רבי מאיר שפירא מלובלין זצ"ל - ז' חשון תרצ"ד
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
מיללער האט געשריבן:יוסלמאן האט געשריבן:ביים פארהער אנגענומען צו ווערן אין יח"ל. די פארהער איז דורכגעפירט געווארן דורך גדולי הרבנים, מערט אינעם בילד ר' משה'ניו מבאיאן זצ"ל.
דער צענטראלער דמות אין דיין בילד -יוסלמאן- איז דער קאזיגלובער גאון ר' ארי' צבי פראמער זצ"ל-הי"ד בעמח"ס ארץ צבי
גערעכט, כ'א'נישט געוויסט דעם פונקטליכן נאמען.
- פארצייטישע
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 377
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
- לאקאציע: אין די אלטע היים
עפעס ליגט מיך אין זכרון, אז איינע פון די צדיקי הדור האבן געזאגט אז ער איז רח"ל אוועק אזוי יונג, ווייל ער האט געוואלט איינפירן מיט א גרויסע פעסטקייט אז יעדער איינער דארף האבן אין שטוב א פושקע פאר יח"ל, און מ'האט זיך געבעטן ביי אים אז דאס וועט שטערן פאר די פושקע פון רמבה"ן. אבער ער האט געהאלטן אז ער מעג עס יא טוהן
איך מיין נישט ח"ו צי שרייבן בגנותו, אבער איך בין זייער נייגעריג צי וויסן אויב איינער ווייסט עפעס א מקור,
איך מיין נישט ח"ו צי שרייבן בגנותו, אבער איך בין זייער נייגעריג צי וויסן אויב איינער ווייסט עפעס א מקור,
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
מיללער האט געשריבן:יוסלמאן האט געשריבן:ביים פארהער אנגענומען צו ווערן אין יח"ל. די פארהער איז דורכגעפירט געווארן דורך גדולי הרבנים, מערט אינעם בילד ר' משה'ניו מבאיאן זצ"ל.
דער צענטראלער דמות אין דיין בילד -יוסלמאן- איז דער קאזיגלובער גאון ר' ארי' צבי פראמער זצ"ל-הי"ד בעמח"ס ארץ צבי
ר' משה'לע באיאנער איז געווען א ר"מ אין די ישיבה נאך בחייו פון ר' מאיר'ן?
דער ארץ צבי איז נאר אריינגעקומען נאכן פטירה פון ר' מאיר, ניין?
אין וועלכע תקופה איז געווען דער צור יעקב אין ישיבה?
א טענצל! האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:יוסלמאן האט געשריבן:ביים פארהער אנגענומען צו ווערן אין יח"ל. די פארהער איז דורכגעפירט געווארן דורך גדולי הרבנים, מערט אינעם בילד ר' משה'ניו מבאיאן זצ"ל.
דער צענטראלער דמות אין דיין בילד -יוסלמאן- איז דער קאזיגלובער גאון ר' ארי' צבי פראמער זצ"ל-הי"ד בעמח"ס ארץ צבי
ר' משה'לע באיאנער איז געווען א ר"מ אין די ישיבה נאך בחייו פון ר' מאיר'ן?
דער ארץ צבי איז נאר אריינגעקומען נאכן פטירה פון ר' מאיר, ניין?
אין וועלכע תקופה איז געווען דער צור יעקב אין ישיבה?
רבי משה'ניו מבאיאן זצ"ל, האט מען מכתיר געווען אלס נשיא ישיבת חכמי לובלין בשנת תרצ"ד נאכ'ן פטירה פין רבי מאיר שפירא, אבער ווי עס איז ידוע האט רבי מאיר זיך אסאך מייעץ געווען מיט אים אין ענייני הישיבה, אין ער האט געהאט א שטארקע שייכות מיט'ן ישיבה נאך בחייו פין רבי מאיר.
הרה"ק רבי אריה צבי פראמער מקוזיקלוב זצ"ל איז ערשט געווארען ראש ישיבה אין יח"ל נאכ'ן פטירה פין רבי מאיר, עס איז אינטרעסאנט צו באמערקען וואס די באקאנטע שרייבער אין ידען מופלג אהרן סורסקי שרייבט אין די תולדות פין די קוזיקלובער (עס איז געדריקט אין שו"ת ארץ צבי ח"ג בהוצאת הרא"ד מנדלבוים) אז ער האט געהערט פין איינעם וואס איז געווען א מקורב ביי הגה"ק מקוזיקלוב אז ער האט אליין געזעהן א בריעף וואס רבי מאיר שפירא שרייבט אים, אז ער בעט אים ער זאל איבער נעמען אין ווערען ראש ישיבה אין יח"ל אין אויב ער איז גרייט אנצינעמען גט ער אים אוועק דאס גאנצער ראש ישיבהשאפט, אבער ער האט עס דעמאלטס נישט געוואלט אננעמען.
רבי אברהם יעקב הורוביץ זצ"ל במח"ס צור יעקב איז געווען ראש ישיבה אין יח"ל נאר א קורצע תקופה,
א באקאנטע ווארט פין רבי מאיר שפירא, ער האט אמאל מסביר געווען וואס זיין כוונה איז מיט'ן אויף שטעלען די בארימטע יח"ל ישיבה, אז ער וויל אוועקשטעלען א מציאות פין א בחור א חסידישע למדן, ווייל בלויז חסידות טויג נישט אין בלויז למדנות טויג אויך נישט, וימשול משלו ויאמר א חסידישע בחור מיט א ליטווישע בחור האבען זיך אמאל געזעצט לערנען די גמרא אין מס' סוכה 'אמרו עליו על רבי יהונתן בן עוזיאל בשעה שהיה יושב ועוסק בתורה, כל עוף הפורח עליו מיד נשרף' האבען זיי זיך אפגעשטעלט אין ביידע זענען געווארען פארטראכט, פרעגט די ליטווישע למדן וואס טראכסטו, זאגט אים דער חסיד איך טראכט אריין אין די גרויסע קדושה פין די הייליגע תנא ריב"ע ווי ווייט א ילוד אשה קאן צוקימען, אין וואס ביסטו אזוי פארטראכט פרעגט ער דעם למדן, זאגט ער איך בין מעיין ווען דער עוף געהערט צו איינעם צי ער איז מחויב צי באצאלען אלס אשו משום חציו אדער איז ער נאר א גרמא אין ער איז פטור... (די וועלט לייגט צי אין דער מעשה א יעקע וואס ער האט זיך אויסגעדריקט 'אה געבראַטענע האָנע), ער וויל אויף שטעלען א ישיבה וואס זאל זיין א שילוב פין די צוויי.
- שטיקל גבאי
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
- לאקאציע: אין גבאי שטיבל
- שטיקל גבאי
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
- לאקאציע: אין גבאי שטיבל
שטיקל גבאי האט געשריבן:אברעמעלע האט געשריבן:יוסלמאן האט געשריבן:הרב הערשבערג
דער ישיבה איז מסתמא געווען אין שיקאגא. ער האט דארטען געוואוינט
ער האט געוואונט אין מעקסיקא אויך, ער האט ארויס געגבן א ספר מחשבת הקודש אויף קדשים
די קינדער זיינע זענען געבוירען געווארען אין שיקאגא. ער האט שפעטער געוואוינט אין מעקסיקא.
ער האט אויך א פאר מאל געפארט קיין רוסלאנד מחזק זיין די אידען דארט.
די ספר האט ער געדרוקט אלס יונגער בחור אין יח"ל!