רבי מאיר בעל הנס - פסח שני

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

רבי מאיר בעל הנס - פסח שני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אויף די יארצייט צעטלעך איז געדרוקט אז דער הייליגער תנא איז נסתלק געווארן פסח שני - י״ד אייר בשנת ג׳ אלפים תתפ״א וואס קומט אויס צוויי (אדער דריי - כוויל נישט אריינגיין בנושא שנת החורבן תתכ״ח או כ״ט) יאר נאכן חורבן וואס קומט אויס בערך אדער גלייך נאך חורבן ביתר ובר כוכבא וכו״
שאלה: יש מקור וקבלה על זה ? ואם יש, היכן ? ואם לאו, יש מפקפקים או לא ?
אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעס באשערט »

שמעתי מאאמו"ר שליט"א ששמע מהרה"ק ר' יענקעלע פשעווארסק שאין לזה מקור.
(כידוע שהרה"ק הי' ידען נפלא)
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אויב די מקור פון די יאר איז זעלבע ווי די יום החודש דעמאלטס איז עס נישט קראנט

כידוע האבן די גדולי טבריה וביניהם הרה"ק רמ"ח סלאנים שטארק פארשריגען די הוליערייען וואס האט זיך אפגעטון ביים ציון באומרם אז ס'איז בכלל נישט די יארצייט
מוציא לאור
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 2:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוציא לאור »

עמא דבר אז דער עולם וואס איז געפארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר אויפן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט ביי ר' מאיר בעה"נ און פון דעם איז געווארן א יארצייט
געבט א כתב יד - און באקומט א ספר
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

מוציא לאור האט געשריבן:עמא דבר אז דער עולם וואס איז געפארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר אויפן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט ביי ר' מאיר בעה"נ און פון דעם איז געווארן א יארצייט

מספרים שבתחילה נסעו דרך צפת להגיע למירון ושם היו אכסניות וכו' שהוא העיר הכי קרוב למירון. לאנשי צפת היה פרנסה מזה ע"י שכירת מקומות לינה, מכירת אוכל וכדומה. נתקנאו בהם אנשי טבריה ופירסמו שבי"ד אייר חל הילולת רבי מאיר בעל הנס כדאי שהנוסעים מירונה ישהו אצלם ויעשו פרנסה מהם...
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

כידוע:
י״ד אייר איז נישט דער יארצייט פון רבי מאיר בעל הנס
י״ח אייר איז נישט דער יארצייט פון רבי שמעון בר יוחאי

מען דארף פשוט דערגיין דער מקור פון דער טעות, ר׳ שמעונ׳ס איז שוין באקאנט.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

קודם דארף מען נאך דערגיין ווער ס'איז ר' מאיר בעל הנס רמב"ן ?
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

ר' איטשע:

מאכסט עס ווי כאילו ס'איז א שוין א מסורה פון ווער ווייסט ווי לאנג, און ס'קומט צו גיין א לץ און מאכט עס אוועק.....

י"ח אייר האט מען אלעמאל געוויסט און י"ד אייר איז חדשים לבקרים.... ווער נישט אזוי עקסייטעד, נאטינג העפענד.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ברוריא׳ס ברודער, ניין?
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

איטשע האט געשריבן:ברוריא׳ס ברודער, ניין?

כ'זע דא ווערט אביסל דערמאנט
http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=11510&
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

איטשע האט געשריבן:י״ח אייר איז נישט דער יארצייט פון רבי שמעון בר יוחאי

מען דארף פשוט דערגיין דער מקור פון דער טעות, ר׳ שמעונ׳ס איז שוין באקאנט.

און אויב טרעף איך דיר א מקור ביזטו גרייט צו טוישן דיין מיינונג ?
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איבער די יארצייט פון רמבה"נ איז מבואר באריכות אין שדה חמד
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

אין שולחן ערוך איז מבואר אז ווען מ'ווייסט נישט פונקטליך ווען א מענטש איז נפטר געוואר דאן באשטימט מען א געוויסע טאג וואס דעמאלטס האלט מען יארצייט.

יעצט לענינינו, אזויווי די איינציגסטע טאג פון יאר וואס איינער האלט יארצייט פון רבי מאיר בעל הנס איז פסח שני, קומט אויס אז דאס איז דער יארצייט, צו עס האט יא אדער נישט א מקור.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

רויט האט געשריבן:אין שולחן ערוך איז מבואר אז ווען מ'ווייסט נישט פונקטליך ווען א מענטש איז נפטר געוואר דאן באשטימט מען א געוויסע טאג וואס דעמאלטס האלט מען יארצייט.

יעצט לענינינו, אזויווי די איינציגסטע טאג פון יאר וואס איינער האלט יארצייט פון רבי מאיר בעל הנס איז פסח שני, קומט אויס אז דאס איז דער יארצייט, צו עס האט יא אדער נישט א מקור.


פסח שני איז נישט צוליס דעם געווארן זיין יארצייט?
דו קענסט האלטן זיין יארצייט פסח שני!
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

בילד
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

וכעת שנתייסד היא"צ החדש של התנ"א רמבעה"נ בפסח שני.....
אטעטשמענטס
פון ספר טעמי המנהגים
פון ספר טעמי המנהגים
ta m.jpeg (406.03 KiB) געזען 2653 מאל
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
וויל נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל נישט »

.
אטעטשמענטס
Capture519.JPG
Capture519.JPG (125.12 KiB) געזען 1414 מאל
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

ס'האט זיך אלץ אנגעפאנגען מיט אומגעפער טויזענט יאר צוריק, ווען אידן פלעגן גיין אין די טעג צווישן פסח שני און ל"ג בעומר זיך גיין משתטח זיין אויף די קברי צדיקים אין גליל, און בעיקר ביי די תלמידים פון רבי עקיבה, וויבאלד זיינע תלמידים זענען אוועק אין די טעג. כמנהג הספרדים (והמוסלומים) האט זיך דארט געטון א געפראוועריי מיט פייערס, טענץ און געזאנג לכבוד התנאים הקדושים. און כדרך כל הלעגענדעס, איז פון דעם געווארן יארצייטן מיט מעשיות וכו' וכו'.

שפעטער איז געקומען דער אריז"ל און מגלה געווען אז די טאג פון ל"ג בעומר איז "יום שמחת רשב"י", וז"ל תלמידו ר' חיים ויטאל: "ענין מנהג שנהגו ישראל ללכת ביום ל"ג לעומר על קברי רשב"י ור"א בנו אשר קבורים בעיר מירון כנודע ואוכלים ושותים ושמחים שם.   אני ראיתי למורי ז"ל שהלך לשם פעם אחד ביום ל"ג לעומר, הוא וכל אנשי ביתו, וישב שם שלשה ימים ראשונים של השבוע ההוא, וזה היה פעם הא' שבא ממצרים. אבל אין אני יודע אם אז היה בקי ויודע בחכמה הזו הנפלאה שהשיג אח"כ. והה"ר יונתן שאגי"ש העיד לי שבשנה הא' קודם שהלכתי אני אצלו ללמוד עם מורי ז"ל שהוליך את בנו הקטן שם עם כל אנשי ביתו ושם גילחו את ראשו כמנהג הידוע ועשה שם יום משתה ושמחה."

"גם העיד הה"ר אברהם הלוי כי בשנה הנזכר הלך גם הוא שם והיה נוהג לומר בכל יום בברכת תשכון "נחם ה' אלקינו את אבלי ציון כולי", וגם בהיותו שם אמר נחם כו'. ואחר שגמר העמידה אמר לו מורי ז"ל כי ראה בהקיץ את רשב"י ע"ה עומד על קברו ואמר לו "אמור אל האיש הזה אברהם הלוי כי למה אומר נחם ביום שמחתינו והנה לכן הוא יהיה בנחמה בקרוב". ולא יצא חדש ימים עד שמת לו בן א' וקבל עליו תנחומין. וכתבתי כל זה להורות כי יש שרש במנהג הזה הנזכר. ובפרט כי רשב"י ע"ה הוא מחמשה תלמידיו הגדולים של ר"ע ולכן זמן שמחתו ביום ל"ג לעומר כפי מה שביאר לעיל ביום ל"ג לעומר." עכלה"ק.

שפעטער זענען געקומען די דרוקערס און אריינגעלייגט אין פרי עץ חיים אז דעם טאג איז "יום שמת רשב"י", וז"ל: "והטעם שמת רשב"י ביום ל"ג בעומר, כי הוא מתלמידי רבי עקיבא הנ"ל, שמתו בספירת העומר הנ"ל." עכלה"ק.

די חיד"א מערקט שוין אן די סתירה צווישן די שער הכוונות און פע"ח, אויך שטימט נישט געהעריג וואס האט רבי שמעונ'ס שטארבן צוטון מיט דעם וואס ער איז געווען רבי עקיבה'ס א תלמיד. און ער זאגט אז אין די כתב יד שטייט והטעם "שמחת" רשב"י נאר די חי"ת איז ארויסגעפאלן ביים דרוקן.
לעצט פארראכטן דורך חלב ישראל אום זונטאג מאי 19, 2019 8:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

וואס איז די באדייט פון שמחת הרשב״י אויב נישט זיין יומא דהילולא?
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

קוק אין שער הכוונות, ער זאגט דארט פארוואס, גארנישט מיט שטארבן צוטון.
אשמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2009 8:42 am

Re: רבי מאיר בעל הנס - פסח שני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמע »

לגבי די הילולא פון רבי מאיר אום פסח שני,

מ'האט דא צוגעצייכענט דעם שדי חמד, איך האב עס נאכגעקוקט. ער זאגט אז אויף יענעם פלאץ (על קברו של רבי מאיר) האט מען מייסד געווען א ביהמ"ד ('ייסדנו שם בעה"י בהכ"נ ובה"מ', וואס דאס צייגט אז ער האט עס מייסד געווען) וואו מ'לערנט דארטן בקביעות און אידן האלטן אויס די לומדים דארט, און ס'האט זיך אויסגעשטעלט (מאת ה' היתה זאת, כלשונו) אז די חנוכת הבית איז אויסגעקומען אין דעם טאג (פסח שני), דעריבער איז געווען דארט א גרויסע פארזאמלונג און נאכדעם איז געווען 'ששון ושמחה עד להפליא', און ער פירט אויס: 'וענו כולם ואמרו כן נעשה ביום זה בכל שנה'.

דערנאך שרייבט ער: 'ונקבע יום זה להרבות בשמחה ומדליקים המנורה' וכו' און ער שרייבט די געוואלדיגע שמחה וואס מ'האט געטוהן דארט.

אין אנדערע ווערטער, די א.ג. הילולא ביים קבר פון רבי מאיר ביום י"ד אייר/פסח שני האט טאקע גארנישט צו טוהן מיט די יארצייט, נאר פשוט אין יענעם טאג איז געווען א גרויסע שמחה (חגיגת חנוכת הבית) און מ'האט באשלאסן צו עס מאכן אזוי יעדעס יאהר אין דעם טאג, און פון דעם איז געווארן כאילו דער יארצייט איז פסח שני.

א שיין שטיקל לידיעה פאר די אלע וואס אינטערעסירן זיך ארום דעם הילולא פון רבי מאיר אום פסח שני.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”