ר' שלמה זלמן אולמאנן ממאקאווא 'היריעות שלמה' ומשפחתו - י”א טבת תרכ”ג
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
ביקסאד האט געשריבן:המהריא"ץ ור' משה אולמאן [בן היריעות שלמה] רב דמחז"ה בגר"וו, [אבי הר' נח צבי מ'אנטוו"פ, הר' שלמה זלמן מ'ביסטריץ, ר' אברהם יצחק, והר' של הר' ישעיה פאלאק רב דחברה ש"ס בגר"וו] היו חתני ר' יעקב דוב הלוי פעלדמאן מ'פעטרא.מיללער האט געשריבן:ביז ווען ר' שמואל זלמן וויינבערגער אב"ד מארגארעטין (בנו ומ"מ של המהריא"ץ-שוסבורג משם) איז אריבערגעקומען אין ער האט אויסעגעארבעט א הסכם אינעם שטוב פון זיין קרוב (וויאזוי איז ער געווען א קרוב ווייסט איינער?) דער ראה"ק ר' שלמה זלמן אולמאן נכדו של היריעות שלמה,הרה"ג ר' אברהם הכהן קליינמאן איז געווען דער אינגסטער איידעם פון הרה"ג רבי שמואל זלמן וויינבערגער אב"ד מארגערעטין און נאך די צווייטע וועלט קריג מ"מ, הרה"ג ר' משה שפיץ מ'ביסטריץ איז געווען א איידעם ביי רבי יעקב דוב וויינבערגער דער עלטסטער זוהן פון רש"ז הנ"ל.שאץ מאץ האט געשריבן:לגבי שייכות אולמאן מיט מארגערעטן, האב איך אלץ געוויסט איז דער ביסטריצער רב איז א קרוב פארן מארגעטענער רב, דער מארגערעטנער רב איז אים געוועהן א פעטער, (איך מיין מ'דארך גיין צו אשכול פונעם יריעות שלמה) אפשר אזוי איז די קרבות שאפט.
מציבות המהריא"ץ ובנו ר' שמואל זלמן ממאגרארעטין
מיללער שרייבט
די צווייטע רביצין שרה טשארנא איז געווען אן אייניקעל פונעם בעל פנים מאירות ר' מאיר א"ש אב"ד אייזענשטאט.
אין יריעות שלמה על הש"ס תשס"ה אין די תולדות [סוף חלק ב] ברענגט ער אז רביצין שרה טשארנא בת ר' עוזר קענגיסברג חתן ר' לייב געשטעטנער בן ר' יצחק בן ר' בנימין א"ש אב"ד לאקענבאך בן ר' מאיר א"ש אב"ד אייזענשטאט בעל פנים מאירות.
ווידער אין א אידישע צייטונג מיט א פאר וואכען צוריק ווי מען האט באשריבען ר' מאיר א"ש אב"ד אייזענשטאט, שרייבט מען דארט אז רביצין שרה טשארנא בת ר' אייזיק קענגיסברג חתן ר' לייב געשטעטנער חתן ר' שלמה בן ר' בנימין א"ש אב"ד לאקענבאך בן ר' מאיר א"ש אב"ד אייזענשטאט בעל פנים מאירות.
אויף צייטונגן קען מען זיך גאר ווייניג פארלאזען ווען עס קומט צו יחוס אבער אין די תולדות געדריקט אין יריעות שלמה איז דא מער ווי געניג פראבלעמען.
הרב מיללער ווי אזוי איז די רביצין שרה טשארנא איז געווען אן אייניקעל פון חכ"צ? זייענדיג אן אייניקעל וואלט עס מיר געווען אינטערעסאנט, אז איך געדענק גיט איז א אנדערע זין - ר' יצחק - פון בעל פנים מאירות געווען א איידעם ביים חכ"צ.
ר' שלמה זלמן איז געווען אן איידעם ביי ר' בונם אייגער ז"ל פון מאטעסדארף אחיו של הגרעק"א, ער איז קודם געווען רב אין רענדעק און פון דארט איז ער געגאנגען קיין מאקאווא לקבל את הרבנות, ווי זיין ערשטע רביצין איז נפטר געווארן, ער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט הרבנית שרה טשארנא בת ר' יצחק אייזיק קעניגסבערגער מצעהלים נכדו של החכ"צ.
די צווייטע רביצין שרה טשארנא איז געווען אן אייניקעל פונעם בעל פנים מאירות ר' מאיר א"ש אב"ד אייזענשטאט.
אין יריעות שלמה על הש"ס תשס"ה אין די תולדות [סוף חלק ב] ברענגט ער אז רביצין שרה טשארנא בת ר' עוזר קענגיסברג חתן ר' לייב געשטעטנער בן ר' יצחק בן ר' בנימין א"ש אב"ד לאקענבאך בן ר' מאיר א"ש אב"ד אייזענשטאט בעל פנים מאירות.
ווידער אין א אידישע צייטונג מיט א פאר וואכען צוריק ווי מען האט באשריבען ר' מאיר א"ש אב"ד אייזענשטאט, שרייבט מען דארט אז רביצין שרה טשארנא בת ר' אייזיק קענגיסברג חתן ר' לייב געשטעטנער חתן ר' שלמה בן ר' בנימין א"ש אב"ד לאקענבאך בן ר' מאיר א"ש אב"ד אייזענשטאט בעל פנים מאירות.
אויף צייטונגן קען מען זיך גאר ווייניג פארלאזען ווען עס קומט צו יחוס אבער אין די תולדות געדריקט אין יריעות שלמה איז דא מער ווי געניג פראבלעמען.
הרב מיללער ווי אזוי איז די רביצין שרה טשארנא איז געווען אן אייניקעל פון חכ"צ? זייענדיג אן אייניקעל וואלט עס מיר געווען אינטערעסאנט, אז איך געדענק גיט איז א אנדערע זין - ר' יצחק - פון בעל פנים מאירות געווען א איידעם ביים חכ"צ.
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
ב"ה נאך עטליכע סארט זוכענישן האב איך געפינען עטליכע הודעות פון דעם אשכול וואס איז פארשוואונדען געווארן.
וז"ל גוגעל cache:
די בילדער זעה איך אז ער האט נישט געקענט סעיווען ווייל ער האט נישט געהאט קיין רעכט צו קוקן עטעטשמענטס, וועלן מיר עס מוזן אויפזוכן אין מיינע ארכיוון און צולייגן אין די קומענדיגע געלעגנהייט.
וז"ל גוגעל cache:
הודעהדורך בןהרחמן אום זונטאג יוני 27, 2010 9:38 pm
חבר היקר, ניתי ספר ונחזי
דא איז א בילד פון די מצבה פון הרבנית שרה טשארנא אין זענטא ביה"ח (זי איז געקומען דארט וואוינען ביי די טאכטער און איידעם ר' שמעון פאללאק) און אויף די מצבה שטייט בת הרב הגביר הנכבד מו"ה יצחק אייזיק קעניגסבערגער
ר' אייזיק קעניגסבערגער איז געווען א בנו בכורו פון ר' עוזר קעניגסבערגער פון צעהלים, דער חת"ס דערמאנט אין תשובות חיו"ד סי' רצ"ד די פדיון הבן פון ר' אייזיק שהי' בשנת תקמ"א, אז זיין רבי ר' נתן אדלער איז געווען דער כהן, און ברענגט דארט פון יענע מעשה א ראי' אז מען קען אויסלייזן אינעם איין און דרייסיגסטן טאג זעה דא (ר' אייזיק אליין איז שפעטער געווען א תלמיד פונעם חת"ס).
ובנוגע וויאזוי די יחוס פון ר' אייזיק קעניגסבערגער צום פנים מאירות און צום חכם צבי, זעה וואס הגאון ר' נתן געשטעטנער שליט"א (שהוא ג"כ נכד ר' לייב געשטעטנער) שרייבט אין זיין ספר שו"ת להורות נתן חאו"ח סוס"י י"א, און אין די תולדות וואס ער האט געדרוקט אנהייב פון זיין ספר אין ח"א דא, וואו ער ברענגט א שו"ת חת"ס וואס דערמאנט ר' אייזיק אלץ חתן ר' ליב [געשטעטנער] מטשארני, און ער ווענדט אויך אפ במציאות אז עס קען נישט זיין אז ר' עוזר איז געווען דער איידעם פון ר' לייב געשטעטנער, ווי אויך ווענדט ער אפ די אנדערע גירסאות אז עס שטימט נישט.
ותמצית דבריו כי סדר היחס הוא כך: ר' אייזיק קעניגסבערגער, חתן ר' לייב געשטעטנער, שהי' חתן ר' שלמה א"ש משליינינג, בן הג"ר בנימין א"ש אב"ד לאקענבאך, בן הפנים מאירות, ומביא בשם חותנו שכמדומה לו שהג"ר בנימין א"ש הי' חתן היעב"ץ, בן החכם צבי.
דא איז די בילד ממצבת הרבנית שרה טשארנא, ואגב לייג איך שוין אויך מצבות בתה מרת ריזל ובעלה ר' שמעון פאללאק
דו האסט נישט די רעכטן צו זעהן די עטעטשמענט
בןהרחמן
די בילדער זעה איך אז ער האט נישט געקענט סעיווען ווייל ער האט נישט געהאט קיין רעכט צו קוקן עטעטשמענטס, וועלן מיר עס מוזן אויפזוכן אין מיינע ארכיוון און צולייגן אין די קומענדיגע געלעגנהייט.
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
דאן איז געווען א הודעה פון הרב יוסל שרייבער (איך האב מורא אז ער איז אינגאנצן אפגעווישט געווארן פון די מאפע מיט אלע זיינע גילויים און כתבי ידות, הלוואי ער זאל זיך נעמען די מיה און צוריק ברענגען זיינע גוטע סחורה).
ער האט זיך באצויגען אויף דעם
וז"ל גוגעל CACH:
ער האט זיך באצויגען אויף דעם
חבר_1 האט געשריבן:מיללער שרייבטר' שלמה זלמן איז געווען אן איידעם ביי ר' בונם אייגער ז"ל פון מאטעסדארף אחיו של הגרעק"א, ער איז קודם געווען רב אין רענדעק און פון דארט איז ער געגאנגען קיין מאקאווא לקבל את הרבנות, ווי זיין ערשטע רביצין איז נפטר געווארן, ער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט הרבנית שרה טשארנא בת ר' יצחק אייזיק קעניגסבערגער מצעהלים נכדו של החכ"צ.
די צווייטע רביצין שרה טשארנא איז געווען אן אייניקעל פונעם בעל פנים מאירות ר' מאיר א"ש אב"ד אייזענשטאט.
אין יריעות שלמה על הש"ס תשס"ה אין די תולדות [סוף חלק ב] ברענגט ער אז רביצין שרה טשארנא בת ר' עוזר קענגיסברג חתן ר' לייב געשטעטנער בן ר' יצחק בן ר' בנימין א"ש אב"ד לאקענבאך בן ר' מאיר א"ש אב"ד אייזענשטאט בעל פנים מאירות.
ווידער אין א אידישע צייטונג מיט א פאר וואכען צוריק ווי מען האט באשריבען ר' מאיר א"ש אב"ד אייזענשטאט, שרייבט מען דארט אז רביצין שרה טשארנא בת ר' אייזיק קענגיסברג חתן ר' לייב געשטעטנער חתן ר' שלמה בן ר' בנימין א"ש אב"ד לאקענבאך בן ר' מאיר א"ש אב"ד אייזענשטאט בעל פנים מאירות.
אויף צייטונגן קען מען זיך גאר ווייניג פארלאזען ווען עס קומט צו יחוס אבער אין די תולדות געדריקט אין יריעות שלמה איז דא מער ווי געניג פראבלעמען.
הרב מיללער ווי אזוי איז די רביצין שרה טשארנא איז געווען אן אייניקעל פון חכ"צ? זייענדיג אן אייניקעל וואלט עס מיר געווען אינטערעסאנט, אז איך געדענק גיט איז א אנדערע זין - ר' יצחק - פון בעל פנים מאירות געווען א איידעם ביים חכ"צ.
וז"ל גוגעל CACH:
הודעהדורך יוסל שרייבער אום זונטאג יולי 04, 2010 9:39 pm
הרב חבר איר רירט דא אן א פארוויקעלטע טעמע,עס איז א גרויסע מחלוקת צו ר' בנימין א''ש בן הפנים מאירות איז געווען א איידים ביים יעב"ץ,דער עיקר שוועריקייט איז:דער יעב"ץ האט דאך געשריבען ממש איעדע זאך אין זיין לעבען היתכן ער דערמאנט נישט זיין איידעם? נאכדערצו מיט אזא מחותן ווי דער פנים מאירות?
יוסל שרייבער
שר העשר
הודעות: 27
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
דאן איז געווען נאך א הודעה פון יוסל שרייבער, וואס האט זיך באצויגען צו דעם וואס
וז"ל גוגעל:
מיילעך האט געשריבן:בןהרחמן האט געשריבן:עטליכע הערות והוספות:
5) ר' נח צבי אוללמאן ב"ר משה וואס דו האסט דערמאנט פריער, האט נישט געוואוינט סתם אין אנטווערפן ער איז דאכט זיך געווען רב (אדער ראב"ד), אמאל זייענדיג אין ביה"ח אין פיט האלאנד וואו עס ליגט ר' יענקעלע זי"ע ארומשפאצירענדיג אינעם ביה"ח האב איך געזעהן זיין מציבה.
ר' נח צבי איז געווען דער "ערשטע" רב אין אנטווערפן.
אויף זיין מצבה שטייט "אב"ד הראשון".
ער איז געווען אן איידעם ביי ר' חיים סופר בעל מחנה חיים זצ"ל.
וז"ל גוגעל:
הודעהדורך יוסל שרייבער אום זונטאג יולי 04, 2010 9:49 pm
דער מייסד פין די פרימע קהילה 'מחזיקי הדת' הצדיק ר' יצחק הערש ראצעסדארפער ז"ל וואס איז גיווען א תלמיד פינעם מחנה חיים זצ"ל האט אנגעפרעגט זיין רבי פאר א רב האט ער ממליץ געווען אויף זיין איידעם וכך הוה.
יוסל שרייבער
שר העשר
הודעות: 27
מיילעך האט געשריבן:בןהרחמן האט געשריבן:עטליכע הערות והוספות:
5) ר' נח צבי אוללמאן ב"ר משה וואס דו האסט דערמאנט פריער, האט נישט געוואוינט סתם אין אנטווערפן ער איז דאכט זיך געווען רב (אדער ראב"ד), אמאל זייענדיג אין ביה"ח אין פיט האלאנד וואו עס ליגט ר' יענקעלע זי"ע ארומשפאצירענדיג אינעם ביה"ח האב איך געזעהן זיין מציבה.
ר' נח צבי איז געווען דער "ערשטע" רב אין אנטווערפן.
אויף זיין מצבה שטייט "אב"ד הראשון".
ער איז געווען אן איידעם ביי ר' חיים סופר בעל מחנה חיים זצ"ל.
ניי אוי היברו-בוקס, ספר 'נחלת צבי' להג"ר נח צבי אולמאנן אב"ד הראשון בעיר אנטווערפן.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=
עס איז דא דארט אין קורצן אביסל מתולדותיו געשריבען דורך אחי המחבר ר' אברהם יצחק אולמאנן, ווי אויך א בריוו פון זיין זון ר' יעקב דוב אולמאנן געשריבען פון אמסטערדאם (איך ווייס נישט צו ער האט דארט געוואונט) צו זיין ברודער ר' משה נפתלי אולמאנן פון גראסווארדיין, וואס ווי מ'זעהט אין די הסכמות איז ער אויך אריבער קיין אנטווערפן.
איז דא היינט באקאנטע אייניקלעך פון ר' נח צבי?
דער חבר בבי דינא רבה בעדה החרדית ר' אברהם יצחק אולמאנן, וועמענס אייניקל איז ער?
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
- בערטשע
- שר מאה
- תגובות: 184
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 11:28 pm
- לאקאציע: צווישן איין דארף און צווייטן
Gevald Geshrigen האט געשריבן:זיין ברודער ר׳ אברהם איז דא א ספר בית אברהם. די פאללאק משפחה אייניקלעך פונעם יריעות שלמה זענען אפאר ברודערס. ר׳ ישעי׳ פאללאק בוויליאמסבורג מלפנים (אפשר היינט אויך) משמש בקהלת וויען, הרה״ג ר׳ שלמה זלמן פאללאק שליט״א דיין בשיכון סקווירא און נאך א ברודער ר׳ חיים ארי׳ פאללאק מרביץ תורה בישיבת פאפא.
כ'מיין אז דער דיין אין סקווער הייסט ר' שלום אויב מאך איך נישט קיין טעות.
א אנגענעמע רייזע מיט "בערטשע" דער בעל עגלה
Gevald Geshrigen האט געשריבן:זיין ברודער ר׳ אברהם איז דא א ספר בית אברהם. די פאללאק משפחה אייניקלעך פונעם יריעות שלמה זענען אפאר ברודערס. ר׳ ישעי׳ פאללאק בוויליאמסבורג מלפנים (אפשר היינט אויך) משמש בקהלת וויען, הרה״ג ר׳ שלמה זלמן פאללאק שליט״א דיין בשיכון סקווירא און נאך א ברודער ר׳ חיים ארי׳ פאללאק מרביץ תורה בישיבת פאפא.
געווען נאך א ברודער נפטר בבחרותו והיה אח"כ איזה חלום אןדות ללמוד רש"י
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
- בןהרחמן
- סעקרעטאר
- תגובות: 1497
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
- לאקאציע: אויפן רעקליינער
מיללער האט געשריבן:מיילעך האט געשריבן:בןהרחמן האט געשריבן:עטליכע הערות והוספות:
5) ר' נח צבי אוללמאן ב"ר משה וואס דו האסט דערמאנט פריער, האט נישט געוואוינט סתם אין אנטווערפן ער איז דאכט זיך געווען רב (אדער ראב"ד), אמאל זייענדיג אין ביה"ח אין פיט האלאנד וואו עס ליגט ר' יענקעלע זי"ע ארומשפאצירענדיג אינעם ביה"ח האב איך געזעהן זיין מציבה.
ר' נח צבי איז געווען דער "ערשטע" רב אין אנטווערפן.
אויף זיין מצבה שטייט "אב"ד הראשון".
ער איז געווען אן איידעם ביי ר' חיים סופר בעל מחנה חיים זצ"ל.
ניי אוי היברו-בוקס, ספר 'נחלת צבי' להג"ר נח צבי אולמאנן אב"ד הראשון בעיר אנטווערפן.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=
עס איז דא דארט אין קורצן אביסל מתולדותיו געשריבען דורך אחי המחבר ר' אברהם יצחק אולמאנן, ווי אויך א בריוו פון זיין זון ר' יעקב דוב אולמאנן געשריבען פון אמסטערדאם (איך ווייס נישט צו ער האט דארט געוואונט) צו זיין ברודער ר' משה נפתלי אולמאנן פון גראסווארדיין, וואס ווי מ'זעהט אין די הסכמות איז ער אויך אריבער קיין אנטווערפן.
איז דא היינט באקאנטע אייניקלעך פון ר' נח צבי?
ר' משה נפתלי אולמאן ז"ל דער זון פונעם אנטעוורפן'ער רב האט געוואוינט שפעטער דאהי אין נ.י. אין בארא פארק, וואו ער איז נישט לאנג צוריק נפטר געווארן בשיבה טובה דאכט זיך איבער די תשעים.
איך האב געהערט פון א איד וואס האט איהם געקענט אז ער איז געווען א מורא'דיגער מתמיד און ער האט גע-ענדיגט כמה פעמים ש"ס במשך ימי חייו, עטליכע מאהל ש"ס איז געווען ברבים וואס ער פלעגט פארלערנען א שיעור.
ר' משה נפתלי האט אמאל ארויסגעגעבן א ספר מיט חידושי תורה, איך געדענק נישט אויף זיכער צו דאס איז געווען זיינע אייגענע חידושים אדער ליקוטים פון אנדערע, א שטיקל צייט צוריק אין ספרים געשעפט האב איך געזעהן דעם ספר וואס די אייניקלעך פון ר' משה נפתלי האבן דאס איבערגעדרוקט , און דארט האבן זיי אריינגעלייגט א קאפי פון צעטל וואס ער האט זיך אראפגעשריבן פונקטליך ווען ער האט אנגעהויבן און גע-ענדיגט יעדע מאהל ש"ס.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
כינוס לצדיקים נאה להם
אן אינטערעסאנטע זאך באמערקט אין ספר אבני אור פרק ד' אות י"ט, י"ל ע"י הרה"ג רק יעקב משה לעבאוויטש שליט"א ראש ישיבת בית הלל.
ווען מ'האט געוואלט גרינדן די התאחדות הרבנים ארגאניזאציע האט זיך מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע מתחילה שטארק מתנגד געווען צו דעם רעיון, גייענדיג בשיטת גדולי ישראל הקודמים אז אלע ארגאניזאציעס זענען נישט אויסגעהאלטן תורה'דיג. א שטיק צייט שפעטער האט דער סאטמארער רבי געטוישט זיין מיינונג און איינגעשטימט צם גרינדונג פון התאחדות הרבנים, ווען מ'האט געפרעגט פארוואס ער האט געטוישט זיין מיינונג, האט ער דערציילט אז דער הגה"ק בעל יריעות שלמה זצוק"ל פון מאקאווא האט צום ערשט נישט געווואלט מקבל זיין אויף זיך קיין שום עול הרבנות, שפעטער ווען ער האט יא אנגענעמען דאס רבנות אמט אין מאקווא האבן אים די תלמידים געפרעגט פארוואס ער האט געטוישט חוות דעתו האט ער געענטפערט: "באמת וואלט איך מוותר געווען אויפן רבנות, אבער דעמאלטס וועט אן אנדערער זיין רב איבער מיר, בלייב איך ענדערש אליינס רב". און סאטמארער רב זי"ע האט אויסגעפירט, אויב וועלן מיר זיך נישט צוזאמנעמען און מאכן אן פאראייניגונג פון אלע ערליכע רבנים אן "התאחדות הרבנים" וועלן אנדערע שולט זיין איבער אונז, דערפאר איז כדאי יא צו מאכן דעם התאחדות הרבנים, מ'זאל אונז נישט קענען שטערן זיך צו פירן אויף אונזער ערליכער וועג בדרך ישראל סבא המקובלת לנו דור אחר דור.

מיללער האט געשריבן:ר' שלמה זלמן איז געבוירן צו זיין פאטער ר' שלום חריף ב"ר איסר, אב"ד אנשבאך ותלמידם של הגה"ק בעל ההפלאה בפ"פ והגה"ק ר' נתן אדלער זצ"ל, און צו זיין מוטער הרבנית רעכיל בתה של ר' רפאל האגיטאל אב"ד עדינגען ורב במדינת שווייץ.
זיין טאטע ר' שלום איז קודם קעווען רב אין אנשבאך אין דייטשלאנד אבער ווען עס איז אים נישט ניחא געווען וואס די בני העיר האבן געטאן אז זיי האבן אויף געשטעלט א טעאטער און די טאכטער פונעם ראש הקהל האט געוואלט גיין אהין, האט ער געזאגט אז אזא שטאט איז נישט פאר מיר און ער איז אריבער קיין אונגארן. אין אונגארן איז ער געווארן אויפגענומען פאר רב אין שטאמפען און שפעטער אין לאקענבאך, ער איז אויך געווען א קאנדידאט צו ווערן פרעשבורגער רב אויפן פלאץ פון ר' משולם איגרא, ווען למעשה איז דער חתם סופר דארט געווארן רב.
ר' שלום האט געהאט צוויי זוהן, ר' שלמה זלמן דער יריעות שלמה, און זיין ברודער ר' אברהם אולמאנן ממלא מקום אביו בלאקענבאך, וועלכע זענען אויפגעוואקסן בצל אביהם בקדושה וטהרה. פון ר' שלום איז איבערגעבליבען אסאך חידושי תורה בשם 'דברי ר"ש' וועלכע איז אסאך יארען געווען בכתובים און האבן נישט זוכה געווען לאור הדפוס, פון דעם זוהן ר' אברהם איז געווען זיין זוהן ר' דוד אולמאנן אב"ד לאקענבאך על כסאי אבותיו.
מציבת הג"ר שלום אולמאן-חריף אב"ד לאקענבאך ומציבת בנו ר' אברהם אולמאן ממלא מקומו כאב"ד לאקענבאך
- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4589
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן:פון ווי קומען די בילדער?
http://kehilalinks.jewishgen.org/Lackenbach/
די לאקענבאכער בלעטל אויף זשואיש-זשען
אין קובץ הסופר שנת תשנ"ג עמוד לו ברענגען זיי אראפ א בריוו פון הגאון ר' שלום חריף צו קהלת רענדיג בנוגע אויפצונעמען זיין זון אויף זיין פלאץ.
בין הדברים ווארפן זיי אריין אז דער חתם סופר שרייבט אויף זיין ר' אברהם אולמאן מלאקענבאך "שכל הוראותיו בקדושה" איינער ווייסט וואו דער חתם סופר געפינט זיך.?
[יאסל, מ'רעדט פון זיידן.. ביסט דא?]

- אטעטשמענטס
-
- seferid_13232_page_241.pdf
- (49.17 KiB) געווארן דאונלאודעד 155 מאל