היי יאהר איז געווארן א יובל יאהרן זינט די פטירה פון הגה"צ ענוותן ושפל ברך גדול מרבן שמו ר' יונתן שטייף זצ"ל, וזה נוסח מצבתו:
פ"נ כ"ק אדוננו מורנו רבנו הגדול נזר הרבנים הצדיק וגאון האמתי מרא דכולא תלמודא כקש"ת מוהר"ר יונתן שטייף בהרר"ר צבי זצוק"ל שימש בקודש בקהלות קדוש' גוטא, אונגוואר ב-פעסט, ובקהלתנו קהל עדת יראים ברוקלין עד עלתה נשמתו למרום בשנת פ"א לימי חייו ביום ט' אלול תשי"ח לפ"ק והובל לקברות באבל בבכי ומספד גדול ביום המחרת יו"ד אלול יגע בתורת ה' תמימה ושם לילות כימים וקנה תורתו במ"ח דברים שמנום חכמים נשא דעו למרחוק בלמדו שעוריו ברבים תשובותיו הגיעו לקצוי תבל וים רחוקים נאומיו ודרשותיו הלהיבו נערים וזקנים בש"ס בבלי וירושלמי העלה ציצים ופרחים נועם הליכותיו היה לאות ולמופת לרבים צדיק תמים חסיד ועניו סיני ועוקר הרים בנגלה ונסתר פניני תורתו המה בכתובים יהכו אותו משפחתו קהלתו ואחב"י הפזורים זכר צדיק לברכה וימליץ טוב במרומים ושם אמו שינדל
האבן הזאת אשר שמו לכבוד רבנו מצבה תהיה גם לזכר בנו ובן בנו שלא זכו לקבורה ונהרגו על קדוש השם בימי במלחמה הנוראה בשנות הדמים תש"ד תש"ה בנו הרבני המופלג בתורה ויראת שמים מו"ה צבי יהודה ובנו הילד אהרן יצחק ז"ל השוכן במרומים יזכרם לטובה וינקום דמם
א דאנק הרב מביקסאד פאר די אשכול מיט די אינפארמאטיווע נוסח המצבה, זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א.
נאך די קריג זייענדיג דער ראש בי"ד אין פעסט האט ר' יונתן פיהל געטאהן בעניני תקנת עגונות ובהעמדת הדת על תילה, לעצטענס איז ערשינען א חיבור פון אים בשם 'מצוות השם' איבער די מצוות התורה.
מיללער האט געשריבן:לעצטענס איז ערשינען א חיבור פון אים בשם 'מצוות השם' איבער די מצוות התורה.
דער ספר מצוות השם האט ער געדרוקט צום ערשטן מאל נאך פאר די קריג, בערך פאר פיר יאר צוריק האט זיין אור אייניקל ר' יונתן בלייער פון מאנסי * עס איבער געדריקט מיט הגהות מעצם כת"י.
* גרינדער און אייגענטומער פון מכון זכרון אהרן, וועלכע האבן שוין אויף געזעצט פון דאס ניי און איבער געדריקט צענדליגער ספרים פון פריערדיגע מחברים, לבוש, פרקי דר"א, אורים ותומים, כרתי ופלתי ועוד.
אין וויענער שול אין וויליאמסבורג איז היי-יאהר געפראוועט געווארן ברוב עם דעם פופציגסטען יארצייט פון רבי יונתן, בהשתתפות הגה"צ גאב"ד ירושלים שליט"א וואס האט דאן געוויילט אין ניו יארק. דער גאב"ד האט נאכגעזאגט דברי תורה ווארט ביי ווארט גענוי וויאזוי ער האט דאס געהערט פון רבי יונתן, מיט זעכציג יאהר צוריק ווען רבי יונתן האט געוויילט אין לאנדאן אויפן וועג קיין ניו יארק.
די וויענער קהלה האבן ארויסגעגעבן לכבוד דעם "הילולא החמשים" דעם ספר "תפארת יונתן" וואס אינהאלט אין זיך תולדות און היסטארישע דרשות פון רבי יונתן.
באדיבות ידידינו הרה"ח מוה"ר נחמן נתן שליט"א, האבן מיר די זכי' געהאט צו קריגען אינפארמאציע איבער א הערליכע בילד פון הרה"ג ר' יהותן שטייף זצ"ל, דעם בייגעלייגטען בילד האט ר' חמן נתן באריכטעט ווי פאלגענד:
פון ר. צו ל.: רבי יונתן שטייף זצ"ל; רבי נתן שיק ז"ל; הגה"צ רבי זוסמאן סופר זצ"ל הי"ד ראב"ד בודאפעסט (חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי קאפל רייך זצ"ל – אב"ד בודאפעסט); רבי צבי יהודה שטייף (בן רבי יונתן) ז"ל הי"ד; (דער לעצטער:) אומבאקאנט.
געהערט פון ר' חיים פלאהר שליט"א זאל זיין געזונט. ער האט געזען ווי דער סאטמארער רבי האט זיך געריסן קריעה, און דער רבי האט ביטער געוויינט, צר לי עליך אחי יונתן, און מעיד געווען אז ער האט געלערנט תורה לשמה.
אז ר' פייש קרויז האט דערמאנט דעם דברי הספד וואס דער סאטמארער רב זי"ע האט געזאגט אויף ר' יונתן, וועל איך צוטירן דעם גאנצען תוכן דברי ההספד. (גענומען פון ספר תפארת יונתן – תולדות הגה"צ רבי יונתן שטייף זצ"ל).
איך זע אבער נישט די ווערטער וואס איך האב געזאגט, איר מאכט מיר טראכטן אז איך האב געמאכט א עירבוב דברים.... דאס וואס איך האב נאכגעזאגט פריער, איז געווען לכאורה ביים טשימפער רב'ס פטירה. איך געדענק ער האט געזאגט אז ס'איז געווען אין א ערב שבת. מ'דארף אויסרעכענען וועלכע טאג ר' יונתן איז אוועק.
רבי יונתן מיט הגה"ק רבי מנחם מענדל מסטראפקעוו זצ"ל. ס'איז כדי צו דערמאנען די געוואלדיגע חביבות צווישן די צוויי גדולי ישראל, נאך פון די תקופה זייענדיג אין שווייץ. ווען רבי יונתן האט ארויסגעגעבן זיין חיבור זכרו תורת משה אויף הל' שבת האט ער גענומען אן הסכמה פונעם סטראפקעווער רבי'ן זצ"ל.
נחמן נתן דאס איז א הערליך בילד! אגב אז מרעדט שוין, אויפ'ן סטראפקוב'ער רב, האט דער סאטמארער רבי אמאל געזאגט, אז נאך די קריג איז ער נאך וכו' וואס קען ליינען א קוויטל. געווען דא אין יענע ערשטע יארן דא אין אמעריקא א שיינע קבוצה פון אינגעלייט..
אז איך ברענג שוין ארויף דעם עכט בא'חנ'טען בילד ווי רבי יונתן זצ"ל מיט הגה"ק מסאטמאר זצ"ל שטייען און שמועסן א פריינטליכען שמועס (דער רבי מיטן טלית אויפן פלייצע), איז כדאי מיטצוטיילן פארן ציבור דא, די גענויע איינצעלהייטן איבער דעם בילד (וואס רוב פון אונז לענ"ד ווייסן נישט דערפון). געווען איז דאס אין לאגער "ביאטענבערג" - שווייץ, ווי דער סאטמארער רבי מיט רבי יונתן (און נאך) האבן זיך דארטן אויפגעהאלטן קומענדיג פון בערגן-בעלזן. איז געווען אמאל א טאג וואס כמעט דער גאנצער עולם אינעם לאגער האט שוין געהאלטן היבש נאך תפלת שחרית, און רבי יונתן בתוכם, און דער רבי האט נאך געהאלטן דאמאלסט אינמיטן זיך רישן צום דאווענען, אבער צום באדויערן האט מען שווער געקענט צוזאמען שלעפן א מנין אידן וואס האבן נאך נישט געהאט געדאווענט. אזוי ווארטענדיג אז ס'זאל זיך שאפן א מנין, האט זיך דער רבי אוועק געזעצט מיט רבי יונתן, (מ'זעהט אויפן בילד די צוויי בענקלעך), און צוזאמען האבן זיי זיך משתעשע געווען באהבה פאר א משך פון א שעה צייט. אינמיטן איז מען געקומען זאגן אז מ'האט אפיר געזוכט מענטשן וועלכע האבן נאך נישט געדאווענט, און מ'גייט שוין באלד דאווענען. דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און ארויף געלייגט דעם טלית אויפן פלייצע, און אזוי – מיטן טלית אויפן פלייצע – האט דער רבי ממשיך געווען שמועסענדיג שטייענדיגערהייט מיט רבי יונתן פאר נאך א דריי-פערטל שעה...
דעם מעשה האב איך געהערט פון אן עלטערן איד מיטן נאמען ר' יחיאל זיגעלמאן הי"ו, וואוינט אין וויליאמסבורג (ער דאווענט אינעם וויענער שול אין וומסב"ג) וואס איז געשטאנען דערביי און געדענקט דאס גענוי ווי היינט. ס'איז געשמאק אפיר צו זוכן דעם איד און עס הערן פון איהם אליין. (געהערט האב איך עס פון איהם דעם פארגאנגענעם ט' אלול תשס"ח – דער פופציגסטער יאהרצייט פון רבי יונתן).
איך קויף שווער די געשיכטע אז די רבי זאל זיך האבן געריסן קריעה סיי אויף ביי ר' יונתן אין זיכער נישט דער טשימפא רב. אגב ר' מיכאל בער ז"ל איז אויך דאכט זיך אוועק ערב שבת אין דער הספד פונעם רבין מיט בכיות נראות איז אפגעכאפט אויף א טעיפ, נאך מער איז אינטערסאנט אז כידוע ביים רבין פלעגט ער זיך נישט אפשטעלען ווען ער האט געוויינט נאר בשעת משעה ממשיך געווען צי זאגען , אבער ביי ר' מיכאל בער'ס הספד שטעלט ער זיך אפ אין וויינט ביז ער קימט צי זיך אין זאגט ווייטער.