רבי צבי הירש ראזענבוים מ'קרעטשניף זצ"ל - ט”ז אייר תשס”ו-

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

שכוח כתר'ל!
שרייב נאך...

די ניגון עוד עוד ישמע איז זיין אייגענע ניגון, (כך שמעתי מפה קדשו), ער האט דאס מחבר געווען ווען ער איז געווען אמאל אין אנטווערפן.
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

איך ווייס נישט פון וועלכע ניגון מען רעדט דא, אבער לויט ווי איך ווייס איז דא א שיינע פאר ניגונים וואס דער קרעטשניפער רבי האט געמאכט וואס מען זינגט דאס אין די וועלט אבער מען ווייסט נישט אז דאס האט ער מחבר געווען, א שטייגער ווי יקום פורקן מן שמיא, אדער ואני בעודי,
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ווער קאן דעם ניגון פון רבין אויף דעם פסוק : כי רם ה' ושפל יראה וגבוה ממרחק יידע.

די ניגונים עזרת אבותינו מיט על הכל באדארף מען אויך דערמאנען.
ועמך כולם צדיקים
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

דער רבי זי"ע האט געמאכט ניגונים?
אין פון וועלעכע גזע האט דער רבי געזונגען גער מערסטע ניגונים?
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

ער האט געזינגען ניגונים פון אלע הויפן אפילו היינטיגע אויב ער האט געהאלטן אז דער מחבר האט דאס מחבר געווען לשם שמים (שמעתי מאיש מהימן שפעם אחת כששרו איזה ניגון ממחבר של זמנינו אמר שיפסיקו מלזמר כי המחבר לא כיוון לשם שמים) אבער בעיקר פלעגט ער מחבב זיין די ניגוני חב"ד -וואס כידוע איז ער געווען אדוק ומקושר בכל נימי נפשו אין די דרך העבודה פון דעם הייליגען "תניא" און ער פלעגט אים רופן "דער הייליגער רבי דער בעל התניא" וואס אויף דעם קען מען עקסטער שרייבן- אין די לעצטע פאר יאר האט ער גאר אסאך געזינגען מיט געוואלדיגע כיסופין א ניגון פון דער רבי דער רש"ב פון ליבאביטש (איך ווייס נישט צו ער האט דאס אליין מחבר געווען) וואס זייט ער האט אנגעפאנגען צו זינגען די ניגון לא זז מחבבו עד זיבולא בתרייתא ממש ביי יציאת נשמה וואס מען האט אויך געזינגען די דאזיגע ניגון (עפ"י צוואתו אז מען זאל זינגען ניגוני קודש בעת יציאת נשמה)
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

רעדענדיג פון מחברי זמנינו, איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ער האט גאר שטארק מחבב געווען די ניגון קול דודי הנה זה בא, וואס כפי ידעתי קומט עס פון ר' משה גאלדמאן הי"ו.

ווי אויך פלעגט ער זינגען ראש השנה ועל ידי עבדיך הנביאים פון ר' משה גאלדמאן.

ווי אויך פלעגט ער מכבד זיין אסאך מאל ר' ברוך מרדכי לעבאוויטש צו זינגען וגם את נח פון ר' משה גאלדמאן.

מ'פלעגט אויך זינגען אסאך אבינו מלכינו און כי אתה הוא מלך המלכים פון ר' שלמה קאליש מבעלזא.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

קול דודי הנה זה בא איז פון איינע פון די בעלזא בעלי מנגנים,
דאס פלעגט מען על פי רוב זינגען אין איינעם מיט דעם בעל התניא'ס קול דודי דופק.
ועמך כולם צדיקים
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

ביקסאד די האסט א גרויסע טעות, קול דודי וואס דער קרעטשניפער רבי פלעגט כסדר זינגען קומט פון ר' משה גאלדמאן
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:ביקסאד די האסט א גרויסע טעות, קול דודי וואס דער קרעטשניפער רבי פלעגט כסדר זינגען קומט פון ר' משה גאלדמאן

די ביזט דארט געוועהן אז די ווייסט אז ער מאכט א "גרויסע טעות"?
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

יא פערצופאל בין איך אסאך מאל דארט געווען און איך ווייס פון וועלכע ניגון מען רעדט, עס רעדט זיך קלאר פון די ניגון קול דודי פון ר' משה גאלדמאן
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאך האב גארניקס קיין איהרטום, דער ניגון איז פארפאסט און געזינגען דורך ר' ירמיה חיים דמן,
אויף דעם קאסעטע וואס הייסט וואו פארשטענדליך "הנה זה בא" ארויס געקומען שלהי תנש"א,
יאך בין נישט ביכולת אצינד ארויך צו לייגן דא א בילד דערפון,
אבער אויף דעם קאסעטע איז אויך די פאלגענדע ניגונים :
מודה אני, פון ר' פינחס פרידמאן
קול דודי, פון ר' ירמיה חיים דמן
עשה עמי אות לטובה, מהנ"ל
אדון עולם, א אלטע פארצייטישע וואס מען זינגט יוה"ק ביינאכט
הללו את ה', פון ר' ירמיה חיים דמן
שמח תשמח, מהנ"ל
הבט משמים וראה, פון ר' שלמה קאליש
והביאותים אל הר קדשי, פון ר' ירמיה חיים דמן
א וואלס אן ווערטער, פון ר' שלמה קאליש
ברוך הבא בשם ה', פון ר' ירמיה חיים דמן

איר פלעגט נאר פערצופאל אסאך מאל זיין אין קרעטשניף ?
ועמך כולם צדיקים
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

אגב, איינער פון די חושעבע חסידים און א תלמיד מקורב ביינעם רבי'ן ז"ל איז דער בישטענער רבי שליט"א פון פתח תקוה, האדמו"ר מבישטינא וואס דרייט זיך אויכט אסאך און חב"ד ער פלעגט ברענגן די לויבאוויטשער נגונים צונע'ם הייליגען הויף פונע'ם רבי'ן ז"ל וואס דעם רבי ז"ל האט זיך כסדר און דעם געקאכט, כידוע לכל באי היכלו, און אזוי ווי ס'איז שוין געשריבן געווארן דא דארך אנדערע אידן.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

ווי פאסט דאס אז מ'האט נאך נישט דערמאנט דא דעם בעל מנגן ר' שמשון פייג שליט"א וואס דער רבי ז"ל פלעגט זיך משתעשע זיין זיין מיט זיינע ניגונים צב"ש זיין צמאה לך נפשי וואס דער רבי פלעגט זינגען א יעדן וואך ביים טיש, און נאך.
diet_coke

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך diet_coke »

רביה"ק זצ"ל בעבודתו הקודש בטחינת חיטים
רביה"ק זצ"ל בעבודתו הקודש בטחינת חיטים
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

יישר כח גדול פאר דאס שיינע בילד.

ווער דענקט נאך די גוטע צייטן ווען דער רבי פלעגט שטיין ביים אויבן און שיבן די מצות ביום ר"ח ניסן, (פאר די שטוב)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ברוך הבא הרב קוק, יהא בואך לברכה.
diet_coke

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך diet_coke »

החריף האט געשריבן:דער רבי זי"ע האט געמאכט ניגונים?
אין פון וועלעכע גזע האט דער רבי געזונגען גער מערסטע ניגונים?


די רבי זי"ע האט געמאכט אסאך ניגונים, ער האט געמאכט -איי ווי גיט איי ווי פיין איז צי זיין א איד לערנען אין דאווענען אין קיינמאל נישט מיד-
-אם כל המועדים יהי' בטלים ימי הפורים....
עזרת אבותינו....
ואני בעודי....
ויו"ט היה עושה (מוצאי יו"כ)
אין נאך אסאך
diet_coke

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך diet_coke »

איי ווי מדערמאנט זיך פין די לעכטיגע שבתים א פייערדיגע נשמת א קיגל טיילן איך וואלט גיצאלט שווערע געלטער כאטש נאך אמאל מיט האלטן אפילו א פשוטע וואכענדיגע מנחה א חומש רש"י שיעור און אפילו א גיטן פסק פונעם רבין אוי איז דאס געווען מיט חן, מקען עס ניטעמאל מסביר זיין, ווי קען מען מסביר זיין דעא פחד וואס איז גיווען אין ביהמ"ד ביי מנחה וקב"ש "איי טאטע זיסע פין אלע וועלטן אב הרחמים שמע קולינו"
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

diet_coke האט געשריבן:
החריף האט געשריבן:דער רבי זי"ע האט געמאכט ניגונים?
אין פון וועלעכע גזע האט דער רבי געזונגען גער מערסטע ניגונים?


די רבי זי"ע האט געמאכט אסאך ניגונים, ער האט געמאכט -איי ווי גיט איי ווי פיין איז צי זיין א איד לערנען אין דאווענען אין קיינמאל נישט מיד-
-אם כל המועדים יהי' בטלים ימי הפורים....
עזרת אבותינו....
ואני בעודי....
ויו"ט היה עושה (מוצאי יו"כ)
אין נאך אסאך

איי ווי גוט איז צו זיין א איד האט אויך א הויכע פאל, אוי ווי שלעכט אוי ווי ביטער איז צו זיין א גוי וכו'

אם כל המועדים איז א סקלונער ניגון (די טאן) ס'איז די זעלבע טאן ווי צוה ישועות יעקב... דער רבי האט נאר ארויפגעלייגט די ווערטער אם כל המועדים יהיו בטלים.

אז מ'רעדט שוין פון פורים ניגונים, דער רבי האט אויך מחבר געווען א ניגון אויף ליהודים היתה אורה.
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

ר' מאיר,
דעם 'ליהודים היתה אורה' איז נישט קיין ליד, נאר ס'איז א תנועה.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

מן הסתם ווייסט איר נישט פון וועלכע ליהודים איך רעד, ס'איז א געהעריגע ניגון פון 4 פעלער.
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

כידוע, אז און קרעטשניף זינגט מען א יעדע וואך ביים רעווע דרעווין ליהודים וגו' ביי א תנועה מסוימת, און ביי חודש אדר זינגט מען עס אויף א גרעסערער פארנעם. דעם תנועה האט כפי מיטב הבנתי צוויי פעלער. ודו"ק. יאך מיין אז מיר שמועס'ן אוין זעלבין זייך, נאר די חילוקי דעות איז אויב ס'אז א ניגון אדער א תנועה.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
diet_coke

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך diet_coke »

מאיר האט געשריבן:
יעקעלע פוקס האט געשריבן:הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל
האט מיר פארציילט א נודבערנער אייניקעל, אז ער האט העהערט אסאך פון קרעטשניפער רבינ'ס תפיסת מחשבה האט ער געקלערט נו ער איז דאך אויך.... אז ער אליין וועט עפעס בייוואינען דעמאלטץ, דעמאלטס וועט ער גלייבן,
איז ער געגאנגען דאווענען פרייטאג צינאכץ אויף קרעטשניף, נאך שטילע שמו"ע ווען די רבי האט אויסגעטרעטן נאך פאר ער האט אנגעפאנגען הויכע שמו"ע, וואקט ער צי צי דעם קאזין און זאגט אום אזוי " ביי אונז איז תפיסת המחשבה נישט קיין קונץ ווייל אונז ווער מער געבוירן דערמיט, די קינץ איז נאר עס נישט קליא מאכען"


איך האב אסאך אזעלכע מעשות מיטגעהאלטן,
ביי איינע פין די לעצטע געהויבענע שבתים אין אמעריקה אין וומסב"ג מוצש"ק אין ברכה סימה זאל פאר מעריב, מהאט זיך שטארק געשטיפט ארום דעם רבין אין די רבי האט געוויזן מיט ביידע הענט אז מזאל מער זיך עפענען פין ביידע זייטן אונטער זיך, אין די גבאים האבן געטרייט צי שטיפן דעם עולם אין די רבי האט געווארט, אין סאיז געווען אזא צישטיפעניש, איז די רבי זיך אויס געדרייט צים רעכטן זייט אין כדרכו געזאגט עפעס א ווערטל פאר איינעם דארט, אין פארשטייט זיך אז די עולם האט זיך געריקט דארטן, די גבאים זענען ווילד געווארן אין אנגעהויבן שטארק צי שטיפן ביי די לינקע זייט איך בין אויכט דארט געשטאנען אין מיין שכן זאגט פארן גבאי אז ער ריקט זיך נישט ער וויל די רבי זאל דא אויכט קימען, די סנעמט נישט קיין פאר סקונדעס אין די רבי קימט צי צו אים נא איך בין שוין דא יעצט וועט איר זעך שוין אהירציר ריקן.
diet_coke

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך diet_coke »

א אינגערמאן א דושינסקיא חסיד דערציילט מיר אז ער פלעגט אריינפאלן אין קרעטשניף איינמאל בשעת וען די רבי איז ארויס נאכן טיש האט די רבי אנגעהויבן די ניגון כי אורך ימים ושנות חיים.... אין די אינגערמאן האט געטראכט צי זיך אז סאיז פאני אז די רבי אליינס פאנגט אן די ניגון כי אורך ימים פאר זיך, ווען די רבי איז אים דורך געגאנגען האט ער זיך אנגעריפן צי איהם פארגינסט מיך נישט איך טאר נישט בעטן קיין אריכות ימים,
דעא אינגערמאן האט געכאפט אזא פחד, ער איז געווארן א פייערדיגע חסיד ער איז היינט צי טאגס א גרויסע קרעטשניפער ער פארפאסט נישט קיין תפילה-טיש אין קרעטשניף
לעצט פארראכטן דורך diet_coke אום מאנטאג מארטש 23, 2009 9:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

אגב, יאך האב איצטער געזען אונ'עם שטיבעל 'ידיעות התורה' אודות הפזמון 'וכל מאמינים' וואס מבעט זיך אויס ר"ה און יוהכ"פ. אה, יאך האב דאס געליינט האב איך זיך גלייך מעורר געוועזן דעם זכרון און בענקגעשאפט צונ'עם הייליגען רבי'ן זצ"ל. מי יתנה גודל ההתעוררות וואס ס'האט זיך פארהאן ביינעם בית המדרש הגדול ווען דער רבי ז"ל האט געזאגט - געווינט ביי וכל מאמינם. אין וועלט איז דאס ידוע בתורת ניגון און ביי אסאך קרייזען פירט מען אויך קעפעל'עס ארום דעם, אבער ווער ס'איז געווען אפי' איין מאל ר"ה און קרעטשניף ווייסט אז ס'איז גאר א געהויבענעם תפילה לי-ה רבון עלם ועלמיא.
אמאל האט דער רבי געטייטשט, 'וכל מאמינם' און אלע גלייבען.
אההה, ווער געדענקט דעם מוירידיגע קאך ביי 'הוודאי שמו כן תהלתו'. אגב, אויף דעם האט דער רבי ז"ל אויך געמאכט א ליד.
לעצט פארראכטן דורך כתר ישועה אום מאנטאג מארטש 23, 2009 7:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”