תורות און ווערטלעך לכבוד פורים

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- הני עכברי רשיעי -
איינער האט געפרעגט אמאל א פורים רב וואס ער זאל טוען מיט די מייז וואס האבן זיך פארלייגט און זיין הויז און מאכן אן חורבנות, זיי עסן אויף ספרים, קליידער, און אלע עסנ'ס?
גאר פשוט נעם א שטיקל אפיקומן צומאל דאס אויף קליינע שטיקלעך, און ווארף דאס ארום אלע קליידער, ווען די מייז וועלן עסן פון דעם אפיקומן וועלן זיי נאכדעם גארנישט עסן ווייל די הלכה איז אז נאך דעם אפיקומן טאר מען גארנישט עסן, פרעגט יענער פון וואו ווייסן די מייז די הלכה? א שאלה פון וואו! זיי זענען געווען ביי מיר און שטוב און האבן אויפגעגעסן דעם גאנצן שולחן ערוך אלעס וואס שטייט דארט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- אל תאכלו ממנו נא -
א מלמד האט אמאל געטייטשט נא - האלב געקאכט (ס'איז דא וואס טייטשן האלב געבראטן, און לכאורה איז דאס א טעות ווייל האלב געבראטן כמאכל בן דרוסאי מעג מען יא עסן דעם קרבן פסח) פרעגט א קינד א ראיה צו דעם אז נא איז טייטש האלב, גאר פשוט ענטפערט דער מלמד "אין נא אלא לשון תפלה - ותפלה עושה מחצה' .
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- ויזתא -
פון ווי קומט צו ויזתא א לאנגען וי"ו? נאר ויזתא איז דאך געווען דער צענטער קינד פון המן, האט המן איהם געדארפט געבן מעשר, המן האט דאך געוואלט פטור ווערן פון געבן מעשר, האט ער געוואוסט פון א הלכה אויב מ'שלעפט אריין די תבואה דורכ'ן דאך אדער א פענסטער איז דאס נישט מחויב מיט תרומות און מעשרות, האט המן גענומען אריין שלעפן דעם ויזתא דורכ'ן פענסטער, איז שנעל געקומען אחשורוש וואס האט זיך געהאלטן פאר א כהן (ער האט דאך אנגעטהון די בגדי כהונה) און גענומען זיך שלעפן פון די אנדערע זייט, אזוי איז ויזתא אויסגעצויגן געווארן מיט א לאנגע וי"ו.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- חור כרפס ותכלת -
פארוואס איז דא א גרויסע ח' ביי חור? נאר מענטשען האבן זיך געוואונדערט פון וואו האט אחשורוש אזא עשירות פאר ער איז געווארן א קעניג איז ער דאך געווען אן עני ואביון, אלא מאי מוז זיין אז ער האט אלעס געגנב'ט, דעריבער שטייט א גרויסע ח' צו מרמז זיין די גמרא "לאו העכבר גנב אלא חורא גנב"...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- המן הרשע -
מ'האט אמאל געפרעגט א פורים רב פארוואס המן האט באקומען דעם טיטל "רשע" איי וועסטו וועלן זאגן ווייל ער האט געוואלט הארגענען אלע אידן? ס'איז דאך געווען אנדערע שונאי ישראל וואס האבן געוואלט הארגענען אלע אידן, און זיי האבן נישט באקומען דעם טיטל? נאר ענטפערט דער רב, המן קומט זיך דעם טיטל, ווייל אויב ער וואלט געוואלט הארגענען די אידן און א טרויעריגע טאג ווי תשעה באב וואלט נאך זיין רשעות נישט געווען אזוי גרויס, אבער דער רשע דוקא דעם פרייליכסט'ן טאג פון יאר "פורים" האט ער געוואלט הארגענען די אידן, קומט זיך אים די טיטל רשע.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- עשרת אלפים ככר כסף -
פון ווי האט המן געהאט די עשרת אלפים ככר כסף צו געבן פאר אחשורוש ? נאר אלע זיינע צען קינדער האבן זיך מתחייב געווען אריינצוברענגען יעדער איינער אלף ככר, יעצט איז נאך גרעסער די שאלה פון ווי האט דלפון דער שנארער געהאט געלט צו געבן? אזוי אויך דער נארישער ויזתא פון ווי האט ער געהאט געלט? נאר ווען ס'קומט צו פארטיליגן די אידן דעמאלטס ווערט יעדער דלפון א גביר און יעדער ויזתא א חכם אנדערע ענטפערן א -'אנדערע תירוץ אז דלפון האט געגעבן טשעקס מיט די ערבות פון ויזתא.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- אבל וחפוי ראש -
ס'שטייט אין גמרא אז המן'ס טאכטער האט ארויפגעווארפן. א כלי מיט גוטע זאכן אויף זיין קאפ, איז יעצט די שאלה פארוואס האט זי דאס ארויפ געווארפן אויף זיין קאפ ? דער תירוץ איז ווייל ס'שטייט און גמרא "המן מן התורה מנין ? "המן העץ"' ביי דעם עץ פון אדם הראשון איז מרומז המן, יעצט איז דא א מאן דאמר וואס זאגט אז עץ הדעת איז געווען "חטה" און ס'איז דא אן הלכה "המוצא חמץ בפסח כופה עליו כלי" אויב איינער טרעפט א ווייצל אין פסח, טוט מען ארויף לייגן אויף דעם א טעפל, יעצט איז זייער גוט ווייל די מעשה פון המן איז געווען פסח און המן איז געווען א ווייצל האט די טאכטער פון המן מקיים געווען די הלכה פון "כופין עליו את הכלי".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- ותן טל ומטר לברכה -
מ'האט געפרעגט א פורים רב פארוואס רעכענס מען דעם חשבון פון זאגן ותן טל ומטר לברכה לויט די זון אידן ציילן דאך דעם טאג לויט די לבנה?, האט ער גענטפערט ווייל "ותן טל ומטר לברכה" איז בגמטריא "ביום החמישי לדעצעמבער' (1007).
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- ונוח מאויביהם -
פארוואס שטייט "נוח" מלא מיט א וי"ו? נאר מ'זאגט אין פיוט "תכלית שבעים נתלה על חמישים" שטייט אין מדרש אז דער שלאנג, און המן, זענען געשאלטן געווארן נאר נאך 70 פסוקים, "תכלית שבעים" וואס ווערט דערמאנט נאך 70 פסוקים, נתלה על חמישים, איז געהאנגען געווארן אויף א בוים פון 50, מ'קען זאגן נאך מער, ווייל "יין" איז אויך בגימ' 70 און דער תכלית פון משתה אסתר איז אויך געווען אז המן זאל זיין נתלה על חמישים, און "ונוח" מלא איז אויך בגימ' 70 א רמז ווי ס'שטייט ביי נח "וישת וישכר', און דורך נח "תכלית שבעים" האט המן באקומען דעם לאנגן בוים חמשים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מגילת אסתר
עס שטעלט זיך א קשיא ממש פלאי פלאות נורא נוראות פארוואס רעדט די גמרא נאר פון "מענער" מרדכי מיט המן, און רעדט נישט פון פרויען, און מיט דעם אלעם רופט זיך די עיקר מעשה אויף א נאמען פון א פרוי "מגילת אסתר" און נישט "מגילת מרדכי"?
ענטפערט דער דברי חי"ל אז די גמרא זאגט "נשים חייבת במקרא מגילה", פרויען זענען מחיוב מיט די מגילה, פון דעם קען מען ארויסלערנען אז מרדכי איז פטור פון מגילה, ווייל די גמרא זאגט "מת מצוה" - "ומקרא מגילה" = מת מצוה עדיף, עס איז ענדערשער זיך אפצוגעבן מיט די מת מצוה ווי ליינען מגילה.
און מרדכי האט דאך יענע יאר זיך געדארפט אפגעבן נישט נאר מיט 1 מת מצוה נאר 10 קינדער פון המן וואס איז דאך געווען א מצוה זיי צו הרג'נען,
דערפאר הייסט די מגילה אויף איהר נאמען, ווייל נאר זו האט געהערט די מגילה, עס שטעלט זיך נאך א קשיא ממש "פלאי פלאות נורא נוראות" פארוואס האט נישט אסתר אליינס זיך אפגעגעבן מיט די מת מצוה פון המן,
ענטפערט דער דברי חי"ל: אז אסתר האט געמוזט הערן די מגילה פון איהר מאן, און א ראיה האסטו ווייל פון ווי האט געוואוסט אסתר וואס צו בעטן, ווען די קעניג האט איהר געזאגט, וואס דו בעטסט מיך וועל איך דיר נאכגעבן, האט זו געזאגט "ועשרת בני המן יתלו" און די 10 קינדער פון המן זאל מען אויפהענגן, פון ווי האט זו געוואוסט וואס צו בעטן, מוז דאך זיין אז זו האט געהערט ליינען מגילה פון איהר מאן, און פארוואס האט אחשורוש איינגעפאלן צו ליינען די מגילה ווייל ער האט זיך געהאט אנגעטרינקן ביי די סעודה פון אסתר, ביז עס אים איינגעפאלן אזא שטות, און פון ווי ווייסט מען אז ער איז געווען דעמאלס שיכור, ווייל ער האט געזאגט "מה שאלתך ותעש" וואס איז דיין פארלאנג וועל איך טוען אויב וואלט ער געווען ניכטער וואלט ער עס דען געזאגט אלא מאי מוז זיין אז ער איז געווען דעמאלס שיכור.
און לויט דעם גאנג פארשטייט מען, פארוואס האט אסתר צוגעלייגט נאך א טאג פאר פורים כדי מרדכי זאל קענען ליינען די מגילה כאטש דעם צווייטן טאג, דערפאר האט מען צוגעלייגט דעם שושן הפורים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- למען דעת כל עמי הארץ -
נאך דעם וואס מ'קלאפט אויס די הושענות זאגט מען מיט א ניגון הויך דעם פסוק למען דעת כל עמי הארץ פארוואס? ווייל די ד' מינים זענען מרומז אויף אלע אידן, די "ערבות" וואס האבן נישט קיין טעם וריח זענען מרומז אקעגן די "עמי הארצים", הושענא רבא ווען מ'לייגט אוועק די אלע ד' מינים און מ'האלט און די הענט נאר די הושענות האלטן זיך די עמי הארצים גרויס אז נאר זיי האלט מען יעצט, אבער נאכדעם וואס מ'נעמט די הושענות, און מ'צוקלאפט דאס אויף דער ערד ווערן די עמי הארצים פארשעמט, און האלטן זיך מער נישט גרויס, דעריבער זאגט מען "למען דעת כל עמי הארץ...'
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- דם צפרדע כנים -
אן עם הארץ האט געזאגט די הגדה פסח ביינאכט ווען ער איז געקומען צו די מכות האט ער געזאגט דם צפרדע בנים רופט זיך אן זיין זון און זאגט "טאטע ס'שטייט כנים" יא ! יא!
ענטפערט דער טאטע אמאל זענען "בנים" אויך א מכה, רופט זיך אן די זוהן און זאגט טאטע ס'שטייט אויך "עוד נגע אחד אבי" (אביא).--.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- משלוח מנות -
אמאל איז געווען אן אפיקורס וואס האט געשיקט משלוח מנות פאר'ן מלבי"ם און האט אריין געלייגט א בילד פון א כלב, כדי צו טשעפען מיטן מלבי"ם, האט דער מלבי'ם צוריק געשיקט א בילד פון א רב און ער האט צוגעשריבן, דו האסט געשיקט א בילד פון דיר האב איך דיר צוריק געשיקט א בילד פון מיר...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- צוויי מינע פישן -
דער קאמינקער רב האט אמאל געפרעגט א שאלה פונעם צאנזער רב: "אויב עסט מען צוויי מינע פישן - זיסע- און -זויערע- טרינקט מען איינמאל בראנפן אדער צוויי מאל...?
נו וואס האלט איר , האט דער צאנזער אים צוריק געפרעגט.
לדעתי זאגט דער קאמינקער רב ווענדט זיך עס דאס אין אנדערע דין. אין די זומער שבתים זאגט מען צוויי פרקים פון פרקי אבות אין איין שבת, דארף מען זאגן ר' חנניא בן עקשיא איינמאל אדער צוויי מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- על ראשון אחרון -
דער קאמינקער רב האט דערציילט : "אמאל האב איך פארהערט א איד וואס האט געוואלט ווערן א שוחט". די ערשטע שאלה וואס איך האב אים געפרעגט אין געווען צו ער ווייסט וואס דאס איז א "סכין אוגרת" (חולין יז)'.
"'יא,' ענטפערט דער איד, 'דאס איז א צוועלף און א האלב יעריג מיידל מיט איין טאג.'
''אויב אזוי,' פרעג איך אים, 'דאן וואס איז א בוגרת?'
"'א טרוקענער פייג !' ענטפערט ער מיט זיכערקייט.
"איך האב ווידער געפרואווט זיינע גאונ'ישע ידיעות :
'דו ווייסט וואס דאס איז א "גרוגרת"?
"אודאי, ענטפערט דער איד, "א ספק זכר ספק נקיבה"
"נו, אויב אזוי, וואס איז אן "אדרוגניס"?'
"דער רב זאל מיר מוחל זיין,- זאגט ער מיט אן ערנסטקייט, "אבער לויט וויפיל איך ווייס, געהערט דאס שוין נישט צו הלכות שחיטה...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- פת במלך תאכל -
א רב האט זיך אמאל באטייליגט ביי א שבע ברכות, נאכן וואשן זיך נטילת ידים האט ער באמערקט אז עס איז נישט אנגעגרייט קיין זאלץ אויפן טיש, נישט קענענדיג אויסרעדן האט דער רב געוואונקן, מ'זאל ברענגן זאלץ, קלאפענדיג מיט די חתנ'ס האנט, נאכן "המוציא" האט דער רב ערקלערט מיט א שמייכל, "חתן דומה למלח".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- סיום הש"ס -
ווען דער סקולענער רבי'ן זצוק"ל איז געווען אין די לעצטע יארן אין שפיטאל. איין זומער, אין דער נאכט פונ'ם 4 JUL די אמעריקאנער חגא, און דער רבי וצ"ל איז געלעגן אין זיין בעט, און יעדע פאר סעקונדעס האט מען געהערט שיסן פייער קראכערס. ווי פארשטענדליך האט דאס שטארק געשטערט די רואיגקייט, ובפרט פאר דעם צדיק מיט זיין הייליגע מחשבות. האט דער רבי א פרעג געטאן "נו, ווען וועלן זיי שוין מאכן א סיום השט"ס?..."
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- "וויל נאר" -
דער צעהלימער רב האט אמאל געזאגט אסרו חג שבועות - כ'האב מיך גע'חלומ'ט ווי איך זאג א דרשה פאר אידן, און איך טייטש דעם פסוק וואס מ'זאגט ביים דאווענען "דרשו ה' ועוזו בקשו פניו תמיד" בדרך הלצה : דרשו ה' - זוכט דעם אויבערשטן, 'ואיזי' (בלע"ז גרינג) - ווייל ס'איז זייער גרינג ! בקשו - איר ברויכט נאר וועלן, און אז מ'וויל קען מען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- המן'ס ציין איז געבליבן גאנץ -
המן איז געווען א רשע פארוואס האט מרדכי נישט מקיים געווען "הקהה את שניו? נאר המן איז געווען א עבד כנעני פאר מרדכי, און אויב מרדכי וואלט ווען אויסגעהאקט זיין ציין וואלט המן באפרייט געווארן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- וואס מאכט מיין ניר -
א סאטמערער חסיד האט אמאל אוועק געגעבן זיינס א ניר פאר איינעם וואס געהערט צו א פרמדע חסידות.
פורים האט אים יענער געברענגט "משלוח מנות" פאר הכרת הטוב, און דער מענטש וואס האט אוועק געגעבן זיין ניר האט זיך זייער שטארק געפריידט אז ער טרעפט יענעם געזונט אין פריש און אים געפרעגט נו וואס מאכט מיין ניר, און דער מענטש וואס האט באקומען די ניר רופט זיך אן וואס קען איך דיר באצאלן פאר די געוואלדיגע טובה וואס דו האסט געטוען מיט מיר,
איך בעט דיך נאר איין זאך אז מיין ניר זאל נישט גיין צום כותל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- או לרשע ואו לשכינו -
פאר פורים האט זיך בערל געקויפט א נייע געדריקטע מגילה מיט צו האלטן דעם ליינען, באלד אהיימקומענדיג האט ער גענומען א מעסער און אפגעקראצט דאס ווארט "המן".
פרעגט אים זיין ווייב? וואס מאכסטו קאליע דיין נייע מגילה,- "איך מאך עס נישט קאליע" ערקלערט איר בערל "ס'איז א מצוה אויסצומעקן המנ'ס נאמען!
אבער דו מאכסט דאך קאליע פון די אנדערע זייט בלאט, - האט איר בערל גענטפערט: או לרשע ואו לשכינו.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- ברוכה אסתר בעדי -
האט דער צעהלימער רב אמאל געזאגט: ס'שטייט א שד האט זיך פארשטעלט פאר אסתר ווען זו האט געדארפט אריינגיין צו אחשורוש, דערפאר בענטש מען "אסתר" - באדי - (קערפער בלע"ז) נישט דעם שד וואס איז נאר געווען בצורת אסתר נאר די ריכטיגע "אסתר".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- כמעט געדארפט גומל בענטשן -
איינער האט אמאל געזאגט נאך מגילה ליינען, אז ער דארף גומל בענטשן, אז המן האט נישט געהאט נאך קינדער ווייל אויב נישט וואלט איך נישט געקענט כאפן דאס אטעם.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- ווען מ'טרינקט פארגעסט מען -
א רמז פון די תורה אז "חייב אינש לבסומי בפוריא עד דלא ידע" ווייל עס שטייט ולא זכר את שר המשקים איינער וואס טרינקט געדענקט נישט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- רמז על "פארשטעלן" -
א רמז פון די מגילה אז מ'דארף זיך פארשטעלן. ווייל אחשורוש האט געפרעגט מי זה ואיזה הוא זעהט מען אז המן איז געווען פארשטעלט.
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”