אז ווען האט ווען כוח וואלט ער ארומגעפארן די גאנצע וועלט און באוויזן מופתים אז יעדער וואלט כים נאכגעלאפן און געשריגען ״ה׳ הוא האלקים״
זי״ע
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”