רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מימוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:19 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מימוני »

יעצט אריינגעפאלען דא, העכטס אינטערסאנט.
יישר כוח הרב זאגארניש פאר די שיינע ארבייט.
מיר בענקען זיך צוריק צי די לעכטיגע מעמדים.
ב"ה זוכה געווען אריינציכאפען.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

אגב, סתם א עפיזאד,
כ"ז אדר תשנ"ד בין איך פונקט געוועהן אין ספרית היכל מנחם אין בני ברק, ווען ס'איז פלוצלינג געהערט אין טעלעפאן אויף די סטראק, ס'האט זיך אנגעהויבן רעדעריי דארט, קיינער האט דאס נישט געקענט גלייבן, מ'האט נישט פארשטאנען צו מ'רעד אפשר אויף די דאטום פון די סטראק, ביז ס'איז טאקע געמאלדן אז ס'איז צום צווייטן מאל אבער אסאך מער מסוכנד'יק.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

פליגל האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:דער גרויסער בנין וואו דער ביהמ"ד איז היינט צו טאגס, ווען איז דאס אריינגעקומען אין באנוץ?

אין חלקים דער ערשטע זייט תשכ צוויטע חלק סוף תשכ דריטע מיטן ל און לעצטע תנשא ווי געשריבען פריער

דער בנין פון אינדרויסן זעט אויס ווי געבויעט לכתחילה אזוי. איך רעד פונעם בנין אויף די קינגסטאן זייט. איז דאס טאקע געבויט געווארן אין שטיקלעך, אדער איז דא נאך חלקים אויסער דעם.

די צוויי גרויסע בנינים פון קינסטון איז געווען אפארטמענט בילדינגס און עס איז געבויט אזוי העכער הונדרעט יאר ווי מען זעט אין די בילד פון איבער הונדרעט יאר צוריק אז עס קוקט די זעלבע

די אויבערשטע חלק איז די זעלבע בערך עס איז אפעסעס אויבן

אונטן האט מען איבער געבויט צו זיין שייך פאר א גרויסער בית מדרש
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

פארשטיי איך שוין פארוואס מען גייט אראפ שטיגן.. היצט שטימט מיר דעם אויסשטעל.

נעקסט, וואס באדייטעד דער "גן עדן התחתון"?
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

דער רבי רייצ ברענגט אין אנהויב פון ספר השיחות תרצו אז אין חב"ד פלעגן חסידים רופן די צימער פון רבין גן עדן העליון. און די חדר וואס פירט אריין צום חדר פון רבין גן עדן התחתון
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

וואס איז דאס דער "זאל הקטן"? ביהמ"ד אין רבי'ןס הויז?
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

זאל הקטן איז די קליינע בית מדרש אויף דער ערשטע שטאק פון די אריגענאלע 770 דארט האט דער רבי געדאווענט און פארבראכט די ערשטע יארן. אז דער עולם איז גרעסער געווארן בלי עין הרע האט מען אנגעהויבן דאווענן אין שאלאש און דערנאך אין די גרויסע בית מדרש (אין קליינע זאל געדאווענט מנחה מעריב)
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

שרייב אביסל פון אייער יחידות
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

מען האט דערמאנט פריער אז נאך דער רביס הארץ אטאק ל"ע אין תשל"ח איז שי יחידותין געווארן ווייניקער,
ביז אז אין אנהויב פון תשמ"ב אדער סוף תשמ"א האט עס געענדיקט (א חוץ א פאר יוצא מן הכלל)

פון דאן איז געווען "יחידות כללית" דאס הייסט עס גייען אריין א גרופע צוזאמן

מיין ברודער איז געווארן בר מצוה אלול תשמ"ב זיינען מיר אריין א פאר משפחות וואס האבן געמאכט בר מצוה צום רביןס חדר
דער רבי האט גערעט א שיחה און מיר זיינען אריבער און געקראגן א דולר
אין געדענק גיין דעמאלט (געווען 7 יאר אלט)

צו מיין בר מצוה איז די יחידות כללית געווען שוין אין שול צוליב דעם וואס די גרופעס זיינען געווארן גרעסער.
דער רבי האט גערעט א שיחה , מען איז אריבער געגעבן דער קוויטל און דער רבי האט געגבן א דולר.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

הרה"ח רודצ"ח וכו' ר' @zugurnish שיחי'
אפשר קלערסט מיר, פארוואס ליובאוויטשע חסידים טוהן זייער שטארק באהאלטן דאס קליפ וואס מ'האט ארויף געברענט אויבן פון טבת תשמ"ח ווי דער רבי זצ"ל האט זייער שטארק בייז געוועהן אויף די יונגע וואס טאנצן א גאנצע וואך?
איך האב גערעדט מיט עטליכע ליובאוויטשע אין די לעצטע טעג, אלע האבן זיך זייער געוואונדערט פון וואנעט ווייס איך פון אזא קליפ, ס'איז א זאך וואס אלע יאהרן האט מען געהיטן זאל נישט ארויס גיין
קענסט אפשר עקלערן די סיבה?
א דאנק בתשו"ח
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

איין דאטשע (פון ט' באב ביז ר"ח אלול) פון בית מדרש עליון בערך תשכ"ו ווען אין קראון היטס זענען שוין ניט געווען
קיין אנדערע אפענע בה"מ אינמיטען טאג האב איך זיך אריינגעזעצט לעבען זאל הקטון אין ספרים שטוב פון כולל
אויך אין תומכי תמימים איז דעמאלט געווען דאטשע און די בחורים (אויזער די אויסלענדישע) זענען געפארען אויף שליחות

ווי האט די ישיבה גדולה געלערנט אויך אין 770 אדער אויף דיען סטריט ?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:בקור 'נמוסין' זייער וויכטיג.. ס'שרייט...

;l;p-
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

zugurnish האט געשריבן:א סברה פון מ"מ איז קיינמאל ניט ארוף.

דער רבי האט געגרייט צוויי צוואות

איינע בנוגע די מוסדות ווער זאל שטייען אין זייער הויפט

(אינטרעסאנט אז ווען מען האט געברענגט די צוואה פארן רבין זאגט דער רבי
"דער שווער האט איבערגלאזט ליובאוויטש אין די הענט פון די איידעם'ס און ר' שמואל (- לעוויטין פון די עלטרע חסידם)"

איינער אין ענגליש א ליגאלע צוואה וואס דער רבי האט געוואלט שרייבן דער טאג נאך די לויה פון רביצין
וואס ער איז מוריש זיין פארמעגן צו "אגודת חסידי חב"ד"

א פאר טעג נאך סיום השבעה פון רביצין מוצאי שבת ב' אדר תשמ"ח האט דער רבי גערעט א שיחה

דערציילט אז אמאל האט איינער געפרעגט דער צמח צדק "בואו ונחשוב חשבונו של עולם" און מרמז געווען דער צמח צדק אז ער זאל אנזאגן וואס וועט זיין נאך
זיין הסתלקות"

דער רבי האט געזאגט פארוואס האב איך געהערט די מעשה מוז זיין עס איז הוראה ווי דער בעל שם טוב האט געזגאט אלץ וואס מען הערט איז א הוראה

זאגט דער רבי אז אין אזא פאל זאל מען פרעגן די רבנים חסידים אין זייער שטאט אויב מען האט א ספק
שאלות זאל מען פרעגן ידידים ומבינים
און שאלות אין רפואה פאר א רופא ידיד

דער עולם איז געווען שאקירט פון דעם שיחה, און נאכן שיחה גייט צו דער רב פון קראון הייטס הרב מרלו ז"ל
און זאגט דער רבי אז צו מנחה האט מען געליינט אז "אתה תצוה"
ענפערט דער רבי אבער מען וויל ניט אז עס זאל זיין כתית למאור

נאך דער שיחה האט דער רבי געבעטן מגיה זיין דעם שיחה
אבער די מניחים האבן ניט געוואלט אריינגעבען אזא שיחה
און מען האט עס ניט אריינגעגעבן.

פארוואס טאקע איז א סברה פון מ''מ קיינמאל ארויף?? וואס איז אנדערש ווי אלע דורות לבית חב'''ד וואס מען האט גענומן א מ''מ, פשוט ווייל די רבי האט נישט איבערגעלאזט קיין זש''ק ?

איז עס געווען טאקע צוליב יענע שיחה פון תשמ''ח וואס די רבי האט געזאגט מען זאל פרעגן א ידיד, דהיינו מרמז געווען נישט נאך א רבי?

וועם האט די רבי געשטעלט אלס הויפט פון די מוסדות?

ווער איז ר' שמואל לעוויטאן?

מענין לענין די רבי האט אמאל דערמאנט אז ער לאזט נישט זש''ק, האט ער עס בכלל אמאל דערמאנט?

א פארברענגען ביים רבי'ן, האט די רבי זיך געוואשן צו א סעודה אזויווי א טיש אין אנדערע חצרות?

האט די רבי אמאל געגעסן א סעודה ברבים?

ביי פריערדיגע ליבאוויטשע רבי'ס איז יא געווען טישען?
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

אבן יקרה האט געשריבן:הרה"ח רודצ"ח וכו' ר' @zugurnish שיחי'
אפשר קלערסט מיר, פארוואס ליובאוויטשע חסידים טוהן זייער שטארק באהאלטן דאס קליפ וואס מ'האט ארויף געברענט אויבן פון טבת תשמ"ח ווי דער רבי זצ"ל האט זייער שטארק בייז געוועהן אויף די יונגע וואס טאנצן א גאנצע וואך?
איך האב גערעדט מיט עטליכע ליובאוויטשע אין די לעצטע טעג, אלע האבן זיך זייער געוואונדערט פון וואנעט ווייס איך פון אזא קליפ, ס'איז א זאך וואס אלע יאהרן האט מען געהיטן זאל נישט ארויס גיין
קענסט אפשר עקלערן די סיבה?
א דאנק בתשו"ח

ווייל זיי וואלטן בעסער געזען דער רבי בשמחה, פריילאך . זעהן דער רבי מיט אזא שטארקער עגמת נפש טוט וויי.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

קיקיון האט געשריבן:איין דאטשע (פון ט' באב ביז ר"ח אלול) פון בית מדרש עליון בערך תשכ"ו ווען אין קראון היטס זענען שוין ניט געווען
קיין אנדערע אפענע בה"מ אינמיטען טאג האב איך זיך אריינגעזעצט לעבען זאל הקטון אין ספרים שטוב פון כולל
אויך אין תומכי תמימים איז דעמאלט געווען דאטשע און די בחורים (אויזער די אויסלענדישע) זענען געפארען אויף שליחות

ווי האט די ישיבה גדולה געלערנט אויך אין 770 אדער אויף דיען סטריט ?

איך בין דאמאלט נאכניט געבוירן אבער דאכט זאך די ישיבה גדולה איז אלעמאל געווען אין 770,

די קלענער כתות זיינען געוען אויף דין און בעדפערט
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

עס איז מיר גיט האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:א סברה פון מ"מ איז קיינמאל ניט ארוף.

דער רבי האט געגרייט צוויי צוואות

איינע בנוגע די מוסדות ווער זאל שטייען אין זייער הויפט

(אינטרעסאנט אז ווען מען האט געברענגט די צוואה פארן רבין זאגט דער רבי
"דער שווער האט איבערגלאזט ליובאוויטש אין די הענט פון די איידעם'ס און ר' שמואל (- לעוויטין פון די עלטרע חסידם)"

איינער אין ענגליש א ליגאלע צוואה וואס דער רבי האט געוואלט שרייבן דער טאג נאך די לויה פון רביצין
וואס ער איז מוריש זיין פארמעגן צו "אגודת חסידי חב"ד"

א פאר טעג נאך סיום השבעה פון רביצין מוצאי שבת ב' אדר תשמ"ח האט דער רבי גערעט א שיחה

דערציילט אז אמאל האט איינער געפרעגט דער צמח צדק "בואו ונחשוב חשבונו של עולם" און מרמז געווען דער צמח צדק אז ער זאל אנזאגן וואס וועט זיין נאך
זיין הסתלקות"

דער רבי האט געזאגט פארוואס האב איך געהערט די מעשה מוז זיין עס איז הוראה ווי דער בעל שם טוב האט געזגאט אלץ וואס מען הערט איז א הוראה

זאגט דער רבי אז אין אזא פאל זאל מען פרעגן די רבנים חסידים אין זייער שטאט אויב מען האט א ספק
שאלות זאל מען פרעגן ידידים ומבינים
און שאלות אין רפואה פאר א רופא ידיד

דער עולם איז געווען שאקירט פון דעם שיחה, און נאכן שיחה גייט צו דער רב פון קראון הייטס הרב מרלו ז"ל
און זאגט דער רבי אז צו מנחה האט מען געליינט אז "אתה תצוה"
ענפערט דער רבי אבער מען וויל ניט אז עס זאל זיין כתית למאור

נאך דער שיחה האט דער רבי געבעטן מגיה זיין דעם שיחה
אבער די מניחים האבן ניט געוואלט אריינגעבען אזא שיחה
און מען האט עס ניט אריינגעגעבן.

פארוואס טאקע איז א סברה פון מ''מ קיינמאל ארויף?? וואס איז אנדערש ווי אלע דורות לבית חב'''ד וואס מען האט גענומן א מ''מ, פשוט ווייל די רבי האט נישט איבערגעלאזט קיין זש''ק ?
זיכער האט דאס צו טאהן
איז עס געווען טאקע צוליב יענע שיחה פון תשמ''ח וואס די רבי האט געזאגט מען זאל פרעגן א ידיד, דהיינו מרמז געווען נישט נאך א רבי?
מען האט דאך געפרעגט דער רבי גסדר שאלות ווי צו זיך פירן,
באמצ אזא ענפער פלעגט דער רבי שרייבן דורך די יארן , דא האט דער רבי פאראויסגעזאגט אז אזוי זאל מען פירען ווייטער
וועם האט די רבי געשטעלט אלס הויפט פון די מוסדות?
חסידים וואס זיינען שוין געווען אין די מוסדות נאר מציין געווען ווער זאל מען זיין עומד בראש
ווער איז ר' שמואל לעוויטאן?
א גרויסע חסיד, געווען מהיושבים ראשונה שוין באם רבי ריי"צ
מענין לענין די רבי האט אמאל דערמאנט אז ער לאזט נישט זש''ק, האט ער עס בכלל אמאל דערמאנט?
דער רבי האט אמאל גערעט א שיחה אין תשכ"ו דערמאנט א מעשה פון צמח צדק אז ווען ער איז געפארן קיין פעטערבורג אויף א אסיפת הרבנים האט ער געפארן מיט די תכריכים אין טשעמעדאן, דהיינו ער איז גרייט אויף מסירת נפש
פרעגט ר' איטשע וועלאזענער דעם צמח צדק האסט דאך חסידים וואס דארפן דיר
האט דער צמח צדק געזאגט צוויי ענפערס 1 איך האב קינדער
2 די אחדות פון חסידים וועלן פירן זיי צו משיח
דער רבי האט אויסגעפירט און היינט אז די קינדער זיינען ניטא איז געבליבן אז מיט די אחדות פון חסידים וועלן פירן צו משיח
נאך ג תמוז האט מען גערעט אז דאס איז א רמז אף זיך

zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

עס איז מיר גיט האט געשריבן:א פארברענגען ביים רבי'ן, האט די רבי זיך געוואשן צו א סעודה אזויווי א טיש אין אנדערע חצרות?
נאר סיום החג געוואשן און נאר געהאט חלה
האט די רבי אמאל געגעסן א סעודה ברבים?
ווי געזאגט
פאר די ערשטע 20 יאר האט דער רבי געגעסן יו"ט אין דירה פון רבי ריי"צ מיט די רש"ג און א מנין חסידים
(צו די סדרים זיינען מענטשן געקומען זעהן)
ביי פריערדיגע ליבאוויטשע רבי'ס איז יא געווען טישען?

די רבי רש"ב פלעגט זאגן מאמרי חסידות ביי קבלת שבת, און פארברענגן דריי מאל א יאר
מסתמה י"ט כסלו מיט אחרון של פסח געוואשט און געגעסן מיט די ישיבה אבער די אנדרע צייטן ניט
באם רבי רייצ געווען רייד בי סעודת יו"ט צי שבת אבער פארברענגענס געווען אהן וואשן
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

אהא שכוח פארן ענטפער

ביי פארברענגן'ס יו''ט פלעגט מען זינגן ניגונים השייכים לאותו זמן, למשל פסח, פסח ניגונים, אין סוכות, סוכות ניגונים, אדער האט מען אלעמאל געזינגן די זעלבע ניגונים?
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

מען האט געזאגט עז איז ניט גרייט.

חלילה, אין ליובאוויטש האט מען געפאלגט.

אבער אזא זאך דער רבי זאל זאגן וואס מען דארף טאן נאכן הסתלקות האבן זיי ניט געקענט שרייבן

ר' לייבל גראנער הא דערציילט אז אמא האט דער רבי אנגעהויבן רעדן מיט עם אין דעם נושא און האט געבעטן דער רבי אז ער בעט ניט רעדן מיט ע וועגן אזא זאך.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

עס איז מיר גיט האט געשריבן:ביי פארברענגן'ס יו''ט פלעגט מען זינגן ניגונים השייכים לאותו זמן, למשל פסח, פסח ניגונים, אין סוכות, סוכות ניגונים, אדער האט מען אלעמאל געזינגן די זעלבע ניגונים?

יא

בכלל באם פאברענגען יו"ט האט מען געזונגען די ניגונים פון אלע רביים
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

די ידענים אין CHABADPEDIA
בשמחת תורה תשט"ו דיבר הרבי על כך שמוסדות החינוך יהיו על טהרת הקודש וללא לימודי חול. בעקבות כך כמה קבוצת הורים במטרה להקים מוסד חינוכי בשכונה שיהיה באופן זה. כשנפתח התלמוד תורה [אהלי תורה] בשנת תשט"ו,ךך? למדו בו שלשה תלמידים בלבד

פארוואס האט מען געדארפט אויפשטעלען א באזינדערען מוסד? דער רבי האט נישט געקענט טוישען תומבי תמימים?
וואס מיינט וללא לימודי חול. ווי אזוי גיבען זזי זיך אן עצה מיט די רעגירונג?

היינט צו טאג וואס איז דער מצב? ווער שיקט ווי? איז דא נאך מסדות?
פאר מיידלעך איז אויך דא מערערע מוסדות?
איך זיה אז עס איז דא בית רבקה און בית חי' מושקא איז דאס הייני הך?
תלמידים פון אוהלי תורה הייסען אויך הרה"ת ?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

תומכי תמימים איז געווען אפען פאר אלע, און מקרב געווען יעדן וואס וויל שיקען צו א זא מוסד

דער רבי האט געוואלט א מוסד וואס עס האט ניט קיין פשרות און אהן קיים שום ווארט לימודי חול.

דער אויבערשטער העלף און מיט דער רביס ברכות גיין שוין אהן זינט תשט"ז אז מען לערנט ניט קיין ווארט ענגליש

ווער שיקט? די וואס פילען אז זיי מוזן האבן אז זייער קינדער זאל לערנען ענגליש שיקן אין אשען פארקוויי די וואס ניט שיקן אין אהלי תורה

אהלי תורה האט דער רבי געזאגט אז עס איז נכלל אין תומכי תמימים און זיי זיינען אויך תמימים

מיידלאך ווייטער א מוסד וואס איז אפען פאר אלע וועט ברענגן אנדערע צו פילן אז זיי ווילען מער א פארמאכטע פלאץ וואס מען איז מער מקפיד אויף ענינים וואס מען דארף מקפיד זיין
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

אין די יארן וואס עס איז נישט געווען יחידות האט מען געהאט אנדערע מיטלן צו רעדן מיט'ן רבי?
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”