עניני שובבי"ם ת"ת

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

עניני שובבי"ם ת"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיר האבן בעזהשי"ת שוין ארייגעטרעטן אין די ימי השובבי"ם, פאר סאטמארע חסידים ליגט אריינגעבאקן אין די ביינער די פייערדיגע דברי כיבושין והתעוררות פון רביהקוה"ט זיעועכ"יא אין די וואכן, אפי' איך/מיר האבן נישט געהאט די זכיה אליינס מיטצולעבן דעם התרוממות דקדושה בצלא דמהימנותא ווען דער רבי האט געוואשן אידישע נשמות במשך שעות ארוכות בעת רעווא דרעווין, איז אבער פארבליבן די טעיפס לעד ולעלם לנו ולבנינו ולבני בנינו עד סוף כל הדורות מיט וועלכע מיר קענען האבן א שטיקל באגריף אפס קצהו וויאזוי דארט האט אויסגעקוקט, דער התעוררות לתשובה, דער תשוקה צו זיין ערליך, דער רצון צו טוהן דעם רצון השם.

א סקרוך לויפט מיר אדורך אין די ביינער ווען איך לערן דעם ערשטן רש"י אין פר' ויחי נסתמו עיניהם ולבם של ישראל, דער פסוק אין שמות ויאנחו בני ישראל מן העבודה, ושמי השם לא נודעתי להם פון פר' וארא, אא"וו, עס קלונגט מיר אין די אויערן די ווערטער "מ'זאל מיר די זכיה האבן" "מ'זאל מיר חלילה נישט נדחה ווערן" "מתקן זיין וואס מ'קאן" דער זיסער ניגון ווי דער רבי זינגט זיך אונטער בשעת ווען זיינע מחשבות זענען פיל מיט העכערע ענינים, בשעת ווען אידישע קינדער אינג און אלט פארגיסן טייכן טרערן מאין הפוגות, בזמן וואס מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן שטייען צפופום שעות ארוכות צו הערן די דברות קודש מפום ממלל רברבין, דער ניגון גייט מיר נישט ארויס פון קאפ אפי' איך האב נישט זוכה געווען דאס צו הערן בחוש.

ובכן מה נהדר היה המראה!

יעצט אביסל ארום דעם שובבי"ם-ת"ת:
1) ווי איז דער מקור הדברים
2) איז דאס געווען או אנגענומענער מנהג ביי רביים, מאריך צו זיין זי של"ס איבער די ענינים די וואכן
3) האבן אלע אדמור"י בית סיגוט אריינגעלייגט אזעלכע כוחות דערביי
4) האט דער רבי זעלבסט אזוי זיך געפירט אינדערהיים
5) איז דער ת"ת בשנת העיבור אן אנגענומענער חלק פון די ימי השובבי"ם
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מאנטאג פעברואר 18, 2008 3:06 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מ'האלט מיר שוין אידן אין די דריטע וואך פון שובבי"ם, לאמיר נישט פארקריכען צו אזעלכע נער'ישע ענינים ווי ווער עס איז ראוי מוסר צו זאגן פאר אידישע קינדער, כי ממנו נקח לעבוד את ה', מברויך מיר זיך נעמען אין די האנט אריין, בנערינו ובזקינינו נלך, ווילאנג מ'האמיר נאך אביסל זקינים שכל זמן שמזקינין דעתן מתישבת, לאמיר הערן אביסל וויאזוי עס האט אמאל אויסגעזעהן אזעלכע זמנים.

מיין זיידע ז"ל איך האב אים נאך גוט געקאנט, האט אריבער זעכציג יאר געפאסט יעדן דאנערשטאג בימי השובבי"ם, נישט ווייל ער האט פארברענגט די צייט אויף די אינטערנעט, אדער ווייל ער האט געלייענט צופיל דעם דבר יום ביומו, אפגערעדט אז ער האט נישט געהערט קול מבשר טעגליך, די אלע זאכן זענען נאך דאן געווען דברים שלא באו לעולם, די אידן זענען אריבער א אוישוויץ, פארלוירן עלטערן, ווייבער, קינדער און וואס נישט, מיט דעם אלעם האבן זיי געוואוסט אז ווען ס'קומט שובבי"ם איז עת לחשוב, וחשב עם קונהו, על כן יאמרו המושלים באו חשבון אלו המושלים ביצרם, באו ונחשוב חשבונו של עולם.

לאמיר נישט ארויסגיין בידים ריקניות, בא אל פרעה והתרה בו, דער יצר הרע דער פרעה, לאמיר אים אנווארענען כי אם מאן אתה לשלח, אז דו לאזט אונז נישט אפ באצייטנס, מי ומי ההולכים, וואס וועט פון אוז בלייבן.

[פורים תורות לאז איבער פאר א צווייט מאל, מיללער, זיי אזוי גוט, ייש"כ]

למעשה, אפשר מאך מיר דא א שטיקל תשובה-דרייוו?
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

דהיינו
פארשלאגן?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך קען א קרעטשמע מיטגליד (אפשר האט ער אונז שוין פארלאזט?) וואס פאסט יעדן שני וחמישי שובבי"ם.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רבי,
די פארשלאגן ווילן מיר הערן פון אייך, איך האב נאר געברענגט עפעס למחשבה, אפשר א קאפיטל תהלים בינעזאם טעגליך, אדער לערנען א מוסר ספר צווישן די שיעורי היום-יומיים, פילייכט א קבלה טובה בעניני בין אדם לחבירו וכדו', מ'פארלאנגט דאך נישט פון אונז עפעס מעיזשאר, פלעגט דער רבי זאגן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער האט געשריבן:איך קען א קרעטשמע מיטגליד (אפשר האט ער אונז שוין פארלאזט?) וואס פאסט יעדן שני וחמישי שובבי"ם.


מורא'דיג, און אזא אטמאספערע געפין איך זיך? צווישן אידן מיט אזעלכע השגות, אשרינו מה טוב חלקינו!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

Re: שובבי"ם (ת"ת)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

שיינע דרשה רבי. הגהות והערות, ווען כ'על האבן די נערווען אין באזיץ!
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

יישר כח, מיר זענען מבקש לשלומה של הנערוון, שיבואו במהרה דידן.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

לעצטענס געזעהן אז ס'דא וואס האלטען אין אן עיבור יאר שובבי"ם ת"ת כו"פ=כ'י תשא, ו'יקהל פ'קודי. אנדערע האבן נאר געהאלטען ויק"פ, און איבערגעהיפט כי תשא.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א הארציגען יישר-כח פאר'ן רבי'ן פאר די דברים מסודרים קילורין לעינים.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

לגבי ווען די רבי האט אנגהויבן צי זאגן
אנגהויבן האט ער אין קראלע די תולדות אהרן'ע נעמען די קרעדיט פאר זיך אז הגה"צ ר' אברהם יצחק איז געגאנגן בעטן דעם רבי'ן ער זאל רעדן פון דעם
די סאטמערע היסטארעקער ווערן זייער אין כעס ווען זיי הערן דאס זיי שרייען להד"ם

לגביי שובבי"ם ת"ת איז נאך היינט אזוי אין די פלעצר ווי מזאגט סליחות דארנשטאג איז עס נאר שובבי"ם ת"ת
אוועטאר
קל_וחומר
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2008 6:25 pm
לאקאציע: אינעם נעץ

Re: שלוש סעודה תורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קל_וחומר »

מיללער האט געשריבן:דער רבי האט געוואשן אידישע נשמות במשך שעות ארוכות בעת רעווא דרעווין

רב מיללער; קודם וויל איך מיך אנטשולדיגען פארן אריינברענגען די עצם נושא פון שלוש סעודה תורות, ווען מען שמוסט נאר פון שובבי"ם. אין איך האף אז דעס הייסט נישט "שאר ענינים יש מקום בפורמים אחרים"

און די הקדמה פון ספר תורת א' (שאפראן) שטייט א רמז אויף דעם ענין פון וואשען די הערצער בעת רעווא דרעווין דווקא אין די טונקעל, פונעם פסוק אין תהילים 'זרח בחושך אור לישרים' (ע"ש)
אז עס גייט נישט וויאזוי מ'וויל, דארף מען ווילן וויאזוי עס גייט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרב וחומר,
ברויכסט נישט קיין אנטשילדיגונג ווייל דאס איז דאך מענין לענין ובאותו ענין, א דאנק פאר די מראה מקום פונעם שאפראנער רב זצ"ל, כידוע איז דער שאפראנער רב געווען א מונקאטשער חסיד, ווייסט איינער צו ביים מנחת אלעזר איז אויך געווען איינגעפירט דער שלש-סעודות/שובבי"ם דברי התעוררות?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיין טאטע ע"ה האט גילערנט ביים מנחת אלעזר צוויי יאהר. ער פלעגט מיר אסאך זאכען זאגען פין זיין הייליגער רבי. ער האט מיר קיינמאל נישט ערווענט וועגען שובבי"ם תורה. אבער עס איז נישט קיי] ראיה

אין דרך אגב
מיין טאטע ע"ה האט אויך גיפאסט א יעדען דאנערשטיק אין די שובבי"ם.
ער פלעגט צי גיין דאוענען מנחה אין סאטמער באראפארק אויף 53 וויא מען האט גיליינט ויחל.
ער פלעגט מיר כסדר זאגען זיין התפעלות זעהן יונגעלייט פאסטען שובבי"ם.
the SCY is the limit
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גם אני בין נעכטן נתפעל געווארן פונעם מאסן עולם וואס האט אויסגעזאגט תהלים אין א גרויסע בית המדרש אין וויליאמסבורג, און מען האט געליינט שפעטער ביי מנחה מיט ויחל (איך ווייס נישט וויפיל אידן האבן געפאסט, אבער די קרואים און הגבה-גלילה דארפן לכאורה זיכער פאסטן).
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

Re: שובבי"ם (ת"ת)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:מיר האבן בעזהשי"ת שוין ארייגעטרעטן אין די ימי השובבי"ם, פאר סאטמארע חסידים ליגט אריינגעבאקן אין די ביינער די פייערדיגע דברי כיבושין והתעוררות פון רביהקוה"ט זיעועכ"יא אין די וואכן, אפי' איך/מיר האבן נישט געהאט די זכיה אליינס מיטצולעבן דעם התרוממות דקדושה בצלא דמהימנותא ווען דער רבי האט געוואשן אידישע נשמות במשך שעות ארוכות בעת רעווא דרעווין,......עס קלונגט מיר אין די אויערן די ווערטער "מ'זאל מיר די זכיה האבן" "מ'זאל מיר חלילה נישט נדחה ווערן" "מתקן זיין וואס מ'קאן" דער זיסער ניגון ווי דער רבי זינגט זיך אונטער בשעת ווען זיינע מחשבות זענען פיל מיט העכערע ענינים, בשעת ווען אידישע קינדער אינג און אלט פארגיסן טייכן טרערן מאין הפוגות, בזמן וואס מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן שטייען צפופום שעות ארוכות צו הערן די דברות קודש מפום ממלל רברבין, דער ניגון גייט מיר נישט ארויס פון קאפ אפי' איך האב נישט זוכה געווען דאס צו הערן בחוש.

ובכן מה נהדר היה המראה!


אך!

ס'נעמט מיך אדארך א ציטער ליינען די ווערטר אין קומט אויף אין זכרון די הייליגע מעמדות ואס איך בין אליינס גיווען דערביי.

אך!
the SCY is the limit
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זיידעניו האט געשריבן:די סאטמארע רבי זל פלעגט נאכן שובבים תורה צומאל מאכן א ווערטל פאר זיינע ארומיגע צומאל פלעגט עס זיין ידיד נפשי להבדיל בין חיים לחיים ר' חיים הערש יקאבאווישט און אמאל אנדערע

איינער האט מיר געפערעגט פארוואס דאס יאר איז דא שובבים תת וואס איז דאס די ציגעקומענע צוויי "ת"ת"
האבעך אים גענטפערט אז ת"ת איז די ראשי תיבות תאטפער תלאסדעי
כך נראה לע"נד בדרך הצלה
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:ווייסט איינער צו ביים מנחת אלעזר איז אויך געווען איינגעפירט דער שלש-סעודות/שובבי"ם דברי התעוררות?

די סאטמארע חסידים טענה'ען אז זייטע'ן טריסקער מגיד האט מען נישט געזען אזא תורה געזאגעכ'ץ
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

שובו בנים שובבים, ארפא משובותיכם.
שלום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום »

איך האב אמאהל געהערט פון א בדחן אז ער פלעגט יעדע מוצאי שבת שפילן קארטן מיט יענקל, איינמאהל און פרשת וארא האבן זיי זיך אפגעשמוסט צו שפילן לעבן דו סאטמערע ביהמ"ד אבער ער קומט אהין אן, און טרעפט נישט יענקל גייט ער אריין דערוויל און ביהמ"ד און ער זעהט דארטן זיין יענקל, פרעגט ער אים וואס טוט זיך היינט מיט דיר? פארוואס ביזטו דא? (כמנהגנו פלעגט מען מיטוויינען מיטן רעבי'ן) און ער ענטפערט אים מיט א וויינעדיגע שטימע "איך קום און 5 מנוט".
אוועטאר
מעכעלע
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2008 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכעלע »

שלום האט געשריבן:איך האב אמאהל געהערט פון א בדחן אז ער פלעגט יעדע מוצאי שבת שפילן קארטן מיט יענקל, איינמאהל און פרשת וארא האבן זיי זיך אפגעשמוסט צו שפילן לעבן דו סאטמערע ביהמ"ד אבער ער קומט אהין אן, און טרעפט נישט יענקל גייט ער אריין דערוויל און ביהמ"ד און ער זעהט דארטן זיין יענקל, פרעגט ער אים וואס טוט זיך היינט מיט דיר? פארוואס ביזטו דא? (כמנהגנו פלעגט מען מיטוויינען מיטן רעבי'ן) און ער ענטפערט אים מיט א וויינעדיגע שטימע "איך קום און 5 מנוט".


וואס האקסטו דא אריין מיט די מעשה, ווי קומט דאס בכלל צו שובבי"ם? אהה פשוט עס איז געשעהן וארא?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יא ר' שלום,
אפי' די 'קארטן שפילער' האבן מיטגעוויינט מיטן רבי'ן, ווי ווייט זענען מיר פארקראכן.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

רבותי רבותי !
עס קומט שובבי"ם אויף די וועלט!

שטייט אויף אידעלעך
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”