לתועלת הרבים - שיעור אין הל' פורים פון אלט-קרעטשמע

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

לתועלת הרבים - שיעור אין הל' פורים פון אלט-קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אזוי ווי נישט יעדער האט געדולד צו גיין אין אלט-קרעטשמע און מיטמאכן די יסורים, ברענג איך דא אריבער דעם גאנצן פורים אשכול פון דארט.

קרעמער האט געשריבן:@@@א "שמועס" לכבוד פורים@@@

בפקודת דעם חשוב'ן דיין, וברשות כל הקהל הקודש, וויל איך דא אויפטרעטן מיט עטליכע קורצע ווערטער בגודל קדושת היום הפורים הבא עלינו לטובה, וואס – ווי עס שטייט אין ספרים – שטייט דער טאג אין א געוויסע בחינה העכער ווי יום כיפור, וואס איז מרומז אין דעם יום "כ"פורים, אז יום כיפור איז נאר "צוגעגליכן" צום געהויבענעם יום טוב פורים, וואס אין פורים איז דאך געווען תשובה מאהבה, און מען האט פון פריש מקבל געווען די גאנצע תורה צוליב גרויס ליבשאפט צו השי"ת אויף די נסים וואס ער האט געטאן (כמבואר בגמ' שבת פ"ח ע"א).

באמת ווייס איך אפילו נישט וואו אנצוהויבן, זאל איך אנהייבן ביי די גאר וויכטיגע הלכות וואס יעדער איד ברויך צו וויסן, און ווייניג ווייסן אלע פרטים און דקדוקים וואס זענען קריטיש וויכטיג צו האבן יוצא געווען די מצוה בשלימות, אדער זאל איך אנהייבן ביי די חסידישע ענינים און תורה'ס וואס פרישן אויף דעם מענטש און גרייטן אים צו ער זאל זיין געהעריג מוכן ומזומן מקבל צו זיין דעם גרויסן און הייליגן טאג, וואס די ספרים זאגען אז די הארות און השפעות פון פורים ווענדן זיך אין די הכנה וואס דער מענטש מאכט פון פריער, און זיי זענען דאס מרמז אינעם פסוק "ויעש המלך כדבר ממוכן", וואו עס שטייט "מלך" אין די מגילה – איז דאך באקאנט – גייט דאס ארויף אויפן מלך מלכי המלכים, דער הייליגער בורא אין הימל, "ויעש המלך" = השי"ת איז משפיע אויפן מענטש די קדושת היום, "כדבר ממוכן" = לויט די הכנות וואס דער מענטש האט געמאכט צום יום טוב.

פארהאנען מענטשן וואס דרייען זיך ארום אין די טעג בעפאר פורים מיט נארישע דאגות און חשבונות, וואספארא סארט משלוח מנות זאל איך שיקן מיין בעל הבית, מיין שכן, זאל איך פארבלייבן אין שטוב, ארומגיין נאך געלט, מען שטעלט צוזאם ליסטעס פון גוטע אדרעסן וכדומה, דאס איז אלעס גוט און פיין, אבער מען פארגעסט פונעם עיקר: וויפיל אידן לערנען אדורך דעם "מגילת אסתר" אפילו נאר מיט רש"י? וויפיל אידן געבן א בלעטער (לערן) איבער די אגדתא בלעטער אין מס' מגילה? דאס גיבט דאך אריין גאר אן אנדערן טעם אינעם יום טוב.

לאמיר פרובירן די פאר טעג אויסניצן ווי עס באדארף צו זיין, זיך אנגרייטן מיט א זאפאס פון חסידישע ספרים, עס זענען דאך פארהאנען געוואלדיגע ענינים אין אלע ספרים אויף פרשת זכור, מחיית עמלק, די מגילה און די מצות היום.

*

דער דיין האט מיר בעצם געבעטן פארצולערנען א שיעור כללי אין הלכות פורים, אבער – אויסערדעם וואס עס איז שוין אביסל שפעט, און איך האב נישט די נויטיגע צייט זיך פארצוזען א שיעור כללי הלכה למעשה – איך גלייב אז יעדער האט א בית המדרש קבוע וואו ער דרייט זיך, און געווענליך קומען פאר שיעורים כלליים אין די בתי מדרשים, וואו דער עולם האט א געלעגנהייט צו הערן פון אן ערליכן איד וואס מען באדארף צו טאן.



אבער לפטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך אויסרעכענען עטליכע קלייניגקייטן, נישט בדרך פסק אדער הלכה למעשה ח"ו, נאר להערה בעלמא, זיך אויסצושמועסן איינער מיטן צווייטן, אויב איינער האט עפעס אן אומקלארקייט אדער צווייפל, זאל ער אריינפרעגן און איבערפרעגן, און אויב איינער האלט אז איך בין נישט גערעכט וכדומה, זאל ער זיך אויך אנרופן, יגדיל תורה ויאדיר.



איך האב דא אפגעשריבן עטליכע נקודות, אבער איך האב נישט קיין צייט זיי מסדר צו זיין געהעריג, איך וועל דאס אראפשרייבן לויטן סדר פונעם צעטל, ואין מוקדם ומאוחר בתורה:

1) לכתחילה זאל מען אינזין האבן נישט מקיים צו זיין די מצוה פון מתנות לאביונים מיט געלט וואס מען טיילט פאר צדקה אינמיטן שחרית דאווענען פורים אינדערפרי, ווייל מען האט נאכנישט געזאגט די ברכת שהחיינו וואס גייט ארויף אויף אלע מצות היום.

2) פרויען זענען אויך מחויב אין אלע מצות היום, אנגעהויבן פון מקרא מגילה, משלוח מנות, מתנות לאביונים און שמחה ומשתה. דערפאר ברויך מען אכט געבן אז די פרוי זאל אויך אליין שיקן משלוח מנות (לכתחילה זאל מען שיקן דורך א שליח, יוצא צו זיין די שיטות אז "משלוח" מיינט דורך א שליח), אזוי אויך זאל מען "מקנה" זיין פון פריער א סכום געלט פאר די פרוי, מען קען דאס טאן אויף פארשידענע אופנים, אדער זאל די פרוי אויפהייבן די געלט און דאס אליין קונה זיין, אדער (אויב מען האט פארגעסן דאס צו טאן) זאל איינער א פרעמדער דאס אויפהייבן און אינזין האבן זוכה צו זיין פאר די פרוי, דאן קען מען דאס געבן פאר מתנות לאביונים.

3) מתנות לאביונים קען מען נישט געבן פון "מעשר געלט", ("מחצית השקל" וואס מען פירט זיך צו געבן פאר די מגילה פורים ביינאכט [אנדערע געבן (אויך) צופרי] געדענק איך נישט אויב מען מעג געבן פון מעות מעשר), אבער די איבריגע געלט וואס מען טיילט אויס אום פורים (אריינגערעכנט געלט וואס מען געט פארן קינד'ס מלמד) קען מען אראפרעכענען פון "מעשר".

4) אלס חינוך ברויך מען אויך זען אז די קינדער זאלן געבן משלוח מנות און מתנות לאביונים, מען זאל זיי מקנה זיין געלט און משלוח מנות כדי זיי זאלן קענען יוצא זיין די מצוה.

5) "מתנות לאביונים" ברויך מען געבן פאר 2 ארימעלייט, די שיעור פון די נתינה איז לכתחילה וויפיל עס קאסט א סעודה (עטליכע דאלער), אבער בדיעבד איז מען יוצא מיט א נתינה פון א פרוטה.

6) פורים ברויך מען טרונקן עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, אויסער די אלע פשטים און רמזים וואס זענען געזאגט געווארן אויף דעם, זאל מען נישט פארגעסן פונעם פשוט'ן פשט: זיך אנטרונקן ביז מען וועט נישט וויסן קיין חילוק פון ארור המן און ברוך מרדכי...

7) אין טייל מקומות איז געווען אן ענין צו טרונקן "עד כדי הקאה"! ביז מען ברעכט! אויב ווילט איר מקיים זיין דעם מנהג, טרונקט זיסע וויין, בדוק ומנוסה. (איך טרונק געווענליך נאר זויערע וויינען, צב"ש "סאטורן" "פארט" און "גאלד" וויינען).

8) מען זאל אכט געבן נישט צו ווערן שיכור פאר "מנחה", מען זאל דאווענען מנחה, זיך וואשן צו די צווייטע סעודה, און דאן מאכן א גרויסארטיגן לחיים, (שטעלט א שומר זאל מיטבענטשן מיט אייך, און פארגעסט נישט צו דאווענען מעריב).

9) אין זידיטשוב איז געווען א גרעסערער ענין צו טרונקן פורים אויפדערנאכט – שושן פורים – ווי פורים בייטאג, דער הייליגער עטרת צבי זי"ע האט געזאגט אז ווער עס טרונקט אום פורים איז גלייך ווי ער וואלט געפאסט משבת לשבת, אבער ווער עס טרונקט אום שושן פורים, איז גלייך ווי ער וואלט געפאסט 2 מאל משבת לשבת!

10) עס איז א גרויסע ענין צו זאגען תהלים אין פורים, מען קען זיך אלעס גוטס אויסבעטן, ווי עס איז באקאנט פון קב הישר. אויך איז א גרויסע ענין צו לערנען, בעיקר צווישן די 2 מגילה ליינען'ס (כך ראיתי היום בספר), עס איז באקאנט אז דער פאטער פונעם אבני נזר האט זוכה געווען צו אזא זוהן ווייל ער פלעגט לערנען אום פורים און אין אנדערע זמנים ווען די מצוה פון לימוד התורה איז ווי א מת מצוה.

11) די ערשטע נאכט איז נישטא קיין שום ענין פון משלוח מנות אדער מתנות לאביונים, אבער עס איז יא א חיוב צו עסן א סעודה. (די וואס טרונקן זיך אן די ערשטע נאכט זענען סתם שיכורים...).

12) "כל הפושט יד נותנים לו", מען זאל געבן צדקה פאר יעדן וואס שטרעקט אויס א האנט, אן מאכן קיין אויסנאמען צווישן א ארימאן און א עושר, בחור, אינגל, אפילו פאר די נשים וואס שטייען אין גאס און בעטלן נאך א גראשן זאל מען געבן, און נישט פרעגן אויב זיי זענען טאקע נצרכים (און אפילו אויב זיי זענען גוים – ווי מאנכע טענה'ן – איז פורים נישטא קיין איסור צו טיילן געלט פאר גוים [הגם טייל פוסקים זאגן אז לכתחילה זאל מען זיי נישט געבן]).

13) די וואס הערן אויס די מגילה ליינען פון א חומש, זאלן זייער אכט געבן צו הערן יעדע ווארט פונעם בעל קורא, ווייל זיי קענען נישט איבערליינען פאר זיך א ווארט וואס זיי האבן פארפאסט.

14) עס איז א מנהג זיך צו פארשטעלן, בפרט בשעת מען עסט די סעודה (אזוי שטייט אין בני יששכר), און עס איז זייער שווער צו פארשטיין פארוואס מענטשן זענען נישט נזהר אין דעם מנהג ישראל תורה, מענטשן וואס לאזן זיך קאסטן שווערע געלטער אויף אנדערע מנהגים (ווי צב"ש ערב פסח מצות, כפרות, און אזוי ווייטער און ווייטער) וועלן זיצן מיט זייערע שטריימל און בעקיטשע כאילו לא היה, כאילו עס וואלט נישט געווען פורים היינט, כ'מיין היתכן?? הישמע כזאת?? אזא גרינגע און פרייליכע מנהג און מענטשן זענען סתם נישט נזהר דערין צוליב פוילקייט אדער "בעסערקייט", עס "פאסט" זיי נישט, איך האב איין לימוד זכות אויף זיי אלע: זיי זענען א גאנץ יאר פארשטעלט!

15) דאס וואס איך האב געשריבן ר"ח אדר וועגן די ענין פון מאכן א משנכנס פון אן אמה על אמה צו פארדעקן דעם זכר לחורבן וואס מען לאזט איבער אומפארענדיגט אין שטוב, האב איך געזען אין ספר ימי הפורים (לרימ"ב ליבערמאן) בשם ספר ילקוט אברהם (ליפשיץ) סימן תרפ"ו.

איך וועל ענדיגן מיט א גוט ווערטל וואס איך האב נעכטן געהערט:

לכאורה איז שווער וואס האט זיך אחשורוש אזוי שווער געמוטשעט אויסצוגעפונען די אידענטיטעט פון אסתר המלכה? האט ער דען נישט געקענט זען אויף איר נאז אז זי איז א אידענע? (דער וואס האט געפרעגט די קשיא האט מן הסתמא נישט געליינט די מעלות לעצטנס, דארט זענען זיי מבאר מיט אן אינטש-מעסטער אז אידן האבן נישט קיין אנדערע נאז ווי להבדיל אנדערע פעלקער).

ענטפערט יענער גוטזאגער: דערפאר שטייט אין די מגילה "אף לא הביאה אסתר המלכה", די "נאז" האט זי נישט מיטגעברענגט...



קרעמער האט געשריבן:איך שטעל דא ארויף א בריוועלע וואס 3X0 האט מיר נארוואס אריינגעשיקט אין דזשי-מעיל, וזה לשונו:

אזויווי איך קען נישט יעצט שרייבן אויף הייד פארק, וועל איך דיר שרייבן דא.

א גרויסן יישר כח פאר דיין שיינע דרשה לכבוד פורים, אבער איך האב אפאר זאכן אריין צו פרעגן.


1. קען מען מאכן א קטן פאר א שליח צו טראגן די משלוח מנות?

2. פארוואס קען מען געבן די געלט פאר די קינדערס מלמדים פון מעשר?

3. שרייבסט אזוי "די וואס הערן אויס דימגילה ליינען פון א חומש, זאלן זייער אכט געבן צו הערן יעדע ווארט פונעם בעל קורא, ווייל זיי קענען נישט איבער ליינען פאר זיך א ווארט וואס זיי האבן פארפאסט." ביזטי זיכער און דעם?

דא האסטו א גרינע מענטשעלע פאר דיין ווערטל

הצלחה רבה
און א פרייליכן פורים

דריי מאל גארנישט

===========
תשובה:

קודם כל, איך האב שוין מקדים געווען אז איך בין קיין דיין און קיין פוסק, און קיינער זאל זיך חלילה נישט פארלאזן אויף קיין איין זאך וואס איך האב געשריבן, איך האב נאר פרובירט ארויסברענגן נקודות וואס דער עולם זאל איבערקלערן און איבערשמועסן, און אז איינער וויל וויסן הלכה למעשה זאל ער פרעגן זיין מורה הוראה מובהק.

די תירוצים אויף דיינע שאלות:
1) פרעגסט גוט, איך וועל מעיין זיין (אויבנאויף ווייס איך אז די מנהג העולם איז יא צו מאכן א קטן פאר א שליח לגבי דעם, קען זיין ווייל עס פעלט נישט אויס ממש קיין דין שליחות, עס איז נאר מקיים צו זיין דעם "ומשלוח", ווער עס ווייסט עפעס מער דערוועגן ווערט געבעטן צו שרייבן).

2) יעדע געלט וואס איז נישט קיין חיוב צו געבן (למשל מתנות לאביונים איז א חיוב, קען מען זיך נישט פטר'ן דורך מעשר), קען מען דאס געבן פון מעשר, אדרבה, פרעג איבער דיין מורה הוראה דערוועגן און געב אונז איבער וואס ער האט גע'פסק'נט.

3) פארוואס קווענקלסטו אזוי? דו האלטסט אז מען קען יא איבערליינען א ווארט אינעם חומש? מען ברויך דאך האבן א כשר'ע מגילה, ניין?

א פרייליכן פורים
קרעמער


cano האט געשריבן:געהערט אויף א טעיפ אפאר יאר ציריק איך געדענק נישט ווער די מגיד שיעור איז געווען אז ווילאנג עס איז נישט רוב פסוק קען מען יוצא זיין אין א חומיש אבער ווען עס איז שוין רוב פסוק דארף מען האבען א מגילה


יאנאש האט געשריבן:געהערט דעם שבת ביי א שיעור, אז אויב איז עס נישט א "גאנצע" ענין (למשל "א קאפיטל) קען מען זאגן אין א חומש.

א פרייליכן פורים


התאחדות האט געשריבן:איך טאנץ אונטער פון פרייד זענעדיג אז סיקאכט זיך אויף תורה דא אין קרעטשמע, מי יתן והי' לבבנו זה כל הימים.

און איצט הערות אויף די דברים של טעם וואס דער קרעמער האט אויפגעברענגט,

מתנות לאביונים פאר קינדער אויב איז דא אן ענין פון חינוך איז אז זיי זאלן דאס געבן, אבער מקנה זיין פאר זיי האט נישט קיין שום פשט.

דער דאיען טרינקט דוקא יא זיסע וויין, ווייל ער גלייכט דאס, אז נישט איז א שאלע די בורא פרי הגפן, הגם סיז דא וואס הייבן אהן מיט זיסע און ענדיגן מיט טרוקענע, אבער דאס איז שווערער פאר דעם מאגן, צו מישן וויינען, אבער דער דאיען איז נישט אלעמאל מקיא, הגם אז פון די בר מצוה איז דער דאיען מקיים דעם עד דלא ידע בפשיטות, חוץ איין יאר וואס דער דאיען איז נישט געווען בקו, און וואו אויך ער"ש איז ער נישט אזוי פיל מרבה בשתי'.

ביינאכט איז נישט קיין חיוב צו עסן א סעודה, נאט אייך די דברי הרמא סימן תרצה סעיף א: ומכל מקום גם בלילה ישמח וירבה קצת בסעודה, אבער קיין חיוב איז נישט דא.

גוים דארף מען געבן פורים אויב זענען זיי פושט יד (רגל), די פוסקים וואס קרעמער ברעגט אראפ איז אויף א גאנץ יאר.

איבער דעם ענין פון פארשטעלן, ווייס איך טאקע נישט פארוואס פיל אידן פארלעצן די הלכה, אבער מ'זעט דאך אז צדיקים האבן זיך אויך אזוי געפירט.

איבער געבן פון מעשר געלט, געב איך פול רעכט פאר די הלכה פון קרעמער.

מאכן א קטן פאר א שליח צו שיקן משלוח מנות איז נישט אויסגעהאלטן.

איבער דעם וואס יאנאש האט געהערט ביים שיעור שבת, איז די רעכט מיט יאנאש.

ודי בזה כעת


קרעמער האט געשריבן:איך שטיי ווייטער אונטער מיינע ווערטער, טראץ די קריטיק פון התאחדות:

מען מעג יא מאכן א קטן פאר א שליח צו שיקן משלוח מנות (איך האב דאס אפילו געזען אין ר' אפרים ראזען'ס הלכות פורים געדרוקט אין די צייטונג די וואך!).

און אויך שריי איך ווייטער אויס בפה מלא אז די ספרים וואס איך ציטיר בנוגע נישט געבן צדקה פאר א גוי, רעדן דירעקט יא פון "פורים"! איך האב דאס געזען אין א ליקוט ספר אויף הלכות פורים.


קרעמער האט געשריבן:היינט געהערט פון א חשוב'ע דיין (אן עכטע!), אז די גרויסע עשירים זאלן זיך נישט פטר'ן די מעות מעשר דורך געבן פאר די קינדער'ס מלמדים (ווייל למעשה איז דאס שוין אן איינגעפירטע זאך, יעדער געט, זאלן פארמעגליכע אידן פרובירן צו אויסגעבן די מעשרות אויף אנדערע צוועקן), אבער די בינונים, וואס האבן אזוי דורכצושטופן, אבער נישט קיין אויפגעבלאזענע טאשן און באנק אקאונטס, מעגן לכתחילה אראפרעכענען די מלמדים פורים געלט פון מעות מעשר.


אזלא_גרש האט געשריבן:כידוע איז דער הייליגער גערער רבי ז"ל געווען אין זייער א ערנסטע מאד פורים, אבער יום כיפור איז ער געווען זייער בשמחה האט מען עם געפרעגט היתכן? האט ער גענטפערט אז פורים איז זייער א דערהויבענע טאג אבער מען איז נישט אזוי נזהר מיט אלע זאכן משא"כ יום כיפור איז יעדער אין בית המדרש דאווענען צי בורא כל העולמים וועגן דעם איז ער פורים געווען אזוי ערנסט אין יום כיפור בשמחה ווייל קיינער טיט נישט קיין עבירות און יוה"כ,

זיין יארצייט איז שושן פורים זכותו יגן עלינו זאל ער זיין אינזער מליץ יושר אין ברענגען משיח צדקינו בקרוב ממש אמן.


kj_village האט געשריבן:איך האב געוואלט מעיר זיין אז דאס וואס קרעמער האט געשריבען אין סיעף 13

13) די וואס הערן אויס די מגילה ליינען פון א חומש, זאלן זייער אכט געבן צו הערן יעדע ווארט פונעם בעל קורא, ווייל זיי קענען נישט איבערליינען פאר זיך א ווארט וואס זיי האבן פארפאסט.

איז א טעות
אין אוין אויב מען האט פארפאסט א ווארט אדער זיך פארחלומ'ט וכדומה
קען מעו יא זאגן פין א חימוש פין אינעווניג אין מען איז יוצא די מגילה
אויף היי יאר איז עס איז שוין נישט אינטערסאנט אבער אויף נעקסטעס יאר איז עס כדאי צי וויסן
}ביטע עס קלאר מאכן מיט אייער לאקאלער מורה הוראה{

ייש"כ פארן מיר געבן די געלעגענהייט צי זאגן מיינע ווערטער
הק' נישט צי א אפטער גאסט


ohrchodosh האט געשריבן:א שאלה צי מיינע קרעטשמע חברים - די געלטער וואס מען גיט פאר די "טיטשערס" (לערערין'ס) ווערט אויך גערעכנט פאר מעשר? יישר כח למפרע


דיפלאמאט האט געשריבן:ריכטיג.

איך האב אמאל גערעדט מיט א מורה הוראה אז אפשר איז לויט דעם בעסער צו הערן דאס ליינען פון א חומש אז ווען מען פאר'חלומ'ט זיך זאל מען קענען איבערזאגן דעם ווארט ווי עס דארף צו זיין מיט די ריכטיגע נקודות.


קרעמער האט געשריבן:אודה ולא אבוש אז איך האב זיך טאקע טועה געווען (באמת אריין: געלעבט אין א טעות, ווייל איך האב אייביג אן אזוי געמיינט), מען מעג קלאר יא אויסהערן די ליינען פון א חומש, און אויב מען האט פארפאסט א ווארט פונעם בעל קורא מעג מען דאס יא איבערזאגען פונעם חומש, ווילאנג דאס איז נישט רוב מגילה (אדער רוב פון א קאפיטל, איך געדענק נישט פונקטליך וואס דער מורה הוראה האט פארגעלערנט).

לגבי געבן פורים געלט פאר לערערין'ס פון מעשר געלט, האב איך אמאל געהערט אין א שיעור כללי אז געבן שכר לימוד (למשל) פאר מיידלעך קען מען ענדערש געבן פון מעשר ווי שכר לימוד פאר אינגלעך, ווייל ביי אינגלעך איז דא א חיוב אויפן טאטן צו לערנען מיטן זוהן תורה, קען מען זיך נישט פטר'ן מיט מעשר געלט פון דעם דבר שבחובה, משא"כ שכר לימוד פון א מיידל וואס איז נישט קיין חוב אויפן טאטן צו לערנען מיט זיין טאכטער, קען מען דאס ענדערש געבן פון מעשר געלט, מען שטיצט די מוסד וואס די טאכטער לערנט דארט. (קען אבער דאך זיין אז עס איז דא א שטיקל חילוק צווישן פורים געלט און שכר לימוד).
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יישר כוח מאשקע, אזא גוטע וויין צום טיש, אההה מחי'.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שכויעך מאשקע, גיימער עס טאקע היינט לערנען בחברותא אנשטאט די טעגליכע שיעור.
שיעור פארגעסן, שכויעך קרעמער,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האף אי"ה צו ברענגן פרישע אפדעיטס אויף היי יאר (הגם שזאת התורה לא תהא מוחלפת, אבער חידושים קומען דאך כסדר צי פון די תלמידים ותיקים)
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אדרבה, מיר ווארטן.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

קרעמער אויב באווייזטו עס נאך היינט פאר 4:00, איז דא גרויסע טשאנסן איך זאל עס לערנען. (איך דארף היינט צוליב טעכנישע סיבות ווארטן ביי איינע פון די שטאטישע אפיסעס צו באשטעטיגן מיינע לייסענס אלטס ראש הקהל וכו').

ביטע, שטיקל נישט דערפון וועגן מיר, דער עולם דארף נישט ליידן וועגן מיר.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פארגעט איט, עס וועט לכאורה נישט זיין פאר דאנערשטאג - תענית אסתר.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אקעי. איך האב נישט וואס צוצולייגן צום פאריעריגן שיעור, אויסער איין נקודה: דער פרי מגדים שרייבט אז קינדער זאל מען אויך מחנך זיין מיט מתנות לאביונים און משלוח מנות (כמבואר לעיל), זאגט ער אז מען קען זיי הייסן מקיים זיין משלוח מנות דורך אויפטוישן זייער פארציע ביי די סעודה מיט אן אנדער קינד, וואס מיט דעם איז מען אויך יוצא די מצוה פון משלוח מנות.

פאריאר האב איך געשריבן אז די שיעור פון מתנות לאביונים איז עטליכע דאלער פאר איטליכן ארימאן, היי יאר האט מיין שיעור-כללי פארלערנער געזאגט אז איין דאלער איז גענוג (ער האט געמאכט דעם חשבון אזוי: מתנות לאביונים ברויך זיין א שיעור פון ג' כביצים ברויט, יעצט רעכן אויס וויפיל עס קאסט א פעקל ברויט - עפעס מער פון צוויי דאלער, קומט אויס אז יעדע דאלער פארמאגט אין זיך א שיינע שיעור מתנות לאביונים).

בנוגע געבן מחצית השקל היי יאר, רוב וועלט פירט זיך צו געבן פורים אינדערפרי, אבער טייל פירן זיך יא צו געבן היינט ביי מנחה.

בנוגע געבן מחצית השקל פון מעות מעשר, דער שלה"ק שרייבט אז מען זאל דאס נישט טאן, אבער די פוסקים ברענגן נאר אראפ זיינע רייד לגבי מתנות לאביונים, איז משמע אז לגבי מחצית השקל האבן זיי נישט אזוי אנגענומען, וכל אחד יעשה שאלת חכם.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קרעמער, יישר כוח פאר די דאזיגע הערה איבער דעם דאלער.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

סאכדעס, א טיפיקל איד.
An article a day keeps the babies away
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

איך האב עס געטראפן און די באקס פון די פארשטעלאכץ, סא קרעמער, אויף היי יאר זענט איהר מכובד צו גיין ווייטער, הגם רוב גערפון האמער שוין געהערט פון ר' זיידעניו.

ותודע למפרע
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מארגן וועט פארקומען דער שיעור (דורכן אמת'ן דאיען אין שוהל) העמיר פרובירן נעמען נאטיצן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דא האב איך איבערגעשריבן אויף לשון הקודש א שיעור וואס איך האב פריער געהערט פון א מורה הוראה בישראל (נישט זיך פארלאזן הלכה למעשה):

חולה או מי שלא יוכל לצמצם דעתו לקריאת המגילה רשאי לטעום מקודם לכן פירות ומשקין, אבל לא יאכל פת, אפילו הבא בכסנין, יותר מכביצה, דהוי סעודת קבע.

שיעור חינוך במגילה שונה משאר מצות, בן ח' אינו יכול לצמצם דעתו בקריאת כל המגילה, אבל בכל זאת כתב המחבר שמנהג טוב להביא אפילו ילדים קטנים שלא הגיעו לחינוך.

לנשים מברכין לשמוע מקרא מגילה (אם הבעל קורא יצא כבר), ולכתחילה יברכו הנשים בעצמן.

בר מצוה שלא נתמלא זקנו לא יקרא בשחרית (ובפמ"ג משמע דגם בלילה לא יקרא כיון דהוי מצוה מדברי קבלה וחשיב כדאורייתא).

מי שנסתפק אם החסיר שמיעת תיבה אחת, כתב הפמ"ג שאפילו בלילה יחזור ויקרא דהוי מדברי קבלה (ולפי הנוב"י דקריאת הלילה הוי רק מדרבנן קיל יותר).

הקורא את המגילה צריך להשמיע לאזניו, וחמיר מקריאת שמע, דיש אומרים אפילו בדיעבד מעכב (והמדקדק לקרות עם הבעל קורא מלה במלה ידקדק שלא יפריע לשכניו).

הקורא בציבור יש לו לעמוד, והקורא בביתו ביחיד יכול לישב, רק בשעת הברכות שלפניה ושלאחריה יעמדו המברך והשומעים.

אם לא שמע תיבה א' מן המגילה לא יצא, ואפילו אות אחת (לכן יש לדקדק לשמוע "ואת" שקוראין בנשימה אחת ולא ישמוט אפילו ו' אחת). אם שינה נקודה שמשנה משמעות הענין לא יצא.

אם חסר תיבה אחת המגילה כשירה (מלבד אם נחסר ענין שלם או פסוק שלם בתחילת המגילה או בסופה), ויש לקרוא אותו התיבה בעל פה. שאם קרא רוב המגילה ממגילה כשירה כשר לומר השאר בע"פ.

מי שנכנס לבית המדרש כשכבר פתח הבעל קורא לקרות, יברך לעצמו ג' ברכות ויקרא לעצמו הפסוקים הראשונים אפילו מתוך החומש.

המדקדקים לשמוע ממגילה כשירה ולומר מלה במלה עם השליח צבור, יזהרו לומר כל הנקודות באופן שאין משנה המשמעות, דאל"כ אדרבה, טוב לו לשמוע מחומש ולא להוציא הדיבורים בפיו ויוצא מהשליח ציבור.

השומע מתוך החומש לא יאמר עם הבעל קורא רק במקום שיש לו ספק אם שמע.

התעמק במחשבותיו באופן שאינו שומע את הבעל קורא לא יצא.

קראה סירוגין, אפילו שהה כדי לגמור את כולה יצא.

מסתבר דרק הבעל קורא פושט את המגילה כאיגרת (וגוללה לפני ברכת הרב את ריבנו), אבל בבית אין המנהג לעשות כן.

יכוין בשהחיינו כל מצות היום (ובשל"ה כתב דגם בברכת שעשה ניסים יכוין כן).

כשקורין ביחיד אין אומרים הרב את ריבנו בשם ומלכות.

פורים הוא א' מה' השכמות.

מתנות לאביונים: כתב המחבר שיתן לאחר התפילה לפני הסעודה.

נותנים שתי מתנות לשני אביונים, לכל עני מתנה אחת.

משלוח מנות: שני מנות לאיש אחד.

מנות: צריכים להיות חתיכה הראויה להתכבד (מסתבר דקעי"ק ובלו"ם של טשאקלע"ד עליה לא סגי, כי הבלו"ם אינה מאכל חשוב לפני עצמה).

מתנות לאביונים: במשנה ברורה בשם הריטב"א דסגי בפרוטה, ובשערי תשובה כ' דיתן שיעור ג' ביצים פת. – כהיום שוויית פת שלם שלשה דאלער, לכאורה סגי בנתינת דאלער אחד לכל עני.

יש ליתן המתנות באופן שהעני יוכל ליהנות מהן ביום הפורים.

דבר שבחובה אין משלמין ממעות מעשר (מג"א בשם השל"ה) ולפי"ז עיקר החיוב דהיינו שני דאלער יתן מן החולין ושאר יכול ליתן מן המעשר.

מחצית השקל ג"כ יתן מן החולין (אף שהמג"א לא העתיק דבר זה משל"ה, ומסתבר דטעמיה משום דאינו חיוב גמור כל כך).

משלוח מנות ג"כ צריך ליתן ממעות חולין.

כתב המחבר דאף שיוצאין משלוח מנות באיש א', כל המוסיף בריעים הרי זה משובח. והרמב"ם כתב דמוטב להרבות במתנות לאביונים יותר מסעודת פורים ע"ש.

מתנות לאביונים צריך להיות בעצם היום.

המכין מעות בכיסו לפני פורים, יכוין שאינו מכין כל המעות כדי לחלקן בפורים, אלא שיהיה לו מן המוכן אם ירצה לחלק, דבצדקה יש לקיים אפילו המחשבה.

כל הפושט יד נותנים לו, אפילו ילדים.

משלוח מנות: יש אומרים דצריך להיות ב' מינים דוקא, או מאכל ומשקה. יש אומרים דצריך להיות ראוי לאכילה תיכף ומיד, ויש אומרים דאפילו דברים שעדיין צריך לבשל, ובלבד שיהיה לו שהות לבשלו ביום הפורים.

יש אומרים דיוצאין מתנות לאביונים בבגדים (ומשלוח מנות צריך להיות במאכלים דוקא).

גם נשים מחויבין במשלוח מנות ומתנות לאביונים (ובמג"א כ' שהאנשים מוציאין אותן).

ערוך לנר מסופק אם צריכין לשלוח המנות על ידי שליח, ומחתם סופר לא משמע כן, וקטן ודאי יכול להיות שליח בזה.

אין יוצאין בהנחת משלוח מנות לפני דלת חבירו אם חבירו לא ידע מזה עד הלילה (וכדאי להודיע מיהו השולח, כדי להרבות ריעות כטעם הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו).

מחצית השקל נוהגין ליתן תענית אסתר לפני מנחה, ג' מטבעות לכל ילד ואפילו להעוברים, וסימנך כל העובר על הפקודים.

סעודת פורים יוצאין בסעודה א'. בפמ"ג כתב שיש לכוין בשעת הסעודה לשם מצוה.

כתב הרמ"א שילמוד תורה לפני הסעודה.

בשנה זו שחל פורים בעש"ק, לכתחילה יטול ידיו לסעודה לפני חצות, ובדיעבד אפילו אחר חצות.

המנהג שלא לעשות מלאכה ביום הפורים.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15481
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יישר כח, עס איז זיכער נישט גרינג אנגעקומען, אבער מיר דא האבן זייער הנאה דערפון.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

איך האב זייער הנאה געהאט רבי קרעמער.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

קרעמער, יישר כח, ביי דע וועי, דו ביזט געווען דער יונגערמאן וואס איז געזעצן אויפ'ן דרומית מערבית טישל און געטייפט אויף די קאמפיוטער די גאנצע צייט בשעת'ן שיעור?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א שיינעם דאנק הרב קרעמער:

מ'האב מיר שוין געהאט היינט א דין ודברים ערגעץ אנדערש האב איך העל עס אהער ברענגען.

farshlufen האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:הרב וואס:

אויב דו מאכסט קידוש פאר שופר בלאזן קענסטו רואיג עסן מארגן פאר מגילה ליינען.


וואס האט געשריבן:פארשלאפן, האבעך גוט געלייענט ? סיז די זעלבע זאך ?


דוינט געט מי ראנג זיי זענען טאקע ביידע די זעלבע זאך אבער די זעלבע הארב, דא האסטו דעם לשון פון מג"א אין סימן תרצ"ב ס"ק ז':

אבל אין נ"ל להתיר לטעום וימתין עד שיבא הקורא כדאמרינן בברכות לא יאמר אדם אוכל קומעא וכו' אח"כ אקרא קר"ש ונראה דכ"ש לענין קריאת המגילה דחיישינן שמא תחטפנו שינה ויבטל מקריאתה שהרי יש בה שהות טובא וגם קריאתה חובה טפי שהרי יש כל המצוות נדחות מפני' ועמ"ש סי' תרפ"ז [ס"ק א'] בשם הרא"ם דס"ל איידי דחביבא לא אתי למפשע ןמה"ט לא אסרו ללמוד כמו גבי בדיקת חמץ עכ"ל א"כ ס"ל דקיל מק"ש וחמץ והנה כמו דבק"ש וחמץ שרי טעימה כמ"ש סי' רל"ה [ס"ק ד'] ותל"א [ס"ק ד'] ק"ו כאן, ועוד דעיקר קריאת המגלה ביום ונ"ל דמש"ה שינה רמ"א לשונו (מלשון בעל תה"ד שכתב אסור לטעום - פרמ"ג) וכתב אסור לאכול וכו' משמע דטעעימה שרי ומ"א אין להקל אלא לצורך גדול ובתוספתא דפ"ק דשבת כתב דמגילה ללולב ושופר וק"ש: משמע במהרי"ל דאפילו חולה לא יאכל קודם קריאתה אא"כ יש בו סכנה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

...
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

מאשקע האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן: "וויפיל אידן לערנען אדורך דעם "מגילת אסתר" אפילו נאר מיט רש"י? וויפיל אידן געבן א בלעטער (לערן) איבער די אגדתא בלעטער אין מס' מגילה? דאס גיבט דאך אריין גאר אן אנדערן טעם אינעם יום טוב.

לאמיר פרובירן די פאר טעג אויסניצן ווי עס באדארף צו זיין, זיך אנגרייטן מיט א זאפאס פון חסידישע ספרים, עס זענען דאך פארהאנען געוואלדיגע ענינים אין אלע ספרים אויף פרשת זכור, מחיית עמלק, די מגילה און די מצות היום.


און אז נישט דאס, כאטש א הערליכן אשכול אויף איי-וועלט...
הערות יבואו אי"ה.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

2) זענען אויך מחויב אין אלע מצות היום, אנגעהויבן פון מקרא מגילה, משלוח מנות, מתנות לאביונים און שמחה ומשתה. דערפאר ברויך מען אכט געבן אז די פרוי זאל אויך אליין שיקן משלוח מנות (לכתחילה זאל מען שיקן דורך א שליח, יוצא צו זיין די שיטות אז "משלוח" מיינט דורך א שליח), אזוי אויך זאל מען "מקנה" זיין פון פריער א סכום געלט פאר די פרוי, מען קען דאס טאן אויף פארשידענע אופנים, אדער זאל די פרוי אויפהייבן די געלט און דאס אליין קונה זיין, אדער (אויב מען האט פארגעסן דאס צו טאן) זאל איינער א פרעמדער דאס אויפהייבן און אינזין האבן זוכה צו זיין פאר די פרוי, דאן קען מען דאס געבן פאר מתנות לאביונים.

לכאורה דארף מען זיך אויסנעמען ע"מ שאין לבעלה רשות בה ווייל אויב נישט איז דאך דא די הלכה אז כל מה שקנה אשה קנה בעלה (להערה בעלמא, ולמעשה צ"ע).

6) פורים ברויך מען טרונקן עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, אויסער די אלע פשטים און רמזים וואס זענען געזאגט געווארן אויף דעם, זאל מען נישט פארגעסן פונעם פשוט'ן פשט: זיך אנטרונקן ביז מען וועט נישט וויסן קיין חילוק פון ארור המן און ברוך מרדכי...

וי"א שאין הכוונה חיוב ממש, עכ"פ איז כדאי אריינצוקוקן פארדעם אין ביאור הלכה סי' תרצ"ה ד"ה חייב וד"ה עד, ווי ער ברענגט די מאירי שלא ניתנה להפחית עצמינו וכו'.

מאכן א קטן פאר א שליח צו שיקן משלוח מנות איז נישט אויסגעהאלטן.

לא מיבעי לויט די שיטות אז ס'דארף נישט זיין קיין שליח, נאר אפי' לויט די שיטות אז ס'דארף יא זיין א שליח איז אויך גוט א שליח קטן (חת"ס, דמה שקטן אינו בר שליחות זהו לענין שליחו של אדם כמותו, וכאן הלא א"צ הוא בעצמו ודוק).

מען מעג קלאר יא אויסהערן די ליינען פון א חומש, און אויב מען האט פארפאסט א ווארט פונעם בעל קורא מעג מען דאס יא איבערזאגען פונעם חומש, ווילאנג דאס איז נישט רוב מגילה (אדער רוב פון א קאפיטל, איך געדענק נישט פונקטליך וואס דער מורה הוראה האט פארגעלערנט).

ביז רוב מעג מען אויסהערן פון אויסענווייניג אפי' א גאנצע ענין, ויש מחמירים ביי א גאנצע ענין אדער ביי די ערשטע און לעצטע פסוק (לכאורה אפי' די ערשטע און לעצטע ווארט אליין, ויש ליזהר).
ביאור הלכה סי' תר"צ ד"ה דווקא

שיעור חינוך במגילה שונה משאר מצות, בן ח' אינו יכול לצמצם דעתו בקריאת כל המגילה, אבל בכל זאת כתב המחבר שמנהג טוב להביא אפילו ילדים קטנים שלא הגיעו לחינוך.


נישט ריכטיג, עיי"ש אין משנה ברורה און ביאור הלכה אז עס רעדט זיך בהגיעו לחינוך.
לעצט פארראכטן דורך יגעתי ומצאתי אום מיטוואך מארטש 16, 2011 5:25 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

ארויפגעברענגט לכבוד יום טוב!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
6) פורים ברויך מען טרונקן עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, אויסער די אלע פשטים און רמזים וואס זענען געזאגט געווארן אויף דעם, זאל מען נישט פארגעסן פונעם פשוט'ן פשט: זיך אנטרונקן ביז מען וועט נישט וויסן קיין חילוק פון ארור המן און ברוך מרדכי...

וי"א שאין הכוונה חיוב ממש, עכ"פ איז כדאי אריינצוקוקן פארדעם אין ביאור הלכה סי' תרצ"ה ד"ה חייב וד"ה עד, ווי ער ברענגט די מאירי שלא ניתנה להפחית עצמינו וכו'.
נו דאס זאגט ער דאך אז אויסער "די" אלע פשטים... וכבר נתפשט המנהג אצלינו ע"פ אבותינו ורבותינו לקיים הדבר כפשוטו במס"נ.
מאכן א קטן פאר א שליח צו שיקן משלוח מנות איז נישט אויסגעהאלטן.

לא מיבעי לויט די שיטות אז ס'דארף נישט זיין קיין שליח, נאר אפי' לויט די שיטות אז ס'דארף יא זיין א שליח איז אויך גוט א שליח קטן (חת"ס, דמה שקטן אינו בר שליחות זהו לענין שליחו של אדם כמותו, וכאן הלא א"צ הוא בעצמו ודוק).
כבר כתב כן במהודרא בתרא עיין לעיל.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

שטייט אין חמבר וכל המרבה לשלוח לריעים הרי זה משובח, פלא עצומה, מען זעט די עלטערע דור שיקט 30-40 משלוח מנות'ער בעת ביי דעם יונגערן דור איז עס כמעט פארגעסן געווארן, מען דארף עס צוריק אויפפרישן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

ווען די אינגערע דור וועט ווערן די עלטערע דור (משיח וועט שוין אוודאי דא זיין) וועלן זיי אויך שיקן 30-40 משלוח מנות'ער, אזוי גייט עס יעדע יאר קומט צו אפאר מענטשן אויף די ליסט, די ערשטע פאר יאר נאך מיין חתונה האב איך געשיקט אפשר 5 היינט האלט עס שוין ביי 15
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ביי מיר האלט עס אויך ב"ה נאר ביי 30-40.
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”