חסידות הבעש"ט: משם יפרד והיה לארבעה - רוסלאנד/פוילן/גאליציע/ראמעניא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

הרב ידועות שונות, מיר קוקן ארויס אויפ'ן המשך!
שירה וזמרה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה וזמרה »

מונאוויטש האט געשריבן:הרב ידועות שונות, מיר קוקן ארויס אויפ'ן המשך!
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

~ היכלא קדישא של הבעש"ט הק' זי"ע

הונדערטער יארן איז שוין פארלאפן זינט דעם היכל הקודש פון בעל שם טוב איז אוועק געשטעלט געווארן אין מעזיבוז אוקריינא. אסאך טינט איז פארגאסן געווארן דורך פראמינינטע היסטאריקער וועלכע האבן זיך געמוטשעט צו פארשטיין 'החסידות ודרכה'.
אן עקסטערע קאפיטל נעמט אריין די תולדות פונעם אבי החסידות עיר וקדיש משמיא נחית התנא אלקי מרן הבעש"ט זי"ע. פיהל איז געשריבן געווארן איבער וואס עס האט זיך אפגעטוהן אינעם הייליגן ווינקעלע אין מעזיבוז חצר קדשו פונעם בעש"ט, און ווי אזוי ס'האט זיך געפירט צווישן די פיהר ווענט בבית מדרשו, ובתוככי החבורה פון אט די שרפי מעלה.
בכלל איז די לעבנס טעג פון בעל שם טוב - תולדות ימיו חייו הק' - און זיין הנהגה צווישן איהם און די תלמידים וחסידים מידי יום ביומו זייער פארנעפעלט.
דאס ביסל וואס מ'איז באקאנט איז א) פונעם ספר שבחי הבעש"ט, ב) פון קורצע הנהגות ד"ת וענינים וואס ווערן געברענגט אין די ספה"ק, ג) פון די מסורות איבערגעגעבן ביי חסידים מדור לדור.
עטליכע חסידות'ן האבן מעהר געטוהן אין דעם פעלד פון זאמלען היסטאריע אויפן בעש"ט זי"ע, און עס שפעטער געדרוקט. ווי פארשטענדליך טוהן די די פארשידנארטיגע ענטהאלטן שינוים חילוקים און אויך סתירות צווישן איין פלאץ אינעם צווייטן, דאס אלעס גיבט צו צום אומקלארקיייט איבער וואס ס'האט זיך באמת דארט אפגעשפילט.

וואס איז זיכער איז זיכער:
די מעשה ביכלעך פאר קינדער וואס ווערן געדרוקט חדשים לבקרים, מיט סיפורי מעשיות ומופת פון דעם בעש"ט ותלמידיו אריינצוברענגען אמונת צדיקים און ארויסברענגען זייער קדושה און גדלות, אבער פונעם חלק ההיסטאריע און הנהגה טוען זיי ווייט נישט קלארשטעלן דעם אמת'ן בילד פון דעם בעל שם טוב'ס הויף, אבער עס טוהט יא ווירקן צו אריינצולייגן אין יונגע מוחות א פולקאמע 'פיקטשער' פונעם הייליגן בעל שם הק' און זיין חבריא, וועלכע בלייבט איינגעקריצט, און איז אין מערסטנס פאל ווייט נישט קראנט און זיכער נישט אן אמת'ע שלימות'דיגע בילד.

איך טוה עס דא אויסשמועסן, וויבאלד ס'איז א וויכטיגע הקדמה איידער מ'גייט ארומרעדן אין דעם נושא.
כאטש אונז גיימיר נישט זיין דער וואס וועט יעצט אהער שטעלן א קלארן בילד פון דעם בעל שם טוב, גייען אונז אבער יא זאגן אז טייל הנחות זענען נישט קראנט, און זענען ווערט צו ווערן אויסגעשמועסט בהמשך.


~ תלמידי הבעש"ט – מנהיגי החסידות

ווי דערמאנט איז דער חברייא קדישא ביים הייליגן בעל שם טוב באשטאנען פון א גרויסע צאהל תלמידים קדושי עליון, אבער נאר געציילטע פון צווישן זיי זענען באקאנט ביי אונז אלס מנהיגי העדה און ממשיכי דרך הבעש"ט פאר תלמידים און חסידים די קומענדיגע דורות.

די דריי מערסט באקאנטע זענען געווען:

הרה"ק רבי דוב בער המגיד הק' ממעזריטש זי"ע
הרה"ק רבי יחיאל מיכל המגיד הק' מזלאטשוב זי"ע
הרה"ק רבי פינחס מקוריץ זי"ע

די דריי צדיקים האבן יעדער איינער געהאט אן אנדערע שטייגער פון עבודה און הנהגה, ומהם נפצה החסידות על פני כל הארץ.


*

הערה נחוצה: מ'דארף נעמען אין אכט צוויי וויכטיגע פאקטארן פון חסידות אין די ערשטע תקופה, וועלכע מאכט אסאך אויס להבנת הענין.
ווי ערווענט האט זיך חסידות צושפרייט זייער שנעל אויף אסאך צווייגלעך מיט פארשידנארטיגע דרכים און הנהגות, דאס גייט אזוי ווייט אז אסאך צדיקים און רבי'ס האבן צוגעלייגט חידושים וועלכע זיי האבן נישט געזעהן ביי די רבי'ס פון א דור פריער, דאס מיינט, אז כאטש צדיק פלוני איז א תלמיד מובהק פון צדיק פלוני, דאך טרעפט מען פילע נייע חידושים און חילוקים צווישן דעם רבי און תלמיד.
א צווייטע פאקטאר, אין די בראשית יארן פון חסידות איז געווען נהוג אז צדיקים זענען געפארן שעפן ממעיין החסידות צו מעהר ווי איין צדיק פון פאריגן דור, כאטש בדרך כלל האט יעדע צדיק געהאט 'איין' באקאנטע רבי מובהק, דאך איז נישט געווען אן אפהאלט צו גיין צו אן אנדערען. (דער כלל אליין קען מען אסאך ארומשמועסן מיט פארשידענע חילוקים צווישן איין פלאץ אינעם צווייטן, ואכהמ"ל).

דאס וועט אויך אויסמאכן אז ווען ס'קומט צו אריינקוקן אין די דרכי החסידות איז שווער צו טרעפן דעם פונקטליכן מקור אויף די פארשידנארטיגע דרכים והנהגות, וויבאלד טיילמאהל איז דא אייניגע שאנסן אז דער גאנג פון א רבי איז אן אייגענע חידוש ווי אז ער האט עס גענומען פון זיין רבי, צומאל קען ווערן א ספק פון וועלכע רבי און צדיק קומט וועלכע הנהגה אדער מנהג, א.א.וו.

המשך יבוא בקרוב בעזהי"ת

נ.ב. מ'ארבעט אויף אהערצושטעלן א מאפע וואס וועט ארויסהעלפן צו פארשטיין
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

אהההה מים קרים על נפש עייפה...

ביסט מיר ממש מחי' מתים מיט דיינע זאפטיגע תוכנדיגע דיבורים

כה לחי
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

די ספר 'בעל שם טוב' וואס איז לעצטנס ארויסגעקומען פראבירט אביסל צו אויסגראדן די סתירות, האסט מעיין געווען דערין? (אדער ביסטו גאר די מחבר? ווער ווייסט)
סוף מעשה במחשבה תחילה.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

פיין מעיין געווען ב"ה

מאסיווע ארבעט - אבער אויב איך געדענק גוט הניח אחריו מקום להתגדר בו
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

ידיעות שונות האט געשריבן:פיין מעיין געווען ב"ה

מאסיווע ארבעט - אבער אויב איך געדענק גוט הניח אחריו מקום להתגדר בו

יא יא, אין געוויסע ענינים ברענגט ער בסך הכל אראפ אלע גירסאות און לאזט אפן צו פסק'נן וויאזוי מ'וויל...
סוף מעשה במחשבה תחילה.
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

קאריץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

ידועות האט אראפגעברענגט ר' פנחס אלס איינע פון די דריי הויפט ממשיכי הבעש"ט
ס'איז כדי אנצומערקען אז נאך די פטירה פון ר' פנחס, איז די חסידות גאווארן כדוגמות ברסלב ס'איז געווען מנהיגים אבער נישט קיין רבי'ס, אנגעפאנגען פון ר' רפאל מבערשעד און די המשך קען מען זעהן סוף ספר אמרי פנחס אין די תולדות, וקבלתי אז ביז די קריג (אדער תר"פ) איז נאך געווען בערשעדע חסידים, (אזוי האבן זיי זיך גערופען)
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

יונגרייז האט געשריבן:ידועות האט אראפגעברענגט ר' פנחס אלס איינע פון די דריי הויפט ממשיכי הבעש"ט
ס'איז כדי אנצומערקען אז נאך די פטירה פון ר' פנחס, איז די חסידות גאווארן כדוגמות ברסלב ס'איז געווען מנהיגים אבער נישט קיין רבי'ס, אנגעפאנגען פון ר' רפאל מבערשעד און די המשך קען מען זעהן סוף ספר אמרי פנחס אין די תולדות, וקבלתי אז ביז די קריג (אדער תר"פ) איז נאך געווען בערשעדע חסידים, (אזוי האבן זיי זיך גערופען)

זייער אן אינטערסאנטע צושטעל. מ'קען עס אביסל אויפכאפן מתוך עצם הספר אמרי פינחס, בפרט ביי די עובדות ושיחות א.ד.ג.
דאס אז ס'האט זיך געהאלטן אן המשכה ביז נאנט צום קריג איז פאר מיר א שטארקע חידוש, כ'קען באשטיין צו הערן מעהר דערוועגן, ביטע מהנה זיין מאוצרכם הטוב, וייש"כ.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

חושב מחשבות... האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:פיין מעיין געווען ב"ה

מאסיווע ארבעט - אבער אויב איך געדענק גוט הניח אחריו מקום להתגדר בו

יא יא, אין געוויסע ענינים ברענגט ער בסך הכל אראפ אלע גירסאות און לאזט אפן צו פסק'נן וויאזוי מ'וויל...

נא אפשר דארף מען א בי"ד של שלשה לפסוק הדין להלכה ולמעשה שהי'...

אגב, אין געוויסע פלעצער איז ער יא נוטע להכריע במקום שיש ראיות מחודשות וכדו'.
אויף די רשימת התלמידים קען מען זאגן אז הרבה איכא למשמע פון זיינע השמטות, אבער געוויסע זאכן זענען אומקלאר.
ועוד יש להאריך
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

אמרי פנחס פ תולדות.png
אמרי פנחס פ תולדות.png (84.13 KiB) געזען 976 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'ליגט מיר אין קאפ אז דאס שטייט שוין ערגעץ פריער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אויב מעג איך זאגן דעתי הקלושה אין די סיבה פארוואס חסידות האט זיך אזוי שטארק תהומיותדיג ציטיילט ביי די לענדער.

ערשטנס בכדי צו ענטפערן די קשיא דארף מען כאפן דעם קאנצעפט וואס איז דאס חסידות...
איז ערשטנס איך ווייס נישט וואס דאס איז.. אפילו נניח אז סאיז לא נשתכח..
אבער, העמיר צוגיין דערצו ווי א חוקר אבער מיטן אונגארישע תמימות... עכ"פ דאס איז מיין רצון..
---------
לכאורה האט חסידות אונז געדארפט צו מסביר זיין די סאמע אלף בית יסודות פון עבודת השם, שכר מצוה, מציאות השם, הנהגת השם.
אין אנדערע ווערטער די בעיסיקס פון אידישקייט.

די באגריף אז דער אויבערשטער איז מלא כל הארץ כבודו אבער במלא מובן המלא.. אין די גרעסטע טמאה אריין.
די באגריף אז גארנישט עקזיסטירט נישט חוצן אויבערשטן, ואני קרבת אלוקים לי טוב.. יעדע גשמיות איז אן אפצווייג במשרין אדער בעקיפין פון עפעס א אמתע רוחניותדיגע עקזיסטענץ וואס דו דארפסט פשוט אפשיילן די שאלאכטס און כאפן די נקודה..
די באגריף פון בכל דרכיך דעהו.. ווייל סאיז נישטא קיין דרכך.. סנישטא קיין איך.. מקען נישט זיין קיין אפיציר מיט א שטריימל.. א מגושם מיט א בלאט גמרה.. ביסטו משבעוד אינטער מציאות הבורא אדער דו ביסט משעובד אינטער קליפות? דו לערנסט פארן אויבערשטן אדער דו לערנסט פאר עפעס א אייגענע אינטערעסע? א רשות בפני עצמו חלילה..
די באגריף פון זה לעומת זה עשה אלוקים.. סאיז דא קדושה און סאיז דא טומאה.. די חילוק איז א חוט השערה.. סוף סוף וואס איז דיין כוונה? מיינסטו קוב"ה אדער מיינסטו עפעס אנדערע אינטערעסן? ביסטו אינטער די הנהגה פון קוב"ה אדער "דו" ביזט דער וואס טוט און דרייט?
די באגריף אז די וועלט איז למראית העין אפגעהאקט כביכול פון קוב"ה .. און דו נעמסט יעדע באהאלטענע נקודה אלוקית וואס וואלגערט זיך און געפינט זיך איבעראל און דו ביסט עס מעלה.. אז די עבודה פון א איד איז התגלות כבוד שמים..
-------------
האמיר שוין אביסל געפאטשקעט אין געמוזלט אביסל אין די בעיסיקס.

איז אזוי, לאמיר צוטיילן די ריאליטי אין דריי,
עולם- די וועלט/פלאטץ
שנה- די צייט
נפש-דער מענטש/נשמה
--
די וועלט איז פיל מיט דריי באגריפן,
קדושה, און להבדיל טומאה, און נאכדעם האמיר נוטראל, וואס ווערט אויך אנגערופן קליפת נוגה.

די דריי באגריפן איז דא אין די אויבנדערמאנטע דריי סארטן מציאות'ן פונעם ריאליטי.. הנקרא עש"ן
(עולם שנה נפש)
סאיז דא הייליגע פלעצער און להבדיל די פארקערטע דערפון..
סאיז דא הייליגע מענטשן, גערופן אידן.. און להבדיל די היפך דערפון...
סאיז דא הייליגע זמנים און להבדיל די היפך דערפון...
---
נישט יעדע קדושה איז אייניג.. פונקט אזויווי מענטשן און פלעצער זענען נישט אייניג.. איך רעד נישט פון גרויסקייט.. איך רעד פשוט פון די עצם מציאות שבו..
סאיז דא אסאך סארטן הנהגות.. און אלעס אלעס איז הייליג..
סאיז דא די מידת החסד און סאיז דא די מידת הגבורה... ועוד ועוד..
חנוכה איז נישט פורים...
און דער מגן אברהם איז נישט דער טורי זהב..
---
זה לעומת זה עשה אלוקים,
סאיז פאר יעדע סארט/מציאות של קדושה פארהאנן א טומאה כנגדו..
יעדע מרדכי האט א המן וואס שטייט אים אין וועג..
אין אנדערע ווערטער... אניז לעבן אין א קאלירפולע וועלט...
אלעס איז אן עירוב פון טוב און רע...
סאיז דא אסאך מיני טוב'ס... און סאיז דא אסאך מיני רע'ס..
--------------------
די עבודה פון די צדיקים איז באשטאנען פון מגלה זיין כבוד שמים.. פארשטיין צו די קליפה און אים מעביר זיין.. אדער אים צו מכניעה זיין אינטער די קדושה..
פארשטיין צו די קליפת המקום.. פארשטיין צו די חסידים בפרטיות... יעדער מיט זיין פעקל.. יעדער מיט זיין כאראקטער..

טבע האדם ליהות נמשך אחר המקום....

אן אונגארישע איד האט געהאט גאר אן אנדערע עבודה ווי א פוילישער איד..
ער האט געלעבט אין אן אנדערע אויר.. געוועזן אן אנדערע נפש.. זיך סאפראוועט מיט אנדערע קליפות..
און ב"ה אז דער הייליגער באשעפער האט אונז צוגעשיקט צדיקים וואס האבן אונז גוט מסדר געווען...

און אזוי האבן זיך זאכן אזוי שטארק צוטיילט... לפי המקום ולפי המצב ולפי הזמן..


---------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
סאיז פאריבער די מלחמה און אונז זעמיר געבליבן יתומים בגשמיות און אסאך מער ברוחניות....

בעפאר די מדינה הטמאה איז אויפגעשטאנען האט מען זיך נישט גערישט אויף דעם... ס'נישט געווען קיין אוועקגעשטעלטע מהלך וויאזוי צו דיעלן דערמיט..
והוא הדין איז געווען מיט די טומאת אמעריקע...
ביז סאיז אויפגעשטאנען דער צדיק יסוד עולם די רבי זי"ע און האט עס גוט און קלאר אוועקגעשטעלט בכל פרטיה ודקדוקיה...

(פארשטייסטע פארוואס ער האט געהאלטן נשתכח?)
---------------

איך ריש מיך אויף קולי קולות.....
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”