ויגש - איך בין איבערגענומען פון מיינע דערגרייכונגען!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

ויגש - איך בין איבערגענומען פון מיינע דערגרייכונגען!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

שטייענדיג נאך די געהויבענע לעכטיגע 'חנוכה' טעג, איז ביי אונז אלע פאַרהאַן אַן הרגשה וואס בעט און האָפט מיטצונעמען די גרויסע ליכטיגקייט וואס ליגן אין די הייליגע טעג. לאמיר אריינקוקן אין די וואכעדיגע פרשה און בסייעתא דשמיא זוכה זיין צו טרעפן די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

די פאסירונגען וואס די תוה"ק דערציילט אונז אין פרשת ויגש איז גאנץ באקאנט. וַיִּגַּשׁ אֵלָיו יְהוּדָה - יוסף און יהודה האבן א העפטיגע שמועס, און פלוצלינג זאגט אונז דער פסוק: וְלֹא יָכֹל יוֹסֵף לְהִתְאַפֵּק - יוסף הצדיק קען זיך נישט צוריקהאַלטן, און מיט א הויכע געוויין טוט ער זיך אַנטפלעקן צו די ברידער: אֲנִי יוֹסֵף - איך בין יוסף! די ברידער זענען שאָקירט און פארשעמט, ווי דער פסוק זאגט: וְלֹא יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו. דערנאך ווייסן מיר די המשך פון דער מעשה, יוסף הצדיק רופט די ברידער נענטער און רעדט צו זיי מיט די גרעסטע וואַרעמקייט, דערנאך וויינט ער אויף בנימין און שפעטער אויך צו די ברידער.

די ברידער קומען צוריק צום טאטן און דערציילן די געוואלדיגע נייעס איבער יוסף. וַיָּפָג לִבּוֹ כִּי לֹא הֶאֱמִין לָהֶם – יעקב אבינו גלייבט נישט די נייעס אבער דערנאך ווען יעקב זעט די 'וועגענער' וואס יוסף האט געשיקט - וַיַּרְא אֶת הָעֲגָלוֹת אֲשֶׁר שָׁלַח יוֹסֵף לָשֵׂאת אֹתוֹ וַתְּחִי רוּחַ יַעֲקֹב אֲבִיהֶם – אט דעמאלט לעבט ער אויף, ווייל דאס איז דער ריכטיגער סימן.

לאמיר זיך פארטיפן אין די פסוקים: א. יוסף הצדיק איז אריבער דאס שווערסטע וואס מיר קענען נאר משיג זיין, און טראָץ דעם אלעם טרעפן מיר נישט אז יוסף זאל וויינען. אבער ווען ער טרעפט זיך מיט בנימין, סיי דעם ערשטן מאל און סיי יעצט ווען יוסף אַנטפלעקט זיך, טרעפן מיר אז ער וויינט גאָר שטארק. רש"י זאגט אז ס'האט מיט דעם ענין פון חורבן המקדש, אבער לכאורה איז שווער, פארוואס פונקט יעצט האט יוסף געוויינט אויפן חורבן המקדש?

ב. רש"י טוט כסדר דערמאנען דער ענין פון בושה פון די שבטים, ווי מיר זעען אז זיי זענען געווארן 'נבהלו מפניו' - פאַרציטערט פאַר אים. בפשטות מיינט עס אז די ברידער זאלן נישט פארשעמט ווערן פון זייער טעות. לאמיר זיך אבער פארטיפן און עס אָפלערנען בעומק; וואס איז די בושה וואס ווערט כסדר דערמאנט צווישן די שורות? און וואס איז דער ענין פון 'נבהלו מפניו?'

ג. ס'איז באקאנט די הייליגע ווערטער פון מדרש: "ויתן את קולו בבכי ולא יכלו אחיו לענות אותו". אבא כהן ברדלא אמר: אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה. פון דעם מדרש זעט אויס אז דא איז געווען אַן ענין פון תוכחה און מוסר, פון יוסף צו די ברידער. אבער לכאורה טרעפן מיר נישט קיין שום דברי תוכחה פון יוסף צו די ברידער, נאר גאָר פאַרקערט, אלעס וואס יוסף זאגט פאר די ברידער איז מיט די גרעסטע ברידערשאפט און אחדות – וואס איז דער אוי לנו מיום הדין?

ד. עס שטייט אז יוסף האט געשיקט עגלות צום טאטן כדי צו מרמז זיין די פרשה פון עגלה ערופה, וואס זיי האבן געלערנט צוזאמען איידער יוסף איז אנגעקומען קיין מצרים. לאמיר זיך דערין פארטיפן און פארשטיין, וואס איז יוסף מרמז פאר'ן טאטן?

פארשטייט זיך אז אין יעדע אות און נקודה אין דער פרשה ליגט אַן אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען ניטאמאל באגרייפן, און אוודאי האבן מיר נישט קיין השגה אין די הייליגע אבות, אמהות און שבטי קה, לאמיר אבער פרובירן אויף אונזער מדריגה ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר'ן טאג טעגליכן לעבן.

אויפצומאכן און ריכטיג פארשטיין אונזער שמועס איז כדאי צו דערמאנען א באקאנטע גמרא אין מסכת סוכה: לעתיד לבא וועט דער אויבערשטער ברענגען דעם יצר הרע און ער וועט אים שעכטן פאָרנט פון די צדיקים און די רשעים. פאַר די צדיקים וועט ער אויסזען ווי א גרויסער בּאַרג און פאר די רשעים וועט ער אויסזען ווי א דינע האָר, און ביידע וועלן וויינען. די צדיקים וועלן וויינען: "ווי אזוי האבן מיר געקענט אייננעמען דעם בארג?" און די רשעים וועלן וויינען: "ווי אזוי האבן מיר נישט געקענט אייננעמען דעם דינעם האר?" לכאורה איז שווער, דאס וואס די רשעים וועלן וויינען איז גאנץ פארשטענדליך, אז זיי האבן נישט באוויזן איינצונעמען דעם יצר הרע, אבער וואס איז דער ענין פון דעם צדיק'ס געוויין? בפשטות דארף זיך דער צדיק אויסטערליש פרייען אז ער האט ברוך ה' באוויזן צו באזיגן דעם שווערן יצר הרע?

'מאיר' א טייערע בחורל וואס זייענדיג אין ישיבה קטנה האט ער זיך שטאַרק ארום געמיטשעט, מ'קען זאגן: ער איז אריבער א שווערע תקופה. כסדר פלעגט ער זיך צוזאַמנעמען מיט א גרופע חברים און מען פלעגט 'ארויסגיין' פאַרברענגען... אלע האבן אפיציעל געוויסט אז מאיר איז דער גרינדער און אָנפירער פון די חברה, זיי האבן שטענדיג צוזאַמען פאַרברענגט.
ווען מאיר איז אריין אין ישיבה גדולה האט ער אָפגעמאַכט גענוג איז גענוג, "ס'איז צייט זיך צו נעמען אין די הענט אריין - מ'גייט ארבעטן אויף זיך". ער האט געהאט א נייעם מגיד שיעור וועלכער האט זיך זייער אפגעגעבן מיט אים, און אזוי האט ער אנגעהויבן שטייגן און וואקסן, צוביסלעך האט ער באקומען א געשמאק און זיסקייט אין תורה הקדושה אז ער האט זיך פשוט געזעצט האָרעווען שטיקער. אבער צו דער זעלבע צייט איז ער נאכאלס געבליבן בקשר מיט זיינע חברה.

ויהי היום, מאיר איז געוואויר געווארן אז זיינע חברים פלאַנירן א נסיעה צו פאָרן ערגעצוואו, אבער זיי האבן אים גארנישט מודיע געווען דערפון. דעם בחור האט עס זייער וויי געטון, ער איז דאָך דער גרינדער פון די גאנצע חבורה, און ווי אזוי קען מען אים ארויסלאזן פון אזא זאַך. אבער ער האט גארנישט געזאגט.

נאכדעם וואס זיינע חברים זענען צוריקגעקומען האט מאיר זיך געוואנדן צו זיי: "ווי אזוי לאזט מען מיך ארויס פון אזא זאך?" האט ער זיי פארגעהאלטן. צו זיין ערשטוינונג האבן זיי געענטפערט: "מאיר, מיר האבן באמת געטראכט צו מען זאל דיך זאגן אדער נישט, אבער מיר האבן געשפירט אז דו באלאנגסט שוין מער נישט צווישן אונז. דו ביסט שוין אויף א העכערע דרגה און ס'איז א שאָד פאר דיר אז דו זאלסט מיטקומען מיט אונז."

מאיר האט דערציילט: "ווען איך האב געהערט די ווערטער, צום ערשט איז עס מיר אביסל שווער געווען, אבער פלוצלינג בין איך געווארן אזוי איבערגענומען אז איך האב פשוט אנגעהויבן וויינען. נאכן אריין לייגן אזוי פיל שווערע כוחות, האב איך מיך ענדליך געטוישט אויף אזוי ווייט אז מיינע חברים אנערקענען שוין אז איך בין שוין נישט דער זעלבער, איך בין שוין אויף א צווייטע פלאץ אינגאנצן… ברוך ה'!"

ס'איז פארהאן א געוויין וואס איז א 'בכיה של גדלות' – א געוויין פון גרויסקייט, ס'קומט פון התרגשות אז מ'האט דערגרייכט עפעס, יא איך בין אנגעקומען. א איד פרובירט צו גיין איין טריט און נאך א טריט, ס'קומט אָן מורא'דיג שווער, און מיר שפירן נישט ווי מען דערגרייכט עפעס. אבער פלוצלינג מיטאמאל דערזעט מען זיך אויפ'ן אנדער'ן זייט, מען באמערקט איך בין א נייער מענטש! מען באמערקט דעם גרויסן בילד, ווי מיט יעדע פעולה איז מען געקומען נענטער צום ציל... פארשטייט זיך אז דאס קומט באגלייט מיט דעם הייליגן הרגשה פון 'אילו הקב"ה עוזרו אין יכול לו', אז דער באשעפער האט מיר באגלייט אויף יעדן טריט און שריט. און דאס אלעס ליגט אין דעם געוויין פון דעם צדיק, ער ווערט איבערגענומען אז ער האט ווירקליך באוויזן אריבערצושפרייזן דעם הויכן בארג, מיט'ן הילף פונעם אויבערשטן, אָן דעם וואס ער זאל אפילו באמערקן אויפ'ן וועג וואוהין ער קומט אָן. אבער ווען מען קוקט צוריק וויינט מען מיט התרגשות "אוי הייליגע טאטע ס'גלייבט זיך, אשרינו שזכינו..."

ברידער, מיר אלע האבן מצבים וואס מיר נעמען זיך אונטער זיך צו טוישן אדער צו דערגרייכן א נייעם ציל אין לעבן. מען פאַנגט אָן גיין טריט נאך טריט, און מיר באמערקן נישט וויפיל מיר זענען שוין אריבער. בשעת מיר גייען טריט נאך טריט באמערקן מיר ניטאמאל אז מיר רוקן זיך נענטער צום ציל. דער יצר מאכט זיכער אז דער אידעלע זאל זיך נישט אָפשטעלן און צוריק קוקן, אבער ווען עס קומט צום ענדגילטיגן ציל און דער אידעלע כאפט א מינוט און טוט זיך יא אפשטעלן און מיר זעען די געוואלדיגע פאטענציאל וואס מיר האבן דערגרייכט מיט סייעתא דשמיא, שפירן מיר א געוואלדיגע איבערגענומענקייט און התרגשות, דאס הארץ ווערט איבערגענומען פון געפיל און אט דעמאלטס קומט ארויס דעם הללו בוכין - דאס הייליגע געוויין פונעם צדיק.

יוסף איז געווען א יונג בחור ווען ער איז געווארן פארקויפט קיין מצרים. זייענדיג אין דעם פרעמד לאנד גייט ער אריבער איין נסיון נאכ'ן צווייטן. ער גייט זיצן אין תפיסה, און דערנאך ווערט ער משנה למלך. ער האט אלע סארטן נסיונות און אזוי צוביסלעך ארבעט ער זיך אויס אויף די העכסטע מדריגות. נאך צוויי און צוואנציג יאר איז זיך דער גאנצער פאָזל צוזאמגעקומען. די שבטים זענען שוין אין מצרים און יוסף אנטפלעקט זיך, און פלוצלינג באמערקט זיך דער הערליכער בילד און יוסף רופט אויס מיט געוויין: 'אני יוסף' - איך בין יוסף. איך בין א נייער מענטש יעצט, כ'בין אינגאנצן נישט דער זעלבער, וואס איז געווען א ווייטע חלום פאר די אלע לאנגע יארן איז פלוצלינג א פאַקט און א מציאות פאר די אויגן!

טייערע ברידער! מיר אלע האבן 'אני יוסף מינוטן' אין אונזער לעבן, מיר אלע ארבעטן און זוכן צו שטייגן אין אלע הינזיכטן. דער טאג טעגליכער לעבן איז אבער פאַרפלאָגט און פאַריאָגט, און מיר האבן נישט די געלעגנהייט זיך אפצושטעלן און באמערקן דעם לאנגן וועג וואס מיר זענען געגאנגען, אבער אמאל מאכט זיך און צומאל דארפן מיר מאכן זיכער אז ס'מאכט זיך, אז מיר דערגרייכן א שטאַנדהאַפטיגע ציל און מיר קענען צוריק קוקן מיט סיפוק און התרגשות און אויסשרייען דעם - אני יוסף!

די ברידער, די הייליגע שבטי קה, האבן אויף א געוויסע בחינה נישט געזען דעם חלום – ווען זיי באמערקן דעם הערליכן 'אני יוסף', דעם נייעם ברודער וואס זיי זעען יעצט, וואס איז ספעציעל געשיקט געווארן פון הימל קיין מצרים כדי צו ראטעווען יעקב אבינו און די ברידער און צוגרייטן דעם באדן פון מצרים. ווען זיי באמערקן וואס יוסף איז געווארן, ווערן זיי 'נבהל מפניו', זיי ווערן פארציטערט דוקא פון זיין פנים, זיי שפירן ווי מיר האבן א נייער יוסף הצדיק... אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה – תוכחה איז א לשון פון אויפווייזן, די גרעסטע תוכחה וואס א איד געבט איז ווען ער ווייזט וואס עס מיינט צו דערגרייכן א רוחניות'דיגע מדריגה. די בעסטע מוסר שמועס וואס מען קען געבן פאר א קינד אדער פאר א חבר איז ווען מען ווייזט וואס עס באדייט צו אנקומען אויף א נייע מדריגה און ווערן ווי א נייער מענטש, כקטן שנולד.

יעצט וועלן מיר פארשטיין, ווען יוסף קוקט אויף זיין קליינער ברודער בנימין, נאכדעם וואס ער אליין איז אָנגעקומען אויף אזא הויכע דרגה, ווערן זיי מורא'דיג איבערגענומען, און זיי ביידע וויינען א בכיה פון התרגשות, אנערקענענדיג די אומגעהויערע פאטענציאל וואס ליגט אין זיי. דערפאר קוקט מען אויפ'ן צוקונפט און מען וויינט אויפ'ן בית המקדש. יוסף וויינט אויף די צוויי בתי המקדש און בנימין וויינט אויף דעם משכן שילה, ווי צו זאגן אז ס'איז נאך דא גרעסערע פאטענציאל און מדריגות וואס גייען עררייכט ווערן דורך די צוויי הייליגע ברידער.

יעצט ווען מיר דערהערן דעם געוואלדיגן יסוד, איז לעכטיג די המשך הפרשה, און מיר פארשטייען דעם ענין פון עגלות. אין פסוק שטייט 'ויפג לבו', יעקב אבינו האט נישט געגלייבט, ווייל ער האט זיך געפרעגט, ווער זאגט אז ס'איז מיין יוספ'ל? - נאר חז"ל אין מסכת סוטה דף מו ע"א זאגן: - א"ר יוחנן בן שאול מפני מה אמרה תורה הביא עגלה בנחל אמר הקב"ה יבא דבר שלא עשה פירות ויערף במקום שאין עושה פירות ויכפר על מי שלא הניחו לעשות פירות – ביי א פרשת עגלה ערופה, ווען א מענטש ווערט אומגעברענגט ר"ל, זאגט די תורה מען זאל נעמען א קאַלב און שעכטן אויף א פלאץ וואו עס וואַקסט נישט גארנישט, און ווייזן מיט דעם אז א לעבן איז אוועקגעריסן פאר די צייט, און דערמיט איז אוועקגעריסן געווארן פאטענציאל, ס'איז פארלוירן געווארן צוקונפט פון דעם אידיש קינד, און דערויף זאגט א איד: ידינו לא שפכו את הדם הזה.

די הלכה איז אז מען טאָר נישט פלאַנצן אויף דעם ארט וואו מען האט געמאכט דעם עגלה ערופה, און דער מהרש"א זאגט אז מען טוט דאס אלעס כדי אויפצושאקלן יעדן איינעם און מאכן א צייכן אז מען זאל טרעפן דעם שולדיגער, אבער גלייכצייטיג רופט מען אויס דערמיט אז ס'איז אוועקגעריסן געווארן 'עתידות', די פאטענציאל פון א טייערן מענטשליך לעבן, וואס דאס איז דער עיקר ווייטאג. און אט דאס זאגט יוסף פאר זיין הייליגן טאטן: איך בין יוסף יעדע מינוט, דא אין מצרים לעב איך דעם געדאנק פון אויסנוצן מיינע גרויסע כוחות, און זיכער מאכן אז מיין פאטענציאל ווערט נישט פארוואַסערט. דער באשעפער האט מיך אהערגעשיקט טאקע פאר דעם צוועק כדי צו עררייכן מיין יעצטיגע מדריגה.

עס איז געווען א יונגערמאן, לאמיר אים רופן ר' משה, וועלכער איז געווען מער א פשוט'ער טיפ. מען האט אים נישט אנגעקוקט פאר א בעל מדריגה. אבער פאריגע מאל ווען איינע פון די חבורות האבן אנגעהויבן ש"ס על הסדר, האט ער זיך מיטגעכאפט און זיך אנגעהויבן באטייליגן ביי א טעגליכע שיעור. א טאג נאך א טאג און א בלאט נאך א בלאט, האט ער צוביסלעך זיך פאראויסגערוקט.

יעצט ווען ער האט ב"ה מסיים געווען ש"ס, האט ר' משה דערציילט ווי אזוי זיינע געשוויסטער, משפחה מיטגלידער און חברים האבן עס באוואונדערט, און יעדער איינער פרעגט אים ווי אזוי ער האט באוויזן עס צו דערגרייכן, און מען וויל אים שוין נאכמאכן. אזוי האט דער "פשוט'ער" יונגערמאן זיך דערזען אויף א גענצליך נייע ארט, ארויסקומענדיג מיט זיין אייגענעם 'אני יוסף' מינוט.

הייליגע ברידער און שוועסטער, ווען מען האלט ביים אָנהייב פונעם וועג, און מען שלעפט זיך איין טריט נאכ'ן צווייטן, קען מען שנעל ווערן פארלוירן און אנטמוטיגט. אבער ווען מיר האלטן זיך מיט עקשנות און מען גייט ווייטער און ווייטער, מען פאַלט דורך און מען הייבט זיך צוריק אויף, דאַן נאָך א שטיק צייט וועט מען צוריקקוקן און פלוצלינג וועט מען זיך דערזען אז מען איז אנגעקומען אויף א חשוב'ער און הויכער פלאץ, און עס איז ווערד געווען אלע מוטשענישן. פלוצלינג באמערקט מען, איך בין פשוט נישט די זעלבע, כ'בין מער א תורה'דיגער איד, כ'שפיר זיך נענטער צום באשעפער, איך בין א בעסערער טאטע/מאמע, און מען ווערט ארומגענומען מיט א העכערע געפיל פון התרגשות וואס זאגט מיט טרערן און שרייט: אני יוסף!

עס ווערט געברענגט אין שם משמואל אז מזל טבת איז גדי, דאס מיינט א ציג, אבער א גדי איז אויך א לשון פון שפרינגען. א איד קען איבערשפרינגען סיי וועלכע שוועריגקייטן, נאר אזוי ווי עס קוקט אויס ווי א בארג פארלירט מען דעם חשק. אבער ווען מען גייט צוביסלעך, א טריט נאך א טריט, קען מען זיך דערזען ווי מען האט איבערגעשפרינגען א גאנצער באַרג אָן דעם וואס מען האט אפילו באמערקט. דער 'אני יוסף' איז א פלוצלינגדיגע געפיל, ס'איז נישט אויסגערעכנט פון פאראויס. אבער ווען עס קומט אָן, איז עס מיט א געוואלדיגע כח און התרגשות וואס רוקט דעם מענטש פאראויס מיילן ווייט. לאמיר אלע געבן א שפרינג אין אונזער פערזענליכע עבודת ה', לאמיר גלייבן און וויסן אז מיר קענען, אבינו שבשמים העלפט און באגלייט אונז אויף טריט און שריט.

ויה"ר אז מיר זאלן אלע זוכה זיין צו לעבן און שפירן דעם התרגשות'דיגע מינוט און באמערקן דעם אני יוסף – יא דער חלום איז מקוים געווארן איך בין אויף א נייע פלאץ ברוך ה'. ויה"ר אז מיר וועלן דעם אתערותא דלתתא וועט עס מעורר זיין דעם אתערותא דלעילא און ס'וועט מקוים ווערן דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אויף דעם גרויסן התגלות ווען אלע וועלן זעהן אז עוד אבי חי - וְהָיָה ה' לְמֶלֶךְ עַל כָּל הָאָרֶץ בַּיּוֹם הַהוּא יִהְיֶה ה' אֶחָד וּשְׁמוֹ אֶחָד בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק!
• לאמיר אנערקענען אונזער פאטענציאל, אונזערע כוחות הנפש, און דער געוואלדיגער עתיד וואס ליגט אין יעדן פון אונז.
• שטעל זיך אָפ פון צייט צו צייט און באמערק דעם 'אני יוסף' מאמענט – מיר זענען נישט די זעלבע. ס'איז א נייע מציאות!
• ווען מיר דערגרייכן א נייעם שטאפל אין לעבן דארפן מיר ווערן איבערגענומען מיט התרגשות, און לויבן און דאנקען אויף יעדן טריט און שריט.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

הייליג טייער. שטארקע דיבורים!

נאך אזעלכע חיזוק ווערטער אין ויגש, וועט מען אין ויחי גרינגער קענען מיטלעבן דעם שבת חזק!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”