עקב - וואס איז אונזערע פריאריטעטן?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

עקב - וואס איז אונזערע פריאריטעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

די וואכעדיגע פרשה הייבט זיך אָן: וְהָיָה עֵקֶב תִּשְׁמְעוּן אֵת הַמִשְׁפָטִים הָאֵלֶה וּשְׁמַרְתֶּם וַעֲשִׂיתֶם אֹתָם וְשָׁמַר ה' אֱלֹקֶיךָ לְךָ אֶת הַבְּרִית וְאֶת הַחֶסֶד אֲשֶׁר נִשׁבַּע לַאֲבֹתֶיךָ וכו' די פשוט'ע טייטש פון דעם פסוק איז: אויב איר וועט צוהערן און פאָלגן די אלע משפטים, וועט השי"ת געבן פאר כלל ישראל די אלע ברכות ווי די תוה"ק רעכענט גלייך אויס. רש"י הקדוש ברענגט אבער דעם מדרש: עקב - אם המצות קלות שאדם דש בעקביו תשמעון - אויב איר וועט צוהערן צו די גרינגע מצות וואס א מענטש טרעט אויף זיי מיט די פיס, דעמאלט וועט השי"ת געבן די אלע ברכות וואס די תוה"ק רעכנט אויס. מיר דארפן זיך אָפשטעלן און זיך פארטיפן: א. וואס מיינט 'מצות קלות' - גרינגע מצות, וואס מאכט א מצוה גרינג אדער שווער? ב. אויב וויל מען ארויסברענגען דעם געדאנק פון 'קלות' קען מען זאגן: לייכט און גרינג ווי א פעדער וכדומה. וואס ליגט אין די הייליגע ווערטער פון רש"י "שאדם דש בעקביו"? ג. די פרשה רופט זיך מיט'ן נאמען עקב, און עס איז משמע אז אט אין דעם ווארט ליגט א געוויסע יסוד באהאלטן וואס באגלייט אונז במשך די גאנצע פרשה.

עטליכע פסוקים שפעטער שטייט: וַיְעַנְּךָ וַיַּרְעִבֶךָ וַיַּאֲכִלְךָ אֶת הַמָּן וכו' – משה רבינו דערציילט אונז איבער אונזער היסטאריע און זאגט: הקב"ה האט אייך געפייניגט מיט'ן מאַכן הונגעריג, און כדי אָפצושטעלן דעם הונגער האט השי"ת געשיקט די מן. ווי נאר מיר לערנען די ווערטער פרעגט זיך, ווי קען זיין אז משה רבינו זאל זיך אויסדרוקן מיט'ן לשון אז הקב"ה האט אונז "געפייניגט"? ווי פארשטענדליך האבן מיר נישט קיין השגה אין די אלע טיפע ענינים, מיר שמועסן מיט'ן ציל בעזר ה' ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר'ן טאג טעגליכן לעבן.
כדי צו פארשטיין דעם ענין לאמיר כאפן א בליק אויף א באקאנטע מעשה וואס חז"ל דערציילן אונז אין מסכת שבת (שבת קנ ע"ב): ס'איז אמאל געווען א חסיד וואס עס האט זיך אים אויפגעבראכן א לאָך אינעם צוים ארום זיין פעלד און ער האט געטראכט אז ער וויל עס פאררעכטן, דאן האט ער זיך געכאפט אז ס'איז שבת היינט, האט ער באשלאסן אז ער גייט עס קיינמאל נישט פאררעכטן, וויבאלד ער האט געטראכט וועגן א וואכעדיגע זאַך אום שבת קודש. עס איז געשען א נס און ס'איז ארויסגעוואקסן א צלף בוים ביים לאָך, וואס פון דעם האט ער געקענט אראפרייסן פירות און זיך מפרנס זיין.

ווען מיר לערנען די מעשה פרעגט זיך, פון וואו האט דער חסיד גענומען די החלטה אז דער גדר דארף בלייבן אפן א גאנצע וואָך וועגן עפעס א מחשבה וואס ער האט געהאט אום שבת אז
ער וויל בויען א גדר? ווען ער וואלט בעצם געבויעט אום שבת, וואלט מען געקענט טראכטן אז ער האט גענומען אויף זיך א קנס, אבער ער האט דאך ב"ה נישט מחלל שבת געווען, ווי מיר זאגן אין די זמירות, הרהורים מותרים, מען מעג טראכטן וואכעדיגע זאכן אום שבת. נו אויב אזוי פארוואס האט ער גענומען אויף זיך אזא קבלה? און לאמיר זיך פאָרשטעלן די אלע וואס האבן זיך געדרייט דארט וואס האבן זיי געזאגט, ביסט נאאיוו, וועגן עפעס א מחשבה לאזסטו עס אפן? ווי האסטו א היתר צו מפקיר זיין דיין פעלד וועגן אזא חומרא?

נאר פשט איז אז דער חסיד האט ביי זיך געהאט אזא געוואלדיגע חשיבות פאר שבת קודש, אז ביי אים אין מח איז געוווען א דבר פשוט אז ער איז געווען גרייט צו פארלירן אלעס אויף די וועלט, אלעס אז ער זאל געדענקען אז ס'איז שבת קודש און קיינמאל פארגעסן. דאס איז נישט געווען א פסק וואס ער האט זיך גע'פסק'נט אז מען טאָר מער נישט פארבויען דעם גדר, נאר ער האט ביי זיך באשלאסן אז עס לוינט זיך אויפצוגעבן דעם גדר כדי צו פארשטערקערן זיין שבת. פון זיינע אויגן האט ער נישט געשפירט אז ער געבט אויף זיין פארמעגן פאר שבת - ער האט געזען אז ער קויפט זיך איין א לעכטיגערע קדושת השבת, וואס איז ביי אים מער ווערד ווי אלע פארמעגנס. און ווען מען קוקט מיט די אויגן אויף שבת ברענגט מען אויף זיך השפעות וואס זענען מיט די זעלבע סארט אויגן, א בוים וואקסט ארויס און דער מענטש האט פרנסה פאר'ן לעבן.

פון דעם לערנען מיר זיך א געוואלדיגע יסוד: לויט די ווערד וואס מיר שטעלן אוועק פאר א מצוה, לויט דעם ווערט געשאפן די שכר פונעם מצווה. ס'איז פארהאן א מציאות אז מיר ברענגן ארויף די ערך און חשיבות פאר א זאך וואס בפשטות איז אינגאנצן נישט פארהאן אזא סארט ענין, אבער ווען דער איד טוט עס און ער איז עס מחשיב, ברענגען מיר מדה כנגד מדה אויף זיך אויסטערלישע השפעות וואס איז בלי גבול וסוף, מיר זענען זוכה צו ברכות וואס איז עפעס גאר טייער און חשוב. דער חסיד האט מפקיר געווען זיין גאנצע פארמעגן לצורך קדושת שבת און ס'איז ביי אים נישט געווען קיין שאלה, ווייל ער האט מחשיב געווען שבת אויף אזא גרויסע אופן אז ס'איז געווען א פשוטע זאך אז דאס איז וואס מען דארף טון, האט מען פון הימל געזאגט: "אויב שבת האט ביי דיר אזא גרויסע חשיבות עד אין ערך, קומט זיך טאקע א געוואלדיגע שכר וואס מען קען נישט אָפשאַצן."

טייערע ברידער און שוועסטער, וויפיל מאל מאכט זיך ביי אונזער טאג טעגליכע לעבן אז מיר טוען מצוות און מעשים טובים, אבער ס'האט נישט די ריכטיגע ווערד אין אונזערע אויגן. למשל, א חברותא איז מודיע: "ברוך, היינט קען איך נישט קומען לערנען, מיין שוואגער מאכט אַן אפשערן". פארשטייט זיך אז ס'איז פארהאן געוויסע פעלער וואס ס'איז אמת'דיג חשוב און וויכטיג צוצוגיין און ס'איז וויכטיגער ווי דעם שיעור, אבער ווען מיר זאלן זיך מתבונן זיין וועלן מיר זען אז אויף די זאכן וואס מיר ווילן עכט דורכפירן טרעפט זיך עפעס ווייניג עיכובים... מיר רעדן נישט פון לאזן א פעלד הפקר אבער עפעס אויפגעבן פון זיך. דער שוואגער מאכט אַן אפשערן? נו, אפשר קען מען לערנען פריער אדער שפעטער, אפשר איז גענוג אריינצוגיין זאגן מזל טוב וכו'. אבער אז ס'האט לכתחילה ווייניג חשיבות, איז יעדע זאך שטערקער ווי דעם.

לאמיר זאגן אז א טאטע דערזעט זיך אז זיין זון האט א פארהער אויפצומארגנס, און דאס קינד איז נישט גרייט און דארף מען זאל צולערנען מיט אים. אבער דער טאטע גייט צו שמערל'ס וואכטנאכט, וואס זאגט דאס? דאס מיינט אז דער ענין פון חינוך הבנים, אז דאס קינד זאל מיטהאלטן אין חדר און קענען די לימודים, איז ביי מיר ווייניגער וויכטיג ווי שמערל'ס וואכנאכט. זיכער איז עס א שיינע וויכטיגע זאך אז ער זאל קענען דעם פארהער, אבער וואס זאל איך טון, כ'קען דאָך נישט האבן סיי דעם וואכנאכט און סיי דעם פארהער, וועל איך אויסקלויבן דעם וואכנאכט. אין אנדערע ווערטער, איך בין נישט אזויפיל מחשיב די אויפגאבע פון זיין א טאטע צו מיין קינד. וויפיל מאל האבן מיר זיך געזאגט אז מען גייט מאכן א שיעור און מען קומט נישט אָן, פאר יעדן קלייניגקייט ווערן מיר נעלם. דאס איז ווייל מיר זענען נישט ריכטיג מחשיב אונזער אייגענע לימוד התורה? ווייל מיר האבן זיך נאכנישט אוועקגעשטעלט אריינטראכטן ווי וויכטיג לימוד התורה בקביעות איז פאר מיר? און אז ס'מאכט זיך א שמועס בשעת'ן דאווענען זאגט דאך דאס קלאר אז דער שמועס איז אונז וויכטיגער ווי דאס דאווענען, נישט אזוי?

אט דאס לערנען אונז חז"ל. ארויפלייגן די ריכטיגע ערך און חשיבות אויף א זאך איז טאקע מחייב דעם מענטש, ס'איז אַן עול וואס איז גאר שווער, אבער די שכר איז אויסטערליש גרויס אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, ס'ברענגט אונז גאר גרויסע סגולות, ס'איז נישט לפי ערך.

די וועלט פארציילט א מעשה מיט א צדיק וואס אַן ארימאן האט געקלאפט אויפ'ן טיר פאר צדקה. נישט האבנדיג וואס צו געבן האט דער צדיק געגעבן פאר'ן ארימאן א דיאמאנט וואס זיי האבן געהאט אוועקגעלייגט פאר א רעגנדיגן טאג. ווען די רביצין איז אהיים געקומען און באמערקט וואס דא גייט פאָר האט זי א געשריי געגעבן, "דעם דיאמאנט האסטו אוועקגעגעבן, דו ווייסט ווי טייער ס'איז?!" האט דער צדיק זיך גענומען נאכלויפן דעם ארימאן, און ווען ער האט אים געכאפט האט ער געזאגט, "כ'האב דיר נאר געוואלט מודיע זיין אז די שטיין וואס דו פארמאגסט איז גאר א טייערע, געב אכטונג דערויף זאלסט עס נישט פארקויפן ווייניגער ווי איר ווערד…"

דערמיט איז געוואלדיג פשט אין אונזער פרשה. מיר האבן געשמועסט אז די פרשה זאגט אונז צו שכר פאר'ן מקיים זיין די מצוות קלות וואס א מענטש איז דש בעקביו. וואס איז מצוות קלות? נאר פשט איז אז מען רעדט פון גאר ערליכע אידן וואס זענען מקיים יעדע מצווה, אבער צומאל פארפאסן מיר די ריכטיגע חשיבות, מיר לעבן נישט מיט די ריכטיגע ווערד פון די מצוה, מיר קוקן נישט דערויף מיט די ריכטיגע חשיבות וואס ס'פארלאנגט זיך פון אונז. בעט זיך אונזער רבי: טייערע קינדער, פארשטייט די ריכטיגע ערך פון יעדע מצווה, וועט איר זוכה זיין צו אויסטערלישע געוואלדיגע ברכות. ס'איז נישט פשט אז די עצם מצוה איז גרינג, יעדע מצוה איז קודש קדשים, נאר צומאל האבן מיר אזא סארט בליק פון אונזער זייט כאילו אז ס'איז נישט עפעס אזוי חשוב אין לעבן, ס'איז דא וויכטיגערע זאכן. מיר טוען עס מיט אזא גרינגקייט, מיט א קלות, פאר יעדע קלענסטע סיבה זענען מיר שוין אַן אונס און מ'דרייט זיך ארויס. משה רבינו בעט זיך מיר זאלן נישט מאכן די מצוות 'קלות'. פארקערט, 'תשמעון', דערהערט די טיפקייט דערפון, פארשטייט אז אונטער די מצוות זענען פארהאן אלע ברכות און סגולות באגלייט מיט אַן אומבאשרייבליכע ליבשאפט.

דערמיט איז געוואלדיג פארוואס דער ענין פון מצוות קלות ווערט ארויסגעברענגט מיט דער געדאנק פון 'דש בעקביו'. די פערשט פון די פיס איז איינע פון די גאר חשוב'ע חלקים פונעם גוף, וואס אָן דעם וואלטן מיר נישט געקענט שטיין אדער גיין. אבער צו דעם האט הקב"ה באשאפן אז דארט שפירן מיר נישט, די הויט ביים פיס ווערט פארהארטעוועט און דער מענטש שפירט נישט. דאס זאגט אונז קלאר אז צומאל זענען פארהאן זאכן וואס דער גאנצער מענטש שטייט דערויף, און מיר ווייסן אז ס'איז וויכטיג, מיר ווייסן אז ס'איז א חלק פון אונזער שלימות, אבער צו דער זעלבע צייט טוען מיר עס מיט אַן אויסגעלאשנקייט, דער מענטש ברענגט דארט נישט אריין די ריכטיגע חשיבות און ווערד, מען טוט עס אזוי מצוות אנשים מלומדה'דיג. דערפאר זאגט אונז די תורה, ניין, די מצוות טראגן מיט זיך א געוואלדיגע השפעה אויב מען האלט זיי טייער און חשוב, דערהער די זכות און געוואלדיגע געלעגנהייטן וואס קומט מיט איעדע מצוה. משה רבינו בעט זיך צו אונז: מאך דעם חשבון, ווייס די ווערד, געדענק וואס איר באקומט!

מיט דעם קענען מיר פארשטיין וואס שטייט אין גמרא (ברכות כ ע"ב) אויף די מצוה פון ברכת המזון, וואס שטייט די וואָך אין די פרשה: די מלאכי השרת זאגן פאר'ן באשעפער, "ווי אזוי
קענסטו נושא פנים זיין פאר די אידן, זיי ארויסווייזן א באזונדערע חיבה און געבן השפעות, ווי עס שטייט אין פסוק ישא ה' פניו אליך, עס שטייט דאך אין די תורה אשר לא ישא פנים ולא יקח שחד, דער אויבערשטער איז נישט נושא פנים פאר קיינעם." און דער באשעפער ענטפערט: "ווי אזוי קען איך נישט נושא פנים זיין פאר די אידן, איך האב געזאגט ואכלת ושבעת וברכת, אויב מען איז זאט זאל מען בענטשן, און זיי זענען מדקדק צו בענטשן אפילו מ'האט געגעסן נאר א כזית אדער א כביצה." לכאורה איז ווייטער שווער, למעשה ווי אזוי קען דער באשעפער נושא פנים זיין, אפילו די אידן זענען מחמיר אויף א געוויסע מצוה? נאר לויט ווי מיר שמועסן שטימט עס געוואלדיג. דער באשעפער זאגט, אז אידן ווייזן אז מצוות האבן ביי זיי אזא חביבות, זיי ווילן מיך דאנקען און לויבן אפילו פאר א כזית ברויט, איז פשט אז זיי זענען עס מורא'דיג מחשיב, אויב אזוי קומט זיך מען זאל זיי טאקע געבן די שכר און השפעות לויט וויפיל זיי זענען מחשיב די מצוה.

אז מיר דערהערן דעם יסוד לאמיר גיין א טריט טיפער אין די המשך פונעם פרשה. ברידער, ליינט א מעשה וואס מיר האבן געהערט פונעם בעל המעשה:
ס'איז פרייטאג צופרי, און ר' פנחס זיצט אין בית המדרש אויף זיין טעגליכע פלאץ און הארעוועט אין לערנען. דערנעבן זיצט א חברותא פון צוויי חשובע בעלי בתים, ביידע זענען גרויסע באקאנטע נגידים, זיי לערנען יעדן פארמיטאג פאר א צוויי-דריי שעה אויפ'ן זעלבן פלאַץ. ס'איז שוין א שטיקל צייט וואס ר' פנחס האט זיך מיט זיי באקאנט געמאכט, ווען ס'האט זיך געמאכט עפעס א שווערע שטיקל גמרא איז ר' פנחס געווען דער וואס האט געהאלפן קלאר מאכן וואס ס'פעלט זיך אויס.

אזוי זיצן די חברה און הארעווען, ווען פלוצלינג הערט זיך א קלאפ אין בית המדרש און א אינגערמאן רופט אויס: "טייערע אידן, רחמנים בני רחמנים! ס'איז ערב שבת און גלייבט מיר אז מיין שטוב איז ליידיג, כ'האב נישט שבת צו מאכן. כ'בעט אייך, העלפט מיר ארויס…!" נאכ'ן קורצן אפיעל האט זיך דער איד ארויסגעלאזט צווישן די שורות צוזאמנעמען געלט פון די נדיבי עם. די צוויי נגידים נעבן ר' פנחס זענען געזעסן און געלערנט, און אזוי נאטורליך ארויסגענומען א דאלער און געגעבן, און ווייטער געלערנט מיט התמדה.

דער אינגערמאן גייט ווייטער און ער קומט אן צו ר' פנחס, ער האט גענומען זוכן אין זיינע טאשן און גאר שנעל באמערקט אז ס'איז ליידיג. האט ער זיך אריבער געבויגן צו זיינע חברים, די נגידים, און זיי געפרעגט: "איר קענט מיר בארגן פינף הונדערט דאלער אויף ביז זונטאג?" די צוויי האבן געקוקט מיט א שטיקל וואונדער אז ר' פנחס וויל געבן אזויפיל געלט, אבער איינער פון זיי האט מסכים געווען און ארויסגענומען דאס גאנצע געלט. ר' פנחס האט עס גענומען און געגעבן מיט הארץ און ווארעמקייט פאר דעם אינגערמאן און אים ארויסבאגלייט, ווינטשנדיג א פריינטליכער "גוט שבת."

ווי נאר ר' פנחס איז צוריק געקומען צו זיין פלאץ האבן זיך די צוויי אויסגעדרייט צו אים, און מיט א פארוואונדערטע שטימע האט איינער זיך אנגערופן, "כ'פארשטיי אז איר ווילט זיך משתתף זיין, אבער געבן פינף הונדערט דאלער? וואס עפעס ווארפט איר זיך מיט געלט? איר זענט דאָך אליין נישט עפעס אזוי…" (זיי האבן עס נישט געוואלט זאגן קלאר אבער זיי האבן אים מרמז געווען דאס פשוט'ע אז ער אליין איז דאך נישט אזוי פארמעגליך זיך צו ווארפן מיט הונדערטער דאלארן). דערנאך האט דער צווייטער ממשיך געווען, "וואו אין הלכה טרעפט מען אז א אינגערמאן וואס פארדינט קוים דארף אוועק געבן א גרויסע סכום פאר צדקה, ס'איז פארהאן א הלכה פון מעשר, אז מען וויל קען מען געבן ביז א חומש, א פינפטל, פער פינף הונדערט דאלער פאר א פרעמדן?!"

ר' פנחס איז געזיצן שטיל און זיך אליין געפרעגט אין מחשבה: "וואס טוט זיך דא? אט זיצן דא צוויי גרויסע באקאנטע בעלי צדקה וואס זענען ב"ה גאר פארמעגליך און זיי האבן געגעבן א דאלער, און איך וואס כ'פארדין קוים צום לעבן, האב געגעבן פינף הונדערט דאלער, עפעס שטימט דאך נישט?" און פלוצלינג האט ער אלעס פארשטאנען און ער זאגט, "איר זענט ברוך השם חשוב'ע נדיבי עם, בעלי צדקה, אשריכם אז איר העלפט אידן, אבער איר האט נישט קיין השגה וואס דאס מיינט אז מען האט נישט וואס שבת צו מאכן. איר ווייסט נישט וואס דאס מיינט אז ס'איז ערב שבת און אין שטוב איז גארנישט דא, מען האט נישט די פאר דאלער צו קויפן חלה און וויין און פיש און פלייש פאר שבת קודש." זאגט דער יונגערמאן ווייטער: "איך בין געווען אסאך מאל אין דעם פלאץ פון דעם אינגערמאן, כ'ווייס וויאזוי עס שפירט, כ'ווייס ווי ס'קוקט אויס, און ווי שטארק ס'טוט וויי, און דערפאר האב איך נישט געקענט געבן ווייניגער פון עפעס וואס וועט אים בעזר השם העלפן מאכן שבת…"

טייערע ברידער און שוועסטער, די מעשה זאגט אזויפיל. צומאל איז פארהאן ביי אונז א פלאץ וואס דער מענטש טוט פעולות וואס ס'קען זיין אז על פי הלכה זענען מיר נישט מחויב, ס'קען אפילו זיין אז על פי פשטות און על פי חשבון טארן מיר נישט, אבער דער איד פארמאגט א הארץ וואס שרייט ארויס: איך דארף טון אסאך מער פון מיינע פשוט'ע ערלויבענישן, איך דארף טון אסאך מער ווי מיין יכולת, ווייל דאס איז ווער איך בין. דאס איז מיין תפקיד מיוחד, פאר דעם בין איך דא, און דאס בין איך מחשיב מער פון סיי וועלכע חשבון אויף די וועלט. די חשיבות פון א מצווה, די ווערד פון דערפרייען א איד האט ביי מיר אַן ערך אסאך מער פון געלט אדער סיי וועלכע פרייז.

אבער באמת ליגט דא נאך א טיפע יסוד. דער ר' פנחס האט פארשטאנען און ערוועקט זיין הארץ, ווייל ביי אים האט שוין ליידער אסאך צופיל מאל פאסירט אז ער האט נישט געהאט שבת צו מאכן, ער האט עס שוין געשפירט אויף זיין אייגענע הויט און האט נישט געקענט צוקוקן יענעם'ס צער. דער בורא עולם, אונזער באליבטער טאטע, לייגט אונז צומאל אריבער געוויסע נסיונות, געוויסע מציאות'ן פון ווייטאג און יסורים וואס מיר גייען אדורך. ולב יודע מרת נפשו, ביי איינעם פעלט גשמיות און ביי איינעם רוחניות, אבער הצד השוה אז ס'איז פארהאן אַן הרגשה אז ס'פעלט. דאס אלעס איז כדי מיר זאלן קומען צום ריכטיגן פלאץ און מחשיב זיין און פארשטיין וואס ס'שפילט זיך אפ ארום אונז, כדי מיר זאלן האבן די ריכטיגע אויגן און זען דעם וועלט מיט א הארציגע קלארע בילד. ר' פנחס פארשטייט גוט דעם באדייט פון צדקה, ווייל ער איז שוין געווען אין דעם מצב. די צוויי נדיבי עם וואס בעצם זענען זיי גרויסע בעלי צדקה, זיי פאשטייען אבער נישט אזוי גוט די חשיבות דערפון, זיי פארפאסן א געוויסע הרגשה... דער ארבעט וואס מיר האבן איז אז מיר זאלן ארבעטן צו זען און מרגיש זיין א צווייטן, נישט חלילה וחלילה ווארטן ביז עפעס פעלט צו פארשטיין די ערך און ווערט דערפון נאר אסאך פריער זוכן און אפלערנען די ריכטיגע חשיבות פון זאכן.

אט דאס געפונען מיר צווישן די ווערטער פון אונזער רבי: וַיְעַנְּךָ וַיַּרְעִבֶךָ וַיַּאֲכִלְךָ אֶת הַמָּן וכו' – מיין טייער קינד, איך בעט דיר זיי ריכטיג מחשיב און האלט טייער די מצוות ה', ווייל חלילה אויב נישט, דערמאן זיך וויפיל מיר זענען אריבער אלעס מיטן ציל אונז צו ערוועקן און באמערקן אז הקב"ה איז דער וואס געבט און טיילט. וְזָכַרְתָּ אֶת כָּל הַדֶּרֶךְ אֲשֶׁר הֹלִיכֲךָ ה' אֱלֹקֶיךָ זֶה אַרְבָּעִים שָׁנָה בַּמִּדְבָּר – אידעלע, געדענק ווי הקב"ה האט דיר געפירט אויף טריט און שריט אין דעם גרויסן מדבר מיט נסים ונפלאות... פארגעס נישט, פארגעס נישט, הקב"ה זאָרגט און פירט אונז כִּי כַּאֲשֶׁר יְיַסֵּר אִישׁ אֶת בְּנוֹ ה' אֱלֹקֶיךָ מְיַסְּרֶךָּ ווי א טאטע וואס פירט זיין קינד. און ווען א איד איז זוכה צו פארמאָגן דארף מען זיין זייער געווארנט נישט צו פארגעסן פון ווי די אלע געוואלדיגע מתנות קומט ווי דער פסוק איז מאריך, אונזער רבי בעט זיך ביי אונז און טוט אונז דערמאנען אז ווען הקב"ה האט צוריק געהאלטן, "ויענך - געפייניגט", איז עס געווען מיט איין ציל, ווייל אבינו שבשמים וויל האבן א כסדר'דיגע קשר מיט זיינע קינדערלעך, ער וויל מיר זאלן געדענקן און לעבן מיט די ריכטיגע הכרה און אנערקענען די חשיבות דערפון. ליידער צופיל מאל אין לעבן באמערקט מען די חשיבות פון א נושא ווען ס'פעלט שוין, ווען מיר פארמאגן עס שוין נישט. וויפיל טאטעס און מאמעס וואלטן געוואלט צוריק דרייען די זייגער ווען ס'קומט צו די נושא פון חינוך הבנים, וויפיל מאל טראכטן מיר, הלואי וואלט איך אויסגענוצט די צייט וואס איז שוין אריבערגעגאנגען. ברידער און שוועסטער וויפיל פון אונז זענען ב"ה געבענטשט מיט אזוי פיל, אבער מיר שטעלן זיך נישט אוועק טראכטן. צו נוצן מיר דאס ריכטיג? צו זענען מיר עס מחשיב גענוג? צו האלטן מיר עס טייער ווי ס'דארף צו זיין? צו האט עס די ריכטיגע ווערד ביי אונז אין קאפ מח און הארץ? לאמיר זיך מתבונן זיין און לעבן מיט די ריכטיגע פריאריטעטן און פארשטיין די געוואלדיגע חשיבות פון יעדן דבר טוב. ויה"ר אז אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, כי מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים, בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• ווען מען פארשטייט די חשיבות פון א מצוה ברענגט עס אויסטערלישע השפעות טובות.
• אויב עס פעלט עפעס קען מען נוצן די געלעגנהייט צו פארשטיין די חשיבות פון די זאך.
• לאמיר וויסן אונזערע פריאריטעטן און געדענקן וואס איז חשוב אין לעבן.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: עקב - וואס איז אונזערע פריאריטעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”