פרשת עקב - פארוואס דרייט זיך אלעקס ביי יענעם'ס טיר?!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת עקב - פארוואס דרייט זיך אלעקס ביי יענעם'ס טיר?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די תוה"ק אין די וואכעדיגע פרשה זאגט: וְהָיָה עֵקֶב תִּשְׁמְעוּן אֵת הַמִשְׁפָטִים הָאֵלֶה וּשְׁמַרְתֶּם וַעֲשִׂיתֶם אֹתָם וְשָׁמַר ה' אֱלֹקֶיךָ לְךָ אֶת הַבְּרִית וְאֶת הַחֶסֶד אֲשֶׁר נִשׁבַּע לַאֲבֹתֶיךָ וכו' די פשוטע טייטש פון די פסוק איז: והיה עקב תשמעון און ווייל איר האט צוגעהערט צו די אלע משפטים וכו', וועט השי"ת געבן פאר כלל ישראל די אלע ברכות ווי די תוה"ק רעכענט גלייך אויס, רש"י הקדוש ברענגט די מדרש עקב - אם המצות קלות שאדם דש בעקביו תשמעון - אויב איר וועט צוהערן צו די גרינגע מצות וואס א מענטש טרעט אויף זיי מיט די פיס, דעמאלטס וועט השי"ת געבן די אלע ברכות וואס די תוה"ק רעכענט אויס. מיר דארפן זיך אפשטעלן און זיך פארטיפן, מיר ווייסן אז די תוה"ק איז געגעבן געווארן צו איעדע איד גלייך, וואס אין דעם כלל ליגט דאך אוודאי אויך דער ערליכער אָפגעהיטענער איד, נו אויב אזוי פרעגט זיך וואס איז שייך ביי דעם ערליכן איד מצות שאדם דש בעקביו, מצות וואס דער מענטש טרעט אויף איר?! און בכלל דארפן מיר פארשטיין וואס מיינט 'מצות קלות' גרינגע מצות, ווען עס קומט צו מצות וואס מאכט עס גרינג אדער שווער?! אָנהייב פסוק דארף מען באמערקן דעם 'והיה' עקב תשמעון, מיר ווייסן דעם כלל אז איבעראל ווי מיר טרעפן דעם ווארט והיה איז עס א לשון פון שמחה, וואס דאס לאזט אונז איבער פארוואונדערט ווי קומט דא א מצב פון שמחה? בפרט אז מיר שטייען אין די טעג וואס חז"ל רופן שבעא דנחמתא – זיבן וואָכן פון טרייסטן, דארפן מיר זיך פארטיפן אין די וואכעדיגע פרשה און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און נחמה פארן טאג טעגליכן לעבן.

עטליכע פסוקים שפעטער: וַיְעַנְּךָ וַיַּרְעִבֶךָ וַיַּאֲכִלְךָ אֶת הַמָּן וכו' – משה רבינו דערציילט אונז איבער אונזער היסטוריא און זאגט: הקב"ה האט אייך געפייניגט מיטן מאכן הונגעריג און כדי אָפצושטעלן דעם הונגער האט השי"ת געשיקט די מן וכו'. ווי נאר מיר לערנען די ווערטער פרעגט זיך ווי קען זיין אז משה רבינו זאגט אונז אז הקב"ה האט אונז "ויענך-געפייניגט", וואס איז די טיפקייט פון אונזער רבי'ס ווערטער? לאמיר זיך פארטיפן.

אונזער רבי איז ממשיך און געבט אונז דעם הייליגן מצוה פון ברכת המזון - וְאָכַלְתָּ וְשָׂבָעְתָּ וּבֵרַכְתָּ אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ עַל הָאָרֶץ הַטֹּבָה אֲשֶׁר נָתַן לָךְ, איידער מיר שטעלן זיך אפ לאמיר אריבערמישן צום סוף פרשה אט דארט טרעפן מיר נאך צוויי געוואלדיגע מצות תפילין - וְשַׂמְתֶּם אֶת דְּבָרַי אֵלֶּה עַל לְבַבְכֶם וְעַל נַפְשְׁכֶם וּקְשַׁרְתֶּם אֹתָם לְאוֹת עַל יֶדְכֶם וְהָיוּ לְטוֹטָפֹת בֵּין עֵינֵיכֶם – און דערנאך דעם הייליגן מצוה פון מזוזה - וּכְתַבְתָּם עַל מְזוּזוֹת בֵּיתֶךָ וּבִשְׁעָרֶיךָ – ווי נאר ס'באמערקט זיך אז אט די דריי יסודות'דיגע טעגליכע מצות וואס מיר האבן שטעלט זיך דער אידעלע אפ און באמערקט אז עפעס גאר יסודות'דיג זאגט אונז אונזער רבי, פארשטייט זיך אז אלעס איז אסאך טיפער ווי מיר קענען משיג זיין אבער עפעס א קליין ביסל אויף אונזער מדריגה – אלעס מיטן ציל ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טעגליכן לעבן.

פרינסטאָן ניו דזשערסי - די שטעטל וואס איז דער היים פון דעם גרויסן פרינסטאָן יונעווערסיטעט ווי סטודענטן פון די גאנצע וועלט קומען שטודירן. אט דארט געפינט זיך א קליין דירה'לע אינעם דריי שטאָקעדיגע הייזקל וואס א גרופע סטודענטן האבן ארויסגעדינגן צו קענען זיין אינעם געגנט פונעם יונעווערסיטי. ויהי היום ס'הערט זיך א קלאַפ אויפן טיר און ווי נאר זיי מאכן אויף זעהן זיי עפעס וואס זיי האבן נאָך קיינמאל נישט באַגעגנט א איד א שומר תורה ומצוות שטייט דארט מיט א ווארעמע שמייכל - נאכן זיך באגריסן מיט זיי פאר עטליכע מינוטן זאגט ער זיי "אזוי ווי מיר אלע זענען אידישע קינדער און א אידישע שטוב דארף האבן א מזוזה האב איך אייך געברענגט א מתנה א מזוזה'לע". די סטודענטן זייענדיג אידישע נשמות וואס ווייסן ליידער נישט פון אידישקייט און תורה ומצוות צו זאגן, זענען זיי בכלל נישט געווארן איבערגענומען אויך נישט דאס פארקערטע, זיי האבן אים פשוט קאַלטערהייט געזאגט: ס'האט נישט מיט אונז קיין סאַך שייכות אבער אויב ווילסטו עס ארויפלייגן טו עס געזונטערהייט ס'שטערט קיינעם. דער איד האט זיך פאר זיי באדאנקט און קובע געווען דעם מזוזה'לע אויפן טיר און מיט עטליכע ווארעמע ווערטער זיך פון זיי געזעגנט.

עטליכע חדשים זענען אריבער און די סטודענטן האבן באמערקט עפעס א מאָדנע געשעהניש - די שכן אַלעֶקס באלד א ניינציג יעריגע מענטש וואס וואוינט אויבן אויפן דריטן שטאָק דרייט זיך עפעס טעגליך אויף זייער שטאָק, זיי האבן נישט געקענט פארשטיין וואס עפעס שטייט ער ביי זייער טיר ס'האט אויסגעזעהן מאדנע און אביסל שרעקעדיג אבער ווי נאר זיי האבן אויפמאכט דעם טיר האט ער זיך שנעלערהייט אוועק שפאַצירט, וויפיל זיי האבן אים פרובירט נאָכקוקן האט עס נישט געהאט קיין שום הסבר...

ויהי היום ס'הערט זיך א קלאַפ אין טיר, ס'איז נישט קיין צווייטער ווי אַלעֶקס ער איז בלאַס און שוואַך זיי האבן אים געגעבן א בענקל און א טרינק, ווי איז דער מזוזה'לע וואס פלעגט הענגן אויף אייער טיר? ווער האט עס אראפגענומען?!?! די סטודענטן האבן ניטאמאל פארשטאנען פון וואס ער רעדט ביז אַלעֶקס האט זיי געוויזן און ערקלערט די 'זאַך' וואס פלעגט ליגן אויף אייער טיר – פלוצלינג האבן זיי געכאַפט אַהאַ די זאך וואס די ראַביי האט אויפגעהאָנגן?! ניין קיינער האט עס נישט אראפגענומען זאגט סטיוו, זיכער איז עס אראפגעפאלן ווען ער געבט א ווייז (ליידער איז עס געליגען נעבן די טיר אויף די ערד) דא איז עס! ווי נאר אַלעֶקס האט עס געזעהן איז ער אויפגעשפרינגן, א כאַפ געטוען און זיך גענומען וויינען בדמעות שליש, און עס מיט די גרעסטע ליבשאפט געקישט איינמאל און נאכאמאל צו די וואונדער פון די סטודענטן...

די גרופע זענען געשטאַנען פארפרוירן זיי האבן נאָך אזא סצענע קיינמאל געזעהן און אַלעֶקס דערציילט: געווען בין איך א קליין קינד ווען די נאַצישע רוצחים ימ"ש האבן געשטורעמט אונזער שטוב, אוועק געריסן מיינע געטרייע עלטערן, ברידער און שווערסטער פארענט פון מיינע אויגן. כ'געדענק נישט קיין סאַך אבער אזוי פיל געדענק איך אז ס'איז געווען קולות און יללות, די ווענט האבן געוויינט... פלוצלינג האט מיר מיין טאטע א כאַפ געטוען און צוגעפירט צום הייליגן מזוזה און דארט ארויפגעלייגט מיין האנט און צוזאמען מיט מיר געזאגט שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד דערנאך האט ער מיט הייסע טרערן מיר געזאגט "קינד מיינס זאלסטו וויסן אז דער אידישע פאלק האט א טאטע אין הימל וואס היט אונז אָפּ אויף טריט און שריט – דו וועסט בעזר ה' איבערלעבן געדענק מיין קינד ווער די ביסט" ער האט צוזאמען מיט מיר געגעבן א ווארעמע קיש פארן מזוזה און פלוצלינג האבן אים די רשעים א שלעפּ געטוען און מער האב איך אים נישט געזעהן....??!?!?!? ווי א קליין פיצל קינד האט אַלעֶקס געכליפערט.

אַלעֶקס דערציילט ווייטער: יארן זענען אריבער כ'האב ליידער פארגעסן ווער איך בין און פון ווי איך קום, כ'האב זיך געדרייט ווי א פארלוירן קינד אויף די וועלט, איינער אליין... 'ביז' עטליכע חדשים צוריק באמערק איך אויף אייער טיר "דעם קליינעם הייליגן מזוזה'לע" כ'האב זיך פלוצלינג דערמאנט ווער איך בין, ס'האט מיר צוריק געטראגן אהיים צו מיין טאטע מאמע, צום שמע ישראל, כ'ווייס ליידער גארנישט פון אידישקייט אבער כ'פלעג קומען איעדן טאג צו אייער טיר און דאווענען דאס ביסל וואס איך געדענק דעם מודה אני, דעם שמע ישראל... אבער היינט ווען כ'בין אריבער און באמערקט אז ס'איז ווייטער נישט דא האב איך עס שוין נישט געקענט איבערטראגן אַה! געלויבט השי"ת אז מיר האבן עס געפונען – און דערמיט האט ער עס ווידער א קיש געגעבן. די סטודענטן זענען געשטאנען פארפרוירן, זעהנדיג מיט די אויגן די אפטייטש פון דעם הייליגן אידישן פלאם וואס ברענט אין א איעדע איד, נאך אזוי פיל יאר... צוביסלעך האבן זיי אנגעפאנגען לערנען איבער דעם הייליגן מצוות מזוזה, קריאת שמע – שמע ישראל און צוביסלעך אנגעפאנגען קומען נענטער צו אבינו שבשמים און בסייעתא דשמיא איז פון סטיוו געווארן א חשובע מרביץ תורה וואס איז עוסק מקרב צו זיין אידישע קינדער לאבינו שבשמים.

ברידער טייערע וויפיל מאל א טאג שפאצירן מיר אריבער דעם הייליגן מזוזה? וויפיל מאל א טאג באגעגענען מיר זיך מיטן ש-ד-י? מיטן שמע ישראל? טוט אונז די מזוזה דערמאנען ווער מיר זענען? טוען מיר זיך אפשטעלן און טראכטן ווי דער הייליגע רמב"ם זאגט: וכל זמן שיכנס ויצא יפגע ביחוד השם שמו של הקב"ה ויזכור אהבתו ויעור משנתו ושגיותיו בהבלי הזמן וידע שאין דבר העומד לעולם ולעולמי עולמים אלא ידיעת צור העולם – דער מזוזה דארף אונז דערמאַנען און אויפוועקן פון שלאָף אז מיר האבן א געטרייע טאטע דער מלך העולם וכו'.

מזוזה איז איינע פון די טייערע ליבליכע מצות וואס הקב"ה האט אונז געבענטשט אז מיר האבן עס איעדן מינוט פון טאג, אבער ליידער טאקע ווייל מיר האבן עס, ווייל מיר זענען רגיל-געוואוינט דערין פארגעסן מיר זיך אָפצושטעלן און אַנערקענען די גרויסקייט און הייליגקייט דערפון, עס זענען פארהאן אזוי פיל מצוות וואס מיר זעהן איעדן טאג, אבער מיר טראכטן נישט, מיר באמערקן נישט די געוואלדיגע ליבשאפט און זכיה וואס ליגט דערין, זאגט אונז רש"י הקדוש אָנפאַנג פונעם פרשה עקב - אם המצות קלות שאדם דש בעקביו תשמעון - אויב איר וועט צוהערן צו די גרינגע מצות וואס א מענטש טרעט אויף זיי מיט די פיס – גרינגע מצות מיינט נישט אז ס'איז באמת גרינג – ס'איז גרינג אין אונזער אויגן ווייל ס'איז דש בעקביו אין חז"ל טרעפן מיר אז דער ווארט דש ווערט פארטייטשט שהכל דשין בה - "אויסגעדראָשן", וואס דאס מיינט אז ווייל מיר זענען גאר געוואוינט דערצו, ווייל מיר טוען עס כסדר ווייל מיר לעבן דערמיט ווערט עס ביי אונז גרינג און אָנגעטרעטן...

אבער ברידער לאמיר גיין א טריט טיפער, פריער אינעם שמועס האבן מיר געפרעגט אויף די הייליגע ווערטער וואס משה רבינו זאגט אונז: וַיְעַנְּךָ וַיַּרְעִבֶךָ וַיַּאֲכִלְךָ אֶת הַמָּן וכו' – לאמיר זיך פאָרשטעלן ווי א טאטע געבט פאַר זיין קינד טאג נאך טאג אלעס וואס דאס קינד דארף, ווי נאר דער קינד בעט ווערן זיינע בקשות ערפילט, אבער נאך א שטיקל צייט וואס ס'גייט אריבער באמערקט דער טאטע אז דאס קינד פארגעסט פון ווי דאס אלעס קומט, די חשיבות פון וואס ער באקומט, און בעיקר ער פארגעסט דעם 'קשר' צו זיין טאטע – ער פארגעסט אז דער טאטע ארבעט שווער מיט הארץ קאָפ און מח פארן קינד, וואס טוט דער טאטע – ער האלט צוריק אביסל און דערמיט כאַפט זיך דער קינד כ'האב א טאטע וואס שטעלט מיר אלעס צו, כ'האב א טאטע וואס געבט אָן אויפהער.

ס'איז נאר א ווייטע משל צו אבינו שבשמים וואס געבט און טיילט ממש אָן אויפהער, מאכט זיך אבער אז דער אידעלע פארגעסט ווי די פסוק זאגט: וְזָכַרְתָּ אֶת כָּל הַדֶּרֶךְ אֲשֶׁר הֹלִיכֲךָ ה' אֱלֹקֶיךָ זֶה אַרְבָּעִים שָׁנָה בַּמִּדְבָּר – אידעלע געדענק ווי הקב"ה האט דיר געפירט אויף טריט און שריט אין דעם גרויסן מדבר מיט נסים ונפלאות... פארגעס נישט, פארגעס נישט, הקב"ה זאָרגט און פירט אונז כִּי כַּאֲשֶׁר יְיַסֵּר אִישׁ אֶת בְּנוֹ ה' אֱלֹקֶיךָ מְיַסְּרֶךָּ ווי א טאטע וואס פירט זיין קינד, און ווען א איד איז זוכה צו פארמאָגן דארף מען זיין זייער געווארנט נישט צו פארגעסן פון ווי די אלע געוואלדיגע מתנות קומט ווי די פסוק איז מאריך, אונזער רבי בעט זיך ביי אונז און טוט אונז דערמאנען אז ווען הקב"ה האט צוריק געהאלטן "ויענך-געפייניגט" איז עס געווען מיט איין ציל ווייל אבינו שבשמים וויל האבן א כסדר'דיגע קשר מיט זיינע קינדערלעך, ער וויל מיר זאלן געדענקן און לעבן מיט הכרת הטוב! (עיין מסכת יומא דף ע"ו ע"א).

פרעגט זיך א איד נו ווי קען איך זוכה זיין כסדר צו געדענקן אז הקב"ה איז מיט מיר און פאַרזאָרגט מיר, ווי אזוי קען איך מאכן זיכער אז מיין גאנצע מציאות איז מקושר מיטן הייליגן טאטע אבינו שבשמים, אט באקומען מיר אין אונזער פרשה דריי הייליגע מצוות וואס הקב"ה געבט אונז מיט די גרעסטע ליבשאפט און דערמיט ווערט אונזער קשר פארזיכערט, ווען א איד לעבט מיט די דריי איז פשוט נישט שייך צו פארגעסן אז אלעס איז פון הימל – אלעס איז פון אונזער טאטע, די דריי יסודות'דיגע טעגליכע מצוות וואס מיר האבן איעדן טאג – און אז מען טראכט אריין זענען די דריי דאס גאנצע מציאות פונעם מענטש, ווי באקאנט איז דער מענטש צוזאם געשטעלט פון דריי חלקים: א. צרכי הגוף – די פיזישע געברויכן ב. דערנאך האבן מיר די אינערליכע חלק וואס דאס איז די נשמה, לב, מחשבות און געפילן פון א מענטש, ג. צרכי המקום – דער פלאץ ווי דער מענטש געפינט זיך.

דערמיט באמערקן מיר אז די דריי געוואלדיגע מצות נעמען ארום אלע דריי חלקים פון אונזער גאנצע מציאות:
ברכת המזון – צרכי הגוף - הַזָּן אֶת הָעולָם כֻּלּו. בְּטוּבו בְּחֵן בְּחֶסֶד וּבְרַחֲמִים, דער איד רופט אויס אז אלעס וואס מיר פארמאגן איז א מתנת חנם מיט די גרעסטע רחמים וחסדים פון אונזער באליבטע טאטע.
תפילין – תאוות ומחשבות - לְשַׁעְבֵּד בָּזֶה תַּאֲוַת וּמַחְשְׁבוֹת לִבֵּנוּ לַעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ, דער איד רופט אויס און בעט אבינו שבשמים אז אלע זיינע מחשבות און גליסטענישן זאלן זיין נאר צו טוען און לעבן דעם רצון ה'.
מזוזה – ביתו ומקום של אדם – הקובע מזוזה בפתחי החדרים בהם הוא דר - משעבד את ביתו (רבי שמשון רפאל הירש) – מיטן מזוזה טוט א איד אויסרופן אז דער גאנצע פלאץ, די גאנצע
שטוב איז משעובד צו אבינו שבשמים אלעס וואס מיר האבן אדער וואס פאסירט אינעם שטוב איז נאר די רצון ה'.

די הייליגע דריי מצוות וואס טוען אונז דערמאנען און מקשר זיין מיט א שטארקע קשר צו געדענקן אז מיר האבן א טאטע אין הימל וואס פארזאָרגט אונז אָנגעפאַנגען פון אונזער פיזישע געברויכן, גייסטישע געברויכן און אויף דער גאנצע סביבה אונזערע טוט הקב"ה אָפהיטן, מיט די דריי טוט דער איד אויסשרייען, בעטן, און זיך כסדר דערמאנען... איעדע מאל מיר בענטשן, טוען אָן תפילין, א קיש דעם מזוזה שטעלט זיך דער אידעלע אפ, מיר לויפן נישט אריבער, מיר מאכן עס נישט שנעל ווי עפעס א אויסגעדראשענע מצוה, מיר שטעלן זיך אָפ און אנערקענען אז מיר האבן א געטרייע טאטע אין הימל וואס פאַרזאָרגט אונז, היט אונז, העלפט אונז אויף טריט און שריט, מיר זענען זוכה צו אלע גרויסע סגולות וואס ליגן באהאלטן אין די מצות.

דערמיט דערהערן מיר געשמאק דעם 'והיה' אָנפאַנג פרשה, ווייל ווי איז דען פארהאן א גרעסערע שמחה, א גרעסערע נחמה ווי דער פאַקט אז דער איד פארשטייט און לעבט אז איך בין כסדר פארבינדן מיט אבינו שבשמים, ווען א איד פארשטייט אז הקב"ה אליין שטייט ביים טיר און טוט אָפהיטן אונזערע שטיבער, ברידער לאמיר זיך מקבל זיין צו זיין אפגעהיטן אין די אלע הייליגע מצות בפרט אין די דריי, ברכת המזון – תפילין – מזוזה, בענטשן פון אינעווייניג מיט אביסל מחשבה, זיך וואַשן אויף א שטיקל ברויט זאל זיין א שמחה און א זכיה, פארשטיין די שיינקייט פון זאגן ברכת המזון מיט א ניגון און לויבן הקב"ה ס'איז דאך דער גרויסע סגולה אויף פרנסה ווי דער חינוך שרייבט, תפילין – מיט אביסל מחשבה זיך פארבינדן און בעטן הקב"ה אויף אונזערע מחשבות, ס'איז נישט קיין סוד ווי שווער ס'איז אין די היינטיגע טעג צו האבן א קלארע מח פאר עבודת ה', מזוזה – מיר דארפן אזוי פיל רחמים אז אונזערע שטיבער זאלן זיין אפגעהיטן ברוחניות ובגשמיות ברידער טייערע הקב"ה געבט אונז מיט ליבשאפט אלע סגולות מיר דארפן זיך אפשטעלן, באמערקן און אנערקענען די געוואלדיגע זכיה אז הקב"ה איז מיט אונז אין איעדע מצב און אט וועלן שוין בקרוב זוכה זיין צו דעם ולירושלים עירך ברחמים תשוב בביאת מלך המשיח בב"א.
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

אוועטאר
בשעה שיש
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשעה שיש »

הארציגע ווערטער!
זייער שיין א גרויסן יישר כח!
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

הייליג טייער!
ייש"כ, זייער אינספירירט געווארן.
גוטע פוינט, שיין ארויסגעברענגט.
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

חוח בין השושנים האט געשריבן:הייליג טייער!
ייש"כ, זייער אינספירירט געווארן.
גוטע פוינט, שיין ארויסגעברענגט.
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”