טראק דרייווער האט געשריבן:איישישאק האט געשריבן:פרעג די שאלה אזוי, די אלגעמיינע תענית פון רצו, הייבט דאך נאר אן ביי טאג. די תענית מתקנת הנביאים, הייבט זיך אן מבעוד יום. האט תשעה באב אן אלגעמיינע דין תענית ווי שבעה עשר בתמוז, און בנוסף צו דעם איז דא א דין תקנת הנביאים וואס הייבט אן ביינאכט, אדער (און מער מסתבר) אז נאך דעם וואס מיר האבן א דין תענית פון די נביאים, האט נישט אויסגעפעלט א נייעם מנהג פון 'רצו' און עס איז נאר דא די אלטע תענית מימי הנביאים.
דאס איז ליטוויש גערעדט
איין מינוט, די תענית פון שבעה עשר בתמוז און עשרה בטבת איז דאך אויך מתקנת הנביאים און דאך פאסט מען נאר פון בייטאג (דאכט זיך אז די מג"א זאגט אז בעל נפש יחמיר פון ביינאכט שוין), נו זעסט דאך אז אונז פאסטן נישט מכח תקנת נביאים נאר מכח א נייע מנהג ותקנת חכמים, נו אויב אזוי איז תשעה באב אפשר די זעלבע זאך, און לאידך גיסא איז דאס נישט קיין שום ראי' לשום צד, ווייל סוף כל סוף האבן די חכמים מתקן געווען צו פאסטן מבעוד יום דהיינו 24 שעה.
איך האב מיר פארלאזט אז מ'קען שוין די סוגיא, קוק אריין אין טור ב"י אנהייב הל' תענית, וועסטו פארשטיין וואס איך מיין. שבעה עשר בתמוז אונזערע איז נישט מתקנת הנביאים און תשעה באב איז יא.
שוין, לאור הבקשה באישי, וועל איך אביסל מרחיב זיין די דיבור. שטייט אין פסוק 'כֹּה אָמַר יְדֹוָד צְבָאוֹת צוֹם הָרְבִיעִי וְצוֹם הַחֲמִישִׁי וְצוֹם הַשְּׁבִיעִי וְצוֹם הָעֲשִׂירִי יִהְיֶה לְבֵית יְהוּדָה לְשָׂשׂוֹן וּלְשִׂמְחָה וּלְמֹעֲדִים טוֹבִים וְהָאֱמֶת וְהַשָּׁלוֹם אֱהָבוּ'
פיר תעניתים זענען פארהאנן מתקנת הנביאים, און זיי וועלן אלע נתהפך ווערן לששון ולשמחה. און כך הוה, ווען דער ביהמ"ק איז נאכאמאל געבויט געווארן, האט מען געפירט די טעג פאר א יום טוב.
אבער מיר האבן עס פארשווארצט, און נאך א חרבן איז געקומן אויף אונז. זאגן אונז חז"ל אז אין פסוק שטייט פארט אז עס איז א צום, טראץ דעם וואס עס איז נתהפך געווארן. זאגט אונז די גמרא (ר"ה יח:) דאמר רב חנא בר ביזנא אמר רבי שמעון חסידא מאי דכתיב כה אמר ה' צבאות צום הרביעי וצום החמישי וצום השביעי וצום העשירי יהיה לבית יהודה לששון ולשמחה קרי להו צום וקרי להו ששון ושמחה בזמן שיש שלום יהיו לששון ולשמחה אין שלום צום אמר רב פפא הכי קאמר בזמן שיש שלום יהיו לששון ולשמחה יש גזרת המלכות צום אין גזרת המלכות ואין שלום רצו מתענין רצו אין מתענין אי הכי תשעה באב נמי אמר רב פפא שאני תשעה באב הואיל והוכפלו בו צרות דאמר מר בתשעה באב חרב הבית בראשונה ובשניה ונלכדה ביתר ונחרשה העיר.
בקיצור, די תעניתים זענען אונז נישט מחייב פון זיך אליינס, ווארום זיי זענען נתהפך געווארן. נאר טאמער עס איז א מצב פון רצו אז כלל ישראל האבן עס מקבל געווען אויף זיך.
זאגן אונז די ראשונים אז כלל ישראל האט עס מקבל געווען אויף זיך (עס איז מיר א וואונדער וויאזוי, כלל ישראל זענען שוין נאך די חרבן נישט געווען פאראייניגט, און געווענדליך דארף א רוב אז די מיעוט זאל דארט זיין, אבער שוין), אבער אין א באגרעניצטע אופן, נישט אלע עינויים נאר עסן און טרינקן, און נאר בייטאג נישט פון ביינאכט.
תשעה באב איז אנדערש, און עס איז נאכאלס מחויב מעיקר הדין 'הואיל והוכפלו בו צרות'. דעריבער האט תשעה באב גארנישט מיט רצו איינגעלייגט, און יעדער מוז פאסטן מעיקר הדין פון מבעוד יום.