רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליטה גדולה »

כ"ק מרן אדמו"ר
רבי מאיר רוקח זצ״ל
מקאזלוב

דער רבי זצ"ל איז געווען א זוהן פון הרה"צ ר' משה רוקח זצ"ל אדמו"ר מקאזלוב, בן הרה"צ ר' מאיר זצ"ל, בן הרה"צ ר' אברהם יושע העשיל זצ"ל, בן הרה"ק רבי משה מקארוב זי"ע, בן הרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע,
ווי אויך האט דער רבי געצויגן זיין הערליכע יחוס צו די צדיקים הרה"ק רבי אשר מראפשיץ, בעל אוהב ישראל מאפטא, הדגל מחנה אפרים, הבעשטה"ק זי"ע, ר"ר מאיר מפרימשלאן זי"ע, רבי יואל משאץ זי"ע, רבי יוסף מיאמפאלא זי"ע, ר"ר מיכל'ע מזלאטשוב זי"ע און נאך.
אלס בחור האט דער רבי פלייסיג געלערנט אין ישיבה ערוגת הבושם ד'צעהלים וואס דאן האט דארט געדינט אלס ראש ישיבה הגה"ק בעל ברכות שמים מקאשוי זצ"ל, און שפעטער האט ער ממשיך געווען אין די ניי געגרינדעטע ישיבה אהל שמואל ד'קאשוי ווי דער רבי האט קונה געווען פון זיין גרויסן רבי'ן אסאך תורה און יר"ש און איז פארבליבן א נאנטע תלמיד אלע יארן, און שפעטער געשיקט עטליכע פון זיינע קינדער לערנען אין די קאשוי ישיבה, ווי אויך ביים לוי' פון זיין גרויסן רבי'ן אדר תשס"ה האט מען איהם מכבד געווען מכתיר צו זיין בנו הגדול הגה"ק בעל שיח חיים זי"ע אלס ממלא מקומו.
כשהגיע לפרקו איז דער רבי געווארן א איידעם ביי הגה"צ ר' שמחה בונם גרינבערגער זצ"ל ראב"ד פרעשבורג אין וואשינגטאן-הייטס, וואס ער איז אויך געווען א גרויסע יחסן ציענדיג זיין יחוס צו צדיקי בית גארליץ, צאנז, סיגוט, בעלזא, ליזענסק, אפטא, קאזניץ, קאסוב, וויזניץ, קאריץ, טשערנאביל און נאך.
נאך די פטירה פון זיין פאטער בשנת תשל"א לפ"ק האט ער איבערגענומען דאס ביהמ"ד וואס איז דאן געווען אין קראונהייטס, און בשנת תשל"ד האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק ווי ער האט געעפענט דאס ביהמ"ד וועלכע איז געווען א לייכט-טורעם פאר די גאנצע אומגעגענט.
דער רבי זצ"ל האט מרביץ תורה געווען איבער דרייסיג יאר אין ישיבת חתן סופר אין ב"פ און עוסק געווען בתורה יומם ולילה מיט א זעלטענע התמדה, ווי אויך איז ער געווען א ווארימע בעל תפלה, און איבער אלעם איז אויף איהם געווען אויסגעגאסן א ענוות חן מיט א מורא'דיגע פשטות.
מיט יארן צוריק האט דער רבי אויפגעשטעלט מוסדות התורה פאר די פלטים וואס זענען ארויפגעקומען פון רוסלאנד, און האט אויך געדינט אלס רב פון שטאט 'טשערנאוויץ' אין אוקריינא ווי ער האט מקרב געווען אסאך יודישע נשמות לאביהם שבשמים.
דער רבי האט פארמאגט א ריזיגע אוצר הספרים מיט טויזענטע אלטע און אנטיק ספרים וואס ער האט געיארשענט פון זיין טאטע זצ"ל, ווי אויך האט ער געהאט אין זיין באזיץ די בעכער פון זקינו הרה"ק השר שלום זי"ע וואס ער האט באקומען בירושה.
במשך די לעצטע פאר יאר האט דער רבי געליטן פון פארשידענע מיחושים אבער ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עבוה"ק, די לעצטערע וואכן איז דער רבי גאר שוואך געווען און פארגאנגענעם מוצ"ש צו - שבת הגדול איז דער רבי נסתלק געווארן לשמי מרום אין עלטער פון 77 יאהר, לדאבון לב כל בית ישראל.
ביים לויה וואס איז פארגעקומען זונטאג אינדערפריה פארנט פון בית מדרשו האט מען מכתיר געווען דעם צווייטן זון הגה"צ ר' אברהם יהושע העשיל רוקח שליט"א אלס אדמו"ר מקאזלוב אין וויליאמסבורג, און די זון הרה"צ ר' מרדכי רוקח שליט"א אלס אדמו"ר מקאזלוב אין בארא פארק.
דער רבי זצ"ל איז געקומען לקבורה אויפן קאזלוב'ע חלקה אין ביה"ח 'בית דוד' אין לאנג איילענד נעבן ציון קדשו פון זיין פאטער הגה"ק ר' משה רוקח זצ"ל אדמו"ר מקאזלוב.
דער רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט א שיינעם דור פון בנין וחתנין רבנן:
בניו:
הרה"צ רבי שמואל שלום שליט"א אב"ד קארוב, חתן הגה"צ אב"ד וואוידיסלאוו זצ"ל,
הרה"צ רבי אברהם י-הושע העשיל שליט"א אדמו"ר מקאזלוב וומס"ב, חתן הגה"צ אב"ד סוליצא וויליאמסבורג זצ"ל,
הרה"צ רבי יואל שליט"א אב"ד אהל משה קאזלוב מאנסי, חתן הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א,
הרה"צ רבי משה שליט"א, חתן הגה"צ רבי יחזקאל דייטש שליט"א אב"ד מקור חיים מאנסי,
הרה"צ רבי שמחה בונם שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד דברי אמונה מאנסי שליט"א,
הרה"צ רבי מרדכי שליט"א אדמו"ר מקאזלוב-ב"פ, חתן כ"ק אדמו"ר מקאליש זצ"ל,
הרה"צ רבי יוסף אלטר שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד נירבאטור שליט"א,
הרה"צ רבי לייבוש שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מסטראזניץ שליט"א.
חתניו:
הרב יוסף מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד סאטמאר ב.פ. שליט"א,
הרב שרגא פייבל איגר שליט"א חתן הרב עזריאל מאיר איגר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מלובלין זצ"ל.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
לעצט פארראכטן דורך פליטה גדולה אום פרייטאג אפריל 17, 2020 5:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

ציונו של זקינו ר' מאיר מקאזלוב זצ"ל
נלב" ע ה' תשרי שנת תש"ב לפ"ק
ושל אביו ר' משה מקאזלוב זצ"ל
נלב" ע ח' תשרי שנת תשל"א לפ"ק
אטעטשמענטס
IMG_0056%5B1%5D.jpg
IMG_0056%5B1%5D.jpg (23.45 KiB) געזען 3139 מאל
IMG_0055%5B1%5D.jpg
IMG_0055%5B1%5D.jpg (26.13 KiB) געזען 3139 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

נאך עפעס אינטרעסאנטע חפצים חוץ פונעם בעלזער בעכער?
דביה תחדי נפשא
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

זייענדיג א מלמד אין חתן סופר, פלעגט ער נאכ'ן ענדיגן מיט די קינדער זיך אריינזעצן דארט אין כולל און געזיצן און געלערנט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
מאריך אף
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 11:04 am

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאריך אף »

אבל כבד ירד על בורו פארק עם הגיע הבשורה המרה על הסתלקותו לשמי רום של רבי מאיר רוקח זצ"ל רב ואב"ד קאזלוב מחשובי חסידי ברסלב בארה"ב.

היה קשור בלב ונפש להרה"ק מוהר"ן מברסלב זיע"א. לפני כ־60 שנה התקרב לחסידות ברסלב בישיבת קאשוי.

היה כמה פעמים בראש השנה באומאן.

מדי שנה ביארצייט של הרה"ק מוהרנ”ת מברסלב זי”ע היה מוסר שיעור בביהכנ”ס ברסלב בבארא פארק ברחוב 16, מכריו מספרים כי היה גדוש ובקי בספרי ברסלב, בביהמ”ד שלו על הסטנדר שבו היה מתפלל ולומד, תמיד היו מונחים ספרי ברסלב בהם היה מרבה ללמוד.

אב"ד קאזלוב נודע בתוך אמוני עם סגולה כתלמיד חכם מופלג, צנא מלא ספרא, מלא מדע וחכמה, ששקד על תלמודו יומם ולילה. התורההיתה משוש חייו ובה הגה יומם ולילה. האב"ד זצ"ל נולד לפני 77 שנה לאביו כ"ק האדמו"ר רבי משה רוקח זצ"ל, שהיה נין ונכד להרה"ק ה'שר שלום' מבעלזא זיע"א. נצר היה לגזע אראלים ותרשישים, חוליה מפוארת בשרשרת הזהב של אילן החסידות בשלשלת הקודש של גדולי שרפי מעלה אראלים ותרשישים, ראשונים כמלאכים שהאירו את הדורות באור מופלא רום מעלה בגודל קדושתם ויראתם, בית בעלזא, פרימישלאן, ראפשיץ, שאץ, ולמעלה בקודש.

בנעוריו שהה רבות בחצרות הקודש של צדיקי הדור שהשתכנו בארה"ב והסתופף בצל קדשם, כשהם מכוונים ומדריכים אותו על כל צעד ושעל להציבו אל נכון לקראת עתידו הגדול, שמח מאד בשהותו בצל הצדיקים כאשר היתה זו הזדמנות לנפשו המשתוקקת והנכספת לבוראו ללמוד מהם פרק והלכה בעניני עבודת הבורא, בדרכי נתיבות ההתעלות הנשגבים.

בהגיעו לפרקו בא בקשרי שידוכין עם הרבנית החשובה בת הגאון הצדיק רבי שמחה בונים גרינברגר זצ"ל, רב קהילת פרשבורג – חתם סופר בוושינגטון הייטס.

האב"ד זצ"ל נודע כאיש ספר, היתה לו ספריה גדולה בביתו ותלמידי חכמים רבים לצד אוהבי ספר ולומדי תורה, היו באים לספריה הגדולה בביתו לעיין בספריו, והיו נהנים מידיעותיו המחכימות בכל דבר ובכל ענין.

רועה נאמן הוא להמוני בית ישראל תושבי בורו פארק רבתי. מחכמתו האיר לארץ ומטובו השפיע לכלל ולפרט. מעולם לא ננעלה דלתו בפני אדם מישראל – עשיר כרש, בר אוריין או מי שלא קרא מימיו, בר אבהן או בעל תשובה. כי בליבו יש מקום לכולם! טורח הוא מן הבוקר ועד הערב להשיב על מצוקותיהם. יושב ומאזין; משיב ועונה; חותך ומכריע, ללא הפוגה של מנוחה לרגע־קט.

בית מדרשו בפינת רחוב ה־55 ושדרה ה־12 בשכונת בורו פארק בברוקלין. היה לתל תלפיות ליהודים רבים שבאו לחסות בצלו. אורו התגלה לרבים שהתלכדו סביבו וקבעו את מקום תפילתם במחיצתו וקיבלו עליהם את מרותו. רוחב בינתו בהנהגה והדרכת הבאים בשערי ביתו ובית מדרשו, עשו מהלכים רבים בין יושבי בורו פארק.

תפילותיו הלוהטות משכו אחריו את בעלי הנפש, תפילותיו הרטיטו לבבות, ורבים היו באים לשמוע אל הרינה ואל התפילה.

התמסרותו למען הכלל לא ידעה גבולות, התמסר באופן מופלא למען כל יחיד ויחיד, וינהגם וינטלם באהבה רחימאית אין קץ כאב רחמן לבנו יחידו, בהשקיעו שעות רבות לעזור לכל מי ששפך לפניו את סגור לבו, היה חותר במסירות רבה להמציא מזור לפתור את מצוקותיו של הפרט.

כל תשובה שהיה עונה לשואליו הרבים, היה משתדל להעניקה מתוך רוחב לב ונפש בהארת פנים נדירה, תוך שהוא מחדד את הנושא בארוכה, ומבהיר לשואליו את הדרך בה ילכו בנפתולי החיים, והרעיף עליהם טללי חיים בהאירו להם את הדרך בה ילכו.

האב"ד זצ"ל חש באחריות גדולה לכלל ישראל בעבר הקים וניהל מוסדות לעולים חדשים בארה”ב, הקים מוסדות תורה בעיר צ’רנוביץ’ באוקראינה, וקירב יהודים רבים לתורה וליהדות, כשהוא מוסר את נפשו להצעידם במסילה העולה בית קל.

בשבוע האחרון נדבק גם הוא מהנגיף, ולדאבון לב אתמול לפנות בוקר השיב את נשמתו הטהורה ליוצרו. הלוויתו יצאה מבית מדרשו בהשתתפות קהל מצומצם שביכה תמרורים את החלל הגדול דווקא בעת הזאת שכלל ישראל זקוק לישועה גדולה.

הותיר אחריו את זוג' הרבנית שתחי' ומשפחת ענפה. בניו: הגה"ח ר' שמואל שלום רוקח שליט"א אב"ד קארוב, הגה"ח ר' אברהם יהושע העשיל רוקח שליט"א, הגה"ח ר' יואל רוקח שליט"א אב"ד אוהל משה קאזלוב מאנסי, הגה"ח ר' משה רוקח שליט"א, הגה"ח ר' מרדכי רוקח שליט"א, הגה"ח ר' שמחה בונם רוקח שליט"א, הגה"ח ר' יוסף אלטר רוקח שליט"א, הגה"ח ר' לייבוש רוקח שליט"א. חתניו: הגה"ח ר' יוסף מייזליש שליט"א, והגה"ח ר' שרגא פייוויל איגר שליט"א ר"מ בישיבת אלכסנדר.
ת.נ.צ.ב.ה.
פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליטה גדולה »

די צווייטע טעג יו"ט האט דער רבי פארלוירן זיין ברודער הרב אהרן ארי' ז"ל,
ער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק. יהא זכרו ברוך.
מאריך אף
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאריך אף »

נאך עפעס אינטרעסאנטע חפצים חוץ פונעם בעלזער בעכער?
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

האט איינער אפשר א בילד פון רבי משה מקאזלוב און פון זיין טאט'ן רבי מאיר זצ"ל ?
יישר כוח.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
פונעם ווייטן תימן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונעם ווייטן תימן »

פליטה גדולה האט געשריבן:די צווייטע טעג יו"ט האט דער רבי פארלוירן זיין ברודער הרב אהרן ארי' ז"ל,
ער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק. יהא זכרו ברוך.

ער האט געהייסן נאך זיין מאמע'ס טאטע ר' אהרן היילפרין ב"ר לייבוש מברעז'אן

פונעם ווייטן תימן האט געשריבן:

פארוואס מעקסטו די נאמען אריה?

ווייל ער האט נישט אזוי געהייסן
ראשון לציון
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 20, 2015 1:24 am

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשון לציון »

פונעם ווייטן תימן האט געשריבן:ווייל ער האט נישט אזוי געהייסן

במחילת כבודך, אויב האט איר עם געקענט דארפט איר צו וויסן אז ער האט געהאט גרויסע ענינים מיט זיין נאמען אהרן אריה בפרט ווי אזוי מ'זאל עם רופען, צו נאר אהרן אדער אהרן אריה וכו'.
אוועטאר
פונעם ווייטן תימן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונעם ווייטן תימן »

ניין, דאס האב איך קיינמאל נישט מיטגעהאלטן, זאגסט מיט אזא זיכערקייט זעט אויס איר זענט גערעכט
אינטערסאנט פארוואס טאקע האט ער אזוי געהייסן
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

אוודאי אהרן ארי' ... גלייב מיר דו האסט נישט געוואלט איהם רופען אהרן אן ארי', אפילו בטעות... ס'פלעגט זיך ענדיגן זייער אומבאטעמט....
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
פונעם ווייטן תימן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 4:41 pm

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונעם ווייטן תימן »

פארשטיי מיר..
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

בילד
כתב ידו ותמונתו של כ"ק האדמו"ר רבי משה רוקח מקאזלוב זצוק"ל.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:בילד
כתב ידו ותמונתו של כ"ק האדמו"ר רבי משה רוקח מקאזלוב זצוק"ל.

די בילד איז פון בנו ממלא מקומו רבי מאיר זצ"ל
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

די בריוו אויך
דביה תחדי נפשא
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

סאיז דאך אינטערגעשריבן הק' מאיר
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

אז מרעט שוין הער איך אז ער איז געווען גאר א שיינע ווארימע בעל תפילה. ימים נוראים אויף נוסח ראפשיץ ווייסט איינער ווי סאיז דא ריקארדיראנגען
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
פונעם ווייטן תימן האט געשריבן:
פליטה גדולה האט געשריבן:די צווייטע טעג יו"ט האט דער רבי פארלוירן זיין ברודער הרב אהרן ארי' ז"ל,
ער האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק. יהא זכרו ברוך.

ער האט געהייסן נאך זיין מאמע'ס טאטע ר' אהרן היילפרין ב"ר לייבוש מברעז'אן

פארוואס מעקסטו די נאמען אריה?

די גאס פלעגט אים רופן בלויז אהרן מיטן ערשטע נאמען מאנכע האבן געמיינט אז ער הייסט נאך בעלזא רב זיע"א אבער א אוודאי געוויס נישט ווייל בעלזא רב האט נאך געלעבט ביי זיין ברית
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:בילד
בילד

מקור: https://kevarim.com/rebbe-moshe-rokeach-2/
וואס איז פשט פון די סטראקעס?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אום אני חומה האט געשריבן:וואס איז פשט פון די סטראקעס?

זיין זיידע מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע איז אויך געגאנגען סטראקעס.
בנו מרן מהר"י האט עס אויסגעטאן.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי מאיר רוקח זצ"ל מקאזלוב, י"א ניסן תש"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אוראייניקל האט געשריבן:
אום אני חומה האט געשריבן:וואס איז פשט פון די סטראקעס?

זיין זיידע מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע איז אויך געגאנגען סטראקעס.

אין די וואכן?
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”