ארויסטראגען איינער וואס שלאפט פין די סוכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

יעצט באמערק איך (כדרכי הייב איך אן אן אשכול פון אונטען אן...) אז @הצעיר האט שוין פריער געברענגט ממש די ווערטער פון פייערמאן, בשם ר' אלעזר משה. די פראבלעם איז זיך לייגן שלאפן, און דעריבער איינער וואס דרימלט איין מחוץ לסוכה איז נישט קיין פראבלעם.

האקט.

ווי געשריבן האב איך אנגעהויבן פון אונטען..

איך זעה נישט אז פייערמאן זאל דערמאנען מצוה עוברת.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:זאגסט פונקט ווי איך. אבער נישט דאס האב איך פארשטאנען אז @פייערמאן האט געמיינט.

מען דארף נישט אריין לייגן דעם כעין תדורו חלק.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

אבער טראכטענדיג אריין, איז דער אויבערדערמאנטע ר' אלעזר משה א שטיקל פלא. זיין ראיה בויט ער פון דעם וואס די גמרא פרעגט נאר ערבך ערבא צריך אויף דעם שומר און נישט אויף דעם עצם הולך בתפילין/ מחיוב בסוכה, און פון דעם בויט ער אז עס איז נאר א פראבלעם זיך לייגן שלאפן. אבער ביי תפילין איז דעס דאך נישט שייך צן זאגן, וויבאלד די חשש איז שמא יפיח איז דאך זיכער די פראבלעם די עצם שלאפן און נישט די גיין שלאפן.

לכאורה דארף מען לפי זה בויען נאך שטערקער. אז אפילו ביי תפילין, איינער וואס אין איינגעשלאפן און מאכט למעשה א נפיחה איז עס נישט קיין פראבלעם וויבאלד ער שלאפט און ער איז פטור פון אלעס. די גאנצע פראבלעם איז נאר זיך אריין צו לייגן אין א מצב ווי ער קען צו קומען צו א נפיחה און דעריבער מעג ער זיך נישט לייגן שלאפן. ולפי"ז, איינער וואס איז איינגעשלאפן מיט תפילין איז נישט דא קיין חיוב אויפצווועקן, פונקט ווי ביי סוכה. (דא איז די חידוש נאך גרעסער ווייל ער גייט בפועל טוהן א מעשה איסור.)
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

פייערמאן האט געשריבן:אין חידושי מהרי"ל דיסקין עה"ת אין פרשת אמור אויפן פסוק בסוכות תשבו שבעת ימים, פרעגט ער א שיינע קושיא אויף די משנה אין מס' סוכה 'הישן תחת המטה לא יצא יד"ח', דהיינו, ער טענה'ט אז די לשון 'לא יצא יד"ח' איז זייער אינטרעסאנט, ווייל לכאורה איז דאך נישט דא קיין חיוב צו שלאפען אין די סוכה (אזוי ווי מיר האבן שוין אויבען דערמאנט) נאר ווען איינער וויל שלאפען דארף ער גיין שלאפען אין די סוכה, אויב אזוי וואס הייסט לא יצא ידי חובתו, נאכמער פרעגט ער, די לשון לא יצא יד"ח איז שייך צו זאגן אויף א זאך וואס דער מענטש קען מתקן זיין, למשל ווען א מענטש האט נישט אינזין געהאט ווען ער האט געגעסן די כזית מצה, לא יצא יד"ח, ממילא דארף ער איבער עסן, אבער דא וואס איז דען שייך צו זאגן, ער זאל נאכאמאל גיין שלאפען?!

ענטפערט ער דארט אין די צווייטע שטיקל, אז די פשט איז אז עס גייט ארויף אויף אנדערע, אנדערע וואס זעהן ווי א מענטש שלאפט תחת המטה, זאלן זיי וויסן אז דער מענטש איז נישט יוצא און זיי זאלן גיין אראפנעמען די בעט, אדער אים אויפוועקען (ער איז מסופק אז עס קען אפשר זיין אז עס איז נישט גענוג אראפצונעמען די בעט, נאר מען מוז אים אויפוועקען מכח מצוות צריכות כוונה, וואס אגב זעהט מען פין אים נישט ווי דער מנ"ח וויל אויפטוהן אז א גאנץ יו"ט איז נישט דא קיין מצוה צו זיין אין סוכה, נאר אן איסור צו עסן אינדערויסען פין סוכה, און אזוי אויך לערנט דער ראגעטשאווער בעצם ביים שלאפען אין די סוכה) עכ"פ זעהט מען פין אים אז עס איז יא דא א חיוב אויפציוועקען א ישן.

דער מהרי"ל אליין פרעגט מ"ש פון איינער וואס איז אהיים געגאנגען שלאפן צוליב די רעגן וואס איז נישט מחיוב צוריק צו גיין ווען די רעגן ענדיגט זיך, און ער ענטפערט שאני הכא וואס דער מענטש האט זיך אליין אריין געלייגט אין דעם מצב "כיון דהוא עצמו הכניס עצמו בזה". איז משמע אביסל פון דעם אז ער רעדט אביסל מתורת קנס, ווייל אז נישט וואס האט ער גענטפערט - אויב איז דא א חיוב גייט עס אייביג אן. אבער בפשטות קען מען זאגן אז זיין כוונה איז אז די היתר פון טירחא האט מען נישט געגעבען פאר איינער וואס האט זיך אריין געלייגט אין אזא מצב בידים און דעריבער איז יא א ראיה מדבריו, כדברי הרב הכותב.

אבער די עצם זאך אז ער שרייבט אז עס איז דא כוונה ביים שלאפן זעהט מען אויך אז ער האלט אז עס איז דא עפעס א מצוה ביים זיך לייגן מער ווי ביים שלאפן - בשעתן שלאפן קען מען דאך נישט האבן קיין כוונה. ויש לעיין פונקטליך בגדרן של הדברים.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: ארויסטראגען איינער וואס שלאפט פין די סוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

די גר''א אין תרס''ט ברענגט צו א ירשלמי וואס איז מדמי תשבו כעין תדורו צי מצות ישוב א''י זענען דא אחרוינים וואס ווילען טענען אז מצוות ישוב א''י איז מען מקיים אפי' אלץ ישן ווייל די עיקר איז די עכבה און אויב די מצוה איז נישט א פעולה נאר א אפי' א פועל יוצא אז מען איז געווען דארט דעמאלסט ה''נ סוכה די 7 טעג דארף מען זיך מעכב זיין אין די סוכה און דאס גייט אן אפי' אלץ ישן (וזהו לפי שיטות הרא''ש דתשבו פי' עכבה משא''כ לפי' שיטוצ הרמב''ם דתשבו פ' פעולת הישיבה מש''כ מקדשין בעמידה)
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: חידושו של הג"ר שלמה זלמן ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
עס זענען דא אסאך ראיות צו דעם יסוד פון הגאון רבי שלמה זלמן זצ"ל
א: אויף דער יסוד אז א ישן איז בכלל נישט מחויב מצוות, ווערט געברענגט שוין דעם יסוד און שו"ת שאילות יעב"ץ (ח"ב סי' צז) דהישן אין לו שכר ואין לו עונש ע"ש, וויא אויך בערך אזוי שרייבט דער ערוך השלחן און הל' תפילין (סי' כח ס"ו) און ער ברענג א ראיה אז מיר זאגען יעדען טאג, "המחזיר נשמות לפגרים מתים", ווען מיר שלאפען זענען מיר אזוי וויא א מת ע"ש, מצד שני איז דא א לאנגע תשובה און קרן לדוד (או"ח סי' יח) וויא ער איז מוכיח פון כמה מקומות אז עס איז דא א חיוב אויף מצוות אפילו ביי א ישן ע"ש.
ב: אויף די עצם חידוש פון הגרש"ז אוירבאך ז"ל, כבר קדמו און חידושים והגהות פון הג"ר אלעזר משה הורוויץ זצ"ל, וואס איז געדרוקט סוף פון די גמרות (היינט הייסא עס ילקוט מפרשים וכדו') וואס ער שרייבט קלאר (סוכה כו.) אז איינצידרימלען חות לסוכה איז בכלל נישט קיין חשש, נאר דער עצם גיין שלאפען חות לסוכה איז א פראבלעם ע"ש, און דעס איז ממש די ווערטער פון רבי שלמה זלמן דו"ק.
עס איז נישט מוכרח אז הגרא“מ הורוויץ האלט אויך אז מען איז נישט מקיים א מצוה בשעת'ן שלאפען
עס קען זיין אז אליין איינשלאפען איז א אונס און מען דארף אים נישט אויפוועקען אלטס מצטער
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
קראקע שמש
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 7:43 pm
לאקאציע: have no clue

Re: ארויסטראגען איינער וואס שלאפט פין די סוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראקע שמש »

פייערמאן האט געשריבן:
א באקאנטע חידוש וואס דרייעט זיך ארום בשם הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך ז"ל - און עס איז שוין געדרוקט אין הליכות שלמה ח"ב פ"ט הל' יז - אז ווען איינער האט נישט קיין פלאץ צו שלאפען אין די סוכה, קען ער ארויסטראגען איינער וואס שלאפט שוין פין די סוכה, וויבאלד יענער וואס שלאפט שוין איז נישט מקיים קיין מצוה בשעת'ן שלאפען, און אזוי אויך האט ער נישט קיין איסור צו שלאפען חוץ לסוכה, וויבאלד א ישן איז בכלל נישט מחויב במצוות, און ער איז פטור פין כל התורה כולה פונקט ווי א שוטה, נאר א מענטש וואס וויל זיך גיין לייגן שלאפען האט א חיוב צו גיין שלאפען אין די סוכה, אלס תשבו כעין תדורו, אבער בשעת'ן שלאפען איז ער בכלל נישט מקיים קיין מצוה, און נאך מער מען מעג אים אפילו ארויסנעמען פין די סוכה, (אין הליכות שלמה ווערט געברענגט אז ער האט אמאל אזוי גע'פסק'ענט אויף א מעשה שהיה) און לויט דעם זאגט ער אז אויב איינער איז איינגעשלאפען חוץ לסוכה, איז בכלל נישט דא קיין חיוב אים אויפציוועקען ער זאל גיין שלאפען אין סוכה, ווייל ווי געזאגט איז א ישן בכלל נישט מחויב מיט קיין מצוות.

אין די אחרונים טוט זיך טישן און בענק אויף דעם חידוש, סיי דירעקטע סתירות פין דיני סוכה אליין, און סיי כלליות'דיג אויף דעם יסוד אז א ישן איז פטור פין כל התורה כולה, וועלן מיר פרובירען צו ברענגן אביסל די ראיות פין ביידע זייטן, געוויסע האב איך שוין געזעהן ברענגען אין די אחרונים און געוויסע נישט, אוודאי קען מען דא נישט דורך טוהן די גאנצע סוגיא לעומקה ולרחבה, אבער אביסל אויפן שפיץ גאפל.

קודם וועלן מיר רעדן כלליות'דיג פין די דינים פין א ישן, אין הל' ברכות סי' נ"ה ברענגט די מחבר אז א ישן קען מען מצרף זיין צו מנין, ברענגט אבער די משנה ברורה (ס"ק לד) פין ט"ז און פר"ח וואס קריגען און האלטען אז מען קען נישט מצרף זיין קיין ישן 'דישן חשוב כשוטה', די לשון הפר"ח איז 'וכ"ש למ"ש הב"י כו' דישנה לית בה דעת כלל וגריעה מחרשת'.

אין הל' תפילין פרעגן די אחרונים א קושיא אויפן רמב"ם וואס שרייבט אז 'חייב אדם למשמש בתפיליו כו' שלא יסיח דעתו אפילו רגע אחת', לכאורה אין די גמרא איז מבואר אז א שינת עראי מעג מען שלאפען מיט די תפילין, איז ווי אזוי קען זיין אז מען טאר נישט מסיח דעת זיין אפילו א רגע, ענטפערט דארטן דער ערוך השולחן (סי' כח אות ו') 'ולדידי לא קשה כלל שהרי אדם מוכרח לישן ואז פטור מכל המצוות ומה שייך אז היסח הדעת, ורבנן כו' והרי בשעת השינה אנחנו כמתים, ולכן אנו מברכין המחזיר נשמות לפגרים מתים, ואיזה חיוב שייך על האדם אז'. (וראה ג"כ בקרן אורה מנחות לו: שכתב כן על קושית התוס' ישנים דאמאי אמרינן דאסור לישן בתפילין משום שמא יפיח, תיפוק ליה משום היסח הדעת, וכתב לתרץ כנ"ל שבשעת שינה אינו בר חיובא, ממילא לית ביה משום היסח הדעת)

אין הל' ציצית סי' כא ברענגט דער מג"א פין אריה"ק אז מען זאל שלאפען ביינאכט מיט א טלית קטן, אפילו לילה לאו זמן ציצית, און דער אריה"ק ברענגט א ראי' פין דעם וואס די גמרא זאגט אין מנחות מג:, אז דוד המלך ווען ער איז געווען אין בית המרחץ, האט ער געזאגט אוי לי שאני ערום מן המצוות כיון שנזכר במילה כו', לכאורה פארוואס האט ער נישט געזאגט אזוי יעדע נאכט, אלא מאי איז ער געשלאפען מיט ציצית ממילא האט ער יא געהאט א מצוה (ראה שם בהגהות רע"א שהוא לשיטת הרא"ש דכסות יום חייב בציצית גם בלילה) לכאורה סיי פין די קושיא פין אריה"ק - פארוואס ער האט עס נישט געזאגט יעדע נאכט - און סיי פין די תירוץ, אז ער האט געהאט ציצית, זעהט מען אז מען קען מקיים זיין מצוות בשעת'ן שלאפען, ווייל אויב נישט וואס איז די קושיא פין ביינאכט, מען איז דאך נישט מחויב דעמאלטס מיט קיין מצוות, און אויך וואס האבן איך אויפגעטוהן אז ער האט אנגעהאט ציצית, בשעת'ן שלאפען איז מען נישט מקיים קיין מצוה, אבער באמת דאס קען מען מדחה זיין אז דער אריה"ק'ס ראי' איז אז ער איז געגאנגען מיט ציצית ביינאכט, ווייל אויב נישט, 'פארן' שלאפען ביינאכט איז ער דאך געווען ערום מן המצוות, אלא מאי האט ער אנגעהאט די ציצית, אבער פין בשעת'ן שלאפען אליין איז טאקע נישט קיין קושיא, באמת האב איך געטראפען אין משיב דבר פינעם נצי"ב (ח"א סי' מז) אז ער ווענדט טאקע אפ די ראי' מיט דעם, דאס הייסט אז בשעת'ן שלאפען איז נישט קיין קושיא, ווייל א ישן איז פטור מן המצוות, ממילא האט זיך דוד המלך נישט מצער געווען אויף דעם, און ממש פארן שלאפען, האט ער געלערנט, אזוי ווי די גמרא זאגט אויף דוד המלך שלא פסק פומיה מגירסא, נאר אין בית המרחץ וואס מען טאר נישט לערנען האט ער זיך מצער געווען.(וכן הוא בקרן אורה הנ"ל)

אבער ווייטער פין מג"א דארט קען מען לכאורה יא ברענגען א ראי', דהיינו ווייל די מג"א וויל מדחה זיין די ראי', און ער וויל זאגן אז דוד המלך האט עס נישט געזאגט ביינאכט, ווייל ער האט געהאט מזוזה ממילא איז ער נישט געווען ערום מן המצוות (א מורא'דיגע חידוש אגב, אז מצוות מזוזה איז מען נישט מקיים נאר ווען מען לייגט עס ארויף, נאר אויך ווען מען וואוינט אין די הויז, דוגמת מילה כידוע דברי האו"ז שמביא ראי' מגמ' הנ"ל), איז באקאנט די תשובה אין רע"א (ח"א סי' ט) וואס וויל אויפטוהן אז ווען א מענטש איז נישט געווען אין זיין הויז א לאנגע צייט, ווען ער קומט צירוק דארף ער מאכן א ברכה אויף די מזוזה, ווייל בשעת ער איז נישט דארט געווען איז ער נישט געווען מחויב מיט מזוזה, אפילו ער וואוינט דאך נאך דארט, מיט דעם אלעם, בשעת ער איז נישט דארט איז ער נישט מחויב, ברענגט ער א ראי' פין די מג"א וואס זאגט אז ביינאכט האט דוד המלך געהאט מצוות מזוזה, לכאורה פארוואס דעמאלטס אין בית המרחץ האט ער געזאגט אז ער איז ערום מן המצוות, ער האט דאך געהאט אינדערהיים א מזוזה, אלא מאי וויבאלד ער איז נישט דארט געווען איז נישט דעמאלטס מקיים מצות מזוזה, למעשה וואס מען מוז אבער זאגן, אז ווען איך מענטש שלאפט איז ער מקיים מצוות מזוזה, ווייל אויב נישט, קומט אויס - לויט רע"א - דארף מען יעדע צופרי מאכן א ברכה אויף די מזוזה, ווייל ביינאכט איז מען דאך נישט געווען מחויב.

נאך א ראי' - דירעקט צו סוכה - דער אלי' רבה דארטן וויל פארענטפערן די קושיא פין מג"א אויפן אריה"ק, פין מזוזה, זאגט ער אז די אריה"ק'ס ראי' איז געווען פין סוכות ווען מען שלאפט אין די סוכה וואס האט נישט קיין מזוזה, אבער דער אלי' רבה איז עס גלייך מדחה ווייל דעמאלטס האט ער דאך געהאט מצות סוכה, זעהט מען פין אלי' רבה אז מען איז מקיים א מצוה בשעת'ן שלאפען אין די סוכה (אלא שיש לדחות כנ"ל)

נאך א ענין ווי מען זעהט ישן פטור מן המצוות, עס איז באקאנט פין ר' ישראל סאלאנטער ז"ל (מובא בספר עמק ברכה ודומה לזה כתב גם השפ"א במגילה) אז ער האט געזאגט אויף די מימרא חייב אינש לבסומי בפוריא עד דלא ידע כו' אז די פשט איז נישט אז מען מוז טרינקען ביז מען ווערט שיכור, און אויב איינער איז נישט געווארן שיכור האט ער נישט יוצא געווען, נאר די מצוה איז צו טרינקען און צו טרינקען אן א שיעור, נאר ווען א מענטש קומט צו א מצב פין עד דלא ידע איז ער בבחינת שוטה וואס איז פטור מכל המצוות, ממילא דארף ער מער נישט טרינקען, ממילא איז עד דלא ידע נישט קיין שיעור, נאר א פטור, ממילא אויב א מענטש האט געטרינקען און געטרינקען און נישט געווארן שיכור, האט ער געהעריג מקיים געווען די מצוה, און מיט דעם האט ער מסביר געווען דאס וואס די רמב"ם זאגט ושותה יין עד שישתכר וירדם בשכרותו, אז ווען דער מענטש שלאפט איין איז ער שוין פטור צו טרינקען ווייל ישן פטור מכל המצוות.

די אחרונים ברענגען אויך פין מצוות שמירה אין ביהמ"ק וואס מען האט מקיים געווען בשעת'ן שלאפען, אזוי אויך איז א מדובר אין די אחרונים צו מען קען מל'ן א ישן (ראה כתבי קה"י החדשים שבת סי' לד) אויך איז דא אן אריכות אין שד"ח מער' י' אות לד וראה עוד במשנה הלכות ח"יב סי' ש"ס

המשך אי"ה, דירעקטע ראיות פין הל' סוכה, און אויך וועגן די צווייטע חידוש אז מען דארף נישט אויפוועקען איינער וואס שלאפט חוץ לסוכה, וואס לכאורה איז מבואר איבעראל פארקערט, ביי זמן קריאת שמע און א כהן בבית המת
איך וואלט נישט געראטן אז זאלסט עס טוהן מיט דיין עלטערע ברידער :wink:
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”