ר' נפתלי עהרליך זצ"ל אבד"ק דעלאטין, ה' שבט תש"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

נאכנישט דערמאנט געווארן.
אז ר' מנחם ישראל (ישראל מנחם) ערליך בן הרב מדעלאטין איז געווען אן איידעם ביי הרה"צ ר' גדלי' בן הרה"צ ר' מנחם נחום מלאדמיר בן אחר בן לר' שלמה קארלינער.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

תולדות הרה"ק רבי נפתלי מדעלאטין זצ"ל בגליון "באור החיים" - טאהש (פר' וארא תשע"ג)
אטעטשמענטס
באור_החיים_וארא1.pdf
(150.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 198 מאל
באור_החיים_וארא2.pdf
(161.85 KiB) געווארן דאונלאודעד 168 מאל
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

צושויער האט געשריבן:נאכנישט דערמאנט געווארן.
אז ר' מנחם ישראל (ישראל מנחם) ערליך בן הרב מדעלאטין איז געווען אן איידעם ביי הרה"צ ר' גדלי' בן הרה"צ ר' מנחם נחום מלאדמיר בן אחר בן לר' שלמה קארלינער.
אלס חתן ווערט ער אנגערופן סתם מנחם
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

שיפוץ בית החיים דעלאטין ע"י אבותינו ונכדו האדמו"ר מדעלאטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

נסיעה רוממה ע"י ישיבה זכרון נפתלי דעלאטין
בראשות נכדו כ"ק אדמו"ר מדעלאטין שליט"א
להשתטח על ציון קדשו
ולהעמיד "מצבת זכרון" על קברו של הרה"ק מדעלאטין זי"ע
בחודש אלול תשע"ד העעל"ט
אטעטשמענטס
נסיעת ישיבה זכרון נפתלי דעלאטין בראשות נכדו כ"ק אדמו"ר מדעלאטין שליט"א להשתטח להעמיד מצבת זכרון על ציון קדשו
נסיעת ישיבה זכרון נפתלי דעלאטין בראשות נכדו כ"ק אדמו"ר מדעלאטין שליט"א להשתטח להעמיד מצבת זכרון על ציון קדשו
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

ישר כח ר' חייקל
שיין שיין :wink:
טעמו וראו כי טוב השם
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

אפשר וועט ר' חייקל אדער ר' יעקעלע פוקס אדער אנדערע משתתפי האשכול וויסן וואס איך האב אנגעפרעגט אין אשכול איבער ר' גדלי' מלודמיר און קומט דא אריין.

צושויער האט געשריבן:
צושויער האט געשריבן:אפשר ווייסט איר רימנובער אייניקל.
ר' גדלי' גאטליב מלאדמיר מי שהי' סאמבורער רבי בבאריסלוב. האט געהאט אן איידעם ר' מנחם עהרליך א זון פון דעלאטינער רב ר' נפתלי.
די חתונה איז געווען תרפ"א, דעם זעלבן יאר וואס דער סאמבורער רבי ר' גדלי' איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא.
האט אים זיין שווער מיטגענומען קיין אמעריקא מיט זיך ? וואס איז געווארן מיט דעם ר' מנחם ערליך ?

טרעף איך יעצט באגראבן אין די דעלאטינע אשכול די ווערטער פון יעקעלע פוקס.

יעקעלע פוקס האט געשריבן:די דעלאטינער רב זצ"ל האט געהאט א זוהן ר' מנחם ישראל זצ"ל (נישט ישראל מנחם ווי ידידי הישן מיללער האט אויווען ערוועהנט) ער האט ארויסגעוואנדערט מיטן שיף בעפארן קריג מיט זיין שוועסטער הרבנית שרה חנה וואס זי האט געלאנדעט אין די בראנקס און חתונה געהאט מיט רבי פנחס שלום ר"ב זצ"ל אדמו"ר מקאסאני, און ער איז ווייטער געפארן מיט דעם שיף ווי ער איז אראפ אין ארגענטינע און דארט משמש געוועהן ברבנות פאר אסאך יארן, און אויפגעשטעלט א דור ישרים ומבורך, ביז פאר זיין פטירה ווי ער איז געגאנגען וואוינען לעבען זיינע קינדער אין בני ברק ושם מנוחת כבודו.

פארשטיי איך אז דער ר' מנחם ערליך מדעלאטין איז געקומען קיין אמעריקא מיט און וועגן זיין שווער ר' גדלי' מלודמיר.
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

צושויער האט געשריבן:אפשר וועט ר' חייקל אדער ר' יעקעלע פוקס אדער אנדערע משתתפי האשכול וויסן וואס איך האב אנגעפרעגט אין אשכול איבער ר' גדלי' מלודמיר און קומט דא אריין.

צושויער האט געשריבן:
צושויער האט געשריבן:אפשר ווייסט איר רימנובער אייניקל.
ר' גדלי' גאטליב מלאדמיר מי שהי' סאמבורער רבי בבאריסלוב. האט געהאט אן איידעם ר' מנחם עהרליך א זון פון דעלאטינער רב ר' נפתלי.
די חתונה איז געווען תרפ"א, דעם זעלבן יאר וואס דער סאמבורער רבי ר' גדלי' איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא.
האט אים זיין שווער מיטגענומען קיין אמעריקא מיט זיך ? וואס איז געווארן מיט דעם ר' מנחם ערליך ?

טרעף איך יעצט באגראבן אין די דעלאטינע אשכול די ווערטער פון יעקעלע פוקס.

יעקעלע פוקס האט געשריבן:די דעלאטינער רב זצ"ל האט געהאט א זוהן ר' מנחם ישראל זצ"ל (נישט ישראל מנחם ווי ידידי הישן מיללער האט אויווען ערוועהנט) ער האט ארויסגעוואנדערט מיטן שיף בעפארן קריג מיט זיין שוועסטער הרבנית שרה חנה וואס זי האט געלאנדעט אין די בראנקס און חתונה געהאט מיט רבי פנחס שלום ר"ב זצ"ל אדמו"ר מקאסאני, און ער איז ווייטער געפארן מיט דעם שיף ווי ער איז אראפ אין ארגענטינע און דארט משמש געוועהן ברבנות פאר אסאך יארן, און אויפגעשטעלט א דור ישרים ומבורך, ביז פאר זיין פטירה ווי ער איז געגאנגען וואוינען לעבען זיינע קינדער אין בני ברק ושם מנוחת כבודו.

פארשטיי איך אז דער ר' מנחם ערליך מדעלאטין איז געקומען קיין אמעריקא מיט און וועגן זיין שווער ר' גדלי' מלודמיר.


נו האסט דאך שוין געטראפען דעם תירוץ.... וואס נאך ווילט איהר וויסען?
טעמו וראו כי טוב השם
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

אה שכוח
געוואלט וויסן אויב איז ער געקומען דעם זעלבן יאר תרפ"א מיטן שווער צוזאמען, ווען ער איז געווען א שנה ראשונה אינגערמאן. און ווי אויך איז משמע מדבריך אז ער האט זיך נישט אפגעשטעלט אין אמעריקא נאר געפארן גלייך ווייטער קיין ארגענטינא, איז דאס טאקע אזוי געווען ? און בעיקר איבער זיין דור ישרים יבורך אין בני ברק, זענען זיי אויך משמשים באדמורות דעלאטין וכדומה ?
תזכו למצוות
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אויף הרה"צ ר' חיים עהרליך מברעזנא אחי ר' נפתלי מדעלאטין וצאצאיו:
viewtopic.php?p=960846#p960846
(אפשר וואלט מען דאס געדארפט אהער פיהרן?)
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

לכבוד די יארצייט האב איך אפיר געזוכט דעם אשכול, איז מיר שווער געווארן עטליכע קשיות
יעקעלע פוקס האט געשריבן:
זיין ברית איז פארגעקומען אין זידיטשוב ביים פעטער ר' אייזיקל זצ"ל, ווי הרה"ק ר' אייזיק איז געווען סנדק און געגעבען דעם נאמען, זיין פאטער האט געזאגט פאר ר' אייזיקל אז ער וויל אים א נאמען געבען נאכען הייליגען ראפשיצער רב זצ"ל, ויקרא שמו בישראל 'נפתלי צבי', למעשה האט מען אים באלד אויפמערקזאם געמאכט אז די טאטע הייסט דאך 'צבי', איז דא צוויי גירסאות: איינס אז ער האט גלייך איבער געזאגט, אלוקינו ואלוקי אבותינו קיים וכו' און געטוישט נאר אויף נפתלי, און די צווייטע גירסא איז אז קודם האט ער נישט צירוק געטוישט, נאר שפעטער ביים סעודת ברית האט ער געזאגט א מי שברך, און אראפגענומען דעם צבי.



א) וויאזוי איז ר' אייזיקל זידיטשובער זי"ע געווען א פעטעטר?
ב) כ'האב געליינט אמאל איבער א שרעקליכע פייער אין שטאט דילעטין וואס האט אפגעברענט איבער טויזענט הייזער ווייסט איינער עפעס איבער דעם?
ג) אין נירעדהאז האט געוואוינט א זידיטשוב'ער רבי ר' יודע'לע עהרליך (געהערט פון עטליכע נירעדהאזע אידן, ווי אויך ווערט ער דערמאנט אין ספר "זכרנו לחיים" סיפורים מהרה"ק מצאנז זי"ע) ווייסט איינער עפעס מער איבער איהם?
זה הקטן גדול יהי'
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

טהור-עיניים האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:עס איז אינטרעסאנט אז ביידע משפחות וואס שטאמען בן-אחר-בן פון דער אברך אב"ד באלחוב הייסן נישט פריעדלאנדער (אבער פאר אנדערע סיבות).


וואס איז אזוי אינטערעסאנט? הורוויץ און אייכענשטיין זענען ביידע שענערע נעמען פון פריעדלאנדער.

עס באלאנגט אפשר נישט אין דעם אשכול, אבער עס איז אינטערעסאנט אז די הורוויץ און אייכענשטיין משפחה זענען מחותנים. הרב לייביש אייכענשטיין אב"ד בערטש פון מאנסי איז א מחותן מיט הרב ... (סארי, פארגעסן וויזוי ער הייסט) הורוויץ פון בארא פארק, א זוהן פון דעם שטראסבורגער רב. ביי די חתונה האט א איד אויפגעמערקט אז דאס איז בכלל נישט אזא שיינע שידוך, הורוויץ מיט אייכענשטיין? עס איז פרידלאנדער מיט פרידלאנדער...


זעהט אויס אז איהר זענט נאך גאנץ יונג ווייל ווען איהר וואלט אביסעל עלטער געוועהן וואלט איהר געדענקט אז זיי זענענן שוין מחותנים פון דרייסיג יאר פריער ווען הרה"ג ר' אהרן מאיר אייכענשטיין שליט"א אב"ד קיוויאשד מאנסי איז געווארן אן איידעם ביי הגאון הגדול בעל קנין תורה משטראסבורג זצ"ל.

במאמר המוסגר וואס קומט בכלל נישט אריין דא אין דעם אשכול איבער וואס ס'הייסט היינט אינעם עולם השקר דידן א נאמען פון א "שיינע" משפחה אדער א נאמען וואס איז נישט אזא שיינע משפחה (וואס איז בעצם אזוי קינדעריש אז עס פאסט באלד נישט צו שרייבן דערפון, אבער אז מרעדט שוין זאל שוין זיין) א נאמען וואס מהערט אסאך צווישן די נעמען פון רבנים הייסט שיין און א נאמען וואס מהערט ווייניג הייסט נישט אזוי שיין א"כ אויב וואלטן די אלע געבליבן מיטן נאמען פרידלענדער אולי וואלט דאס געוועהן א גאר שיינע נאמען.

למעשה האט די שטראסבורג'ע רב ז"ל זיך גערופן הורוויץ ווייל ער איז געוועהן א יתום יונגערהייט און איז אויף געצויגן געווארן ביים זיידן אבי אמו הגאון הגדול בעל פתחא זוטא ז"ל וואס האט געהייסן הורוויץ (וואס איז א נארמאלע אנגענומענע זאך, און האט נישט קיין שייכות מיטן וועלן האבן א שענערע נאמען, לכאורה ווען זיין זיידע וואלט געהייסן איצקאוויטש וואלט ער זיך אויך אזוי גערופן)
און דאס וואס ר' אייזיקל אייכנשטיין אב"ד קיוויאשד ז"ל האט זיך גערופן אייכנשטיין וואס איז בעצם די נאמען פון זיין מאמע'ס זייט האט אויך בעיקר מיט דעם וואס ער איז געוועהן מורא'דיג מקושר לבית אבותיו מזידיטשוב, און ווי ער פלעגט גיין פלעגט מען איהם רופן אייכנשטיין וויסנדיג אז ער איז א זידיטשוב'ער אייניקל און נישט זיין באקאנט פונקטליך ווי אזוי, ממילא ווען ער האט סייווי געדארפט איינגעבן א נאמען פאר פרישע פאפירן האט ער געשריבן אייכנשטיין וואס טוט איהם באמת אידענטיפיצרן ווער ער איז, נישט צוליעב קינדערישע חשבונות
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

יודל קליין האט געשריבן:לכאורה ווען זיין זיידע וואלט געהייסן איצקאוויטש וואלט ער זיך אויך אזוי גערופן

אגב, הגאון רבי חיים וואלאזשינער'ס משפחה-נאמען איז איצקאוויטש
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

אין די ליסטע פון תלמידי הרבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע און הרה"ק בעל צמח ה' לצבי מנדבורנא זי"ע, זעהט זיך אן די נאמען פון הרה"ק רבי צבי הירש גראסמאן מדעליטין זי"ע (נפטר בי"א סיון תקצ"ג, און ליגט אין קאלאמייא). איז דאס פון די זעלבע שטאט דעלאטין = דעליטין, אדער ס'רעדט זיך פון צוויי אנדערע שטעט?
לעצט פארראכטן דורך יציב פתגם אום זונטאג יאנואר 25, 2015 3:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

טעות לעולם חוזר והמיבן יבין
לעצט פארראכטן דורך יודל קליין אום זונטאג יאנואר 25, 2015 3:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זה הקטן גדול יהי'
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

איך דערמאן זיך יעצט אז איך האב אסאך (בערך 15\16) יארן צוריק באגעגנטן אין ירושלים עפעס אן אלטער בחור מסתמא געווען אין די פערציגער יארן ער איז געגאנגען אנגעטון מיט א רונדעכיגע הוט אזויווי אסאך ירושלים'ער גייען, און גערעדט ווי א עכטער ירושלים'ער, שמועסנדיג מיט איהם איז אויסגעקומען אז ער הייסט גרינוואלד (איך געדענק נישט די ערשטע נאמען) און ער איז אן איייניקל פונעם דילעטינער רב זי"ע, ווייסט איינער עפעס וועגן אזא משפחה?
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יודל קליין האט געשריבן:לכבוד די יארצייט האב איך אפיר געזוכט דעם אשכול, איז מיר שווער געווארן עטליכע קשיות
א) וויאזוי איז ר' אייזיקל זידיטשובער זי"ע געווען א פעטעטר?
ב) כ'האב געליינט אמאל איבער א שרעקליכע פייער אין שטאט דילעטין וואס האט אפגעברענט איבער טויזענט הייזער ווייסט איינער עפעס איבער דעם?
ג) אין נירעדהאז האט געוואוינט א זידיטשוב'ער רבי ר' יודע'לע עהרליך (געהערט פון עטליכע נירעדהאזע אידן, ווי אויך ווערט ער דערמאנט אין ספר "זכרנו לחיים" סיפורים מהרה"ק מצאנז זי"ע) ווייסט איינער עפעס מער איבער איהם?

א) ביסט גערעכט ער איז געוועהן א קאזין און נישט א פעטער
ב) יא די פייער איז געוועהן נישט לאנג דאכדעם וואס ר' נפתלי איז געווארען רב אין שטאט, זיינס א קינד איז ליידער פארברענט דעווארען אינעם שריפה ר"ל (וואס ער האט תולה געוועהן צילוב די זידיטשוב'ע מחלוקה) עס דא דא א בריוו וואס ער שרייבט - עס איז געוועהן געדריקט אינעם צייטונג בימים ההם 'מחזיקי הדת' - ווי ער בעט הילף פאר די משפחות היקרות וואס זענען געבליבען אן א דאך אויפן קאפ...
ג) אויב איך האב קיין טעות האט ער געהייסען ר' יודא לייבוש עהרליך, א זוהן פון ר' חיים א ברודער פונעם דעלאטינער רב.... און פארשטייט זיך א זידיטשובער אייניקל און אפשר זיך גאר גערופען זידיטשוב'ע רבי
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יציב פתגם האט געשריבן:אין די ליסטע פון תלמידי הרבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע און הרה"ק בעל צמח ה' לצבי מנדבורנא זי"ע, זעהט זיך אן די נאמען פון הרה"ק רבי צבי הירש גראסמאן מדעליטין זי"ע (נפטר בי"א סיון תקצ"ג, און ליגט אין קאלאמייא). איז דאס פון די זעלבע שטאט דעלאטין = דעליטין, אדער ס'רעדט זיך פון צוויי אנדערע שטעט?

די זעלבע
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יודל קליין האט געשריבן:טעות לעולם חוזר והמיבן יבין

לא הבנתי - אפשר בין איך טאקע נישט קיין מבין אדער איי עם מיסינג אויט סאמטינג?
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יודל קליין האט געשריבן:איך דערמאן זיך יעצט אז איך האב אסאך (בערך 15\16) יארן צוריק באגעגנטן אין ירושלים עפעס אן אלטער בחור מסתמא געווען אין די פערציגער יארן ער איז געגאנגען אנגעטון מיט א רונדעכיגע הוט אזויווי אסאך ירושלים'ער גייען, און גערעדט ווי א עכטער ירושלים'ער, שמועסנדיג מיט איהם איז אויסגעקומען אז ער הייסט גרינוואלד (איך געדענק נישט די ערשטע נאמען) און ער איז אן איייניקל פונעם דילעטינער רב זי"ע, ווייסט איינער עפעס וועגן אזא משפחה?

אוודאי! אן אייניקעל פון ר'' מנחם ישראל עהרליך אב"ד דק"ק אין ארגענטינא - א זוהן פונעם דעלאטינער רב - ווי ער האט געלאנדעט מיטן שיף, אנטלויפענדיג פונעם ברענעדיגען איירופע
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

צושויער האט געשריבן:אה שכוח
געוואלט וויסן אויב איז ער געקומען דעם זעלבן יאר תרפ"א מיטן שווער צוזאמען, ווען ער איז געווען א שנה ראשונה אינגערמאן. אדרבה די סברה זאגט אז וויבאלד ער איז געוועהן א שנה ראשונה יונגערמאן איז ער מיטגעפארען מיטן שווער און ווי אויך איז משמע מדבריך אז ער האט זיך נישט אפגעשטעלט אין אמעריקא נאר געפארן גלייך ווייטער קיין ארגענטינא, איז דאס טאקע אזוי געווען ? לכאורה און בעיקר איבער זיין דור ישרים יבורך אין בני ברק, זענען זיי אויך משמשים באדמורות דעלאטין וכדומה ? ניין
תזכו למצוות

זיי זענען ענדערש ליטאים געשטימט, ווי אן אייניקעל האט זיך מיר אויסגעדריקט (און לשון הקודש) יש לי נשמה חסידאי עם לבוש ליטאי!
ווען ר' משולם מ'קאסאני זצ"ל האט זיך באזעצט אויף דער עלטער אין בני ברק האבען זיי זיך ציגעשארט צי אים - זייענדיג א רעכטער אייניקעל פונעם דעלאטינער רב - און אויסגעפרעגט אסאך פון זיידען, מעשיות, מנהגים, נסחאות וכדו'
איינער פון זיי האט מיט מיר געהאט אפגעשמיעסט זיך טרעפען אין צפת ווען מיר האבען געוויילט דארט (ער האט מיר געשאפט פונעם ארטיגען ביבליאטיק א קונטרס פון אריבער 100 צירוק אלטע היסטארישע פאליטיק) ולא איסתיעא מילתא
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:אין די ליסטע פון תלמידי הרבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע און הרה"ק בעל צמח ה' לצבי מנדבורנא זי"ע, זעהט זיך אן די נאמען פון הרה"ק רבי צבי הירש גראסמאן מדעליטין זי"ע (נפטר בי"א סיון תקצ"ג, און ליגט אין קאלאמייא). איז דאס פון די זעלבע שטאט דעלאטין = דעליטין, אדער ס'רעדט זיך פון צוויי אנדערע שטעט?

די זעלבע

איר ווייסט דאס אויף זיכער? ווי איז היינט דעלאטין/דעליטין אויף די מאפע?
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

100 % זיכער ללא ספוק
דעלאטין איז היינט מזרח אוקריינא... עס איז לעבען קאלאמייע דאס גיט א שטיקעל ליכט פארוואס ר' הערש דעלאטינער זצ"ל ליגט דארט
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יודל קליין האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:עס איז אינטרעסאנט אז ביידע משפחות וואס שטאמען בן-אחר-בן פון דער אברך אב"ד באלחוב הייסן נישט פריעדלאנדער (אבער פאר אנדערע סיבות).


וואס איז אזוי אינטערעסאנט? הורוויץ און אייכענשטיין זענען ביידע שענערע נעמען פון פריעדלאנדער.

עס באלאנגט אפשר נישט אין דעם אשכול, אבער עס איז אינטערעסאנט אז די הורוויץ און אייכענשטיין משפחה זענען מחותנים. הרב לייביש אייכענשטיין אב"ד בערטש פון מאנסי איז א מחותן מיט הרב ... (סארי, פארגעסן וויזוי ער הייסט) הורוויץ פון בארא פארק, א זוהן פון דעם שטראסבורגער רב. ביי די חתונה האט א איד אויפגעמערקט אז דאס איז בכלל נישט אזא שיינע שידוך, הורוויץ מיט אייכענשטיין? עס איז פרידלאנדער מיט פרידלאנדער...


זעהט אויס אז איהר זענט נאך גאנץ יונג ווייל ווען איהר וואלט אביסעל עלטער געוועהן וואלט איהר געדענקט אז זיי זענענן שוין מחותנים פון דרייסיג יאר פריער ווען הרה"ג ר' אהרן מאיר אייכענשטיין שליט"א אב"ד קיוויאשד מאנסי איז געווארן אן איידעם ביי הגאון הגדול בעל קנין תורה משטראסבורג זצ"ל.



צו איך בין אינג אדער אלט איז א רעלאטיווע שאלה. איך האב גראדע יא געוויסט פון דעם, היות אין קען זיך גוט מיט הרב ר' אהרן מאיר שליט"א מ'קיוויאשד. אבער ביי זיין חתונה בין איך נישט געווען. אבער ווען זיי ברודער האט חתונה געמאכט מיט זיין שוואגער בין איך יא געווען, און דעמאלס ביי יענע חתונה האט איינער זיך ארום געווערטעלט ווי איך האב דא פריער געברענגט און דער עולם האט געלאכט דערפון, דעריבער האב איך עס דא אזוי אראפגעשריבן.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

אין ירושלים וואוינט א איד הרב לערער (אפשר שלמה זלמן? אויב איך געדענק גוט) א זון פונעם באקאנטן ראה"ק פון צאנז - אנטווערפן, ער איז שוין יארן עוסק און צוזאמען נעמען א רשימה פון אלע צאנזער אייניקלעך, האב איך אמאל געזעהן אין זיינע כתבים עפעס וועגן ר' יודא טייטלבוים וואס איז אומגעקומען אין אוישוויץ הי"ד אן איידעם פונעם דעלעטינער רב זי"ע וואס ווי ער שרייבט דארט האט ער געדארפט זיין די ממלא מקום אויף די רבנות און דילעטין (אמר לי שכך שמע מהרה"צ רמ"י מקאסאן בעת שהותו בירושלם), איך געדענק אבער נישט ווער ער אליין איז געוועהן עפעס א צאנזער און דאכצעך מיר אויך א בלאזובער אייניקל
לעצט פארראכטן דורך יודל קליין אום זונטאג יאנואר 25, 2015 11:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זה הקטן גדול יהי'
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

דבר תורה בשם הרה"ק מדילעטין זי"ע, ונזכר בשם אב"ד זידיטשוב בס' היכלי שן פון זיין עלטער שווער ר' שמואל נחום גאססענבויער אב"ד וואהנילאוו והו"ל ע"י בנו הרב בן ציון הלוי גאססענבויער ז"ל פון קאמארנא
(ואגב זה אזכיר מה ששמעתי פי קדוש ממלל לפרש והאמין בה׳ ויחשבה לו צדקה האמור באברהם אבינו ע״ה כי מצינו שאמר הנביא בשליחות מאת המקום ב"ה מי הקדימני ואשלם ואמרו רז"ל במדרש פי' הכתיב מי עשה לי מזוזה קודם שנתתי לו בית מי עשה ציצית קודם שנתתי לו טלית א״כ בכל מקום הקב"ה עושה חסד עם האדם והאדם מחזיק לו טובה ומקיים ע"י זה מצותיו כי ממך הכל ומידך נתנו לך אבל בענין האמונה אין הקב"ה מקדימו בשום מעשה והוא באמת צדקה מן האדם אל ה' ובזה פי' חתן אחי ה״ה הרב החסיד מוכתר בתורה ויראה ענף עץ אבות מוה׳ נפתלי ערליך נ״י האב״ד פה זידיטשוב נכד הרב הצדיק מוה׳ צבי הירש מזידיטשוב ז"ל נ"ע ז״ע ומצאת את לבבו נאמן לפניך שלא הקדמת לו שום עשי׳ לפני האמונה ודברי פי ח״ח)

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=232
זה הקטן גדול יהי'
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”