פרשת חקת - דער חילוק צווישן שלאגן און רעדן?!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת חקת - דער חילוק צווישן שלאגן און רעדן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די תוה"ק אין אונזער וואכעדיגע פרשה פאַנגט אָן מיט די ווערטער "זֹאת חֻקַּת הַתּוֹרָה" און גלייך דערנאך האבן מיר די מצוה פון פרה אדומה, לאמיר גלייך מדייק זיין די לשון הפסוק ס'שטייט נישט 'חקת הפרה', די פסוק זאגט חקת 'התורה' וואס דאס מיינט אז דער ענין פון חקת איז א יסוד אין די גאנצע תוה"ק לאמיר זיך דערין פארטיפן.

שפעטער אין די פרשה איז פארהאן איינע פון די שווערסטע קאפיטלעך אין אונזער היסטוריא, אונזער הייליגע רבי וואס טוט אונז באגלייטן אויף טריט און שריט, אונזער רבי וואס האט אונז ארויסגענומען פון די מ"ט שערי טומאה און אונז געברענגט צו קבלת התורה, אונזער רבי וואס האט פאַר אונז געזאָרגט, געפועלט, געברענגט, געהאַלטן און געטראָגן באקומט די בשורה אז ער וועט מיט זיינע באליבטע קינדערלעך קיין ארץ ישראל נישט קענען אריינגיין, ווי באַקאנט איז דאס געקומען צוליב דעם וואס הקב"ה האט געזאגט פאר משה אז כדי צו קענען געבן וואסער פאר די אידישע קינדער זאל ער רעדן צום שטיין אבער משה רבינו האט געשלאגן דעם שטיין. לאמיר זיך פארטיפן וואס איז געווען די נקודה וואס אונזער רבי האט פאַרפאַסט אז ער האט נישט גערעדט נאר געשלאגן דעם שטיין, און בכלל וואס איז אזוי געפערליך פון שלאָגן די שטיין, 40 יאר פריער ווען די אידישע קינדער האבן געבעטן וואסער האט הקב"ה געזאגט פאר משה צו שלאגן דעם שטיין וואס איז יעצט אנדערש? וואס איז בכלל דער חילוק צווישן שלאגן אדער רעדן צו א שטיין בפשטות זענען ביידע אויסטערלישע גרויסע נסים?

זאגט רש"י: לְהַקְדִּישֵׁנִי - שאילו דברתם אל הסלע והוציא הייתי מקודש לעיני העדה ואומרים מה סלע זה שאינו מדבר ואינו שומע ואינו צריך לפרנסה מקיים דבורו של מקום קל וחומר אנו – הקב"ה האט געזאגט פאר משה און אהרן: ווען איר וואלט ווען גערעדט צום שטיין וואלט ארויסגעקומען א גרויסע קידוש ה', די אידישע קינדער וואלטן געמאכט א קל וחומר מַה-דאָך א שטיין וואס רעדט נישט און הערט נישט און ער איז נישט אָנגעוויזן אויף פרנסה טוט געטריי דעם באפעל פון הקב"ה, אוודאי מיר וואס מיר הערן, רעדן און זענען אָנגעוויזן אז הקב"ה זאל אונז געבן פרנסה ליגט אויף אונז א חוב מקיים צו זיין דעם רצון ה'.

ווי נאר מען לערנט די הייליגע ווערטער פון רש"י טוט זיך די שטערן קנייטשן ..ווייל די אידישע קינדער האבן נישט דערהערט א קל וחומר פון א שטיין קען אונזער רבי איז נישט אריין גיין קיין א"י? בפרט פרעגט זיך וואס איז פשט פון דעם קל וחומר א מענטש איז דאך נישט קיין שטיין ווי קען מען בכלל פארגלייכן די צוויי? וואס מיר זעהן פון די אלע נקודות ובפרט פון דעם שווערן נקודה אז אונזער רבי גייט נישט מיט אונז אריין קיין ארץ הקודש אז דא ליגט באהאלטן א אוצר וואס מיר דארפן זיך דערין ריכטיג פארטיפן און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

די קומעדיגע משל איז נאר לשבר את האוזן ארויסצוברענגן א נקודה, פארשטייט זיך אז מיר רעדן באופן כללי און זיכער נישט פראקטישע הדרכה וכדומה:

עפיזאַד א. - די חשובע ראש ישיבה געבט א שפאַצירט אריין אין בית המדרש און באמערקט אז בערל האַלט גענצליך נישט ביים לערנען און ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס בערל ווערט געכאפט אזוי רויט-האַנטיג אינמיטן סדר זיצן און שמועסן, דאס איז עס – ס'קען ווייטער נישט אזוי אָנגיין, די ראש ישיבה האט אים געטוען דערלאַנגן ווי ס'דארף צו זיין, געכאפט האט ער מכות, פרעגט מיר נישט צו פיזיש אדער גייסטיש, תמצית הדברים ער האט געכאַפט, פארשטייט זיך אז בערל האבנדיג א פחד פארן לעבן האט ער זיך געזעצט לערנען 'ברציפות'... אבער עטליכע טעג דערנאך ווען די ראש ישיבה האט זיך ארויס געלאזט אויף א קורצע נסועה איז פלוצלונג בערל שוין נישט ביים גמרא, ס'איז אבער גאנץ פארשטענדליך ווייל ווען די רבי איז נישט אין געגנט ווייסט בערל נישט ווי אזוי זיך צופירן, אלעס וואס ער טוט איז נישט ווייל ער האלט אדער שפירט ס'איז פשוט פון דרוק און פחד.

עפיזאַד ב. - די חשובע ראש ישיבה געבט א שפאַצירט אריין אין בית המדרש און באמערקט אז בערל האַלט גענצליך נישט ביים לערנען און ס'איז נישט דאס ערשטע מאל וואס בערל ווערט געכאפט אזוי רויט-האַנטיג אינמיטן סדר זיצן און שמועסן, דאס איז עס – ס'קען ווייטער נישט אזוי אָנגיין, די ראש ישיבה האט אים צוגערופן און געכאפט מיט בערל א ווארעמע שמועס און אים מסביר געווען: בערל די האסט נישט קיין השגה וואספארא כוחות און רצונות די פארמאָגסט, בערל טייערע דיין יא אדער נישט לערנען האט נישט מיט מיר קיין שייכות ס'איז 'דיין' לעבן וואס איך וויל דיר העלפן טרעפן און זיס מאכן, און אזוי שמועסן די צוויי פאר א לענגערע צייט... עטליכע טעג דערנאך ווען די ראש ישיבה האט זיך ארויס געלאזט אויף א קורצע נסועה באמערקט זיך אז בערל זיצט ווייטער ביים גמרא און לערנט מיט א געשמאק, ס'איז אבער גאנץ פארשטענדליך ווייל בערל'ס התחדשות נעמט זיך ווייל ער האט אַנערקענט ווער ער איז, ער האט באמערקט אז ער האט טאקע רצונות און כוחות וואס ער דארף אָנפאַנגן אויסצוניצן, ס'איז נישט די ראש ישיבה'ס שטעקן וואס האט אים געזעצט לערנען ס'איז די ווערטער וואס ער האט אריינגענומען אין זיין הארץ און טוט דערמיט ארבעטן...

ווען מען "שלאָגט/אונטערדריקט" – בדרך כלל מאכט עס מענטשן זאלן פאלגן אבער ס'טוט נישט דערהייבן אדער אויפמאכן די אויגן אז דער מענטש זאל אליין זעהן מיט א קלארקייט וואס איז ריכטיג און וואס נישט, דער מענטש פאָלגט און טוט ווייל ער האט נישט קיין ברירה, [ס'קען זיין אז דורך דעם וואס ער טוט באקומט ער דערנאך א טעם אבער דעמאלטס ס'איז עס שוין נישט דירעקט פארבינדן מיט דער אונטערדריקונג ואכמ"ל] דאס הייסט אז די עיקר ליגט ביים מענטש מיטן שטעקן – דאס גאנצע ווענד זיך אין אים, ווי שטארק און שטרענג ער איז.

אנדערש איז אבער "דיבורים-רעדן" וואס האט די כח צו פארשטיין געבן און מסביר זיין זאַכן אז דער מענטש זאל דערפון דערהערן און אליין אָנפאַנגן צו פארשטיין און ווילן טוען וואס איז ריכטיג, נישט ווייל יענער האט געזאגט נאר ווייל נאָכן הערן די דיבורים פארשטייט ער אליין, ס'איז אין אים אריין אין די ביינער און יעצט איז די פריעדיגע דיבורים געווארן זיין אייגענע מחשבה – ער פארשטייט שוין וואס ער האט צוטוען, דאס הייסט אז ווען ס'קומט צו דיבורים ליגט דער עיקר ביים מקבל- דער צוהערהער אין די האנט ווי אזוי ער וועט ארייננעמען די דיבורים און וואס ער וועט טוען דערמיט.

ברידער טייערע יעצט אז מיר דערהערן די חילוק צווישן שלאָגן און רעדן, לאמיר גיין א טריט ווייטער און באמערקן אז פונקט ווי מען קען נעמען א מענטש מיט כח דורך אים שלאָגן און דערמיט אים ברענגן צו טוען געוויסע זאכן כאטש דער מענטש פארשטייט נישט און האט נאך נישט טועם געווען דעם טעם, אט דאס זעלבע קען מען טוען דורך 'באלייכטן' די וועג פארן מענטש, נישט אנדערש ווי א פארלוירן מענטש אין וואלד - ס'איז אים חושך טינקל און איינער קומט און באלייכט אים די וועג, אפילו ער ווייסט נישט צו ס'איז די ריכטיגע וועג אבער דערווייל פאָרנט פון די אויגן איז דאס די איינציגסטע וועג, דער מענטש פארלירט פשוט דעם בחירה און טוט אלעס וואס איז ריכטיג אבער נישט ווייל ער האַלט שוין ביי דעם מדריגה נאר פשוט ווייל ס'איז אזוי קלאר און לעכטיג אז דער מענטש גייט און לויפט פון זיך אליין.

דערמיט קומען מיר צוריק צום פרשה - לאמיר זיך דערמאנען אביסל היסטוריא, אינגאנצן פארלוירן און צובראָכן זענען מיר אידישע קינדער פאַר לאנגע יאָרן געווען אונטערדריקט אונטער די מצרישע נעגל, ביז ס'איז געקומען די מינוט און אונזער באליבטע טאטע האט זיך פאר אונז באוויזן דורך אונזער הייליגע רבי משה וואס האט אונז כסדר געברענגט די דבר ה', און פלוצלינג האבן אלע געזעהן מיט די גרעסטע קלארקייט אז ה' הוא האלוקים ואין עוד מלבדו די גאנצע בריאה איז געווען ארום גענומען מיט נסים און וואונדער און אלע האבן געזעהן אז ס'איז פארהאן א שטארקע און מעכטיגער באשעפער וואס פירט און מאכט די גאנצע וועלט.

און ווי מיר דערמאנען זיך האט אונזער הייליגע רבי טאקע געניצט די כח פונעם 'שטעקן', די פילע אותות ומופתים וואס אונזער רבי האט אונז כסדר געוויזן אלעס איז געווען מיטן הייליגן שטעקן וואס דאס מיינט אז מיר זענען געווארן "אונטערדריקט מיט ליכטיגקייט" מיר האבן געזעהן די כח פונעם צדיק, מיר האבן געזעהן ווי משה רבינו האט די כח בשליחות פון הקב"ה צו טוישן די טבע פונעם בריאה, מיר האבן געזעהן די אלע וואונדער פון הקב"ה, און דאס איז באמת געווען דער תכלית, אז מיר זאלן זעהן און וויסן עד סוף כל הדורות מיט א קלארקייט אז ס'איז פארהאן א מלך העולם וואס פירט און מאכט און קאנטערלירט אלעס מיט די גרעסטע פונקטליכקייט, פארשטייט זיך אז ווען מיר האבן מיטגעלעבט די אלע גרויסע וואונדערליכע נסים ונפלאות זענען מיר פשוט געווארן אונטערדריקט אונטער די געוואלדיגע ליכטיגקייט, אונטער די וואלקענעס וואס האבן אונז באגלייט אויף טריט און שריט, מיר זענען פארלוירן געווארן אונטער די התגלות פון הקב"ה און זיך געלאזט פירן אויף טריט און שריט.

אבער יעצט שטייענדיג איידער מיר גייען אריין קיין ארץ ישראל, שטייענדיג אין די מינוטן וואס די כסדר'דיגע שטעקן וואס האט אונז באַגלייט און געהאַלטן מיט נסים ונפלאות גייט זיך ענדיגן – ביז איצט האבן מיר זיך געטובל'ט אין א הייליגע מקוה פון אפענע נסים ונפלאות אבער אין א"י גייען מיר אָנפאַנגן לעבן א לעבן וואס איז 'נישט' ארום גענומען מיט אפענע נסים, פאַר פרנסה דארף מען ארבעטן שווער - ס'איז קיין מָן נישט פאַרהאַן, מיר דאַרפן פירן מלחמות - ס'איז קיין וואָלקענעס נישט פאַרהאַן, דאס ריינקייט וואס האט אונז באגלייט אין מדבר קומט נישט מיט מיט אונז, פלוצלינג ווערט דער קלאָרע ערליכע אידישקייט אַ שווערע עבודה, פלוצלינג צו קענען בלייבן א אמתע געטרייע עובד ה' דארף מען האבן אייגענע כוחות און ס'פאַנגט זיך אָן צו פרעגן ווי נעמט מען כח? ווי קען מען בלייבן שטארק ווען מען ווערט נישט באגלייט און ארום גענומען מיט כסדר'דיגע אפענע נסים ונפלאות? ווי נעמט מען כוחות?

אט דאס האט אונז - אונזער הייליגער רבי געדאַרפט לערנען שטייענדיג אָן קיין וואסער פאַרן אריין גיין קיין ארץ ישראל, הקב"ה האט געזאגט פאר משה רבינו רעדט צום שטיין... ווען מיר וואלטן געזעהן אז אונזער רבי רעדט צום שטיין וואלטן מיר פלוצלינג דערהערט א נייע יסוד אז ס'איז פארהאן ליכטיגקייט וואס גיסט זיך ארויס פונעם שטיין כאטש ער איז נישט אונטערדריקט - כאטש מען האט אויף אים נישט געקלאַפט, וואס דאס מיינט אז די שטיין 'אליין' האט די כח ארויסצוגעבן וואסער, אין אנדערע ווערטער ביים שלאָגן דעם שטיין דערהערן מיר אז משה רבינו האט א כח צו מאכן וואסער ארויסקומען פונעם שטיין - אבער ביים 'רעדן' צום שטיין זאגט עס אונז אז די שטיין דערהערט זיין תפקיד מיוחד, זיין שליחות און געבט ארויס וואסער פון זיך אליין.

לאמיר עס באמערקן אין די פסוקים: פערציג יאר פריער (שמות יז' ו) הִנְנִי עֹמֵד לְפָנֶיךָ שָּׁם עַל הַצּוּר בְּחֹרֵב וְהִכִּיתָ בַצּוּר וְיָצְאוּ מִמֶּנּוּ מַיִם – הקב"ה זאגט פאר משה שלאָג דעם שטיין און ס'וועט דערפון ארויסגיין וואסער, וואס איז קלאר משמע אז דאס שלאגן וועט ארויסברענגן וואסער.

פערציג יאר שפעטער (במדבר כ' ח) וְדִבַּרְתֶּם אֶל הַסֶּלַע לְעֵינֵיהֶם וְנָתַן מֵימָיו - רעד צום שטיין אין דער שטיין וועט ארויסגעבן וואסער – וואס איז משמע אז די שטיין וועט אליין דערהערן זיין תפקיד און שליחות וואס הקב"ה וויל פון אים און די שטיין וועט ארויסגעבן וואסער...

שטייענדיג פארן גיין קיין ארץ ישראל דארפן מיר דערהערן ווער מיר זענען און וואספארא כוחות מיר פארמאגן, אמת אז די זיסע אפענע נסים ונפלאות ענדיגן זיך און בהשקפה ראשונה קען זיך דאַכטן אז ס'וועט שוין נישט זיין אזוי לעכטיג איז די אמת אבער פונקט פארקערט אט גייען מיר צום העכערן מדריגה, אט גייען מיר ארויס פון אונזער גלות, מיר גייען אוועק פון דער מינוט וואס מיר ווערן געהאלטן אין דעם טאטי'ס הענט און מיר גייען אנפאנגן גיין אויף די אייגענע פיס און מיר גייען דערהערן וואספארא כוחות מיר האבן, ווי שטארק א אידיש קינד איז, און מיר מאכן א קל וחומר פונעם שטיין און באמערקן אז מַה-דאָך א שטיין וואס רעדט נישט און הערט נישט דאָך איז ער כסדר גרייט צו טוען דעם רצון ה' און ווי נאר מען רעדט צו אים, ווי נאר ער דערהערט אז הקב"ה וויל ער זאל ארויסגעבן וואסער גיסט ער ארויס פון די טיפעניש וואסער כל שכן דער מענטש וואס קען בסייעתא דשמיא רעדן און הערן ווי נאר ער דערהערט דעם רצון ה', ווי נאר ער דערהרט זיין ריכטיגע תפקיד מיוחד און שליחות גיסט זיך פון אים ארויס כוחות וואס ער האט קיינמאל נישט געחולמט אז ער פארמאגט און דאס איז אונזער עבודה אין די יעצטיגע מינוטן.

אונזער הייליגע רבי האט דאס פאַרפאַסט דערפאר האט ער מיט אונז נישט געקענט מיט קומען קיין ארץ ישראל, אבער ברידער דאס איז דער יסוד וואס מיר דארפן דערהערן אז ווען ס'מאכט זיך א צייט וואס נסים ונפלאות איז שווער צו טרעפן, כאטש אז בפרטיות קענען מיר אויפמאַכן די אויגן און זעהן די כסדר'דיגע השגחה פרטית וואס באגלייט אונז אויף טריט און שריט אבער באופן כללי לעבן מיר אין א צייט וואס די וועלט איז טינקל, די אפענע השראת השכינה איז עפעס וואס מיר בעטן, האפן און זיכן, זיין א ערליכע ריינע איד אין דעם גרויסן וועלט איז אַן עבודה וואס קומט אָן שווער, צומאל שפירט דער אידעלע ווי ער גייט אין טינקלקייט אָן קיין וועג ארויס, מיר שפירן נישט קיין טעם און געשמאק – דארפן מיר וויסן אז דווקא אין די מצב איז דער צייט פארן אידעלע צו אַנערקענען אונזערע כוחות, צו באמערקן אז הקב"ה אונזער באליבטע טאטע לאזט אונז גיין אליין - ווייל ער ווייסט אז מיר קענען און פאָרמאגן די כוחות, און פונקט ווי דער שטיין וואס איז די גרעסטע דומם/קלאָטץ וואס נאר פארהאן אויף די וועלט קען דערהערן און טוען זיין שליחות על אחת כמה וכמה האב איך 'בן מלך' מיין פונקטליכע שליחות און תפקיד, און פונקט ווי דער שטיין איז אין מיר פארהאן א קוואל פון השפעות גרייט ארויסצוגיסן און דערפרישן די גאנצע בריאה און אט דאס איז אונזער גרעסטע חיזוק אין די שווערע וועלט וואס מיר לעבן איצט...

הרה"ק רבי בונם פון פרשיסחא זי"ע פלעגט זאגן אז יעדער חסיד וואס קומט צו פאָרן צו א רבי מקבל צו זיין פון איהם תורה און חסידות, דארף ער אבער קודם וויסן די מעשה פון "רבי אייזיק ר' יעֶקל'ס" פונעם שטאט קראקא. - דער ר' אייזיק ר' יעקל'ס האט זיך עטליכע מאל זיך גע'חָלוֹמ'ט אז ער דארף פאָרן קיין פְּראַג און דארט נישט ווייט פונעם קעניג'ס פאלאץ אונטערן בריק ליגט באהאלטן א גרויסע אוצר פון געלט נו פאר פרנסה לוינט זיך א נסועה קיין פראג – ער איז אויפן וועג מיטן וואנדער-שטעקן אין די הענט.

אנקומענדיג קיין פראג אויפן באשטימטן אָרט נאנט צום קעניג'ס פאלאץ, איז ער אנטוישט געווארן זעענדיג אז דאס פלאץ איז שטארק אפגעהיטן, ס'דרייען זיך דארט סאלדאטן און מיליטערלייט טאג און נאכט. אבער א איד געבט נישט אויף נאר איעדן טאג איז ער אהינגעקומען צום באשטימטן פלאץ און פרובירט טראכטן פון עפעס א פלאן און זיכן אַן עצה וואס מ'קען עפעס טוהן געהאלפן צו ווערן דא.
דער שומר טראכט צו זיך: שוין דריי טעג וואס ס'קומט און גייט עפעס א אידל, טרויעריג און צוקלאפט, איינגעזינקען שטילערהייט אין זיינע מחשבות, דער שומר איז געווען נייגעריג צו הערן וואס דער איד זוכט דא און מיט וואס קען מען איהם העלפן. נאך א קורצע אויסטויש פון ווערטער, דערציילט ר' אייזיק פארן שומר די גאנצע מעשה מיט זיינע חלומות וואס ער האט עטליכע מאל גע'חלומ'ט אז עס ווארט איהם אפ א גרויסע עשירות דא אונטערן בריק, און ווי שטארק ער וויל עס טרעפן אבער ער קען נישט.

דער שומר האט אנגעפאנגן אויסצולאכן דעם ר' אייזיק, און ער פרעגט איהם מיט שפאָט, צוליב א נארישער חלום האט זיך דיר געלוינט צו מאכן דעם לאנגן וועג אהער קיין פראג? וועלכער נארמאלער מענטש מאכט זיך צוטוהן פון פוסטע חלומות... און דער שומר זאגט איהם ווייטער "דו ווייסט אז איך האב זיך אויך גע'חלומ'ט אז אין קראקא וואוינט א מענטש מיט'ן נאמען אייזיק ר' יעקל'ס וואס אין זיין הויז אונטערן אויוון ליגט באהאלטן א ריזיגע אוצר, נו, וואס מיינסטו אז כ'וועל גלייבן אזא חלום, צו דען וועל איך צוליב א חלום פאָרן קיין קראקא און אפירזוכן דעם אוצר ביי דעם אייזיק ר' יעקל'ס?"...

ר' אייזיק האט באלד פארשטאנען דעם רמז אז פון הימל האט מען איהם אהערגעשיקט בכוונה, נאר צוליב די רייד, אז ער זאל הערן די ווערטער פונעם שומר אז דער אוצר געפונט זיך נישט דא אין פראג, נאר ס'ליגט גאר ביי איהם אין שטוב אונטערן אויוון. ער איז צוריק קיין קראקא און תיכף האט מען אנגעפאנגן צו גראבן ביי זיך אינדערהיים אונטערן אויוון, ווי ער האט טאקע געטראפן ליגן באהאלטן א
ריזיגע אוצר, פון וואס ער איז שטארק נתעשר געווארן, און פון זיין פארמעגן האט ער געלאזט בויען דעם פרעכטיגן שוהל אין קראקא, ר' אייזיק ר' יעקל'ס שוהל.

די זעלבע זאך איז מיט א חסיד וואס פאָרט צו א רבי'ן - האט דער רבי רבי בונם זי"ע אויסגעפירט- ער מיינט אז ער קומט זוכן אוצרות ביים צדיק און באקומען השפעות פונעם רבי'ן. אבער דער אמת איז פונקט פארקערט דורכדעם וואס מען קומט צום צדיק און מען געפונט זיך צווישן חסידים, דעמאלטס ווערט א מענטש געוואויר אז דער אוצר ליגט גאר ביי איהם אליינס, ער דארף נאר אביסל גראבן און נישטערן ביי זיך אין הארץ און אין זיין אייגענע נשמה, ביז ער וועט טרעפן דעם געוואלדיגן אוצר וואס ליגט באהאלטן טיף אינעווייניג ביי זיך אליין. א איד ווייסט נישט וואסערע כוחות ער פארמאגט, און וואס ער קען אלץ אויפטוהן אויף די וועלט, און ווען ער קומט צום צדיק, העלפט איהם דער צדיק אנדעקן 'זיינע אייגענע' כוחות, אז ער זאל וויסן וואס ער פארמאָגט אין זיך, און ווען ער פאָרט צוריק אהיים, אז ער וועט זיך אביסל אָנשטרענגן און ארבעטן און הארעווען דעראויף, וועט ער זעהן און אַנערקענען "כי קרוב אליך הדבר מאוד" דער אוצר איז גאר נאנט צו דיר, און ליגט באהאלטן ביי דיר אליין, אפילו ס'איז שווער און האַרט לערנט אונז דער שטיין אז ס'איז פארהאן א קוואל פון וואסער אינעווייניג מען דארף כאַפן א געשמאקע שמועס און רעדן מיטן שטיין, מיר אלע האבן דעם הארטן חלק, מיר אלע האבן קליינע שטיינדעלעך וואס צומאל שטערט עס אונז אבער אז מיר זאלן דערהערן אז די איינציגסטע וועג זוכה צו זיין צו גאולה איז ווען מיר 'רעדן' צום שטיין – נישט קלאַפן אדער האַקן נאר רעדן און פלוצלינג מאכט זיך דער קוואל אויף און ס'גיסט זיך ארויס א שטרום פון וואסער און חיות!

ברידער טייערע! מיר לעבן אין א צייט פון 'חוקים' אזוי פיל פון אונזער טעגליכע לעבן שפירט זיך ווי א חק, ס'האט נישט קיין טעם, מיר שפירן נישט קיין זיסקייט אדער עפעס א ליכטיגקייט אין אונזער טעגליכע עבודה, ולב יודע איעדער ביי זיינע אייגענע ענינים דארפן מיר נעמען די ריכטיגע חיזוק פון אונזער פרשה און דערהערן איינמאל פאר אלעמאל דעם יסוד אז זאת חקת 'התורה' – ס'איז א יסוד אין די גאנצע תוה"ק אז דינען הקב"ה אָן פארשטיין, אָן געשמאק, ווען מ'זעט נישט פאָרנט פון די אויגן ליכטיגקייט דעמאלטס איז די צייט וואס מיר זענען ביים שוועל פון טהרה, ווי די פרשה פאַנגט זיך אָן מיט די ריינקייט פון די אידישע קינדער, ווי די ספרים זאגן חק נעמט זיך פון די ווארט חקיקה-געקריצט, אונזער קשר מיט אבינו שבשמים ווערט געקריצט אדורך און אדורך... לאמיר עס דערהערן: אז ווי שווער ס'טוט זיך נאר שפירן, ווי טינקל און חק'דיג ס'זעט אויס איז עס איין טריט פאַרן אריין גיין קיין ארץ הקודש, ס'איז איין טריט פאַרן גאולה בכלליות ובפרטיות, ויה"ר אז מיר זאלן דערהערן דעם ריכטיגן חיזוק און טאקע זוכה זיין צו דינען הקב"ה מיט שמחה און התבטלות עדי נזכה לביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• פונקט ווי דער שטיין: קען דערהערן און טוען זיין שליחות - על אחת כמה וכמה האב איך 'בן מלך' מיין פונקטליכע שליחות און תפקיד,
• פונקט ווי דער שטיין: איז אין מיר פארהאן א קוואל פון השפעות גרייט ארויסצוגיסן און דערפרישן די גאנצע בריאה.
• ווי שווער ס'טוט זיך נאר שפירן, ווי טינקל און חק'דיג ס'זעט אויס איז עס איין טריט פאַרן גאולה.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

פי די עף
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 13&gil=172
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

פיין!
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

ישר כח!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”