פרשת ויקרא-פורים - אלעס איז אפגעשטעלט - פלוצלינג ויקרא הקב"ה רופט

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת ויקרא-פורים - אלעס איז אפגעשטעלט - פלוצלינג ויקרא הקב"ה רופט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לעצטע וואָך האבן מיר געכאפט א איבערבליק אויף ספר שמות און בסייעתא דשמיא צוזאמען זוכה געווען צו באמערקן אז גאנץ ספר שמות איז געקניפט געבינדן מיטן יסוד פון 'רפואה קודם למכה' אין איעדע שוועריגקייט וואס די אידישע קינדער זענען אריבער איז געליגן אנגעגרייט גרויסע ישועות און רפואות, אונזער באליבטע טאטע באגלייט אונז אויף טריט און שריט.

איז יעצט איידער מיר פאַנגן אָן ספר ויקרא לאמיר נאר געבן א בליק אויף די לעצטע פאָר פסוקים פון ספר שמות - משה רבינו און די אידישע קינדער האבן נארוואס געענדיגט בויען דעם פראַכטיגן משכן מיט אלע אירע הערליכע דיטאלן און די פסוק זאגט: וְלֹא יָכֹל מֹשֶׁה לָבוֹא אֶל אֹהֶל מוֹעֵד כִּי שָׁכַן עָלָיו הֶעָנָן וּכְבוֹד ה' מָלֵא אֶת הַמִּשְׁכָּן – משה רבינו האט נישט געקענט אריין קומען אינעם אהל מועד ווייל דער וואָלקן האט אויף אים גערוהט, און די כבוד פון הקב"ה האט אנגעפילט דעם משכן. מיטן ערשטן בליק לערנען זיך די פסוקים אביסל שווערליך, דערנאך וואס די אידישע קינדער האבן זיך מיט דאס גאנצע הארץ מנדב געווען און געטוען בויען דעם משכן ה' קען אונזער רבי משה נישט אריין גיין? פארוואס טאקע נישט? בפרט אז קורצליך דערנאך ענדיגן מיר סדר שמות מיט די הייליגע ווערטער וואס מיר רופן אויס חזק חזק ונתחזק - וואס לאזט אונז איבער פארוואונדערט ווי איז די חיזוק אויב אונזער רבי איז נישט אנגעקומען אינעם הייליגן משכן? און דערנאך ווען מיר פאנגן אָן ספר ויקרא דארף מען זיך גלייך אפשטעלן און פרעגן די באקאנטע שאלה: פארוואס ווען די הייליגע תינוקת של בית רבן פאַנגן אָן לערען חומש איז עס טאקע מיט די פסוק פון וַיִּקְרָא אֶל מֹשֶׁה וַיְדַבֵּר ה' אֵלָיו מֵאֹהֶל מוֹעֵד לֵאמֹר וואס ליגט דארט אזוי ספעציעל?

ישיבת מיר ירושלים – אויף די פרישע לופט פאָרענט פונעם בנין הישיבה, שפאַצירט מנחם אהין אין צוריק רעדנדיג אויפן טעלעפאון איבער א 'געוואַלדיגע' שידוך וואס מען האט אים בסייעתא דשמיא אנגעטראגן, אלע זענען מסכים אז דאס זעט אויס עפעס אויסטערליש פאַסיג, נאכן איבערגיין אלע דיטאלן ארום דעם שידוך באשליסן זיי אז דאנערשטאג וועט מנחם כאפן א פליגער קיין ניו יארק, און אויב אלעס פאָרט גוט קען מען מוצש"ק אדער זינטאג טרינקן לחיים, געוואלדיג ס'הערט זיך גוט, א גוטע נאכט!

דאנערשטאג אינדערפרי ערוועקט זיך מנחם און ער שפירט זיך עפעס נישט בסדר, ער האט א אויסטערלישע קאָפ-וויי ..נע ס'איז רייזע-פיבער זאגט איין חבר, זארג נישט ס'איז נערמאַל פאַר א שידוך שושקעט אים א צווייטע חבר, אבער נאך עטליכע שעה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישט עפעס סתם א קאָפ-וויי אדער נערוועזקייט, בלית ברירה לויפט ער אריבער צום דאקטער און ווערט שאקירט צו הערן ..בשום אופן קענסטו נישט אהיים פליען – די דארפסט אריבער גיין א דרינגענדע מעדעצינישע פראצעדור, און ביז עטליכע מינוט ליגט שוין מנחם אינעם באקאנטן 'הדסה שפיטאל' ארום גענומען מיט פילע דאקטורים, עסקנים און גוטע אידישע ברידער וואס טוען אלעס אין די וועלט צו העלפן מיט וואס מ'קען, נאך פילע השתדלות איז ב"ה געלונגען אז מנחם האט באקומען א ציממער צוזאמען מיט א חשובע אינגערמאן ר' מרדכי, אויך ער איז אריבער אַן אפעראציע און האט זיך ב"ה געטוען ערהוילן, די צוויי האבן אסאך פארברענגט און זיך מחזק געווען איינער דעם אנדערן.

אין די ווייטע בארא פארק – שטייען די בארזארגטע טאטע מאמע, אינגאנצן פארלוירן נישט וואוסנדיג וואס אין די וועלט איז דא אזוי פלוצלינג געשעהן, צוליב דעם אז ס'איז דארנערשטאג - איז פאָרן קיין ארץ ישראל שוין נישט שייך, זיי זענען צוגענאָגעלט צום טעלעפאון פרובירנדיג העלפן וואס מ'קען פון דערווייטענס. אינצווישן פאַנגט דער שדכן אָן רופן, איינמאל און נאכאמאל, די קאפ איז אינגאנצן נישט געווען אויפן פלאץ האבן זיי צוערשט געזאגט אז די פליגער איז אָפגעשטיפט געווארן, דערנאך אז מנחם האט פארפאַסט און אזוי ווייטער, בקיצור די 'אנדערע זייט' האבן נישט באקומען קיין קלארע תירוצים און ס'האט געפירט אז זיי האבן געשפירט אז עפעס אינפערמאציע פעלט זיי און דערפאר האבן זיי אפגעזאגט דעם שידוך (מיטן קלאַסישן תירוץ אז ס'איז אונטער געקומען עפעס אנדערש אויפן טיש).

עטליכע טעג שפעטער זיצט די טאטע און מאמע ביי מנחם אין שפיטאל, ב"ה אז די מצב האט זיך שטארק פארבעסערט און מ'רעדט שוין פון אהיים גיין, אלע האבן געדאנקט הקב"ה בפה מלא ..שטעל דיך פאָר ווען מנחם וואלט געווען אויפן פליגער ה"י?! אבער די פרייליכע שטימונג האט זיך גענצליך געטוישט ווען מנחם האט געפרעגט זיין טאטע וואס טוט זיך מיטן שידוך - ווי האַלט עס? פון דעם טיפע אטעם פון טאטע מאמע האט מנחם גלייך אלעס פארשטאנען, ווי נישט איז מנחם שוין נישט קיין יונגע בחור און ס'האט אויסגעזעהן אזוי געוואלדיג פאסיג אז ס'האט גאר שטארק וויי געטוען, אזוי לאנג האט מען געוואַרט וואס וועט יעצט זיין?!

די בין הזמנים טעג זענען אנגעקומען און מנחם איז אהיים געקומען פון ירושלים עיר הקודש, מען וואַרט און מען האָפט פאר א גוטן שידוך און פלוצלינג קלינג די טעלעפון, נאכן איבער גיין אלע דיטאלן רעדט מען פון א אויסטערלישע הערליכע שידוך, מנחם זאגט אז ס'קען פשוט נישט זיין אז אזא חשובע משפחה זאל אזוי שטארק ווילן דעם שידוך, עפעס ליגט דא באהאלטן?! זאכן האבן זיך בסייעתא דשמיא גערוקט שנעל און אנקומענדיג צום לחיים באגעגנט זיך מנחם מיטן נייעם צוקומפטיגע שוואגער זיינע - ס'איז נישט קיין צווייטע ווי "ר' מרדכי" כ'גלייב נישט די שטייסט אונטער דעם שידוך?! יא מנחם – זייענדיג אין ארץ הקודש אין שפיטאל האב איך גערופן מיין טאטע אז דא אין שפיטאל האב איך געטראפן די בחור וואס ער זוכט שוין אזוי לאנג און ב"ה אז מיר האלטן דא, מזל טוב, א קשר של קיימא און א בנין עדי עד!

טייערע בירדער! לעצטע וואך האבן מיר געשמועסט פון 'רפואה קודם למכה' אז אין איעדע שוועריגקייט ליגט באהאלטן רפואות, אבער אין די וואכעדיגע פרשה גייען מיר א טריט ווייטער און מיר דערהערן אז צומאל מאכט זיך אז מיר האלטן שוין אינמיטן מצליח זיין, מיר האלטן שוין אט סיים סוף, אט רעדט מען שוין פון א גוטן שידוך, מיר זענען אינמיטן פון די סוקסעס אין פלוצלינג ווערן מיר איבערגעהאַקט, דער אידעלע שפירט ווי עפעס געבט אים א שטעל אָפ, און מיר מיינען אז ס'איז עק-וועלט, מיר זענען שוין ענדליך אויפן וועג און פונקט יעצט... ס'קומט דאך נישט אריין, די ביזנעס פאָרט פיין פונקט יעצט... כ'האב זיך שוין געענדיגט צוזאם פאַקן און... כ'האב זיך שוין מיט איעדן איבערגעבעטן... כ'האב שוין געמאכט אַן החלטה און פונקט יעצט... יא! 'פונקט יעצט' שטייט אונזער געטרייע טאטע און זאגט קינד מיינס - פונקט יעצט וועל איך דיר אפשטעלן ווייל ס'איז אנגעגרייט עפעס אסאך מער און שענער פאר דיר, אין דעם אפשטעל ליגט באהאלטן ליכטיגקייט און השראת השכינה, אין די אפשטעל ליגט אריין געפלאָכטן ישועות ורפואות, אמת אז ס'איז שווער צו זעהן, אבער ווען דער אידעלע ערפילט זיין הארץ מיט אמונה און בטחון פארשטייט ער אז דער אפשטעל אליין איז דאס וואס גייט אים ברענגן נענטער, אין דער אפשטעל אליין ליגט באהאלטן גרויסע אוצרות.

לאמיר זיך אביסל פארטיפן און ריכטיג דערהערן דעם יסוד, למשל: ביים פרעזידענט אינעם ווייסן הויז קען מען נישט סתם אריין שפאַצירן, דארט ווערט מען איינגעלאדענט און דערנאך ווען מען קומט דארט אָן ווערט מען אפגעשטעלט איינמאל און נאכאמאל, מ'ווערט אונטער געזיכט אויף אלע סארט זאכן איידער מען קען צום פרעזידענט אָנקומען, קיין שום מענטש וועט נישט זאגן: פונקט יעצט ווער איך אָפגעשטעלט - כ'האָב נישט קיין נערוון און געדילד, ווייל דער מענטש פארשטייט אז כדי אנצוקומען צו א חשובע פלאץ, כדי אנצוקומען צו א פלאץ פון הצלחה ווערט מען אמאל אפגעשטעלט, פונקט פארקערט ס'איז א שטיקל סימן אז מיר זענען אויפן וועג צו עפעס גוט, צו עפעס הצלחה'דיג.

אט דאס זעלבע איז ווען דער אידעלע ארבעט און מיטשעט זיך זוכה זיין צו הצלחה ברוחניות און בגשמיות, ווען דער אידעלע וויל באמת אריין גיין אין א פלאץ פון הצלחה אין א וועלט פון ליכטיגקייט - און שטייענדיג שוין אט ביים סוף ווערט ער פלוצלינג אפגעשטעלט איינמאל און נאכאמאל, דארף ער פארשטיין אז ס'איז נישט עפעס אנדערש נאר דעם הייליגן וואָלקן וואס באגלייט אים אויף טריט און שריט, דער קלוגע מענטש באמערקט אז די נעפל וואס ליגט אים פאר די אויגן איז א וואלקן פון הקב"ה ס'איז דער כבוד ה', און פאר די מענטש'ס הצלחה טוט הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו אים אפשטעלן ווייל עפעס אסאך מער און בעסער איז אנגעגרייט בעזרת ה'!

דערמיט לאמיר זיך פארטיפן אין די הייליגע פסוקים: שטייענדיג נאָכן פארענדיגן די פראכטפולע בנין המשכן דער פלאץ וואס מיר האבן מיטן גאנצע הארץ געבויעט פאר השי"ת, זענען מיר טאקע זוכה אז דער וואלקן טוט זיך אויסשפרייטן אין דער אהל מועד ווערט אנגעפילט מיט כבוד ה', אונזער רבי קען נישט אריין גיין. - שטייט אין די מפרשים אז באמת האט אונזער רבי יא געקענט - אונזער רבי האט אבער נישט געוואלט, אונזער רבי האט געזעהן דעם וואלקן האט ער גלייך פארשטאנען אז דארט גיי איך נישט אריין – ווייל כאטש מיר האבן עס געבויעט, כאטש ס'איז אונזער ארבעט איז עס אלעס הקב"ה, אלעס וואס מיר האבן איז כבוד ה' און איך וועל ווארטן ביז די ריכטיגע מינוט וועט קומען, אונזער רבי האט גלייך געזעהן אז ס'איז דער כבוד ה' וואס פארנעפלט דעם וועג אריין - נו אויב אזוי מוז זיין אז דערין ליגט א געוואלדיגע מתנה, ס'מיז זיין אז ס'ליגט דא עפעס אַן אויסטערלישע ברכה באהאלטן. און ווי מיר זענען ממשיך ספר ויקרא שטעלט זיך טאקע ארויס די געוואלדיגע מתנה וואס משה רבינו האט באקומען אט דעם 'ויקרא אל משה' הקב"ה האט אים גאר אריין גערופן – ער איז געווארן פרעזענדליך איינגעלאדענט – אנדערש ווי געווענדליך ווי ס'שטייט וידבר אדער ויאמר שטייט ויקרא אל משה, הקב"ה רופט מיט ליבשאפט און חביבות, ווייל ווען א אידיש קינד פארלאזט זיך אויף הקב"ה און ווארט אויף די ישועה, ער פארשטייט אז אונטער איעדע אפשטעל איז כבוד ה' איז ער תיכף דערנאך זוכה אז הקב"ה אונזער באליבטע פאטער טוט אים פרעזענדליך אריין רופן און טוט אים אויפמאכן דעם פארשלאסן טיר.

דאס איז דער געוואלדיגע חזק חזק ונתחזק וואס איעדע איד דארף ארויסנעמען, ווייל ווי איז דען פארהאן א גרעסערע חיזוק פארן מענטש ווי דעם יסוד אז "איך ווייס אז איעדע אפשטעל – איעדע נעפל איז כבוד ה', ס'איז דער מלך העולם וואס באגלייט מיר אויף טריט און שריט און גרייט אן עפעס אסאך מער און ליכטיגער". אמת אז אמאל איז עס שווער, די ישועה זעט אויס ווייט אבער די פרשיות זענען אונזער חיזוק, אויך דא אין די פרשיות זעט אויס אז צווישן סוף שמות און אנפאנג ויקרא איז ווייט – צוויי באזונדערע ספרים אבער אין אמת'ן איז עס נאר געציילטע ווערטער אפגעריקט, אמאל זעט אונז אויס אז די ישועה איז ווייט, דער אפשטעל איז א שווערע אבער ווייניג ווייסן מיר אז דער ויקרא דער פרעזענדליכע איינלאדענונג איז שוין לאנג אין די פאסט די ישועה איז שוין אויפן וועג! ישועת ה' כהרף עין!

ווען דער קינד גייט אין חדר לערנען מיר אים – קינד מיינס די פאנגסט יעצט אָן דיין הייליגע עבודת ה' - וויסן זאלסטו אז ס'וועלן זיין מצבים וואס די וועסט שפירן אפגעשטעלט, ס'וועלן זיין שוועריגקייטן מיטן לערנען, דאווענען, יראת שמים, מידות טובות, חברים, פרנסה, שלום בית און וואס נישט - ס'וועלן זיין מצבים וואס די וועסט שטיין ביים שוועל פון די גרעסטע הצלחה און פלוצלינג וועלן זאכן פאַרהאַנקעט ווערן, וויסן זאלסטו דעם יסוד פון "ויקרא" די שטייסט אט גאר נאנט צו דעם רוף פון הקב"ה ווי אונזער טאטע וועט דיך פרעזענדליך אריין רופן...

ווען מיר שטייען אין די גרויסע ימי הפורים וואס אט דאס האט זיך אויסגעשפילט איינמאל און נאכאמאל במשך די גאנצע מגילה, מרדכי הצדיק האט געראטעוועט דעם אחשורוש, נו מיטן פשוטן פארשטאַנד קומט אים עפעס א באַצאָלונג אבער פון הימל שטעלט מען עס אפ, און ערשט ווען דער ריכטיגע מינוט קומט באקומט ער א גרויסע איינלאדענונג פון הקב"ה און פלוצלינג פירט מען אים אין די גאסן מיט כבוד און פאראד, די מגילה ווייזט אונז מיט א קלארקייט אז הקב"ה אונזער באליבטע טאטע טוט אָנגרייטן די רפואה פארן מכה און דערנאך לערנט עס אונז אז הקב"ה שיקט אמאל א אפשטעל ס'איז אלעס פאר אונזער טובה, פון דער אפשטעל וועט בעזרת השי"ת שפעטער ארויסקומען די גרויסע "ויקרא – מיט חביבות וועט הקב"ה אונז רופן און זאגן אט מיין קינד יעצט קום אריין, ווען ס'איז געקומען די ריכטיגע מינוט האט אסתר המלכה אריין שפאצירט ביי אחשורוש מיט נסים ונפלאות און באגלייטונג פון מלאכים ווי חז"ל זאגן אונז איינמאל און נאכאמאל, אין די שוועריגקייטן האט זיך די ישועה געפלאכטן, איז טייערע ברידער געדענק אז אלע דיינע אפשטעלונגען זענען איינצעלע טריט פארן ויקרא, ויה"ר אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו דעם גרויסן 'ויקרא' און ווערן איינגעלאדענט קיין ירושלים עיר הקודש בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• די נעפל פארענט פון די אויגן איז דער הייליגע וואלקן פון הימל.
• פונעם אפשטעל ביזן ויקרא איז גאר נאָנט – ישועת ה' כהרף עין.
• "ויקרא" – אט וועט הקב"ה מיט ליבשאפט אונז רופן און זאגן קינד מיינס קום אריין די טוירן פון ברכות ישועות און רפואות זענען אפען.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
לעצט פארראכטן דורך שלום ואחדות אום דאנערשטאג מארטש 14, 2019 4:25 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”