ווי גרויס קען זיין די התעוררות ביי ונתנה תוקף?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לעקישבער
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקישבער »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
לעקישבער האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן: מע' ברויך שטארק מתפלל זיין ביי די תפילה פון נתנה תוקף....

ונתנה תוקף איז נישט א תפלה, עס איז א סיפור דברים,

אויב עפעס דארף מען איינרייסן ביי ותמלוך אתה הוא ה' אלוקינו מהרה לבדך

כיוצא בזה קען מען זען מענטשן זיך אויסבעטן ביי פותח את ידיך.


אויף דעם פסוק האביך געזעהן לעצטנ'ס, אז ביי אשרי פון פסוקי דזמרה זאל מען אינזינען האבן ביי פותח את ידיך צו דאנקען דעם בורא. און ביי אשרי פון ובא לציון, אזוי אויך ביי מנחה, זאל מען אינזינען האבן אלץ א תפילה ובקשה...

איז עס נישט אינגאנצן אפצומאכן...

קלאר אז אין פשטות איז עס בלויז הודאה, דאס ווארס דו האסט געזען קען זיין אזויווי כהאב געשריבן
לעקישבער האט געשריבן:אין אמת'ן אריין שטייט אז אפילו שבת ווען מטאר נישט בעטן קען מען פועלן ביים דאנקן ולכאורה הוא הדין כאן. ווייל אחר כוונת הלב הן הן הדברים.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יש בו האט געשריבן:
טיפער פון דעם איז שוין צו טיעף פאר מיין קליין קעפעלע.

דאס האב איך געמיינט מיט די פראקטישע אידן

ומי יעמוד בסוד קדושים, והוא רחום יכפר.

יעצט האב איך נאך א זאך צו מתפלל זיין ביי ונתנה תוקף, נישט צו זיין פון די פראקטישע אידן, נאר צו זיין פון די אידן וואס בשבילם נברא העולם.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 10:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

יש בו האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווער רעדט דא פון ווערן איבערגענומען? מ'רעדט פון מתפלל זיין.

עס איז א שאד זיך צו מפלפל זיין מיט טעכנישע/פראקטישע אידן,

טעכניש/פראקטיש איז דער וואס לאזט נישט די געפילן אים איבערנעמען
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יש בו האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווער רעדט דא פון ווערן איבערגענומען? מ'רעדט פון מתפלל זיין.

עס איז א שאד זיך צו מפלפל זיין מיט טעכנישע/פראקטישע אידן,

יש בו האמת יאמר איך בין גאנץ שאקט פון אזא תגובה פון דיר.

נישט אז איך קען נישט פארשטיין אז מ׳זאל דעבאטירן די נושא, איך קען פארשטיין אזוי ווי קלאצקאפ פרעגט וועלכע שטיקל פונקטליך מאכט דיר וויינען ווען סאיז נישט א דירעקטע תפלה, און מ׳זאל דן זיין איבער דעם, אבער דו קומסט מיט א הנחה ווי כאילו בין השורות באהאלט זיך עפעס הויכע ענינים... בסך הכל נעמסטו דאס גאנצע אידישקייט און מאכסט פון דעם א פראקטישקייט? די מאדנסטע חלק איז אז דו לייגסט עס אריין ווי כאילו ס׳קומט פון מורא׳דיג ברייטקייט און הבנה און העכערע נושאים, בעוד יעדער וואס קען די ״העכערע״ נושאים וועט אנקוקן דיין מהלך המחשבה גאר גאר מאדנע.

אדרבה אויב האסטו א מהלך פארוואס דו האסט אזוי געבויעט מאך אויף א אשכול מיט א ברייטערער הסבר און לאמיר איבערשמועסן בהרחבה גדולה ווי עס פאדערט זיך פאר אזא נושא.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

באמת איז גאנץ ר"ה נאר קבלת מלכות שמים, נאר בדורינו אלה איז די גאנצע באגריף פון מלוכה זייער רחוק משכלינו.

כי אין לבוא אל שער המלך בלבוש שק, והבן.

ברויך מען מתפלל זיין אז מ'זאל דארט האלטן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

לעקישבער האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווער רעדט דא פון ווערן איבערגענומען? מ'רעדט פון מתפלל זיין.

אוראייניקל האט שוין יא עפעס געענטפערט, אבער נאכנישט גענוג סיבה פארוואס דאס זאל באטראכט ווערן אלס די תפילה אין וועלכע די עתיד פונעם יאר איז אנגעהאנגען, ענדערש ווי אבינו מלכנו למשל.

וואס איז דיר נישט געפאלן פון די משל פון @איינס?

כ'פארשטיי נישט דיין שאלה, די ציטירטע תגובה באציט זיך דאך צו איינס.
לעקישבער
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקישבער »

און דו פרעגסט אים א שאלה וואס ווערט לכאורה פארענטפערט מיט זיין משל.
לעקישבער
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקישבער »

איינס האט געשריבן:
אקעי לאמיר גיין צום פוינט, אין קאורט פאר מג׳עבט ארויס די פסק, געבט איבער דער שופט אלע מעגליכע שטראפן וואס ס׳ליגט אלטס אויפן טיש.
איז אבער געווען איין דשאודזש וואס פלעגט ווערן זייער איבערגענומען פון טרערן, און שוין.


כפי הבנתי אויב די שופט ווערט כביכול איבערגענימען דערפון ניצן קלוגע אידן עס אויס זיך מתחנן צו זיין אפילו סאיז נישט געווידמעט אויף דעם.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:אויף דעם פסוק האביך געזעהן לעצטנ'ס, אז ביי אשרי פון פסוקי דזמרה זאל מען אינזינען האבן ביי פותח את ידיך צו דאנקען דעם בורא. און ביי אשרי פון ובא לציון, אזוי אויך ביי מנחה, זאל מען אינזינען האבן אלץ א תפילה ובקשה...

איז עס נישט אינגאנצן אפצומאכן...

ס'איז א זוה"ק פרשת פינחס, און דארט איז משמע אז די עיקר פון זאגן אשרי-פותח את ידיך, איז כדי מתפלל צו זיין, און נישט אויף הודאה.
וז"ל הזוה"ק:
"תו הכי אוליפנא, דלא איהו אלא תרי זמני בגין מזונא ופרנסה בכל יומא דאלין חיובא על ב"נ, ואי אמר יתיר לאו בגין חובה איהו אלא בגין שבחא גו תושבחן דזמירות דדוד מלכא. מ"ט בגין דפרנסה לא חזי למשאל אלא בתר צלותא ופרנסה דמאריה, מלכא ייכול בקדמיתא ולבתר ייכלון עבדוי".

און אזוי שטייט אויך בפירוש אין 'סדר היום'
ואומר אשרי בלחש וצריך לכוין בו כראוי ובפרט בפסוק (פותח את ידיך) כאשר כתבנו ועיקר קריאת המזמור הזה הוא אחר התפלה כי הוא עת רצון לשאול מאת הבורא ית' וית' שאלתינו
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

צק
איך פארשטיי זייער גוט איינער וואס טרעפט זיך נישט דאס פלאץ ביי ונתנה תוקף זיך אויסצובעטען.
אבער פון דארט ביז זאגן אז עס קומט ניטאמאל אריין איז גאר א ווייטע שפרינג.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

צק
איך שטום צו צו די'ע וואס זאגן וועגן ונתנה תוקף, אז ס'קומט נישט זיך אויסצובעטן, אבער דאך, א מענטש איז א מענטש, און מיט זיינע געפילן קען מען זיך נישט שפילן. ווי זאגט יענער, אז ס'טוהט וויי וויינט מען...
ס'זיכער אז זיך עקשנ'ען און בלייבן קאלט איז נישט אזא קונץ, די היינטיגע חינוך איז אז מ'זאל זיך ארויסגעבן...
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

אוראייניקל האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:אויף דעם פסוק האביך געזעהן לעצטנ'ס, אז ביי אשרי פון פסוקי דזמרה זאל מען אינזינען האבן ביי פותח את ידיך צו דאנקען דעם בורא. און ביי אשרי פון ובא לציון, אזוי אויך ביי מנחה, זאל מען אינזינען האבן אלץ א תפילה ובקשה...

איז עס נישט אינגאנצן אפצומאכן...

ס'איז א זוה"ק פרשת פינחס, און דארט איז משמע אז די עיקר פון זאגן אשרי-פותח את ידיך, איז כדי מתפלל צו זיין, און נישט אויף הודאה.
וז"ל הזוה"ק:
"תו הכי אוליפנא, דלא איהו אלא תרי זמני בגין מזונא ופרנסה בכל יומא דאלין חיובא על ב"נ, ואי אמר יתיר לאו בגין חובה איהו אלא בגין שבחא גו תושבחן דזמירות דדוד מלכא. מ"ט בגין דפרנסה לא חזי למשאל אלא בתר צלותא ופרנסה דמאריה, מלכא ייכול בקדמיתא ולבתר ייכלון עבדוי".

און אזוי שטייט אויך בפירוש אין 'סדר היום'
ואומר אשרי בלחש וצריך לכוין בו כראוי ובפרט בפסוק (פותח את ידיך) כאשר כתבנו ועיקר קריאת המזמור הזה הוא אחר התפלה כי הוא עת רצון לשאול מאת הבורא ית' וית' שאלתינו

ישר כוח פארן מקור.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אינטערעסאנט, דער זעלבער מענטש זאגט 3 מאל א טאג אויפן גרויסן בורא "הגדול הגבור והנורא" און ס'רירט אים נישט, זאגט ער אבער אויף א בלויזער טאג "נורא" און ער קען נישט צו זיך קומען.

כ'רעד צו זעך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

farshlufen האט געשריבן:אינטערעסאנט, דער זעלבער מענטש זאגט 3 מאל א טאג אויפן גרויסן בורא "הגדול הגבור והנורא" און ס'רירט אים נישט, זאגט ער אבער אויף א בלויזער טאג "נורא" און ער קען נישט צו זיך קומען.

כ'רעד צו זעך.

"איום" זאגט מען אויך אויפן באשעפער יעדן טאג?

איום איז טייטש שרעקעדיג.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

"המלך" זאגט מען זיכער יעדן שבת, פארוואס ווערט מען איבערגענומען נאר ראש השנה?
The Divided States Of America
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

לדוד מזמור זאגט מען 4 מאהל ראש השנה. צווי דערפון שרייט מען און צווי דערפון זאגט מען אפ אין א רגע. מאי נפק"מ? אזוי איז עס און שוין. אבער מען דארף נישט אוועק מאכן אז מען האט שוין יא אינזין...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
קווערטי
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 28, 2010 1:10 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קווערטי »

מיין רבי דער סאטמארער רב זי"ע (תרמ"ז - תשל"ט) האט אין א געלעגנהייט געזאגט אז מ'זעהט אן אינטערסאנטע זאך אז תפלת זכה וואס איז פערפאסט געווארן דורך דעם חיי אדם וואס איז געווען א תלמיד הגר"א און געלעבט קוים 200 יאר צוריק, זיין תפלה זאגט מען מיט גרויס ערנסטקייט און התעוררות. ווידעראום דער תפלת אלוקי נצור וואס האט מתקן געווען דער הייליגער אמורא רבא, כאפט מען אזוי אפ אן גארנישט אינזין האבן. נאר אלעס ווענדט זיך ווען און ווי אפט מ'זאגט עס...


דער עצם שמועס איז זייער קינדעריש צי אפשאצן און אנאלעזירן ווי מ'זאל זיך יא ציפלאמען און ווי נישט... דאנק דעם אייבערשטן דיין הארץ האט זיך ציפלאקערט צי איהם, וואס א חילוק ווי? און בעט איהם טאקע דארט אז זאלסט נתעורר ווערן צי איהם שטענדיג.
אבער מכחיש זיין די געפילן ווייל איך ווייס בעסער די טייטש און איך ווייס אז מ'דארף נישט דא וויינען איז א שפראך פאר קינדער. קיינעם פערזענליך
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יש בו האט געשריבן:"המלך" זאגט מען זיכער יעדן שבת, פארוואס ווערט מען איבערגענומען נאר ראש השנה?

ס'פארהאן א חילוק צווישן "המלך היושב", און "מלך יושב"
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סטיטשינער האט געשריבן:לדוד מזמור זאגט מען 4 מאהל ראש השנה. צווי דערפון שרייט מען און צווי דערפון זאגט מען אפ אין א רגע. מאי נפק"מ? אזוי איז עס און שוין. אבער מען דארף נישט אוועק מאכן אז מען האט שוין יא אינזין...

דאס יאהר גראדע זעקס מאהל..

אבער קוק נאר אין די קליינע אותיות, די לדוד מזמור ר"ה ביינאכט איז מסוגל אויך ובכן תן פחדך (כפי פירושו פון דער הייליגער רבי רבי מאיר'ל זי"ע
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10226
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אוראייניקל האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:לדוד מזמור זאגט מען 4 מאהל ראש השנה. צווי דערפון שרייט מען און צווי דערפון זאגט מען אפ אין א רגע. מאי נפק"מ? אזוי איז עס און שוין. אבער מען דארף נישט אוועק מאכן אז מען האט שוין יא אינזין...

דאס יאהר גראדע זעקס מאהל..

וועלכע זעקס מאל?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ביידע נעכט, בייטאג נאכן לייענען ביידע טעג, נאכן לייענען ביי מנחה ערשטע טאג, די צווייטע טאג יום.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

farshlufen האט געשריבן:ביידע נעכט, בייטאג נאכן לייענען ביידע טעג די צווייטע טאג, נאכן לייענען ביי מנחה ערשטע טאג, די צווייטע טאג יום.

די ערשטע טאג אידאך שבת, זאגט מען מזמור לדוד.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

קווערטי האט געשריבן:מיין רבי דער סאטמארער רב זי"ע (תרמ"ז - תשל"ט) האט אין א געלעגנהייט געזאגט אז מ'זעהט אן אינטערסאנטע זאך אז תפלת זכה וואס איז פערפאסט געווארן דורך דעם חיי אדם וואס איז געווען א תלמיד הגר"א און געלעבט קוים 200 יאר צוריק, זיין תפלה זאגט מען מיט גרויס ערנסטקייט און התעוררות. ווידעראום דער תפלת אלוקי נצור וואס האט מתקן געווען דער הייליגער אמורא רבא, כאפט מען אזוי אפ אן גארנישט אינזין האבן. נאר אלעס ווענדט זיך ווען און ווי אפט מ'זאגט עס...

די מעשה גייט מיט איינעם וואס האט געהאט צוויי אפשנס צו עפענען א סטאר, איינס אין א גוטע לאקעישן אבער זייער קליין און די צווייטע ברחבות כיאה לביזנעס אבער נישט אין די בעסטע לאקעישן, אויף דעם האט איהם סאטמאר רב (זי״ע - ועכי״א) געברענגט די תפלת זכה קעגן א אנדער תפלה וואס קיינער ווייסט כמעט נישט פון דעם (איך דענק נישט וועלכע, דאכט זיך נישט אלקי נצור) און ער האט אנגעוויזן אז די פלאץ מאכט אסאך אויס ווייל תפלת זכה איז געדריקט אין מחזור פאר כל נדרי און ממילא זאגט עס יעדער.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ביידע נעכט, בייטאג נאכן לייענען ביידע טעג די צווייטע טאג, נאכן לייענען ביי מנחה ערשטע טאג, די צווייטע טאג יום.

די ערשטע טאג אידאך שבת, זאגט מען מזמור לדוד.

ביי מנחה
The Divided States Of America
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

קווערטי האט געשריבן:....תפלת זכה וואס איז פערפאסט געווארן דורך דעם חיי אדם וואס איז געווען א תלמיד הגר"א און געלעבט קוים 200 יאר צוריק....


דער תפלת זכה האט טאקע דער חיי אדם מתקן געווען?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”