רבי דוד שלמה אייבשיץ זצ"ל - ערבי נחל ולבו"ש - כ"ב חשון תקע"ד
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי דוד שלמה אייבשיץ זצ"ל - ערבי נחל ולבו"ש - כ"ב חשון תקע"ד
רבי דוד שלמה אייבשיץ זצ"ל איז געווען א זוהן פון ר' ירחמיאל אייבעשיץ און א תלמיד פון ר' זאב וואלף און ר' משולם פייבוש מז'בריז זצ"ל
ער איז נסתלק געוארן כ''ב מרחשון תקע"ד
ער איז געווען רב אין סורקה עס איז באקאנט אז ער האט געהאט א בית דין וואס איז געשטאנען פון צוויי שטובער אין איין שטוב איז ער געזיצן מיט די דיינים און אין די צווייטע שטוב זענען די בעלי דינים געווען אזוי אז ער זאל נישט וויסן ווער די בעלי דינים זענען עס זאל נישט צוקומען צו קיין משא פנים, סוף ימיו איז ער געווען אין ארץ ישראל און ער ליגט טאקע אין צפת.
• כד הקמח
• לבושי שרד: על אורח חיים ויורה דעה
• מגילת סתרים
• נאות דשא: שו"ת
• ערבי נחל: על התורה.

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 741
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm
לרגל ההילולא קדישא
בספר ערבי נחל פ' בהר : כל התיקונים וכל התקשרות העולמות ע"י מע"ט, אינם חשובים בלתי אם תהיה שם הנקודה העיקרית , ההכנעה האמיתית,לידע בכל מע"ט שאינו עושה כלום,שבזה מקשר הכל בסיבה ראשונה בה',ולטעם זה ג"כ הזהיר התנא" אל תהיו כעבדים המשמשים כו' ע"מ לקבל פרס" ,והטעם מובן,כי מאחר שנדמה לו שי"ל אצל בוראו כלום,א"כ עדייןלא עשה כלום ולא פעל שום דבר,דעיקר הפעולה כשיודע שלא עשה מאומה וא"כ מהיכן יחפוץ בשכר.."
טעם לזה שבברכות בתחילתן מדבר כלפי ה' כאילו הוא כנגדו,ומיד אח"כ אומרים מלך העולם, כדי שלא יהיה משמעות ללשון זה שאינו מולך רק עלינו,ולכן אנו אומרים מיד ג"כ " מלך העולם" לומר באמת שהוא מלך על כל האמצעיות וכולם הם משועבדים ונכנעים לו, כי אין להם מציאות מבלעדו .
ערבי נחל פ' בלק

"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
זיידעניו האט געשריבן:• כד הקמח
• לבושי שרד: על אורח חיים ויורה דעה
• מגילת סתרים
• נאות דשא: שו"ת
• ערבי נחל: על התורה.
ווייניג ווייסן אז ס'איז דא נאך א חיבור פון אים מיטן נאמען "אשד הנחלים", וואס איז געדרוקט געווארן אין ליווארנא שנת תקפ"א, בלי שם המחבר, ווי עס איז אויך אריינגעדרוקט דארט צום סוף דריי תשובות מספרו שו"ת נאות דשא.
דער מחבר שרייבט אין די הקדמה אז די נאמען פון ספר "אשד הנחלים" איז פאסיג פאר עטליכע סיבות, און איינע פון די סיבות איז ווייל די נאמען פון מחבר איז מרומז אין די ווערטער אש"ד הנחלי"ם, ער שרייבט אבער נישט וויאזוי עס איז מרומז. דורשי רשומות זאגן אבער אז אש"ד איז נוטריקון ד'וד ש'למה א'ייבשיץ.
איבער שנת פטירתו איז דא פארשידענע גירסאות.
אין "הילולא דצדיקא" לר' ראובן מרגליות שטייט אז ער איז נפטר געווארן שנת תק"ע, און אזוי אויך אין "מליצי אש", און דאס זעלבע אין "ירושלים" (לר' אברהם משה לונץ) שנה א' עמ' 134 [אגב; דארט שטייט אז ער האט געטראפן אין די מערה א אור אלטע מציבה מיט אותיות מטושטשות, און דארט איז געשטאנען אז זיין פאטער האט געהייסן ר' אביגדור... וואס איז גאר אינטערסאנט, ווייל מיר ווייסן דאך אז זיין פאטער האט געהייסן ר' ירחמיאל], אבער די דאזיגע גירסא האט זיכער נישט קיין האפט, ווייל אין שו"ת כד הקמח סי' כ"ד ברענגט דער ערבי נחל א שאלה וואס האט פאסירט בשנה זו "שנת תקע"א", איז דאך קלאר אז תקע"א האט ער נאך געלעבט.
ווידער איז דא א גירסא אין "קנת סופרים" אז ער איז נפטר געווארן תקע"ב, דאס איז אויך זיכער נישט אמת, היות די ערשטע דרוק פון לבושי שרד איז געדרוקט געווארן שנת תקע"ב, און ווי מ'זעהט אויפן שער בלאט האט ער נאך געלעבט דאן, ווי אויך האט ער א הסכמה פונעם באר מים חיים [אגב; אויך האט עס די הסכמות פון בעל קדושת לוי און בעל אוהב ישראל מאפטא] וואס איז געשריבן געווארן י"ז אדר תקע"ב, און ער שרייבט אויף אים "נרו יאיר", און דאס איז דאך הכל מודים אז די יום הפטירה איז געווען כ"ב חשון, אלזא תקע"ב איז ער זיכער נישט אוועק.
די ערשטע עדות אז ער איז נפטר געווארן תקע"ד איז פון א כת"י פון ר' שמואל העללער אב"ד צפת, וואס שרייבט קלאר אין זיין פנקס הזכרונות אז ער איז נפטר געווארן כ"ב חשון תקע"ד.
פאר עטליכע צענדליג יאר צוריק איז צוריק נתגלה געווארן די ארגינעלע מציבה ווי ס'שטייט קלאר אז ער איז נפטר געווארן תקע"ד, וזה לשון המצבה הישן: פ"נ הרב הגאון האמיתי צדיק יסוד עולם חסיד ועניו מ' דוד שלמה בן ירחמיאל בעמ"ח ס' לבושי שרד וס' ערבי נחל עלה לשמים כ"ב מרחשון ש' תקע"ד לפ"ק.

דא (http://www.hebrewmanuscripts.org/jts) איז דא א כת"י פון דער ערבי נחל חידושים אויף מס' בבא מציעא.
סירטש: איבשיץ, דוד שלמה
צוואת רבי דוד שלמה אייבשיץ
צו באמבאסטיש איך וויל זייער שטארק וויסן פון וואו דו האסט פארשאפט די צוואה פונעם ערבי נחל און ווי איך קען עס טרעפן אדער זען קלארער ביטע ענטפער מיך ווי שנעלער תודה רבה למפרע בערל
צוואת רבי דוד שלמה אייבשיץ
צו באמבאסטיש
איך ווארט שטארק אויף דיין תשובה
בערל
איך ווארט שטארק אויף דיין תשובה
בערל
ערבי נחל
האט די ערבי נחל געהאט קינדער?
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3445
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
אויפריכטיג האט געשריבן:בערל האט געשריבן:האט די ערבי נחל געהאט קינדער?
ניין ל"ע
מנין לך זאת?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אויפריכטיג האט געשריבן:בערל האט געשריבן:האט די ערבי נחל געהאט קינדער?
ניין ל"ע
מנין לך זאת?
עדיין ממתין לשמוע מנין לך זאת
אז דער ערבי נחל האט נישט געהאט קיין קינדער
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
-
- שר האלף
- תגובות: 1808
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אויפריכטיג האט געשריבן:בערל האט געשריבן:האט די ערבי נחל געהאט קינדער?
ניין ל"ע
מנין לך זאת?
עדיין ממתין לשמוע מנין לך זאת
אז דער ערבי נחל האט נישט געהאט קיין קינדער
אין קובץ שפתי צדיקים י' שטייט אז ר' פנחס מאוסטילא (ב"ר יוסף ב"ר מרדכי מנעשכיז) איז געוועהן א איידעם ביי ר' מאיר מבארדיטשוב וואס איז געוועהן א איידעם בזו"ר ביי דער ערבי נחל ותקש בלדתה, ווייסט איינער צו דאס קען שטימען ?? (איז זי אפשר מרת גיטיל וואס איז שפעטער געוועהן אשת ר"י מנעשכיז ?? אין דער קראסנא קוויטיל ווערט נאר דערמאנט דריי זוהן פון ר"מ און דער טאכטער אסתר רחל אשת רד"א מגיד)
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
ווי קען מען דאס באשטעטיגן?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
-
- שר מאה
- תגובות: 246
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:19 am
אליעזר לאנדא האט געשריבן:אין קובץ שפתי צדיקים י' שטייט אז ר' פנחס מאוסטילא (ב"ר יוסף ב"ר מרדכי מנעשכיז) איז געוועהן א איידעם ביי ר' מאיר מבארדיטשוב וואס איז געוועהן א איידעם בזו"ר ביי דער ערבי נחל ותקש בלדתה, ווייסט איינער צו דאס קען שטימען ?? (איז זי אפשר מרת גיטיל וואס איז שפעטער געוועהן אשת ר"י מנעשכיז ?? אין דער קראסנא קוויטיל ווערט נאר דערמאנט דריי זוהן פון ר"מ און דער טאכטער אסתר רחל אשת רד"א מגיד)
רבי פנחס מאוסטילא (בן רבי יוסף מאוסטילא חתן רבי יהודא מאיר בן רבי פנחס מקאריץ) איז געבוירן ערשט נאך די הסתלקות פון רבי פנחס מקאריץ י' אלול תקנ"א.
די קראסנא קוויטל איז געשריבן געווארן בערך אין יאר תקנ"א. דארטן ווערט דערמאנט רבי מאיר בעל כתר תורה מיט זיין רביצין "פייגא בת חנה", מיט די קינדער יוסף ישראל איסר [געבוירן תקמ"א], אסתר, אליעזר [געבוירן תק"נ בערך] "בני פייגה".
עכ"פ אויב איז רבי פנחס מאוסטילא געווען אן איידעם ביים כתר תורה, רעדט זיך עס פון א קינד וואס איז געבוירן פון א זיווג שני, פון תקנ"ב און ווייטער.
-
- שר האלף
- תגובות: 1808
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am
נחוניא האט געשריבן:אליעזר לאנדא האט געשריבן:אין קובץ שפתי צדיקים י' שטייט אז ר' פנחס מאוסטילא (ב"ר יוסף ב"ר מרדכי מנעשכיז) איז געוועהן א איידעם ביי ר' מאיר מבארדיטשוב וואס איז געוועהן א איידעם בזו"ר ביי דער ערבי נחל ותקש בלדתה, ווייסט איינער צו דאס קען שטימען ?? (איז זי אפשר מרת גיטיל וואס איז שפעטער געוועהן אשת ר"י מנעשכיז ?? אין דער קראסנא קוויטיל ווערט נאר דערמאנט דריי זוהן פון ר"מ און דער טאכטער אסתר רחל אשת רד"א מגיד)
רבי פנחס מאוסטילא (בן רבי יוסף מאוסטילא חתן רבי יהודא מאיר בן רבי פנחס מקאריץ) איז געבוירן ערשט נאך די הסתלקות פון רבי פנחס מקאריץ י' אלול תקנ"א.
די קראסנא קוויטל איז געשריבן געווארן בערך אין יאר תקנ"א. דארטן ווערט דערמאנט רבי מאיר בעל כתר תורה מיט זיין רביצין "פייגא בת חנה", מיט די קינדער יוסף ישראל איסר [געבוירן תקמ"א], אסתר, אליעזר [געבוירן תק"נ בערך] "בני פייגה".
עכ"פ אויב איז רבי פנחס מאוסטילא געווען אן איידעם ביים כתר תורה, רעדט זיך עס פון א קינד וואס איז געבוירן פון א זיווג שני, פון תקנ"ב און ווייטער.
ועוד אויב עס איז ריכטיג וואס מען שרייבט אז דער ערבי נחל איז געבוירען שנת תקט"ז (עדיין ל"מ מקורו) קען נישט זיין אז דער בעל כתר תורה וואס איז געבוירען בערך שנת תקכ"ה איז געוועהן זיין איידעם בזיוו"ר
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אויפריכטיג האט געשריבן:בערל האט געשריבן:האט די ערבי נחל געהאט קינדער?
ניין ל"ע
מנין לך זאת?
בא הרוג ברגליו ...
אין ספר בודזנוב עמוד 40 שטייט וועגען דער ערבי נחל, לנכדתו רחל היו שלשה בנים, הבכור דוד נפטר מעהרין צ'כיה בתקופת מלחמת העולם הראשונה, השני ברוך מאיר נסע לניו יורק ושם נולד לו בן ישראל והוא אבי וכו' הבן השלישי ר' דוד שלמה שטרסברג עלה לא"י בשנת תרפ"ד ונפטר בי"ז מרחשוון תש"י
באמבאסטיש האט געשריבן:צוואתו שנחתמה בבית דינו, יום ד' כ' סיון תקס"ה
דאס קומט פון אנציקלופדיה לחכמי גלציה ח"א עמוד 83 אבער דאס איז נישט זיין צוואה און נישט א צוואה בכלל נאר א שטר מכירה וואס דער ערבי נחל איז א עד דעראויף, אין ארשת ה עמוד 422 האט יצחק רפאל מפענח געוועהן דער גאנצע שטר עיי"ש
מונאוויטש האט געשריבן:אינטערעסאנט אז די פערזענליכע לעבן פונעם ערבי נחל איז אזוי פארנעפלט. פארהאן מער אינפארמאציע איבער זיין פאטער רבי ירחמיאל? ווער איז געווען זיין רעבעצין?
כנראה האבען זיי געוואוינט אין אוזיראן, ווייל אין ספר חורוסטקוב עמוד 20 איז דא א העתק פון דער פנקס ח"ק משנת תקנ"ו ווי ער חתמ'ט עטליכע מאל דוד שלמה אייבשיץ מאוזיראן (עס איז אינטערסאנט אז ער חתמ'ט זיך מיט זיין לעצטע נאמען און אזוי אויך דער ספרים נאות דשא און אשד הנחלים הייסען עיי"ש דוד שלמה אייבשיץ)
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום זונטאג יאנואר 12, 2020 8:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
ש'כוח הרב אליעזר
זייער אינטרעסאנט
ווייסט מען כהיום, ווער זענען די אייניקלעך פון ערבי נחל?