בעזהשי"ת
האמיר דא ארגינעלע רעקארדירונגען פון די נוסח פון די קינות אין די אויבערלענדער קהילות, לאמיר האפן אז די ניגונים זאל שוין נישט ווערן באניצט מזאל מיר זוכה זיין צום נייעם יאר צו א שנת גאולה וישועה
------
דא האמיר א רעקארדירונג פון
קינה ו' פון ר' גבריאל פישער ע"ה (לאנגיעריגע בעל תפילה אין דעברעצינער ביהמ"ד)
די ערשטע 5 מינוט איז פון ט' באב אין דעברעצין, דארטן איז דער מנהג צו ציטיילן די קינות צווישן די מתפללים, געוויסע קאפיטלען פון די קינות האבן ניגונים, די דאזיגע ניגון וואס ער זינגט איז היבש אנדערש פון וואס מזינגט אין נייטרא אויף דעם שטיקל קינות, קינה ו', די ערשטע קינה פון צופרי וואס הייבט זיך אן מיט די ווערטער "שבת סורו מני" (פון סוף מינוט 5 און ווייטער הערט מען א רעקארדירונג פון סליחות)
-------
דא האבן מיר רעקארדירונגען פון ט' באב שנת תשפ"א ביי הרה"ג ר' מרדכי בעק שליט"א א נייטרא'ער תלמיד וועלכער זינגט נאך די ט' באב ניגונים אויסנאם אקוראט אזויווי אין נייטרא (סאיז ווערד צו זעהן די בכיות וואס ער פארלאזט, מזעהט היינט אזאנס זעלטן אויף אזא פארנעם)
קינה ל"א ל"ב ל"ג "בצאתי ממצרים" "אויה לי"
קינה ל"וציון הלא תשאלו
קינה מ"ו "אלי ציון" ביזן סוף
------
לאמיר פרובירן צו מאכן א שטיקל סך הכל פון די ניגונים.
1 מזינגט די ערשטע צוויי קינות פון צופרי (דהיינו קינה ו' און קינה ז').
2 די ערשטע קינה (-קינה ו') און "ציון הלא תשאלו" (-קינה ל"ו) ווערן געזינגען אויף די זעלבע ניגון, די ניגון פון ר' מרדכי שליט"א אויף "ציון הלא תשאלו" איז די נייטרא ווערסיע וואס איז היבש אנדערש פון ר' גבריאל'ס (וואס ער זינגט אויף "שבת סורי מני"), די גרונדן פון ר' גבריאל'ס ניגון ווייס איך נישט, מקען אבער זעהן די שייכות צווישן זיי
3 די צווייטע קינה (קינה ז') האט א ספעציעלע ניגון וואס כהאב נישט דערפון קיין רעקארדינג
4 קינה ל"א און ל"ב האבן א ספעציעלע ניגון
5 קינה ל"ג איז אין אויבערלאנד מקובל אז דאס איז געוועזן די ניגון מיט וואס די קרייציגלער ימש"ו האבן מארשירט קיין ארץ ישראל און אויסגעמארדעוועט גאנצעטע קהילות קדושות אינטערוועגנס הי"ד
6 קינה מ"ו "אלי ציון" גייט יעדעס דריטע שטיקל אויף ארויף אזויווי ביי תיקון חצות, אויכעט הערט ביים סוף קינות דעם אויספיר פון "עד אנא בכיה בציון וכו"
האבן מיר א סך הכל פון 5 אנדערע ניגונים
--------
ידעתי גם ידעתי אז דער עולם וויל דייקא הערן א רעקארדירונג פון די נייטרא תיקון חצות און נישט די נוסח פון די קינות, אבער וואס זאלעך טון כהאב נישט ביימיר אזאנס, אי"ה יבא יומו