ר' אליהו בצלאל טייטלבוים מטעטש, א' דר"ח אלול תרפ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

מילער
ר' מאיר טייטלבוים דער רב פון טעשין איז געווען א זון ר' חיים א דיין אין קראקא, בן ר' יוסף אב"ד ניעפאלומיץ, א זון פון ר' שמואל גארליצער.

איך געדענק נישט אויב מ'האט שוין דערמאנט דא, אז ר' חיים טעטשער האט זיך משדך געווען מיט זיין ברודער, זיין זון ר' פנחס יוסף איז געווען אן איידעם ביים פעטער ר' משה.

וועגן ר' חיים טעטשער איז דא א תשובה אין עצ"ח סי ל"ט, וואו מ'פרעגט אים אן, אויב ר' חיים מעג דאווענען פאר'ן עמוד די הייליגע טעג ווען ער איז געווען אין יאר נאכ'ן פאטער, ענטפערט דער עצ"ח, אז וויבאלד אין זייער קהלה איז נישטא איינער וואס איז מער פאסיג ווי אים, א קול ערב, מוחזק בחסידות, און א בן גדולים וטובים, במילא מעג ער דאווענען.
דער שווער פון ר' חיים איז געווען ר' יעקב פאנעט דער רב פון רעטיאג, מח"ס שארית יעקב, א זון פון ר' יצחק משה בן המראה יחזקאל מקארלסבורג.

ר' משה טעטשער האט געהאט אן איידעם, ר' ברוך אברהם פיש בן ר' יחזקי' דער סאלקער רבי, א זון פון ר' אהרן ישעי' פון האדאס.

ר' יואל וויעליטשקער'ס קינדער [דער טרעסיפער רב]

זיין בכור ליפא איז געווען אן איידעם ביים קרעניצער רב ר' אברהם חיים טייטלבוים, און ער האט ארויסגעהאלפן דעם שווער ברבנות.
יוסף, משה אלי' בצלאל, שלום ישכר , יקותיאל יודא, טעמא, מלכה פרידא, חיה, די איינציגסטע איבערלעבער איז געווען די טאכטער מרים אשת ר' פישל פרידמאן

ר' מאיר גרינוואלד'ס דער טעטשער רב'ס רעבעצין, האט געהייסן איזשע זי איז נעבעך אוועק אין אוישוויץ מיט אלע קינדער. דער עלטסטער א בחור משה פון 15 יאר, הבח' אברהם יוסף פערצן יאר, יצחק, שמואל דוד, יקותיאל יודא, ישכר דוב, דבורה, שרה בילא, הי"ד.

ר' נפתלי האלבערשטאם דער גריבובער רבי, [בן ר' ברוך] האט געהאט א זון ר' מרדכי זאב, ראיתי שהי' חתן ר' אלי' בצלאל אב"ד טעטש. ואם כן הי' לו לר' אלי' בצלאל גם בת? מי יכול לברר את זה?

ר' חיים טעטשער האט געהאט א טאכטער לאה, זי האט חתונה געהאט מיט ר' ישראל אהרן אונגאר, א זון פון ר' נפתלי צבי ב"ר משה אליקום בריעה אונגאר דער דאמבראווער רבי, ב"ר ישראל אלימלך ב"ר יוסף בהרה"ק ר' מרדכי דוד מדאמבראווע, דער ר' נפתלי צבי איז געווען אן איידעם ביי ר' משה'לע בארדיובער און האט דארט געוואוינט, זיין זון ר' ישראל אהרן איז געווארן אן איידעם ביי ר' חיים טעטשער, און זיין וויב און צוויי קינדער זענען נעבעך דערמארדעט געווארן אין אוקריינא, אבער ער האט געפליכטעט קיין בודאפעסט דורך נייטרא, און איז געראטעוועט געווארן, נאכ'ן קריג האט ער געוואוינט אין מאנטריאל וואו ער האט אויפגעבויעט א פרישע שטוב.

דער קלויזענבערגער רב האט געהאט א ברודער ר' אברהם וואס איז געווען א איידעם אין טעטש, ווייסט איינער אויב דאס איז געווען ביי ר' אלי' בצלאל'ס א זון?
דער ר' אברהם האט געהאט א זון אין לאס אנדזשעלעס ר' צבי הירש [נאכ'ן זיידן ר' הירש רודניקער] ער איז געווען דארט רודניקער רבי.
לעצט פארראכטן דורך פייש קרויז אום דינסטאג פעברואר 24, 2009 9:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געוואלדיג! יישר-כח ר' פייש.

דער ר' צבי הירש מרודניק לאס-אנזשעלעס איז געווארן אן איידעם ביים סלאטפינא רב חדב"ן מרן העצ"ח (נאך די קריג) ר' אברהם פר"מ פון די צייטונג און ר' יעקב הורוויץ פון מאנסי זענען דארט איידימער.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ר' פייש שכוח גדול
איך וואלט געוואלט הערן מער פון ר' חיים'ס קינדער וואס האבען געוואוינט דאהי,זענען זיי שוין דא געווען בעפארן קריג? אין צי סאיז דא פון זיי דורות ערליכע?
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

יאסל און מילער
יישר

יאסל, זיי זענען געקומען נאכ'ן קריג, פון מענדל איז גארנישט דא, אבער זלמן ליב האט א פיינע ערליכע שטוב, זלמן ליב האט זיך געדרייט ביים רבין זי"ע בעל דר"י, ער האט געהאט א גראסערי אויף קליימער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער טייטלבוים פון נגינה ארקעסטרא איז א סיגוטער אייניקל?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

פייש קרויז האט געשריבן:דא איז געווען אין אמעריקא, נאך דריי ברידער, ערשטע קוזינעס פאר ר' משה טעטשער, זיי האבן געהייסן מענדל, זלמן ליב און חיים ט"ב

דאס וואס די שרייבסט אז איינע פון די דריי האט געהייסן חיים איז לכאורה א טעות? ווייל זייער פאטער האט דאך אזוי געהייסן.
סוי איז כלל געווען דא א דריטער ברודער אין אויב יא וואס איז געווארען פונעם?
אין נאך עפעס לויט ווי איך האב ארויסגענומען פון דא, איז ר' ישעי גאלד די פאטער פונעם קראליר רב פון בארא פארק לכאורה אן איידעם ביי ר' חיים בן ר' אלי בצלאל האב איך רעכט??
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

יאסל
זיכער א טעות!
דער דריטער ברודער איז ר' יעקב שמשון [נאכ'ן זיידן פון שפיטיווקע], ער האט געהאט א שטיבל אין מונקאטש און האט נעבעך נישט איבערגעלעבט, זיין טאכטער איז די ליאנער רביצין מרת גאלד ע"ה. און איר איידעם איז ר' מאיר טייטלבוים, איך ווייס דאך אז מיללער וועט גראד פרעגן אויב ס'איז מגזע הישמח משה? וועל איך מקדים זיין תשובה לשאלה, ר' מאיר'ס פאטער האט געהייסן ר' נתן [אגב דער איינציגסטער בן אחר בן פון לימנובער רב בעל מאורות נתן, ער האט געהייסן גאלדמאן] זיין מוטער איז געווען א שוועסטער מיט ר' אהרן ט"ב דעם וויליאמסבורגער דיינ'ס שווער ועל שמו נקרא ט"ב.

מילער
איך ווייס נישט ווער ס'איז נגוני ארקעסטרא.
ר' זלמן ליב האט א שיינע פאר זון וואס לעבן מיט אונז ב"ה, אפשר איז איינער פון זיי דער אויבנדערמאנטער נגוני.
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

אונזער נייער חבר הרב שישא, אויך א ידיד נאמן לבית טעטש, וואס ווארט נאך אויף רשות כתיבה, האט מיר פארענטפרט ביידע שאלות אין אישי.

ר' אלי' בצאלאל האט נישט געהאט א טאכטער.
און דער ר' אברהם האלבערשטאם רודניקער רב'ס זון, איז טאקע געווען א איידעם ביי ר' חיים פון טעטש. און דער רודניקער רבי פון לאס אנדזשעלעס איז אויך א טעטשע אייניקל, און טאקע אויך מר פרידמאן פון מיללער'ס צייטונג.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

פייש קרויז האט געשריבן:יאסל
זיכער א טעות!
דער דריטער ברודער איז ר' יעקב שמשון [נאכ'ן זיידן פון שפיטיווקע], ער האט געהאט א שטיבל אין מונקאטש און האט נעבעך נישט איבערגעלעבט, זיין טאכטער איז די ליאנער רביצין מרת גאלד ע"ה. און איר איידעם איז ר' מאיר טייטלבוים, איך ווייס דאך אז מיללער וועט גראד פרעגן אויב ס'איז מגזע הישמח משה? וועל איך מקדים זיין תשובה לשאלה, ר' מאיר'ס פאטער האט געהייסן ר' נתן [אגב דער איינציגסטער בן אחר בן פון לימנובער רב בעל מאורות נתן, ער האט געהייסן גאלדמאן] זיין מוטער איז געווען א שוועסטער מיט ר' אהרן ט"ב דעם וויליאמסבורגער דיינ'ס שווער ועל שמו נקרא ט"ב.

מילער
איך ווייס נישט ווער ס'איז נגוני ארקעסטרא.
ר' זלמן ליב האט א שיינע פאר זון וואס לעבן מיט אונז ב"ה, אפשר איז איינער פון זיי דער אויבנדערמאנטער נגוני.

שטייטעלעך כאפ נישט
זאגסטי הייסט אז דער ליאנער רעבעצען(אגב דאס איז אין פראנקרייך?) איז שוין א דור שפעטעראן אייניקעל פון ר' חיים?
ווער איז דער ר' מאיר טייטעלבוים?
אין אגב אז די האסט שוין דערמאנט דער אלטער ר' אהרן, איז ווי אזוי איז ער געווען דער ישמח משה'ס אן אייניקעל?דאכט זיך דורעך ר' שמואל גארליצער האב איך רעכט?
וועגען דער ר' זלמן לייב בן ר' חיים, לויט אינפארמאציע וואס כהאב געקריגען ליגט ער אין קרית יואל, אין זיין איידעם איז ר' אהרן מאלעק פון ק"י.
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

יאסל
קיינער כאפט נישט ס'דא גענוג.
ליאון איז א שטאט אין פראנקרייך ריכטיג. דער ר' ישעי' איז געווען דארט רב אין קהל עדת ישורון, ער האט געמאכט א ספר חזון ישעיה.
ער איז געווען כמו שאמרתי לך אן איידעם ביי ר' יעקב שמשון בן ר' חיים.
ר' מאיר איז א איד אין וויליאמסבורג, ווער ס'וואוינט אין וויליאמסבורג דארף אים קענען.
ר' אהרן'ס יחוס בן אחר בן וועט נאכפאלגן ווען איך וועל אהיימקומען אי"ה.
ר' זלמן ליב'ס אינפארמאציע שטימט וואס דו זאגסט.


איך קען שוין נישט ווארטן אז הרב שישא זאל באקומען רשות כתיבה. ער האט אסאך וואס צוצוגעבען.
ער האט מיר מעורר געווען אז ר' מאיר גרינוואלד דער טעטשר רב, זיין רעבעצין האט אויפ'ן אידישן נאמען געהייסן ריקל ריזל, דער נאמען איזשע איז זעט אויס א אונגארישע נאמען, ס'וואונדערט מיר דאן אויפ'ן ברודער זיינע, דער חוסטער רב וואס אין זיין ספר חסד יהושע וואס פון דארט האב איך עס גענומען, שרייבט דער נאמען איזשע. און אזוי וואונדערט זיך אויך, הרב שישא הבעל"ט

נאך האט מיך חברינו החדש הרב שישא מעורר געווען, אז קיינער האט ניטאמאל דערמאנט אז ר' משה טעטשער'ס שווער איז געווען ר' יוסף ריינמאן איסטריקער רב, א ברודער פון ר' צבי הירש קרעטשניפער רב, ביידע קינדער פון ר' יצחק משולם זלמן פון נאראל וואס איז געווען א תלמיד פון חוזה

מ'בעט די מנהלים זאלן ווי שנעלער באשטעטיגן הרב שישא
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יאסל האט געשריבן:ווער איז דער ר' מאיר טייטעלבוים?

אויב איך מאך נישט קיין טעות, איז ער א מחותן מיטן ברך משה זצ"ל. דורך ר' אהרן ב"ר שלום אליעזר שליט"א.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פייש און שישא, יישר כח גדול על החומר, בקרוב נעשה סדר בעזהשי"ת.

דער ר' יוסף ריינמאן פון איסטריק חותן ר' משה מטעטש איז געווען דער טוען ביי די די"ת אין גארליץ צווישן ר' ברוך מגארליץ וגיסו ר' יוקל מוואלאווא און דער ערוגת הבושם איז געווען דער בורר (י"ג אורות)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יאסל, ר' אהרן מאלעק איז אן איידעם ביי ר' יוסף סאקס, מן הסתם רעדסטו פון זיינס א זון.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

יאסל
ר' אהרן טייטלבוים איז געווען א רעכטער אייניקל פון ר' שמואל גארליצער, זיין טאטע ר' לייבוש פון אוהעל איז געווען א זון פון ר' שמואל גארליצער, ר' אהרן איז געבוירן ווען זיין טאטע איז אלט געווען 53 יאר!, דער אויבנדערמאנטער ר' נתן טייטלבוים-גאלדבערג, איז געווען א זון פון ר' אלי' פון אוהעל ער איז געווען א איידעם ביי ר' לייבוש טייטלבוים. זיין רעבעצין האט געהייסן מרים.

קרעמער
איר מאכט נישט קיין טעות, שלום אליעזר'ס ארי איז דארט אן איידעם.

אהיה לך עזר בעשיית הסדר, האמיר דא למעשה אזוי.
ר' משה טעטשער'ס קינדער.
1. בנו יקותיאל יודא, בניו, ר' משה, אלי' בצלאל, מרים הי"ד, חנני' יו"ט ליפא הי"ד, נהרגו עקדה"ש ט"ז סיון תש"ד.
2. בנו ר' דוד בנייטרא.
3. חתנו ר' יואל וויעליטשקער אב"ד טרעסיף, בתו מרים אשת ר' פישל פרידמאן.
4. בתו ריקל ריזל, [על שם אמו של ר' יוסף ריינמאן אב"ד איסטריק] אשת ר' מאיר גרינוואלד אב"ד טעטש.
5. חתנו ר' פנחס יוסף בן ר' חיים טעטשער.
6. בתו טעמא אשת ר' ברוך אברהם בן ר' יחזקי' פיש.

ר' חיים טעטשער'ס קינדער, נהרג עקד"ה ב' שבועות תש"ד, שם זוגתו שאשא.
1. בנו יעקב שמשון, חתנו ר' ישעי' גאלד.
2. בנו ר' זלמן ליב נפטר כ' סיון תשמ"ט, בניו וחתניו שליט"א
3. בנו מענדל.
4. בתו רחל אשת ר' אברהם האלבערשטאם מרודניק, בנו ר' צבי הירש מלאס אנזשעלעס.
5. בנו ר' פנחס יוסף אב"ד בישטינא חתן דודו ר' משה.
6. בתו לאה אשת ר' ישראל אהרן אונגאר.
אגב מילער.
פון די נאמען ריקל ריזל איז שוין פארענטפערן דיין קשי' וועגן די בריוו פון דברי יואל מכתבים.
דו רעדסט פון די תורה, טאקע דער מאורות נתן הנ"ל איז געווען פונ'ם בית דין, ער האט גע'פסק'נט לטובת ר' יוקל דעמאלט.

פארשלאפן
ר' אהרן האט א זון ר' יעקב בער וואס איז אן איידעם ביי ר' זלמן ליב.
לעצט פארראכטן דורך פייש קרויז אום דינסטאג פעברואר 24, 2009 9:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

מיללער האט געשריבן:דער טייטלבוים פון נגינה ארקעסטרא איז א סיגוטער אייניקל?

ניין.

זייי קומען פון ארגענטינא, זיין טאטע האט זיך געטוישט די נאמען אויף טייטלבוים נאכ'ן קומען אויף אמעריקע.
שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

בס"ד

אפאר הוספות איבער די פריער-דערמאנטע:

די רעבעצין פון ר' משה איז נפטר געווארן תיכף נאך איר מאן, אזוי זענען די קינדער נעבעך געווען יתומים מאב ואם, ומרן הדבר"י מסאטמאר האט אסאך נושא בעול געווען פאר די משפחה.

אשת ר' ברוך אברהם פיש, האט געהייסען טעמא, איר חתונה האט צוגעשטעלט הדבר"י מסאטמאר, עי' במוש"י סוף ח"ז או ח"ח.

עס איז דא דערמאנט געווארן אפאר מאל דער עלסטער איידעם פון ר' משה, ר' יואל אשכנזי אב"ד טרעסיף, אבער איר וועט נישט טרעפן אזא נאמען אין ספרים וואס איז געדריקט געווארען פאר די קריג, עס איז פשוט נישט געווען אזא נאמען, ער האט געהייסען ר' יואל וועליטשקער, נאר זיין ברידער ר' סענדר אשכנזי האט זיך געטוישט נאמען ביי די ערשטע קריג ווען ער האט געפליכטעט קיין פעסט, און די כותבי הדורות נאך די קריג האבן נישט מבחין געווען (זייער מאמע איז טאקע געווען א טאכטער פון ר' אנשיל "אשכנזי" אז זוהן פון מהר"י אשכנזי מזלאטשוב).
מונע צו זיין טעותים איז לענ"ד כדאי אים צוריפין, ר' יואל וועליטשקער-אשכנזי.
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

שישא
קודם א הארציגן ברוך הבא, אז מ'לעבט דערלעבט מען! אדאנק אייך, איז די תולדות משפחת טעטש, געקומען צו א זעלטענע שלימות דא ביי אונז אויף אידישע וועלט.

אין בריוו פון מרן הדר"י שרייבט ער אויף די מיידל, יתומה שכולה וגלמודה, ס'האט מיר באנומען די ווערטער, איך האב נישט געוואוסט אז ס'גאר געווען א קיילעכדיגס נעבעך ל"ע.

מיר ווייסן פון דעם וויעליטשקער צו זאגן, און געוויסע כותבי הדורות שרייבן דאס אויך, אבער וואוסנדיג אז דא איז זייער באקאנט זיין ברודער'ס משפחה, וואס זיי רופן זיך אשכנזי, האב איך כמובן נישט געוואלט מחלק זיין.

איר ווייסט אפשר וויאזוי ר' משה בן ר' אלי' בצלאל'ס רעבעצין האט געהייסן, די וואס דו זאגסט איז נפטר געווארן תיכף נאכ'ן מאן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ברוך הבא הרב שישא, יהא בואכם לברכה ולהרמת קרן על הצדיקים!
אזוי ווי ר' פייש זאגט, בדיבוק חברים ובס"ד האבן מיר באוויזען צאמשצושטעלן גאנץ א קלארע בילד איבער משפחת ט"ב מטעטש.

עטליכע נקודות נאך די אלע פרטים;
א) דער ר' נתן טייטלבוים-גאלדנבערג איז געווען א אייניקל פון דעם לימינובער רב ר' נתן גאלדנבערג, זיין (ר' נתן הראשון) טאטע איז געווען ר' חיים גאלדנבערג ראב"ד גארליץ, עס זענען געווען נאך צוויי ברודערסן, איינער איז געווען ר' נפתלי צבי ראב"ד טארנא ער האט מחבר געווען דעם ספר בית לוי' אויף מס' גיטין.

ב) אין וומ"ס איז דא א איד ר' חיים צבי ט"ב (ער איז געווען אן עלטערער בחור און דער ברך משה האט אים אלס מקרב געווען) איז ער א טעטשער אייניקל?

ג)איך האב גערעדט פון א בריוו אין די מכתבים ח"ב, איך געדענק נישט אז דער רבי זאל דערמאנען א נאמען פון די כלה, אבער אפשר דינט נישט מיין זכרון, וספרים אין בידי כעת.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דינסטאג פעברואר 24, 2009 7:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

המברכים יתברכו, וכן שאר לומדי ויושבי הביהמ"ד.

ר' חיים צבי איז א וואוילער אינגערמאן, ער פלעגט ארבעטען ביי קאפי-קארנער אין וומ"ס (אפשר נאך אלץ?), ער איז א זוהן פון ר' זלמן ליב ב"ר חיים מטעטש.

די ווייב פון ר' משה מטעטש האט געהייסען רחל.
שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

און דאס וואס פייש שרייבט איבער "וועליטשקער", דער אמת איז אז זיי די משפחה פון ר' סענדר הייסען טאקע "אשכנזי", וויבאלד זייער זיידע האט זיך געטוישט נאמען, אבער "מיר" קענען נישט טוישען נאמען פון איינעם וואס איז שוין בעלמא דקשוט... סימפל.
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

מילער
דער רבי דערמאנט דעם נאמען ריקל ריזל אין א בריוו אדער אין דברי יואל מכתבים אדער אין אגרות מהרי"ט.

שישא יישר כח פאר די פרישע אינפארמאציע, בנוגע די משפחה נאמען, אפילו מ'זאל אננעמען אז מ'קען נישט טוישן נעמען בעלמא דקשוט, [מ'דארף עס נאך מברר זיין, אבער אפילו את"ל] קענען מיר אבער פארט א טובה טון פאר א משפחה.... דו פארשטייסט.
מיט דעם אלעם, נעם איך אן אייערע דיבורים, און איך וועל טוישן אי"ה.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ליינט דא וואס "שותא" שרייבט.
ועמך כולם צדיקים
שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

1) איך האב באמערקט אן אונטערסאנטע מציאות, אז נכדי הייט"ל האבען זיך משדך געווען אין גאנץ א קורצע תקופה 3 מאל מיט יוצ"ח פון ר' יצחק משולם זלמן פון נאראל, ר' משה מטעטש איז אן איידעם ביי ר' יוסף ריינמאן אב"ד איסטריק ב"ר יצחק משולם זלמן, ר' יעקב שמעון ט"ב ב"ר חיים מטעטש איז אן איידעם ביי ר' צבי ריינמאן אב"ד נאראל ב"ר שלום ב"ר יצחק משולם זלמן, ר' צבי הירש ריינמאן אב"ד קרעטשניף ב"ר יצחק משולם זלמן איז אן איידעם ביי ר' אברהם אהרן פון קאלבאסוב. וחוט המשולש לא במהרה ינתק.
אגב, ווייסט אפשר איינער ווי דער איסטריק'ר רב ר' יוסף ריינמאן, איז געווען אן איידעם, איך האב שוין אסאך גענישטערט און נישט געפינען, אזויפיל ווייס איך אז נאך די חתונה האט ער געוואוינט אין לינסק.
2) איך האב געשריבען אז די ווייב פון ר' משה מטעטש האט געהייסען רחל, דאס איז א טעות, זי האט געהייסען דבורה, נאר זייער טאכטער די ווייב פון ר' יואל וועליטשקער-אשכנזי (!) האט געהייסען רחל, וטעות לעולם חוזר.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:ר' אלי' בצלאל איז געבוירן בשנת ת"ר אלס דער דריטער זוהן פונעם ייטב לב דער סיגוטער רב, כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון ר' פנחס יוסף דאכנער נכד הרה"ק ר' פנחס מקאריץ וחתן הרה"ק ר' חיים מקאסוב זצ"ל.


לייענענדיג א שמועס פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר מיט הרה"ח רב"צ יאקאבאוויטש פון בני-ברק אין קול התאחדותינו - מדור משולחן מלכים פארציילט דארט דער רבי אז ווען דער הייליגער ייטב-לב האט געליטען רדיפות און מ'האט אים פארטריבען פון איהעל איר ער ארומגעפארען און ער איז אנגעקומען צום תורת חיים פון קאסוב, דער תורת חיים האט אים געפרעגט איזער זיך משדך זיין, דער ייטב לב האט נישט געהאט קיין חשק זיך משדך צו זיין מיט א גרויסע רבי האט ער אים נישט געענטפערט.

דער ייטב לב האט דאן א שידוך געטאן מיט זיין זוהן דער טעטשער רב ר' אלי' בצלאל, שפעטער איז די רביצין נפטר געווארן האט זיך דער ייט"ל נאכגעפרעגט איבער דעם אייניקל פונעם קאסובער רבי, און איז געוואור געווארן אז זי האט שוין געהאט חתונה געהאט אבער זי האט זיך גע'גט, אזוי איז ער געווארן אן איידעם אין קאסוב, למעשה האט שוין דער תורת חיים נישט געלעבט דאן. ע"כ.

ביי וועם איז ר' אלי' בצלאל געווען אן איידעם בזוו"ר, און ווער איז געווען דער ערשטער איידעם פון ר' פנחס יוסף דאכנער?
שישא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 20, 2009 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שישא »

מיללער האט געשריבן:ביי וועם איז ר' אלי' בצלאל געווען אן איידעם בזוו"ר, און ווער איז געווען דער ערשטער איידעם פון ר' פנחס יוסף דאכנער?


ר' אלי' בצלאל איז געווען אן איידעם ביי הנגיד ר' נטע שוף פון בריגל, ער האט געהאט איידעמער גדולי הדור אבער זיינע טעכטער האבן זיך ליידער נישט געהאלטען. צווישען זיי איז דאכצוך אויך געווען הרה"ק ר' משה משינאווא זצ"ל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”