דרשו ד' בהמצאו

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

דרשו ד' בהמצאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

יחזקאל'ע, א קליין אינגעלע, מיט שוואכע פיסעלעך, אויסגעמאגערט און הונגעריג, שוואך פון דארשט, שלעפט זיך אין די היצן אין אומאויסגעפלאסטערע וועגן, ער ווייסט נישט אויב ער איז אויפן ריכטיגן וועג, ער איז אומזיכער אויב ער וועט נאך אמאל אנקומען, מיט אלע צוזאגן וואס ער האט באקומען אז ער וועט נישט פארלוירן גיין, אז ער וועט באקומען הילף אין זיין שווערע וועג, זעהט אים אויס אז ער איז פארגעסן געווארן, עס זעהט אים אויס אז עס וועט אים קיינמאל נישט גרינגער ווערן, אנשטאט די שיינע קלארע הערליכע וועגן אין וואס ער האט אנגעהויבן, טרעפט ער נאר שטרויכלונגען און שוועריקייטן, ער זעצט זיך אראפ מאכטלאז, און וואונדערט זיך אויב ער האט בכלל פארוואס פארצוזעצן זיין פלאג, איז דען נאך דא א אינטערעסע אין מיין מוטשעניש? איז דא איינער וואס זעהט וואס איך מאך דא מיט? אפשר איז שוין געקומען די צייט אויפצוגעבן?

עס איז נישט אלעמאל געווען אזוי, ער קען נישט פארגעסן פון די גוטע צייטן וואס איז אמאל געווען, און עס פייניגט אים די זכרונות פון די שווערע אבער פארט קלארערע צייטן פון נישט לאנג צוריק, ער קען אוודאי נישט געדענקען די גאר אלטע צייטן, ווען זיי זענען נאך געווען אינדערהיים, געגעסן געשמאקע עסן, געשלאפן אין באקוועמע בעטן, און געמיינט אז דאס איז וויאזוי די לעבן וועט אייביג זיין, אבער ער געדענקט נאך יא אביסל וויאזוי אין אנפאנג ווען די שווערערע צייטן האבן זיך אנגעהויבן, ווען זיינע עלטערע ברודער זענען נאך געווען מיט אים, עס איז טאקע אין א געוויסע זין געווען שווערער, זיי זענען בכלל נישט געווען צוגעוואוינט צו אזעלכע ליידן און פיין, אבער פארט איז געווען א קלארקייט, זיי האבן נאך געדענקט צו וואס זיי צילן, זיי האבן נאך פארשטאנען וואס זיי האבן צו טאן, און זיי האבן אים אנגעוויזן די וועג וואס ער דארף נעמען.

ער איז דעמאלס געווען פונקט אזוי מיד און הונגעריג, און אפשר נאך מער פאר'צער'ט ווי היינט, אבער נישט צומישט און פארלוירן, ער האט אייביג געהאט וועמען צו פרעגן דעם וועג פאראויס, און זיי האבן אים אלץ פארזיכערט אז זיינע שריט זענען נישט צוועקלאז.

אבער יעצט הייבט אים אן אויסזעהן אז ער פלאגט זיך אומזיסט, ער איז געווארן צוגעזאגט אז עס וועט אלס זיין איינער ביי זיין זייט אים גרינגער צו מאכן דעם וועג, אבער לויט די שווערע שטיינער און שטרויכלונגען אין וואס ער האקט זיך אן זעהט אים אויס פארקערט, אז זיין וועג ווערט דערעקט פארשווערט און פארביטערט, יעדעס מאל וואס ער האט נאר געמיינט אז אט יעצט האט ער געטראפן דעם ריכטיגן וועג פאראויס, קלאפט ער זיך אן אין א גרעסערע שוועריקייט ווי בעפאר, אז עס זעהט אים אויס אז נישט נאר וואס ער איז פארגעסן געווארן און קיינער אינטערעסירט זיך מער נישט אין זיין ארבעט, נאר פארקערט, ער ווערט דערעקט געשטערט און אפגעהאלטן פון גיין פאראויס.

ער איז נישט דער איינציגסטער וואס שפירט אזוי, און צענדליגע אנדערע פון די גרופע האבן שוין טאקע פארלאזט דעם פלאג, און זיך געגאנגען צו אויסזעהנדע בעסערע וועגן, זיי האבן אנגעהויבן מיט צענדליגע, צענדליגע אנטיילנעמער, און פון די איינצעלנע וואס זענען נישט געשטארבן פון הונגער, דארשט, אדער ווילדע חיות, זענען זיך רוב פון זיי אוועקגעגאנגען, יחזקאל'ע גייט כמעט אליינס, ווען עס איז ווייניג ווייניג איבערגעבליבן, און ער שפירט אז אט אט גיבט ער אויף, און עס גלוסט אים צו נעמען א צווייטע וועג.

אין די גרופע איז נאך פארהאן איינצעלנע וואס געדענקען נאך ווען נישט לאנג צוריק זענען זיי באפאלן געווארן פון א מחנה ווילדע הונט, וואס האבן אוועקגעריסן פון זיי רוב רוב איבערגעבליבענע, און זיי זיצן און וויינען אויף די שוידערליכע צרות וואס האט זיי באטראפן, עס איז אויך פארהאן איינצלענע אבער נאך ווייניגער, וואס האבן געהערט און פארשטייען וואס עס איז אמאל געווען אינדערהיים, און זיי וויינען אויף וואס מיר האבן פארלוירן, אבער בלויז איינער וואס פארשטייט וויינט אויפן גרויסן חורבן, די אנדערע וויינען אויפן אייגענעם חורבן, יחזקאל'ע וויינט נישט אויף די הונט ווייל ער געדענקט זיי נישט, ער וויינט נישט אויף די היים ווייל ער פארשטייט דאס נישט, אבער ער וויינט אסאך א טיפערע און ביטערערע געוויין.

ער איז פארלוירן, ער ווייסט נישט וואס ער טוט, ער ווייסט נישט פארוואס ער טוט, ער זעהט נישט אז ער זאל זיך עפעס רוקן פאראויס, יעדע טריט וואס ער וויל נעמען פאראויס זעהט אים אויס ווי עס שטויסט אים צוריק צענדליגע מאל, ער הערט פון אלע אז עס איז דא אינטערעס אין אים און אין זיין פלאג, אבער פון אלע זייטן זעהט אויס פארקערט, ער ווייסט נישט זיין וועג, אלעס וואס ער האט געהערט און געלערנט זעהט אים אויס ווייט, און ער ציטערט וואס עס קען מיט אים פאסירן.

יחזקאל'ע נעמט אראפ זיין זעקעלע פון רוקן, און קוקט נאך איינמאל איבער, אפשר איז יא פארבליבן פאר מיר א לעק וואסער, אפשר איז פארט עפעס פארבליבן מיט וואס איך וועל זיך קענען דערהאלטן ביים לעבן, און דאן האט ער דאס באמערקט, אפאר צוקנייטשטע צעטעלעך ליגן פארשטופט אין א זייטיגע טעשל, יא, ער געדענקט וואס דאס איז, דאס זענען די בריוועלעך וואס מען האט זיי מיטגעגעבן, די בריוועלעך וואס זענען געשריבן געווארן נאך אינדערהיים, ווען די קאפ איז געווען קלאר, ווען די אויגן זענען נאך געווען אפען, ווען מיר האבן פארשטאנען וואס עס גייט פאר ארום אונז.

אה, האט דעמאלס געהערשט א קלארקייט, יעדער האט געוואוסט, יעדער האט געזעהן, און יעדער האט פארשטאנען, עס איז שוין פון דעמאלס קלאר געווען אז די צומישעניש וועט קומען, און זיי האבן פארשריבן די זאכן וואס זיי האבן געוואוסט אז עס וועט זיין וויכטיג פאר אונז, זאכן וואס מיר וועלן פארגעסן, און עס וועט אונז זיין שווער צו געדענקן.

און ווען יחזקאל'ע מיינט אז ער איז שוין פארפאלען געווארן, אז ער וועט קיינמאל נישט געדענקט ווערט, אז עס איז חלילה פארלוירן געווארן די אינטערעסע אין זיין פלאג, עפענט ער די הייליגע ווערטער פון ישעי' הנביא, און ליינט און דערקוויקט זיך מיט די קלארע אפענע אנווייזונגען וואס ער טרעפט דארט. ניין עס איז נישט פארלוירן געווארן די אינטערעסע אין מיר, ניין איך בין נישט פארפאלן, יא עס איז דא א פלאן פאר מיר, יא איך רוק זיך פאראויס כאטש וואס עס זעהט מיר אויס פארקערט.

דרשו ד' בהמצאו, זוכט דעם אייבערשטערן און רופט צו אים. פארלאזט אייערע שלעכטע וועגן און מחשבות, און קערט זיך צוריק וועט ער זיך אויף אייך דערבארעמען.
איר טראכט אז עס איז צייט אויפצוגעבן, אבער איך באשעפער ווייס אז עס איז אומזיסט די יאוש ווייל ענקערע מחשבות און וועגן טוען נישט רעפעלעקטירן מיינע ריכטיגע וועגן.
כי גבהו שמים מארץ, אזוי ווייט ווי עס איז דער הימל פון דער ערד, אזוי ווייט איז ענקער אויפפירונג פון מיינס, און ענקערע מחשבות פון מיינע מחשבות.
אונזערע אפשאצונגען און באשלוסן, זענען זייער ווייט פון דעם אייבערשטענס, און אפילו ווען מיר שפירן אז עס איז דערנאך, אדער אז עס האט שוין נישט קיין זין, איז דאס ווייט פונעם אמת, כי לא דרכיכם דרכי.
מיט ענקער בעסטן ווילן קענט איר נישט ארויסלערנען וואס און פארוואס מיינע באשלוסן זענען, און אפילו ווען איר שפירט אדער גלייבט סיי וואס, איז דאס ווייט ווייט נישט קיין ביישפיל צום דעם אייבערשטענס אמת'ע און גערעכטע מחשבות.
און כאשר ירד הגשם והשלג, אזוי ווי רעגן גייט אראפ פון הימל און קערט זיך נישט צוריק ליידיג, אזוי וועט מיינע ווערטער זיך נישט אומקערן צו מיר ליידיג, נאר עס וועט זעטיגן די ערד און עס באפלאנצן. כן יהיה דברי, אזוי וועט זיין מיט מיינע ווערטער, עס וועט נישט גיין לאיבוד, נאר עס וועט אויפטון דאס וואס איך וויל אז עס זאל אויפטון און וועט מצליח זיין אין די אויפגאבע אויף וואס איך האב איר געשיקט.
דער באשעפער פארזיכערט אונז אז אזוי לאנג ווי זיינע ווערטער בלייבן אמת, אויף אייביג, איז נישט דא קיין זין אויפצוגעבן, ווייל די תכלית און די ערשטע פלאן וועט זיך אויסלאזן אן קיין שינויים. כי בשמחה תצאו ובשלום תובלון, תחת הנעצוץ יעלה ברוש, און והיה לד' לשם לאות עולם.
זאלט איר נאר נישט טראכטן אז עס וועט נאך נעמען צי לאנג, כה אמר ד', נעמט אייך אין די הענט אריין ווייל קרובה ישועתי לבוא.
און עס איז נישט פארהאן דער אויסנאם, ואל יאמר בן הנכר, און עס איז נישט דא דער פארשפעטיגטער, ואל יאמר הסריס, ווייל זאכן אינדרויסן פון דיינע השגות וועל איך דיר געבן, ושם טוב מבנים ומבנות אתן לו.
און אלע וואס וועלן זיין אויף מיין זייט, זאגט דער אייבערשטער, והביאותים אל הר קדשי, איך וועל זיי אהיים ברענגען, איך וועל זיי דערפרייען, איך וועל זיי אננעמען, נאם ד', אזוי זאגט דער אייבערשטער. און ווי ער באטיטלט זיך אין דעם פסוק, ד' מקבץ נדחי ישראל, דער אייבערשטער וואס וועט איינזאמלען די פארשטויסענע פון זיין פאלק.

הייליגער באשעפער, נאמן אתה, דו ביזט דאך באגלייבט, ודבר אחד מדבריך אחור לא ישוב ריקם. דעריבער בעטן מיר, רחם על ציון, ולעלובת נפש תושיע, און וויבאלד מיר זענען זיכער אין דיין צוזאג לויבן מיר שוין אויפן עתיד, ברוך אתה ד' משמח ציון בבניה.
פיצי
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 1:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי »

שטארק שטארק!! חיזוק אין די שווערסטע צייט! ר' אברהם דוד מיר דארפן נאך אזעלכע מאמרים, קומט אריין אפטער ביטע.
דו ביסט אויך אמאל געווען פיצי
SHULEM FRIEDMAN
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 4:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SHULEM FRIEDMAN »

הערליך הערליך,
באמת א מייסטערווערק.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יפה דברת ובזמנו דברת, דבר עוד
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

גאר שטארק און רירנד. מיט א גוטע פעדער צו די זייט
נהנתי
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

Wow! פאסיגע רייד, אין די ריכטיגע צייט.

באמת א ש'כח!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

יישר כח!

באלערנדט און געשמאק!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

אנגעקומען.

הערליך שיין! אברהם דוד. אויסנאם!
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

א שיינעם דאנק פאר אייך אלע. המשך וועט מעגליך נאכפאלגן קומענדיגע וואך.
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

קלאגן אויפן חורבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

דאס פאלגענדע איז א שטיקל המשך צו די פריערדיגע אדער אפשר א חזרה פון א צווייטע פראספעקטיוו, אין יעדן פאל איז עס די צווייטע חלק פון די 'דרשו ד' בהמצאו' התבודדות.

מיר אלע ווייסן אז אונזער פאלק פלעגט נישט אויסזעהן אזויווי עס זעהט היינט אויס, מיר אלע ווייסן אז אונזער פאלק איז נישט וויאזוי עס באלאנגט צו זיין, די אידישע פאלק באלאנגט פון נאטור אויס אין גאולה און נישט אין גלות, די אידישע פאלק, די שפיץ און ציל פון די בריאה, באלאנגט טאקע צו זיין אין שפיץ פון די בריאה, אבער לא זכינו להיות גזברין נאמנים (גמ' תענית) מיר האבן דאס נישט געקענט אנהאלטן, און מיר האבן נישט ערפילט די פליכט וואס איז מיטגעקומען מיט די שטאנד אין וואס מיר זענען געווען, די שטאנד אין וואס מיר באלאנגען באמת צו זיין, און די שטאנד וואס מיר וועלן בקרוב ווידער און נאך שטערקער זיין דערין און אנקומען דערצו איין וועג אדער די אנדערע אזויווי עס איז מבואר אין די הייליגע ספרים.

(עיין בספה''ק נהרי אש, מאמר ב' – שובה ישראל, ווי ער ערקלערט באריכות די פלאן פארן אייבערשטענס פאלק, וזה לשון קדשו איבערגעזעצט אויף אידיש, "דער אייבערשטער האט אונז דאס קלאר צוגעזאגט כי אני בחרתי בכם, אויף יעדן אופן וואס עס זאל נאר זיין, ענק און נאר ענק וועלן אנטפלעקן די כבוד פון מיין קעניגרייך אויף דער וועלט, אזוי ווי איך האב געוואלט נאך פון אנפאנג און דאס איז די תכלית פון די גאנצע בריאה. אבער דער אייבערשטער האט אונז אויך אנגעזאגט ראה נתתי לפניך, עטס האטס צוויי אפציעס וויאזוי עס זאל אנפלעקט ווערן די שיינקייט פון מיין כבוד אויף די וועלט, עס איז דא די לעבן און די גוטס, אז עטס וועטס גיין אין מיינע וועגן און אפהיטן מיינע מצוות, און דורך דעם וועט קומען די אנטפלעקונג פון מיין קעניגרייך צוביסלעך צוביסלעך אויף א גוטע און זיסע וועג, אבער אויך איז דא די טויט און שלעכטס, אויב עטס וועטס נישט גיין אין מיינע וועגן און נישט אפהיטן מיינע מצוות. איר וועט דערמיט אין קיין שום פאל נישט טוישן מיין פלאן און עטס וועטס אויך אנטפלעקן מיין קעניגרייך אויף די וועלט, אבער דער אנטפלעקונג וועט מוזן קומען דורך שווערע און ביטערע יסורים און אכזריות'דיגע מערדערייען וואס איך וועל ברענגען אויף ענק, און פון די שלעכטס און דורך די שלעכטס וועט זיכער אנטפלעקט ווערן די קעניגרייך פון אייבערשטען" ועיי''ש לשון קדשו באריכות מתיקה ונפלאה).

אבער מיר זענען אזוי ווייט דערפון, מיר קענען נישט בענקען אדער באוויינען א זאך וואס מיר געדענקן נישט און באגרייפן קוים, אונזערע אויסגעמאגערטע השגות אין התגלות אלוקית איז נישט ווערד אפילו נאכצוזאגן, מיר קענען זיך קוים פארשטעלן וואס איז טייטש גוטס, און וואס איז טייטש אונזער היים. ווען מיר ווילן זיך פארשטעלן עפעס בעסערס טראכטן מיר פון אונזערע פראבלעמען און מיר פראבירן זיך אויסצו'משל'ן קליינקעפיגע עצות און פארלייכטערונגען וואס וועט לויט אונזער געצוימטע פארשטאנד פארבעסערן דעם מצב. אזויווי דער קינד אין לאגער ביים וועלט קריג וואס האט מיט פרייד אויפגעטאנצן צו די באפרייאונגס בשורה "מאמי, באפרייט מיינט אז פון היינט און ווייטער וועלן מיר קענען האבן וויפיל קארטאפל שאלאכץ מיר ווילן?!.."
זענען מיר דען צופיל אנדערש?

נישט לאנג צוריק, אפילו אין די צייטן וואס מיר זענען שוין געווען אין גלות, האבן אידן געלעבט מיט גרעסערע השגות, א פשוטער תמימות'דיגער איד האט פארשטאנען און געגלוסט צו עפעס העכערס און עפעס מער פון וואס די פליישיגע אויגן קענען זעהן, ער האט מורא געהאט פון דעם ראש השנה'דיגן יום הדין, ער האט געגלייבט און זיך געפרייט צו דעם יום כיפור'דיגן זינד פארצייאונג, סוכות איז געווען אין אייבערשטענס שאטן, און שמחת תורה איז געווען א פרייד צו זיין דער אויסדערוועהלטער.
אבער היינט באגרייפן מיר קוים, מיר ווייסן נישט וואס דאס הייסט די אור פון חנוכה אדער פורים, מיר דראפענען זיך צו פארשטיין די גרויסקייט פון פסח, מיר פארשטייען קוים די ווערד פון קבלת התורה אין שבועות, און פונקט אזוי איז אין אונזער פערזענליכן לעבן, מיר צילן אבער דערגרייכן קוים צו די אנהייב פון אידישקייט, מיר שטייען מסופק אויב מיר ווילן נאך בכלל, געוויסע צייטן כאפט אונז אן כפירה'דיגע מחשבות כאילו אידישקייט איז גאר אוממעגליך פאר מיר חלילה, מיר גלוסטן צו שפירן אז מיר דערגרייכן, אבער פון אלע זייטן זעהט אונז אויס פארקערט.

ווען מען קוקט אריין אין די פסוקים פון מלאכי, די נבואות וואס זענען געזאגט געווארן אויף די שפעטערע גלות יארן, זעהט מען ווי ער האט קלאר פארגעזאגט די מצב אין וואס מיר זענען היינט, די מצב וואס איז נאך קיינמאל ביי אידן נישט געווען. אין פרק ג' פסוק יג און יד, פארציילט דער נביא אז אידן וועלן זאגן שוא עבוד אלקים, אבער אין פסוק זעהט מען קלאר אז די אידן וועלן אפילו נישט וויסן אז זיי זאגן דאס, ואמרתם מה אמרנו? די אידן וועלן נישט וויסן וואס זיי האבן שלעכט געזאגט, די אידן וועלן זיין אומבאוואוסטזיניג צו זייער געפיל אז שוא עבוד אלקים, אז מיר ארבעטן דא ללא תועלת ח''ו. דער נביא האט שוין פון דעמאלס אויסגעזאגט אז אידן וועלן שפירן כאילו זיי זענען דא ללא תכלית חלילה, און דאס וועט זיין א טיפע באהאלטענע געפיל אז ניטאמאל וועלן זיי דאס באמערקן.

אזוי שטייען מיר, קוקן זיך אן און וואונדערן זיך, וויאזוי קענען מיר קלאגן אויפן חורבן? וויאזוי דארפן מיר באוויינען א התגלות אלקית וואס מיר האבן ניטאמאל א משל וואס דאס איז?
ווען עס קומט צו אלע הויעכע צייטן און ימים טובים קען א מענטש זיך שפירן זייער ווייט, ער זעהט זיך נידעריג, ער שפירט נישט אז דער יום טוב אדער דער ספעציעלער זמן האט עפעס מיט אים, אבער ער קען כאטש פראבירן, ער קען אפשר פארשטיין אביסעלע, וויאזוי דארף ער אבער באוויינען עפעס וואס ער איז נישט באקאנט דערמיט? עפעס וואס ער האט נישט דעם מינדערסטן השגה דערין?

דער אמת איז אבער אז די שאלה זאגט אויס דעם תירוץ, ווען עס קומט די צייט פון די ימי בין המצרים, פון קלאגן אויף אונזער בראך, האבן מיר באקומען די דירעקטע אנווייזונג וויאזוי מיר דארפן צוגיין דערצו, און עס האט מיט אונז נאך סאך מער ווי סיי ווען בעפאר, עס ווערט גע'פסק'נט אין שו''ע ראוי לכל ירא שמים שיהא מיצר ודואג על חורבן ביהמ''ק, און עס איז באקאנט פונעם קאצקער, וואס דער חידושי הרי''ם פלעגט נאכזאגן, און נאך אסאך לעצטיגע זאגן דאס נאך, אז דוקא א ירא שמים קלאגט אויפן חורבן, אבער א עם הארץ דארף קלאגן על חורבן עצמו "עד שאנו מתאבלים על חורבן בית מקדשינו עלינו להתאבל על חורבן נפשינו."

אוי ווי שטארק מיר קענען מיר קלאגן על חורבן עצמינו, ווען עס פעלט אונז אלע עיקרים און אלע יסודות, ווען מיר זעהען נישט, ווייסן נישט, און שפירן נישט, ווען מיר מיינען אז מיר קענען נישט, און טאקע ווען עס גייט אונז נישט, ווען אידישקייט זעהט אונז אויס צי ווייט, ווען מען שפירט דעם אייבערשטען צי פרעמד, דעמאלס קענען מיר די מערסטע האבן א שייכות מיט דעם זמן, און ווי נידעריגער מיר מיינען אז מיר זענען, און ווי טונקעלער מיר רעדן זיך איין אז די מצב איז, אלס מער און אלס שטערקער איז דער זמן טאקע געמאכט פאר אונז.

די גמרא איז אונז מגלה א סוד, די גמרא אין תענית לערנט אפ די פסוק אין ישעי' אז כל המתאבל על ירושלים זוכה ורואה בבנינה, אויף דער מתאבל אויף ירושלים בפשטות, שטימט דער שכר בפשטות, אבער דער וואס איז זיך מתאבל אויף דעם וואס ער ווייסט נישט פון ירושלים, ער קלאגט אויף זיין אייגענע חורבן, ער קלאגט אויף די פעלונג פון זיין אייגענע העכערקייט, דער איז זוכה, נישט בעתיד נאר שוין יעצט בלשון הוה.

דער אייבערשטער האט אויסגעשטעלט זיין מיליטער פאר פארשידענע פונקציעס, ער האט זיינע מלאכים וואס שטייען באימה און פירן אויס זיין רצון בשלימות אן קיין שום קליינליכע פלעק, עס איז אים אבער חשובער געווען די עבודה פון די מענטשן אויף דער וועלט פון אלע פריערדיגע דורות, וואס זענען אים געשטאנען צו דינסט, און פארשטאנען און געצילט צו העכערס וואס קען אונז אפילו אין חלום נישט קומען, אבער אפילו מיט די מערהייט וואס זיי האבן געהאט איבער די מלאכים האבן זיי נישט געקענט אויספירן דעם תכלית עד הסוף, ווייל ווי העכער און ווי בעסער מען פארשטייט, ליגט א קלענערע קונץ אין די ארבעט.

מיר האלטן יעצט אין א צייט וואס עס ווערט געצילט די טיפסטע נקודה און תכלית פון אונזער נידעריגע וועלט, נישט קיין מדריגות און נישט קיין הויעכע עבודות, נאר בלויז א קליינע אויסוואהל, א קליינע באשלוס, א אפמאך אז איך בין מיטן אייבערשטען, און איך דריי זיך נישט אוועק פאר קיין רגע, איך בין אונטערגעווארפן צו זיין רצון, איך בין אונטערגעווארפן צו אים סיי אויב איך שפיר זיך סוקסעספול, און סיי אויב איך שפיר זיך א דורכפאל, סיי אויב איך פארשטיי וואס איך טו און סיי אויב נישט, סיי אויב עס זעהט מיר אויס אז איך קען און סיי אויב נישט, סיי אויב איך האב ערגענצט מיין פלאן און סיי אויב נישט, אט דער באהאלטענער און וויכטיגער ציל קען בלויז און וועט בלויז עררייכט ווערן טאקע און דוקא אין אונזער נידעריגסטע און ווייטסטע צייט.

און דוקא ווען עס גייט נישט פאר א מענטש, און ער זעהט זיך ווייט, אבער ער שטויסט נישט חלילה צוריק, נאר ער שטייט און וויינט און בענקט, און אין די צייטן פון ימי בין המצרים קלאגט ער אויף זיין ווייטקייט און אויף זיין חורבן, איז ער יעצט שוין אין די בנינה, ער איז צוגעקומען און שטופט פאראויס די פלאן וואס דער גרויסער באשעפער האט אויסגעשטעלט פאר אים, פאר זיין פאלק, און פאר די וועלט, און דער באשעפער שטייט אין הימל און גרויסט זיך מיט זיין פאלק, קוק ווי ווייט ער איז, קוק ווי נידעריג ער איז, קוק ווי צומישט און פארלוירן ער איז, אבער זעה ווי ער דרייט נאכאלס נישט אויס די רוקן צו מיר, ער דראפעט זיך אויף דינע שטריקן, ער שפירט אז ער וועט אין יעדע ליאדע סעקונדע אוועקטראסקענען, אבער קוק ווי ער וויינט און בעהט, ער ווייסט נישט פארוואס, ער פארשטייט קוים און מיט זיינע פליישיגע אויגן זעהט ער נישט דעם וועג פאראויס, אבער ער גלייבט, ער ווייסט אז איך בין נישט אוועקגעלאפן, און איך שטיי און קוק, און האב רחמנות אויף מיין פאלק, און איך בענק און ווארט קוים אויף די מינוט וואס איך וועל זיך ענדגילטיג, און אויף אייביג, זיך צוריק פאראייניגען מיט מיינע קינדער.

אט דאס איז די נחת רוח וואס מיר קענען בעסער ווי סיי ווען צושטעלן, און יעצט אין די טעג איז אונזער צייט, די צייט איז נישט געמאכט אויפצוטאן גדולות ונצורות, און נישט ארויפצופליען צו העכערע ספערן, נאר בלויז צו שטיין און קוקן אויף אונזער נידעריגע מצב, און קלאגן און וויינען אויף די טונקעלקייט, און בעטן פאר די ליכטיגקייט, מקבל זיין אונזער מצב און זיין גרייט צו זיין א קנעכט און נישט צווייפלען און קווענקלען אין די ריכטיגע וועגן פון אונזער גרויסן באשעפער.

זאל דער אייבערשטער אונז געבן די כוחות אויסצופירן זיין רצון, און די הכנעה אנצונעמען זיין פלאן, און מיר זאלן קענען אויפריכטיג און ריכטיג שטיין גרייט און צום דינסט פאר אונזער גרויסע הער, אן אונזערע אייגענע זייטיגע גלוסטענישן, און אן אונזער אייגענע קליינקעפיגע אפטייטשן פון הצלחה. ביז ער וועט זיך בקרוב דערבארעמען אויף אונז, און מיר וועלן ווי פון א חלום ארויס עפענען די אויגן, און פארשטיין און איינזעהן די גרעסערע און ריכטיגע בילד.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער שטארק! פיינע חיזוק אנצוגיין!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

א דאנק אייך ר' אברהם דוד פון טיפן הארצן!

קוים איינגעהאלטן די טרערעלעך...
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

PDF?
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”