תורות און ווערטלעך לכבוד פורים

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

בשם ר' מיכל'ע מ'נתני': א טעם פארוואס מען טרינק פורים, ווייל די גמרא זאגט (מגילה ט"ו) ויעבור מרדכי אמר רב שהעביר יום ראשון של פסח בתענית, וועגען דעם חייב איניש לבסומי בפוריא מתקן צו זיין די אלע פארלוירענע ד' כוסות.
אוועטאר
האלבע שיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 25, 2019 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלבע שיך »

יעצט דורכגעבלעטרט דעם אשכול הערליכע שיינע זאכן דא
פארוואס ליגן פארשטיפט ארויף לכבוד יום טוב
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

האלבע שיך האט געשריבן:יעצט דורכגעבלעטרט דעם אשכול הערליכע שיינע זאכן דא
פארוואס ליגן פארשטיפט ארויף לכבוד יום טוב

ייש"כ האלבע שיך וחילך לאורייתא!
טאקע הערליכע שיינע סחורה.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

רב טקסט האט געשריבן:א לאנדאנע ווארט:
לויט די מפרשים אז חייב איניש לבסומי בפוריא מיינט אין בעט, שטייט נישט אז מען רעדט דא פון פורים..

(האט א צומישטע שיכור ארויסגענומען פון דעם אז לויט א טייל פירושים איז חייב איניש לבסומי נישט דוקא פורים...)

לויט דעם, באלאנגט דאס נישט אין דעם אשכול
The Divided States Of America
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אפגעשטויבט
purple knish
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך purple knish »

היימישער הייקער האט געשריבן:אפגעשטויבט
אוועטאר
מאנסי'ייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 11, 2020 4:52 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי'ייט »

purple knish האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:אפגעשטויבט
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: תורות און ווערטלעך לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אידעלעך גרייט אייך!!
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: תורות און ווערטלעך לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

סעודת פורים שאכלה בלילה לא יצא ידי חובתו.

בספר גיסי מרן ז"ל (שפת אמת, פורים תרמט) 'סעודת פורים שאכלה בלילה לא יצא ידי חובתו',שאכל בבחינת לילה שלא לשם שמים.
לפי זה מובן מה שסיים בגמ' 'תנא מיני' ארבעין זמנין' - כיצד יאכל סעודת פורים כראוי...
שפתי צדיק, מאמרי פורים אות סב.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: תורות און ווערטלעך לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

נישט ממש קיין ווערטל אבער א שיינע ווארט פון ר' יונתן אייבשיץ זצ"ל

שטייט אין מגילה אז אסתר 'אין לה אב ואם', שטעלט זיך די פראגע וואס מאכט דאס אויס אין די מעשה אז זי האט נישט געהאט קיין עלטערן, וועם איז דאס נוגע?

נאר די גמרא אין קידושין דרוקט זיך אויס איבער די מצוה פון כיבוד אב ואם 'אשרי מי שלא חמאן', דאס הייסט וואויל איז די מענשט וואס האט נישט קיין עלטערן ווארום די מצוה פון כיבוד אב ואם איז א שווערע מצוה וואס איז כמעט נישט מעגליך מקיים צו זיין בהידור מיט אלע פרטים,

זאגט ר' יונתן, אסתר המלכה האט דאך נישט געהאט קיין עלטערן, נו, אויב אזוי איז זי די איינציגסטע וואס קען אפווארפן און אונטערברענגען דעם עמלק וואס ווי באקאנט איז דאך זיין גאנצע כוח געווען נאר פון דעם וואס עשו האט מקיים געווען כיבוד אב בהידור.

אויב אזוי איז דאס דאך א וויכטיגע פרט אז אסתר האט נישט געהאט קיין עלטערן ווייל נאר אזוי האט מען געקענט לוחם זיין אין המן
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דברי צחות לכבוד פורים
1) א שיכור איז געווען אין גאס, א מענטש פרעגט אים פארוואס שטייסטו דא? האט די שיכור געענטפערט די גאנצע שטאט דרייט זיך, און ווען מיין הויז וועט אנקומען וועל איך אריינגיין...
2) א שיכור שטייט ביי די טיר, און קען נישט אריינלייגן די שליסלעך. א מענטש פרעגט אים זאל איך אריינלייגן די שליסלעך? ניין, דו האלט נאר אן די טיר, און איך וועל שוין אריינשטופן די שליסל...
3) א מענטש האט געטרינקען 3 גלעזלעך וויין, איינס פאר זיך, 2 פאר זיינע 2 ברודער'ס. איין טאג האט ער געבעטן נאר 2 גלעזלעך. האט אים יענער געפרעגט, 1 ברודער איז געשטארבן ח"ו? האט ער געענטפערט ניין, איך טאר מער נישט טרינקען...
4) ווען דו וועסט זעהן 4 מענטשן אנשטאט 2, וועסטו וויסן אז דו ביסט שיכור. אנטשולדיגט איך זעה נאר איינס...
5) מ'טרינקט וויין פורים כדי די וואס גייען נאך געלט זאלן זיך נישט שעמען, וייל "נכנס יין יצא סוד"...
6) אויב טרינקט מען וויין, און מ'ווערט נישט פרייליך איז איינס פון די דריי זאכן: 1) עס איז נישט קיין וויין. 2) ער האט נישט קיין הארץ. 3) ער איז נישט קיין מענטש. ווייל די פסוק זאגט קלאר "ויין ישמח לבב אנוש".
7) א שיכור האט אמאל געזאגט אז ער האט 99 טעמים פארוואס נישט צו טרינקען וויין, אבער די "טעם" פון די וויין אליינס וועגט אלעס איבער...
8) א איד האט אמאל אנגעטראפן איינעם אונטערוועגנס, און געזעהן ווי יענער טרינקט 10 פלעשלעך בראנפן. האט ער אים געפרעגט וואס איז פשט? האט ער געענטפערט אז דאס איז אנשטאט "מנין". נָא פרעגט אים יענער, עס איז דאך גענוג 9 פלעשלעך, מיט דיר איז דאך 10? איך בין דאך די בית המדרש האט ער געענטפערט...
9) מ'זאגט אז מ'עסט המן טאשן ווייל מען בעט פון השי"ת מ'זאל זוכה זיין צו המן'ס טאשן וואס דארט איז געליגן "עשרת אלפים ככר כסף".
10) א פורים רב האט זיך פארגעשטעלט פארן געווענדליכן רב אז ער האט אנגענומען די פאסטן אויף פורים. האט אים די רב געפרעגט צו ער קען כאטשיג עפעס לערנען? אוודאי האט ער גענטפערט, ווען איך קען ווען נישט לערנען וואלט איך דאך געווען רב א גאנץ יאר...
11) כי אין מרדכי כורע ומשתחוה לו... לו אינו משתחוה, פאר המן האט מרדכי זיך נישט געבוקט, אבער ביי שמונה עשרה האט ער זיך יא געבוקט, קען ער שוין האבן א תירוץ אז עס טוט אים וויי די רוקן און די קניען, אז ער קען זיך נישט בוקען אדער בייגן...
12) ודתיהם שונות מכל עם ואת דתי המלך אינם עושים... אם על המלך טוב יכתב לאבדם... בדרך צחות קען מען זאגן אז המן האט געזאגט פאר אחשורוש אז ודתיהם שונות מכל עם, אז אלע ימים טובים וואס די אידן האבן איז געקומען צו זיי פון די גוים, פסח פון פרעה, חנוכה פון אנטיוכוס, ואת דתי המלך אינם עושים, און פונעם קעניג אחשורוש האבן זיי נאך נישט קיין יו"ט, וועגן דעם יכתב לאבדם, און דער אייבערשטער וועט זיי העלפן וועלן זיי האבן אויך א יו"ט פון דעם קעניג...
13) ויצא המן ביום ההוא שמח וטוב לב... "ביום ההוא" נאר יענע טאג איז המן געווען פרייליך, ווייל די אנדערע טאג איז ער שוין געהאנגען...
14) אל תפל דבר מכל אשר דברת... פארוואס האט דער קעניג אזוי שטארק געדארפט אנווארענען דעם המן "אל תפל וכו'" נאר המן איז שוין געווען א אלטע גוי, און די סדר פון אלטע מענטשן איז אז די ציינער פאלן זיי ארויס, און המן האט נישט געהאט קיין ציינער, און ווען מען האט נישט קיין ציינער איז זייער שווער ארויסצוזאגן די אותיות פון זסשר"ץ, וועגן דעם האט דער קעניג חושד געווען המן אז ער וועט נישט אזוי גוט ארויס זאגן ככה יעשה... האט דער קעניג אים שטארק אנגעווארענט אל תפל דבר מכל אשר דברת, זאלסט אכטונג געבן ווען דו שרייסט אז אלע ווערטער זאלן גוט ארויסקומען..
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

פורים תורה - ףירעמ טוירע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

שיינע פורים פשעטלעך געאייגענט פאר פורים רבנים
איינטייטשן די מאורעות הזמן אין די מגילה
און אז דו זעסט א שיינע כאפ אין א ספר וואס האט דיר געטאטשט בענין פורים, ברענג עס אויך דא אהער.
שו"ת פון פורים רבנים ועוד ועוד ועוד
אז די פורים רבנים זאלן זיך קענען פארקוקן אויף די הייליגע טעג
מעגסט אהערברענגען רעקארדירונגען פון פורים רבנים, קענסט אימפארטירן פון מילתא דבדיחותא און פון די אנדערע אקטיווע אשכולות אלעס וואס קען צוניצקומען פארן פורים רב און פורים קהל
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: פורים תורה - ףירעמ טוירע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

כהאב א פידיעף פון 168 זייטן
ווי אזוי ברענג איך עס אהער?
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: פורים תורה - ףירעמ טוירע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

מה היתה האויפרייס של משתה אחשורוש? וי"ל לפי שהמשתה היה לפי היש אומרים באבן עזרא חתונתו עם ושתי ועל זה אומר האבן עזרא והוא הישר בעיני עכ"ל, והיתה באמת בובו שידוך משום שושתי היתה יתומה, אביה בלשצאר נהרג במיתה משונה, גם אחשורוש היה יתום כמו שכתוב, וישם המלך אחשורוש, ממילא אלס רחמנות האט ער זיך אזוי אויפגעריסן, והראיה שהיה רחמנות, שבליקוחים שניים לקח ג"כ יתומה... – ובזה מתורץ התמיה למה נתן את בית המן למרדכי היהודי? וי"ל על פי מה שיש להקשות למה העביר מרדכי יום טוב פסח בתענית? הלא הגזירה היתה לאחר י"א חודש בי"ג לחודש אדר? ומתרצים שכיון שהיו יודעים שהם מופקרים להריגה ממילא נפלה המוראה של מלכות, והיתה סכנת מות להיהודים ע"כ וי"ל דגם ממונם הפסידו לפי שהגוים לא רצו לקנות מהם משום שמחר ממילא יהא שלנו, נמצא דאחשורוש נתחייב בניזקין לישראל, והדין דאע"פ שנזקין שמין בעידית אבל ליתומים שייך דאין נפרעין מנכסי יתומין אלא מן הזיבורית ונתחייב אחשורוש היתום לשלם זיבורית להיהודים און וואס איז זיין ערגסטע זיבורית? מקום טמא כבית המן! וזה נתן להאידישע פארשטייער מרדכי לשלם למרדכי...
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: פורים תורה - ףירעמ טוירע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

לכאורה איז שווער א קושיא אויף אחשורוש
דא איז דא א ושתי וואס האט נישט געפאלגט דעם קעניג 1) דער קעניג איז געווען שיכור 2) ער האט פארלאנגט א נישט נארמאלע זאך 3) ובפרט פאר אזא מיוחסת ווי זי 4) און זי האט געהאט א וויידל און קרעץ, אלע תירוצים נישט צו קומען אבער אחשורוש קומט צו א ווילדע מסקנה "אראפ מיטן קאפ!!!"

אסתר המלכה, ער בעהט איר א קאממאן נארמאלע זאך זאג מיר דיין נאמען! זאג מיר דיין יחוס! איך בין דאך דיין מאן! והנחה למדינות עשה, ויתן משאת כיד המלך, און מיט א אומדערהערטע חוצפה איז אין אסתר מגדת מולדתה ואת עמה...אחשורוש וואלט איר געדארפט פאר די חוצפה צורייבן אונטערן ראד, אנטון די שפאנישע שטיוול, לייגן אויפן לעקטעריק טשעיר, פאר'סמ'ען און ארויסווארפן פון פענסטער!!! פארוואס איז ער דא אזוי וואויל???
אה... צוויי ווערטער

סעקאנד מערידזש....
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: פורים תורה - ףירעמ טוירע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

בראשונה כתיב ויאמר המלך אחשורוש לאסתר המלכה ולמרדכי היהודי הנה בית המן נתתי לאסתר על זה קשה אסתר האט נישט געהאט גענוג פאלאצן? און וואס איז ער געווארן דא אזוי וואויל? אח"כ כתיב ותשם אסתר את מרדכי על בית המן אם נתנה לה למה נתנה אותו למרדכי? ועל פי הנ"ל מובן שאחשורוש פחד שכעת מי יודע מה תבקש והוא יהא מוכרח לוותר לה? לכן נתן לה את בית המן דהיינו אויבי איש אנשי ביתו און עס וועט זיין מסודר מיט אפאר דאלאר – אבל אסתר שמה מרדכי על בית המן אן אמת'דיגער גוטער פריינט איבער די גבאים...
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: פורים תורה - ףירעמ טוירע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

איך הייב שוין אן טראכטן צו אחשורוש האט געפירט א רוסישע מלוכה....המנ'ס טאכטער איז געפאלן פון א פענסטער...מען האט כסדר געטוישט מיניסטארן און גענעראלן, איינמאל איז המן די זאך, איינמאל ושתי, איינמאל מרדכי...המנ'ס סאלדאטן האבן נישט געהאט סופליי אויפן פראנט...געמאכט פאראדעס...אחשורוש איז געווען נאנט מיטן אידישן הויפט רב...און אפשר זענען דארט אויך געווען איראנער (פרס'ישע) דראונס...משקה איז דארט געווען גאנגבאר...אחשורוש האט געציטערט און יעדעם חושד געווען אין פארראט...אסתר האט געדארפט שטיין ווייט פון אים ביים וועלן רעדן מיט אים...אין כל חדש תחת השמש... וזה מה שכתוב בירמיה עלה מות בחלוננ"ו...(
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: פורים תורה - ףירעמ טוירע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

א שטארקע געדאנק געזען בספרו של הרה"ק ר' דוד'ל דינובער
פארוואס האט מרדכי מבטל געווען פסח בתענית?
נאר ער האט עס געטון ווייל עס איז געווען קטריגום אז השתחוו לצלם און נהנו מסעודתו של אותו רשע, א נידריגע דור און עס איז נגזר געווארן כליה!
האט ער מבטל געווען דעם סדר וכו' און אויף יענע וועלט האט זיך עס געשפירט!!! יא! אפילו די עבודה פון נידריגע אידן בשפל המצב אבער אויף יענע וועלט האט זיך שטארק געשפירט די חסרון פון די מעשים טובים טאקע פון אזעלעכע סארט אידן!!!

א שטארקע חיזוק וואס האט מיך געכאפט!!!
אוועטאר
שרויפן ציער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 8:51 pm
לאקאציע: איך קום שוין אהיים. נאך פינף מינוט... ביי!

Re: פורים תורה - ףירעמ טוירע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפן ציער »

צהלתו בפניו האט געשריבן:
איך הייב שוין אן טראכטן צו אחשורוש האט געפירט א רוסישע מלוכה....המנ'ס טאכטער איז געפאלן פון א פענסטער...מען האט כסדר געטוישט מיניסטארן און גענעראלן, איינמאל איז המן די זאך, איינמאל ושתי, איינמאל מרדכי...המנ'ס סאלדאטן האבן נישט געהאט סופליי אויפן פראנט...געמאכט פאראדעס...אחשורוש איז געווען נאנט מיטן אידישן הויפט רב...און אפשר זענען דארט אויך געווען איראנער (פרס'ישע) דראונס...משקה איז דארט געווען גאנגבאר...אחשורוש האט געציטערט און יעדעם חושד געווען אין פארראט...אסתר האט געדארפט שטיין ווייט פון אים ביים וועלן רעדן מיט אים...אין כל חדש תחת השמש... וזה מה שכתוב בירמיה עלה מות בחלוננ"ו...(
פארלירן אפאר פונט און מאכן אפאר דאלער
אוועטאר
שרויפן ציער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 8:51 pm
לאקאציע: איך קום שוין אהיים. נאך פינף מינוט... ביי!

Re: פורים תורה - ףירעמ טוירע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפן ציער »

גוט!
מיט דעם פארשטייט מען די מדרש אז די שרביט הזהב פון אחשורוש האט זיך אויסגעצויגן כדי צו אנקומען ביז אסתר. ס'האט געדארפט א דורך שניידן די גאנצע לאנגע טיש דארט...
פארלירן אפאר פונט און מאכן אפאר דאלער
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: תורות און ווערטלעך לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

רעבישע בענקל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 19, 2023 9:37 pm
איינער פרעגט מיר ביי וועם ביזטו אן איידעם? זאג איך אים ביים מהרש"א פרעגט ער מיר וואס הייסט זאג איך אים אז מיין שוויגער איז א מרשעת וואס איז מיין שווער...
גיי ווייטער
אז המן איז געווען א מסור, איז דאך זרש געווען א מסורה
זי האט געדרש'נט יש אם למסורת
קומט אויס אז ער האט געהאלטן יש אן למקרא

עס איז נאך זייער רוי
אבער לאמיר שרייבן מראה מקומות אפשר וועט זיך עפעס דעוועלאופן
מס' מכות דף ז' ע"ב
מתני' נשמט הברזל מקתו והרג רבי אומר אינו גולה וחכמים אומרים גולה מן העץ המתבקע רבי אומר גולה וחכמים אומרים מאינו גולה:

גמ' תניא אמר להם רבי לחכמים וכי נאמר (דברים יט, ה) ונשל הברזל מעצו והלא לא נאמר אלא מן העץ ועוד נאמר עץ למטה ונאמר עץ למעלה מה עץ האמור למעלה מן העץ המתבקע אף עץ האמור למטה מן העץ המתבקע אמר רב חייא בר אשי אמר רב ושניהם מקרא אחד דרשו ונשל הברזל מן העץ רבי סבר יש אם למסורת ונישל כתיב ורבנן סברי יש אם למקרא ונשל קרינן ורבי יש אם למסורת סבירא ליה

רשי שם
יש אם למסורת - כמה שנמסרה כתב של תיבה למשה אנו צריכין לדורשה ולא לפי המקרא כשאתה קורא ונשל אתה מוסיף הברה של אל"ף או של ה"א בין נו"ן לשי"ן ולפי המסורת ונישל כתיב ופירושו נישל שהשיל הברזל מן העץ המתבקע ומצא את רעהו ורבנן סברי יש אם למקרא ונשל קרינן לשון פעל הברזל עצמו נשל מעל עצו:

שפעטער האט זי זיכער געהאלטן אז יש אם למסורת און אויך אויב ער מאכט אחשורוש פאר א שליח איז ער חייב וועגן דעם האט זי געזאגט נפל תיפול לפניו

דעמאלס פארוואס האט זי געזאגט ובבקר אמור למלך ויתלו את מרדכי עליו? לשיטתה איז מען אין אזא פאל הערשט חייב? חוץ אויב וויל מען זאגן אז זי האט געוואלט פטור ווערן פון אים...

אנפאנג האט זי געזאגט יעשו עץ גבוהה חמישים אמה, נישט אז ער זעלבסט זאל עס מאכן

שפעטער שטייט ויאמר חרבונה וכו' גם הנה העץ אשר עשה המן למרדכי, איז משמע אז דוקא ווייל המן זעלבסט האט עס געמאכט איז ער חייב, דהיינו אז מען נעמט אן למקרא,
ובפרט אז חז"ל דרש'נען על העץ אשר הכין לו, אז ער האט עס צוגעגרייט פאר זיך זעלבסט, איז משמע אז ווייל ער האט זיך זעלבסט געפארעט איז ער חייב, דהיינו אז מען נעמט אן למקרא...

און כ'וועל אויספירן דעם רויען גולם, אז ווען דעם מאכט מען די ברכה על מקרא מגילה, ווייל די נס האט נאר פאסירט ווייל מען דרש'נט יש אם למקרא...

בקיצור. תן לחכם ויחכם עוד, עס איז דא אסאך האומווארק פאר אלע מחדשים...
סושי איז דייטעטיק
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 3:36 pm

Re: תורות און ווערטלעך לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סושי איז דייטעטיק »

א שיכור האט שפאצירט און גאס מיט א פלעשל משקה אריין געשטעקט און די בעק טאש אזוי גייענדיק האט ער זיך געגבן א גליטש אויס געכאפט א גיטן זעץ און ער שפירט אביסל נאס די הויזן זאגט ער רבוש’ע איך האף אז דאס איז נאר בליט
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: תורות און ווערטלעך לכבוד פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פורים שפיל
ליהודים ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר

איך בין שיכור איך קען נישט שטיין גראד,
די גאנצע וועלט דרייט זיך ווי א ראד,

איך טרינק א גלאז נאך א גלאז,
ביז סרינט ארויס פון מיין נאז,

עס קלעבט איין ווארט מיט'ן צווייטן,
יעדער קוקט אויף מיר ווי א צודרייטן,

אלע מיינע קליידער זענען אנגעבראכן,
און אלע בענקלעך זענען שוין צובראכן,

איך בין הייס אזוי ווי א טאסטער,
מיינע אויגן דרייען זיך ווי ראלי קאסטער,

מ'האט מיר שוין צוגענומען די שליסלעך פון מיין קאר,
איך בין שוין אינגאנצן צו נאר,

איך ווייס נישט פארוואס ס'איז אזוי געווארן,
אלע קארן פאפען אויף מיר מיט א הארן,

איינער שלעפט מיר שוין ביי מיין קאוט,
און ער שרייט וואס טוסטו אינמיטן ראוד,

ס'קוקט אויס ווי איך טו שוין אינגאנצן וועפן,
יעדער טוט מיר ווי א נאר שלעפן,

מ'טוט מיר אין אלע גאסן ארום פירן,
און אלע מענטשן קוקן פון די טירן,

אינמיטן זעה איך כ'בין געווארן א קאטשקע,
כ'האב אין א וואסער געגעבן א פלאטשקע,

און מיין העכסטע קול טוה איך ברימען,
ווער האט מיין שטריימל צוגענומען,

און אז כ'בין שוין משוגע אינגאנצן,
לאמיר זיך נעמען טאנצן,

ליהודים ליהודים.....
אורנשטיין משה
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 5:14 pm

Re: פורים תורה - ףירעמ טוירע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורנשטיין משה »

צהלתו בפניו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 9:49 pm
כהאב א פידיעף פון 168 זייטן
ווי אזוי ברענג איך עס אהער?
געב עס א שיק
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: פורים תורה - ףירעמ טוירע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

אורנשטיין משה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 01, 2023 6:40 am
צהלתו בפניו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 9:49 pm
כהאב א פידיעף פון 168 זייטן
ווי אזוי ברענג איך עס אהער?
געב עס א שיק
אישי מיר דיין אימעיל אדרעס און איך שיק דיר עס גערן - ווייל דא קען איך עס נישט ארויפפאקן
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”