רבי מאיר מפרעמישלאן זצ"ל - כ"ט אייר תר"י

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:די מציבה וואס איז פריער אראפגעברענגט איז די ארגינעלע, אדער איז דאס געטוישט געווארן?

קען איינער מעתיק זיין די נוסח מציבה?

איך פרעג אויך צי די מציבה איז אריגינעל. ווען מען זעהט די אנדערע ארום אינעם אוהל קוקט אויס ווי ס'יז א נייע מצבה.
אויך די מצבה פון רבי אברהם'טשע ממיקולייוב זי"ע, איידעם פון רבי מאיר'ל קוקט אויס גענוי די זעלבע.

די נוסח המצבה:

כתר שם טוב
ערב ר"ח סיון
שנת תרי לפ"ק
איש ירא אלקים
הרב החסיד וענו
עובד ד' מנעוריו
דובר אמת בלבבו
אהב צדקה ומשפט
אמת פזר נתן
לאביונים ורבים
השיב מעון בוצינא
קדישא מוה"ר מאיר
זצלה"ה בהרב החסיד
בוצינא קדישא
מוה"ר אהרן
אריה זצלה"ה
תנצב"ה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

געהערט אז די מצבות זענען ארגינעלע וואס מען האט געטראפן בשעתן איבערבויען דעם אהל און אויפגערוימט די ביה"ח
רוב (אפשר אלע) מצבות זענען געווען צובראכן איינס מער און איינס נאך מער, און מען האט דאס הערליך צאמגעשטעלט
ווען איך בין דארט געווען אפאר יאר צוריק זענען אלע מצבות געווען ליגעדיג און עס איז געווען צאמגעשטעלט אין א האלצערנע פרעים, היינט שטייען אלע מצבות הערליך בתפארתם
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שוועמל האט געשריבן:פון אישי:
פון רבי מאיר'ל האט מען געדרוקט, אין אמעריקא דברי מאיר, אין אר"י פנים מאירים, פארן קריג איז אויך געווען עטליכע ליקוט ספרים פון איהם.‬

דברי מאיר איז פארהאן אין די ליקוט "ספרים הקדושים מתלמידי בעש"ט" בית הילל, איך ווייס נישט וואו ס'יז נאך דא בנמצא היינט.

ווער עס וויל עס איבערדרוקן אדער אנדערע ספרים פון רבי מאירל זי"ע זאל זיך ווענדן אין אישי איך בין גרייט ארויסצוהעלפן בגוף ובממון בע"ה.

געווען אויפן ציון? געהאט א מופת? זיך פארגענומען א דבר טוב? פארציילט ביטע.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

דברי מאיר מיינסטו דאס http://www.hebrewbooks.org/3846 אדער איז אין בית הלל דא מער?
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

טערעסאנט! קיינער האט עס נאכנישט ארויף געברענגט!

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל. אמן!
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פארדינט האט געשריבן:טערעסאנט! קיינער האט עס נאכנישט ארויף געברענגט!

זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל. אמן!

בכלל נישט 'טערעסאנט', מיטן ארויפברענגען אן אשכול אין טאג פון א יארצייט טוט מען א טובה פאר די נשמה?

מהאט דאך געשמועסט אז עס איז דא אן אשכול צו דערמאנען איבער בעפארשטייענדע/היינטיגע יארצייטן, לזכות את ישראל
viewtopic.php?p=590251#p590251
צו וואס סתם מעלה זיין אשכולות אן קיין נייע תוכן?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

א מציבה פון אן אייניקל פון רבי יצחק מקאליש ב"ר ארון ליב מפרעמישלאן
http://data.jewishgen.org/imagedata/jow ... 55/043.jpg
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

וואלט איינער געוויסט צו ס'איז פארבליבען היינט צו טאג בן אחר בן פון רבי רבי מאיר'ל זיע"א?, ער האט דאך געהאט א'זון מיט די נאמען רבי צבי וואס ס'איז אוועק בחיו,און ער איז געפארן בלי ידיעת אביו קיין סטרעטין .און דער רבי צבי האט געהאט א'זון מיט די נאמען רבי מרדכי אריה,און דער רבי מרדכי אריה האט געהאט צוויי זון ,איין זון מיט די נאמען רבי מאיר,מ'האט אים גערופען רבי מאיר בעל תפלה,געווען רבי און פרעמישלאן און ממונה אויף זיידענ'ס ציון. און די צווייטע זון רבי אברהם,געווען פרעמישלאנער רבי און לעמבערג.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פשט און פסוק.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

רבי מאיר'ל זיע"א פלעגט אסאך האקן אויף די פאלשע רבי'ס.

פלעגט ער אזוי טייטשן די פסוק (לך לך פרק ט"ו פסוק י' ). ויאמר אליו קחה לי עגלה משלשת ועז משלשת ואיל משולש ותור וגוזל.

עגלה משולשת זאלסט נעמען א'גוטען בויד (פיאקער) ועז משלשת דריי גבאים געזונטע עזי פנים'ער, ותור און זאג תורה, וגוזל און זאלסט ביי גזל'נען די עולם.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 2:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

וכן מתאמרא משמיה תבן אין ניתן לעבדיך מלשון תבונה ומש''ה ולבנים ווייסע בעקיטשעס אומרים לנו עשו
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

די ווייסע האר.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

חמרא טבא האט געשריבן:וכן מתאמרא משמיה תבן אין ניתן לעבדיך מלשון תבונה ומש''ה ולבנים ווייסע בעקיטשעס אומרים לנו עשו

א'ענדליכע ווארט פון רבי מאיר'ל זיע"א תבן אין .. ס'איז נישט דא קיין שכל, ולבנים אומר לנו עשו, אבער די ווייסע האר און בארד זאגט אונז תשובה טוהן.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 2:46 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:וכן מתאמרא משמיה תבן אין ניתן לעבדיך מלשון תבונה ומש''ה ולבנים ווייסע בעקיטשעס אומרים לנו עשו

א'ענדליכע ווארט פון איינער פון די רבי'ס תבן אין .. ס'איז נישט דא קיין שכל, ולבנים אומר לנו עשו, אבער די ווייסע האר און בארד זאגט אונז תשובה טוהן.

כ''ה בספה''ק דברי מאיר פ' וארא
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תכלית גערעדט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

איך האב מיר דערמאנט נאך א'ווארט פון רבי מאיר'ל זיע"א.

ס'שטייט און פסוק (פרשת צו פסוק ד') ופשט את בגדיו ס'וועט קומען א'טאג מ'וועט אויסטוהן די קליידער פון א'מענטש, ולבש בגדים אחרים און מ'וועט אים אנטוהן תכריכים,והוציא את הדשן מחוץ למחנה מ'וועט ארויס טראגען דעם גוף צום בית החיים, אל מקום טהור וועט ער זוכה זיין וועט ער זיין און גן עדן, אז נישט והאש על המזבח תוקד בו וועט ער ברענען און גהינום ל"ע.

וועגען דעם זאגט מאיר'ל טוהטס תשובה ביי צייטענס.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פשט בזמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

האט פארציילט הרה"ק קאמינקא רב זיע"א לרבו הרה"ק רבי שלום מ'בעלזא זיע"א ביים שבת'דיגער סעודה, אז אמאל איז געקומען א'איד צו רבי מאיר'ל פרעימשלאנער זיע"א און אים געבעטן ער זאל אים אנווינטשן א' בן זכר ,האט אים רבי מאיר'ל געזאגט אויב וועסטו מיר מאכען א פירהאנג (ווילון) פאר מיין בעט וועסטו געהאלפן ווערען.

האט אים דער איד געפרעגט וואספארא שייכות האט א'פירהאנג מיט א'זוהן?, האט אים רבי מאירל גענטפערט אז און שבת זמירות שטייט, ואלין מליא יהון לרקיעיא ותמן מאן שריא הלא ההוא שימשא.

די פשט איז אזוי,ואלין מיינט א'וילון (פירהאנג) יהון לרקיעיא זאלסטו מאכען פאר מיין הימעל בעט (א'בעט מיט א'וילון האט מען גערופען "הימעל בעט"),ותמן מאן שריא און דעם בעט וועט מאיר'ל ליגן,הלא ההוא שימשא וועט דער מענטש האבען א'זוהן (שמשא מיינט זון).

ווען בעלזא רב האט געהערט די מעשה האט ער הנאה געהאט און זיך צולאכט.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

כוחה של הרבנית מ'שאץ .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט הרה"צ הישיש רבי אלחנן היילפרין שליט"א גאב"ד ראדומישלא שליט"א געהערט פון הרה"צ רבי אברהם שפירא זצ"ל טלוסטער רבי(ברודער פון הגאון רבי מאיר שפירא זצוק"ל לובלינער רב),אז די אהבת ישראל פון וויזשניץ זצוק"ל איז אמאל געקומען וויזיטען אחיו הרה"ק רבי משה זצ"ל און שטאט שאטץ, האט ער אנגעטראפן רבי אברהם שפירא זצ"ל הנ"ל און די גאס ,און האט אים געזאגט אברהמלי איך וויל גיין באזוכן די שאצער רעבעצין ( הרבנית הצדיקת מרים חיה ע"ה טאכטער פון הרה"ק רבי מאיר'ל פון פרעמישלאן זיע"א) און איך וויל די זאלסט מיר בייגלייטן,פארשטייט זיך ער האט אים בייגלייט,און זי האט אים זייער שיין אויפגענומען און אים דערלאנגט מזונות מיט טיי.

האט זיך די אהבת ישראל זצוק"ל אנגערופן זייט מיך מוחל שאצער רעבעצן איך וויל אייך פרעגן א'שאלה,איך ווייס אז איר זענט א'קלוגער פרוי א'צדקת מיט א'יחסנית,אונז האבן אויך געהאט א'רעבצין א'גרויסע צדיקת הרבנית מרת דבורה ע"ה טאכטער פונעם תורת חיים פון קאסעוו זיע"א אבער זי האט נישט געפראוועט מופתים,אבער איר זענט דאך באקאנט פאר פראווען מופתים און איר פירט א'ראביסטעווע,פון ווי האט איר די כח צו פוילען ישועות.

האט זי געזאגט, וויזניצטער רבי איך וועל אייך ענטפערן, אמאל ווען איך בין געווען א'קליין קינד,ערב יום הקדוש איז דורך די גאנצע שטאט אנשים נשים וטף זיך אנצווואונטשען ביי מיין טאטע,און ער איז געזעצן מיט אראפ געבויגענע קאפ און נישט אנגעקוקט די דורכגייערס און געוואונטשען א'יעדן איינעם א'גמר חתימה טובה און א'לייכטען תענית.

און דארט און פרעמישלאן איז געווען א'באנדע גנבים,און די הויפט זייערע איז אויך געשטאנען און די רייע בעטען א'ברכה,און ער האט פארענדערט זיין לבוש,ווען ס'איז אנגעקומען זיין רייע,האט מיין הייליגע טאטע אויף געהויבן זיין אויגן און אים געזאגט אה, די ביסט אויך געקומען בעטען א'ברכה,האט זיך יענער אנגערופן,רבי גלייבט איר דען אז ס'קען זיין א'גניבה אן דעם וואס מ'זאל עס אויסרופען און הימעל?,

האט מיין טאטע גענטפערט א'ודאי א'ודאי, האט יענער ממשיך געווען און געזאגט וויל דען די רבי אז די גניבה זאל אריין פאלן צו די הענט פון איוואן די גוי?,איז דען נישט בעסער אז ס'זאל אריין פאלן און מיינע הענט, האט אים מיין טאטע געוואונטשען אז א'גניבה וואס דארף געשעהן זאל אריין פאלן און זיין הענט.

און ווי באלד איך האב געזעהן אז ס'איז א'עת רצון בין איך צו געגענגן צו מיין טאטע'ן און אים געזאגט,טאטישי,גיב מיך אויך א'ברכה,אז א'יעדער איד וואס דארף געהאלפן ווערן זאל עס גיין דוירך מיר, און מיין טאטע האט מיר טאקע אנגעוואונטשען ,און דאס זענען מיינע כוחות.

פארענדיגט רבי אלחנן שליט"א איך האב דאס אמאל פארציילט פאר הרה"ק רבי שלום זצוק"ל פון שאטץ (נכד הרבנית הנ"ל בת הרה"ק רבי מאיר'ל מ'פרעמישלאן זיע"א) האט ער מיר געזאגט איך וועל פארענדיגען די מעשה ,סוף ימיו האט מען געזעהן דעם ראש החבורה הנ"ל איז זיך משתטח אויפן ציון פון רבי מאיר'ל זיע"א, און ווי ס'קוקט אויס האט ער תשובה געטוהן,און ער האט געהאט א'טענה און געזאגט, רבי איר האט מיר געמאכט פאר א'גנב.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

יענע פויגעל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

רבי מאירל זיע"א האט אמאל געזעהן א'אינגערמאן גיין מיט לאקין (געקרייזעלטע פיאות) וואס בימיו האט עס געהייסן בא'פוצט און מאדערן, האט אים רבי מאירל געזאגט, וירא ער האט געזעהן,בלק אז ער קומט מיט לאקין,בן האט ער פראשטאנען,צפור אז דאס איז א' פויגעל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

גבאות געלט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

א'איד וואס איז געווען קינדערלאז ל"ע איז געפארן אסאך יארן צו הרה"ק רבי אייזיק'ל פון זידיטשויב זיע"א,אמאל האט ער זיך בארעכענט פארן צו רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זיע"א,ער איז געווען זייער א'קארגע מענטש, א'בעל בשר און א'הויכע געשטעל.

ווען ער איז אנגעקומען קיין פרעמישלאן,האט ער זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון די גבאים וואס שטייען ביים טיר (ס'זאל אים חלילה נישט אפ'קאסטן א'גראשען) און ער איז זיך אריין צו רבי מאיר'ל זיע"א,און געזאגט,"דער רבי זאל זיך אויסבעטן ביי מיר",( אז די רבי זאל אים זאגען וויפל געלט אראפ צולייגן פאר זיין ישועה),אבער רבי מאיר'ל האט נישט געוואלט נעמען פון אים געלט,נאר ער האט אים צוגעזאגט א'ישועה,ארויסקומענדיג פונעם רבי'ן ,האבן אים די גבאים נישט געלאזט גיין ביז ער צאהלט זיי,ווי מ'פירט זיך,ער איז דאך געווען א'קארגער האט ער זיי נישט געוואלט צאלן,און ס'איז געווארן א'גרויסע טומעל און גראטשקע ,ביז ס'האט זיך אנגעהערט אין רבי מאיר'לס צימער.

האט אים די רבי אריינגערופן און געזאגט,לאמיר דיך עפעס זאגן,אז "ברע די קעניג פון סדום" איז געווען א'מענטש ווי דיך,א'הויעכע געשטעל, א'גראבע ,און נישט געהאט קיין קינדער,און "שם בן נח" איז געווען די רבי,און ער איז געפארן אסאך צו אים,אבער ער האט אים גארנישט גע'פויעלט.

ווען ער האט געהערט אז אברהם אבינו איז אנגעקומען,האט ער זיך בארעכענט אז ער וועט גיין בעטן ביי אים ער זאל נעמען געלט,און אים צו זאגן א'בן זכר,האט אברהם אבינו נישט געוואלט נעמען דאס געלט,און ער האט אים צו געזאגט אן געלט.

דאס האט די קעניג פון סדום געזאגט צו אברהם אבינו,תן לי הנפש והרכוש קח לך,ויאמר אברם אל מלך סדום,הרימותי ידי וגו', אם מחוט ועד שרוך נעל,ואם אקח מכל אשר לך,בלעדי רק אשר אכלו הנערים וחלק האנשים אשר הלכו אתי ענר אשכול וממרא,הם יקחו חלקם.

ווייל די חלק וואס באלאנגט צו זיי,דארף מען סיי ווי זיי געבן,אזוי אויך דיר,יעך האב נישט געוואלט נעמען פון דיר געלט,אבער די חלק וואס ס'באלאנגט פאר די גבאים זאלסטו זיין צאלן וואס זיי בעטן.
מילתא דבדיחותא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2015 7:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילתא דבדיחותא »

ווייסט איינער מער פרטים ווער איז געוועהן "ר' ארי'ה" דער שמש פון רבי ר' מאיר'ל מפרעמישלאן?
לעצטע נאמען? ווי ווערט געברענגט פון אים?
ווער עס האט א גוט ווערטל, פון סיי ועם, זאל זיך ביטע מעלדן און פריוואט, אדער ביי [email protected]
שכויח.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מילתא דבדיחותא האט געשריבן:ווייסט איינער מער פרטים ווער איז געוועהן "ר' ארי'ה" דער שמש פון רבי ר' מאיר'ל מפרעמישלאן?
לעצטע נאמען? ווי ווערט געברענגט פון אים?

ס'איז דא עפעס א צונאמען צו דעם ר' ארי' אזוי ווי ביי געוויסע אנדערע גבאים פון צדיקים ניין?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ארויף געברענגט לכבוד די הלולא קדישא היינט נאכט פין דער ר' מאיר'ל פרימעשלאנער זי''ע ועכי''א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

שני אנשים מקורבים באו לפני רבינו זי"ע שנחלקו בדין נטילת ידים, אחד היה אומר שאסור לעמוד על רגליו קודם נט"י ואחד אמר שאין איסור בעמידת רגליו על הארץ קודם נט"י רק שאסור לילך ד' אמות בלי נט"יכמבואר בשם הזוה"ק, ונסעו לרבינו לשאול אותו בזה, ובבואם לפניו אמר רבינו להם פי' הפסוק בתהלים ל"ו ה' יתיצב על דרך לא טוב רע לא ימאס: יתיצב כשקם ממטתו בבוקר ומעמיד רגליו על הארץ בלא נט"י אזי העמידה היא על דרך לא טוב וכל היום רע לא ימאוס ח"ו ולא שאלו אותו עוד כלום כי כבר השיב על שאלתם בפירוש הכתוב.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

סגולה צו שלום בית, פון ר' מאיר'ל פרעמישלאנער זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

פעם אחת באו לפני הרבי ר' מאיר מפרומישלן זצ"ל איש ואשתו שהיו ביניהם קטטות ומריבות כל הימים
אמר להם הרבי כתיב בתהלים קאפיטעל ל"ח ה' אין שלום בעצמי מפני חטאתי. פי' כי האשה היא עצם מעצמיו ובודאי שצריך להיות שלום ביניהם כמו ששלום בין איברי האדם ואם אין שלום בעצמי זהו מפני חטאתי, שוב על חטאותיך ויהי' שלום ביניכם.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:שני אנשים מקורבים באו לפני רבינו זי"ע שנחלקו בדין נטילת ידים, אחד היה אומר שאסור לעמוד על רגליו קודם נט"י ואחד אמר שאין איסור בעמידת רגליו על הארץ קודם נט"י רק שאסור לילך ד' אמות בלי נט"יכמבואר בשם הזוה"ק, ונסעו לרבינו לשאול אותו בזה, ובבואם לפניו אמר רבינו להם פי' הפסוק בתהלים ל"ו ה' יתיצב על דרך לא טוב רע לא ימאס: יתיצב כשקם ממטתו בבוקר ומעמיד רגליו על הארץ בלא נט"י אזי העמידה היא על דרך לא טוב וכל היום רע לא ימאוס ח"ו ולא שאלו אותו עוד כלום כי כבר השיב על שאלתם בפירוש הכתוב.

די פירוש אויפן פסוק יתייצב על דרך לא טוב רע לא ימאס, ברענגט הרה"ק מהרי"א מקאמארנא עטליכע מאל בשם הרה"ק ר"ר זושא זי"ע
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

ר' מאיר'ל האט אמאל געזאגט: ב"ה כ'האב זיך אויסגעוועלט א פלאץ אין גן עדן נעבן ר' מאיר בעל הנס.

ר' אהרן לייב זצוק"ל איז אמאל געפארן מיט'ן זון ר' מאיר'ל אלס קינד צום בארדיטשוב'ער רב.
האט דער בארדיטשובע'ר רב געפרעגט פונעם טאטן וויאזוי הייסט דאס קינד, האט ער געענטפערט, מאיר.
האט דער בארדיטשוב'ער געזאגט: נישט אין יעדע גארטן וואקסן אזעלכע מייערן.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

דער טאטע איז געווען א'לוי יעך בין א'לוי.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אמאל איז הרה"ק רבי ארון פון קראקא זצוק"ל (זון פונעם "מאור ושמש" זיע"א) געווען אין פרעמישלאן באזוכן רבי מאיר'ל זיע"א,הכלל איז ער געווען דארטן ביי קריאת התורה האט מען אויפגערופן יעמוד מורנו רבי אהרן בן רבי קלונמוס קלמן הלוי, און בשעת מעשה האט רבי מאיר'ל אריין געקלערט הויעך צו רבי ארון איז טאקע א'לוי, (רבי מאיר'ל פלעגט אסאך מאל טוהן אזוי, נאכן אויפרופן א'כהן צו א'לוי, און מ'האט נישט געטארט עולה זיין ביז ער האט מסכים געווען דערויף ,ועקבויתיו לא נודעו) רבי ארון ווייס'ט נישט פון קיין חכמות, און ווי מ'רופט אים אויף, גיט ער א'לויף צו צום באלעמער און זאגט הויעך אויפן נוסח פון די ברכה אזוי,דער טאטע איז געווען א'לוי און יעך בין א'לוי ברכו את ה' המבורך,און צו גענדיגט די ברכה,און פארשטייט זיך רבי מאיר'ל האט געהאט א'גרויסע קפידא דערויף, איז אזוי ,פאר רבי ארון זצוק"ל האט נישט געשאדט זיין קפידא, אבער פאר די גבאי יא.

געהערט מפי קדשו פון הרה"ק רבי יענקעלע זצוק"ל פון פשעווארסק וואס האט עס געהערט פונעם שווער רבי איציק'ל זצוק"ל. האט רבי יענקעלע צו געלייגט אפאר הערות אויף די מעשה, א'). אז ס'קען זיין אז רבי מאיר'ל פלעגט זיך אזוי פירן,ווייל ער האט געוואלט אויספריווען יענעם, צו ער קען ארבעטן אויף זיין מדות. ב'). די סיבה פארוואס פאר די גבאי האט יא געשאדט די קפידא,ווייל ס'קען זיין ער האט הנאה געהאט פון רבי ארון'ס שריט, און פאר רבי ארון האט נישט, ווייל ער איז געווען א'צדיק, ג') אמאל ווען רבי יענקעלע פארציילט פון רבי מאיר'ל, רופט ער זיך אן במתק לשונו כהאי לישנא, מיין מחותן רבי מאיר'ל,וויל מיין עלטערע אייידים (רבי ברוך כהנא שליט"א) איז א'אייניקל, און ער לייגט צו,יעך האף אז ער שעמט זיך נישט מיט מיר, ואני הקטן לייגט צו,נישט נאר רבי מאיר'ל שעמט זיך נישט מיט רבי יענקעלע,נאר פארקערט ס'איז אים א'גרויסע כבוד האבן אזא הייליגע מחותן.

זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל אמן.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”