רבי מאיר שפירא מלובלין זצ"ל - ז' חשון תרצ"ד
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
אויפריכטיג האט געשריבן:ווער קען געבן מער אינפארמאציע איבער די מחלוקה פון ר' שמעון זעליכאווער זצ"ל, וואס ווערט דערמאנט אינעם ערשטן בלאט דא?
כ'האב אסאך אינפארמאציע איבער די השתלשלות הענין וואס עטליכע פרטים וועט מאכען די האר פון קאפ זאלען זיך אויפשטעלען, ס'נישט נאר ר' שימעלע, דאס נעמט אריין א גרויסע באוועגונג פין תלמידים וואס ער האט געהאט, דאס נעמט אריין רבי משה'ניו מבאיאן וואס איז געוועהן זייער פארמישט אין דעם חלק הפאליטיק, דאס אויף נעמען דער טשעבינער רב, עכ"פ די תוצאות פון דער מחלוקה איז געוועהן בולט אין א געוויסע זין ביז דער נאציס ימ"ש זענען אריין.
אבער קענעדיק דער מהלך דא אויף א אייוועלט וועל איך אן נעמען דעם סיג לחכמה שתיקה. ווייל דער עולם דא האט ממילא נישט ליעב צו וויסען דעם גאנצע אמת...
אן אריינציגיין בפרטי הדברים
האב איך אמאהל געהערט פין ר' חיים קרייסווירט זצ"ל די רב פין אנטווערפען, אין א תלמיד פין ר' שמעול'ה זצ"ל ער האט שטענדיג גערעדט אויף אים מיט א געוואלדיגע הערצה, הכלל האט ער געזאגט אז ווען איך בין געווען יונג האב איך לוחם געווען ר' שמעול'ה זאל בלייבען אין ישיבה אבער היינט נאך די אלע יאהרען קען איך פארשטיין די התנגדות אויף'ן דרך פין ר' שמעול'ה עס איז נישט געווען א שיטה השוה לכל נפש, אין נאר בני עלייה האבען געקענט מיטהאלטען מיט זיין דרך
במאמר המוסגר - בכניסתו מה הוא אומר, דאס איז מיין ערשטע תגובה אויף דעם רייכען וועבזייטל, אשר ע"כ איז פאסיג דא צי זאגען די גרויסע הייליגע תפלה פין ר' נחוניה בן הקנה שלא יארע דבר תקלה על ידי... וישמחו בי חברי, ולא אומר על טמא טהור ולא על טהור טמא, ולא יכשלו חברי בדבר הלכה ואשמח בהם.

א וועב-ארט מיט הערליכע בילדער פון שטאט לובלין פאר די קריג ובתוכם עטליכע בילדער פון יח"ל ומחוללו הג"ר מהר"ם שפירא ז"ל:
http://teatrnn.pl/ikonografia/negatywy/kategoria/5
די בילד פון מציבת מהר"ם אין לובלין (שפעטער האט מען אים מפנה געווען קיין אר"י וויד ערמאנט אנהייב דעם אשכול):

לכבוד די יארצייט...
צום גאון ר' מאיר שפירא ז"ל איז אמאל אריינגעקומען א געוויסער פארשוין וועלעכער איז נישט געגיינגען אין דעם וועג וואס זיין טאטע האט אים געלערנט.
ווען דער גאון האט אים פארגעהאלטען פארוואס ער גייט נישט בדרך אבותיו, האט אים יענער גענטפערט, ווי אזוי קען דאס דער גאון זאגן אויפ מיר, אין די צייט וואס חז"ל זאגען, ברא כרעא דאבוה (דער זון איז אזוי ווי דעא פוס פון זיין טאטן? האט דער גאון געענטפערט מיט א שמייכל, "איך דערמאן זיך טאקע אז דיין טאטע פלעגט זיך שטענדיג אפרעדן אויף זיינע פיס"

- אינסוזעאיסט
- שר מאה
- תגובות: 208
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 8:13 pm
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע: בין גברא לגברא
געזעהן אין א ספר'ל מעדני יוסף אנ'אינטערעסאנטע מעשה
אין מארינבאד א ראש חודש אלול איז געווען ביים דאווענען אבי'ס און רבנים גדולי תורה
מען הייבט אהן צו ליינען און דער בעל קורא ליינט: את הכבש אחד תעשה בבוקר, האט זיך געטוהן א טומעל
אלע רבנים און רבי'ס שרייען: האחד, נישט אחד! און מען לייגט אוועק דער ס"ת און מען נעמט ארויס א צווייטע
מען איז גולל און דער בעל קורא ליינט ווייטער און אודך, את הכבש אחד תעשה בבוקר
דער עולם כאפט זיך אז מסתמא דא אין פרשת פינחס דארף טאקע אזוי צו זיין...
עכ"פ מען ליינט ווייטער פון דעם צווייטען ספר תורה
הגר"מ שפירא זצ"ל האט געטראכט ביי זיך: דאס איז דאך אנ'אויסטערלישע זאך, אזויפיהל גדולים מיט אזא טעות
האט ער נאך דאס דאווענען ארויסגענומען דעם ערשטען ס"ת און בודק געווען
ער האט געטראפען אין דער ספר תורה נישט ווייניגער ווי אכציג גרייזען....
האט ער געזאגט: הקב"ה האט צוגעפיהרט אז מען זאל נישט ליינען אין די ס"ת, נאר אין דער צווייטער....

לעצט פארראכטן דורך msp אום מיטוואך אקטאבער 31, 2012 4:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 552
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
- לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ
אינסוזעאיסט האט געשריבן:איז מעגליך איבערצוברענגן דעם שיינעם בנין אין לובלין קיין א"י?
מ'קען רוקן אזעלכע בנינים, אבער פון איין לאנד צום צווייטן איז שוין א אונטערנעמונג.
רוקן איז אפשר גאר א שווערע אינטערנעמונג אויב בכלל מעגליך. אבער עכ"פ בויען כמתכונתו א שטייגער ווי בעלז האט געטאהן מיטן ביהמ"ד הגדול ועוד.
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 552
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
- לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ
הרבנית מלכה טאבא שפירא ע"ה
בייגעלייגט איז א בילד פון די מציבה פון הרבנית מלכה טאבא שפירא ע"ה אשת הגר"מ שפירא זצ"ל.
האט איינער עפעס פרטים איבער איר משפחה?
האט איינער עפעס פרטים איבער איר משפחה?
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12394
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
איר טאטע איז געווען הנגיד המפורסם ר' יעקב דוד ברייטמן מטרנופול.
למעלה משבעים האט געשריבן:איר טאטע איז געווען הנגיד המפורסם ר' יעקב דוד ברייטמן מטרנופול.
איך האב געטראפן א הנצחה אין ספר אור המאיר.
ער האט געהייסן רבי דוד יעקב (נישט יעקב דוד).
ווי אויך האב איך געהערט פון אן אייניקל פונעם ביוואלארער רב אז רבי דוד יעקב איז געווען א זון פון רבי יוסף טעלינעשטער [שווער פון רבי אפרים זלמן ליפסאן מקאמינקא].
אן אינטערעסאנטער הסכמה פון ר"מ שפירא משנת תרס"ו ווי ער חתמ'עט 'מאיר שפירא מטארנאפאל חתן הנגיד וכו' יעקב ברייטמאנן'
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=4

א מזל טוב פאר ר' שמואל אייכנבוים דער נדבן פון די ישיבה, מאמענט טו כסלו תרפה
http://www.jpress.org.il/Default/Script ... wMode=HTML

- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה