רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

חמרא טבא האט געשריבן:קארג נישט אויף קיין פרטים ביטע שיין


דא קענט איר הערען די פרטי המעשה (די גרויס עגמת נפש), מפי מקור ראשון, האדמור מ'מכנובקא בעלזא שליט"א, דערציילט יעצט מוצש"ק אין לונדון ביים דינר.

https://drive.google.com/file/d/1eG0xO6 ... p=drivesdk


א שטיקעל פינעם טלית

בעלזא טלית.jpg
בעלזא טלית.jpg (341.17 KiB) געזען 1802 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דראפבאקס ביטע אויב מעגליך
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

חמרא טבא האט געשריבן:דראפבאקס ביטע אויב מעגליך

גא"מ
חוח בין השושנים האט געשריבן:
מימוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מימוני »

אץ קוצץ האט געשריבן:דא קענט איר הערען די פרטי המעשה (די גרויס עגמת נפש), מפי מקור ראשון, האדמור מ'מכנובקא בעלזא שליט"א, דערציילט יעצט מוצש"ק אין לונדון ביים דינר.

די אודיא איז נישט זייער קלאר.
אפשר קען איינער אראפשרייבען די מעשה בקיצור.
די גאנצע איידיע פין צישניידען א טלית פונעם רב זכרונו לברכה זיצט מיר עפעס נישט גיט, אפשר נאכען הערן במה דברים אמורים וועל איך זיך בארואיגען.
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

אץ קוצץ האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:קארג נישט אויף קיין פרטים ביטע שיין


דא קענט איר הערען די פרטי המעשה (די גרויס עגמת נפש), מפי מקור ראשון, האדמור מ'מכנובקא בעלזא שליט"א, דערציילט יעצט מוצש"ק אין לונדון ביים דינר.

ווי איך פארשטיי האט דער מכנובקא בעלזא רבין געגעב'ן אויס ציוואשען דעם טלית אין די טיקל בלוי קאליר האט אן געמושב'ט אויף דעם גאנצען טלית.
אבער פון דארט ביז גיין צו שנייד'ן אזאנ'ס א חפץ איז לענ"ד א לאנגע מהלך.
חוץ פון דעם. וואס יעך וואלט עס נישט אויסגעוואש'ן א טלית וואס די הייליגע בעלזא רב ז"ל האט געטראג'ן [חוץ אויב מען האט עס שוין געהאט אויסגעוואש'ן איינמאל, וגם על זה יש לעיין].
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

ס'איז אויסגעהאלטן הלכה'דיג ?
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

איך בין נישט דא צו פארענטפערן קיינעם, אבער אז מ'רעדט שוין וועל איך זאגן וואס איך האב געהערט בשם כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וואס ער האט פארציילט ברבים, (איך האב עס נישט געהערט אליינס, און אויך די רעקארדינג האב איך נישט פונקטליך אויפגעכאפט, אבער אזוי האב איך געהערט נאכזאגן בשמו). דער רבי שליט"א האט פארציילט אז די טלית האט געהאט אויף זיך עטליכע גרויסע פלעקן, אבער עכ"ז האט ער דאס געניצט אין די הייליגע טעג. ביז א היימישע יונגערמאן איז צוגעקומען צו אים און פארגעשלאגן, אז ער האט א געוויסע קעמיקעל וואס קען אראפנעמען די פלעקן. לכתחילה האט זיך דער רבי נישט צוגעכאפט דערצו, נישט וועלנדיג צורירן צום טלית פון רב זכרונו לברכה, אבער שפעטער איז ער יא איינגעגאנגען דערויף און איבערגעגעבן די טלית צום רייניגן.

(אגב, וואס איינער האט דא מעורר געווען בענין וואשן א טלית, איז באקאנט אז כאטש אינדערהיים האבן חסידים נישט געוואשן קיין טלית, האט אבער דער רב ז"ל אין ארץ ישראל יא געגעבן זיין טלית צו וואשן, זאגענדיג אז אין חו"ל וואשט מען נישט קיין טלית ווייל דארט באערדיגט מען אחר מאה ועשרים מיט די טלית, ממילא וויל מען מיטנעמען די שווייס פון די הייליגע תפלות, אבער אין ארץ ישראל וואס מען באערדיגט נישט מיט קיין טלית, איז אדרבה, דארף מען דווקא יא וואשן די טלית אלץ זה קלי ואנוהו, און עס איז א הידור מצה צו גיין מיט א ריין געוואשענעם טלית).

צום באדויערן, אנשטאט די פלעקן זאלן ארויסקומען, האט די קעמיקעל ליידער חרוב געמאכט און פארשמירט דעם גאנצן טלית אויף גאר א געפערליכן אופן, אז מען האט דאס שוין בשום אופן נישט געקענט פאררעכטן. דער רבי האט פארציילט איבער די גרויסע עגמת נפש וואס ער האט געהאט דערפון כמובן, און צוגעלייגט אז יארן לאנג האט ער נישט דערציילט דערפון פאר קיינעם, נאר בלויז גענומען די טלית און דאס אוועקגעלייגט צווישן אנדערע חפצי קודש. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט, אז וויבאלד די שטרייכן פונעם טלית זענען געווען לכתחילה שווארץ, און דער רב ז"ל האט געוואלט אז עס זאל זיין דווקא בלוי, ווי די מנהג איז, האט עס דער רב ז"ל בשעתו געגעבן צו פארבן מיט א בלויע פארב, און דאס האט פאראורזאכט אז די פארב האט זיך פארשמירט אויפן גאנצן טלית.

יארן לאנג איז די טלית אזוי אפגעליגן באהאלטן, און דער רבי שליט"א האט אלץ געטראכט וואס מען קען טון דערמיט. פון איין זייט איז דאס א חפץ וואס כל הון דעלמא לא ישוה אליו, אבער פון צווייטן זייט אזא הייליגן בגד וואס מען קען נישט ניצן און ליגט אזוי באהאלטן איז א געוואלדיגע הורדה מקדושה און בזיון. דער רבי שליט"א האט מציין געווען דערצו א טורי זהב אין הלכות בית הכנסת (איך האב נישט געהערט קיין מראה מקום, אבער נאכן זיכן האב איך געטראפן די טו"ז או"ח סי' קנ"ד סק"ז וואס לכאורה האט דאס דער רבי געמיינט, וז"ל: ולולי דמסתפינא אמינא מילתא חדתא, דהא דאמרינן בהנך מילי דאסור לעשות מקדושה גדולה קדושה קלה, היינו כל זמן שראוי לקדושה גדולה, אבל אם אינה ראויה לזה רק לקלה, טפי עדיף שיעשו בה לכל הפחות קדושה קלה ממה שתהיה פנויה ותגנז. וראיה ממטפחות ספר תורה שבלה, עושין ממנה תכריכין למת, וזו היא גניזתה, והא ודאי שבהיותה קיים אסור לעשות כן, אלא ע"כ כיון שטעון גניזה שפיר הוה ליה הך גניזתה, הכי נמי הוה עדיף טפי לעשות בה תשמיש קדושה להחזיק בה ספרים, ממה שתהיה פנויה לגמרי בלי קדושה כלל). און בפרט אז דער רב ז"ל האט אלעמאל אנגעזאגט פאר די משמשים און מקורבים וואס האבן באקומען פון אים חפצים און בגדים, אז מען זאל דאס זעהן צו ניצן אין געוויסע זמנים, און נישט סתם אוועקלייגן.

עכ"פ, ווען די הנהלה פונעם קרן הבנין פארן נייעם שול אין בני ברק זענען געקומען צום רבי'ן און געבעטן א חפץ של קדושה וואס זאל ארויפטרייבן גרעסערע סכומים לטובת די הייליגע צוועק, האט דער רבי שליט"א מחליט געווען אז דאס קען זיין די גרעסטע און חשוב'סטע עילוי קדושה פאר אזא הייליגן חפץ, אז דערמיט זאל מען קענען בויען א בית המדרש פאר תורה און קדושה על שמו ועל זכרו פונעם רב ז"ל, וואס דורך דעם איז אוודאי "תקומה היתה לו" פארן הייליגן טלית וואס ליגט שוין ליידער אזויפיל יארן אומנוצבאר.

ווי איך הער, איז דער רבי שליט"א געשטאנען דערביי ביים צושניידן, און אנגעגעבן פארשידענע הוראות ווי אזוי צו שניידן, אויף א אופן עס זאל נישט פארלירן די שם בגד, און בלייבן בקדושתו, עס זאלן נישט אוועקפאלן קיין פעדימער, וכו' וכו'.

אויך הער איך, אז דער רבי שליט"א זאגט אן פאר די אלע וואס באקומען א שטיקל פונעם טלית, אז מען זאל דאס זעהן אריינצונייען אין א בגד וואס מען וועט גיין דערמיט נאר אין זמנים מיוחדים, ווי די הייליגע טעג אדער ביי שמחות וכדומה.
אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואנאוויטשער »

שיין פארענפערט.
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער שיין, א שאד אז מען שנייט עס אפ אין שטיקלעך איך וואלט געוועהן גרייט צו צאלן א הון דעלמא צו באקומען די גאנצע טלית בשלימות, אפי' אויף די חשבון אויסצוצאלן די גאנצע בנין אבי צו באקומען די טלית בשלימות

ממש אזא שאד..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

מומחה יוחס האט געשריבן:זייער שיין, א שאד אז מען שנייט עס אפ אין שטיקלעך איך וואלט געוועהן גרייט צו צאלן א הון דעלמא צו באקומען די גאנצע טלית בשלימות, אפי' אויף די חשבון אויסצוצאלן די גאנצע בנין אבי צו באקומען די טלית בשלימות

ממש אזא שאד..

איר האט קליינע השגות...

אנדערע טענה'ען, אז מ'פארקויפט די שטיקלעך פאר צו א ביליגע פרייז, זיי וואלטן געווען גרייט צו באצאלן פארן גאנצן בנין נאר אויף צו באקומען אזא שטיקל פונעם טלית...

אבער לויט ווי איך האב נעכטן געהערט (מוז נישט זיין אז עס אמת), איז טאקע געווען א רעדע פון פארקויפן דעם גאנצן טלית פאר א סכום וואס זאל דעקן די בנין די והותר, אבער דער רבי שליט"א האט נישט געוואלט אוועקגעבן דעם גאנצן טלית, ער האט געוואלט איבערלאזן א גרויס חלק (אפשר גאר די רוב) ביי זיך.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה יעצט הער איך ווערטער

בפרט די רבי שליט''א וויל האלטן פאר זיך א גרויס חלק איז שוין גאר עפעס אנדערש
אבער וואס זענען די פרייזן אפשר וועל איך מיר אויך איינהאנדעלען .....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

אגב, איבער די הוראות וואס די רבי שליט"א האט געגעבן איבער'ן שניידן - אפשר ווייסט איינער דערהויף ?
ס'איז מיר זייער אינטרעסאנט מצד חלק ההלכה שבו.

הערה בעלמא: כ'מיין אז מ'מעג נישט אריין לייגן א חלק פון בגד מצוה - ציצית - און א אנדערע בגד, זאל זיין חשוב וויפיל ס'איז, כ"ז ס'איז נישט א בגד של מצוה. וממילא מסתמא האט מען נישט נאכגעשריבן פונקטליך די הוראות, אשר על כן אויב איינער וואלט געקענט ביטע מברר זיין די פונקטליכע הוראות דערהויף וועל איך אים זיין זייער דאנק-באר.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

לידיעתי השאיר לעצמו כנף אחד, ושאר הג' נמכרו, לאליש, אוסט, וברוך בארד. כל כנף נמכר עבור 72 אלף ליש"ט.

כל פיסת בגד בגודל 3*3 נמכר ב3600 ליש"ט.
אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

אוהב ספרים האט געשריבן:לידיעתי השאיר לעצמו כנף אחד, ושאר הג' נמכרו, לאליש, אוסט, וברוך בארד. כל כנף נמכר עבור 72 אלף ליש"ט.

כל פיסת בגד בגודל 3*3 נמכר ב3600 ליש"ט.


שוואכע ידיעות...

אכן השאיר לעצמו כנף, ואכן עלה 72 אלף ליש"ט כל כנף, רק השם של ר' ברוך בארד שכתבת נכון.

ג על ג אצבעות, נמכר ב'18 אלף ליש"ט
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אם מותר לשאול מה זה ליש״ט?
דביה תחדי נפשא
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

חמרא טבא האט געשריבן:אם מותר לשאול מה זה ליש״ט?


ליש"ט = לירה שטערלינג, ענגלישע פונט.
אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

חמרא טבא האט געשריבן:אם מותר לשאול מה זה ליש״ט?


לירה שטרלינג
£££
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

1Capture.JPG
1Capture.JPG (250.9 KiB) געזען 811 מאל
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

זייער אינטרעסאנט, ייש"כ.
פון ווי קומט דאס ?
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

איך האב עס אזוי געטראפן אין א אלטע ספר
ברוז
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:49 pm

Re: רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוז »

עס קוקט מער אויס איינער פון די ריזישנער רביים.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

איז באקאנט אן אסיפה וואס ער זאל האבן צוזאמען מיטן חפץ חיים?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

Re: רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

זיכער נישט בעלזער רב, צו הויעך און נאך.
א ריזשין רבי אויך נישט, די שטריימל שטימט נישט.

מעגליך עס איז זיין ברודער די בולגערייער רב, קוקט שטארק אויס.
שמחם בבנין
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:47 am

Re: רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחם בבנין »

נישט דער בעלזער רב, אין נישט דער בילגורייער רב, זעהט ענדערש אויס ווי א פוילישער רבי. ווער ווייס איך נאכנישט.

אין אויף די שאלה פין הרב אונגארישע הייזער שליט"א

אוודאי איז דער אסיפה גאר באקאנט.
דאס איז דאך דער גרויסע אסיפה אין ווארשע בשנת תר"צ - ווי דער בעלזער רב איז געוועהן מיטן חפץ חיים, צוזאמען מיט נאך גרויסע גדולי ישראל וצדיקי ומאורי הדור ההוא.
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

Re: רבי אהרן רוקח מבעלזא זצ"ל - כ"א אב תשי"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

ווארט מער פאר 'חמרא' זאל מפענח זיין דא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”