רבי יצחק (איציקל) הורוויץ מסטיטשין זצ"ל - כ"ד אדר ת"ש
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- יודל מענדלזאהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3111
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
- לאקאציע: ואנה מפניך אברח?
רבי יצחק (איציקל) הורוויץ מסטיטשין זצ"ל - כ"ד אדר ת"ש
..איך האב געהערט פון מיין טאטן, אז אמאל האט דער רבי געפאסט מער פון צוויי טעג, און זיין טאכטער די צדקת מרת דבור'לה ע"ה הי"ד האט אנגעהויבן פארפירן אז מען זאל נישט לאזן איר טאטן פאסטן אזוי פיל. זי האט דאן געבעטן ר' מענדעלע קיעלצער ז"ל ער זאל קומען ספעציעל צו פארן פון קיעלץ בעטן איר טאטן ער זאל אויספאסטן.
ר' מענדעלע איז מיט שרעק אריין צום רבי'ן, און געבעטן בתחנונים אז דער רבי זאל טועם זיין, אדער כאטש טרינקען אביסל מילך.
האט אים דער רבי געענטפערט: "מען שלעפט אידן אויף די בערג (ס'איז געווען מלחמה צייטן), איז ווי אזוי קען איך עסן.
החכמה מאי"ן
--
ר' איציקל זי"ע האט באהאלטן זיינע מעשים מיט גרויס חכמה. דרכו בקודש איז געווען צו פאררייכערן א לילקע ציבעך, און אזוי ווי דער סדר ביי די לולקע איז, אז מען דארף כסדר צוריק אנפילן די טאבאק, פלעג דער רבי אסאך מאל אריינשטופן דעם פינגער צו זעהן אויב עס האט נאך טאבאק. למעשה האט ער עס אבער געטוהן ווען די פייער האט געברענט, און די אש האט געבריעט, כדי זיך מסגף צו זיין.
איבריג צו זאגן אז דער פינגער איז טאקע אלעמאל געווען אויפגעשוואלן און אפגעבריעט...
שם
--
ר' שמעון אליעזר פון זעקלאצין, א שטאט נעבן טארנע, איז געווען דבוק אינעם רבי'ן בלב ובנפש, אזוי ווי פארצייטיגע חסידים. אמאל האט ער געכאפט א לונגען אנטצינדונג, און מען האט אים אריינגעפירט אינעם טארנע שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד. אין יענע צייט איז נאכנישט געווען קיין פענעסילין, דעריבער איז אזא מחלה געווען סכנת נפשות. די דאקטוירים האבן טאקע אויפגעגעבן האפענונג.
דאס איז פארגעקומען נאך יום כיפור, און זיין פרוי האט מודיע געווען פאר'ן רבי'ן, וועלכער האט זיך דאן געפינען אין טארנע.
דער ערשטער נאכט סוכות האט דער רבי אוועקגעשטעלט אין א זייט שיריים פון יעדן מאכל: וויין, חלה, פיש, אא"וו. נאכ'ן סעודה האט ער געשיקט די שיריים אין שפיטאל צו ר' שמעון אליעזר אין שפיטאל. באלד נאכדעם איז אים צוביסלעך בעסער געווארן, און נאך א קורצע צייט איז ער גענצליך געזונט געווארן.
דער שפיטאל דאקטער, פראפעסאר טעמפקי, א גוי, איז שאקירט געווען פון די אפענע מופת. דער פראפעסאר האט געזאגט פאר הרה"צ ר' ראובן פון דעמביץ, אז לויט זיין מיינונג דער ר' שמעון אליעזר אן קיין לונגען!
דעם אנדערן יאר אויף ראש השנה איז ר' שמעון אלעזר געקומען צו פאר'ן צום רבי'ן, און איידער די תקיעות האט אים דער רבי געשיקט רופן. ווען ער איז אנגעקומען אין רבי'ן צימער, איז ער ערשטוינט געווארן זעהנדיג ווי דער רבי ווארט אים מיט מזונות און ברוינפען אין די הענט אז ער זאל קידוש מאכן איידער די תקיעות...
ווען דער רבי האט באמערקט זיין וואונדער, האט ער עס כדרכו בקודש אוועקגעמאכט זאגנדיג: "א איד וואס איז געשטאנען אזוי נאענט צו די טויערן פון גן עדן, דארף מען פאר אים האבן דרך ארץ!"...
שם
--
רבי איציק'ל זי"ע האט זיך אמאל אויסגעדריקט וועגן זיינע תפילות פאר די חסידים: "ווען ר' מאיר פון קראקע קומט צו מיר אויף ראש השנה, בעט ער הצלחה פאר זיין מסחר אין סאדע וואסער, וועלכע מען טרונקט אין די הייסע טעג. ווידער ווען ר' יעקב פון ריישע קומט, בעט ער הצלחה אויף זיין קוילן ביזנעס, מיט וועלכע מען הייצט אין די קאלטע ווינטער טעג.
דארף איך אויב אזוי בעטן אז אין קראקע זאל זיין הייסע, און אין ריישע זאל הערשן די קעלט."...

און אר"י איז געווען גאר א זיס איד, אן אמת'דיגער פארצייטשע חסיד, וואס האט געהאט די זכיה אל'ס בחור זיין דעם משמש פון רבי איציקעל סטיטשינער זי"ע. ר' יאשע ליפשיטץ האט מען עם גערופן, יאך דאנק דעם באשעפער אז ער האט מיר מנחה געוועזן צו קענען דעם זיסען ר' יאשע זצ"ל און שעפן פון עם מלא חפניים.
אגב, ר' יאשע האט ארויס געגעבן דעם באקאנטן חבור "החכמה מאי"ן" - תולדות און אמרות פון זיין רבי'ם הרה"ק רבי איציקל זי"ע.

כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
הישועות בו מקיפות
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7185
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 747
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

יאסל האט געשריבן:לויט ווי כ'האב געהערט פון עטליכע וואס ווייסען איז ר' איציקעל סטיטשינער געווען דער דריטער גרעסטער רבי אין כמות פון חסידים אין גאליציע, נאך בעלזא אין באבוב.
דא איז שוין געווען מערערע בילדער פון אים אין טאקע שיינע בילדער בתוכם א קאלירטער בילד.
ב''ה
יאסעלע יקירי א גוטע וואך
אתה הולך מסכום של אלפים למספר של בקושי כמה מאות .
אני לא מדבר ח''ו מגדלות האדם רק מסכום האנשים .
מה הי' הסכום בקאלאשיץ .וכידוע ראדאמסק הי' לו חסידים בגלצי' .
ואיך הי' נראה המראה כשבאו אדמור''י בית רוזין --טשארטקאוו-והאסיאטין .
כל שנתיים מווינא -לגלצי' .אי''ה עוד נחזור לנושא .
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 747
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
וואו באקאנט ביי יוצאי גאליציא האט מען שוין א יאהר פאר די קריג געשמועסט פון די מלחמה, צו עס וועט זיין צו נישט, אבער פון פולווער האט געשמעקט, חוץ מזה איז געווען א מצב פון אפס כסף, און דא קומט צו פליעהן א עראפלאן פון אנטווערפן צו א רבין וואס האט נישט אויס צו האלטן א נעץ פון ישיבות וואו באבוב צו ראדאמסק [נאך די ירידה] און קיין הונדערטער יושבים וואו אין בעלזא אויך נישט, ואידך פירושא זיל גמור . . .עפל קאמפאוט האט געשריבן:וואס מיינט דאס "חוץ דעם עראפלאן פון אנטווערפן, וואס האט ארויס גענומען די אויגן פון רבים וטובים."
ועמך כולם צדיקים
badatz האט געשריבן: ב''ה
אזוי וויא איך בין א ליעב האבער פין בארען איינגעמאכץ און נישט פין עפיל קאמפוט סא ביטע ווען דיא זעהסט מיין הארה[ הערה ]היפ עס איבער
ווייל סיא מאיינט נישט דיך . א דאנק פין פאהר אויס --יישר כואך
WOW אזא שיין גערעדאכץ!
אריין אין די מידות מוזהבות אשכול.
לעצט פארראכטן דורך שטרויזאק אום זונטאג מארטש 22, 2009 12:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 747
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm
- רימנובער אייניקעל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3198
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm
נשיכתן נשיכת נחש,ועקיצתן עקיצת עקרב.
האט פארציילט הגאון האדיר רבי חיים קרייזוירטה זצ"ל גאב"ד אנטווערפן יצ"ו, אז זיין פאטער הגאון רבי אברהם יוסף זצ"ל מחבר ספר "בית אברהם" על התורה איז געווען רב און שטאט וואוינטש (גאליציע),און הרה"ק רבי איציקל זצוק"ל פלעגט צו קומען דארטן א'יעדע יאר און די זומער חדשים פאר אפרוה,און זיי פלעגען לערנען צוזאמען בחברותא פאר לאנגע שעות,און רבי אציקל פלעגט אים אזוי זאגען בזה הלשון,"אויב איר וועט נישט קענען,וועל איך זאגן אז איר קענט נישט,און אויב איך וועל נישט קענען זאלסטו זאגן,רבי לעבן,איר ווייסט נישט וואס איר רעדט.
האט הרב קרייזווירטה זצ"ל צו געלייגט ,אז אמאל ווען רבי אציקל איז געזיצען אויף די קארעטע אויפן וועג א'היים,האט ער באמערקט ווי איינער מאכט א'תנועה פון חוזק אויף זיין נאז,האט רבי איציקל זצוק"ל זייער מקפיד געווען אויף יענעם און געזאגט בזה הלשון,"מען וועט איהם אראפ נעמען דעם נאז".
נאך א'שטיק צייט איז יענער קראנק געווארן מיט א'מחלה משונה אויף זיין נאז,און מ'האט עס כסדר צוביסלעך אראפ גענומען לא עלינו.

אין טאראנטא-אידישע-ארכיוון איז דא עטליכע שיינע בילדער פון די סטיטשינער רבי הרה"ק רבי יודאלע'ס באזוך אין טאראנטא
http://search.ontariojewisharchives.org ... ions281626

- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
יציב פתגם האט געשריבן:אין טאראנטא-אידישע-ארכיוון איז דא עטליכע שיינע בילדער פון די סטיטשינער רבי הרה"ק רבי יודאלע'ס באזוך אין טאראנטא
http://search.ontariojewisharchives.org ... ions281626
יישר כח
ווייסט מען למעשה פארוואס ער האט באזוכט אין טאראנטא, ווען איז דאס געווען און צו ער האט דארט געהאט משפחה? דער וואס זיצט נעבן אים אין קאר איז ר' שלמה לאנגנער פון טאראנטא, א זון פונעם סטרעטינער רבי רבי משה'לי לאנגנער פון טאראנטא.
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
-
- שר חמישים
- תגובות: 60
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:25 pm
- לאקאציע: ביים שרייב טיש מיטן פעדער אין האנט
דא האט איר נאך א בילד פון ר' איציקל סטיטשינער זי"ע
דא האט איר א לינק פון ווי דאס קומט http://digitalassets.ushmm.org/photoarc ... id=1081879

- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24331
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
ארויף געברענגט לכבוד די יא''צ פין דער אלטער רב פין סטיטשין הרה''ק ר' איציקל זי''ע
ער איז געבוירן געווארן בשנת תרכ''ב צו זיין פאטער הרה''ק המפו' ר' משה'לע מרוזוודוב זי''ע בן הרה''ק ר' אליעזר מדזיקוב זי''ע בן הרה''ק מראפשיץ זי''ע .
געווארן א איידעם ביי הרה''ק ר' מנחם מענדל מזידישטוב זי''ע.
ווען זיין פאטער איז אוועק סיון תרנ''ד האט ער אנגעהויבן צו פירן זיין רביסטווע אין סטיטשין ווען אלפים זענען נהנה מאורו הגדול.
ביי די ערשטע וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן קיין וויען פין דארט איז ער אנגעקומען קיין טארנע ווי ער איז פארבליבן דארט ביזן לעצטן קריג .
משנת תרע''ח עד שנת תרפ''ה איז ער געוועהן סגור ומסוגר כמעט נישט ארויס פין שטוב בשבועות תרפ''ה האט ער צירוק אנגעהויבן צו פירן זיין עדה הקדושה ביז זיין הסתלקות אנהייב קריג ווי ער איז אנטלויפן קיין סאניק אין ער איז נפטר געווארן בכ''ד אדר ת''ש.
בנו מ''מ הרה''ק ר' יהודה'לע מסטיטשין זי''ע וואס האט געוואוינט אין ב''פ לאחר פטירתו האט איבער גענומען זיין אייניקל הרה''צ ר' אליעזר יודקאווסקי שליט''א דער עדה הקדושה פין סטיטשין

לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום זונטאג מארטש 15, 2015 6:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!