פרשת ויקהל - פארוואס באקומט אורי איין סטאפ-ארדער נאכן צווייטן?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת ויקהל - פארוואס באקומט אורי איין סטאפ-ארדער נאכן צווייטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין די וואכעדיגע פרשה גרייטן מיר זיך אָנצופאַנגן בויען דאס אומבאשרייבליכע - דער הייליגע משכן ה', די פסוק זאגט: וַיַּקְהֵל מֹשֶׁה אֶת כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וַיֹּאמֶר אֲלֵהֶם: אֵלֶה הַדְבָרִים אֲשֶׁר-צִוָּה ה' לַעֲשֹׂת אֹתָם. שֵׁשֶׁת יָמִים, תֵּעָשֶׂה מְלָאכָה, וּבַיּוֹם הַשְּׁבִיעִי יִהְיֶה לָכֶם קֹדֶשׁ שַׁבַּת שַׁבָּתוֹן ה' וכו' – משה רבינו האט איינגעזאמלט די אידישע קינדער און ער האט געזאגט צו זיי, די דאזיגע זאכן (די משכן) האט השי"ת באפוילן זיי צו מאכן. זעקס טעג מעג געטוען ווערן אַן ארבעט אבער אין דעם זיבעטן טאג זאל זיין פאר אייך הייליג שבת שבתון לה'.

לאמיר פארשטיין: א. די תוה"ק האלט אינמיטן איבערגעבן די אלע פרטים פונעם בנין המשכן און די פסוק האַקט איבער מיט עטליכע פסוקים פון שבת קודש, און אז מען האלט חשבון באמערקט זיך - אז ס'איז נישט דאס ערשטע מאל, לעצטע וואָך אין די פרשה נעבן די פסוקים וואס רעדן איבער די בנין המשכן איז אויך פארהאן עטליכע פסוקים פון שבת קודש שָׁמְרוּ בְנֵי יִשְׂרָאֵל, אֶת הַשַּׁבָּת לַעֲשׂוֹת אֶת הַשַּׁבָּת לְדֹרֹתָם בְּרִית עוֹלָם בֵּינִי וּבֵין בְּנֵי יִשְׂרָאֵל אוֹת הִוא לְעֹלָם וכו' וואס דאס זאגט אונז קלאר אז ס'איז פארהאן עפעס א שטארקע שייכות צווישן משכן און שבת, ווי פארשטענדליך דארפן מיר עס ריכטיג אפלערנען. ב. חז"ל זאגן אונז אז אויף דעם הייליגן טאג פון שבת קודש האט מען דעם משכן נישט געמעגט בויען, שבת האט מען אפגעשטעלט די גאנצע עבודת המשכן, פרעגט זיך, פארוואס טאקע האט מען שבת נישט געבויעט, ס'האַנדלט זיך פון די הייליגסטע אויף די וועלט דעם בית ה'? ג. די ל"ט (39) מלאכות וואס זענען אסור צו טוען אויף שבת לערנט מען ארויס פון די ל"ט מלאכות וואס די אידן האבן געדארפט טוען כדי צו קענען בויען דעם משכן, וואס דאס לאזט אונז איבער פארטראכט וואס עפעס דוקא די ל"ט וואס זענען גענוצט געווארן ביים משכן זענען די זאכן וואס זענען אסור בשבת, וואס ליגט אין די 39 עפעס ספעציעל, בפשטות וואלט געדארפט זיין 'אלע' מלאכות אסור, אבער די תוה"ק זאגט אונז, ניין – נאר די ל"ט מלאכות וואס מען האט יא געטוען ביים משכן – שבת טאר מען נישט? לאמיר זיך פארטיפן.

איידער מיר טרעטן צו צום שמועס: איעדע שותפות איז צוזאם געשטעלט פון צוויי מענטשן וואס איעדער איינער פון די צוויי האבן אנדערע כוחות און טאלאנטן וואס צוזאמען ברענגט עס ארויס עפעס ספעציעל, בצלאל ואהליאב זענען געשטעלט געווארן אָנצופירן די העפטיגע בוי ארבעט פונעם הייליגסטן בנין אויף די וועלט - די משכן ה', לאמיר אריין טראכטן וועלכע נקודה האבן די צוויי געהאט וואס דערפאר זענען דוקא די צוויי אויסגעוועלט געווארן פאר די געוואלדיגע ארבעט?

מאנהעטן, ניו יארק – א גרופע פון גאָר באקאנטע גרויסע ריעל עסטעיט דעוועלעפארס טרעפן זיך שוין ביים לעצטן מיטונג איידער מען גייט חתמנ'ען קאָנטראַקט איבער א ריזן פראיעקט וואס גייט געבויעט ווערן אין סענטער פון ניו יארק סיטי, בראש פונעם מיטונג זיצט אורי סנדלר ארום גענומען מיט עטליכע געפלאַנטע שותפים, נאך לענגערע שמועסן רופט זיך אורי אָן: ס'גייט זיין די שנעלסטע בנין געבויעט צו ווערן אין ניו יארק סיטי האבנדיג באקומען פערמיטס צו בויען דורך די גאנצע "סוף וואך און זונטאג אָן אויפהער".

די ווערטער האט זיך געהערט ווי א דינער אינמיטן העלן טאג, צווישן די שותפים זענען געזעצן צוויי ערליכע שומרי תורה ומצוות און זענען גלייך אויפגעשפרינגן ..חס וחלילה – ארבעטן שבת קודש קומט נישט אין באטראכט, אורי איז געווארן אביסל גערעגט אבער האט זיך מיט א געמאכטן רואיגקייט גענומען מסביר זיין וויפיל געלט די פראיעקט וועט זיך איינשפאָרן, וויפיל גרינגער און שנעלער וועט די פראיעקט פאָרן אויב ארבעט מען אָן אויפהער (ווי מען רופט עס נאָן-סטאַפ), זייענדיג א אידיש קינד וואס איז נעבעך ווייט האט ער אנגעפאנגען מסביר זיין אז וויבאלד ס'איז אין א נישט אידישע געגנט קען מען מיט א שותף 'א נישט איד' אלעס אויסארבעטן און אזוי ווייטער ממש א למדן, אבער די חברה האבן אראפגעלייגט א פיס און געזאגט אורי טייערע - געלט קומט פון השי"ת, שבת קודש איז דער טאג וואס הקב"ה האט געהייליגט מ'ארבעט נישט שבת - בשום אופן! נאך לענגערע טענה'רייען האט זיך אורי אויפגערעגט און געזאגט אויב ווילט איר נישט זיין א חלק פונעם פראיעקט לחיים ולשלום, די חברה האבן זיך פרובירט בעטן ביי אים און אים מסביר געווען די שיינקייט און ליכטיגקייט פון שבת, אבער אורי זייענדיג א קינד וואס איז ליידער נישט ערצויגן געווארן מיט אַן ערליכע חינוך האט ער בכלל נישט פארשטאנען וואס זיי רעדן, בפרט ווען ס'האט זיך געהאנדעלט פון עפעס וואס האט שייכות "מיט זיין פארמעגן, מיט זיין שטאלצקייט פון זיין די גרעסטע און שנעלסטע”. ער האט זיי גענצליך אפגעווארפן, וכך הוה די חברה האבן פארלאזט דעם זיצונג פארשטייט זיך ארויספאַלנדיג די לעצטע מינוט פון דעם גרויסן פראיעקט.

עטליכע חדשים שפעטער און דאס בויען ריקט זיך פאָראויס מיט א פעסטקייט, ס'פאָרט שטאָק נאך שטאָק ווען פלוצלינג קומט די נייעס אז אויף די פערצענטע שטאָק איז עפעס אראפ געפאַלן איינער האט זיך שרעקליך געשעדיגט, בקיצור ס'איז גענוג אז די שטאָטישע באאמטע זענען אנגעקומען און איבריג צו זאגן אז דער גאנצע פלאץ איז גלייך פארמאכט, נאך שווערע ארבעט און מיטשענישן האט מען ווידער אויפגעמאכט און דאס מאל האט עס נישט גענומען מער ווי צוויי וואכן און ווידער איז עס פארמאכט געווארן, און אזוי א דריטע מאל... וואס טוט מען, אזא ריזן פראיעקט זיין אפגעשפארט קאָסט א הון תועפות, אורי'ס שטאלצקייט האט אנגעפאנגען פאלן אביסל, די קאפ האט זיך גענומען דרייען און זיך גענומען טראכטן, 'אפשר' ?!?! אפשר האט עס עפעס שייכות מיט שבת קודש, די שותפים האבן זיך אזוי געבעטן?! אזוי זיצט אורי פארטראכט ווען פלוצלינג קוקנדיג אויף די אלע די. או. בי. דאקומענטן באמערקט ער אז אלע דריי מאל וואס מען האט אים אפגעשפארט איז געווען פרייטאג נאכמיטאג, ס'ווערט אים קאַלט און ווארעם ער ווייסט נישט וואס צו טראכטן?!?!

אריינקומענדיג אין אורי'ס אפיס האט ר' דוד גלייך באמערקט אז דאס זעט נישט אויס ווי דער גרויסע שטאלצער באקאנטע אורי, ער האט אויסגעזעהן היבש פארלוירן ווי איינער זאגט "כ'האב געמאכט א טעות אבער כ'ווייס נאך נישט פונקטליך וואס", ס'נעמט נישט לאנג אין די צוויי פירן א ווארעמע שמועס ווי אורי פארציילט וואס דא גייט פאָר און ווי ער שפירט אז ס'האט עפעס א שייכות מיט פרייטאג/ערב שבת, ר' דוד ניצט די געלעגנהייט מסביר צו זיין פאר אורי איבער די שיינקייט און ליכטיגקייט פון שבת קודש, איבער דעם פאקט אז שבת איז דער טאג וואס דער איד רופט אויס אז איך מאַך נישט און טו נישט נאר ס'איז אלעס בורא עולם, במשך פון דער וואך פרובירט דער אידעלע טוען דאס ביסל השתדלות וואס ער קען - אבער ער ווייסט אז באלד קומט שבת, באלד קומט דער טאג וואס זאגט אז אלעס איז הקב"ה ואין עוד מלבדו, דער מענטש טוט גארנישט!!

דערנאך זאגט ר' דוד: אורי לאז מיר באטראכטן די דאקומענטן אפשר קען איך דיר ארויסהעלפן, פלוצלינג געבט ר' דוד א שריי וואו וואו אואו, וואס? וואס איז געשעהן? געב א קוק אורי דאס ערשטע מאל וואס מען האט דיר אפגעשפארט איז געווען נאוועמבער 24 2017 pm4:16, נו וואס אזוי געוואלדיג פרעגט אורי פארוואונדערט? ס'איז געווען פונקט די מינוט פונעם זמן שבת קודש פרשת ויצא תשע"ח. אורי האט גענומען ווישן טרערן, פלוצלינג האט ער געזעהן די אמת פאַר די אויגן אז ער איז נישט די בעל הבית, ער פירט נישט און מאכט נישט, אלעס האט א פונקטליכע חשבון, הקב"ה איז דער וואס קאנטערלירט איעדע בלעטעלע וואס פאַלט פונעם בוים און מיר מענטשעלעך זענען די קליינע טיילן פון די שפיל וואס הייסט לעבן, יא אמת אז אמאל קען עס אויסזעהן אז מיר מאכן און פירן, ס'שפירט זיך אמאל ווי מיר זענען אין קאנטראל אבער ס'איז סתם א נארישע דמיון מען דארף נאר אויפהייבן די אויגן און זיך ערוועקן פונעם טיפן שלאָף.

ברידער טייערע! איעדעס מאל ווען מיר נעמען זיך צו סיי וועלכע פראיעקט, צו דאס איז אויפבויען א געשעפט/מוסד, אדער אָנפירן אפילו א דבר מצוה ווי ארויסהעלפן איינעם, פירן א געלט אקציע איז פארהאן א סכנה אז דער יצר וועט קומען צום מענטש און פרויבירן איינרעדן אז ס'איז זיין הצלחה, ווי די פסוק זאגט וְאָמַרְתָּ בִּלְבָבֶךָ כֹּחִי וְעֹצֶם יָדִי עָשָׂה לִי אֶת הַחַיִל הַזֶּה - אין הארץ זאגט דער מענטשעלע ס'איז מיינע כוחות און געוואלדיגע טאלאנטן, ס'איז מיין געלונגענע שפראך, ס'איז מיין חן וואס ברענגט מיר די קאסטומערס, ס'איז מיינע געלונגענקייטן וואס האט געבויעט די אומפעריע און אזוי ווייטער, דער מענטש פארגעסט זיך, ער פארגעסט אז אמת אז מיר האבן כוחות און טאלאנטן אבער עס געהערט בכלל נישט פאַר אונז, ס'איז אלעס א מתנת חנם פון הקב"ה, מיר זענען אויף שליחות צו ערפילן דעם רצון ה', מיר האבן עס באקומען אויף באָרג פאר די קורצע פאָר יאר וואס מיר דרייען זיך דא אויף די וועלט.

א גאנצע וואך ווען מיר ליגן אין אונזערע שווערע עבודת הפרך, אין אונזער הייליגע שליחות וואס רופט זיך 'השתדלות' איז פארהאן א סכנה פון אריינפאלן אין די דמיונות אז מיר מאכן און טוען, מיר זענען אין קאנטראל, דערפאר האט הקב"ה ברוב רחמיו אונז געגעבן די הייליגע שבת קודש איין טאג אין די וואך וואס מיר טוען אלעס אָפלאזן, ס'איז דער סטאפ-ארדער וואס שרייט האלט!!! אפילו מ'האלט אינמיטן העפטיגע געשעפטן, אלעס שטעלט זיך אפ! פאר 26 שעה איז אלעס געשטארבן, די וועלט אינדרויסן פון די 2000 איילן עקזעסטירט נישט, ר' איד די מאכסט נישט און טיסט נישט ס'איז אלעס בורא עולם אונזער באליבטע טאטע ער איז דער: א. בורא - דער באשאפער, ב. מנהיג - דער פירער, ג. מקיים - דער אויפהאלטער, ס'איז אביסל אקסעדזושן פארן נשמה אז הקב"ה מאכט און פירט, ס'האט גארנישט מיט אונז, יא אמת אז פון אונז פארלאנגט זיך השתדלות אבער די הצלחה אונזערע איז א מתנת חנם פון השי"ת.

ווען ס'איז געקומען צו בויען דעם משכן ה', דעם פלאץ פון השראת השכינה פארלאנגט זיך אז דארט זאל זיין די גרעסטע קלארקייט אז אלעס ווערט געפירט מיט די גרעסטע מאָס השגחה פרטית דורך אונזער באליבטע טאטע אבינו שבשמים, און ח"ו נישט קיין ברעקל גאוה אדער עפעס א ניצוץ פון כוחי ועוצם ידי, דער יצר זייענדיג גאר געלונגען איז בכח צו קומען צום אידעלע בשעת'ן בויען דעם הייליגסטן הויז און אים איינרעדן ..געב א קוק וואספארא מעכטיגע בנין מיר בויען פאר הקב"ה, ער קען אונז מאכן טראכטן אז ס'האט עפעס מיט אונזער סוקסעס א שייכות, דערפאר לערנט אונז די תוה"ק אז אפילו ביים בויען דעם בית ה', ר' איד אפילו ווען די ביסט עוסק אין די הייליגסטע ענינים היט זיך פון גאוה, פון שפירן אז ס'האט מיט 'מיר', און ברענג דארט אריין שבת קודש, מאך זיכער איינמאל און נאכאמאל זיך אפצושטעלן און אנערקענען אז ס'האט גארנישט מיט דיר ס'איז אלעס כבוד שמו יתברך!

די איסור פון די ל"ט מלאכות - די 39 מיני ווערק וואס דערמיט האבן מיר געבויעט דאס הייליגסטע פלאץ פאר השי"ת, די אלע מיני ווערק זענען וועגן וויאזוי דער מענטש נוצט זיין כח צו טוישן די נאטור, פון איין מין זאך צו א צווייטע, פון קערענדלעך צו פרוכט, פון באהאפטן צו אפגעריסן, פון גאנץ צו צומאלן, פון טרוקענע מעל צו א טייג, פון א טייג צו א געבעקס, פון א לעבעדיגע בהמה צו א פעקל פלייש, פון א קלארע זאך צו א געפארבטע, פון א שטיק וואל צו דינער פאדים, פון אומאויסגעארבייט צו א פארטיגע כלי, און אזוי ווייטער... האט עס דאך א שרעקליכע חשש אז דער אידעלע זאל זיך איינרעדן אז ער מאכט און טוישט, ווארענט אונז די תוה"ק ר' איד די אלע מלאכות זענען א חלק פון בויען דעם משכן ה' דערפאר דארף מען דארט אריין ברענגן קדושת שבת, מען דארף זיך אפשטעלן און נישט טוען קיין איינע פון די מלאכות און געדענקן איינמאל און נאכאמאל אז מיר מאכן נישט און טוען נישט ס'איז אלעס בורא עולם!

בצלאל ווי באקאנט האט געשטאַמט פון א חשובע זיידע באבע, דער זיידע חור האט זיך מוסר נפש געווען פרובירנדיג אפצושטעלן די חטא העגל, די באבע איז געווען מרים - ווען דער רשע פרעה האט געהייסן ווארפן די אידישע קינדער אין טייך איז זי געווען פון די מילדות וואס האבן באהאלטן און געראטעוועט די אידישע קינדער, בקיצור ער שטאמט פון חשיבות און רייכקייט, וואודעראום פון אהליאב איז קיין סאך דיטאלן נישט באקאנט, נאר די נקודה אז ער האט געשטאמט פון שבט דן וואס איז נישט געווען פון די חשובסטע, אבער ווי מיר האבן פריער געשמועסט איז גאר פשוט די שייכות צווישן די צוויי שותפום לדבר מצוה, די תוה"ק לערנט אונז אז אין די הייליגסטע פלאץ אין די וועלט – אין די משכן ה' איז נישט פארהאן אזא מין סארט זאך ווי 'איינער אליין' בויעט דעם משכן, ווי נאר 'חשובע' האבן א פלאץ, הקב"ה שטעלט צוזאם איינער פון די חשובסטע און איינע פון מער פשוטע אט אזוי צוזאמען בויעט מען, אט אזוי צוזאמען איז פארהאן שלימות, און דאס דערמאנט אונז איינמאל און נאכאמאל אז ס'איז נישט 'אונזער' בנין, ס'איז דער בית ה', ווי גאנץ כלל ישראל האט א שייכות און טאקע דערפאר פאנגט זיך די פרשה אָן מיט וַיַּקְהֵל מֹשֶׁה אֶת כָּל עֲדַת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל – משה האט אונז צוזאם גענומען כאיש אחד בלב אחד מיט התבטלות צו אונזער גרויסע טאטע, מיט פארשטאנד אז ס'איז אלעס אבינו שבשמים און מיר טוען נאר השתדלות אלע אינאיינעם, אוי טאטע ס'בענקט זיך צום בית המקדש השלישי בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• שבת קודש - איז דער סטאַפ-ארדער וואס שרייט ר' איד האלט!!!
• שבת קודש - איז דער צייט צו אנערקענען אז ס'האט גארנישט מיט אונז ס'איז אלעס כבוד שמו יתברך!
• בורא דער באשאפער, מנהיג דער פירער, מקיים דער אויפהאלטער.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

טייערע ברידער אויב האט איר א מחשבה אויפן פרשה, א מעשה, אַן השגחה פרטית אדער סיי וועלכע הערות ביטע שיקט עס צו אונז, כל המזכה את הרבים וכו'.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”