הרבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל וצאצאיו , כ"א אדר תקמ"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

בראשית ברא האט געשריבן:
ס'דא איין קראנטע זאך, א גמרא וואס דער הייליגער טשארטקובער איז מעיד דערויף

ווי ליגט דער גמרא?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

מה ידידות האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
ס'דא איין קראנטע זאך, א גמרא וואס דער הייליגער טשארטקובער איז מעיד דערויף

ווי ליגט דער גמרא?

איך קען דיר נאר אזויפיל זאגן, אז ס'איז געוויזן געווארן פאר ר' לייביש שליט"א אפאר יאר צוריק און ער האט געבעטן מ'זאל עס אים נישט ברענגען סתם אזוי, ער וויל קודם גיין אין מקוה ועוד הכנות, די הרגשים זענען געווען מורא'דיג.
מ'זאגט אז זיינע גמרות איז געווען דורכגעווייקט מיט טרערן
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב נישט געוואוסט אז ר' לייביש ליש שליט"א איז אזא בעל הרגש
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

מיללער האט געשריבן:איך האב נישט געוואוסט אז ר' לייביש ליש שליט"א איז אזא בעל הרגש

אוי טייערער מיללער, חכם כמותך יתטפש בהבלים כאלו, בין אדם לחבירו זאל דיר נאך אזוי וויכטיג זיין ווי די הייליגע מבצע פון לאכן הרגשים.
טייטל
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

ר' לייביש ליש אדער ר' לייביש האדמור מפשעווארסק שליט"א?
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

פשעווארסק

אזוי ווי צוליב זייטיגע עניינים האט מיללער אנגעהויבן צו פירן א מערכה איבער חפצים פון צדיקים, אזש ביזן חוזק מאכן פונעם גאנצען ענין וואס איז פארהייליגט געווען ביי אלע צדיקים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

בראשית ברא האט געשריבן:
מה ידידות האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
ס'דא איין קראנטע זאך, א גמרא וואס דער הייליגער טשארטקובער איז מעיד דערויף

ווי ליגט דער גמרא?

איך קען דיר נאר אזויפיל זאגן, אז ס'איז געוויזן געווארן פאר ר' לייביש שליט"א אפאר יאר צוריק און ער האט געבעטן מ'זאל עס אים נישט ברענגען סתם אזוי, ער וויל קודם גיין אין מקוה ועוד הכנות, די הרגשים זענען געווען מורא'דיג.
מ'זאגט אז זיינע גמרות איז געווען דורכגעווייקט מיט טרערן

עפעס א שטיקל היסטאריע קענט איר יא געבן?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

scy4851 האט געשריבן:די טאכטער מיריש ליגט און רימינוב אינטערען אוהל פון ר' מענדעלע ז"ל

פארוואס ליגט זי אין רימנוב
הייתי ברימנוב ביום ג ההעל"ט ולא ידעתי שזקנתי נקברה שם = ושמעתי בשם רבי יעקלע משפעווארסק זצ"ל וגם מהטאהשער רבי זצ"ל שיש לילך לשם ולהתפלל שבחייה היתה לו כח גדול
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך אן אייניקל פון רבי רבי אלימלך און א קאזשניצער אייניקל ועוד צדיקים אויפן ווארשא ביה"ח - ר' הילל ירחמיאל ב"ר ישראל אליעזר אשכנזי:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_113378/info/
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

מיללער האט געשריבן:נאך אן אייניקל פון רבי רבי אלימלך און א קאזשניצער אייניקל ועוד צדיקים אויפן ווארשא ביה"ח - ר' הילל ירחמיאל ב"ר ישראל אליעזר אשכנזי:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_113378/info/

עס איז דא א באשרייבונג פון זיין ברודער אין יזכור-ביכל פון פאריסוב (עמ' 58)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:

נאך קלאהרער: דאס איז דער זוהן פון ר' ישראל אלעזר (וכ"כ במצבה) אשכנזי אב"ד סאבין ב"ר אורי יהושע אשר אלחנן מפאריסוב (שהיה חתן ר' שמעלקא מקאזניץ, נכד הרה"צ מקאזניץ וליזענסק). עי' בהשמטה שאחר ההקדמה לספרו מגדנות אלעזר "והנה ביום כ"ב לחודש מרחשוון קודם הסתלקותו שהי' אז יומא דהלולא דבנו בכורו המופלג המנוח מו"ה הלל ז"ל"

ווי אזוי גייט אבער דער יחוס צו ראדאשיץ?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

יעצט זעה איך ביי אלפסי'ן (אין זיין ספר אויפ'ן ראדאשיצער) אז ר' ישראל אלעזר (וועם ער רופט אליעזר) איז געוועהן איין איידים ביי ר' אלימלך יעקב יצחק ב"ר פנחס מקינצק (ווידער נכד היוה"ק) וחתן אחד מאדמו"רי ראדאשיץ (איך בין צומישט מיט די זיווגים דא).
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

רבי אלימלך יעקב יצחק מסוכידניוב איז בזוו"ר געווען אן איידעם ביי רבי הלל מראדושיץ (בן רבי יצחק מראדושיץ חתן הס"ק מראדושיץ), און בזוו"ש איז ער געווען אן איידעם ביי זיין שוואגער רבי אליעזר דוד מראדושיץ (בן רבי הלל מראדושיץ הנ"ל וחתן רבי אברהם יצחק מסטאשוב נכד ה'נועם אלימלך' מליזענסק וה'גוטע איד' מניישטאט).

רבי אי"י האט זיכער געהאט קינדער מזוו"ש (בנו רבי יוסף ברוך מקילץ שנקרא ע"ש ה'גוטע איד'), די שאלה איז נאר פון וועלכע זיווג איז זיין טאכטער אשת רבי ישראל אלעזר הנ"ל.
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

בד"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

באנגליה נסתלק הרה"ח רבי אליעזר קלמן טיפענברון זצ"ל נכד הרה"ק רבי נפתלי מליזענסק זי"ע - מזקני נכדי רבינו בעל נוע"א
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

רבי אליעזר קלמן טיפענברון זצ"ל
בן מ' שיינדיל
בת מ' ראניא
בת מ' הדס צביה
בת הרה"ק ר' נפתלי מליזענסק זי"ע
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מצבת ר' יחזקאל ב"ר יוסף יואל וויינגארטן נכד הרבי ר' אלימלך זצוק"ל מליזענסק - בעיר ווארשא
http://cemetery.jewish.org.pl/id_113230/info/
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

והא לך מצבת אמו: http://cemetery.jewish.org.pl/id_53173/info/
לבית זילבערמאן, ע"פ JRI (ומשם, לכאורה, הקשר להר"ר אלימלך, אחרי גילויי הרב וועקשטיין על צאצאי ר' אליעזר ליפא מחמעלניק)
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

הסרפד האט געשריבן:והא לך מצבת אמו: http://cemetery.jewish.org.pl/id_53173/info/
לבית זילבערמאן, ע"פ JRI (ומשם, לכאורה, הקשר להר"ר אלימלך, אחרי גילויי הרב וועקשטיין על צאצאי ר' אליעזר ליפא מחמעלניק)

---
אחרי העיון בJRI, סדר יחוסו כך: אביה ר' משה חיים ב"ר הלל ב"ר שמשון זילבערמאן. איז דאס די זעלבע זילבערמאן משפחה ווי ר' ליפא חמעלניקער'ס אייניקליך?
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

dovidal האט געשריבן:
TOTY 1.png
נכד ר"ר אלימלך זי"ע
אגב ער שרייבט א שטאט פון וואו ער איז
קען עס אייניר מפענח זיין

אלעזר אליעזר ליפא עלאוויטש אדמו"ר זבארוב
בן פנחס אלימלך אדמו"ר זבארוב
בן אליהו וז' הרבנית מירוש
בת הרה"ק ר' אלימלך זיעוכי"א
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

״לכבוד די יאהרצייט המשמש ובא״

רבי יענק׳לע ספינק׳ער זצ״ל פלעגט דערציילן:
אז ער איז אויפגעוואקסן ביים זיידן דער חקל יצחק, (וויבאלד ער איז געווען א יתום, זיין מאמע איז אוועק ביי זיין געבורט)
און ס׳האט אים זעהר געגלוסט צו זיין ביים ציון פונעם הייליגן רבי ר׳ אלימלך אויפן יארצייט,
ער האט אבער פארשטאנען אז דער זיידע וועט אים נישט לאזן פאהרן, צו ווייל ער איז געווען צו יונג, צו אן אנדער טעם,
האט ער אפגעמאכט אז ער וועט פארן אנעם זיידן׳ס רשות,
אבער פון וואו נעמט מען געלט,
איז געווען א איד אין אמעריקע וואס פלעגט כסדר שיקן געלט צום חקל יצחק, האט רבי יענק׳לע אפגעמאכט אז איידער די זיידע וועט זיך דערוויסן פונעם געלט, וועט ער נעמען דאס געלט בשתיקה, און ער וועט אפיאגן קיין ליזענסק,
כך הוה, דער איד האט געשיקט א פעקל מיט געלט, און רבי יענק׳לע האט עס אוועקגעלייגט, און זיך געגרייט צו פארן,
איידער ער האט געהאלטן ביים פארן, האט אים דער חקל יצחק געפאקט, האט ער אים געפרעגט פון וואו האטסטו געהאט געלט צו פארן, האט ער געזאגט דעם אמת, האט דער חקל יצחק געזאגט אז ער האט טאקע געווארט אויף דאס געלט, ער זאל עס צוריקגעבן,
האט אים דער חקל יצחק געזאגט, לכבוד דעם וועל איך דיר דערציילן א מעשה פונעם רבי ר׳ אלימלך.

א איד איז געקומען צום רבי׳ן ר׳ אלימלך זיך באקלאגן אז ער דארף חתונה מאכן אפאר קינדער און ער האט נישט קיין פרוטה, האט אים דער רבי ר׳ אלימלך געגעבן דריי גראשן, (דאס איז געווען קליינע מטבעות)
און אנגעוואונטשן אז דער אייבערשטער וועט העלפן, און ווי נאר דער איד איז ארויסגעגאנגען, רופט אים דער רבי ר׳ אלימלך צוריק, און בעט אים צוריק איין גראשן, און ער זאגט אים ״צוויי איז גענוג...״ דער איד גייט ארויס פארוואונדערט, וואס איז פשט אז דער רבי בעט צוריק א גראשן, און בכלל וואס קען מען שוין טוהן מיט אפאר גראשן, אבער אז דער רבי בעט האט ער נישט קיין ברירה,
פאהרט זיך דער איד אהיים מיט די צוויי גראשן, און אינמיטן וועג איז דער איד דורך געפארן א וואלד, אינמיטן די וואלד זעהט ער דריי יונגען בראטן פלייש איבער א פייער, ער פאהרט צו נענטער, קומען די חברה צו צו אים, מיט א גרויסע לעדערנע טאשקע, און זיי פרעגן אים צו ער וויל עס אפקויפן, און זיי בעטן פון אים דריי גראשן, זאגט דער איד ער וויל זעהן די טאשקע, ווייזן זיי אים די טאשקע, זעהט ער אז ס׳איז פיל מיט באנקנאטן, פאפירענע געלט, די שקצים האבן נישט פארשטאנען אז דאס איז געלט, זיי האבן געוואלט מטבעות צו קענען קויפן משקה, זאגט דער איד אז ער האט נאר צוויי גראשן, האבן זיי נישט געוואלט געבן די טאשקע, ווייל זיי זענען דריי מענטשן דארפן זיי פאר יעדן איין גראשן, האט דער איד געזאגט, ווייסט עטס וואס, איך נעם ארויס די פאפירען פונעם טאשקע, און איך געב ענק פאר דעם צוויי גראשן, און איך געב ענק אויכט די טאשקע, האבן זיי מסכים געווען,
האבן די חברה זיך אנגעהויבן קריגן ווער ס׳באקומט די גראשן, און ווער באקומט די טאשקע, האט איינער זיך אויפגרעגט און אריינגעווארפן די טאשקע און פייער,
אפאר מינוט דערויף קומט צו פארן א גראף, און לויפט צו צו די שקצים, און פרעגט זיי צו זיי האבן געזעהן עפעס א טאשקע, ווייזן זיי אויפן פייער ווי ס׳ברענט, האט דער גראף פארשטאנען אז די געלט ליגט אינעווייניג, האט ער זיך מייאש געווען,
האט דער חקל יצחק מסביר געווען אז דער רבי ר׳ אלימלך האט אים צוריקגעבעטן איין גראשן, ווייל אויב נישט, וואלט דאך דער איד געגעבן אלע דריי פאר די גויים, וואלטן זיי געוויזן פארן פריץ אז דער איד האט דאס געלט.

רבי יענק׳לע פלעגט אויספירן אז פארדעם האט דער רבי ר׳ אלימלך קודם געגעבן דריי גראשן, און דערנאך צוריק געבעטן איינס, ווייל אין דער צייט האט גענומען פארן פריץ ער זאל פארלירן זיין טאשקע.

זכותו יגן עלינו
לעצט פארראכטן דורך חיי אריכי אום מאנטאג מארטש 12, 2018 8:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

https://thechesedfund.com/cause/help-goldberg
איר קענט העלפן אן אייניקל פון רבי אלימלך זי"ע ביומא דהילילא
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

לפי הנראה איז נאך נישטא אן אשכול איבער די ספר הקדוש והנורא "נועם אלימלך". וואס זאל כולל זיין מאמרים פתגמים אמרות וכדו' אויף דעם הייליגען ספר.
מישהו איז מכובד צו גיין פתיחה. ס'איז דא אסאך וואס צו צולייגן אויף דעם ענין.
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

זי''ע היינט איז עס דארנעשטאג
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

בציון של הרה"ק מריבניצא שמעתי היום שהה"ק רבי יודעלע דזיקובער זי"ע היה אומר שטוב לומר תפלת הרה"ק רבי רבי אלימלך זי"ע אצל ציון של צדיק
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ידיעות שונות האט געשריבן:לפי הנראה איז נאך נישטא אן אשכול איבער די ספר הקדוש והנורא "נועם אלימלך". וואס זאל כולל זיין מאמרים פתגמים אמרות וכדו' אויף דעם הייליגען ספר.
מישהו איז מכובד צו גיין פתיחה. ס'איז דא אסאך וואס צו צולייגן אויף דעם ענין.

איך מיין אז עס איז א שאד אריינצווארפן דא דעם ענין, אויב איינער ווייסט אפשר פון אן אנדערען אשכול וואס איז מעהר פאסיג, ביטע לאזן וויסן.
ואם תטב הדבר בעיני המלכים, איז כדאי צו עפענען אן אשכול מיוחד לכבוד דעם יומא דהילולא קדישא, היינט דאנערשטאג כ"א אדר תשע"ח.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”