פרשת שמיני - ווי געב איך מיך אן עצה מיט געפילן/הרגישים?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת שמיני - ווי געב איך מיך אן עצה מיט געפילן/הרגישים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

וַיְהִי בַּיּוֹם הַשְּׁמִינִי – די אידישע קינדער פרייען זיך מיט די גרעסטע מאָס שמחה מ'טוט באַנייען דעם הייליגן בית המקדש ..ווי איז דען פארהאן א א גרעסערע פרייד ווי דאס אז אונזער באליבטע טאטע קומט וואוינען צווישן אונז אבער פלוצלינג שטעלט זיך אלעס אָפ - ס'פאַסירט די שרעקליכע טראגעדיע - די צוויי הייליגע קינדער פון אהרן הכהן זענען דורך א הימלישע פייער אוועקגעריסן געווארן... א טיפע טרויער נעמט אלע ארום און צווישן די פסוקים געפינען מיר ווי אונזער הייליגע רבי משה טרייסט די ברידער אהרן מיט די ווערטער הוּא אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' לֵאמֹר בִּקְרֹבַי אֶקָּדֵשׁ וְעַל פְּנֵי כָל הָעָם אֶכָּבֵד וַיִּדֹּם אַהֲרֹן – דאס האט הקב"ה געזאגט ביים אויפשטעלן דעם משכן – דורך מיינע נאָנטע און אויסדערוועלטע וועל איך ווערן געהייליגט – און די פסוק פירט אויס אז אהרן האט געשוויגן. - ווי פארשטענדליך ליגט אין די הייליגע פסוקים פרשיות אַן אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען נישט קומען נאָנט צו איר עומק און פארשטאַנד, מיר וועלן זיך בסייעתא דשמיא אפשטעלן אויף איין נקודה און פרובירן אויף אונזער קליינע מדריגה ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

די פסוק פירט אויס וַיִּדֹּם אַהֲרֹן – אהרן האט געשוויגן, זאגט רש"י הקדוש: קיבל שכר על שתיקתו. ומה שכר קיבל? שנתייחד עמו הדיבור, שנאמרה לו לבדו פרשת שתויי יין. אהרן הכהן בזכות פון דעם וואס ער האט געשוויגן - האט ער באקומען אז הקב"ה האט צו אים גערעדט און איבערגעגעבן די פרשה פון שתויי יין – ווי ס'שטייט גלייך אין פסוק הקב"ה האט גערעדט צו אהרן זאגענדיג אז וויין וואס מאכט שיכור זאלסטו נישט טרינקן, נישט די און נישט דיינע זוהן אין די צייט ווען איר קומט אין אהל מועד צו טוען די עבודת המקדש וכו'.

די שאלות פרעגן זיך: א. וואס האט וידם אהרן – אהרן האט געשוויגן - א שייכות מיט דער ענין פון נישט מעגן טרינקן וויין אינעם בית המקדש? פארוואס הייסט עס א שכר-באצאלונג פאר אהרן?
ב. וואס איז טאקע פשט אז מען מעג נישט טרינקן וויין אינעם הייליגן בית המקדש, בפרט אז מיר ווייסן אז ביי די עבודה פלעגט מען פארמאָגן וויין – די הייליגע נסכים, נו אויב ברענגט מען וויין פארוואס זאל מען נישט מעגן טרינקן? און אזוי פרעגט זיך פיל נאָך, לאמיר זיך פארטיפן.

טייערע ברידער, מיר באשרייבן א מעשה וואס א אינגערמאן איז פרעזענדליך ליידער אריבער און ער האט עס מיט געטיילט מיט זיינע חברים, און מיר זענען מקדים אז מיר שרייבן נישט די מעשה אלץ אַן הדרכה אדער וועג ווייזער, מיר האבן נישט סיי וועלכע פארשטאנד אין ווי אזוי מען דארף זיך פירן אויף אזא פאַל ה"י, אדער דער געדאנק – די מחשבה ער ברענגט ארויס איז עפעס וואס איז זייער כדי זיך צו פארטיפן.

וואלווי דערצייט: ס'איז געווען מיטוואך נאָכמיטאג, כ'בין געווען אין ניו דזערסי ביי די ארבעט, פלוצלינג באקום איך א טעלעפאון קאָל, כ'האב נישט דערקענט די נאמבער אבער יענער האט געקלינגן איינמאל און נאכאמאל, נאכן אויפהייבן האט מיר איינער געזאגט אז ער רופט פון הצלה און אז עפעס האט פאסירט מיט מיין הערשי, ער איז געווען פארמישט אין א קאַר עקסידענט, ער האט געזאגט אז ס'נישט געפערליך אבער גענוג ערענסט אז כ'זאל אהיים קומען, כ'האב גלייך געשפירט אז עפעס טוט מען פון מיר באהאלטן, מיין אינערליכע געפיל האט מיר געזאגט אז עפעס זאגט יענער נישט... נאכן אראפ לייגן די טעלעפאון האב איך גלייך גערופן מיין ברידער מענדי און נאך צוויי דריי מינוט האב איך געכאפט אז עפעס גאר ערענסט האט פאסירט, כ'האב זיך גענומען שרייען ...מענדי הער אויף באהאלטן – זאג מיר קלאר – וואס איז די מצב ??!?!?! מענדי איז געווען שטיל... ס'איז מיר געווארן טינקל פאר די אויגן, כ'האב געשפירט אז כ'טראג עס נישט איבער, הערשי ס'קען נישט זיין?!?!

ס'האט נישט גענומען קיין גאנצע צוויי דריי מינוט, ישראל קדושים הם און צוויי חברים וואס ארבעטן אין די געגנט זענען געקומען זיין מיט מיר, און שפעטער האבן זיי מיר טאקע אהיים גענומען, אנקומענדיג לעבן מיין שטוב האב איך שוין אלעס געזעהן, די טיפע צער וואס האט ארום גענומען די גאנצע געגנט איז געווען קענטליך אויף איעדע בשר ודם, אפילו די גראז און ביימער זענען געווען אראפגעלאזט און צובראכן, ס'איז נישט מעגליך כ'זאל אייך מסביר זיין ווי אזוי ס'האט אויסגעקוקט ווען כ'האב אריין געוואָקט אין שטוב די געוויין און יללות האבן געשפאָלטן הימלן, מיין ווייב די אנדערע קינדער – ס'איז נישט דא די ווערטער, השם ירחם.

די שבעה טעג זענען אריבער און מ'האט געדאַרפט אָנפאנגן צוריק גיין צוביסלעך צום געהעריגן לעבן, ס'איז מיר אבער פשוט נישט געווען מעגליך, כ'האב מיך בשום אופן נישט געקענט צוזאמנעמען, מיין קאפ האט זיך געדרייט, מיין מח האט מיר נישט געגעבן קיין מינוט פון מנוחה, די צער האט מיר צוריסן אויף שטיקער, בלית ברירה האב איך מחליט געווען אז כ'וועל אריין גיין צום דאקטער בעטן עפעס א מעדעצין וואס זאל מיר אביסל בארואיגן... זייענדיג א נאנטע ידיד מיט א דאקטער אַן ערליכע איד בין איך צו אים ארויף אין אפיס און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ ..כ'האב נישט געגלייבט אז כ'וועל צו אזא מצב אנקומען אבער דאקטער טייערע איך קען נישט מער אויסהאלטן, די קאָפ דרייט זיך אָן אויפהער...

מיט א ערענסטע פנים פיל מיט ליבשאפט זאגט מיר די דאקטער: אז די בעטסט מיר מעדעצין וועל איך דיר געבן, אבער איידער די נעמסט עס וויל איך דיר געבן א מחשבה'לע, און די דאקטער זאגט: אין דער מענטש איז פארהאן א געוויסע פלאץ – א געוויסע מצב פון צער, א געוויסע הרגש פון ווייטאג וואס איז אומבאשרייבליך, ס'טוט ביטער וויי, דער מענטש ווערט אינגאנצן איבערגענומען, דאס גאנצע לעבן זיינע ווערט אָפגעשטעלט, און דער ווייטאג איז עפעס וואס ברענגט ארויס די געפילן פון ליבשאפט און נאָנטשאפט וואס דער מענטש פאָרמאָגט, ס'איז א געוויסע געפיל וואס מאכט דעם מענטש שפירן ווי ער קען עס פשוט נישט איבערטראגן און דעם הרגשה קען א מענטש נאר שפירן ווען ער גייט אריבער דאס שווערסטע ווען א אייגן קינד ווערט אוועקגעריסן... נאך עטליכע שטולע מינוטן האב איך פלוצלינג זיך אנגעפאנגן בארואיגן, איך האב אנגעפאנגן שפירן אז די הרגשה וואס איך האב איז א נערמאלע געפיל צו שפירן ווען מען גייט אריבער דאס וואס מיר זענען אריבער, איך האב אנגעפאַנגן כאַפן אז דאס אליין אז איך שפיר אזוי זאגט: אז הערשי איז געווען ביי אונז באליבט און נאנט, ער איז געווען א חלק פון אונזער נשמה און יעצט אז ער איז נישט מיט אונז טוט עס וויי, און ס'איז נערמאל אז ס'זאל וויי טוען, כ'האב צום ערשטן מאל געשפירט אז כ'דארף נישט באהאלטן אדער דערשטיקן מיינע געפילן און טרערן... כ'האב שוין נישט געדארפט גארנישט אריין נעמען מיר צו בארואיגן, כ'האב פלוצלינג געשפירט אז די אלע הרגישים זענען גוט פאר מיר ארויסצוגעבן, אויסגיסן דאס הארץ מאכט דעם מענטש שפירן בעסער און געזינטער בסייעתא דשמיא, און ביז היינט ווען כ'האב א שווערע געפיל/הרגשה, ווען מיינע געפילן טוען וויי טו איך זיך שטארקן מיטן פארשטאנד אז האבן די געפילן איז נישט קיין פראבלעם, די שאלה איז וואס מען טוט דערמיט.

זייער אסאך מאל איז ביי אונז פארהאן הרגישים/געפילן וואס ווען מיר האבן און לעבן די געפילן טוען מיר גלייך כל מיני פעולות זיי צו דערשטיקן, מיר טוען סתם פארשפילן די מח, זיין אויף די טעלעפאון אדער גיין, קומען, פאָרן, עסקנות, פעולות און כל מיני אקטיוויטעטן אלעס אבּי נישט צו דארפן אדרעסן און ארבעטן מיט די געפילן, אבער א איד וואס לעבט מיט הקב"ה, א איד וואס פארשטייט אז אויף די וועלט איז נישט פארהאן קיין שלימות, און מיר זענען אלע נאר מענטשעלעך וואס זענען דא פאַר עטליכע קורצע פאָר יאר צו ארבעטן אויף זיך, צו רייסן שטיקער פון אונזערע שווערע מידות און געוואונהייטן, ווערט דער מענטש פלוצלינג באקוועם מיט זיינע געפילן, ער פאנגט אָן טראכטן און זיך פרעגן "איין מינוט וואס ברענגט מיר דעם געפיל, פארוואס שפיר איך אזוי?!" ער ארבעט צו אדרעסן און פאררעכטן די געפילן נישט חלילה זיי צו דערשטיקן, און ער פארשטייט אז ס'איז בסדר צו האבן געוויסע געפילן – מיר זענען אויף דעם ריכטיגן וועג דאס איז די עיקר.

שטייענדיג ביים גרויסן חנוכת המשכן און פארשטייט זיך בעומק ליגט דא אויך די שפעטערדיגע בתי מקדש, און ווי באקאנט איז די בית המקדש געווען א פלאץ וואס איז געווען ארום גענומען מיט די גרעסטע הרגישים/געפילן וואס נאר פארהאן אויף די וועלט, פון איין זייט האבן די כהנים געדארפט זיין שטארק און שחטן קרבנות פון די אנדערע זייט צוקוקן ווי אידישע קינדער האבן זיך דארט איבערגעבעטן מיט הקב"ה, תשובה געטוען, מקריב געווען קרבנות, געקלאַפט דעם חטאתי עוויתי פשעתי, ס'האט זיך געגאָסן געפילן, דער אידעלע איז געשטאנען מיט הייסע טרערן הערנדיג ווי די לויים שפילן און זינגן דאס הארץ איז צוגאגנגען, פארן כהן דאס איבערצולעבן און צוקוקן איז אויסטערליש שווער און אויף אזא פאַל איז דאס גרינגסטע פארן כהן זיך פשוט צו פאַרשפילן, כאַפן א גלעזעלע וויין און מען פאָרט אין די העכערע וועלטן ווי אלעס איז פיין און רואיג, דארט דארף מען נישט ארבעטן און קאנטערלירן די געפילן, ווי חז"ל זאגן אונז אמר רב חנן לא נברא יין בעוה"ז אלא לנחם אבלים - וויין האט די כח צו בארואיגן א מענטש וואס גייט אריבער שוועריגקייטן און שווערע געפילן, קומט אבער די תוה"ק און זאגט אונז ניין ברידער אין בית המקדש טרינקט מען נישט, מען טוט פון זיך נישט אנטלויפן, מען טוט זיך נישט פארשפילן און ארויסדרייען, נאר מיט די גרעסטע קלארקייט טוט מען דינען הקב"ה אָן אויפהער, הקב"ה וויל עבודה וואס איז אמת'דיג, ווען דער מענטש מיט אלע זיינע שוועריגקייטן קומט ער צום באליבטע טאטע און געבט אים איבער זיינע געפילן אזוי ווי ס'איז, ער באדעקט נישט, לויפט נישט, נאר פון די טיפעניש פון זיינע הארציגע צובראכענע געפילן בעט ער זיך, פון די טיפעניש דאנקט ער און אזוי ווייטער!

אז מיר זאלן באטראכטן די הייליגע פסוקים שטעלט זיך ארויס אז דאס לעצטע זאַך איידער אהרן איז אריבער דאס שרעקליכע איז געווען דאס בענטשן די אידישע קינדער, "נשיאת כפיים" אהרן הכהן האט אויפגעהויבן די הענט און געבענטשט די בני ישראל, שטייט אין די ספרים הקדושים אז ווי באקאנט איז אויפהייבן די הענט א סימן פון אויפגעבן, ס'איז א סימן פון נישט אָנכאַפן, פון לאזן גיין, אהרן הכהן לערנט אונז אז כדי צו קענען זיין דער אוהב שלום ורודף שלום – כדי צו קענען זיין דער כהן גדול וואס בענטש די אידישע קינדער דארף מען קענען אויפהייבן די הענט און אויסרופן רבש"ע איך בין אינגאנצן דיינע – כ'האב נישט און פארמאג נישט, ווען א איד ווערט געהייליגט מיט די ליכטיגקייט גיסט זיך ארויס די גרעסטע אהבה וואס נאר פארהאן און מיט די כח קען מען בענטשן, דאס איז טאקע די ברכה וואס דער כהן מאכט איידער ער בענטשט אֲשֶׁר קִדְּשָׁנוּ בִּקְדֻשָּׁתוֹ שֶׁל אַהֲרֹן וְצִוָּנוּ לְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ יִשְׂרָאֵל בְּאַהֲבָה – פון די גרעסטע הייליגקייט און קשר צו הקב"ה טוט זיך ארויסגיסן א ליבשאפט וואס איז נישט באשרייבלעך און דערנאך גיסן זיך ברכות!

אהרן הכהן דער טאטע פון אלע כהנים איז אריבער דאס שווערסטע, ער האט פארלוירן זיינע צוויי הייליגע קינדער, אבער אהרן מאכט א וַיִּדֹּם אַהֲרֹן – אהרן הכהן האט געשוויגן און מיט ליבשאפט אנגענומען די גזירה פון הקב"ה. ס'שטייט נישט 'ושתק' אהרן האט געשוויגן, ס'שטייט 'וידם' אהרן הכהן איז געווען ווי די דומם ער האט נישט ארויסגעגעבן קיין שום הרגשה, ער האט עס מקבל געווען מיט די גרעסטע ליבשאפט, און ממילא איז עס געווען ביי אים כאילו לא היה ווייל אדורך און אדורך אין די טיפענישן פון זיין נפש האט ער געוויסט מיט א קלארקייט אז ס'איז אלעס פון הקב"ה און נישט נאר וואס ער האט מקבל געווען די גזירת ה' מיט די גרעסטע מאס אהבה וואס נאר פארהאן - ער האט בכלל נישט נישט געזעהן דעם זאך פאר א גזירה ווייל ער האט געלעבט מיט די גרעסטע דביקות אז אלעס איז א שטיק ה' דער מענטש ווייסט נישט, פרעגט נישט, ווינקט נישט, מאכט נישט און טוט נישט נאר אלעס איז דער מלך העולם אליין מלא כל הארץ כבודו אלעס וואס ס'פאסירט איז הקב"ה...

דערמיט פארשטייען מיר שוין געוואלדיג פשט אין די פרשה, אהרן הכהן וואס האט פארשטאנען די עומק פון וידם האט אין דעם זכות זוכה געווען אראפ צוברענגן א אור און כח פון אננעמען און מקבל זיין דעם רצון ה', ער האט ממשיך געווען דעם אור פון "נשיאת כפיים" פון אויפהייבן די הענט צו הקב"ה מיט התבטלות און התקשרות... ער האט באַלאָכטן די וועלט מיט א ליבשאפט און ברכה פון נישט דארפן אוועק לויפן פון זיך אליין, נישט דארפן וויין און אלע זאכן וואס זענען ענדליך צו קענען אָנגיין מיטן טעגליכן עבדות ה', וואס דאס איז די גרעסטע ברכה פארן מענטש צו קענען לעבן דעם יעצטיגן מינוט און צו פארשטיין אז איעדע געפיל איז קודש קדשים – ס'איז הייליג מיר דארפן ארבעטן דערמיט, לעבן דערמיט און זיך פארבינדן מיט אבינו שבשמים. ווען מיר ווילן ברענגן שלום אויף דער וועלט, ווען דער איד וויל לעבן מיט אהבה-ליבשאפט לערנט אונז אהרן הכהן "הייב אויף די הענט און זיי מקבל אלעס וואס הקב"ה האט דיר געגעבן, קוק נישט אויף א צווייטן, פארגלייך דיך נישט צו א צווייטן, דאנק און לויב אויף דיין חלק", און חלילה אויב עפעס גייט שווער, עפעס ווערט פארלוירן אדער אוועקגענומען פארשטיי אז ס'איז דער רצון ה', פארלאז זיך אויף אבינו שבשמים אונזער באליבטע טאטע וואס פארזארגט אונז כסדר, וואס ווייסט וואס איז באמת גוט פאר אונז, און אט וועלן מיר זוכה זיין זיך צו פארבינדן מיט דעם הייליגקייט און געבענטשט ווערן מיט דעם יִשָּׂא ה' פָּנָיו אֵלֶיךָ וְיָשֵׂם לְךָ שָׁלוֹם בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• אין בית המקדש טרינקט מען נישט, מען טוט פון זיך נישט אוועק לויפן, מ'טוט די געפילן נישט דערשטיקן.
• טראכט און פרעד זיך: איין מינוט וואס ברענגט מיר דעם געפיל – פארוואס שפיר איך אזוי.
• "הייב אויף די הענט" און טו אויסרופן רבש"ע איך בין אינגאנצן דיינע, איך בין אלעס מקבל מיט די גרעסטע ליבשאפט.


זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

ישר כח טייערע ווערטער
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”