ווי גרויס קען זיין די התעוררות ביי ונתנה תוקף?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זעמל מעל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 2:08 pm

Re: ווי גרויס קען זיין די התעוררות ביי ונתנה תוקף?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעמל מעל »

לעקישבער האט געשריבן:
זעמל מעל האט געשריבן:
לשם ייחוד האט געשריבן:על פי הרש״ש זאגט מען נישט ונתנה תוקף

רש''ש באיזה מסכת? דף?

כגלייבס אז ער מיינט ר שלום שערבי אין די כוונות

עפ''י הרש''ש אין ענין שלא לאמרו, רק אין כוונות ויחודים על פיוט זה, דומה ליקום פורקן שאומרים בשבת.
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: ווי גרויס קען זיין די התעוררות ביי ונתנה תוקף?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

יעדעס יאר איז מען אין אן אנדערע מצב, ממילה איז פשוט אז אנדערע זאכן זענען מתעורר. למשל אמאל ווער איך נתעורר פון די שטיקלך וחיות אשר הנה אינמיטן קדושה, סכאפט מיר אזא פחד אז נאר. אדער ווען משרייט דרי מעלה אם דרי מטה, כתר יתנו לך ה אלקינו מלאכים המוני מטה ועמך ישראל קבוצי מטה, האב איך מתבוננן געווען וואס מזאגט דא
א. ווי גרויס השי"ת איז מלויבט אים און אלע וועלטן
ב. ווי חשוב אידישע קינדער זענען אז די מלאכים ווארטן אויף אונזער קדושה
ג. ווי שטארק אונג גלוסטן צו זיין אין א העכערע מדרגה און קענען מער משיג זיין דעם אייבירשטן נעבעך אונז זענען קבוצי מטה
ד. בעטן דעם אייבירשטן ער זאל זען אז אפילו בשפל המדרגה אין די נידריגסטע פלאץ פון אלע וועלטן וואס קיין שום מלאך ושרף וואלט זיך נישט געקענט האלטן, זאגן אידן קדושה און זענען גרייט פאר מסירת נפש יעדע רגע.

בקיצור מדארף אינזינען האבן און פילן ווי סעפענט זיך די הארץ.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: ווי גרויס קען זיין די התעוררות ביי ונתנה תוקף?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

דאס יאר געהאט א שמועס מיט איינעם, יענער האט געוואלט זיך אויסוויינען ביי ונתנה תוקף, אבער אין די קהלה זאגט מען דאס שנעל (אין ויזניץ איז דאס א גאנץ שנעלע און שיינע נוסח, ממש נאר שבח הבורא, מ'דערציילט אלעס וואס ער טוט, אבער קיין תפלה איז דאס נישט, ס'איז מער אזוי ווי ברכה ראשונה אין שמו"ע ומי דומה לך מלך ממית ומחיה, און דאך וויינט נישט קיינער ביי 'ממית', ווייל ס'איז מציאות'ן וואס מען דערציילט און נישט קיין פלאץ פאר תפלה).

נאר מ'קען ממליץ זיין, אזוי ווי צדיקים האבן געזאגט, אז די ערשטע דריי ברכות פון שמו"ע איז שבח הבורא, און שפעטער קומען די בקשות, ביי די בקשות קען דער מקטרג, שטערן די תפילות, דעריבער פלעגן צדיקים שוין אין די ערשטע דריי ברכות אריין דרייען בקשות, למשל ביי אתה גבור וכו' 'רופא חולים' ומתיר אסירים, האט מען אינזין געהאט די וואס דארפן א רפואה, און דער מקטרג האט דאס נישט געכאפט

לויט דעם קען מען ממליץ זיין, אז די וואס האבן מורא פונעם מקטרג, כאפן אריין די געלעגנהייט, ווען מען רעדט פון שבח הבורא, זאגט מען פארן באשעפער, יעצט ווען איך רעכן אויס דיינע שבחים, 'מי יחיה ומי וכו', בעהט איך דיר איך זאל זיין פון די 'מי יחיה אידן'.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ווי גרויס קען זיין די התעוררות ביי ונתנה תוקף?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גוטע געדאנק, ר' שמו!
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: ווי גרויס קען זיין די התעוררות ביי ונתנה תוקף?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

זעמל מעל האט געשריבן:
לעקישבער האט געשריבן:
זעמל מעל האט געשריבן:
לשם ייחוד האט געשריבן:על פי הרש״ש זאגט מען נישט ונתנה תוקף

רש''ש באיזה מסכת? דף?

כגלייבס אז ער מיינט ר שלום שערבי אין די כוונות

עפ''י הרש''ש אין ענין שלא לאמרו, רק אין כוונות ויחודים על פיוט זה, דומה ליקום פורקן שאומרים בשבת.

לויט ווי איך האב געהערט איז דווקא יא דא אן ענין פון רש״ש עס נישט צו זאגן, אין רוב מקובלים שולן אין ירושלים זאגט מען עס נישט.
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: ווי גרויס קען זיין די התעוררות ביי ונתנה תוקף?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

לשם ייחוד האט געשריבן:
זעמל מעל האט געשריבן:
לעקישבער האט געשריבן:
זעמל מעל האט געשריבן:
לשם ייחוד האט געשריבן:על פי הרש״ש זאגט מען נישט ונתנה תוקף

רש''ש באיזה מסכת? דף?

כגלייבס אז ער מיינט ר שלום שערבי אין די כוונות

עפ''י הרש''ש אין ענין שלא לאמרו, רק אין כוונות ויחודים על פיוט זה, דומה ליקום פורקן שאומרים בשבת.

לויט ווי איך האב געהערט איז דווקא יא דא אן ענין פון רש״ש עס נישט צו זאגן, אין רוב מקובלים שולן אין ירושלים זאגט מען עס נישט.

דאכצעך אז הרב קלוגער זאגט עס נישט, עפ"י דעם רש"ש.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
זעמל מעל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 2:08 pm

Re: ווי גרויס קען זיין די התעוררות ביי ונתנה תוקף?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעמל מעל »

א צווייטער האט געשריבן:
לשם ייחוד האט געשריבן:
זעמל מעל האט געשריבן:
לעקישבער האט געשריבן:
זעמל מעל האט געשריבן:רש''ש באיזה מסכת? דף?

כגלייבס אז ער מיינט ר שלום שערבי אין די כוונות

עפ''י הרש''ש אין ענין שלא לאמרו, רק אין כוונות ויחודים על פיוט זה, דומה ליקום פורקן שאומרים בשבת.

לויט ווי איך האב געהערט איז דווקא יא דא אן ענין פון רש״ש עס נישט צו זאגן, אין רוב מקובלים שולן אין ירושלים זאגט מען עס נישט.

דאכצעך אז הרב קלוגער זאגט עס נישט, עפ"י דעם רש"ש.

הרב קלוגער זאגט עס נישט פאר א צווייטע סיבה (ער זאגט עפעס וואס מ'קען נישט דא שרייבן, ס'וועט מאכן א טומל פאר די וואס פארשטייען נישט זיין שפראך)
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ווי גרויס קען זיין די התעוררות ביי ונתנה תוקף?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ער זאגט עס יא. הייתי שם. איינס פון די לשון הרע'ס מ'האט אויף אים ארויפגעשמירט.
זעמל מעל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 2:08 pm

Re: ווי גרויס קען זיין די התעוררות ביי ונתנה תוקף?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעמל מעל »

להודיע האט געשריבן:ער זאגט עס יא. הייתי שם. איינס פון די לשון הרע'ס מ'האט אויף אים ארויפגעשמירט.

ס'קען זיין אז בפועל זאגט ער עס יא, מ'רעדט נאר די געדאנק
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: ווי גרויס קען זיין די התעוררות ביי ונתנה תוקף?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

לשם ייחוד האט געשריבן:
זעמל מעל האט געשריבן:
לעקישבער האט געשריבן:
זעמל מעל האט געשריבן:
לשם ייחוד האט געשריבן:על פי הרש״ש זאגט מען נישט ונתנה תוקף

רש''ש באיזה מסכת? דף?

כגלייבס אז ער מיינט ר שלום שערבי אין די כוונות

עפ''י הרש''ש אין ענין שלא לאמרו, רק אין כוונות ויחודים על פיוט זה, דומה ליקום פורקן שאומרים בשבת.

לויט ווי איך האב געהערט איז דווקא יא דא אן ענין פון רש״ש עס נישט צו זאגן, אין רוב מקובלים שולן אין ירושלים זאגט מען עס נישט.

זייט מוחל און הערט אייך בעסער צו,

עס איז נישטא אזא ווארט אין רש"ש, דא הייבט זיך אן כתר, אויף דעם בלאט אדער אויף די פאריגע האט געזאלט שטיין ונתנה תוקף, און עס שטייט נישט, עס ווערט נישט דערמאנט קיין איין ווארט אויף יא אדער אויף ניין

נאר געווענליך די וואס דאווענען ע"פ רש"ש זאגן דאס נישט, פונקט ווי דו זאגסט נישט א פיוט וואס שטייט נישט אין דיין סידור,
אפילו אין א אנדערע סידור שטייט עס יא
The Divided States Of America
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: ווי גרויס קען זיין די התעוררות ביי ונתנה תוקף?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

א צווייטער האט געשריבן:
לשם ייחוד האט געשריבן:
זעמל מעל האט געשריבן:
לעקישבער האט געשריבן:
זעמל מעל האט געשריבן:רש''ש באיזה מסכת? דף?

כגלייבס אז ער מיינט ר שלום שערבי אין די כוונות

עפ''י הרש''ש אין ענין שלא לאמרו, רק אין כוונות ויחודים על פיוט זה, דומה ליקום פורקן שאומרים בשבת.

לויט ווי איך האב געהערט איז דווקא יא דא אן ענין פון רש״ש עס נישט צו זאגן, אין רוב מקובלים שולן אין ירושלים זאגט מען עס נישט.

דאכצעך אז הרב קלוגער זאגט עס נישט, עפ"י דעם רש"ש.

פון די רמחל איז יא דא כוונות
פון די הייליגע רבי פנחס מקאריץ שטייט אז אלע כוונות תקיעות שופר איז מרומז אין נתנה תוקף
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

קווערטי האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
קווערטי האט געשריבן:
....תפלת זכה וואס איז פערפאסט געווארן דורך דעם חיי אדם וואס איז געווען א תלמיד הגר"א און געלעבט קוים 200 יאר צוריק....
דער תפלת זכה האט טאקע דער חיי אדם מתקן געווען?
ער האט עס מחבר געווען, דערפאר איז טאקע דא געוויסע חסידישע חצרות ווי מען זאגט עס דיקא נישט
ער האט עס פשטות נישט מחבר געווען
ער זאגט אז ער איז מעתיק א תפלה פין ספרים
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”