רבי דוד'ל טווערסקי מסקווירא זצ"ל - ט"ו כסלו תר"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

טייל שפעטערע רעקארדס איז דא צו זעהן אויף familysearch.org (פון די מארמאנס)
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

נחוניא האט געשריבן:בייגעלייגט איז א מודעה וואס איז געווען געדרוקט עש"ק כד כסלו תרפ"ט, אז דער סקווערער רבי קומט קיין אמעריקא קומענדיגן מאנטיג כ"ז כסלו

בשורה טובה!
צו אלע חסידים און לאנדסלייט
דער סקווירער רבי
ה' נחומ'צע שליט"א
בן הרה"צ ה"ר דוד'ל מסקווערי זצ"ל
וואס האט די לעצטע צייט געוואהנט אין קישינעוו בעסאראביע, קומט אי"ה בשטומ"צ
ביום ב' הבע"ט 10טען דעצ. בשעה 11 בוקר
מיט דער שיף "האמבורג"
מיר בעטען אלע זאלען קומען אפווארטען דעם רבי'ן מיט זיין פאמיליע ביים פיער 86, וועסט 46טע סטריט
דער רבי מיט זיין פאמיליע וועלען זיך צייטווייליג געפינען אויף 939 לאפאיעט עוועניו ברוקלין
טעלעפאן בושוויק 1878

הייתי על קברו אתמול בבית דוד ביעלמאנט
הדלת שעל האהל עומד ליפול ותולה על יתד אחד
גם ראיתי הקוויטל שלי שהנחתי שם לפני 14 חדשים===
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אפגעפונען דעם רעקארד

שורה נומער 15
אטעטשמענטס
reb nuchem ellis island.jpg
reb nuchem ellis island2.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
מגיד
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 1:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיד »

בן בוזי האט געשריבן:קודם זיינע קינדער:
פון ערשטן זווג מיט די טאכטער פון ר' שלמה מסאווראן,
1) פיגא
2) ר' מרדכי
3) ר' משה
4) ר' שלמה
5) ר' מנחם נחום

פון די צווייטע זווג מיט די טאכטער פון ר' אליקם געץ מאוסטראה
1) ר' איציקל קעשינובער
2) ר' יעקב יוסף מקאלאראש וסקווירא-ארה"ב
3) ר' יודא לייב
4) הבחור פנחס
5) סימא


פיגא וועלכע איז געווען א כלה מיט די ינוקא פון סטאלין איז נפטר געווארן פאר די חתונה, ר' מרדכי, ר' משה, ר' שלמה זענען נפטר געווארן אין די מגיפה אין קיוב בשעת די פאגראמען אין יאר תר"פ, ר' יודא לייב וועלכע איז געווען אן איידעם אין קאלוב איז געהרג'ט געווארן אין קריג עטליכע וואכן נאך זיין חתונה צוזאמען מיט זיין ב"ב, פינחס און סימא האבן נישט געהאט חתונה געהאט ווען מ'איז אנטלאפן און זיי זענען געבליבן אונטערן אייזערנעם פארהאנג.


דער פאלטיטשאנער רבי ר' אלעזר טווערסקי איז געווען א זוהן פון ר' שלמה.


פונעם ערשטן זיווג האט הרה"ק ר' דוד'ל זצ"ל געהאט נאך א זוהן בשם ר' אהרן ז"ל וואס איז אוועק בחייו און איבערגעלאזט א גרויסע שטוב מיט יתומים, דאכטזיך 14
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

בן בוזי האט געשריבן:אפגעפונען דעם רעקארד

שורה נומער 15


אינטערעסאנט צו וויסן ווער איז די תלמוד תורה 'וועראיין' וואס האט איהם פארשריבן, די בנין אויף 380 New Lots Ave שטייט שוין נישט (עס עקזיסטירט נישט אזא אדרעסס) זעהט אויס ווי Pennsylvania Ave. שטייט אויף דעם פלאץ
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

הזמנה לקריאת שם לבת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

אטעטשמענטס
296a.jpg
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »


דאס איז בתו הרבנית שיינדיל כ"ץ שנפטרה בשנה שעברה
בנה הוא אב"ד מאגארוב ועוד
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

בריוו פון די ערשטע גבאים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא זי"ע
אטעטשמענטס
SKVERL.jpg
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

TAG האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ביז צום ערשיינונג פון די 'מלכות טשערנאבל' האט מען געוואוסט אז ר' יצחק אברהם משה האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, אבער ידידינו ר' יצחק מאיר האט איהם אנגע'שדכ'נט א רביצין בשם 'מירל', אבער אהן קיין ייחס....

מ'האט אים געהאט פאר'שדכ'נט די טאכטער פון ר' יוסף מאיר'ל מאכנובקה (דאכטזיך מיר) מרת חנה, וועגן געוויסע סיבות איז דאס נישט צושטאנד געקומן. למעשה האט ער קיינמאל נישט חתונה געהאט.

וואס איז גיווען אינדערהיים ווייס איך נישט, אבל כשעלה ארצה באחריצ ימיו היה לבד וש"ב הרה"ק ממאחניבקא דאג בעבורו
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

איבער רבי יצחק אברהם משה מקאריסטשוב פון די קאריסטשובער אשכול
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

היום היארצייט של הרבנית טראני מסקווירא ע"ה
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

באיזה שנה נסתלקה ?
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

חיימ'ל האט געשריבן:באיזה שנה נסתלקה ?

תשנ"א
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

dovidal האט געשריבן:היום היארצייט של הרבנית טראני מסקווירא ע"ה


שני חתניה שיבלחט"א טוענים ששמה טראנא וכן מופיע בספר שמות גיטין. ורק בנה שליט"א טוען ששמה היתה טראני.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

תלוי על הגמט'
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

בן בוזי האט געשריבן:און איצטער ברענג איך ווידער אראפ דעם פראצעס איבער'ן ירושה וואס א חסיד פון רבין ר' דודל האט איבערגעלאזט פארן קליינעם דוד'ל (מסקווירא ב"פ) צוליב א מופת וואס ער האט געהאט ביים זיידן, און בהיות ר' דוד'ל האט געטראגן זיין נאמען האט ער איהם דאס געוואלט איבער לאזן.

איך האב לעצטענס איבער געטייפט די גאנצער ארטיקעל און איך האף עס ארויף צו שטעלען בקרוב בעזהשי"ת.
אויב מעגליך וואלט גיווען א שטארקע תועלת צו מברר זיין די מהות פון די מענטשען וואס ווער'ן דערמאנט אינעם ארטיקעל ווי אויך צו זען אין די קאורט ארכיווען צו עס ווערט טאקע דערמאנט די קעיס, איך האב פראבירט צו זיכען אביסעל אבל עדיין לא נושעתי.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מצבת האדמו"ר רבי יצחק ב"ר משה דן מסקווירא (בראנקס - תל אביב)

בילד
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

כ'האב מיך לעצטענס אנגעטראפן אין אן אייניקל פון רבי משה דן. א פרייער אדער האלב פרייער איד וואס פון זיין מאמעס זייט קומט די יוחוס. ער זאגט אז ר' משה דן האט געהאט א זון ר' יעקב, און פון עם איז ער אן אייניקל.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

חיימ'ל האט געשריבן:כ'האב מיך לעצטענס אנגעטראפן אין אן אייניקל פון רבי משה דן. א פרייער אדער האלב פרייער איד וואס פון זיין מאמעס זייט קומט די יוחוס. ער זאגט אז ר' משה דן האט געהאט א זון ר' יעקב, און פון עם איז ער אן אייניקל.

ר' יעקב איז געווען א זון פון רבי משה דן אדער א ברודער?
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

ר' יעקב איז געווען א זון. אגב, ער האט נישט געוואוסט פון די אנדערע צוויי זון פון ר' משה דן. דוכט זיך אז ר' יעקב מפיקוב - ברודער פון ר' משה דן האט נישט געהאט קיין קינדער.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

חיימ'ל האט געשריבן:ר' יעקב איז געווען א זון. אגב, ער האט נישט געוואוסט פון די אנדערע צוויי זון פון ר' משה דן. דוכט זיך אז ר' יעקב מפיקוב - ברודער פון ר' משה דן האט נישט געהאט קיין קינדער.

מפיקוב?
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

נחוניא האט געשריבן:
חיימ'ל האט געשריבן:ר' יעקב איז געווען א זון. אגב, ער האט נישט געוואוסט פון די אנדערע צוויי זון פון ר' משה דן. דוכט זיך אז ר' יעקב מפיקוב - ברודער פון ר' משה דן האט נישט געהאט קיין קינדער.

מפיקוב?

סקווירא אויב עפעס
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

דער אמת איז אז כ'האב עס געשריבן פון אויסווייניג. איך געדענק אז אין בעלוץ צדיקים איז עפעס געשטאנען אזוי, אויך אז ער פלעגט וואנדערן פון איין פלאץ צום צווייטן, און ער איז נסתלק געווארן בליל התקדש החג. (אפשר איז ער נאר נסתלק געווארן דארט?)
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

חיימ'ל האט געשריבן:דער אמת איז אז כ'האב עס געשריבן פון אויסווייניג. איך געדענק אז אין בעלוץ צדיקים איז עפעס געשטאנען אזוי, אויך אז ער פלעגט וואנדערן פון איין פלאץ צום צווייטן, און ער איז נסתלק געווארן בליל התקדש החג. (אפשר איז ער נאר נסתלק געווארן דארט?)

ער איז נסתלק געווארן אין שטאט ליפאוויץ. ער האט אבער נישט געוואוינט דארטן נאר איז דארט אנגעקומען אויף יום טוב.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

נחום וואהלינער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
חיימ'ל האט געשריבן:ר' יעקב איז געווען א זון. אגב, ער האט נישט געוואוסט פון די אנדערע צוויי זון פון ר' משה דן. דוכט זיך אז ר' יעקב מפיקוב - ברודער פון ר' משה דן האט נישט געהאט קיין קינדער.

מפיקוב?

סקווירא אויב עפעס

ר' יצחק מאיר טווערסקי הי"ו שרייבט אין זיין ספר 'מלכות אדמו"רי בית טשערנאביל' אז ער האט געוואוינט אין ליניץ.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”