רבי צבי הירש ראזענבוים מ'קרעטשניף זצ"ל - ט”ז אייר תשס”ו-

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

אי איי איי ,וואו גייט מען נאך הערען אזי נשמת,די נאדווערנע הכל יודיך?די ברען די מתיקות ,די לאנגע בריך שמיה'ס? די קאך ביים טיש? טאנצען יקום פורקן מיט די רעכטע פוס, אנדערש וואו די גאנצע וועלט טאנצט,די מתיקות פון שבת צופרי ביי קידוש ,ביי זאגען תורה אויף כתר, א'יעדע וואך שבת צופרי ביי קידוש האט ער געזאגט תורה אויף כתר און גענדיגט הויעך כתר יתנו לך ה' און נישט אלעמאל האט מען פארשטאנען וואס ער זאגט. די חן דקדושה און די לעכטיגע צורה,וואס די מענטש האט געהאט, עם הערען זאגען דע זיידע רבי לייזער וואלף, די ווערטלעך מלא טעם,פארציילט מיך א'חבר ,אז אלטס בחור ער מיט נאך א'פאר ליצים זענן געשטאנען דארטען ביים טיש פרייטאג צונאכט,און נישט אויפגעהרט צולאכען, און די רבי האט אס באמערקט, ווען מהאט אריין געברענגט די קאכעדיגע הייסע קוגעל ,ביים שיריים טיילען האט די רבי אריין געלייגט די קאכעדיגע קוגעל און מיין חבר'ס האנט און געהאלטען א'פאר מינוט און געקוועטשט זיין האנט דערמיט ,און עם אויסגעפרעגט קשיות,וואו לערנסטו? וואו וואינסטו,וואו הייסטו ,און יענעם האט געברענט און געציפט די האנט, זייט דעמאלטס האט ער שוין מער נישט געטרויט צולאכען און פראנט פונעם רבי'ן, די רבי איז געווען א' פלאם פייערדיגע קנאי,ער פלעגט זאגען אז ער האט געאסערט גיין צום כותל נאך פאר סאטמער רב , שלוש סעודות תורה האט ער געפייערט קעגען ציונות, קעגען בחירות, קעגען נעמען געלט פון די מדינה,דאס איז געווען א'חידוש א'זעלטענהייט ,א'נאדווערנע רבי און ארץ ישראל זאל זיין אזא קנאי, האט מיר פארציילט א'שטוב מענטש אז ער האט שטארק געהאלטען פונעם לויבאוויטשער רבי,על אף ער איז געווען א פייערדיגע קנאי, ער פלעגט אסאך הערן לויבאוויטשער רבי'ס טעיפס,פארברענגענס, ניגונים און נאך, פארענדיג און די קאר,ווען די לויבאוויטשער רבי האט גערעדט פון שלימות הארץ,החזרת שטחים ,האט ער גהייסען ס'קיפען, ער האט אס נישט געוואלט הערען, ער איז אפילו געווען און 770,ווען ער פלעגט קומען קיין אמעריקא איז ער כסדר געגאנגען צו די ציונים פון די לובאוויטשער רבי'ס, ס'איז נישט געווען קיין סתירה מיט זיין קנאות. זכותו יגן עלינו אמן.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 7:18 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

רבבה האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:פערצופאל זעה איך נישט עפעס געפערליך איבער געטריבן די טיטלען, די איינציגסטע זאך וואס איז איבער געטריבן איז די ערשטע שורה "איש אלקים קדוש" פון דארט אין ווייטער איז גאנץ נארמאל, עמוד צלותהון, מיט מסי"נ, די אנדערע זאכן זענען ממש אמת, הגם ער איז געוועהן א אפגעהיטענע איד זיין שמירת עינים איז געוועהן הפלא'דיג אבער ווי געזאגט שרייבט מען נישט איש אלקים קדוש אויף קיין היינטיגן איד,


"איש אלקים קדוש" איז בכלל נישט איבערגעטריבן פאר ווער עס האט אים נאר אביסל געקענט, זיין מסירת נפש (במלוא מובן המילה) פאר פרישות און קדושה אלע זיינע יארן זענען למעלה מהשגתינו (ער האט יארן געליטן יסורים נוראים פארשידענע צייטן וואס פארשידענע באהאנדלונגען וואלט דאס געקענט גרינגער מאכן אבער מחמת גודל צדקתו האט ער בשום אופן זיך נישט געלאזט), אזוי איז דא הונדערטער מעשיות ווי ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישקייט און קדושה וטהרה

איך בין נישט אינטרעסירט זיך ציא דינגען מיט דיר . אבער דאס ווארט קדוש...גאון....צדיק ...און נאך און נאך ...איז רעלאטיוו בייא איינעם מיינט א גאון א מאדע דער טשעבינער רב
ר' משולם ראטה וכדומה . בייא איינעם מיינט א גאון א קלענערע קאליבאר א דיינד'ל בייא אונזער קהל .בייא איינעם מיינט א צדיק א משל דער האסיאטענער רבי אדער ר' שלמה'קע
זעווילער וכדומה ....בייא איינעם מיינט א צדיק איינער וואס דיא צייטונגען באשרייבען איהם אין באטיטלען איהם מיט דעם טיטול כ''ק מרן אדמו''ר וכו' וכו' . איך האב ח''ו ניט קיין טענות
ציא איהם .....יאכלו ענוים וישבעו...דיא זעלבע זאך מיט איין א עושר .בקיצור עס ווענט זעך מיט יענעמ'ס מבינות והשגה אין תורה ועבודה קדושה ופרישות גאונות וצדקות ועשירות .

כבוד רבבה, איך פארשטיי דיין צער און ווייטאג ,אז ער האט געחאתמעט א'קעגען בעלזער רב ,אבער אף על פי כן וואו דערמאנט אויבן ,איז ער געווען א'איש קדוש,א פלאם פייער און עבודת ה' ,געהאט מסירות נפש זיך נישט אוועק צוריקען א'קוצו של יוד פון מנהג אבותיו הקדושים, וואס ס'קומט קומט עם , ממילא האט ער זיך ערליך פארדינט די אלע טיטעלן אויף זיין מציבה, זיע"א.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ביזנעסקאפ האט געשריבן:יאנקעלע פוקס; דיין נאמען דערמאנט מיר פון להבחל"ח אלטר פוקס, געדענקסט אים פון די גוטע צייטן און קרעטשניף?...

א'שאלה צו מ'געדענקט עם? וואו קען מען עם פארגעסען?, ער מיט קרעטשניף האט מען געזאגט בנשימה אחת ,ס'איז געווען תרי ריעין דלא מתפרשין, יהי זכרו ברוך, ת.נ.צ.ב.ה.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג פעברואר 17, 2014 10:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מלך ביפיו תחזינה עיניכם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

דא האט איר א'בילד דעם הייליגען צורה פונעם רבי זיע"א.
אטעטשמענטס
phpThumb_generated_thumbnailjpg.jpg
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פייער האט געשריבן:וואס איז פשט געווען און די זיסע נוסח "לעומתם" משבחים ואומרים די למד צן זאגען מיט א ציירי "לייעומתם" משבחים ואמרים

אויך האט עמיצער די זיסע נוסח אויף קאסעט פון פועל גבורות עושה חדשות וכו, די שילוב דארט ( מסתמא ע"פ קבלה)

איך זיך א וואכעדיגע פולע דאווענען פון רבין זצ"ל


אויך סטיטשינער רבי שליט"א. זאגט א'שוא וואו א'צירי.למשל ביי די ווערטער קהילותיו לקבץ זאגט ער קייהילותיו לייקבץ. אדער להושיבי עם נדיבים לייהושיבי,אזוי האט זיין זיידע סטיטשינער רבי זצ"ל געזאגט.
אטעטשמענטס
Kretchnif%20&%20Stanislov%2002.jpg
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

איבער די קשר מיט צדיקי אמת-קלויזענבורג זי"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

די מעשה האב איך געהערט פון אאמו"ר שליט"א וואס ער האט עס געהערט פון די בעל העובדא אליין....
די היי' קרעטשניף'ע רבי האט זיער געוואלט גיין קיין קלויזנבורג אפאר מאל אבער ער האט זיך נישט געקענט פוילען ביי זיך אלס סאטמאר'ע חסיד ודי לחכימה ברמיזה... איז עס געווען ווען ער האט שוין געוואוינט און קרית אתא און דארט האט אויך געוואוינט א איד וואס האט געהייסען ר' (איך האב פארגעסען זיין נאמען) ער איז געווען גאר א טייערער איד די שוחט און כפר אתה און א שטארקע קלויזענבורג'ע חסיד פון די שפע חיים זצ"ל, און די איד פלעגט אסאך פארציילען פאר'ן רעבין פון קרעטשניף איבער די גרויסקייט און די מוראדיגע עבודה פון זיין רעבין די שפע חיים און די רבי פון קרעטשניף האט באקומען אלץ מער און מער אגרעסערע תשוקה צו גיין קיין קלויזענבורג אבער ער האט זיך נישט געקענט פויעלען ביי זיך כנ"ל, ביז איינמאל איז די רבי פון קרעטשניף אויף געקומען מיט א פלאן און אזוי האט ער געטוען, ער האט געבעטען די איד אז ער זאל אים נעמען קיין קלויזנבורג אבער זאל פארקיינעם נישט פארציילען אז ער איז עס, און עס איז געווען די נעקסטע טיש צו עפעס א אנדערע מאורה חוכה למשל וכו' און די קרעטשניף'ע רבי האט זיך פארשטעלט מיט פשוט'ע בגדים געטוישט די קאפעליטש מיט אן אנדערע היטל און איז געגאנגען מיט דעם איד קיין קלויזנבורג, און ווען ער איז אנגעקומען אהין האט אים פארשטייט זיך קיינער נישט דערקענט, און ער ארויף אויף די פארענטשעס אזויווי סתם א נייקעריגע צוקוקער און נאך די היי' עבודה איז ער צוריק אהיים געגאנגען למעון קודשו

די מעשה האב איך איבערגעטשעקט מיט בנו ומ"מ כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א מקרעטשניף סיגעט און ער האט מיר געזאגט אז ער האט עס (פארשטייט זיך) עס קיינמאל געהערט אבער ער קען עס זיכער גלייבען אויף זיין הייליגען טאטע ווייל ער האט געהעא א סעפעציעלע תשוקה צו קענען צדיקי אמת
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

די בילד אויבן וואס איך האב געלייגט זעט מען הרה"ק מקרעטשעניף זי"ע.לידו סטאניסלאווער רבי פון מאנסי ז"ל,און לידו להבלחט"א ניקעלשבורגער רבי שליט"א.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

קירבת והערצת הרה"ק מקרעטשניף להרה"ק רמ"ש מ'לויבאוויטש זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

דא ברענג איך אראפ א'שטיקל אינטערוויא וואס הרב דוד מאיר דרוקמן שליט"א רב פון קרית מוצקין (לעבן חיפה).ומחשובי רבני לויבאוויטש ,און פון די גאר נאנטע מענטשן פון הרב הקדוש מ'קרעטשניף זיע"א וואס איז געווען ביי יציאת נשמתו הטהורה .
האט געגעבן פאר די לויבאוויטשער וועב סייט col.באלד נאך יציאת נשמתו הקדושה נאך זייענדיג און שפיטאל .
וזה לשונו.
הלילה השיב האדמו"ר את נשמתו כשעל-יד מיטתו שוהים, כאמור, מספר אנשים מצומצם ובניהם, ידיד החצר ורב העיר קריית-מוצקין, הרב דוד-מאיר דרוקמן.

לרב דרוקמן קשר הדוק עם החסידות. כך, למשל, לפני שנה לערך, התקיימה חתונה לנכדתו של האדמו"ר מקרעטשניף, ירושלים, עם נכדו של האדמו"ר ממרחמסטריווקה באולמי 'קינג-דיוד' בבני-ברק. אחד מהעדים, היה הרב דרוקמן.
"זה יום קשה", מקדים ואומר הרב דרוקמן בראיון ל-COL המתקיים בעיצומו של הלילה, כשהוא נמצא עדיין בבית-הרפואה, דקות לאחר פטירת האדמו"ר. "ראשית כל, הייתי רוצה לספר על אישותו המיוחדת של האדמו"ר זצ"ל שהייתה בלתי-רגילה. אני זכיתי שהיה לי יחסי קירבה אליו. הוא היה עובד השם גדול ולומד הרבה חסידות. האדמו"ר היה מעריץ גדול של הרבי. לא-פעם כשהיה נוסע בדרכים, היה מאזין לקלטות משיחותיו הקדושות של הרבי.

"האדמו"ר היה מרבה לנסוע לקברי-צדיקים. הוא פעם התבטא ואמר שבשני קברים הוא מרגיש התעוררות מיוחדת: בציונו של הרבי ובציונו של רבי אלימלך מלז'יענסק".


"את הערכה לרבי, ניתן גם לראות מכך שבישיבה שלו בקריית-אתא, הוא ציין את שמו של הרבי על-גבי מצבה בכניסה לישיבה, שהוא אחד ממייסדי הישיבה".

האדמו"ר מקרעטשניף, זכה להיות מספר פעמים ביחידות אצל הרבי. על אחד מהם, סיפר בעבר לרב דרוקמן. "במהלך היחידות", הוא מספר, "הורה לו הרבי שיילמד את תלמידיו בישיבה תניא וכך הווה.
בכלל, הרבי מאוד חיבב את האדמו"ר. דוגמה לכך, ניתן לראות מתשובה שנתן הרבי לחקלאי חרדי שהתגורר בכפר-ביאליק שהתייעץ עם הרבי, האם לעבור דירה לבני-ברק. הרבי ענה לו בשאלה: מהיכן יהיה לאדמו"ר מקרעטשניף חלב?..."

האדמו"ר מקרעטשניף זצ"ל עבר בחודשים האחרונים מספר ניתוחים קשים ביותר. לפני אחד הניתוחים, השמיעו בפניו שיחת-קודש של הרבי, שם מסביר הרבי באריכות מדוע אדם שמזדקן צריך לקבל עידוד. "דברי הרבי מאוד השפיעו על האדמו"ר", מספר הרב דרוקמן.
ההצצה הראשונית לעולמה של חב"ד, היה על-ידי המשפיע הנודע, ר' ניסן נמנוב ע"ה. "האדמו"ר מאוד התפעל ממנו", מעיד הרב דרוקמן. "לאחר שהרבי קיבל את הנשיאות, שאל האדמו"ר זצ"ל את ר' ניסן מה הוא אומר על-כך ור' ניסן ענה לו: שאם היה לי יכולת הייתי הולך אל הרבי ברגל... האדמו"ר ראה בזה מסירות מיוחדת של משפיע גדול לרבי".
נסיים בסיפור מופלא שנחשף כאן לראשונה ב-COL. "מספר שבועות לפני חתונתו של האדמו"ר מקרעטשניף", מספר הרב דרוקמן, "הוא היה מאוד מודאג מהסיבה שלא היה לו את הכסף הדרוש לחתונה. באחד הימים, הלך האדמו"ר ברחובות מאה-שערים והוא פוגש את הרב אפרים וולף ע"ה.
"הרב וולף סיפר לאדמו"ר שהוא קיבל מהרבי הריי"צ מעטפה ובה כסף להשתתפות בהוצאות החתונה. כמובן שאין לתאר את האושר שצף על פניו של האדמו"ר".עכ"ל.
דא שטעל איך בילדער פון הרה"ק מ'קרעטשניף זיע"א מיט להבלחט"א הרה"ג רבי דוד מאיר דרוקמאן שליט"א. זיע"א.









.
אטעטשמענטס
דרוק.jpg
דרוק.jpg (36.36 KiB) געזען 4440 מאל
2006_05_nf_0697_94440.jpg
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

ארויס געקומען דורך דער אייניקל הרב יואל זוסמאן ראזנבוים ספר קדושת צבי חלק ב'
לעצט פארראכטן דורך הרב ר' אשר אום דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וחיי עולם נטע
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

היינט ביינאכט פאלט ד'יארצייט,

לחיים אלע יודן
וחיי עולם נטע
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

חבל על דאבדין.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

געווען א'אפענער בעל רוח הקודש מיט א'פועל ישועות.
פארציילט איינער פון די בחורים מחסידי סאטמאר וואס האבן געלערנט ביי אים און ישיבה.
המופת הראשון שראיתי אצלו היה בשש בבוקר כשהייתי בחדרו ועשיתי לרבינו קפה לפני השיעור בספה"ק "תניא" , הטלפון צלצל ורבינו הראני בידו להרים את השפופרת ( רבינו הרבה בתענית דיבור ובפרט כל יום לפני התפילה).
על הקו היה בעל שאשתו מקשה ללדת. סיפרתי לרבינו. לאחר מחשבה וריכוז של שניות כתב רבינו על דף ריק שהבעל ישיג מהר משקה ויעשה לחיים ליד מיטתה ויתן לה קצת לשתות. הורתי לבעל וסגרתי את הטלפון.
לאחר כמה דקות רבינו הרים ראשו מהספר בחיוך, וכתב לי "מז"ט" "בת".
רגע אחרי זה התקשר הנ"ל לבשר כנ"ל .
(עד כאן לשון אות באות פונעם בעל העובדא וואס האט עס אליין געשריבן ) .

איין זאך קען מען זאגן חבל על דאבדין ולא משתכחין.
סאיז א'גרויסער אבידה פאר גאנץ כלל ישראל.
מי יתן לנו תמורתו.
זיע"א.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

רבי מרדכי'לע ראזענבוים שליט"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

א'הערליכע בילד פון הרה"צ רבי חיים מרדכי ( הנקרא מרדכי'לע) ראזענבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'קרעטשניף-סיגעט שליט"א,נעמט א'ברכה ביי הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטר שליט"א.

וואס כידוע האט זיין קרעטשניף'ער זיידע זצוק"ל אים מורא'דיג געשעצט און זייער געהאלטן פון אים.
אטעטשמענטס
IMG-20140716-WA0014.jpg
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דער קרעטשניף-אומאן רבי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:א'הערליכע בילד פון הרה"צ רבי חיים מרדכי ( הנקרא מרדכי'לע) ראזענבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מ'קרעטשניף-סיגעט שליט"א,נעמט א'ברכה ביי הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטר שליט"א.

וואס כידוע זיין קרעטשניף'ער זיידע זצוק"ל האט אים מורא'עדיג געשעצט און זייער געהאלטן פון אים.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 89#p898689
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

"והיה כנגן המנגן ותהי עליו רוח ה".

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

כ"ק אדמו"ר מ'קרעטשניף-סיגעט שליט"א שפילט אויף א'פידל כמנהג אבותיו הקדושים.
אטעטשמענטס
198191_183240_Capture.jpg
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

ד'בילד מיטן פידל
איז מוצאי יום הקדוש דהאי שתא
וחיי עולם נטע
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

הרב ר' אשר האט געשריבן:ד'בילד מיטן פידל
איז מוצאי יום הקדוש דהאי שתא

נו,קאן ער די מלאכה?
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

אזוי ווי דער טאטע סוף ימיו..
וחיי עולם נטע
הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב ר' אשר »

מהאט דערקענט דעם ניגון, (שבת שלום)
וחיי עולם נטע
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

מי יודע אודות בנימין הצדיק שרבינו דיבר כמה פעמים וצוה להרב לייפער מהמשמשים ליתן שם לבנו בנימין על שם הנ"ל
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

שמואלישעי האט געשריבן:מי יודע אודות בנימין הצדיק שרבינו דיבר כמה פעמים וצוה להרב לייפער מהמשמשים ליתן שם לבנו בנימין על שם הנ"ל

ר' בנימין פערלשטיין?
---
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

בשבילי נברא האט געשריבן:
שמואלישעי האט געשריבן:מי יודע אודות בנימין הצדיק שרבינו דיבר כמה פעמים וצוה להרב לייפער מהמשמשים ליתן שם לבנו בנימין על שם הנ"ל

ר' בנימין פערלשטיין?


לכאורה, ער האט געהאלטן פון אים עולם ומלואו,ער האט אים געהאלטן פון די ל"ו צדיקי הדור.
און אויך זיין שוואגער (פעטער) הרה"ק רבי דוד משה פון קרעטשניף זיע"א האט געהאלטן פון אים עולם ומלואו,זיי האבן זיך געקענט פון סיגוט און אויפגעוואקסן צוזאמען.
צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 6:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושויער »

ווער קען אונגאריש
ר' לייזער וואלף ראזענבוים טשאדא-ראבי אין סיגוט, אין בודאפעסט תרפה
אטעטשמענטס
NLI-Article (2).pdf
(104.49 KiB) געווארן דאונלאודעד 373 מאל
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

האט איינער די נוסח הספירה פון קרעטשניפער ז"ל?

אויך זוך איך די קליפ פון קידוש פרייטיג צונאכטס. אויב איינער האט ביטע שטעלן, תודה מראש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שביעין חביבין
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 20, 2014 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שביעין חביבין »

מענין שבקונטרס קול אמונה האחרון שצ"ד במספרו, מובא שיחה יפה ומאד מענינת מהאדמו"ר הזה הרבי מקרטשניף זצ"ל בעמודים ח עד יא, אודות אמריקה ואודות חילוקי הדעות שהיה לרבי מקרטשניף עם הרבי מסטמר זצ"ל האם עדיף לגור באמריקה או בארץ ישראל. והפלא הוא כי ידוע שהרבי מקרצ'ניף דגל מאד בסטמרי וגם דבק בשיטתו הקנאית כידוע, בכל זאת בזה נחלק איתו. היה צדיק אמת אהבתי אותו מאד יהא זכרו ברוך
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”