אץ קוצץ האט געשריבן:דא קענט איר הערען די פרטי המעשה (די גרויס עגמת נפש), מפי מקור ראשון, האדמור מ'מכנובקא בעלזא שליט"א, דערציילט יעצט מוצש"ק אין לונדון ביים דינר.
די אודיא איז נישט זייער קלאר. אפשר קען איינער אראפשרייבען די מעשה בקיצור. די גאנצע איידיע פין צישניידען א טלית פונעם רב זכרונו לברכה זיצט מיר עפעס נישט גיט, אפשר נאכען הערן במה דברים אמורים וועל איך זיך בארואיגען.
חמרא טבא האט געשריבן:קארג נישט אויף קיין פרטים ביטע שיין
דא קענט איר הערען די פרטי המעשה (די גרויס עגמת נפש), מפי מקור ראשון, האדמור מ'מכנובקא בעלזא שליט"א, דערציילט יעצט מוצש"ק אין לונדון ביים דינר.
ווי איך פארשטיי האט דער מכנובקא בעלזא רבין געגעב'ן אויס ציוואשען דעם טלית אין די טיקל בלוי קאליר האט אן געמושב'ט אויף דעם גאנצען טלית. אבער פון דארט ביז גיין צו שנייד'ן אזאנ'ס א חפץ איז לענ"ד א לאנגע מהלך. חוץ פון דעם. וואס יעך וואלט עס נישט אויסגעוואש'ן א טלית וואס די הייליגע בעלזא רב ז"ל האט געטראג'ן [חוץ אויב מען האט עס שוין געהאט אויסגעוואש'ן איינמאל, וגם על זה יש לעיין].
איך בין נישט דא צו פארענטפערן קיינעם, אבער אז מ'רעדט שוין וועל איך זאגן וואס איך האב געהערט בשם כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וואס ער האט פארציילט ברבים, (איך האב עס נישט געהערט אליינס, און אויך די רעקארדינג האב איך נישט פונקטליך אויפגעכאפט, אבער אזוי האב איך געהערט נאכזאגן בשמו). דער רבי שליט"א האט פארציילט אז די טלית האט געהאט אויף זיך עטליכע גרויסע פלעקן, אבער עכ"ז האט ער דאס געניצט אין די הייליגע טעג. ביז א היימישע יונגערמאן איז צוגעקומען צו אים און פארגעשלאגן, אז ער האט א געוויסע קעמיקעל וואס קען אראפנעמען די פלעקן. לכתחילה האט זיך דער רבי נישט צוגעכאפט דערצו, נישט וועלנדיג צורירן צום טלית פון רב זכרונו לברכה, אבער שפעטער איז ער יא איינגעגאנגען דערויף און איבערגעגעבן די טלית צום רייניגן.
(אגב, וואס איינער האט דא מעורר געווען בענין וואשן א טלית, איז באקאנט אז כאטש אינדערהיים האבן חסידים נישט געוואשן קיין טלית, האט אבער דער רב ז"ל אין ארץ ישראל יא געגעבן זיין טלית צו וואשן, זאגענדיג אז אין חו"ל וואשט מען נישט קיין טלית ווייל דארט באערדיגט מען אחר מאה ועשרים מיט די טלית, ממילא וויל מען מיטנעמען די שווייס פון די הייליגע תפלות, אבער אין ארץ ישראל וואס מען באערדיגט נישט מיט קיין טלית, איז אדרבה, דארף מען דווקא יא וואשן די טלית אלץ זה קלי ואנוהו, און עס איז א הידור מצה צו גיין מיט א ריין געוואשענעם טלית).
צום באדויערן, אנשטאט די פלעקן זאלן ארויסקומען, האט די קעמיקעל ליידער חרוב געמאכט און פארשמירט דעם גאנצן טלית אויף גאר א געפערליכן אופן, אז מען האט דאס שוין בשום אופן נישט געקענט פאררעכטן. דער רבי האט פארציילט איבער די גרויסע עגמת נפש וואס ער האט געהאט דערפון כמובן, און צוגעלייגט אז יארן לאנג האט ער נישט דערציילט דערפון פאר קיינעם, נאר בלויז גענומען די טלית און דאס אוועקגעלייגט צווישן אנדערע חפצי קודש. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט, אז וויבאלד די שטרייכן פונעם טלית זענען געווען לכתחילה שווארץ, און דער רב ז"ל האט געוואלט אז עס זאל זיין דווקא בלוי, ווי די מנהג איז, האט עס דער רב ז"ל בשעתו געגעבן צו פארבן מיט א בלויע פארב, און דאס האט פאראורזאכט אז די פארב האט זיך פארשמירט אויפן גאנצן טלית.
יארן לאנג איז די טלית אזוי אפגעליגן באהאלטן, און דער רבי שליט"א האט אלץ געטראכט וואס מען קען טון דערמיט. פון איין זייט איז דאס א חפץ וואס כל הון דעלמא לא ישוה אליו, אבער פון צווייטן זייט אזא הייליגן בגד וואס מען קען נישט ניצן און ליגט אזוי באהאלטן איז א געוואלדיגע הורדה מקדושה און בזיון. דער רבי שליט"א האט מציין געווען דערצו א טורי זהב אין הלכות בית הכנסת (איך האב נישט געהערט קיין מראה מקום, אבער נאכן זיכן האב איך געטראפן די טו"ז או"ח סי' קנ"ד סק"ז וואס לכאורה האט דאס דער רבי געמיינט, וז"ל: ולולי דמסתפינא אמינא מילתא חדתא, דהא דאמרינן בהנך מילי דאסור לעשות מקדושה גדולה קדושה קלה, היינו כל זמן שראוי לקדושה גדולה, אבל אם אינה ראויה לזה רק לקלה, טפי עדיף שיעשו בה לכל הפחות קדושה קלה ממה שתהיה פנויה ותגנז. וראיה ממטפחות ספר תורה שבלה, עושין ממנה תכריכין למת, וזו היא גניזתה, והא ודאי שבהיותה קיים אסור לעשות כן, אלא ע"כ כיון שטעון גניזה שפיר הוה ליה הך גניזתה, הכי נמי הוה עדיף טפי לעשות בה תשמיש קדושה להחזיק בה ספרים, ממה שתהיה פנויה לגמרי בלי קדושה כלל). און בפרט אז דער רב ז"ל האט אלעמאל אנגעזאגט פאר די משמשים און מקורבים וואס האבן באקומען פון אים חפצים און בגדים, אז מען זאל דאס זעהן צו ניצן אין געוויסע זמנים, און נישט סתם אוועקלייגן.
עכ"פ, ווען די הנהלה פונעם קרן הבנין פארן נייעם שול אין בני ברק זענען געקומען צום רבי'ן און געבעטן א חפץ של קדושה וואס זאל ארויפטרייבן גרעסערע סכומים לטובת די הייליגע צוועק, האט דער רבי שליט"א מחליט געווען אז דאס קען זיין די גרעסטע און חשוב'סטע עילוי קדושה פאר אזא הייליגן חפץ, אז דערמיט זאל מען קענען בויען א בית המדרש פאר תורה און קדושה על שמו ועל זכרו פונעם רב ז"ל, וואס דורך דעם איז אוודאי "תקומה היתה לו" פארן הייליגן טלית וואס ליגט שוין ליידער אזויפיל יארן אומנוצבאר.
ווי איך הער, איז דער רבי שליט"א געשטאנען דערביי ביים צושניידן, און אנגעגעבן פארשידענע הוראות ווי אזוי צו שניידן, אויף א אופן עס זאל נישט פארלירן די שם בגד, און בלייבן בקדושתו, עס זאלן נישט אוועקפאלן קיין פעדימער, וכו' וכו'.
אויך הער איך, אז דער רבי שליט"א זאגט אן פאר די אלע וואס באקומען א שטיקל פונעם טלית, אז מען זאל דאס זעהן אריינצונייען אין א בגד וואס מען וועט גיין דערמיט נאר אין זמנים מיוחדים, ווי די הייליגע טעג אדער ביי שמחות וכדומה.
זייער שיין, א שאד אז מען שנייט עס אפ אין שטיקלעך איך וואלט געוועהן גרייט צו צאלן א הון דעלמא צו באקומען די גאנצע טלית בשלימות, אפי' אויף די חשבון אויסצוצאלן די גאנצע בנין אבי צו באקומען די טלית בשלימות
מומחה יוחס האט געשריבן:זייער שיין, א שאד אז מען שנייט עס אפ אין שטיקלעך איך וואלט געוועהן גרייט צו צאלן א הון דעלמא צו באקומען די גאנצע טלית בשלימות, אפי' אויף די חשבון אויסצוצאלן די גאנצע בנין אבי צו באקומען די טלית בשלימות
ממש אזא שאד..
איר האט קליינע השגות...
אנדערע טענה'ען, אז מ'פארקויפט די שטיקלעך פאר צו א ביליגע פרייז, זיי וואלטן געווען גרייט צו באצאלן פארן גאנצן בנין נאר אויף צו באקומען אזא שטיקל פונעם טלית...
אבער לויט ווי איך האב נעכטן געהערט (מוז נישט זיין אז עס אמת), איז טאקע געווען א רעדע פון פארקויפן דעם גאנצן טלית פאר א סכום וואס זאל דעקן די בנין די והותר, אבער דער רבי שליט"א האט נישט געוואלט אוועקגעבן דעם גאנצן טלית, ער האט געוואלט איבערלאזן א גרויס חלק (אפשר גאר די רוב) ביי זיך.