רבי אברהם שלמה כ״ץ זצ״ל - ריסקעווע רב - ואב״ד ור״מ קרית יואל בני ברק - ערב פסח - י”ד ניסן תשל”ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי אברהם שלמה כ״ץ זצ״ל - ריסקעווע רב - ואב״ד ור״מ קרית יואל בני ברק - ערב פסח - י”ד ניסן תשל”ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

הגאון הצדיק המפורסם משיירי כנסת הגדולה מגדולי הפוסקים, מפארי וזקני הרבנים כקש״ת רבי אברהם שלמה כ״ץ זצ״ל, אב״ד ור״מ ריסקעווע - ורב דשיכון קרית יואל בני ברק, ובעל ה״אורחות המשפטים״

איז געבוירן צו זיין טאטע הגה״צ רבי אלי׳ הכהן כ״ץ זצ״ל אב״ד ראסלאוויץ, בשביעי של פסח שנת תרמ״ה.

דער ריסקעווער רב האט געצויגן זיין יוחס באח״ב צום שבט מוסר רבי אליהו ב״ר אברהם שלמה הכהן (האתמרי)

דער ראסלאוויצער רב איז געווען א שינעווער חסיד און נאך די פטירה פונעם שינעווער רב האט ער זיך מדבק געווען אינעם קדושת יו״ט מסיגוט זי״ע.

דער ריסקעווער רב פלעגט אסאך מיטפארן מיטן טאטען קיין שינעווע ווי ער האט אסאך קולט געווען פונעם הייליגן דרך אפי׳ ער איז געווען א יונגער בחור פון 14 יאר ווען דער שינעווער רב איז נסתלק געווארן.

ער האט געלערנט אין די בארימטע ישיבה אין חוסט ביים הייליגן ערוגת הבושם זי״ע, ווי ער איז באוויסט געווארן מיטן צונאמען ״דער אייזערנער קאפ״ צוליב זיינע גרויסע כשרונות און צוגאב צו זיין התמדה בתורה, ער האט געלערנט דארט פינעף יאר וואס דריי פון די פינעף יאר איז ער בכלל נישט אהיים געגאנגען, נאר געזיצן בין עמודי דגירסא, דארט אין די ישיבה האט זיין רבי אים געשטעלט אלס די חברותא פון זיין זון לוי יצחק, שפעטער כ״ק הגה״צ צעהלימער רב זצ״ל.

כשהגיע לשנים האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ רייזל די טאכטער פון הגה״צ רבי צבי בערגפעלד אב״ד נימיזשא (בגלילת ביסטריץ ראמעניע.) ווען זיין שווער איז נסתלק געווארן האבן די ראשי קהילה מחליט געווען אויפצונעמען אויפן שווערס פלאץ דעם גרויסן (יונגען) איידעם.
דער נאמען פונעם יונגען רב איז באלד נתפרסם געווארן אלס א רב א איש חכם ונבון בקי בחכמת התורה ושכל הישר וואס פירט אלע רבנישע פינקציעס מיט א געוואלדיגע געניטקייט, וואס דאס האט געצויגן פילע פון נאנט און ווייט צו קומען נהנה זיין מאורו הגדול פונעם יונגען נעמיזשא רב.

בשנת תרפ״ד בהתייעצות הגה״ק בעל עצי חיים מסיגוט, מיט וועם דער ריסקעווער רב איז געווען שטארק בידידות (די לעצטע תשובה וואס דער עצי חיים האט געשריבן בחיים חיותו איז געווען פארן אוועק פארן קיין קלייווארדיין ווי דער עצי חיים איז פליצלונג נסתלק געווארן איז געווען אויף א שאלה וואס דער ריסקעווער רב האט אים אנגעפרעגט, ווי אויך נאך די פטירה האבן דעם עצי חיים׳ס קינדער געזוכט א פאסיגן גדול וגאון וואס זאל מסדר זיין די כתבים פונעם עצי חיים האבן זיי אויסגעקליבן דעם ריסקעווער רב) איז דער רב אריבער איבערנעמען דאס רבנות אין די ריסקעווע קהילה (מארמאראש) נעבן סיגוט וואס איז געווען א קהילה נאה וחסידה מיט א שיין אידיש ווירבלענדיגער לעבן פון קרוב צו 300 משפחות.

בשנת תרצ״ח איז אים נפטר געווארן זיין אשת נעורים בת הגה״צ מנימיזשא דאן האט ער חתונה געהאט בזיוו״ש מיט הרבנית הצ׳ רחל בת החסיד ר׳ יוסף לעב ז״ל פון סאטמאר.

אין יענע יארן פארן קריג האט דער חשובער באקאנטער חיבור פונעם רב ״אורחות המשפטים״ אנגעהויבן ארויסצוקומען וואס האט געכאפט די תורה וועלט גאר שטארק, ווי דער רב האט צאמגענומען און צענומען אלע פארצווייגטע ענינים אין חושן משפט אנגעהויבן מיט די ש״ס ופוסקים, דערנאך די ראשונים ואחרונים ביז די לעצטערע שו״ת ספרים, אזאך וואס איז געווען בימים ההם א חידוש בעולם התורה שכמוהו לא נהייתה עד הנה.

במשך ימי הזעם איז דער רב געווען אין פּעסט, ביז די רוסן האבן באפרייט דעם שטאט איז ער אריבער קיין קלויזנבורג ווי ער האט געגרינדעט א ישיבה אין געארבייט איבערמידלעך להחזיר עטרה ליושנה, זייענדיג שוין באוויסט אין באריהמט פון פארן קריג אלס א הפלא׳דיגער רב בישראל, איז ער געווען פון די גאר פּראמינענטע מפורסמדיגע רבנים וואס זענען געשטאנען בראש און אנגעפירט מיט די באקאנטע שווערע הלכה׳דיגע שאלות פון נאכן חורבן ווי היתר עגונות וכדומה.
א שטארקע אפקלאנג האט געהאט דעם ריסקעווער רב׳ס היתר אין יענע צייט צו נעמען אחות אשתו ווי דער רב האט אפגעשריבן א לאנגן בירור להלכה מצדד צו זיין להיתר אזאך וואס די אנדערע רבנים האבן מורא געהאט צו טון, אבער נאכדעם וואס דער קלארער דעת תורה איז נתפרסם געווארן האבן רוב רבנים מיטגעשטימט מיטן רב׳ס פסק.

נאכן ארומוואנדערן אין אייראפּע א שטיק צייט איז דער רב אנגעקומען קיין ברוקלין נעבן וויליאמסבורג און זיך באזעצט אויף מאאר סט. ווי ער האט געגרינדעט זיין בית המדרש ״תפארת ישראל״ אויף סיגל סט.

דא אין אמעריקא איז דער רב פארעכענט געווארן צווישן די סאמע פון די חשובסטע און אנגענומענסטע רבנים מובהקים, זייענדיג משרידי דור הישן פון די גאר ווייניג וואס זענען פארבליבן וואס זענען נאך געזעצן על כס הרבנות יארן לאנג אין דער אלטער היים.

ער איז געווען שטארק בידידות מיטן סאטמאר רב זי״ע נאך פון פארן קריג, און דא איז דער קירבות נאך שטערקער געווארן, דער סאטמאר רב האט אים גאר שטארק מחשיב געווען און געהאט דער פולער צוטרוי צו זיין חוות דעת, פילע שאלות להלכה האט דער סאטמאר רב אים געבעטן מברר צו זיין, און פילע תורה׳דיגע קלוגע ווערטליך אויסטוישן זענען דא צווישן די צוויי, דער ספר ״אורחות המשפטים״ איז געווען פון די איינציגסטע ספרים פון א בן דורו וואס איז געליגן ביים סאטמאר רב אין ספרים שאנק!

בשנת תשכ״ב בפקודת הקודש פונעם סאטמאר רב איז דער רב ארויף קיין בני ברק איבערצונעמען די הנהגה פון די סאטמארע קהילה/ישיבה און קריה ״קרית יואל״ אפי׳ דער רב איז שוין דאן געווען א זקן מופלג האט ער זיך אריינגעווארפן אין די הייליגע ארבייט פון שטעלן אלצדינג על מקומו מיט זיין געוואלדיגן צוגאנג און פארשטאנד.

ואברהם זקן בא בימים... ביז די לעצטע מינוטן איז דער רב געווען בבחינת תלמידי חכמים כל זמן שמזקינים דעתן מתיישבת עליהם, דער רב האט געפירט די ישיבה מיט די קהילה ביזן טיפן עלטער און נאך געשריבן לאנגע פארצווייגטע תשובות להלכה ביז די לעצטע טעג לימי חייו.

צוויי וואכן פאר די פטירה האט דער רב זיך געחלומט ווי זיין רבי דער ערוגת הבושם קומט אים אין חלום אין פרעגט אים: ביסט דאך א מוהל פארוואס האסטו אראפגענומען דעם נאגל? ענטפערט ער אים בחלום אז אזוי ווי ער איז שוין נישט מל צוליב זיין טיפן עלטער האט ער דאס אראפגענומען, זאגט אים זיין רבי אז ווען מעקומט ארויף אויבן האט דער נאגל א באזונדער חשיבת מיט וואס מהאט גע׳מל׳עט אידישע קינדער, דער רב האט גלייך באפוילן בני ביתו צו לאזן דעם נאגל לאחר פטירתו.

שבת הגדול האט דער רב נאכגעהאלטן דעם שבת הגדול דרשה ווי אלע יארן, צומארגענס זונטאג האט ער ער זיך געשפירט אביסל שוואך, בליל בדיקת חמץ ערב פסח תשל״ה איז ער נסתלק געוווארן לגזני מרומים.

בניו חתניו ונכדיו החשובים יושבים על כס הרבנות בכל מקומות
לעצט פארראכטן דורך רבניש אום מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

עס איז דא א מעשה פלא פינעם ריסקעווער רב מיט סאטמארע רב וועגן טוישן קרענק
ווייסט איינער דיטעילס ?
ביטער זיס
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 07, 2017 11:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביטער זיס »

רבניש
פארוואס האבן מיר געהאט די זכיה אז די האסט באשריבן דעם זיידן זי"ע ?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

ביטער זיס האט געשריבן:רבניש
פארוואס האבן מיר געהאט די זכיה אז די האסט באשריבן דעם זיידן זי"ע ?


נו אז דער אייניקל פוילעטסט ארום דארף דאך איינער טון צו דער זאך.....


נו אויב ביסטו יא אן אייניקל... דאן שארץ ארויף די ארבּעל און ברענג אונז עפעס פונעם גרויסן זיידן..!
ביטער זיס
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 07, 2017 11:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביטער זיס »

איך בין נישט קיין שרייבער!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביטער זיס האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער!

ברענג כאטש גוטע בילדער

מיר האבן עטליכע בילדער צושפרייט ברחבי המקום, ווער איז זיך מנדב צאמצונעמען?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מיללער האט געשריבן:
ביטער זיס האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער!

ברענג כאטש גוטע בילדער

מיר האבן עטליכע בילדער צושפרייט ברחבי המקום, ווער איז זיך מנדב צאמצונעמען?


פון אן אייניקל פארלאנג מיר זיכער ״נייע״ בילדער אשר לא ראו אור אייוועלט עד עכשיו....!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מיללער האט געשריבן:
ביטער זיס האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער!

ברענג כאטש גוטע בילדער

מיר האבן עטליכע בילדער צושפרייט ברחבי המקום, ווער איז זיך מנדב צאמצונעמען?

א שנעלע זיכעניש ברענגט דאס ארויף.

viewtopic.php?p=182757#p182757
בילד

viewtopic.php?p=195932#p195932
בילד

viewtopic.php?p=700170#p700170
בילד
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

רצון טוב האט געשריבן:עס איז דא א מעשה פלא פינעם ריסקעווער רב מיט סאטמארע רב וועגן טוישן קרענק
ווייסט איינער דיטעילס ?

די מעשה איז געווען מיט אב"ד דזיבוי פון מאנטריאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

נא_שכל האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:עס איז דא א מעשה פלא פינעם ריסקעווער רב מיט סאטמארע רב וועגן טוישן קרענק
ווייסט איינער דיטעילס ?

די מעשה איז געווען מיט אב"ד דזיבוי פון מאנטריאל

דער דזיבויער רב פון מאנטרעאל איז געווען אן איידעם ביים ריסקעווער רב.

אבער די מעשה האט פאסירט מיטן ריסקעווער רב ווען ער איז אלט געווען 73 יאר.

באלד האבן אביסל צייט וועל איך שטעלן די מעשה.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

ביי 73 איז ריסקעווע רב שוין געווען אין ב"ב ?
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

דער בעל שבט הלוי זצ"ל איז נסתלק געווארן גענוי 40 יאר נאך זיין מחותן דער ריסקאווער רב זצ"ל.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

רצון טוב האט געשריבן:ביי 73 איז ריסקעווע רב שוין געווען אין ב"ב ?

רעכן אויס געברוין איז ער בשנת תרמ״ה ארויף קיין בני ברק איז ער בשנת תשכ״ב, איז ער געווען בערך 77 ווען ער איז ארויף קיין בני ברק.

גאנץ אלט אנצוהייבן מיט א נייע פּאסטן .... אניין?
זעהט אויס אז דער סאטמאר רב האט זיך פארלאזט אויף זיינע יארן וואס ער האט צוגעבן דעם ריסקעווער רב.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

לא לנו האט געשריבן:דער בעל שבט הלוי זצ"ל איז נסתלק געווארן גענוי 40 יאר נאך זיין מחותן דער ריסקאווער רב זצ"ל.

זיי זענען מחותנים פון קינדער בעפאר די קריג אדער נאך ?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

רצון טוב האט געשריבן:עס איז דא א מעשה פלא פינעם ריסקעווער רב מיט סאטמארע רב וועגן טוישן קרענק
ווייסט איינער דיטעילס ?


די מעשה איז אזוי:

בשנת תשי״ח איז דער ריסקעווער רב דייאגנאזירט געווארן מיט די מחלה ה״י און די דאקטוירים האבן געהאט א מיינונגס פארשידענהייט צווישן זיך, מאנכע האבן געהאלטן אז מען זאל יא אפערירן און פון די אנדערע זייט האבן אנדערע געהאלטן מען זאל נישט אפערירן ווייל סוועט סיי ווי נישט אויפטון, איז ער אריין צו מרן מסאטמאר זי״ע אנצופרעגן דעת קדשו איבער דעם אפעראציע, סיז געווען הארט פאר די ימים נוראים האט אים די רבי געזאגט ער דארף גיין צו אן אנדער דאקטאר ער זאל צוריק קומען נאך די הייליגע טעג וועט ער מייעץ זיין צו וועלכען דאקטאר מען זאל גיין.

נאך די ימים נוראים האט דער רב געשיקט זיין זון הרב הח׳ ר׳ יוסף אנפרעגן דעם סאטמאר רב צו וועלכען דאקטאר מען זאל גיין, און דער רבי האט אים מדחה געווען פילע מאל מיט פארשידענע אויפאלענדע וועגן נישט געבענדיג קיין ענטפער געהריג, אזוי האט זיך די זאך געשלעפט אן דעם וואס די רבי זאל אים געבן א תשובה וואס צו טון, ביז איין דאנערשטאג האט זיך די רבי געגרייט צו פארן קיין טאראנטא אויף א שבת, איז ר׳ יוסף געקומען צו לויפן אז ער מוז דרינגענד הערן פון רבין וואס מעדארף צו טון פאר די רבי פארט אוועק, די רבי האט אים געהייסן ווארטן ביז אלע וועלן ענדיגן אדורך גיין, ביז סיז שוין געקומען די צייט צו גיין כאפן דעם באן האט דער רבי געזאגט ר׳ יוסף ער זאל זיך אריינזעצן מיט אים אין די קאר ביז צו די באן סיז געווען א וואונדער ווייל דאס איז געווען פשוטע זאכן וואס דער רבי האט גענטפערט יעדן טאג, פארוואס דא פליצלונג מאכט די רבי אזא עסק.

האט ער זיך אריינגעזעצט אין קאר מיטן רבין די גבאים און אויך הרה״ח ר׳ אברהם יעקב גלאנצער האט זיך מיטגעכאפט מיטן קאר זאגענדיג אז ער האט א וויכטיג ענין אויך דורכצורעדן מיטן רבין.

ר׳ אברהם יעקב האט אנגעהויבן פארצולייגן זיין פראבלעם איבער א געשעפט וואס ער וויל שליסן מיט א גוי און ער דארף אים נאך איינלערנען אין דעם געשעפט אבער דער גוי איז שוין אלט ער ווייסט נישט צו ס׳לוינט זיך ער זאל מאכן דאס געשעפט.

די רבי איז געווען שקוע במחשבותיו הקדושים דערנאך געט ער א פרעג: ווי אלט איז דער גוי?

ענטפערט ר׳ אברהם יעקב ״דריי און זיבעציג״

די רבי געט זיך א דריי אויס צו ר׳ יוסף׳ס זיץ און זאגט ״דריי און זיבעציג יאר.... און א גוי...״?!

ר׳ יוסף איז געווארן אביסל דערשראקן וויסענדיג אז זיין טאטע דער רב איז אויך דריי און זיבעציג יאר

די גאנצע איבריגע וועג האט ער גארנישט גערעד מיט אים, נאר ווייטער ממשיך געווען צו רעדן מיט ר׳ אברהם יעקב, אנקומענדיג צום באן סטאנציע איז ר׳ יוסף ווייטער צוגעגאנגן צום רבין דערמאנען פארוואס ער איז מיטגעקומען ביז אהער האט אים די רבי געזאגט מיט שנעלע ווערטער גיי צו דעם און דעם ער וועט דיר אנצייגן א געוויסן דאקטאר דער אויבערשטער זאל העלפן א רפואה שלימה.

ר׳ יוסף איז געבליבן אינגאנצן צוטומעלט פאר דעם האט ער אזוי געדארפט ווארטן וואכן לאנג דאס האט אים נישט די רבי געקענט זאגן מיט וואכן פריער?

מען איז טאקע געגאנגען צו דעם דאקטאר און באשטימט א טאג פאר די אפעראציע פארן אפּפארן צום שפיטאל איז דער רב אריבער צום רבין נעמען א ברכה די רבי האט זיך ביים געזעגענען אויפגעשטעלט און ארויסבאגלייט דעם רב וואונטשענדיג ער זאל גיין בשלום און אהיים קומען בשלום, צולייגענדיג ער זאל אים אלעס פארציילן פונקטליך וויאזוי עס איז צוגעגאנגן, מעהאט געמאכט דעם אפעראציע אבער למעשה האט מען גארנישט געפינען און דער רב איז אהיים נאך עטליכע טעג, די רבי האט געבעטן ער וויל גיין מבקר חולה זיין דעם ריסקעווער רב, דאן האט דער רב אלעס פארציילט וויאזוי עס איז אדורך, בתוך הדברים האט דער רב געזאגט פארן רבין אז בשעתן פירן צום אפעראציע צומער איז אים שווער געווארן א דיוק בלשון התפילה וואס שטייט אין שערי ציון און אזוי ווי די רבי האט דאך אים געבעטן ווען ער קומט אהיים זאל ער אים אלעס דערציילן האט ער דעמעלס געקלערט אז ער וועט פרעגן די קשיא פונעם רבין.

ביי דעם נוסח התפילה בעט מען דארט ״חמול על מחלתי״ פארוואס זאגט מען נישט ווי ביים נוסח הימים נוראים ״חמול על מעשיך״ מעבעט דאך אויף דעם מענטש נישט אויף די מחלה.

די רבי האט געשמייכלט און גענטפערט מיט א ווארט פון רבי מאיר׳ל מפרימישלאן זי״ע אויף די גמ׳ אין ברכות ר׳ חנינא בן דוסא היה מתפלל על החולים ואמר זה חי וזה מת, איז בשלמא חי איז עס דאך א גוטע בשורה האט ער עס געוואלט מבשר זיין אבער זה מת פארוואס האט ער עס געדארפט זאגן, נאר די פשט גייט אזוי, לכאו׳ ווי קען מען בעטן אויף א מחלה עס זאל אוועקגיין סהאט דאך א תפקיד דערמיט א תיקון צו מאכן, נאר זאגט ר׳ מאיר׳ל אז די עבודה פון א צדיק איז צונעמען די מחלה פונעם איד און עס אריבער טוישן פאר א גוי אזוי ווערט דער יוד געזונט און די מחלה האט איר תיקן ביים גוי, דאס האט ר׳ חנינא בן דוסא געזאגט אויפן חולה זה חי דער יוד וועט בלייבן לעבן.. וזה מת און אנשטאט דעם וועט א אנדערער גוי שטארבן.

האט די רבי געזאגט מיט דעם פארשטייט מען אייער קשיא מ׳בעט ״חמול על מחלתי״ האב רחמנות אויף דעם מחלה וואס גייט אוועק פון א יוד אז עס זאל טרעפן דעם ריכטיגן גוי יענער זאל שטארבן און די מחלה זאל האבן דעם תיקון און דער איד זאל צוריק ווערן געזונט אין שטארק.

הערענדיג די קלארע רייד איז פאר ר׳ יוסף שוין פארענטפערט געווארן פונקטליך וואס די רבי האט געוואלט מיט דעם 73 יעריגן גוי.... און פארוואס ער האט געדארפט ווארטן אזוי לאנג פאר א תשובה.

דער ריסקעווער רב האט טאקע געלעבט נאך שיינע יארן געזונט און פריש.

עס איז דא א בריוו ווי דער ריסקעווער רב שרייבט די מעשה פאר זיין איידעם דעם דזיבויער רב.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

הערליך אראפגעשריבן, איר זענט גערעכט, כ'האב מיך פארמישט מיט א אנדערע מעשה מיטן דזיבויער רב, וואס דער רבי זצ"ל האט זיך אונטערגענומען יארן פארן אים אויף זיך (עפעס אזוי), שפעטער פארענדיג צום רבינ'ס לויה פון מאנטריאל האט ער ביטערליך געוויינט ווער ווייסט וואס וועט יעצט זיין. למעשה איז ער ליידער קראנק געווארן און אוועק א קורצע צייט נאכן רבי'ן זצ"ל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

דאכצעמער דער בוך אביר הרועים ברענגט'ס.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

אזוי היינט נאכן שרייבן איבער דעם ריסקעווער רב מישענדיג אין א ספר אין געשעפט האט זיך מיר געגעבן א מיש אויף א מעשה... און טאקע פונעם ריסקעווער רב.. איז דאך עס ממש עפעס אזא השגחה פרטית ע״כ ברענג איך עס פאר אייך, דער ריסקעווער רב איז געווען שטארק נאנט מיטן נאסודער רב זי״ע נאסוד איז א דארף נעבן ריסקעווע, ע״כ האט זיך געשאפן די ידידות, די מעשה האט מיט ביידע צוטון.
אטעטשמענטס
RenderedContent-F78C3EA3-2E14-4CEB-BF5D-FB9904C453E2.JPG
RenderedContent-F78C3EA3-2E14-4CEB-BF5D-FB9904C453E2.JPG (78.72 KiB) געזען 5698 מאל
RenderedContent-6EDA7520-27B4-4CF7-BB9D-17281750A89B.JPG
RenderedContent-6EDA7520-27B4-4CF7-BB9D-17281750A89B.JPG (130.58 KiB) געזען 5698 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

RenderedContent-1F270656-59ED-48D9-B9B6-89086A5B1860.JPG
RenderedContent-1F270656-59ED-48D9-B9B6-89086A5B1860.JPG (135.17 KiB) געזען 5697 מאל
RenderedContent-B0F9E9EF-2E26-4B51-BA3B-83EEC2D04579.JPG
RenderedContent-B0F9E9EF-2E26-4B51-BA3B-83EEC2D04579.JPG (114.64 KiB) געזען 5697 מאל
לעצט פארראכטן דורך רבניש אום דינסטאג אוגוסט 15, 2017 2:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

RenderedContent-2D201591-F5FE-40A9-98BE-CD20C9AC8AA5.JPG
RenderedContent-2D201591-F5FE-40A9-98BE-CD20C9AC8AA5.JPG (124.14 KiB) געזען 5697 מאל

RenderedContent-EAF4F398-32E8-4BB5-A5AF-84CB50A17FEA.JPG
RenderedContent-EAF4F398-32E8-4BB5-A5AF-84CB50A17FEA.JPG (125.62 KiB) געזען 5697 מאל

RenderedContent-9EA716C1-DA58-4D11-BF4C-62F73DDC2EC7.JPG
RenderedContent-9EA716C1-DA58-4D11-BF4C-62F73DDC2EC7.JPG (140.08 KiB) געזען 5697 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

למעלה משבעים האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
ביטער זיס האט געשריבן:איך בין נישט קיין שרייבער!

ברענג כאטש גוטע בילדער

מיר האבן עטליכע בילדער צושפרייט ברחבי המקום, ווער איז זיך מנדב צאמצונעמען?

א שנעלע זיכעניש ברענגט דאס ארויף.

viewtopic.php?p=182757#p182757
בילד

viewtopic.php?p=195932#p195932
בילד

viewtopic.php?p=700170#p700170
בילד

ביי די חתונה פון חתנו הגה״צ רבי צבי ישכר דוב (בערל) כ״ץ שליט״א - רב ור״מ קהילת דושינסקיא וויליאמסבורג.

פון רעכטס דער רב הגאב״ד הגרי״ם, דער ריסקעווער רב א זיידע, החתן, און דערנאך דער דזיבויער דיין פון מאנטרעאל, אבי החתן.
RenderedContent-18AC910A-2F5F-4C4C-9AA5-0A7EAC701680.JPG
RenderedContent-18AC910A-2F5F-4C4C-9AA5-0A7EAC701680.JPG (126.23 KiB) געזען 5636 מאל

פון דא (קרעדיט הרב רבניש דנן)
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

פון אוצה"ח
איינער שרייבט דארט אז דער חתן איז הגרחי"ד ווייס שליט"א פון אנטווערפן
אטעטשמענטס
_IMG_0004.jpg
_IMG_0004.jpg (134.43 KiB) געזען 5619 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

נישט חתנו ר׳ צבי יששכר דוב כ״ץ אב״ד דישינסקיא נאר נכדו
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן:נישט חתנו ר׳ צבי יששכר דוב כ״ץ אב״ד דישינסקיא נאר נכדו

ס'בילד איז פונעם אשכול פון חותנו הגאב"ד הגרי"מ דושינסקי זצ"ל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

הרב מריסקעווע זצ״ל עם האדמו״ר הברכת אברהם והנתיבות שלום מסלונים זצ״ל
אטעטשמענטס
IMG_3148.JPG
IMG_3148.JPG (194.55 KiB) געזען 5499 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”