א געשמאקע אינהאלטסרייכע חנוכה שפיל..!
שטעל אראפ די פראגע: וויפיל פשוטע געדאנקן קען מען טרעפן אין די הייליגע לעכט? יא אין די פשוטע לעכט מיט איר קנויט און אויל ס'לערנט אונז אסאך, איז פרעג די פארזאמעלטע וויפיל געדאנקן זיי האבן, דער וואס האט די מערסטע איז דער געווינער, פארשטייט זיך אז דערנאך שמועסט מען אלעס איבער בקול גדול וחזק..!
פאנג אן שפילן אוי וועסטו שעפן נחת הערנדיג די שיינע ענטפערס בעזהשי"ת.
בייגעלייגט האבן מיר געשריבן אכט ענטפערס אבער ס'איז בלי גבול...
א. א לעכטל ווי לאנג ס'ברענט שפרינגט עס כסדר ארויף און אראפ... די זעלבע איז מיטן מענטש ווי לאנג ער ברענט איז פארהאן מינוטן פון ארויף און אראפ, שרעק זיך נישט, ס'מיינט אז די לעבסט!
ב. אויל – די קלארע אויל וואס ברענט הערליך שיין האט א שטיקל היטוריא צו זיך, זייענדיג זיתים-איילבירטן האט מען עס אריין געלייגט אינעם בית הבד (פרעס מאשין), דארט איז עס צוקוועטשט און צודריקט
געווארן... גייסט אמאל אדורך א שווערע צייט, שפירסט געדריקט, געדענק אז נאר נאכן צודריקט ווערן צינד זיך אָן א שיינע פלאם.
ג. א לעכטל אפילו ווען ער איז שוין אינגאנצן אויסגעברענט גייט נאך די רויעך אויף ארויף... דער איד נישט קיין חילוק אין וואסערע מצב ער געפינט זיך, ער שפירט זיך אויסגעברענט דארף ער אלץ צילן אויף ארויף.
ד. קנויטן – די טבע פון א טריקענע קנויט איז: ס'ווערט גלייך פארברענט, כדי א קנויט זאל שיין ברענען דארף עס זיין דורך געווייקט אין אויל... דער איד כדי ער זאל שיין ברענען דארף ער זיין אדורך געווייקט, מיט תורה תפילה מצוות און ווארעמקייט!
ה. אויל – אפי' דער מענטש האט נאר א קליין טראפל וועט עס שוין אנצינדן און ברענען פאר א לענגערע צייט... אפילו א קליין טראפל עבודת ה' וועט שוין אנצינדן און ברענען פאר א לענגערע צייט, דארפסט נישט אנפאנגן מיט אסאך.
ו. דער פלאם איז צוזאם געשטעלט פון אסאך הערליכע קאלירן... דער עבודת ה' פונעם איד דארף האבן אין זיך אלע קאלירן וואס דאס מיינט תורה עבודה גמילת חסדים און פיל נאך.
ז. א לעכטל זיין גאנצע געשטעל איז שטיל און געלאַסן אז נאר קוקנדיג אויף אים ווערט מען בארואיגט, דער מענטש דארף זיך פירן שטיל און געלאסן אז די גאנצע ארום זאל אטעמען רואיגקייט.
ח. דער פלאם מאכט ליכטיג און ווארעם, ס'צינט אָן אנדערע, דער איד דארף כסדר מאכן ליכטיג און ווארעם פאר זיך פאר זיין שטוב און פאר עם ישראל!
א לעכטיגע און פרייליכע חנוכה!
נ.ב. די גאנצע איז א חלק פון מיט א טיפערן בליק חנוכה תשע"ה, גענומען מיט רשות!
א געשמאקע אינהאלטסרייכע חנוכה שפיל..!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 465
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm
- אַבּערוואַס
- שר האלפיים
- תגובות: 2178
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 253
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm
בעסטע שפיל
געשפילט נעכטן ביים חנוכה מסיבה די שפיל עס האט געארבעט עפעס מורא'דיג בעסער ווי פארגעשטעלט ב"ה
איך האב זיך פארגעשטעלט מעיקרא אז יעדער וועט האבן בערך די זעלבע פאר זאכן אבער צום סוף איז געווען אזוי שיין יעדער האט געהאט בערך 10-15 שטיק און אלעס איז געלאפן אויף אן אנדערע גאנג עס איז פון די אלע סך הכל נאר געווען איינס די זעלבע
און ביי די שפיל האבן מיר זיך איינגעקויפט פיל ידיעות און געדאנקן אויף חנוכה און היינט ביים צינדן וועט די ליכט זיין גאר אנדערש אי"ה
דע שפיל איז בייגלייט געווארן מיט פיל מער ווען יעדער האט אויסגערעכנט זיין ליסטע האט מען מסביר געווען מיט טייטשן פון ספרים און וואס מען האט געקלערט עס איז געווען א ריכטיגע שלל רב
מען קען דערויף ריכטיג זאגן עס איז געווען א שפיל וואס ברענגט א תענוג רוחני און גשמי
ביי די מסיבה האט יעדער געדארפט ברענגען א שפיל איך האב דאס געברענגט און עס איז געווען די בעסטע שפיל גאר, יעדער האט דאס באווינדערט
איך ראוט אייך פראבירט עס אויס איר וועט באמת הנאה האבן בעזר השם

- א דרויסענדיגע
- שר מאה
- תגובות: 135
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:57 pm
Re: א געשמאקע אינהאלטסרייכע חנוכה שפיל..!
גיימער עס טרייען אי"ה