עניני שובבי"ם ת"ת

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נישט גוט
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 28, 2012 10:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט גוט »

א שיעור מוסר ווי? אינעם חק?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דא האסטו די לשון פונעם חיד"א, עס קומט פון די חלק המוסר פון חק לישראל ג' בשלח:

הבא לתקן פגם הברית, אם לא נשא אשה לשוא צרף צורף, והמאחר לישא מאיזה טענות, ידע נאמנה כי מאבד עולמו ונפשו. ומה יסכון גבר להתענות בימי השובבים והוא עובר על דת וכל ימיו בעבירה, ומבן עשרים שנה ואילך אומרים עליו תפחנה עצמותיו. כו' כו'. לכן טרם כל ישתדל לישא אשה, וזהו עיקר התיקון. ומבלעדי זה שוא עמל בכל התעניות והסיגופים, ובעל שכל יבין את זאת.
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

שמן זית האט געשריבן:ווי איז די מקור אז פרשת בא איז עיקר של שובבי"ם?
היינט געזען אין חידו"ת פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע אין די שובבי"ם תורה תשי"ז של"ס, דארט זאגט ער אז פרשת בא איז ספעציעל שטארק די ענין פון שובבי"ם, ווייל דאן איז צובראכן געווארן די קליפה פון מצרים און די אידן זענען באפרייט געווארן פון דארט, ער זאגט נאך עפעס א ווארט צוויי וועגן דעם איך געדענק נישט פונקטליך, אבער ער ברענגט עס נישט פון קיין שום מקור.
דאס איז מער אינמיטן אבער נאך אין די ערשטע האלב פון די תורה (אין דעם קונטרס חדו"ת איז עס געווען בערך פיר בלעטער נאכן אנהייב פון די תורה).
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9579
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

ייטב לב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

איך האב יעצט געזעהן א בריוו פון ייטב לב צו א תלמיד און ער שרייבט "ער זאל פאסטען שובבים יום ראשון בשבוע" זונטאג
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: עניני שובבי"ם ת"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

מקור אז שובבי"ם איז א הכנה צו די ד' פרשיות
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: עניני שובבי"ם ת"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

שובבי“ם ת“ת תשפ“ב
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: עניני שובבי"ם ת"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

ס'איז דא געוויסע זאכן וואס ווערט געברענגט אין ספרי קודש [עי' ראשית חכמה, יסוד יוסף ועוד] אז ס'איז כאילו ח"ו לבטלה, יעצט שובבי"ם דארף מען נאכמער נזהר זיין דערין.

איינע פון די זאכן וואס מ'דארף זייער אכטונג געבן איז אז ביי הויכע שמו"ע זאל זיין תשעה עונים, אז נישט ווערט עס גערעכענט ח"ו פונקט ווי די ביטערע חטא.
אויך רעדן דברים בטלים ווערט גערעכענט ווי די ביטערע חטא.

און אגב; שובבי"ם מיינט נישט אז מ'דארף זיין אנגעזעצט, בשמח"ה מיט די אותיות איז בגימטריא שובבי"ם, מ'דארף דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה און תשובה טוהן מתוך אהבה ושמחה.
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

אראפ ברענגען א ערעפלאן צו א אפגעפארענע איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

אין יאר תש"ך, האט פאסירט א מורא'דיגע מעשה וועלכע איז דאן באקאנט געווארן איבער דער וועלט.

דער פיטסבורגער רבי, הרה"ק בעל "אמונת אברהם" זי"ע, איז געפארן קיין ניו יארק, באגלייט מיט אכט מקורבים.

אינמיטן וועג, האט דער עראפלאן זיך אנגעשטויסן אין שוועריגקייטן, און נישט האבענדיג קיין לופטפעלד ווי צולאנדען האט מען שוין אפילו געלאזט וויסן פאר די פאסאזשירן פונעם עראפלאן, זיי זאלן זיך גרייטן צום... ל"ע.

דער באשעפער האט אבער געהאלפן, און די לעצטע מינוט האט מען געטראפן אין דער געגנט א קליינעם לופטפעלד,און דער עראפלאן דארט געלאנדעט. פון דארט, זענען די פאסאזשירן געפארן קיין אמעריקע מיט אן אנדערןעראפלאן.

אראפקומענדיג פון עראפלאן, איז שוין געווען דער "זמן תפילה", און דער רבי האט געזוכט אן ארט צו דאווענעןאויפ'ן לופטפעלד.

זיינע מקורבים זענען צוגעגאנגען צו איינעם פון די ארבעטער אויפ'ן לופטפעלד, און איהם געפרעגט וואו עס איז דא אן ארט צו דאווענען. באלד ווען ער האט געהערט זייער פראגע, האט דער ארבעטער אויפ'ן לופטפעלד גע'חלש'ט... ווען ער איז געקומען צו זיך, האבן זיי איהם געפרעגט אויף די סיבה פון זיין חלשות.

האט דער פארשוין זיי דערציילט, אז כאטש ער זעהט ליידער אויס ווי א גוי גמור רח"ל, איז ער א איד, "פון א היימישע שטוב", זיינע חסיד'שע עלטערן האבן געוואוינט אין דער וויליאמסבורג געגנט... ליידער איז ער אבער אראפ פון אידישן וועג רח"ל, ביז ער איז פארוואגלט געווארן אויף דעם ארט, צווישן גויים גמורים, וואו ער האט ליידערנישט קיין שייכות מיט אידישקייט.

דערציילט ער ווייטער, אז נעכטן אווענט, ווען ער איז איינגעשלאפן, האט ער געזעהן זיין טאטן אין חלום, אוןדער טאטע האט פון איהם געפאדערט ער זאל זאגן נאך איהם "קדיש", ווייל היינט איז זיין יארצייט... "האב איך געזאגט צו מיין טאטן, טאטע זיסער... וואס וועט דיר שוין צוגעבן מיין קדיש, אין מיין שוואכן מצב אין אידישקייט?..."

דער טאטע האט זיך אבער געהאלטן ביים זייניגן, אז ער נויטיגט זיך אין א קדיש לטובת נשמתו. "האב איך איהםווייטער געפרעגט, ווי אזוי קען איך זאגן קדיש דא, ווען איך געפין זיך אין א ווייטן ארט אן קיים שום אידישן נפש אין געגנט?!". האט דער טאטע איהם געענטפערט: "און אז איך וועל דיר שיקן א מנין אידן צו דאווענען דא,וועסטו זאגן קדיש?!". האב איך איהם געענטפערט, "יא!".

דער איד האט אויסגעפירט, אז צוליב דעם איז ער געווארן אזוי איבערראשט ווען ער האט געזעהן 9 פרומע אידן וואס זענען דא ווי "אראפגעפאלן פון הימל"... אטהאט זיין פאטער איהם געשיקט א מנין אידןַ, כדי ער זאל קענען זאגן קדיש נאך איהם... דער סוף איז געווען, אז יענער פארשוין האט דערנאך תשובה געטוהן, און זיך אומגעקערט צו זיין ערליכן שטאם.

*

לאמיר זיך, אלזא, מתבונן זיין אביסל אין דער דאזיגער מעשה. פארוואס איז יענער, וואס איז שוין געווען אזוי ווייט פון שמירת התורה והמצוות, נתעורר געווארן? דאס איז דאך געווען נאר דערפאר ווייל ער האט איינגעזעהן,אז כאטש ער איז אינגאנצן אויסגעריסן און אזוי נידעריג ברוחניות, האט זיין "קדיש" נאך אלץ א חשיבות אין הימל,אויף אזוי ווייט, אז זיין טאטע האט זיך באוויזן צו איהם פון הימל, זיך צו בעטן ביי איהם ער זאל זאגן קדיש נאך איהם.

"לדידן יאמר"! עס איז א לימוד פאר אונז אלע, ווי ווייט מיר דארפן נתעורר ווערן ווען אונזער גרויסער ליבער טאטע אין הימל, פאדערט פון אונז: "שובו בניםַ שובבים". און אפי' ווען מיר האבן זיך ליידער אזוי דערווייטערט, קוקט ער ארויס אויף יעדע גוט זאך וואס מיר וועלן טוהן. יעדע "קלייניגקייט" פון אונזער זייט, איז אויסערגעווענליךחשוב און באליבט ביי דעם אויבערשטען ברוך הוא.

(קרעדיט: באר הפרשה - וארא)

גענימען פון היט דיינע אויגןאימעליס
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אראפ ברענגען א ערעפלאן צו א אפגעפארענע איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

green sunday האט געשריבן:

שיינע מעשה, יישר כוח!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”