רבי משה הורוויץ מראזוואדוב זצ"ל - י' סיון שנת תרנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קיינמאל נישט געזעהן דעם בילד, הערליך שכוח יאסל.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:ר' שלום אונגאר מזאבנע בעמח"ס יד שלום (שוין געווען דא א שמועס איבער אים מיט א בילד)

ר' לייבוש מצאנז? וועלכע, ב"ר אהרן מקרייז אדער ב"ר משה משינאווא?

כ'האב געזען די וואך אדווערטייזט פון ר' יונה לאנדא אז ער האט געפונען דעם קבר פון ר' ישראל אז זון פון ר' שלום פון זשאבנע ערגעץ ווי אין לאנג איילענד אין ער ארגענעזירט א נסיעה.

אינטערסאעט איז ווי אזוי מהאט זיך דארט משדך געווען ממש געפלאכטען,
דער פאטער פון ר' שלום(כדענק נישט זיין נאמען) איז געווען אן איידעם ביים אמרי נועם
זיןן זון ר' שלום איז געווען אן איידעם ביי זיין עלטער פעטער ר' משה'לע מראזוועדוב
אין דער זון ר' ישראל וואס איז ארויסגעקימען קיין אמעריקא איז געווען אן איידעם ביי ר' לייבוש מצאנז
אן איידעם בזוו"ר אין ראזוודוב.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל,
דער פאטער פון ר' שלום האט געהייסן ר' יעקב יצחק, ער איז געווען א זוהן אדער אן אייניקל פון ר' מרדכי דוד מדומברובה.

ווי דערמאנט בשכינות, איז אן אנדער זוהן פון ר' שלום אויך געווען געקניפט און געבינדען למשפחת ראזוואדוב, ר' אליעזר ב"ר שלום אונגאר מזשאבנא-טארנא איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' אהרן אלימלך טוערסקי חתן זקינו ר' משה מראזוואדוב.

דער שער בלאט פונעם ספר יד שלום (גענומען פון היברו בוקס)
אטעטשמענטס
data0122%2fpdfs%2fSHUT%2fthumbs%2fyadshalom.jpg
data0122%2fpdfs%2fSHUT%2fthumbs%2fyadshalom.jpg (57.13 KiB) געזען 3553 מאל
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

איז זיכער אז דער רבי שלום זאבנער איז געווען אן איידעם ביי ר' משה'לען? איך דענק עפעס אז ער איז געווען אן איידעם ביי זיין זון ר' הערשעלע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זארעכפעפער האט געשריבן:איז זיכער אז דער רבי שלום זאבנער איז געווען אן איידעם ביי ר' משה'לען? איך דענק עפעס אז ער איז געווען אן איידעם ביי זיין זון ר' הערשעלע.


פונעם שער-בלאט הנ"ל איז מער משמע אז דאס איז ר' משה'לע, העמיר ווארטן אויף די יודעי דבר.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ווי אזוי איז דאס משמע? ר' הערשעלע איז געווען רב אין ראזוועדוב נאכן הסתלקות פון זיין פאטער ר' משה.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

קיין שום שאלה זיכער ביי ר' משה'לע
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זארעכפעפער האט געשריבן:ווי אזוי איז דאס משמע? ר' הערשעלע איז געווען רב אין ראזוועדוב נאכן הסתלקות פון זיין פאטער ר' משה.


יאסל האט שוין געענטפערט, אבער די משמעות איז נאך אינטערעסאנט, ווייל 'הרה"ק' אן א נאמען האט מען לכאורה נאר געשריבען אויף ר' משה'לע (נישט חלילה אינטערצומינעווען ר' הערשעלע, נאר כך הוא סדר הכותבים, הרה"ק מראדומסק וועט אלס מיינען דער תפארת שלמה, און הרה"ק מסאטמאר וועט אלס מיינען דער דברי יואל ודו"ק)
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

איך גלייב אייך אלע אויפן ווארט. די זאך איז נאר אז פון עטליכע כותבי הדורות האב איך אמאל געזען אז זיי באצייכענען ר' שלומ'ען אלס אן איידעם ביי ר' הערשעל'ען בן ר' משה מרוזוועדוב, גאנץ מעגליך אז זיי מאכן א טעות.

און מהאי טעמא האב איך בלויז געפרעגט נישט געזאגט, ווי איינער זאגט מברר צו זיין דאס ענין.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

דער בלושזבער רבי פון בארא פארק ר' ישראל ז"ל איז געווען אן איידעם ביי ר' שלום
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זארעך,

וואו האסטו עס געזעהן? אגב, וואס זאגט איר צו מיין טעאריע אויפן שער-בלאט משמעות?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

מיללער האט געשריבן:זארעך,
וואו האסטו עס געזעהן? אגב, וואס זאגט איר צו מיין טעאריע אויפן שער-בלאט משמעות?


פרעגסט וואו כ'אב עס געזען? וויי געוואלד, ווען איך זאל ווען דענקען וואלט איך דאך געדענקט האלב ש"ס... ליידער ליידט מען אויף שכחה. איך וועל דאס אפיר זוכן און צוריק קומען.

דיין טעאריע איז גאנץ גוט, אבער נישט ביי משפחה. ס'הייסט אזוי, ווען 'סתם' חסידים אין דער גאס רעדן איז טאקע אזוי אנגענומען, אבער ביי קינדער, אייניקלעך און פארברענטע חסידים, איז די טעאריע נישט אנגענומען. וראי' לדברי, דער באקאנטער אויסדריק פונעם רבי'ן לגבי ר' משה'לע שינאווער, וואס כידוע האט ער מקפיד געווען אים אנצוריפן "דער צווייטער שינאווער רב", ודו"ק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אבער 'שינאווער רב' האט אים קיינער נישט גערופען, אמת?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ווענדט זיך אינעם שמועס. ווען מ'האט גערעדט פון ר' משה'לען, האט מען זיך יא אויסגעדריקט 'דער שינאווער רב'. און מיין נישט אז גיב דיר נישט רעכט, איך האב דאס נאר געשריבן כדי לקרב אל השכל, זאלסט פארשטיין מיין פוינט.

אגב, אז דו רעדסט פון 'סתם רבי', אזוי ווי צאנזער רב, שינאווער רב וכו' וכו', איז אינטערסאנט צוברענגען א ווארט וואס כ'האב געזען אין די הקדמה פון 'ירבה תורה' פונעם וואוידעסלאווער רב זצ"ל. זיי ברענגען דארט אז דער וואוידעסלאווער האט נאכגעזאגט בשם דעם חידושי הרי"ם א טעם פארוואס אין פוילין איז 'סתם רבי' דער הייליגער לובלינער (כידוע האט מען אין פוילין ביז צו די צווייטע וועלט קריג גערופן דעם הייליגן חוזה 'רבי'), ווייל ער וועט פארבלייבן דער רבי ביז משיח וועט קומען. עפעס אזוי. כתבתי מזכרוני.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיין קאזין זאגט, סתם רבי איז וויזניצער רבי און סתם יאנקל איז יאנקל מיללער....................
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

כי צחקתי... און וואס איז מיט סתם מיללער?...
*

בעק טו על הצדיקים
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

זרח, דאס גייט שוין אריין אין כלל פון דערשמעקן יענעם'ס עדענטיטעט.....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב געטראפן אינעם ספר היזכור פון ראדומישלא, אפאר בילדער פון אייניקלעך פון ר' משה'לע ראזוואדובער לבית גראדזשיסק.

1) הרה"צ ר' אלעזר הורוויץ מגראדשיסק ב"ר אברהם חיים מפלאנטש ב"ר משה מראזוואדוב
2) בנו ר' משה מפלאנטש
3) הבחור אברהם חיים ב"ר משה מפלאנטש
אטעטשמענטס
Grodshisk3.jpg
Grodshisk3.jpg (17.46 KiB) געזען 3374 מאל
Grodshisk2.jpg
Grodshisk2.jpg (16.59 KiB) געזען 3375 מאל
Grodshisk1.jpg
Grodshisk1.jpg (21.77 KiB) געזען 3374 מאל
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

דא האסטו א שיין בילד פון גראדזיסקער
אטעטשמענטס
349_1214584719_jpg_209.jpg
349_1214584719_jpg_209.jpg (37.98 KiB) געזען 3367 מאל
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

....
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

לרגל היאצ"ט אביא דב"ת נפלא מהרה"ק מראזוואדאב, שיהיו שפתותיו הק' דובבות:
הרה"ק ר' א"ש מבארנוב שאל בילדותו את דודו הרה"ק ר"מ מראזוואדאב :
יש ג' פרשיות זו אחר זו,בכולן יש אות ק' : קרח,חקת,בלק. מדוע בקורח ה-"ק" בתחילה, בחקת באמצע, בבלק בסוף?
השיב לו הרה"ק מראזוואדאב: "ק" - מרמז על ק'דושה. קרח היה בתחילה קדוש, וסופו- היה מה שהיה, ככתוב בתוה"ק. חקת הוא פרשת פרה אדומה,המטהר טמאים ומטמא טהורים,ולכן האות "ק" באמצע,היינו פעם כך ופעם כך,מדה בינונית. בלק-תחילתו רשע, אבל בסוף יצאה ממנו רות - אמה של מלכות דוד משיח צדקינו שיתגלה בסוף,לכן ה"ק", המורה על ק'דדושה היא בסוף. זיע"א.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני שיש »

עס איז באקאנט די מימרא פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, אז דער הייליגער צאנזער רב זי"ע איז געווען דער לעצטער פון די תלמידי בעש"ט, און דער שינאווער רב האט זיך נאך מיטגעכאפט. האב איך די וואך געזען בשם הגרא"ד פר"מ שליט"א אבד"ק בעלזא-לאנדאן, אז דער רבי זאל דאס גאר האבן געזאגט אויף רבי משה'לע ראזוואדובער. האט איינער געהערט דערפון?
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

זיידעניו האט געשריבן:הרה"ק רבי משה ראזוועדאווער זי"ע איז געבוירן ה' אייר שנת תקפ"ה צו זיין טאטן הרה"ק רבי אליעזר'ל דזשיקוב'ער זי"ע.

ער איז נסתלק געווארן י' סיון שנת תרנ"ד.
שויתי השם לנגדי תמיד
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מיללער האט געשריבן:יאסל,
דער פאטער פון ר' שלום האט געהייסן ר' יעקב יצחק, ער איז געווען א זוהן אדער אן אייניקל פון ר' מרדכי דוד מדומברובה.

ווי דערמאנט בשכינות, איז אן אנדער זוהן פון ר' שלום אויך געווען געקניפט און געבינדען למשפחת ראזוואדוב, ר' אליעזר ב"ר שלום אונגאר מזשאבנא-טארנא איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' אהרן אלימלך טוערסקי חתן זקינו ר' משה מראזוואדוב.

דער שער בלאט פונעם ספר יד שלום (גענומען פון היברו בוקס)

האט ער נישט געהייסן שלום דוד ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:איך האב געטראפן אינעם ספר היזכור פון ראדומישלא, אפאר בילדער פון אייניקלעך פון ר' משה'לע ראזוואדובער לבית גראדזשיסק.

1) הרה"צ ר' אלעזר הורוויץ מגראדשיסק ב"ר אברהם חיים מפלאנטש ב"ר משה מראזוואדוב
2) בנו ר' משה מפלאנטש
3) הבחור אברהם חיים ב"ר משה מפלאנטש

מצבות הרה"ק רבי אברהם חיים מפלאנטש בהרה"ק רבי משה מראזוואדוב, ולידו מצבת נכדו ר' משה ב"ר אלעזר מגראדזיסק באהל על הביה"ח בעיר רישא
אטעטשמענטס
74230070_98316d363c_o.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”