ליקוטים וענינים על פרשת קדושים

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

ליקוטים וענינים על פרשת קדושים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיין זוהן האט מיר געזאגט אז ער האט געהערט און א"י [ווען ער האט דארט געלערנט און מיר] בשם ' חיים שמולעוויטץ ז"ל
דער מדרש אנפאנג פרשת קדושים זאגט, קדושים תהיו יכול כמוני ת"ל כי קדוש אני
האט ר' חיים געפרעגט וואס איז געווען די הוה אמינא יכול כמוני?
האט ער גענטפערט, אז דער ווער עס האט געקענט ר' שלומקע זווילער זצוק"ל קען האבען אן השגה וואס די הוה אמינא איז געווען
לעצט פארראכטן דורך scy4851 אום דאנערשטאג אפריל 30, 2009 7:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
the SCY is the limit
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דבר אל כל עדת בני ישראל ואמרת אלהם קדשים תהיו כי קדוש אני ה' אלקיכם (יט-ב) אויב יודען פיהרן זיך אויף מיט אחדות און ליבשאפט קען מען צוקומען צו די העכסטע מדריגות אין קדושה. "אל כל עדת בני ישראל" - אויב אלע אידן זענען צוזאמען, דעמאלס קען מען אנקומען צו די מדריגה פון "קדושים תהיו".
(אוהב ישראל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קדשים תהיו כי קדוש אני ה' אלקיכם (שם) לכאורה פארוואס שטייט "קדשים" אהן א ואו, און "קדוש" מיט א ואו? נאר א איד וואס וויל שטייגען אין עבודת ה', דארף וואוסען אז וויפוהל ער וועט שטייגען העכער און העכער, וועט ער קיינמאהל נישט אנקומען צו א גאנצקייט. ווייל וויפוהל מען שטייגט איז נאך אלץ דא העכער און גרעסער פון דעם אהן א ענדע. דערפאר שטייט "קדשים תהיו" אהן א "ויו", אבער די קדושה פון דער אייבערשטער איז גאנץ, דערפאר שטייט "כי קדוש אני" מיט א "ויו".
(מהר"ש מבעלזא)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איש אמו ואביו תיראו ואת שבתתי תשמרו וגו' (יט-ג) די תורה האט צוזאמען געשטעלט "מורא אב ואם" צו "שמירת שבת", מרמז צו זיין, אז אזוי ווי היטען שבת מוז מען ווייל דער אייבערשטער האט אזוי באפוילן און נישט ווייל מען וויל אפרוהען דעם גוף, - אזוי אויך דארף מען מורא האבן פון דעם טאטען און מאמען, נאר ווייל דער אייבערשטער האט אזוי באפוילן, און נישט ווייל עס פלחאסאט זיך אזוי.
(חידושי הרי"ם)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לא תלך רכיל בעמיך (יט-טז) די ווארט תלך איז אותיות כ'עפר ל'כל ת'הי' עס קומט מרמז צו זיין אז אויב מ'האלט זיך קליין וועט מען נישט גיין רעדען שלעכט'ס אויף יענער.
(אמרי חיים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לא תקם ולא תטר את בני עמך ואהבת לרעך כמוך אני ה' (יט-יח-) א איד דארף מוותר זיין פאר דעם חבר אויב ער האט איהם שלעכטס געטוהן, און מדה כנגד מדה איז איהם דעם אייבערשטער אויך מוותר אויף זיינע עבירות. "לא תקם ולא תטר" - זאלסט נישט נקמה נעמען פון דיין חבר, ווייל "כמוך" - אזוי ווי דו ביסט מוותר פאר איהם "אני ה'"וועל איך מוותר און מוחל זיין דיינע עבירות.
(רמתים צופים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מפני שיבה תקום והדרת פני זקן וגו' (יט-לב) ווען א מענטש טוהט תשובה אין זיינע יונגע יאהרן, דאן ווען ער קומט אהן אין די עלטער שעמט ער זיך נישט מיט די יוגענט, נאר פארקערט, עס באשיינט איהם דאס לעבן. "מפני שיבה תקום" - אויב פאר די עלטער וועסטו זיך אויפהייבען דינען דעם באשעפער, דאן: "והדרת פני זקן" - וועט דאס באשיינען דיינע עלטערע יאהרן.
(דגל מחנה אפרים)
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

Re: פרשת קדושים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

scy4851 האט געשריבן:מיין זוהן האט מיר געזאגט אז ער האט געהערט און א"י [ווען ער האט דארט געלערנט און מיר] בשם ' חיים שמולעוויטץ ז"ל
דער מדרש אנפאנג פרשת קדושים זאגט, קדושים תהיו יכול כמוני ת"ל כי קדוש אני
האט ר' חיים געפרעגט וואס איז געווען די הוה אמינא יכול כמוני?
האט ער גענטפערט, אז דער ווער עס האט געקענט ר' שלומקע זווילער זצוק"ל קען האבען אן השגה וואס די הוה אמינא איז געווען

ס'געדענקט זיך מיר אז אין 'מאור עינים' פון רבי מנחם נחום טשערנאבילער ס'שטייט וועגן דעם: "יכול כמוני - בניחותא".
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב געזעהן א גאר אן אינטערעסאנטע פשט אין כלי יקר.
רש"י ברענגט די גמרא אין קדושין, פארוואס ביי כיבוד שטייט אביו קודם, און ביי מורא שטייט אמו קודם.
זאגט דער כלי יקר, אז ביי כיבוד שטייט אבין קודם, ווייל איך וואלט געמיינט אז וויבאלט חז"ל זאגען אין מסכת יבמות, 'לעולם יכבד אדם אשתו יותר מגופו', וואלט מען אפשר קרינג געשעצט דעם כבוד פון טאטען, ווייל ער דארף אויך מכבד זיין דיין מאמע,
על כן הקדים האב, לומר לך, שכבודו יהיה גדול עליך ככבוד האם, אע"פ ששניכם חייבים בכבוד האם
the SCY is the limit
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

מִפְּנֵי שֵׂיבָה תָּקוּם (יט, לב)

דער רבי ר' אהרן לייב פון פרעמישלאן האט אין די עלטערע יארן גענוצט דעם פסוק פאר עבודת השם און געטייטש אויפ'ן פארקערט אופן. (פון וואס זיידעניו האט פריער געברענגט פונעם דגל מחנה אפרים)
און אזוי האט ער דערציילט: עס קומט צו מיר דער בעל דבר און טענה'ט: עס שטייט דאך אין די תורה מִפְּנֵי שֵׂיבָה תָּקוּם – אז די חיוב אויפצושטיין צו תיקון חצות צו תורה ועבודה, דאס איז נאר מפני שיבה, איידער מען ווערט אלט. משא"כ איצט אז דו ביסט שוין אלט, רוה זיך אביסל אויס כדי דו זאלסט קענען דאווענען מיט כח און כוונה.

האב איך אים געענטפערט: איך טייטש פונקט פארקערט. מפני, איז א נתינת טעם, טאקע ווייל דו ביסט אלט, דערפאר תָּקוּם, זאלסטו אויפשטיין אפרעכטן תיקון חצות. אדרבה, אין די עלטערע יארן דארף מען נאך מער זיך צופלייסן אין עבודת השם, ווייל אם לא עכשיו אימתי...

פנים מאירים
--
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דבר אל בני ישראל, קדושים תהיו.
זאגט רש"י אז די פרשה איז געזאגט געווארן בהקהל, אז מען האט צוזאמגענומען גאנץ כלל ישראל און אזוי איז געזאגט געווארן די פרשה.
עס קען זיין פארוואס די פרשה איז געזאגט געווארן בהקהל, ווייל אויב אידן וועלן זיך איינרעדן אז די מצוה פון קדושים תהיו זיין הייליג, איז נישט געזאגט געווארן פאר סתם אידן, נאר פאר אויסגעארבעטע אידן, צדיקים, פאר זיי איז געזאגט געווארן אז מען דארף זיין הייליג, וועגן דעם האט די באשעפער געהייסען צוזאמרופען יעדן איינעם כדי צו ווייזן אז יעדע איד דארף און קען מקיים זיין די מצוה פון זיין הייליג.
(ברך משה)

איש אמו ואביו תיראו ואת שבתתי תשמרו.
מען קען מסביר די סמיכות פארוואס די תורה האט געשטעלט די מצוה פון מורא האבען פון טאטע מאמע נעבן די מצוה פון היטען שבת, מיט דעם וואס דער רמב"ן איז מסביר אז די טעם פארוואס די תורה האט באפוילען אז מען דארף מכבד זיין און מורא האבען פון טאטע מאמע, וויבאלד זיי זענען שותפים אין דיין באשאפונג, האבען זיי דיר א טובה געטוהן און גוטס געטוהן וואס זיי האבען דיר געבוירען, דעריבער קומט עס פאר די עלטערן אז מען זאל זיי מכבד זיין.
אבער לכאורה וועט שווער זיין, ווייל די גמרא זאגט אין מסכת עירובין (דף י"ג ע"ב) "נוח לו לאדם שלא נברא משנברא" עס איז בעסער פאר א מענטש אז ער וואלט נישט געבוירען געווארען, קומט דאך אויס אז דאס גאנצע געבוירען ווערען איז גארנישט קיין טובה. אויב אזוי איז דאך נישט שייך צו זאגען די סברא פון דער רמב"ן אז מען דארף מכבד זיין עלטערן ווייל זיי האבען דיר געבוירען ?
תוספות זאגט אבער (שם ד"ה נוח) אז דאס וואס מיר זאגען אז עס איז בעסער אז מען וואלט קיינמאהל נישט געבוירען געווארען איז נאר געזאגט געווארען ביי סתם מענטשען, אבער ביי א צדיק איז פונקט פארקערט, ביי א צדיק זאגט מען אז עס איז בעסער אז ער איז יא געבוירען געווארען.
די גמרא זאגט אין מסכת שבת (קי"ח ע"ב) דער וואס היט דער שבת ווי עס באדארף צו זיין איז מען איהם מוחל אלע זיינע עבירות אפילו ער האט געדינט עבודה זרה. קומט דאך אויס אז דורך היטען שבת, ווערט מען גערעכענט פאר א צדיק, וואס ביי א צדיק זאגט מען "נוח לו שנברא" עס איז בעסער און גוט וואס ער איז געבוירען געווארען.
דאס קען זיין דער טעם פארוואס די תורה האט געשטעלט היטען שבת נעבן די מצוה פון מורא האבען פון טאטע מאמע, ווייל נאר אויב מען היט דעם שבת איז שייך צו זאגען אז מען דארף מכבד זיין די עלטערן, ווייל דורך היטען שבת ווערט מען א צדיק, איז דאס געווען א גוטע זאך וואס דיינע עלטערן האבען דיר געבוירען, ממילא דארפסטו זיי מכבד זיין. אבער אויב מען היט נישט דעם שבת, דעמולטס זאגט מען "נוח לו לאדם שלא נברא משנברא", איז נישט דא די סברא פון דער רמב"ן אז מען דארף מכבד זיין די עלטערן.
חתם סופר

איש אמו ואביו ואביו תיראו ואת שבתותי תשמרו
מען קען אפשר מסביר זיין די שייכות צווישען די מצוה פון מורא אב ואם און היטען שבת, וואס פאר א שייכות האבען די צוויי מצוות איינע צו די אנדערע?
נאר די תורה וויל אונז לערנען, אז כאטש מכבד זיין עלטערען איז א זאך וואס מען פארשטייט פון זיך אליין, ווייל מען דארף צוריק צאלען פאר די עלטערען פאר דעם וואס זיי האבן אונז מגדל געווען. דאך, דארפען מיר מקיים זיין די מצוה ווייל השי"ת האט אזוי געהייסען טוהן, און נישט ווייל מיר פארשטייען אליין אזוי צו טוהן.
אזוי ווי ביי די מצוה פון היטען שבת, כאטש א מענטש פארשטייט אליין אז מען דארף זיך אמאל אפרוהען פון ארבעטען כדי צו האבען כח. אזוי ווי משה רבינו האט געזאגט פאר פרעה אז ער זאל לאזען די אידען זיך אפרוהען איין טאג אין די וואך פון די שווערע ארבעט כדי זיי זאלען נישט שטארבען פון די שווערע ארבעט (שמות רבה פרשה א' כ"ח), און אזוי האט משה רבינו גע'פועל'ט ביי פרעה אז די בני ישראל זאלען קענען היטען שבת אין מצרים. דאך, היטען מיר נישט שבת צוליב דעם, נאר אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (ויקרא כ"ה ב') "שבת לה"', און רש"י זאגט דארט "לשם ה'" אז שבת דארף מען היטן לשם שמים, ווייל השי"ת האט אונז אזוי באפוילען. און דאס זעלבע איז מיט כבוד אב ואם, מיר זענען מקיים די מצוה ווייל השי"ת האט אונז אזוי געהייסן טוהן, און נישט ווייל מיר פארשטייען אליין אזוי צו טוהן.
ספרים

את שבתותי תשמורו ומקדשי תיראו אני השם
די גמרא זאגט אין מסכת שבת דף קי"ח: אלמלי משמרין ישראל שתי שבתות כהלכתן מיד נגאלין, אויב וואלטן די אידן געהיטען צוויי שבתות ווי עס באדארף צו זיין וואלטן זיי באלט אויסגעלייזט געווארן. דאס זאגט דער פסוק את שבתותי תשמרו, דורך דעם וואס איהר וועט אפהיטן דעם שבת, דעמאלטס ומקדשי תיראו, וועט איהר זוכה זיין צו זעהן דעם בנין בית המקרש על מכונו.
(כנסת יחזקאל)

את שבתותי תשמורו ומקדשי תיראו
קען מען זאגן פשט, לויט ווי די חז"ל זאגן אז דער מענטש וואס איז זיך מצטער אויף דעם חורבן בית המקדש, וועט זוכה זיין צו זען אין איהר פרייד, און דער וואס איז זיך נישט מצטער אויף דעם חורבן בית המקדש, וועט נישט זוכה זיין צו זען אין איהר פרייד, און צו דעם טוט אונז די תורה ווייזן די מעלה פון שבת, אז הגם שבת איז דאך אסור זיך מצטער זיין אויף דעם חורבן בית המקדש, פונדעסטוועגן וועלן מיר זוכה זיין צו זעהן אין איהר פרייד, דאס איז דער פשט אין פסוק את שבתותי תשמורו איהר וועט אפהיטן דעם שבת און פרייען זיך אין דעם טאג שבת, און פונדעסטוועגן דאך ומקדשי תיראו וועט איהר זוכה זיין צו זעהן דעם בנין בית המקדש.
(תפארת שלמה)

לא תלך רכיל בעמך לא תעמוד על דם רעך.
וואס איז דער שייכות צווישען די צוויי איסורים?
נאר כאטש דער איסור פון לשון הרע איז זייער א גרויסע עבירה פון דעסט-וועגען טאמער ווייסט מען אז איינער וויל יענעם שלעכטס טוהן אדער הרג'ענען מוז מען יענעם אויסזאגען כדי ער זאל זיך קענען ראטעווען פון דעם וואס וויל אים הרג'ענען, און אויב ער וועט אים נישט דערציילן און עס וועט געשעהן אן אומגליק איז ער שולדיג. דאס זאגט דער פסוק לא תלך רכיל זאלסט נישט רעדן קיין רכילות און קיין לשון הרע, אבער אויב וויל איינער שלעכטס טוהן פאר א צווייטן דעמאלטס זאגט אונז אן די תורה "לא תעמוד על דם רעך" זאלסט נישט שטיין מיט פארלייגטע הענט נאר גיי ראטעווע דיין חבר.
(אור החיים הקדוש)

לא תקם ולא תטר את בני עמך ואהבת לרעך כמוך אני ה'. (יט יח)
אויב מען איז מוותר פאר דעם חבר ווען ער האט איהם שלעכטס געטוהן, דעמאלסט מדה כנגד מדה איז איהם דעם אייבערשטער אויך מוותר אויף זיינע עבירות.
דאס זאגט דער פסוק: "לא תקם ולא תטר" - זאלסט נישט נקמה נעמען פון דיין חבר, נאר "ואהבת לרעך" דו זאלסט ליב האבן דיין פריינט, ווייל "כמוך אני ה'" - אזוי ווי דו ביסט מוותר פאר איהם וועל איך מוותר און מוחל זיין דיינע עבירות.
רמתים צופים

מפני שיבה תקום והדרת פני זקן. (יט לב)
ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין אין זיינע יונגע יארן, דעמאלסט ווען ער קומט אן אין די עלטער שעמט ער זיך נישט מיט די יוגענט, נאר פארקערט, עס באשיינט איהם דאס לעבן.
דאס איז מרומז אין פסוק: "מפני שיבה תקום" - אויב פאר די עלטערע יארן וועסטו זיך אויפהייבען צו דינען דעם באשעפער, דאן: "והדרת פני זקן" - וועט דאס באשיינען דיינע עלטערע יארן.
דגל מחנה אפרים

ואהבת לרעך כמוך אני ה'
אזוי ווי דו פירסט דיך אויף צו דיין חבר, אזוי פירט זיך דער אויבערשטער צו דיר, דאס מיינט אז אויב דו ביסט נישט אויפגערעגט אויף דיין חבר אפילו ווען ער טוט עפעס שלעכטס צו דיר, וועט דער אויבערשטער נישט זיין אויפגערעגט אויף דיר אפילו ווען מען האט חלילה זיך נישט גוט אויפגעפירט, אויב דו האסט ליעב דיין חבר וועט דער אויבערשטער דיך ליעב האבן,
זאגט דער הייליגער ר'ר בונם פון פאשיסחא זי"ע דאס איז מרומז אין פסוק "ואהבת לרעך" דו זאלסט ליעב האבן דיין חבר, "ווייל "כמוך" אזוי ווי דו פירסט זיך אויף מיט דיין חבר "אני ה'" אזוי וועט זיך דער אויבערשטער אויפפירן מיט דיר, און יעדער וויל דאך זיכער אז דער אויבערשטער זאל זיך צו אים אויפפירן מיט די מדה פון רחמנות.
(ר' בונם מפאשיסחא)

ואהבת לרעך כמוך.
אמר ר' עקיבא זה כלל גרול בתורה.
קען מען זאגן פשט אז ר' עקיבא זאגט דעם מאמר לשיטתו, וואס ער דרש'נט אין מסכת בבא מציעא אויף דעם פסוק, "וחי אחיך עמך", אז חייך קודמין לחיי חבירך, אז דיין לעבן קומט פריער פאר דיין חבר'ס, אויב אזוי איז דאך שווער וואס טוט ער מיט דעם פסוק "ואהבת לרעך כמוך", וואס דאס מיינט דאך אז די דארפסט ליב האבן דיין חבר אזוי ווי דיך אליין, (אלעס וואס די טוסט פאר דיר- טוה פאר דיין חבר פריער-) מוז מען זאגן אז דאס וואס מיר זאגן חייך קודמין, מיינט מען ביי גשמיות'דיגע זאכן, אבער ביי חיי הנצחיי דהיינו ביי לימוד התורה דארף מען לערנען מיט אנדערע, אפילו דורך דעם וועט ער דארפן מבטל זיין פון זיין אייגן לערנען. וועגן דעם זאגט ר' עקיבא אויף דעם פסוק ואהבת לרעך כמוך זה כלל גדול "בתורה", אז דער כלל גדול איז נאר ביי לימוד התורה, אבער ביי עניני עולם הזה איז די הלכה חייך קודמין.
(חתם סופר)

ואהבת לרעך כמוך.
דער מדרש זאגט ואהבת לרעך, הטפל לרעך. קען מען זאגן פשט אין מדרש, ווייל ווען א מענטש וויל באמת ליב האבן זיין חבר, דארף ער זיך לגבי דעם חבר נידריגער האלטן, ווייל אויב ער וועט זיך האלטן לגבי דעם חבר מיט מער מעלות, וועט ער אים נישט קענען ליב האבן מיט אן אמת. דאס זאגט דער מדרש "ואהבת לרעך כמוך" ווי אזוי וועסטו באמת ליב האבן דיין חבר, זאגט דער מדרש הטפל לרעך, נאר דורך די אותיות וואס זענען טפל צו דעם ווארט "רעך" וואס נאך די ר' קומט א ש', און נאך די ע' קומט א פ', און נאך די ך' קומט א ל', וואס דאס זענען די אותיות "שפל" און אויב דו וועסט זיך האלטן נידריג לגבי דיין חבר, דעמאלטס וועסטו אים קענען באמת ליב האבן.
(הרה"ק מהר"ש מבעלזא זצ"ל)

לא תשנא את אחיך בלבבך הוכח תוכיח את עמיתך.
לכאורה קען מען פרעגן א סתירה, די חכמים זאגען אונז אז דער צווייטער בית המקדש איז חרוב געווארען וועגן "שנאת חנם", און א אנדער ארט שטייט אין די גמרא אז דער צווייטער בית המקדש איז חרוב געווארען ווייל "שלא הוכיחו זה את זה" זיי האבען נישט געזאגט מוסר איינער פאר'ן צווייטען?
דער תירוץ איז אז די צוויי זאכען זענען פארבינדען איינס מיטען אנדערען, ווייל וויבאלד עס איז געוועהן שנאת חנם ביי די יודען ממילא האבען זיי נישט געקענט זאגען מוסר איינער פארן צווייטען, ווייל מען קען נישט שטראפן קיין אנדערן נאר אז מען ווייזט אים ארויס ליבשאפט און יענער שפירט אז מען מיינט זיין טובה, אזוי ווי א טאטע ווען ער זאגט מוסר פאר זיין קינד, און וואס מער די אהבה איז, טוט עס אויף מער.
דאס איז דער המשך פון דעם פסוק "לא תשנא את אחיך" אז דו וועסט נישט פיינט האבען דיין ברידער, נאר ער וועט פילען א ליבשאפט פון דיר, דעמאלס "הוכח תוכיח" קענסטו אים זאגען מוסר.
אבני אזל

הוכח תוכיח את עמיתך ולא תשא עליו חטא.
ווען מען זאגט שטראף רייד צו א מענטש זאל מען אים נישט מאכען פאר קיין רשע, נאר פארקערט מען דארף אים זאגען זאכען וואס זאלען אים דערהייבען און מקרב זיין. למשל: מען דארף אים זאגען אז פאר דיר פאסט דאס נישט צו טוהן.
דאס איז מרומז "הוכח תוכיח" ווען דו ווילסט אים שטראפען קודם מאך אים "לעמיתך" מאך אים פאר דיין חבר אז ער איז אזוי גלייך ווי דיך אליין "ולא תשא עליו חטא" און מאך אים נישט פאר קיין חוטא, און אזוי וועט ער מקבל זיין פון דיר דברי מוסר.
חוות יאיר

הוכח תוכיח את עמיתך ולא תשא עליו חטא.
עס זענען פארהאנען צוויי וועגען ווי אזוי מען קען זאגען מוסר פאר א צווייטען. איין וועג איז דורך רעדען, מען זאגט פאר יענעם וואס ער האט אלס שלעכטס געטוהן, און מען זאגט שטרענגע שטראף רייד, וועט ער צו הערען צו די רייד פון דער וואס זאגט אים מוסר, און דורך דעם וועט ער זיך פארנעמען צו ווערען בעסער. די צווייטע וועג איז, אז ער רעדט גארנישט און ער זאגט גארנישט פאר דעם מענטש, ער זאגט יענעם מוסר דורך זיין התנהגות און ווי אזוי ער פירט זיך אויף. וויבאלד ער פירט זיך אויף גוט און איידל, און מען זעהט ווי אזוי ער דינט דעם אויבערשטען, און מען זעהט זיין יראת שמים, דאס אליינס זאגט שוין מוסר פאר א צווייטען, און אלע זאגען, קוקט ווי שיין יענער פירט זיך אויף, קוקט ווי שיין יענער לערנט פלייסיג, דאס אליין איז גורם אז אנדערע מענטשען וועלען זיך אפלערנען פון איהם, און זיך אויך פירען אין די זעלבע גוטע וועגען.
אזוי ווי מען טייטשט דעם פסוק (שמואל א' י"ח) "ויהי דוד לכל דרכיו משכיל", דוד המלך האט מיט אלע זיינע וועגען ווי אזוי ער האט זיך געפירט - "משכיל" האט ער מיט דעם געגעבען צו פארשטיין פאר אנדערע ווי אזוי מען דארף זיך פירען.
דער אופן פון זאגען מוסר דורך דעם וואס מען פירט זיך גוט אויף, איז אסאך בעסער פון זאגען מוסר דורך רעדען. וויבאלד אויב מען זאגט מוסר דורך דעם וואס מען פירט זיך גוט אויף און אנדערע לערנען זיך אפ פון איהם, דארף מען נישט דערמאנען פאר יענעם אלע זיינע שלעכטע מעשים וואס ער האט געטוהן, מען דערמאנט איהם נישט די אלע עבירות וואס ער האט געטוהן. און נאך א טעם פארוואס עס איז בעסער צו זאגען מוסר דורך דעם וואס מען פירט זיך גוט אויף, וויבאלד אויב מען דארף פאר יענעם זאגען מוסר מיט די מויל, איז דאך דא א שיעור וויפיל מען קען רעדען צו א מענטש, מען קען דאך נישט האלטען אין איין רעדען צו א מענטש אז ער זאל בעסער ווערען. אבער אויב מען זאגט מוסר דורך זיין התנהגות, קומט דאך אויס אז ער זאגט מוסר פאר אנדערע מענטשען יעדען טאג און די גאנצע צייט פון טאג, ווייל מען זעהט יעדען טאג זיינע שיינע התנהגות.
דאס קען זיין איז מרומז אין פסוק אז מען זאל זאגען מוסר דורך דיינע גוטע התנהגות, ווייל די גמרא לערנט ארויס (בבא מציעא ל"א ע"א) וויבאלד עס שטייט א דאפעלטע לשון "הוכח" "תוכיח" אז מען דארף האלטען אין איין זאגען מוסר אפילו ביז הונדערט מאהל. זאגט אויף דעם די פסוק ווייטער אויף וועלכען אופן וועסטו איהם קענען זאגען אזויפיל מאהל מוסר, אויב עס וועט זיין "ולא תשא עליו חטא" דו וועסט נישט מוזען דערמאנען פאר יענעם מיט דיין מויל אלע זיינע עבירות, נאר ער וועט זיך אפלערנען די מוסר דורך דיינע גוטע אויפפירונג.
(בעלי מוסר)

אשר יעשה אותם האדם וחי בהם אני ה'.
מ'קען מרמז זיין אין די ראשי תיבות פון דעם פּסוק, אלע זמנים וועלכע גייען אדורך דאס לעבן פונעם מענטש ווי פאלגענד.
די ר"ת פון א'שר י'עשה א'ותם ה'אדם ו'חי ב'הם א'ני י' איז בגימטריא 36, וואס איז די מערהייט פון די באשטימטע יארן פון א מענטש, (לויט ווי דער פּסוק זאגט ימי שנותינו בהם שבעים שנה), און חז"ל זאגן אונז (יומא ל"ח) אז ווען א מענטש גייט אדורך רוב פון זיינע יארען און ער האט נישט געזינדיגט, וועט ער שוין מער נישט זינדיגען. דאס איז דער רמז, אשר יעשה אותם האדם, אויב מ'מאכט דורך די יארן, וחי בהם, וועט מען שוין די איבעריגע יארען אדורכלעבן ווי עס דארף צו זיין.
די ר"ת פון א'שר י'עשה א'ותם איז ,12 מרמז צו זיין אז ביז די 12 יאר דארף מען מחנך זיין, נישט ווייל מ'באקומט שוין שכר ועונש, נאר בלויז זיך צוגעוואוינען צו טאן מצות. דאס איז דער רמז פון אשר יעשה אותם, בלויז טאן, אן קיין שום אנדערן צוועק.
די ר"ת פון ה'אדם ו'חי ב'הם איז 13, וואס דאן גייט מען שוין אריין לעול המצוות, ד.מ. וחי בהם אז דורך דעם וואס ער טוט מצוות ומע"ט, באקומט ער שכר.
די ר"ת פון ו'חי ב'הם א'ני י' איז 19, ווייל פון 19 יאר און העכער באקומט מען שוין שכר ועונש אין בי"ד של מעלה. דאס איז דער רמז פון פּסוק, וחי בהם "אני ה'", אז אויבען אין הימעל באקומט מען שוין באצאלט דערפאר.
חתם סופר

ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי
זאגט אויף דעם רש"י, אויב מען וועט זיין אפגעטיילט און אפגעשייד פון עסען שקצים און רמשים און אלע טמא'נע חיות און בהמות דעמולטס וועלען די אידען באלאנגען און געהערען פאר דער אויבערשטער. אבער אויב מען וועט זיך נישט אפשיידען פון אלע טמא'נע חיות און בהמות דעמולטס וועלען די אידען באלאנגען פאר נבוכדנצר און זיינע חברים.
מען קען מסביר זיין די ווערטער פון רש"י מיט דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת שבועות (דף ל"ח ע"ב) שמואל האט געזאגט א קעניגרייך וואס הרג'עט א זעקסטעל פון דער וועלט ווערט די קעניגרייך נישט געשטראפט. אויב אזוי וועט לכאורה אויסקומען אז נבוכדנצר וואס האט געקעניגט איבער די גאנצע וועלט (מסכת מגילה דף י"א) וואלטען לכאורה געמעגט אויסהרג'נען ח"ו אלע אידען. ווייל דאס אידישע פאלק איז דאך איין פאלק צווישען זיבעציג פעלקער, און אויב מען מעג הרג'ענען א זעקסטעל פון די וועלט, מעג מען דאך אוודאי הרג'ענען איינס פון זיבעציג ?
מוז מען זאגען, אז דאס וואס שמואל האט געזאגט אז מען מעג הרג'ענען א זעקסטעל, מיינט נישט אז מען מעג אויסהרג'ענען א גאנצע פאלק, דאס מיינט אז פון איין פאלק אויב ער האט גע'הרגעט א זעקסטעל קען מען איהם נישט שטראפען. קומט אויס אז וויבאלד די אידען זענען א פאלק פאר זיך, און זיי ווערען נישט גערעכענט צווישען אלע אנדערע פעלקער, ממילא האט מען שוין נישט קיין רשות צו הרג'ענען דאס גאנצע אידישע פאלק.
ווען ווערען אבער די אידען גערעכענט פאר א פאלק פאר זיך אליין, דאס איז נאר אויב זיי היטען אפ די תורה וואס איז געגעבען געווארען פאר די אידען. אבער אויב די אידען האלטען נישט די תורה, דעמולטס האבען נישט די אידען א דין ווי א פאלק פאר זיך אליין, וועט אויסקומען אויב א קעניגרייך וועט אויסהארגענען דאס גאנצע אידישע פאלק, וועט מען נישט קענען געבען א שטראף אויף דעם.
דאס קען זיין פשט אין רש"י - "אם אתם מובדלים מהם - הרי אתם שלי" דעמולטס ווערט עס גערעכענט פאר מיין פאלק, און מען וועט נישט קענען אויסהרג'ענען די אידען. אבער אויב "ואם לאו - הרי אתם של נבוכדנצר" אויב מען וועט נישט זיין אפגעשייד פון די אלע טמא'נע זאכען ווערט מען נישט גערעכענט פאר א פאלק, וועט אויסקומען אז נבוכדנצר וועט האבען די מעגליכקייט צו הרג'ענען די אידען.
שו"ת חתם סופר או"ח ר"ח
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קדושים תהיו.
זאגט דער הייליגער רמב"ן. פשט. אז דאס מיינט קדש עצמך במותר לך, אז א איד דארף זיך הייליגען אפילו מיט זאכן וואס מען מעג. דארף מען זיך אויך איינהאלטן. ווי למשל עסן נאשערייען, נאכגעבן פאר א חבר אפילו ווען מען איז גערעכט. דעמאלטס ווערט מען אנגערופן הייליג.
(רמב"ן הק')

דבר אל כל עדת - קדושים תהיו.
צו דערגרייכען די גרויסע מדריגה פון קדושים תהיו, איז נישט מעגליך נאר דורך די הקדמה פון "כל עדת", ווען ס'איז פארהאן אחדות צווישן אידן.
(אוהב ישראל)

פּרשה זו בהקהל (לשון רש"י)
די הלכה איז, אז יעדע דבר שבקדושה דארף געזאגט ווערען צוזאמען מיט צען מענטשען. דעריבער האט משה רבינו געזאגט די פּרשה פון "קדושים" צוזאמען מיט'ן גאנצען כלל ישראל, מרמז צו זיין דערויף.
(מאור ושמש)

איש אמו ואביו תיראו ואת שבתתי תשמרו.
די תורה האט צוזאמען געשטעלט "מורא אב ואם" צו "שמירת שבת", מרמז צו זיין, אז אזוי ווי היטען שבת מוז מען ווייל דער אייבערשטער האט אזוי באפוילן און נישט ווייל מען וויל אפרוען דעם גוף, - אזוי אויך דארף מען מורא האבן פון דעם טאטען און מאמען, נאר ווייל דער אייבערשטער האט אזוי באפוילן, און נישט נאר ווייל עס פאסט אזוי.
חידושי הרי"ם

איש אמו ואביו תיראו ואת שבתותי תשמרו
טאטע און מאמע זענען די וואס געבן די גשמיות'דיגע באדערפענישן פאר'ן מענטש, און פלעגען אים ביז ווילאנג ער וואקסט אויף. די השפּעה פון שב"ק טוט משפּיע זיין די רוחניות'דיגע השפּעה דקדושה פאר א מענטש. דעריבער שטעלט דאס דער פּסוק צוזאם, "אמו ואביו" תיראו, ואת "שבתותי" תשמרו.
(אגרא דכלה)

לא תקם ולא תטר את בני עמך ואהבת לרעך כמוך אני ה'. (יט יח)
אויב מען איז מוותר פאר דעם חבר ווען ער האט איהם שלעכטס געטוהן, דעמאלסט מדה כנגד מדה איז איהם דעם אייבערשטער אויך מוותר אויף זיינע עבירות. דאס זאגט דער פסוק: "לא תקם ולא תטר" - זאלסט נישט נקמה נעמען פון דיין חבר, נאר "ואהבת לרעך" דו זאלסט ליב האבן דיין פריינט, ווייל "כמוך אני ה'" - אזוי ווי דו ביסט מוותר פאר איהם וועל איך מוותר און מוחל זיין דיינע עבירות.
רמתים צופים

איש אמו ואביו תראו.
אמו טייטש (מוטער) "מותר". אביו טייטש (פאטער) "פטור". דאס מיינט אז א מענטש דארף מורא האבן צו טוען אזאך וואס איז טאקע מותר, אבער ער דארף דאס נישט טוען. און פון זאכן וואס אויב מען טוט עס איז מען טאקע פטור. אבער מען דארף דאס נישט צו טוען. ד"מ עס קומט נישט קיין שטראף.
(הרה"ק מלעכוויטש)

ואהבת לרעך כמוך אני ה'
ווען ס'הערשט אחדות צווישן אידן, זאגט דער אויבערשטער, "אני ה'", לאזט מיך אויך אריין צווישן אייך.
(הרה"ק ר"ר ישראל מרוזין זי"ע)

מיט די זעלבע מאס אהבה וואס אידן האבן זיך ליב איינער דעם צווייטען, אזוי האט השי"ת ליב די אידן, מדה כנגד מדה.
(בעש"ט)

כמוך
אויב א איד האלט זיך קליין מיט'ן כ"ף הדמיון, ער איז "אזוי ווי עפּעס", דאן קען ער דערגרייכען ריכטיג צו די מדה פון "ואהבת לרעך".
(נועם אלימלך)

ושרט לנפש לא תתנו בבשרכם
ושרט לנפש, און א קריץ פאר'ן נפש, א פּגם פאר די נשמה, לא תתנו, זאלסטו נישט געבן, בבשרכם, ווייל דו ווילסט פאר דיין גוף נאכגעבן אלע תאוות ר"ל.
(רב טוב)

מפני שיבה תקים וגו'.
ויראת מאלוקיך אני ה'. = טייטשן די ספרים הקדושים, אז די תורה הק' שרייבט ארויס די שכר אויב וועט מען מכבד זיין די תלמידי חכמים און עלטערע מענטשען, וועט מען האבן יראת שמים. דאס איז דער פשט אין פסוק: אויב וועסטו מקיים זיין די מצוה פון מפני שיבה תקים וגו'. איז דער שכר אז ויראת מאלוקיך וועסטו האבן יראת שמים.
(ספרים)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

תני ר' חייא פרשה זו (קדושים) נאמרה בהקהל מפני שרוב גופי תורה תלויין בה, ר' לוי אמר ווייל די עשרת הדברות זענען נכלל אין די פרשה; אנכי ה' אלהיך - און דא שטייט אני ה' אלקיכם, לא יהיה לך - און דא שטייט ואלהי מסכה לא תעשו לכם, לא תשא - און דא שטייט ולא תשבעו בשמי, זכור את יום השבת - און דא שטייט את שבתתי תשמורו, כבד את אביך ואת אמך - און דא שטייט איש אמו ואביו תיראו, לא תרצח - און דא שטייט לא תעמוד על דם רעך, לא תנאף - און דא שטייט מות יומת הנואף והנואפת, לא תגנוב - און דא שטייט לא תגנובו, לא תענה - און דא שטייט לא תלך רכיל, לא תחמוד און דא שטייט - ואהבת לרעך כמוך.
(מדרש רבה)
"איש אמו ואביו תיראו" אפי' שהוא "איש" שאינו זקוק לאביו ולאמו, מכל-מקום חיוב עליו לכבדם.
פיגול חוץ-לזמנו, כתוב בפר' צו, פיגול חוץ-למקומו כתוב בפר' קדושים, ההבדל הוא בעונש – בפיגול חוץ-לזמנו חייב כרת, ובחוץ-למקומו חייב מלקות, סימן – "חוץ לזמנו, מת לפני זמנו".
\"לא תלך רכיל" לשון-הרע אפשר לעבור עליו ב 17 לאוין, 14 עשה, 4 ארורין.
חז"ל אומרים, שלשון-הרע גורם לעניות. רמז – "פרנסה" אותיות "פה-רסן", המרסן פיו מלשון-הרע יהיה לו פרנסה בריוח.
חז"ל אומרים: דורו של אחאב היו עובדים עבודה-זרה, ויורדין למלחמה ומנצחין, כי לא היו ביניה דלטורין (מלשינים). ודורו של שאול יורדין במלחמה ואינם מצליחין, אפי' שלא היה שם עבודה-זרה, כי היו ביניהם רשעים דלטורין.
"ואהבת לרעך כמוך, אני ה'" משל על ב' ידידים שהמלך שפט את אחד מהם לתליה, חבירו שראה זאת עלה על הגרדום ומשך את החבל כדי שיתלו אותו ולא יראה במות חבירו, וכן עשה השני, ראה המלך את גודל אהבתם ואמר אני רוצה להצטרף עמכם, וזהו שנאמר "ואהבת לרעך כמוך", אז "אני ה'" הקב"ה גם רוצה להיות עמהם.
(מעינה של תורה).
"מפני שיבה תקום" לפני שתהיה זקן תעורר את עצמיך להיות טוב.
(מעינה של תורה)
כתוב במדרש: המהדר את הזקן בא ליראת-שמים, וזהו סמיכות הכתובים "והדרת פני זקן, ויראת מא'.
(מעינה של תורה)
איפה שכתוב "עונו ישא" זהו עונש כרת, "דמיהם בם" או "דמיו בו" זהו עונש סקילה.
משקלות לא נכונים, אסור להחזיקם בביתו אפי' שאין משתמש בהם.
(רש"י ב"ב)
דער טעם פאר וואס מ'איז מחנך א קינד מיט די מצוה פון פאות הראש ערשט ביי דריי יאהר איז ווייל די תורה זאגט "כי האדם עץ השדה" אז א מענטש איז צוגעגליכען צו א בוים און ביי א בוים שטייט "שלש שנים יהי' לכם ערלים" וועגען דעם איז מען אים נישט מחנך ביז דריי יאהר.
(אלי' רבה סי' י"ז)
לפני עור לא תתן מכשול: מען איז עובר דעם איסור מן התורה ווען מען דערלאנגט פאר א איד א איסור וואס אהן מיר וואלט ער נישט געקענט צוקומען צו דעם איסור, למשל: "דקאי בתרי עברי דנהרא", אז דער איסור אין יענע איד זענען אויף צוויי זייטן פון די טייך און ווען איך געב אים נישט דער איסור וואלט ער נישט געקענט צוקומען דערצו (עבודה זרה דף ו) אויב ער האט אבער יא אליין געקענט צוקומען צו דעם איסור נאר איך מאך עס גרינגער פאר אים דעמאלס איז דא אן איסור מדרבנן, "שחייב להפרישו מאיסור".
(שבת דף ג)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קדושים תהיו
די פסוק זאגט א לשון עתיד "תהיו". לכאורה וואלט ווען געדארפט שטיין היו?
זאגט דער אור החיים הקדוש: אז דער פסוק וויל מיט דעם זאגן אז מיט קדושה ווערט מען קיינמאל נישט פארטיג, נאר אייביג איז א הכנה צו א גרעסערע מדריגה, דערפאר שטייט קדושים תהיו, דו גייסט זיין הייליג, כי קדוש אני ה', און פונקט ווי צו די קדושה פון אויבערשטען איז נישטא קיין שיעור, אזוי פארלאנגט דער אויבערשטער פון זיינע קינדער.
(אור החיים)

קדושים תהיו
יכול כמוני תלמוד לומר כי קדוש אני קדושתי למעלה מקדושתכם (מדרש)
לכאורה דארף מען פארשטיין וועם וואלט ווען בייגעפאלען אז מ'זאל זיין אזוי הייליג ווי דער אויבערשטער?
זאגט דער רבי בעל דברי יואל זי"ע אז ביים אויבערשטען געפונען מיר אז ער גייט אפילו בתוך טומאותם, כאטשיג אידן זענען טמא, איז ער מיט זיי, וואלט איינער געקענט מיינען אז ער קעו נאכמאכן דעם אויבערשטען און גיין במקום טומאה ח"ו, דאס זאגט די מדרש יכול כמוני - אז די ביסט פונקט ווי דער אויבערשטער, דאס זאגט די פסוק כי קדוש אני ה' - און מ'קען דאס נישט נאכמאכן.
(דברי יואל)

לא תקם ולא תטור
די גמרא זאגט אין מס' יומא אז א יעדע ת"ח וואס איז נישט קיין נוקם ונוטר כנחש איז נישט קיין ת"ח.
פרעגן אלע מפורשים אויף דעם - ווי מעג מען זיין א נוקם ונוטר, דער פסוק זאגט דאך לא תקום ולא תטור?
ענטפערט דער רבי ר' יונתן אייבשיץ זצ"ל: פאר זיך אליין טאר ער נישט נקמה נעמען אבער פאר יענעמ'ס כבוד מעג ער יא, און די גמרא זאגט אז לעתיד לבוא וועלן אלע חיות זאגן פאר'ן שלאנג, ממילא אונז האב מיר געגעסען מענטשן ווייל מיר האבען הנאה געהאט דערפון, אבער דו האסט דאך גארנישט קיין הנאה ווייל אלעס האט ביי דיר א טעם פון ערד.
דאס זאגט די גמרא, אז א ת"ח דארף זיין א נוקם ונוטר כ"נחש", וואס ער שפירט אין גארנישט קיין טעם. אזוי אויך ווען די נעמסט נקמה, זאל נישט זיין פאר דיר אליין נאר פאר יענעם.
(ר' יונתן אייבשיץ)
* * *
עס שטייט אין פסוק, "איש אמו ואביו תיראו וגו'". די מפרשים שטעלן זיך פארוואס האט די תורה פונקט נאנט געשטעלט די מצוה פון מורא אב ואם צו קדושים תהיו?
די גמרא זאגט אין מסכת עירובין דף י"ג, אז צוויי און א האלב יאר איז געווען א מחלוקת בית שמאי מיט די בית הלל, צו עס איז בעסער פאר א מענטש אז ער וואלט קיינמאל נישט געבוירן געווארן, צו איז בעסער אז ער איז יא געבוירן געווארן. נאך צוויי און א האלב יאר, "נמנו וגמרו", מען האט זיך אנגעציילט און מען האט געענדיגט (דאס מיינט אז רוב האבן אזוי געהאלטן) אז עס איז בעסער אז מען ווערט נישט געבוירן. פירט אויס די גמרא, אז יעצט וואס מען איז שוין יא געבוירן זאל מען זעהן מפשפש צו זיין אין די מעשים און מען זאל זעהן נישט צו זינדיגן און תשובה טוהן אויף די עבר.
דער הייליגע מהרש"א סוף מסכת מכות איז מסביר דעם גמ' באריכות און ער זאגט, ווען א מענטש וואלט נישט געבוירן געווארן וואלט ער נישט געקענט עובר זיין אויף א לאו און צוקומען צו הפסד. ער וואלט אויך נישט געקענט מקיים זיין די מצוות עשה און צוקומען דורך זיי צו שכר. יעצט וואס ער איז געבוירן געווארן, קען ער מקיים זיין מצוות עשה און צוקומען צו שכר, אבער ער קען אויך עובר זיין אויף לאוין און צוקומען צו הפסד.
דאס איז געווען די מחלוקת. טייל האבן געהאלטן אז עס איז בעסער אז ער זאל נישט געבוירן ווערן ווייל כאטש אפילו ער וועט נישט קענען מקיים זיין די מצוות עשה, אבער ער וועט אויך נישט קענען עובר זיין אויף קיין לאוין און אויב ער וואלט געבוירן געווארן, וואלט ער נכשל געווארן אין לאוין און עס וואלט געווען "יצא שכרו בהפסדו". די אנדערע האבן געהאלטן אז עס איז מער נוטה אז ער וואלט מקיים געווען די עשה'ס און נישט עובר געווען אויף די לאוין, ממילא איז בעסער אז מען זאל יא געבוירן ווערן.
צום סוף איז "נמנו", מען האט אפגעציילט די מצוות און מען האט געזעהן אז עס זענען נאר דא רמ"ח מצוות עשה און לאוין זענען דא אסאך מער כמנין שס"ה, ממילא איז מער נוטה אז דער מענטש וועט ענדערש עובר זיין אויף לאוין ווי מקיים זיין די עשה'ס, "וגמרו", האט מען געענדיגט (דאס מיינט מחליט געווען) אז עס וואלט בעסער געווען ווען מען וואלט נישט געבוירן געווארן. אבער יעצט וואס מען איז יא געבוירן געווארן, זאל מען זעהן מפשפש צו זיין אין די מעשים, דאס מיינט אז מען זאל זעהן וואס מער מרבה צו זיין אין מצוות עשה.
דער ערוגת הבשם וויל מסביר זיין די אויספיר פון די גמרא, "ועכשיו שנברא יפשפש במעשיו". ער איז מדייק, עס וואלט געדארפט שטיין "יפשפש במעשים", וואס איז די כונה פון במעשיו? זאגט דער ערוגת הבשם, אז די כונה פון במעשיו מיינט זיינע מעשים, די מעשים של רשות. עס איז באקאנט וואס דער רמב"ן זאגט אויף "קדושים תהיו", אז די תורה זאגט דא א מצות עשה אז אפילו די דברים של רשות, וואס מען מעג טוהן, זאל זיין מיט א הייליגקייט, מיט א מאס און מיט הייליגע מחשבות, מיט א כונה צו זיין געזונד און צו קענען דינען דער באשעפער.
לויט דעם רמב"ן קומט אויס אז א מענטש קען מקיים זיין די מצות עשה פון קדושים תהיו, א גאנצן טאג בשעת ער עסט און ער שלאפט און ער טוט אלע זאכן מיט ערליכע ריינע מחשבות. אויב אזוי קומט אויס אז דער מענטש איז מער נוטה צו שכר ווי עונש און עס וועט זיין מער מצוות עשה ווי לא תעשה'ס.
דאס איז פשט פון די אויספיר פון די גמרא, "ועכשיו שנברא יפשפש במעשיו", זאל ער מפשפש זיין אין זיינע מעשים, דברים של רשות, אז עס זאל זיין מיט א כונה רצווי', ממילא וועט זיין מער עשה'ס פון לא תעשה'ס.
יעצט וועלן מיר זייער גיט פארשטיין די המשך פון קדושים תהיו צו איש אמו ואביו תיראו, פירט אויס דער ערוגת הבשם. לכאורה איז שווער א שטארקע קשיא, פארוואס האט די תורה געהייסן אז מען זאל מכבד זיין און מורא האבן פאר'ן טאטע און די מאמע, ווייל זיי האבן דיר אראפגעברענגט אויף די וועלט, ממילא דארף מען זיי מכבד זיין פאר דעם טובה וואס זיי האבן געטוהן פאר דיר, אבער לויט די גמ' אין עירובין קומט אויס אז זיי האבן דיר געטוהן א שלעכטע זאך ווייל עס איז בעסער אויב מען וואלט קיינמאל נישט געבוירן געווארן?
אבער לויט וואס מיר האבן פריער געזאגט אז לויט דער רמב"ן פון קדושים תהיו, קען מען א גאנצן טאג מקיים זיין עשה'ס, לוינט זיך יא געבוירן צו ווערן ווייל יעצט זענען שוין דא מער עשה'ס ווי לא תעשה'ס, ממילא איז שוין יא א טובה מיט דעם וואס דער טאטע מאמע האבן דיר אראפגעברענגט.
דאס איז די סמיכות, "קדושים תהיו", ממילא וועגען דעם איז א טובה דאס געבורן ווערן, ממילא "איש אמו ואביו תיראו".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

(י"ט, א') "וידבר ה' אל משה לאמר". אין ספר "מנחם ציון" פרשת מצורע, שטייט פון רבי ר' מענדעלע מרימינאוו זצוק"ל, אז ער האט געזאגט, אז די מענטשן וואס זענען נכשל אין די עניני קדושה, איז א סגולה אז זיי זאלן לערנען פרשת קדושים, מיט אלע טעמים פון די מצוות און ער זאל מקבל זיין אויף זיך דאס אלס מקיים צו זיין מיט אן אמת.

(י"ט, ב') "דבר אל כל עדת בני ישראל ואמרת אלהם קדשים תהיו כי קדוש אני ה' אלקיכם". די תורה טוט באפעהלן, אז מען זאל זיין הייליג. איז רש"י מפרש, אז די כונה פון די תורה איז, אז מען זאל זיין אפגעשייד פון איסורי עריות. אויב מען איז אפגעשייד פון עריות איז מען הייליג, און אויב חלילה מען איז נישט אפגעשייד פון עריות, איז מען נישט הייליג.
קומט אויס אז דער פסוק איז א המשך פון די סוף פון די פריער'דיגע פרשה, וואס דארט האט די תורה מאריך געווען אין אלע איסורי עריות, און אויף דעם באציט זיך די תורה, אז מען זאל זיין הייליג דורך דעם וואס מען וועט נזהר זיין אין די אלע איסורי עריות וואס מיר האבן פריער געלערנט.
דער הייליגער רמב"ן קריגט אויף רש"י און ער לערנט אז די תורה וויל דא באפעהלן אויף אן אנדערע ענין. אויבן האט די תורה געלערנט באריכות, אלע זאכן וואס א איד טאר נישט טוען. אלע מיני בהמות און חיות טמאות וואס מען טאר נישט עסן. אלע מיני עריות וואס מען טאר נישט חתונה האבן מיט זיי א.א.וו. וואלט א מענטש געקענט מיינען, אז מיט די אלע זאכן וואס זענען טהור, וואס די תורה לאזט עסן, קען מען עסן וויפיל מען וויל דערפון. עס זענען דא זאכן וואס די תורה האט נישט געאסר'ט צו רעדן, זאל מען קענען רעדן דברים בטלים וויפיל מען וויל, און ממילא וועט מען קענען זיין א נבל (א מיאוס'ע מענטש) מיט די רשות פון די תורה.
וועגן דעם איז די תורה געקומען דא, נאכדעם וואס ער האט אונז געלערנט אלע זאכן וואס זענען אינגאנצן אסור, אז אפילו די זאכן וואס זענען מותר צו טוען, זאל מען עס מאכן מיט א מאס, וויפיל מען מוז און נישט מער, "קדושים תהיו", גייט ארויף אויף די דברים המותרים, אז מען זאל עס טוען מיט א הייליגקייט, ווייל אויב דאס גייט אן א מאס, איז דאס גורם אז עס וועט אוועקגיין דיין הייליגקייט.
קומט אויס לויט דער רמב"ן, אז דא האט די תורה געגעבן א מצות עשה, אויף אלע גשמיות'דיגע ענינים וואס א מענטש מעג זיי טוען, און ער מוז זיי טוען צום לעבן, זאל ער דאס מאכן מיט א מאס, און אויב א מענטש גייט איבער די מאס, איז ער מבטל דעם דאזיגן עשה.
פרעגט דער רמב"ן, וואס איז די כונה פון די תורה מיט דעם וואס ער זאגט ווייטער, "כי קדוש אני ה' וגו'", ווייל דער אויבערשטער איז הייליג, וועגן דעם דארפן מיר אויך זיין הייליג? ענטפערט דער רמב"ן, אז די תורה וויל אונז דא זאגן, אז וויבאלד דער אויבערשטער איז הייליג, וועגן דעם אויב דו ווילסט זוכה זיין זיך צו באהעפטן צום אויבערשטער, אויף דער וועלט און צו קענען זיין צוזאמען מיט דער אויבערשטער אויף יענע וועלט, מוז'ט דו אויך זיין הייליג.


מצוה רל"א

(י"ט, י"ד) "לא תקלל חרש וגו'". עס איז א לאו, סיי פאר א מאן און סיי פאר א פרוי, צו שעלטן א איד, אפילו אויב ער הערט נישט די קללה. מען טאר נישט שעלטן, סיי א מאן און סיי א פרוי און אפילו זיך אליין, טאר מען אויך נישט שעלטן. דער מנחת חינוך זאגט, אז נישט נאר ווען מען שעלט א געוויסע מענטש איז מען עובר אויף דעם לאו, נאר אפילו אויב מען שעלט א רבים פון א געוויסע שטאט, אדער אודאי אויב ער שעלט די גאנצע כלל ישראל, איז ער אויך עובר אויף די לאו און ער וועט באקומען מלקות.
אויב מען שעלט א רשע, איז מען נישט עובר אויף די לאו, ווייל ביי איינע פון די ערטער ווי די תורה רעדט פון דעם לאו, זאגט די תורה "ונשיא בעמך לא תאור", דו זאלסט נישט שעלטן א נשיא וואס פירט זיך אויף אזוי ווי איינער פון דיין פאלק, דאס מיינט ער פירט זיך אויף ערליך.
אויב מען שעלט אן עבד כנעני אדער א שפחה כנענית, איז א מחלוקת אין די ראשונים צו מען האט עובר געווען אויף דעם לאו. דער ריטב"א זאגט אין מסכת מכות, אז מען איז נישט עובר אויף דעם לאו (ווייל זיי זענען נישט עושה מעשה עמך) און דער מאירי האלט אז מען איז יא עובר אויף די לאו.
אויב מען שעלט א גוי איז מען פטור פון דעם לאו און מען באקומט נישט קיין מלקות. מען איז אבער עובר אויף אן עשה פון "את ה' אלקיך תירא", ווייל ער האט דאך ארויס געזאגט דער אויבערשטער'ס נאמען אומזיסט, און ווען מען זאגט ארויס דער אויבערשטער'ס נאמען אומזיסט, איז מען עובר אויף דעם עשה, ווייל מיט דעם וואס דו זאגסט ארויס דער אויבערשטער'ס נאמען אומזיסט, ווייזט דו ארויס אז דו האסט נישט מורא פון דער אויבערשטער'ס נאמען.
די חז"ל זאגן, אז א מת איז נישט נכלל אין דעם לאו, און אויב מען האט געשאלטן א מת, האט מען נישט עובר געווען אויף דעם לאו. די זעלבע דין וועט זיין אויב בית דין האט שוין געמאכט די גמר דין אויף א געוויסע איד, אז ער איז חייב מיתה, מעג מען אים יא שעלטן, כאטש אפילו איך ווייס אז ער האט תשובה געטוען אויף זיין עבירה.
פרעגט דער חינוך, פארוואס האט די תורה גע'אסר'ט צו שעלטן, אויב יענע איז נישט ראוי צו זיין געשאלטן, וועט דאך די קללה סיי ווי נישט חל זיין אויף יענעם? ענטפערט דער חינוך דריי תירוצים, פארוואס די תורה האט גע'אסר'ט צו שעלטן.
א- ווען א מענטש זאגט ארויס א דיבור, האט דאס א גרויסע כח, אזוי ווי מיר זעהן, אז מענטשן האבן מורא פון א קללה, און אפילו ביי די אומות העולם, איז מען אויך חושש פאר א קללה. די עולם ווייסט צו זאגן, אז אפילו די קללה פון א פשוט'ע מענטש האט אויך א כח, אז עס קען דערגרייכן די קללה צו דער מענטש וואס איז געשאלטן געווארן.
קומט אויס, אז די טעם וואס די תורה האט דאס גע'אסר'ט, איז כדי מען זאל יענעם נישט מזיק זיין מיט אונזער מויל. פונקט אזוי ווי די תורה האט גע'אסר'ט מזיק צו זיין א חבר מיט די הענט, אזוי אויך האט די תורה גע'אסר'ט מזיק צו זיין יענעם מיט די מויל.
זאגט דער חינוך ווייטער, אז מען קען דאס מסביר זיין, ווייל וויבאלד מיר ווייסן דאך אז די כח הדיבור פון די מענטש נעמט זיך פון זיין כח הנשמה, וואס דאס איז די חלק אלקי ממעל, ממילא האט דאס א שטארקער כח, און בפרט איינער וואס איז א צדיק, ווייסן מיר אז זיינע רייד ווערט נאך שנעלער מקויים.
ב- די צווייטע טעם זאגט דער חינוך, אז די תורה האט גע'אסר'ט צו שעלטן, כדי אפצושטעלן קריגעריי ביי מענטשן, און כדי עס זאל זיין נאר שלום צווישן מענטשן. שעלטן איז גורם צו מער מחלוקת. כאטש אפילו די תורה האט גע'אסר'ט צו שעלטן אפילו ווען יענע הערט נישט, וואס דעמאלס קען נישט ארויס קומען מער מחלוקת, ווייל יענע ווייסט דאך נישט אז ער האט אים געשאלטן, פון דעסטוועגן איז דא א חשש אז יענע וועט יא געוואויר ווערן פון די קללה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, "כי עוף השמים יוליך את הקול". (קהלת י', כ') אמאל קענען די פייגלעך פון הימל פירן א קול, און יענע וועט דאס הערן.
ג- דער רמב"ם האלט, אז די טעם פון די איסור איז נישט וועגן דעם, אז יענע זאל נישט געשעדיגט ווערן פון די קללה, ווייל דער רמב"ם האלט, אז די קללה קען סיי ווי נישט חל זיין. דאס וואס די תורה האט גע'אסר'ט צו שעלטן, דאס איז כדי צו דערווייטערן דער שעלטער פון נקמה און פון האבן א געוואוינהייט פון ווערן בכעס.
מיט דעם וואס מען ווערט אין כעס און דורך דעם גיסטו ארויס א קללה, מיט דעם פארשטארקסט דו דיין כח פון כעס, און דאס מאכט דיר א טריט נענטער צו נקמה נעמען פון יענעם. האט די תורה געוואלט איינצוימען דיינע שלעכטע מדות, און וועגן דעם האט די תורה גע'אסר'ט צו שעלטן.


מצוה רל"ב

(שם) "ולפני עור לא תתן מכשל וגו'". ברענגט רש"י פון די תורת כהנים, אז די תורה גיט דא א לאו, אז דו טארסט נישט געבן פאר איינער וואס איז בלינד אין א געוויסע ענין, א שלעכטע עצה. אויב א מענטש קומט דיר פרעגן אן עצה, און דו ווייסט די אמת, אז דאס וואס דו זאגסט אים איז נישט פאר זיין טובה, און דו זאגסט אים די עצה, ווייל פאר דיר קומט אויס א טובה, ביסטו עובר אויף דעם לאו.
פון דער חינוך איז משמע, אז דאס גייט אן נאר אויב דו גיסט די שלעכטע עצה פאר א איד, אבער ביי א גוי גייט נישט אן די לאו. פרעגט דער מנחת חינוך, פון ווי האט דאס דער חינוך גענומען, מיר זעהן דאך אז דער לאו איז געזאגט געווארן ביי א גוי אויך, אזוי ווי מיר וועלן ווייטער לערנען, אז די צווייטע חלק פון די לאו גייט אן אפילו ביי א גוי. אויב אזוי פון ווי האט דער חינוך גענומען מחלק צו זיין צווישן די צוויי טיילן פון די לאו? דער מנחת חינוך בלייבט ביי צריך עיון.
די חז"ל זאגן, אז נאך א זאך איז נכלל אין דעם לאו. אויב איינער העלפט א צווייטער טוען אן עבירה, איז ער אויך עובר אויף דעם לאו. אויך פאר א גוי גייט אן די לאו, אז דו טארסט נישט העלפן א גוי עובר זיין איינע פון די שבע מצוות בני נח. פאר איינער וואס איז בלינד, און ער ווייסט נישט די הארבקייט פון עובר זיין אן עבירה, זאלסטו נישט געבן קיין שטרויכלונג, דאס מיינט, דו זאלסט אים נישט צוהעלפן צו טוען די עבירה. זאגט דער חינוך, אז דורך דעם וואס דו העלפסט אים טוען אן עבירה, ביסטו גורם אז ער זאל נאכאמאל טוען די עבירה, ווייל ער זעהט אז דו האסט אים צוגעהאלפן צו טוען די עבירה.
מען באקומט נישט קיין מלקות אויף דעם לאו, ווייל עס איז א לאו שאין בו מעשה. מען איז עובר אויף דעם לאו מיט א דיבור, וואס דו גיסט א שלעכטע עצה פאר דיין חבר. כאטש אפילו מען קען אויך עובר זיין אויף די לאו מיט א מעשה, ווען מען העלפט יענע טוען אן עבירה, פון דעסטוועגן באקומט מען נישט קיין מלקות, ווייל יעדע לאו וואס מען קען עובר זיין מיט א מעשה און מען קען עס אויך עובר זיין אן א מעשה, זאגט דער חינוך אויף עטליכע ערטער, אז דעמאלס באקומט מען נישט קיין מלקות אפילו ווען ער איז עובר אויף די לאו מיט א מעשה.
עס איז דא א גרויסע שאלה אין די פוסקים, צו דער פשוטע פשט איז אויך נכלל אין דעם לאו. אויב איינער האט אונטערגעלייגט א שטיין פאר א בלינדע מענטש, צו ער האט עובר געווען אויף דעם לאו. דער מנחת חינוך זאגט, אז פון דער רמב"ם מיט דער חינוך איז משמע אז די פשוטע פשט איז נישט נכלל אין דעם לאו, ווייל זיי דערמאנען נישט וועגן דעם. דער מנחת חינוך בלייבט ביי א צריך עיון, פארוואס זיי האבן עס ארויסגעצויגן פון די לאו.
דער משכיל לדוד און דער משך חכמה זאגן, אז די פשוטע פשט איז אודאי יא נכלל אין דעם לאו.


מצוה רל"ז

(י"ט, ט"ז) "לא תעמד על דם רעך אני ה'". דו זאלסט נישט שטיין אויף די בלוט פון דיין חבר. צוויי זאכן זענען נכלל אין דעם לאו.
א- אויב מען זעהט א איד אין א סכנה פון מיתה, למשל ער דערטרונקט זיך אין א טייך, און ער קען אים ראטעווען און ער ראטעוועט אים נישט, איז ער עובר אויף דעם לאו. אפילו אויב ער דארף צאלן געלד אים צו ראטעווען איז ער מחויב דאס צו טוען און אויב ער טוט דאס נישט, איז ער אויך עובר אויף די לאו.
דער מנחת חינוך ברענגט פון די הגהות מיימונית, אז מען איז מחויב אפילו זיך אריינצולאזן אין א ספק פיקוח נפש, אויף צו ראטעווען א חבר פון מיתה, ווייל וויבאלד דיין חבר איז אודאי אז ער גייט שטארבן, און דו ביסט נאר א ספק.
דער מנחת חינוך איז מאריך צו פרעגן קשיות אויף דעם הגהות מיימונית, און מיר זעהן פון די ראשונים אז זיי ברענגען נישט דעם הלכה, זעהט אויס אז זיי האלטן נישט אזוי ווי דער הגהות מיימונית.
ב- די צווייטע זאך וואס איז נכלל אין דעם לאו איז, אויב איינער ווייסט עדות צו זאגן פאר זיין חבר, א עדות פון געלט, און ער זאגט נישט עדות פאר אים, און דורך דעם וועט זיין חבר האבן א געלט שאדן, האט ער אויך עובר געווען אויף דעם לאו. "דם" איז א לשון פון דמים, געלט. דו זאלסט נישט שטיין אויף די געלט פון דיין חבר, דאס מיינט דו זאלסט זיך נישט איינהאלטן עדות צו זאגן פאר דיין חבר, אויף אן ענין פון געלט.
דער מנחת חינוך ברענגט פון די חז"ל, אז מען איז עובר אויף דעם, נאר אויב עס זענען דא צוויי עדות אויף די מעשה, אבער אויב ער איז נאר אן עד אחד, כאטש אפילו ער קען מחייב זיין א שבועה, און אפשר וועט יענע נישט וועלן שווערן, און דעמאלס וועט ער זיין מחויב צו צאלן געלט, פון דעסטוועגן איז ער נישט עובר אויף די לאו, אויב ער איז נאר אן עד אחד.
אויב איינער האט עובר געווען אויף איינע פון די אופנים פון די לאו, איז ער נישט חייב מלקות, ווייל עס איז א לאו שאין בו מעשה און מיר האבן א כלל אז א לאו שאין בו מעשה אין לוקין עליו.


מצוה רמ"ח

(י"ט, כ"ו) "לא תאכלו על הדם וגו'". אין די פסוק איז נישט ערקלערט, וואס די כונה פון דעם לאו איז. די חז"ל לערנען ארויס פון דעם פסוק אסאך איסורים וואס וועגען דעם ווערט דער לאו אנגערופען א "לאו שבכללות", א לאו וואס איז כולל אין זיך אסאך איסורים. די גמרא זאגט אין מסכת מכות אז אויף א לאו שבכללות גיט מען נישט קיין מלקות ווייל באלד נאך די פרשה פון מלקות, זאגט די תורה די לאו פון "לא תחסום שור בדישו", אז מען טאר נישט פארשליסן די מויל פון אן אקס בשעת ער דרעשט די תבואה.
לערנען ארויס די חז"ל, אז איך גיב מלקות נאר אויף אזעליכע לאוין וואס זענען גלייך צו די לאו פון חסימה. אזוי ווי די לאו פון חסימה איז נישט קיין לאו שבכללות, אזוי אויך אלע לאוין וואס מען גיט מלקות מיז זיין, נישט קיין לאו שבכללות, ממילא קען איך נישט געבן קיין מלקות אויף קיין איינע פון די זאכן וואס די חז"ל זענען כולל אין די לאו פון לא תאכלו על הדם.
א) "לא תאכלו", איר זאלט נישט עסן אזא סארט אכילה וואס זאל גורם זיין, "על הדם", אז מען זאל פארגיסן דיין בלוט. דאס איז א ווארענונג צו א בן סורר ומורה, אז ער זאל נישט זיין א זולל וסובא, וואס די תורה הק' זאגט אין פרשת כי תצא אז א זולל וסובא באקומט סקילה. די תורה זאגט נישט אן אזהרה אויף דעם און מיר האבן א כלל "אין עונשין אלא אם כן מזהירין". זאגן די חז"ל אז דא איז די אזהרה.
כאטש אפילו מיר האבן פריער געלערנט, אז מען קען נישט געבן אן עונש אויף דעם לאו, ווייל עס איז א לאו שבכללות, זאגט דער רמב"ם אין ספר המצות (מצות לא תעשה קצ"ה) און אין הלכות ממרים (פרק ז' הלכה א') אז א בן סורר ומורה באקומט מלקות פון דעם לאו, וויבאלד די פסוק זאגט ארויס בפירוש אז זיין עונש איז סקילה.
דער רמב"ן קריגט אויף אים, און ער זאגט אז דאס וואס א בן סורר ומורה באקומט סקילה איז נישט פון דעם לאו, נאר פון א גזירה שוה וואס די גמרא לערנט ארויס אין מסכת סנהדרין דף ע"א עיין שם.
ב) "לא תאכלו", איר זאלט נישט עסן פון א קרבן "על הדם", פאר מען שפריצט די בלוט אויף די מזבח.
ג) "לא תאכלו", איר זאלט נישט עסן פון א געשחט'ענע בהמה (אפילו פון חולין) "על הדם", פאר עס גייט ארויס די נפש פון די בהמה (נפש ווערט אנגערופן דם, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "כי הדם הוא הנפש"). דער לאו איז נישט די לאו פון "אבר מן החי", ווייל די רגע וואס מען שחט די בהמה, הייסט עס שוין נישט קיין חי, פון דעסטוועגען איז נאך נישט ארויס די גאנצע נפש, ווילאנג די בלוט רינט נישט ארויס. אויף דעם איז דא דער לאו אז נאך די שחיטה זאל מען אביסל ווארטן ביז די גאנצע נפש גייט ארויס.
דער רמב"ם לערנט, אז דאס איז אן איסור דאורייתא, און די כונה פון די חז"ל איז ארויסצולערנען פון דעם פסוק בדרך דרש. קיין מלקות באקומט מען נישט דערויף, ווייל עס איז א לאו שבכללות. די פוסקים ברענגען פון רש"י, אז ער האלט אז עס איז נאר אן איסור דרבנן, און די פסוק איז נאר אן אסמכתא בעלמא.
ד) "לא תאכלו", איר זאלט נישט געבן צו עסן פאר אבלים וואס זענען אבלים "על הדם", אויף אזא מענטש וואס זיין בלוט איז פארגאסן געווארן דורך בית דין. איינער וואס איז געווען חייב מיתה אין בית דין און מען האט אים געהרג'עט, מאכט מען נישט קיין סעודת הבראה. עס איז דא א הלכה, אז ווען איינער שטארבט, איז די ערשטע סעודה וואס די אבלים עסן, זאלן זיי נישט עסן פון זייער אייגינע עסן, נאר אנדערע מענטשן זאלן זיי ברענגען צו עסן. דער סעודה ווערט אנגערופען סעודת הבראה. מען לערנט דאס ארויס פון א פסוק אין נביא יחזקאל. לערענט אונז דא די תורה, אז אבלים פון הרוגי ב"ד, מאכט מען נישט דעם סעודת הבראה.
ה) "לא תאכלו", איר זאלט נישט עסן, "על הדם", דעם טאג וואס איר (בית דין) טוט פארגיסן בלוט. אין דעם טאג וואס בית דין הרג'עט א מענטש, טארן זיי נישט עסן.
די גמרא זאגט אין מסכת מועד קטן (י"ד ע"ב) אז נאר נאכדעם וואס זיי האבן געהרג'עט טארן זיי נישט עסן, אבער פארדעם וואס מען האט אים געהרג'עט מעגן זיי יא עסן.
ו) "לא תאכלו", איר זאלט נישט עסן פאר איר האט מתפלל געווען, "על הדם", אויף ענקער בלוט. דאס איז אן אזהרה אז מען טאר נישט עסן פאר'ן דאווענען.
פון דער חינוך איז משמע אז דאס איז אן איסור דאורייתא. דער רבינו יונה אין מסכת ברכות (י' ע"ב) זאגט אז עס איז נאר אן איסור דרבנן, און די פסוק איז נאר אן אסמכתא בעלמא.
זאגט דער מנחת חינוך, אז לויט די ראשונים וואס האלטן אז תפלה איז נאר מדרבנן, איז זיכער אז דאס איז נאר אן אסמכתא בעלמא, ווייל די גאנצע תפלה איז נאר מדרבנן, קען נישט די איסור פון עסן פאר'ן דאווענען זיין דאורייתא. אבער לויט דער שיטת הרמב"ם, וואס ער האלט אז תפלה איז דאורייתא, קען אפשר זיין אז דאס וועט זיין אן איסור דאורייתא.
ז) "לא תאכלו", איר זאלט נישט עסן, "על הדם", פאר איר (בית דין) גייט דן זיין דיני נפשות. דאס איז אן אזהרה אז ב"ד זאל פסק'ענען דיני נפשות נאר אינדערפרי פאר'ן עסן.
ח) "לא תאכלו", איר זאלט נישט עסן א סעודת קבע, "על הדם", ווען די דם (דאס מיינט א מת) איז נאך פאר דיר. דאס איז אן אזהרה אז אן אבל זאל נישט עסן א סעודת קבע ווילאנג מען האט נאך נישט באגראבן די מת.
ט) "לא תאכלו", איר זאלט נישט עסן, "על הדם", אויף בלוט. אין די אלטע צייטן האבן די גויים געהאט א מנהג, זיי פלעגן נעמען בעלי חיים און זיי האבן געגראבן א גריב און זיי האבן געשחט'ען די בעלי חיים איבער די גריב און די בלוט איז אריין גערינען אין די גרוב און זיי האבן געגעסן די פלייש פון די בעלי חיים ארום די גריב און זיי האבן דורך דעם גערעדט מיט שדים וואס פלעגן קומען עסן מיט זיי. די שדים האבן זיי פארציילט זאכן וואס וועלן זיין פארדעם וואס זיי האבן געגעבן זיי צו עסן. דאס קומט די תורה אונז צו ווארענען אז מיר זאלן דאס נישט טוהן.
י) "לא תאכלו", איר זאלט נישט עסן, "על הדם", אויף די קבר פון א געהרג'עטע מענטש. די אמוריים האבן געהאט א מנהג אז ווען איינע האט געהרג'עט א צווייטע און ער האט מורא געהאט אז דער געהרג'עטע וועט נקמה נעמען פון אים, פלעגט ער גיין עסן איבער די קבר און זיי האבן געהאלטן אז דאס איז א סגולה אז ער וועט נישט נקמה נעמען. קומט די הייליגע תורה אונז ווארענען אז מיר זאלן דאס נישט טוהן ווייל מיר דארפן זיך דערווייטערן פון אלע מיני נארישע גויישע מנהגים.
יא) "לא תאכלו", איר זאלט נישט עסן אן אכילה גסה (דאס מיינט צופיל עסן) וואס וועט גורם זיין, "על הדם", אז מען זאל דארפן מקיז דם זיין (דאס מיינט ארויסנעמען בלוט פון די קערפער פון א מענטש. אין די אלטע צייטן האט מען דאס געהאלטן פאר א רפואה אויף פארשידענע קראנקהייטן ר"ל). ווען מען עסט אן אכילה גסה, איז דאס גורם צו פארשידענע קראנקהייטן. איז די תורה אונז מזהיר אז מען זאל נישט עסן אן אכילה גסה, כדי מיר זאלן זיין פארהיטן פון אלע מיני קראנקהייטן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- פרשה שרוב גופי התורה תלויין בה -


אין די וואָכענדיגע סדרה זענען פאַרהאַנען אַסאַך מצוות וואָס זענען נוגע צו די התנהגות פונעם מענטש און זיינע מדות. מיר האָבן דאָ צוזאַמען גענומען צען ענינים, בעניני התנהגות ומדות וואָס ווערן דערמאַנט אין די סדרה.

אִיש אִמּוֹ וְאָבִיו תִּירָאוּ.
רש"י ז"ל רעכנט אויס דריי זאַכן לגבי מורא, וזה לשונו: איזהו מורא? לא ישב במקומו, ולא ידבר במקומו, ולא יסתור את דבריו. אָבער די גמרא אין מס' קידושין (לא:) רעכנט אויס נאָך צוויי זאכן, נישט שטיין אויף דער טאטע'ס פלאץ אין בית המדרש, און אויב זיין טאַטע קריגט זיך אין אַ הלכה מיט אַן אַנדערן חכם, זאָל ער נישט זאָגן עס זעהט אויס אַז יענער חכם איז גערעכט. דאס איז דער לשון הגמרא: "תנו רבנן איזהו מורא? לא עומד במקומו, ולא יושב במקומו, ולא סותר את דבריו, ולא מכריע. זאגט רש"י; לא עומד במקומו - במקום המיוחד לאביו לעמוד שם בסוד זקנים עם חביריו בעצה: ולא מכריעו – אם היה אביו וחכם אחר חלוקין בדבר הלכה לא יאמר נראים דברי פלוני:

לֹא תִּגְנֹבוּ.
חז"ל זאָגן (ב"מ סא :), אַז דער לאו פון גניבת ממון גייט אויך ארויף אויף דעם וואָס גנב'עט מיט א כוונה סתם מצער צו זיין, און דערנאָך וועט ער עס צוריק געבן. און אויך גייט דער לאו אויף דעם וואָס וויל יענעם מהנה זיין, אָבער ער ווייסט אַז יענער וועט נישט מקבל זיין פון אים, וויל ער גנב'נען און דערנאָך וועט ער דאַרפן באַצאלן כפל - טאר ער אויך נישט.
עס שטייט אין משלי (כח - כד), "גוֹזֵל אָבִיו וְאִמּוֹ וְאֹמֵר אֵין פָּשַׁע", ער גנב'עט פון זיין טאַטע און מאַמע, און ער זאָגט איך האָב נישט קיין עבירה, ווייל זייער פאַרמעגן וועל איך סיי ווי ירש'ענען, "חָבֵר הוּא לְאִישׁ מַשְׁחִית", איז ער אַ חבר צו ירבעם.

לֹא תְקַלֵּל חֵרֵשׁ.
דער איסור פון שעלטן גייט אָן אויף סיי וועלכע שפראַך מען זאָל עס נאָר זאָגן, און פון דעם וואָרט "חֵרֵשׁ" לערנט מען אַרויס, אז אפילו יענער האָט נישט געהערט ווי דו שעלטסט אים איז מען אויך עובר, און חז"ל זאָגן (שבועות לה.) אַז דער איסור גייט אויך אַרויף אויף איינער וואָס שעלט זיך אַליין.
אויב ער שעלט אַ דיין איז ער חייב צוויי מאָהל מלקות, און אויב ער שעלט אַ נשיא איז ער חייב דריי מאָהל מלקות, און אויב דער זוהן פון דער נשיא שעלט זיין טאַטע איז ער חייב פיר מאל מלקות.

וְלִפְנֵי עִוֵּר לֹא תִתֵּן מִכְשׁל.
דער וואָס געבט פאר זיין חבר נישט קיין גוטע עצה איז אויך עובר אויף דעם לאו. נאָך זאָגן חז"ל (ב"מ עה:) אַז ווען מען איז גורם אַז אַ חבר זאָל עובר זיין אויף אַ לאו איז מען אויך עובר אויף לפני עור לא תתן מכשול.
אויך זאָגט דאָרט די גמרא, אַז דער וואָס באָרגט געלט צו זיין חבר אָן עדים איז ער עובר אויף דעם לאו פון ולפני עור, ווייל אַזוי האָט דער לֹוֶה אַ מעגליכקייט צו לייקענען די הַלְוָאָה.

לֹא תֵלֵך רָכִיל בְּעַמֶּיך.
חז"ל זאָגן (ירושלמי פאה פ"א) אַז דער לאו, איז האַרבער פון עבודה זרה, שפיכות דמים און גילוי עריות.
אויך זאָגט די גמרא (ערכין טו:) אַז עס איז כאילו ער האָט גע'הרג'ט דריי מענטשן, דער וואָס רעדט, דער וואָס איז מקבל, און דעם וואָס מען האָט גערעדט אויף אים.

לֹא תַעֲמֹד עַל דַּם רֵעֶך.
אויב מען זעהט אַ צווייטן יוד ווען ער איז אין אַ סכנת נפשות, טאָר מען זיך נישט צוריק האַלטן פון אים צו ראַטעווען, און דאָס גייט אויך אַרויף אויב ער זעהט ווי מען וויל צווינגען אַ יוד אז ער זאָל זיך שמד'ן דארף ער אים זעהן צו ראַטעווען.
דער רמב"ם שרייבט (הל' דעות פ"ז) אַז דערפאַר האָט די תורה נאנט געשטעלט דעם לאו צו "לא תלך רכיל", ווייל רכילות ברענגט צו אז עס זאלן גע'הרג'ט ווערן נפשות רבות מישראל.
און אַזוי זאגט מען אויך אין די הפטורה פון די וואָך, "אַנְשֵׁי רָכִיל הָיוּ בָך לְמַעַן שְׁפָך דָּם".

לֹא תִשְנָא אֶת אָחִיך בִּלְבָבֶך.
עס ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע (ח"מ סימן ז'). אַ "שונא" מיינט, אויב ער רעדט נישט מיט זיין חבר דריי טעג ווייל ער איז אויפגערעגט אויף אים.
עס איז ידוע וואָס חז"ל זאָגן (יומא ט:), אז אין בית שני האָבן די יודן עוסק געוועהן בתורה ובמעשים טובים. און פאַרוואס איז דער בית המקדש חרוב געוואָרן, ווייל זיי האָבן געהאַט צווישן זיך שנאת חנם.

וְלֹא תִשָּא עָלָיו חֵטְא:
דאָס מיינט, נישט פאַרשעהמען דעם חבר ברבים, און חז"ל זאָגן (ב"מ נח:) אז אַלע וואָס זענען נידון געוואָרן לגיהנום, קומען אמאל אַרויס פון דאָרט, חוץ פון דריי מענטשן, און איינע פון זיי איז "המלבין פני חבירו".
נאָך זאָגט די גמרא, אַז עס ווערט גערעכנט ווי רציחה, ווייל דאָס וואָס דער מענטש ווערט ווייס, איז ווייל דאָס רויטקייט גייט אים אַוועק פון די פנים, און ממילא איז עס ב"יהרג ולא יעבור".
אויך איז ידוע די משנה, המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעולם הבא.

וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲך כָּמוֹך.
עס איז ידוע די מעשה (שבת לא.) מיט'ן גר וואָס איז געקומען צו הִלֵּל און געבעטן ער זאָל לערנען מיט אים די גאַנצע תורה על רגל אחת, און הִלֵּל האָט אים געענטפערט "מה דעלך סני לחברך לא תעביד, זו היא כל התורה ואידך פירושא היא זיל גמור". און אַזוי ברענגט רש"י אַראָפ די וואָך פון ר' עקיבא וואָס האָט געזאָגט "זה כלל גדול בתורה".

מִפְּנֵי שֵיבָה תָּקוּם וְהָדַרְתָּ פְּנֵי זָקֵן.
"שיבה" מיינט זיבעציג יאָהר און העכער, און אפילו ער איז נישט קיין חכם אָבער ער איז אַ שומר תורה ומצוות, דארף מען זיך אויפשטעלן פאַר אים.
"זקן" דרש'נען חז"ל, דאָס מיינט "זה שקנה חכמה" און אפילו ער איז נאָך יונג, און אפילו ער איז נישט זיין רבי, דארף ער אים מכבד זיין.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין די פרשה איז דא 51 מצוות 13 מצוות עשה און 38 לא תעשה


יראת אב ואם
פסוק: איש אמו ואביו תראו
מ'דארף זיך אויפירען מיט א טאטע אזוי ווי מ'פירט זיך מיט א מענטש וואס מ'האט פון אים מורא.
אין ספרא שטייט אז דאס מיינט: מ'זאל נישט זיצען אויף זיין פלאץ, און נישט צושטערען זיינע ווערטער ווען די טאטע האלט אינמיטן רעדען.
דער טעם פון די מצוה איז: ווייל א מענטש דארף האבען הכרת הטוב צו די וואס האבען אים אראפ געברענגט אויף דער וועלט און געגעבן אלעס וואס ער האט נאר געדארפט, און ווען א מענטש טראכט דאס וועט ער אויך טראכטען אז ער דארף זיכער זיין דאנקבאר פאר השי"ת וואס האט אלעס אויף די וועלט געמאכט אפילו זיינע עלטערן, דארף ער אים זיכער דינען. (חינוך אצל כיבוד אב ואם)
שלא לפנות אחר עבודה זרה לא במחשבה וכו'
פסוק: אל תפנו אל האלילים
א מענטש טאר נישט צופיל קוקען נאך עבודה זרה און אריינטראכטען אין זייערע שגיונות וואס זיי טראכטען אויס.
ווייל אז מ'פאנגט אן צו טראכטען פון זיי קען מען נאך גיין נאך זיי.
און נאך א טעם ווייל א מענטש איז נאר געבוירען געווארען עוסק צו זיין אין עבודת השי"ת און נישט אין אנדערע שטותים, ווי זייערע עבודה זרה און זייערע מנהגים.
שלא לעשות עבודה זרה לא לעצמו ולא לזולתו
פסוק: ואלהי מסכה לא תעשו לכם
אפילו פאר א גוי טאר מען אויך נישט מאכן א עבודה זרה.
ווייל מ'דארף שטיין ווייט פון עבודה זרה, און אוודאי נישט פאר זיך אליין.
שלא לאכול נותר
פסוק: ואוכליו עונו ישא
מ'טאר נישט איבערלאזן פון די כשר'ע קדשים מער ווי די צייט וואס די תורה ערלויבט.
דער טעם דערפון (חינוך מצוה קמ"ג) איז: ווייל די תורה האט געוואלט מחשיב זיין א קרבן, און פון א איבערגעבליבענע זאך וואס ווערט געווענליך פארדארבען עקעלט מען זיך, דערפאר טאר מען עס נישט איבערלאזן.
נאך א טעם: צו ווייזן פאר א מענטש אז ער דארף זיך נישט זארגען אויף מארגען ווייל דער אויבערשטער גיבט פאר יעדען טאג, מ'דארף נאר האבען בטחון אין השי"ת אז אלעס וועט אנקומען אין זיין צייט.
מצות פאה
פסוק: לעני ולגר תעזוב אותם
מ'זאל איבער לאזן ביי די עק פון די פעלד פאר די ארימעלייט.
דער טעם פון די מצוה איז ווייל די אויבערשטער האט געוואלט אז דער פאלק וואס ער האט אויסגעוועלט זאל זיין באקרוינט מיט אלע גוטע מדות וואס איז נאר דא, און ווי באקאנט דורך דעם וואס א מענטש טוט גוטע זאכען באקומט ער א גוט הארץ, און ח"ו ווער ס'טוט פארקערט און לאזט נישט איבער, איז נישט קיין ספק אז ער באקומט ח"ו א שלעכט הארץ.

שלא לכלות פאה בשדה
פסוק: לא תכלה פאת שדך לקצור
די לאו פון פאה.
ס'איז א "לאו הניתק לעשה" ווייל מ'קען עס אייביג פארעכטען און געבן פאר'ן ארימאן.
מצות לקט
פסוק: לעני ולגר תעזוב אותם
צו לאזן פאר'ן ארימאן וואס ס'פאלט אראפ ביים שניידן.
דער טעם פון די מצוה איז די זעלבע ווי ביי פאה.
שלא לקחת שבלים הנופלים בשעת הקציר
פסוק: ולקט קצירך לא תלקט
די לאו פון לקט.
מצות הנחת פאת הכרם
פסוק: לעני ולגר תעזוב אותם
דער רמב"ם האלט אז מ'דארף לאזן אין א וויינגארטן די יונגע טרויבען, און דאס איז אזוי ווי פאה אין אנדערע פעלדער. אבער די רמב"ן האלט אז דאס איז צוויי אנדערע זאכען, און מ'דארף לאזן אין א וויינגארטן סיי עוללות און סיי פאה, און ס'איז צוויי באזונדערע מצוות.
שלא לכלות פאת הכרם
פסוק: וכרמך לא תעולל
די לאו פון די פריעדיגע עשה הנחת פאת הכרם.

מצות הנחת פרט הכרם
פסוק: לעני ולגר תעזוב אותם
דאס וואס פאלט אראפ ביים אפשניידן זאל גיין פאר'ן ארימאן.
דער טעם דערפון איז אזוי ווי ביי פאה.
שלא ללקוט פרט הכרם
פסוק: ופרט כרמך לא תלקט
דאס איז די לא תעשה פון די פריעדיגע עשה הנחת פרט הכרם.
שלא לגנוב שום ממון
פסוק: לא תגנובו
מ'טאר נישט צונעמען פון יענעם א חפץ אפילו אז מ'האט אינזין עס צוריק צו געבן.
דער טעם פון די מצוה איז, ווייל דאס איז פון די זאכען וואס די שכל איז מחייב.
ס'איז א "לאו הניתק לעשה".
שלא לכחש על ממון שיש לאחר בידינו
פסוק: ולא תכחשו
מ'טאר נישט אפלייקענען אויף א זאך וואס מ'האט ביי זיך, און זאגן כ'האב עס נישט.
ווער ס'איז עובר אויף דעם איז פסול לעדות.
דאס איז פון די מצוות וואס די שכל איז מחייב יעדעם איינעם.
שלא לישבע על כפירת ממון
פסוק: ולא תשקרו
מ'טאר נישט שווערן פאלש אז ער האט נישט די זאך בשעת ער האט עס יא, און אויף דעם באקומט מען יא מלקות.
שלא נשבע לשקר
פסוק: ולא תשבעו בשמי לשקר
דאס איז וואס ס'הייסט "שבועת ביטוי", ווען מ'שווערט אז מ'גייט עסן און מ'עסט נישט וכדומה, און במזיד גיבט מען מלקות, בשוגג ברענגט מען א קרבן עולה ויורד, לויט וויפיל געלט ער האט.
שלא לעשוק
פסוק: לא תעשוק את רעך
ווען איינער קומט איינעם געלט און ער שטופט אים אפ מיט פארשידענע תירוצים, "וזאת הוא מדה רעה ביותר".
און באמת איז דאס ממש א ענין פון גזילה, נאר אזוי ווי גזילה איז זייער א מיאוס'ע זאך האט דער אויבערשטער געוואלט זייער דערווייטערען דערפון האט ער עס איבערגעשריבען אויף עטליכע וועגן.
נאך א טעם: כדי צו פארמערן שכר פאר די וואס שיידן זיך אפ דערפון, און קיינער זאל חלילה נישט זאגן אז דער אויבערשטער וויל געבן אסאך עונשים, דערפאר האט ער פארמערט לאווין, ווייל דער אויבערשטער וויל נאר די גוט'ס און נישט שלעכט'ס.
שלא לגזול
פסוק: ולא תגזול
מ'טאר נישט צונעמען עפעס פון איינעם מיט געוואלד.
דער טעם דערפון איז: ווייל ס'איז א זאך וואס די שכל איז מחייב, און דער גזלן ווייסט אז פונקט ווי ער שטארקט זיך איבערן נגזל, קען די נגזל שפעטער זיך שטארקן אויף אים, און אזוי קען אלעס חרוב ווערען.
שלא לאחר שכר שכיר
פסוק: לא תלין פעולת שכיר אתך עד בוקר
נישט צו פארשפעטיגען די שכר פון די ארבעטער. א שכיר יום האט מען צייט צו באצאלען א גאנצען נאכט, און א שכיר לילה דעם גאנצען טאג.
די לאו איז נאר דא אויב דער ארבעטער בעט די געלט.
דער טעם דערפון איז: ווייל דער אויבערשטער האט געוואלט אז דער מענטש זאל געהעריג לעבען אויף דער וועלט, און אז מ'האט נישט קיין געלט פאר עסן קען מען נישט לעבן, ממילא דארף מען אים באצאלן פונקטליך.

שלא לקלל אחד מישראל בין איש בין אשה
פסוק: לא תקלל חרש
מ'טאר נישט שעלטן א צווייטען, אפילו אויב ער הערט נישט, אבער מלקות באקומט מען נאר אויב ער שעלט מיט א שם.
דער טעם פון די מצוה איז: ווייל כאטשיג מיר ווייסען טאקע נישט פארוואס א קללה פון א מענטש קען עפעס אויפטוהן, אבער למעשה זעהט מען סיי ביי אידן און סיי ביי גוים, אז מ'האט מורא פון א קללה, קען זיין דער טעם פון די מצוה איז אז דער אויבערשטער האט נישט געוואלט אז א מענטש זאל מזיק זיין א צווייטען מיט'ן דיבור, אזוי ווי מ'טאר נישט מזיק זיין בידים.
נאך א טעם: ווייל דער מענטש ווערט שפעטער געוואר פון די אלע קללות און ס'ברענגט מחלוקות.
דער רמב"ם שרייבט: אז דאס שאדט פאר'ן מקלל, ווייל דורך דעם וואס מ'שעלט באקומט מען שלעכטע מדות.
שלא להכשיל תם בדרך
פסוק: ולפני עור לא תתן מכשול
נישט געבן א שלעכטע עצה פאר א צווייטן.
אויך גייט אריין אין דעם לאו, ווער ס'העלפט איינעם צו טוהן א עבירה.
דער טעם דערפון איז: ווייל די תיקון העולם איז אז יעדער איינער זאל זיך ארויסהעלפען איינער דעם אנדערן.
שלא לעוול המשפט
פסוק: לא תעשו עול במשפט
נישט צו מאכן אומרעכטען ביי א דין תורה, ווי אויסציען די משפט אומזיסט.
דער טעם דערפון איז: ווייל מיט א אמת'דיגע משפט האלט זיך די וועלט.
שלא לכבד גדול בדין
פסוק: ולא תהדר פני גדול
נישט מכבד זיין איינעם מער ווי די צווייטער, נאר זיי זאל'ן גיין אפילו אייניג אנגעטוהן, און אייניג אויסהערען יעדעם איינעם.
מצות שופט שישפוט בצדק
פסוק: בצדק תשפוט את עמיתך
די זעלבע ווי פריער.
און מ'לערנט ארויס פון דא די מצוה פון זיין "דן לכף זכות", ווייל דאס ברענגט אריין צווישען מענטשען שלום און אחדות, און דאס העלפט אויך צי צום ישוב העולם.

שלא לרגל
פסוק: לא תלך רכיל
מ'טאר נישט ארום טראגן לשון הרע'ס פון איינער צום צווייטן.
ווי די גמרא דרש'נט: "רכיל" מאכט ר"ך ל'זה וקשה לזה, און דער טעם איז: ווייל אזוי וועט זיין שלום איבעראל.
שלא לעמוד על דם רעים
פסוק: לא תעמוד על דם רעך
מ'זאל זיך נישט פארמיידן פון צו ראטעווען יענעם פון טויט.
אויך גייט אריין אין דעם לאו אז מ'זאל עדות זאגן ווען מ'ווייסט צו זאגן, כדי ארויס צוהעלפען א איד, ווען ער דארף הילף.
שלא לשנוא אחים
פסוק: לא תשנא את אחיך בלבבך
נישט פיינט האבען קיין שום איד אין הארץ.
דער טעם פון די מצוה איז ווייל שנאה איז גורם זייער שלעכטע זאכען און דאס איז די סיבה פון אלע מסירות, "והוא המדה הפחותה והנמאסת תכלית המיאוס בעיני כל בעל שכל" - און דאס האט פיינט יעדער וואס האט שכל.


מצות תוכחה לישראל שאינו נוהג כשורה
פסוק: הוכח תוכיח את עמיתך
מ'דארף מוסר זאגן פאר איינעם וואס מ'זעהט טוהן א עבירה, עד כדי הכאה.
פאר אזא איינעם וואס מ'ווייסט אז ס'וועט נישט העלפען די מוסר איז א מצוה נישט צו זאגן.
אבער מיט דעם אלעם דארף א בעל נפש האבען בטחון אין אויבערשטען אז ער וועט מצליח זיין מיט זיינע מוסר רייד, ווייל מיט דעם וואס יענער וועט תשובה טוהן באקומט ער א גרויסע שכר.
ווער ס'קען יענעם מעורר זיין, און זאגט נישט, איז שולדיג אויף זיינע עבירות, און וועט געשטראפט ווערען אויף דעם.

שלא להלבין פני אדם מישראל
פסוק: ולא תשא עליו חטא
מ'טאר נישט פארשעמן קיין שום איד, אבער ווען ס'האנדעלט זיך אין מוחה זיין אויף א עבירה גייט נישט אן די הלכה.
דער טעם פון דער מצוה איז: ווייל ס'איז נישטא קיין גרעסערע צער פאר א מענטש ווי בושה, און מ'טאר דאס נישט טוהן.
שלא לנקום
פסוק: לא תקום
רוב מענטשען פירן זיך אז ווען איינער טוט איינעם וויי מוז ער אים צוריק טוהן, אבער די תורה לאזט נישט.
דער טעם דערפון איז: ווייל יעדע זאך וואס געשעהט פאר א מענטש איז באשערט פון אויבען. און דער וואס האט דיר געטוהן שלעכט'ס וואלט עס נישט געקענט טוהן אויב ס'וואלט נישט געווען באשערט, ממילא איז ער נישט שולדיג.
שלא לנטור
פסוק: ולא תטור
מ'טאר אפילו נישט האלטן די שנאה אין זיך פאר דער וואס האט דיר עפעס געטוהן אפילו די טוסט גארנישט צוריק.

מצות אהבת ישראל
פסוק: ואהבת לרעך כמוך
מה דעלך סני - וואס די האסט פיינט, לחברך לא תעביד - זאלסטו נישט טוהן פאר דיין חבר.
דער טעם איז פשוט: ווייל אזוי וועט זיין שלו' צווישען אלע מענטשן, ר' עקיבא האט געזאגט זה כלל גדול בתורה, ווייל מיט דעם ווערט מען אפגעהיטן פון אסאך עבירות בין אדם לחבירו.
שלא להרביע בהמה עם מין שאינו מינו
פסוק: בהמתך לא תרביע כלאים
מ'זאל נישט צוזאם שטעלען צוויי בהמות וואס איז נישט זייער מין.
דער טעם דערפון איז ווייל דער אויבערשטער האט באשאפען די וועלט האט ער אלעס אראפגעשטעלט ווי ס'דארף צו זיין, און ווען איינער גייט צוזאם שטעלען די צוויי בהמות וואס איז נישט איין מין איז דאס אקעגען די בריאה פון השי"ת.
שלא לזרוע כלאי זרעים ולא נרכיב אילן בשום מקום בארץ
פסוק: שדך לא תזרע כלאים
מ'טאר נישט איינפלאנצען צוויי פרעמדע מינים ווי חטה אין שעורה, (מ'דארף לאזן איין טפח און א האלב פאר יעדע מין אפגעריקט פון צווייטען) דער טעם איז די זעלבע ווי פריער.
שלא לאכול ערלה
פסוק: שלש שנים ערלים לא יאכל
די ערשטע דריי יאר טאר מען נישט עסן פון די פירות פון בוים. און אויך נישט פון די שאלאכץ. דער טעם עיין לקמן ביי נטע רבעי.
מצות נטע רבעי
פסוק: ובשנה הרביעית יהיה כל פריו קודש הילולים לה'
אלע פירות וואס וואקסען די פערדע יאר האט די הלכה אזוי ווי מעשר שני, און מ'דארף עס ארויף טראגען אויף ירושלים און דארט עסן.
דריי טעמים איז דא אויף דעם: 1) ווייל דער אויבערשטער האט געוואלט אז מ'זאל לויבען זיין נאמען אין ירושלים, כדי זיין ברכה זאל חל זיין אויף די פירות אין די פערדע יאר, וואס איז די בעסטע יאר ביי די בוים. 2) כדאי מ'זאל ארויף גיין אויף ירושלים, אדער ער אדער זיינע קינדער און צוביסלעך זיך דארט באזעצען. 3) דער רמב"ן שרייבט אז ס'פאסט צו ברענגען פון די ערשטע פירות פאר'ן אויבערשטען, וואס ער באשאפט אלעס, און די דריטע יאר פאנגט אן ארויס צו קומען נארמאלע פירות.
שלא לאכול ולשתות כדרך זולל וסובא
פסוק: לא תאכלו על הדם
נישט עסן צופיל, און מ'לערנט ארויס פון לא תאכלו על הדם - אז מ'טאר נישט עסן אויף אזא וועג אז מ'זאל מחויב ווערן צו שטארבן ווי א בן סורר ומורה.
דער טעם פון די מצוה איז: ווייל רוב עבירות וואס מ'מאכט קומט וועגן דעם ווייל מ'האט צופיל געגעסען, און דער ענין איז - ווייל די עסן קומט פון חומר, און די רוחניות פון א מענטש איז פון נפש, און די זענען צוויי פארקערטע זאכען, און ווען ער עסט אסאך ווערט דער חומר שטערקער, וועגן דעם האבען חכמים הראשונים נישט געגעסען נאר וויפיל זיי האבען געדארפט, און כדאי צו דערווייטערען פון עסן האט די תורה אפילו געווארענט מיט מיתה.
שלא לנחש
פסוק: לא תנחשו
מ'טאר נישט מאכן קיין סמנים: די ברויט איז ארויס געפאלען פון מויל וועט דאס געשעהן א.ד.ג.
דער טעם דערפון איז: ווייל די אלע זאכען זענען הוילע שטותים, און ס'פאסט נישט אז די אידיש פאלק וואס איז דעם אויבערשטענ'ס פאלק זאל זיך צוטוהן מאכן פון די שטותים.
שלא לעונן
פסוק: ולא תעוננו
מ'טאר נישט מאכן פארשידענע סמנים מיט די צייט, אויך פארשידענע אחיזת עינים ווי נעמען א שטריק און מ'לייגט עס ביים עק פון קלייד און מ'ציט ארויס א שלאנג.
דער טעם איז די זעלבע ווי פריער: אויך ווייל די קלי הדעת קענען נאך גלייבען דערין, און ס'וועט צוקומען צו כפירה ר"ל אין דעם אויבערשטענ'ס ניסים.
שלא להקיף פאת הראש
פסוק: לא תקיפו פאת ראשכם
מ'דארף זיך לאזן וואקסן די פאות, און מ'טאר עס נישט אראפשניידן.
דער טעם דערפון איז: ווייל מ'זאל מאכן פארגעסען פון אונז די וועגן פון די גוים וואס דינען עבודה זרה, וואס זיי פלעגען יא אזוי טוהן.
שלא להשחית פאת זקן
פסוק: ולא תשחית את פאת זקניך
אז מ'טאר נישט אראפ נעמען די בארד.
און דער טעם איז די זעלבע ווי פריער: ווייל דאס איז געווען די מנהג פון די גוים.
שלא נכתוב בבשרינו כתובת קעקע
פסוק: וכתובת קעקע לא תתנו בכם
מ'טאר נישט אריינקריצען אין די פלייש א שריפט וואס בלייבט אויף אייביג.
און דער טעם איז ווי פריער.
מצות היראה מן המקדש
פסוק: ומקדשי תיראו
מ'דארף זיך צוגעוויינען מורא צו האבען פון ביהמ"ק, כדי אז ווען מ'קומט אן אהין זאל די הארץ צובראכען ווערן, און אין דעם איז אויך נכלל אז מ'טאר נישט שפייען אין די עזרה, און אויך נישט מאכן די עזרה פאר א דורכגאנג.

שלא לעשות מעשה אוב
פסוק: אל תפנו אל האובות
ס'איז געווען ביי די גוים אזעלכע וואס פלעגען מקריב זיין קטורת און מאכן אזעלכע זאכען אז מ'הערט ארויס פון א ביין וואס מ'וויל פרעגן, און דאס טאר נישט א איד מאכן.
דער טעם דערפון איז: ווייל דאס קען ברענגען צו כפירה, ווייל א מענטש קען טראכטן אז אלעס פירט זיך לויט ווי דער ביין ענטפערט, און ער קען זיך ארויסדרייען פון די אלע זאכען, און דאס איז דאך נישט אמת ווייל אלע זאכען וואס געשעהט פאר א מענטש איז לויט זיינע מעשים וויאזוי ער פירט זיך אויף, און א איד דארף שטענדיג ארום גיין מיט די מחשבה, "וזו היא מחשבת כל אדם מישראל הטובים".

שלא לעשות מעשה ידעוני
פסוק: ואל הידעונים
ס'איז געווען א ביין וואס האט געהייסן "ידוע" אוו מ'האט עס אריינגעלייגט אין מויל און געמאכט פארשידענע פעולות ביז ס'האט באקומען פון די מחלה וואס הייסט סובא"ת און גערעדט עתידות, און דאס איז אסור פון די זעלבע טעם וואס ס'שטייט ביי אוב.
מצות כבוד חכמים
פסוק: מפני שיבה תקום
אויפשטעלן זיך און מכבד זיין א ת"ח, און א יעדע עלטערע איד.
דער טעם פון די מצוה איז: ווייל דער אויבערשטער האט באשאפען א מענטש כדי ער זאל פארשטיין די גרויסקייט פון אויבערשטען, און ווי עלטער א מענטש איז, אלס מער זעהט ער איין אין גדולת הבורא, דערפאר דארף מען אים מכבד זיין ווייל ער איז שוין מער אנגעקומען צום תכלית, און די זעלבע זאך שטייט אין די גמרא אז מ'דארף אפילו א אלטע גוי אפגעבן כבוד, ווייל ער האט שוין מער געזעהן, און פארשטייט אז דער אויבערשטער פירט די וועלט.

שלא להונות במדות וכל המדות בכלל
פסוק: לא תעשו עול במשפט וכו'
נישט אויסצופאפען אין די וואג, סיי מדת הלח און סיי מדת היבש.
מצות צידוק המאזנים והמשקלים והמדות
פסוק: מאזני צדק וכו' יהיו לכם
אפצוהיטן די וואג אז ס'זאל זיין ריכטיג.
די וויכטיגקייט פון דעם איז באקאנט פאר יעדער בר דעת (לשון החינוך).
שלא לקלל אב ואם
פסוק: איש איש אשר יקלל את אביו ואת אמו וכו' (העונש)
מ'טאר נישט שעלטן די עלטערן ח"ו אפילו נאך זייער שטארבן און מ'באקומט מלקות אויף דעם.
מצות שישרפו מי שיתחייב שריפה
פסוק: ואיש אשר יקח את אשה וכו' באש ישרפו ואתהן
צו געבן שריפה ווער ס'איז מחויב מיט שריפה.
מ'לערנט דאס ארויס פון די ווארט ואתהן, און זיי אלע.

שלא ללכת בחוקות הגוים
פסוק: ולא תלכו בחוקות הגוי
מ'דארף זיך דערווייטערן פון אלע זאכען פון די ז' אומות און זייערע מנהגים, דער לבוש וכו', כדי מ'זאל וויסען אז מיט א גוי האט א איד נישט קיין שום שייכות.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- ליקוט נפלא -
בענין אהבת חברים


רמב"ם הל' דעות פ"ו ה"ג:
מצוה על כל אדם - ס'איז א מצוה אויף יעדע מענטש, לאהוב את כל אחד ואחד מישראל - ליב צו האבען יעדעם איינעם פון די אידן, כגופו - ווי אים אליין, שנאמר ואהבת לרעך כמוך, לפיכך צריך לספר בשבחו - דערפאר דארף ער צו פארציילען אין זיין לויב, ולחוס על ממונו - און שוינען יענעמ'ס געלט, כאשר הוא חס על ממון עצמו - אזוי ווי מ'שוינט אייגען געלט, ורוצה בכבוד עצמו - און ער וויל זיין אייגען כבוד, און אזוי ווערט ג'פסקנט אין מגן אברהם סי' קנ"ו.

רמב"ן פר' קדושים:
די רמב"ן זאגט אז דער אויבערשטער האט געהייסען אז מ'זאל ליב האבען א צווייטען איד מיט אלע גוטע זאכען אזוי ווי ער אליין, ווייל ס'מאכט זיך אז א מענטש האט ליב זיין חבר, אבער מיט דעם אלעם וויל ער אז פאר אים אליין זאל בעסער זיין, דאס טאקע מיינט די תורה צו זאגן אז מ'דארף וועלען אז פאר יענעם זאל גיין פונקט אזוי גוט ווי פאר דיר אליין, גארנישט ווייניגער.

תניא דבי אליהו פרק כ"ו:
אזוי האט דער אויבערשטער געזאגט פאר די אידן, וואס וויל איך דען פון ענק, נאר איין זאך אז איר זאלט'ס ענק ליב האבען איינער פון צווייטען, און מכבד זיין איינער דעם צווייטען, מער דארף איך נישט פון ענק.

מדרש רבה במדבר פרק ט"ו:
ס'איז א משל צו עטליכע שיפ'ן וואס זענען צוזאם געשטעלט אויפ'ן ים, און אויף דעם איז אויפגעבויעט א גרויסער פאלאץ, ווילאנג קען דער פאלאץ שטיין ?, נאר ווען די שיפ'ן שטייען צוזאמען, אבער ווען מען צונעמט עס דעמאלס פאלט דער גאנצער פאלאץ אריין אין וואסער, אזוי אויך זאגט דער אויבערשטער ווילאנג איר האלט זיך צוזאם דא אונטען, שטיי איך אויף יענער וועלט, אבער טאמער איר האלט זיך נישט באחדות, צופאלט אלעס ח"ו.

מדרש תנחומא נצבים:
די סדר איז ווען א מענטש האט א בינטעל פון שטעקלעך, קען מען עס נישט צוברעכען, אבער אויב ער נעמט נאר איין שטעקעל, קען עס אפילו א קליין קינד צוברעכען, די זעלבע זאגט דער אויבערשטער פאר די אידן, ווען איר וועט זיין צוזאמען וועט איר ווערען אויסגעלייזט פון גלות, ווי ס'שטייט אין פסוק (ירמי' ג') יבואו בני ישראל המה ובני יהודה "יחדיו", אז נאר ווען מ'איז אינאיינעם וועט מען גיין צו ירושלים.

מגן אברהם סי' מ"ו:
שטייט פון האר"י הקדוש, אז פאר'ן דאווענען דארף א מענטש מקבל זיין אויף זיך אז ער איז גרייט מקיים צו זיין די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך", און הערשט דערנאך שטעלט מען זיך דאווענען, שטייט דארט אין מחצית השקל, (א פירוש אויפ'ן מג"א) אז דער טעם איז ווייל אז אידן האלטען זיך באחדות, קומט זייערע תפלות ארויף צוזאמען אינאיינעם און ס'ווערט אנגענומען פאר'ן אויבערשטען.

תפלה פון ר"ר אלימלך מליזענסק זי"ע:
ותצילנו מקנאת איש מרעהו - און זאלסט אונז מציל זיין פון מקנא זיין איינער דעם צווייטען, ולא יעלה קנאת אדם על לבנו ולא קנאתנו על אחרים - מיר זאל'ן נישט מקנא זיין א צווייטען, און א צווייטער זאל אונז נישט מקנא זיין, אדרבה - פארקערט, - תן בלבנו - געב אריין אין אונזער הארץ, שנראה כל אחד את חבירו בדרך הישר והרצוי לפניך - יעדער זאל קענען ווי דער צווייטער פירט זיך אויף אין די וועג וואס איז רעכט פארטיג פאר דיר, ואל יעלה שום שנאה - און זאל נישט זיין קיין שום שנאה, מאחד על חבירו חלילה - פון איינער אויף זיין חבר.

אורחות חיים להרא"ש:
דיין האנט זאל קיינמאל נישט שוואך ווערען פון צו זיכען א באגלייבטען חבר, און אפילו איין שונא זאל זיין אסאך אין דיינע אויגען. דיין האנט זאל נישט שוואך ווערען פון צו קויפען א גוטען חבר, און ווען די האסט אים שוין היט אים גוט אפ, און פארליר אים נישט ווייל ס'איז זייער א גוטע זאך.

דברי יואל פרשת נשא:
די מדה פון שלו', איז די וויכטיג'סטע מדה וואס פעלט אויס צווישען אידן שומרי תורה און מצוות, און ס'איז נישטא נאך אזא וויכטיגע מדה ווי שלו', ובעוונותינו הרבים איז דא ווייניג ערליכע אידן אויף דער וועלט, און צווישען זיי איז אויך נישטא קיין שלו', און אויב ס'וואלט געווען מעגליך וואלט מען מיט "מסירות נפש" געדארפט טוהן אלע השתדלות נאר צומאכן שלו', וואס דאס איז אונזער גאנצע לעבען,
נאר פונקט ווי ס'איז וויכטיג צומאכן שלו' מיט די ערליכע אידן, פונקט אזוי וויכטיג איז נישט צומאכן שלו' מיט די אלע וואס ווילען צושטערען ח"ו די תורה, ווייל אויב מאכט מיט זיי שלו' איז דאס גורם ל"ע א גרויסע סכנה פאר'ן עתיד.

גמרא תענית דף כ"ג:
ווען חוני המגעל איז אויפגעשטאנען נאך 70 יאר שלאפען, איז ער געגאנגען אין ביהמ"ד און געהערט ווי מ'לערנט דארט'ן אז ס'איז קלאר דאס לערנען ווי אין די צייטן ווען חוני המגעל האט געלעבט, האט ער געזאגט איך בין דאס חוני המגעל, אבער מ'האט אים נישט געוואלט גלייבען, האט ער געבעטען דעם אויבערשטען אז ער זאל ענדערשט שטארבען, ווייל אבער האט מען א חבר, און אז נישט איז די טויט ר"ל בעסער.

גמרא ברכות ס"ג:
אין התורה נקנית אלא בחבורה - די תןרה ווערט נישט אפגעקויפט (האלט זיך) פאר א מענטש, נאר ווען ער לערנט מיט א חבר.

מעשה שהיה:
ווען דער ראפשיצער רב זי"ע איז געווען א יונגעל, האט אים דער מלמד אויסגעלערנט אז ווי ס'שטייט צוויי אידין איינס נעבען א צווייטען, איז עס א שֶם, ווען ס'איז געקומען צו א שו"א האט ער זיך טועה געווען און אויך געזאגט א שם, האט אים דער מלמד געזאגט, איך וועל די זאגן א כלל, אויב די צוויי אידן זענען איינס נעבען די אנדערע, איז עס א שם, אויב אבער איין איז העכער ווי די צווייטער, איז עס נישט א שם, טייטש מען מיט דעם, ואהבת לרעך כמוך - ווען איין איד האט ליב דעם צווייטען, און איז אייניג מיט אים, דעמאלס איז אני ה' - בין איך דער אויבערשטער דארט, אויב אבער איינער האלט זיך העכער ווי די צווייטער, איז ח"ו דער אויבערשטער נישט דארט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

- סיפורים -


איש אמו ואביו ואביו תיראו ואת שבתותי תשמרו
רש"י זאגט אז וועגען דעם שטייט נאהנט די מצוה פון היטען שבת נעבען די מצוה פון מורא האבען פון טאטע מאמע, אונז צו לאזען הערען אז טאמער א טאטע אדער מאמע באפעהלן דאס קינד אז ער זאל נישט מקיים זיין א מצות עשה, אדער ער זאל עובר זיין אויף א לא תעשה, אדער אפילו אויף א מצוה דרבנן, טאר נישט דער קינד פאלגען. דאס לערנען מיר ארויס פון דעם פסוק "איש אמו ואביו תיראו ואת שבתותי תשמרו אני ה"' מען דארף פארכטען פון דעם טאטע און מאמע, מען דארף אבער היטען דעם שבת. און אויב די עלטערן זאגען אז מען זאל נישט היטן שבת (אדער אן אנדערע מצוה) טאר מען נישט פאלגען ווייל "אני ה"' איך בין דער אויבערשטער און די עלטערן דארפען מיר אויך פאלגען.
כאטש עס זענען דא דריי שותפים אין דער מענטש: 1) דער אויבערשטער, 2) דער טאטע, 3) און די מאמע דארף מען אבער פאלגען דאס מערסטע דעם אויבערשטער.
מען קען דאס מסביר זיין מיט א משל; עס זענען אמאל געווען דריי נאנטע חברים, און יעדער איינער פון זיי האט אויסגעטראכט נייע זאכען וואס קיינער האט נאך פון פריער נישט געהאט. איינער האט אויסגעטראכט ווי אזוי מען מאכט א קוקער מיט וואס מען קען דערמיט זייער ווייט קוקן און זעהן וואס טוט זיך ווייט אוועק. דער צווייטער האט אויסגעטראכט ווי אזוי מען מאכט א מאשין וואס קען זייער שנעל פארען, (עראפלאן). און דער דריטער האט אויסגעטראכט א מעדיצין וואס קען היילען מענטשען פון גאר ערענסטע קראנקהייטן.
איין טאג האט דער ערשטער מענטש מיט זיין קוקער, געזעהן פון גאר ווייט אז ביי דעם קעניג אין פאלאץ טוהט זיך אפ א גרויסער טומעל, און מען זעהט ווי די גרעסטע דאקטורים לויפען אריין אין דעם קעניגליכען פאלאץ. האבען די דריי חברים פארשטאנען אז עמיצער פון די קעניגליכע משפחה איז זייער קראנק. זענען די דריי חברים אריינגעשפרינגען אין דעם מאשין וואס דער צווייטער חבר האט אויסגעטראכט און זיי זענען שנעל געפארען צו דעם פאלאץ.
ווען זיי זענען אנגעקומען האבען זיי זיך דערוואוסט אז די טאכטער פון דעם קעניג איז שטערבליך קראנק און קיינער האט נישט קיין מעדיצין וואס זאל איהר קענען אויסהיילען. איז דער דריטער חבר אריינגעלאפען צו די טאכטער מיט זיין מעדיצין וואס ער האט אויסגעטראכט, ער האט דערפון געגעבען פאר די טאכטער פון דעם קעניג, און אין א פאר מינוט האט מען שוין געזעהן אז זי הייבט זיך אהן צו היילען און צו ווערן אינגאנצען געזונט.
האט דער קעניג געזאגט צו אלע דריי חברים, איך וועל אייך אלע גוט באלוינען פאר דעם אויסהיילונג פון מיין טאכטער. אבער פאר איינער פון אייך וועל איך געבען מיין טאכטער פאר א ווייב. די שאלה איז נאר, פאר וועלכער פון אייך דריי קומט זיך די גרעסטע לוין ?
דער ערשטער חבר האט זיך גלייך אנגערופען אז ווען נישט זיין קוקער וואלט מען אפילו נישט געוואוסט אז די טאכטער פון דעם קעניג איז נישט געזונט. ממילא דארף ער באקומען די גרעסטע לוין. דער צווייטער חבר האט אבער געזאגט, אז ווען נישט זיין מאשין וואלט מען נישט געקענט אנקומען אין צייט צו ראטעווען די טאכטער פון דעם קעניג, ממילא קומט זיך פאר איהם די גרעסטע לוין. האט זיך דער דריטער חבר אנגערופען. עס איז טאקע אמת, מיינע צוויי חברים האבען טאקע געהאט זייער א גרויסער טייל אין ראטעווען די טאכטער פון דעם קעניג. אבער לאמיר טראכטען וואס וועט זיין פון היינט און ווייטער, אויב די טאכטער פון דעם קעניג וועט נאך אמאל קראנק ווערען, וועט מען מער נישט ברויכען דעם קוקער, און נישט דעם מאשין. מען וועט נאר ברויכען נאך אמאל געבן מיין מעדיצין וואס וועט נאך אמאל ראטעווען איהר לעבען. ממילא קומט זיך פאר מיר די גרעסטע לוין.
דער קעניג האט טאקע איינגעזעהן אז די ווערטער פון דעם דריטען חבר זענען אמת, און צו איהם האט ער געשאנקען זיין קעניגליכע טאכטער פאר א ווייב.
דאס זעלבע איז מיט די דריי שותפים וואס האבען געברענגט דעם מענטש אויף די וועלט. טאקע אין אנהויב האבען אלע דריי געהאט א גרויסער חלק אין אריינברענגען דאס קינד אויף דער וועלט. אבער אין וועמענ'ס הענט ליגט דאס לעבען פון דעם קינד ביז הונדערט און צוואנציג יאהר. דאס ליגט נאר אין די הענט פון דער אויבערשטער. דעריבער איז גאנץ פשוט אז אויב די עלטערן באפעהלען דאס קינד צו טוהן א זאך וואס איז קעגען דעם רצון פון דעם אויבערשטער, מוז דער קינד פאלגען דעם אויבערשטער און נישט די עלטערן.
דובנא מגיד

לא תלין פעלת שכיר
ווי באקאנט איז דער רבי ר' זושא געוועהן גאר א גרויסער ארימאן , און נישט אזוי גרינג האט זיך זיין רביצין געקענט ערלויבען א נייעם בגד, איינמאהל, האט זיך דער רבי ר' זושא גאר שטארק אנגעשטרענגט צו שאפן געלט און קויפן א נייע סחורה פאר א קלייד, אז די רביצין זאל זיך קענען לאזן נייען א נייע קלייד אויף יום טוב, דער רבי ר' זושא האט געוואלט די רביצין צופרידן שטעלן, אז זי זאל האבן א שמחת יום טוב, אבער ווי פארוואונדערט איז ער געווארען , ווען ער האט דערזעהן ערב יום טוב, אז זיין ווייב דרייט זיך ארום אביסל צוגעלייגט , וואס איז שוין ווייטער ? וואונדערט זיך ר' זושא-דו האסט דאך שוין א נייע קלייד? ענטפערט די רביצין וואס קלייד ווען קלייד- איך האב נישט קיין קלייד וואונדערט זיך רבי זושא, איך האב דאך אליין איבערגעגבין פאר דיר די סחורה? האט אים די רביצין , די צדיקת דערציילט אז ווען דער שניידער האט געענדיגט צו נייען דאס קלייד, און האט עס געברענגט פאר איר אין שטוב, האט ער ארויסגעלאזט דערביי א קרעכטץ, ווען זי האט אים געפרעגט פארוואס ער קרעכצט , האט ער געענפערט אז זיין טאכטער איז נישט לאנג צוריק א כלה געווארען אין א מזל,דיגע שעה, און ווען זי האט דערזעהן אז ער נייט א קלייד, איז זי געוועהן זיכער אז מן הסתם איז דאס פאר איר, און ווען זי איז געוואר געווארן אז נישט , האט זי געהאט עגמת נפש...
הערענדיג די ווערטער האט די רביצין געזאגט צו רבי ר' זושא האב איך אים אהינגעגעבין דאס קלייד, אלס מתנה פאר זיין טאכטער די ארימע כלה פרעגט איר ר' זושא-. און באצאלט פאר זיין ארבעט האסטו? וואונדערט זיך די רביצין וואס הייסט באצאלט ? איך האב דאך אוועקגעגעבען פאר אים דאס גאנצע קלייד? רופט זיך אהן צו איר רבי זושא איך פארשטיי דיך אבער נישט, דער ארימער שניידער האט דאך געארבעט א גאנצע וואך פאר דיר און נישט פאר זיין טאכטער און ווען ער האט געענדיגט זיין ארבעט האט ער געווארט צו באקומען פון דיר געלט פאר זיין ארבעט , כדי צו קענען מפרנס זיין דערמיט זיינע בני בית און אצינד וואס האט ער דערפון אז דו ביסט א ברייטהארציגע בעלת צדקה און האסט געשענקט דאס קלייד פאר זיין טאכטער , זיין ארבעט געלט דארף מען באצאלען! הערענדיג דעם "פסק" פון איר הייליגען מאן , האט זיך די רביצין געאיילט צו בארגען געלט און געלאפען באצאלן פאר'ן שניידער זיין ארבעט געלט פאר די קלייד פון זיין טאכטער ...

ואהבת לרעך כמוך
די גמרא זאגט, "ואהבת לרעך כמוך" - זה כלל גדול בתורה.
דער רבי ר' שמעלקא פלעגט דערציילן: עס האבן אמאהל געוואוינט צוויי בחורים אין א דארף, זיי האבן ביידע געלערנט צוזאמען, און זיך געשפילט צוזאמען, און האבן איינער דעם צווייטן זעהר שטארק ליב געהאט. מען האט זיי ביידע אייביג געזעהן צוזאמען, און אזוי זענען זיי אויפגעוואקסן, און געווארן גרויסע בחורים, און האבן כסדר געלערנט צוזאמען ווי פריער.
ויהי היום, און איינער פון זיי איז א חתן געווארן ביי א גביר אין זעהר א ווייטע שטאט, און ער האט געדארפט אהין פאהרן חתונה האבן, און דארט בלייבן וואוינען. ווען עס איז געקומען די צייט זיך צו געזעגענען, האבן זיי ביידע אנגעהויבן צו וויינען, "ווי אזוי וועלן מיר אויסהאלטן איינער אהן דעם אנדערן?". צום סוף האבן זיי זיך אביסל בארוהיגט, און האבן צוגעזאגט איינער צום אנדערן כסדר צו שרייבן בריעף.
אין אנהויב האבן זיי זיך טאקע געשריבן בריעף יעדע וואך, אבער אזוי ווי עס זענען אדורך פיהל יאהרן, האבן זיי זיך כסדר ווייניגער געשריבען, ביז זיי פלעגן זיך נישט שרייבן מעהר ווי איין מאהל א יאהר, אויף ראש השנה.
דער אנדערע בחור האט אויך חתונה געהאט, דארט אין דארף, און איז נעבעך געוועהן זעהר ארים. ער איז געווארן מעהר און מעהר פארארימט, ביז ער האט נישט געהאט וואס צו געבן צו עסן פאר זיך און פאר די קינדער. ביז זיין ווייב האט עם אמאהל געזאגט, "דו האסט דאך אן אלטער חבר אין יענע ווייטע שטאדט, און ער איז דאך זעהר רייך, פאהר צו עם, ער וועט דיר אוודאי ארויסהעלפן". ער האט טאקע אזוי געטוהן, און ער האט פארקויפט דאס ביסל מעבל וואס איז עם געבליבן, אויף הוצאות, און ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן לאנגן וועג.
נאך א פאהר וואכן, איז ער ענדליך אנגעקומען אין יענע שטאט, אינמיטן די נאכט. ער האט נישט געוואוסט וואו צו גיין אין די פינצטער, און ער האט זיך דארט אנידערגעזעצט אויף א שטיג אינמיטן די גאס.
בלילה ההוא, יענע נאכט האט אויסגעבראכן א גרויסע שריפה אין דעם פריצ'ס פאלאץ, עס איז ל"ע אינגאנצן פארברענט געווארן. די פאליציי האבן געזוכט דעם אינטער-צינדער, אבער זיי האבן עם אין ערגעץ נישט געקענט געפונען. עס האט זיי נישט געפאסט אז עס געלונגט זיי נישט צו כאפן דעם שולדיגן, און שונאי ישראל זענען זיי אויך געוועהן, האבן זיי אנגעכאפט דעם פרעמדן איד וואס איז געזעצן אין גאס, און זיי האבן געמאכט א בלבול, אז ער איז דער אינטער-צינדער, און זיי האבן באלד געשטעלט פאלשע עדות וואס האבן "אליין געזעהן" ווי דער איד צינדט אהן דעם פייער. מען האט עם געשטעלט צום געריכט, און מען האט עם ל"ע גע'משפט צום הרג'נען.
אין יענע צייט איז געוועהן דער מנהג, אז א מענטש וואס מ'האט פאר'משפט צום טויט, האט מען געשטעלט אין א ספעציעלע שטייג אינמיטן שטאדט, אז יעדער זאל עם קענען זעהן, כדי אז אויב איינער האט אויף עם א לימוד זכות (זאגן אויף עם גוט'ס) זאל ער עס קענען זאגן פאר'ן שופט, און אזוי האט מען אויך געטוהן מיט דעם "שולדיגן" איד.
אינדערפרי, ווען דער רייכער חבר איז אהיים געגאנגען פון דאווענען, איז עם אויסגעקומען אדורך צו גיין דעם שטייג, און מען קען זיך פארשטעלען זיין וואונדער און שרעק, ווען ער האט געזעהן אז אט זיין אלטער חבר, איז דארטן איינגעשפארט!. ער איז גלייך צוגעלאפן, און עם געפרעגט צווישן די דראטן, "וואס איז דא געשעהן?!", און דער חבר האט עם דערציילט אלעס וואס איז געשעהן, און וואס פאר אן אומגליק עס האט עם דא באפאלן. הערנ'דיג די מעשה, האט עם דער רייכער חבר געזאגט, "זארג נישט, איך וועל דיר שוין ארויס ראטעווען פון דא".
ער איז גלייך געלאפן צו די פאליציי, און זיי געזאגט אז ער אליין האט אונטער-געצינדען דאס פאלאץ!, ער האט זיי געזאגט, אז ביז יעצט האט ער נישט געוואלט מודה זיין, אבער יעצט, אז ער זעהט ווי מען גייט הרג'נען אן אומשולדיגן מענטש, מוז ער מודה זיין אז ער האט דאס געטוהן. די פאליציי האבן זיך מחיה געוועהן אז זיי האבן ענדליך געכאפט דעם "אמת'ן" פארברעכער, און זיי האבן יענעם גלייך באפרייט, און האבן אריין געשלאסן דעם רייכע חבר אין דעם שטייג. ווען דער ארימער חבר האט געזעהן וואס זיין חבר האט דא געטוהן, האט ער אויסגעשריגן, "לאזט עם ארויס, ער האט עס נישט געטוהן, איך האב עס פארברענט!, איך בין שוין אויף אלעס מודה!, איך וויל נישט אז דורך מיר זאל מען הרג'נען יענעם מענטש!". דערווייל שרייט יענער, "איך האב עס געטוהן!", און דער שרייט "ניין!, איך האב עס געטוהן".
די פאליציי האבען נישט געוואוסט וואס צו טוהן, און מען האט זיי ביידע געשלעפט צום שופט. דארט האט זיך איבערגעשפילט ממש די זעלבע מעשה, יעדער האט געזאגט אז ער אליין האט געמאכט דעם פייער. דער שופט האט נאכגעקוקט אין אלע זיינע געזעץ ביכער, און ער האט געזאגט, "אזא משפט אין נאך קיינמאהל נישט פארגעקומען, דעם משפט מוז מען נעמען צום קעניג אליין!". מען איז געפאהרען מיט זיי צו די קענגיליכע שטאדט, און מען איז אריין צום קעניג, און עם פארגעשטעלט די גאנצע מעשה. דער קעניג האט אויסגעפרעגט די צוויי אידן, און זיי האבן ביידע ווייטער געזאגט די זעלבע טענות.
האט זיך דער קעניג אנגערופען, "איך זעה, אז קיין איינער פון אייך האט דאס נישט געטוהן, ווייל איינער וואס איז זיך אזוי מוסר נפש פאר זיין חבר, צינדט נישט אונטער קיין הייזער. נאר איך בעט אייך, אזוי ווי איך זעה אז איר האט זיך איינער דעם צווייטן אזוי ליב, ממש אהבת נפש כמשמעו, בעט איך אייך: נעמט מיר אויך אריין אין די חברה, און האט מיך אויך ליב, און איך וועל אייך אויך ליב האבן!".

* * * * *

האט דער רבי ר' שמעלקא פון ניקלשבורג געזאגט, אז דאס מיינט דער פסוק, וואס שטייט אין פרשת קדושים, "ואהבת לרעך כמוך", אז דער אייבערשטער זעהט, ווי איין איד האט ליב דעם אנדערן זעהר שטארק, זאגט דער אייבערשטער, "אני ד'" - איך וועל אייך אויך ליב האבן.
הרה"ק ר' משה לייב מסאסוב זצ"ל האט געזאגט, אז ווען ער האט געהערט די מעשה פון זיין רבי, דער רבי ר' שמעלקא זצ"ל, האט ער באקומען זיין גרויס אהבת ישראל.

ואהבת לרעך כמוך
עס ווערט געברענגט א מעשה פון צוויי חברים וואס האבען געהאט צווישען זיך אן אויסערגעווענליכען ליבשאפט. עס איז אבער געקומען א צייט וואס צוליב א מלחמה פון צוויי לענדער, זענען די צוויי חברים אפגעטיילט געווארען, און יעדער פון זיי האט געוואוינט אין א לאנד וואס איז געווען פיינטליך צו די לאנד פון דעם צווייטען. אין די צייט פון די מלחמה האט איין חבר געגאנגען צו די לאנד פון זיין חבר. סאלדאטן פון יענע לאנד האבען איהם פארכאפט און זיי האבען איהם חושד געווען אז ער איז געקומען שפיאנירן קעגען זייער לאנד. מען האט איהם געברענגט פאר דעם קעניג, און דער קעניג האט איהם פאר'משפט צום טויט.
דער מענטש האט זיך אראפגעווארפען צו די פוס פון דעם קעניג און ער האט איהם געבעטן ער זאל איהם שענקען איין בקשה. ער האט געבעטן אז דער קעניג זאל איהם לאזען אהיים גיין צו זיין לאנד פאר א פאר טעג כדי ער זאל קענען ערלעדיגן פרנסה פאר זיין משפחה איידער מען הרג'עט איהם. ווען דער קעניג האט געהערט די דאזיגע בקשה, האט ער געפרעגט דעם מענטש, ווי אזוי קען איך דיר גלייבען אז דו וועסט צוריק קומען צו מיין לאנד כדי איך זאל דיך הרג'ענען ? האט דער מענטש געענטפערט אז ער האט א חבר אין דעם שטאט, און דער חבר וועט זיכער מסכים זיין איבערצונעמען זיין פלאץ אויב ער קומט נישט צוריק.
דער קעניג האט דאס נישט געקענט גלייבען אז א חבר וואלט מסכים געווען איינצושטעלן זיין אייגן לעבען פאר א חבר. האט דער קעניג געלאזט רופען דעם חבר, און ווי ערשטוינט איז דער קעניג געווארען ווען דער צווייטער חבר האט מסכים געווען איבערצונעמען דעם ארט פון זיין חבר ביז ער וועט צוריק קומען. און טאמער דער חבר קומט נישט צוריק וועט ער גע'הרג'עט ווערען אנשטאט זיין חבר. מען האט געלאזט דעם ערשטען חבר אהיים גיין און מען האט געשטעלט דעם צווייטן חבר אין תפיסה אנשטאט דעם ערשטען.
עס איז אדורך דער באשטימטער צייט ווען דער ערשטער חבר האט שוין געדארפט צוריק קומען, און ווען דער קעניג האט געזעהן אז עס ווערט שוין ענדע טאג און יענער איז נאך נישט צוריק געקומען, האט דער קעניג באפוילען מען זאל נעמען דעם צווייטען חבר און מען זאל איהם הרג'ענען. מען האט שוין אויפגעהויבן דעם שווערד כדי צו הרג'ענען דעם צווייטן חבר, און פלוצלונג הערט מען פון דערווייטענס א געשריי אז מען זאל איהם נישט הרג'ענען ווייל דער ערשטער חבר איז אנגעקומען.
דער קעניג האט זיך נישט געקענט גלייבן אז יענער מענטש איז טאקע צוריק געקומען כדי זיך צו לאזען הרג'ענען. און ווי מער ערשטוינט איז דער קעניג געווארען ווען ער האט געזעהן ווי אזוי די צוויי חברים קריגען זיך.
דער צווייטער חבר האט געשריגען אז דער ערשטער איז צו שפעט צוריק געקומען, און דעריבער דארף מען איהם הרג'ענען און נישט דעם חבר. און דער ערשטער חבר האט געשריגען אז ער איז יא צוריק געקומען אין די צייט און דעריבער טאר מען נישט הרג'ענען זיין חבר, נאר מען דארף איהם הרג'ענען. יעדער איינער פון די צוויי חברים האט געשלעפט דעם שווערד צו זיין אייגן האלדז זאגענדיג אז מען דארף איהם הרג'ענען און נישט דעם חבר.
דער קעניג מיט זיינע געהילפען זענען אזוי שטארק נתפעל געווארען פון וואס זיי האבען דא געזעהן, אז דער קעניג האט באפוילען מען זאל אוועק נעמען די שווערד און מען זאל זיי ביידע לאזען לעבען. און דער קעניג האט געזאגט צו די צוויי חברים, "וויבאלד עס הערשט אזא אויסערגעווענליכען ליבשאפט צווישען אייך צוויי, וויל איך אז איהר זאלט מיר אויך אריין נעמען און אריין רעכענען אין אייער פריינטשאפט.
ילקוט מעם לועז

ואהבת לרעך כמוך
די חז"ל דערציילן אונז אין מדרש, אז אמאל איז געוועהן א איד א גרויסער ארימאן, וואס האט זעהר שווער געארבעט אין פעלד צו האבן פון וואס צו לעבען. איין טאג אינמיטן די ארבעט, איז צו עם געקומען אלי-הו הנביא פארשטעלט אזוי ווי א גוי, און האט עם געזאגט, "דו זאלסט וויסן אז דער אייבערשטער וויל דיר געבען זעקס גוטע יאהר אין דיין לעבן, וואס אין די יאהרן וועסטו זיין זעהר רייך, און איך וויל וויסן ווען דו ווילסט האבן די זעקס גוטע יאהר". האט דער איד געזאגט צו אלי' אז ער מוז גיין פרעגן זיין ווייב. ער איז צוריק געקומען און געזאגט, אז ער וויל אז די זעקס גוטע יאר זאלן זיך שוין אנהייבן, האט עם אלי' געזאגט, "גוט, גיי אהיים וועסטו זעהן אז דו ביסט שוין א גרויסער עושר". ער איז אהיים געגאנגען, און געזעהן ווי זיינע קינדער וואס האבן זיך געשפילט אין זאמד, האבן דארט געטראפן א גרויסע קאסטן מיט גאלדענע רענדליך, האט ער דאס אריינגענומען אין הויז און זיי האבן אלע אפגעגעבן א לויב פאר השי"ת וואס האט זיי געשענקט דעם אוצר.
דער איד מיט זיין משפחה האבן אבער נישט אנגעהויבען קויפן פאר זיך שיינע רייכע זאכן פון דאס געלט, נאר זיי האבן פאר זיך געקויפט די זעלבע ארימע קליידער, און אלע אנדערע זאכן די זעלבע ווי ווען זיי זענען געווען ארים. וואס דען האבן זיי געטוהן מיט דאס געלט?, זיי האבן געקויפט קליידער פאר ארימע מענטשן וואס האבן נישט געהאט אליין צו קויפען, זיי האבן געגעבן עסן פאר ארימעלייט, זיי האבן חתונה געמאכט ארימע יתומים וואס האבן נישט געהאט קיין עלטערן וואס זאלן זיך זארגן זיי חתונה צו מאכן, זיי האבן אויסגעהיילט קראנקע וואס האבן נישט געהאט קיין געלט אליין צו קויפן מעדעצין ,און אסאך אנדערע גוטע זאכן האבן זיי געטוהן מיט זייער געלט.
די זעקס יאהר זענען זעהר שנעל אדורך געלאפן, און איין טאג אינדערפרי איז אלי' הנביא געקומען צו זיי, און געזאגט, "איך בין געקומען צוריק נעמען דאס רייכקייט, ווייל די זעקס יאהר זענען שוין אדורך". האט דער איד ארויסגענומען א גרויסן בוך, וואס דארט איז געוועהן אריינגעשריבן אלע גוטע זאכן וואס זיי האבן געטוהן מיט דאס געלט די גאנצע זעקס יאהר, און דער איד האט געזאגט צו אלי', "אויב עס איז דא א מענטש וואס טוהט בעסערע זאכן מיט געלט, דעמאלסט מעגסטו עס צו-נעמען". אזוי ווי אלי' האט געהערט וואס דער איד האט געזאגט, און אויך געזעהן דעם בוך, האט ער איינגעזעהן אז דער איד איז גערעכט, און השי"ת האט באפוילן אלי' אז ער זאל נישט צו-נעמען דאס רייכקייט פון עם, נאר פארקערט, ער זאל עם צו-געבען נאך, כדי ער זאל קענען טוהן נאך מעהר גוטע זאכן, און געבן נאך צדקה פאר ארימע מענטשן.
* * * * *
פון די מעשה זעהט מען, אז א מענטש וואס השי"ת העלפט עם אז ער איז רייך, דארף ער נישט קויפן פאר זיך די שענסטע זאכן, און פאר א צווייטן איד גארנישט געבן, נאר פארקערט, ער דארף זיך זארגן פאר אנדערע קראנקע און ארימע וואס האבן נישט, און אזוי וועט עם השי"ת העלפן אז דאס רייכקייט וועט בלייבן ביי עם, און ער וועט קענען טוהן אסאך מצוות און צדקות זיין גאנץ לעבן.

כינו שם לחבירו
מען טאהר נישט באליידיגן א חבר, דורך עם אנרופען מיט א צונאמען.
אין ספר דובר מישרים ווערט געברענגט א מורא'דיגע מעשה (בשם ספר שאל אביך ויגדך), אויף דעם ענין, פון א גרויסן גאון, פון די חכמי ספרד, וואס האט געלעבט אין די צייטן פון דעם גאון דער "נודע ביהודה" זצ"ל, און ער האט געהייסן ר' דוד בכר (דער נודע ביהודה שרייבט צו עם א תשובה, מיט גאהר גרויסע טיטלען).
דער גאון רבי דוד, האט אמאהל חתונה געמאכט זיינס א קינד, אין א שטאדט ווייט פון דעם ארט וואו ער האט געוואוינט, און ר' דוד האט געדארפט פאהרן מיט א פערד און וואגן אנצוקומען צו די חתונה. דער וועג איז געוועהן זעהר א שווערע, און בשעת'ן פאהרן צו די חתונה, זענען די פערד נישט געפאהרן גענוג שנעל, און ר' דוד האט געהאט דערפון גרויס עגמת נפש, אז צוליב זיין פארשפעטיגונג, וועלן די געסט מוזן ווארטן. ער האט כסדר געקוקט אויפ'ן זייגער, און די צייט שטייט נישט, האט ער געזאגט צום בעל עגלה, אז ער זאל טרייבן די פערד, און זיי יאגן, אז זיי זאלן פאהרן שנעלער. דער בעל עגלה האט געפריווט, און ער האט געשמיסן די פערד, אבער עס האט נישט קיין סאך געהאלפן. נאך א שטיק צייט, זעהט ר' דוד, אז עס איז שוין שפעט, האט ער געגעבן א זאג צום בעל עגלה, "אזא שלומיאל ווי דו ביסט, קענסט נישט צו-איילן די פערד אז זיי זאלן פאהרן שנעלער?". דער בעל עגלה האט זיך נאך מער אנגעשטרענגט ווי פריער, און ענדליך, סוף כל סוף, איז מען אנגעקומען צו די שטאדט פון די חתונה.
ר' דוד האט זיך שנעל געיאגט, ער האט באצאהלט דעם בעל עגלה, ער איז אראפ פון דעם וואגן, און מען איז באלד געגאנגען צו די חופה. נאך די חופה, האט ר' דוד אנגעהויבן צו זיכן דעם בעל עגלה, און ער האט געפרעגט יעדן איינעם "וואו איז דער בעל עגלה?". יעדער האט געוואלט וויסן פארוואס איז דעם רב אזוי וויכטיג צו האבן דעם בעל עגלה, אבער ר' דוד האט קיינעם נישט דערציילט. ביז מען איז געוואויר געווארן, אז דער בעל עגלה איז שוין אוועק געפארן. האט ר' דוד געדינגען אן אנדערן וואגן, און ער איז נאכגעפארן דעם בעל עגלה. נאך א פאהר שעה, האט ער עם דערגרייכט, און ר' דוד איז צוגעפאלן צום עם, און ער האט עם געזאגט, "איך האב באלד חרטה געהאט וואס איך האב אייך גערופען א צונאמען. איך וויל אייך מפייס זיין, און איך בעהט אייך שטארק, אז איר זאלט מיר מוחל זיין". אבער דער בעל עגלה האט נישט געוואלט הערן דערפון.
האט ר' דוד געזאגט צום בעל עגלה, "איך בין אייך גרייט צו געבן וויפיהל געלט איר ווילט, אבי איר זאלט מיר מוחל זיין", זאגט דער בעל עגלה, "איך בין אייך נישט מוחל בשום אופן". פרעגט ר' דוד, "נו וואס קען איך דאך טוהן אז איר זאלט מיר יא מוחל זיין?". זאגט דער בעל עגלה, "איך וועל אייך נאר מוחל זיין, אויב איר געבט מיר האלב פון אייער עולם הבא"!. דער גרויסער גאון ר' דוד האט נישט געקלערט קיין איין מינוט, און ער האט באלד געזאגט "דאס געשעפט איז ערלעדיגט, איך גיב אייך האלב פון מיין עולם הבא, און איר זאלט מיר מוחל זיין".
* * * * *
פון די מעשה, קען מען זיך אנלערנען דעם חומר הענין פון מצער זיין א צווייטן איד, אז עס האט זיך געלוינט פאר דעם גרויסן גאון אוועק צו געבן האלב פון זיין עולם הבא, אבי יענער זאל עם מוחל זיין, ווייל די גמרא זאגט (בבא מציעא דף נ"ח:), "המכנה שם רע לחבירו אין לו חלק לעולם הבא".

הוכח תוכיח את עמיתך
הרה"צ , ר' הלל ליכטענשטיין זצ"ל פון קאלאמייא דער מחבר פון ספר "משכיל אל דל" און נאך ספרים , פלעגט זיך פירן ארום צו פארן איבער פארשידענע שטעט , און איבעראל האט ער מעורר געועוהן אידישע קינדער מיט דברי מוסר און תוכחה , זיי זאלן פאררעכטען זייערע מעשים .
איינמאהל ווען ער איז אנגעקומען קיין צאנז, איז ער אריין צום הייליגען צאנזער רב זצ"ל , און פארברענגט דארט מיט דברי תורה, אין מיטן שמועס, האט זיך צו אים אנגערופען דער דברי חיים"
איר פארט ארום און איר זענט איבעראהל מעורר אחינו בני ישראל אויף פארשידענע פרצות זאגט מיר אויך א ביסל דברי תוכחה איך וואונדער מיך טאקע האט זיך רבי הלל אנגערופען מניה וביה פארוואס האט מען ביי אייך נישט איבערגעלאזט אום געקאלעכט אן "אמה על אמה" ( אן אייל אויף א אייל) זכר לחורבן? הערענדיג די ווערטער האט דער "דברי חייים" גלייך געהייסען ברענגען א לייטער , און ער איז אליין ארויף געגאנגען אויפ'ן לייטער , פארצייכענט א פלאץ פון "אמה על אמה" און עס אפגעקראצט , דערנאך האט ער געזאגט צו רבי הלל: "יישר כח"
דער פסוק "לא תשנא את אחיך בלבבך" מיט'ן פסוק "הוכח תוכיח את עמיתך" שטייען איינס נעבען צווייטען זאגן די ספה"ק אז דאס קומט אונז לערנען אז ווען מ'זאגט מוסר פאר א צווייטען זאל עס קומען פון אהבה, ווייל מ'וויל יענענס גוטס און נישט חלילה פון שנאה נאר ווען עס איז קלאר ביי דיר אז דו טראגסט נישט קיין שום שנאה אויף דיין חבר דאן קענסטו אים זאגן מוסר...

הוכח תוכיח את עמיתך
ווען דער גאון וצדיק דער "חפץ חיים" ז"ל איז ארום געגאנגען פארקויפען זיין - שטארק אויפגעכאפט - ספר "משנה ברורה", איז אים אמאל אויסגעקומען אריינצוגיין אין א ווערצהויז אין די שטאט ווילנא. זיצענדיג דארט האט ער באמערקט א דארפס איד וועלכער האט געגעבן דעם איינדרוק פון אן ארעמער שלעפער, ווי ער פארלאנגט מיט זיין באפעלערישן טאן, א שטיק פלייש און א פלאש בראנפען, און אן א ברכה דאס אריינגעכאפט בנשימה אחת... און ווייטער פארלאנגט פארשידענע אנדערע מאכלים. ווי דער חפץ חיים האט געזען דאס מגושמ'דיגע התנהגות, האט אים דאס שטארק וויי געטאן, און ער האט זיך אפפּגעמאכט צוצוגיין צו דעם איד און מקיים זיין דעם "הוכח תוכיח".
ווי דער קרעטשמער האט דאס באמערקט איז ער באלד צוגעגאנגען צום חפץ חיים און אים אויפמערקזאם געמאכט אז דא האנדעלט זיך פון א איד וועלכער איז נעבעך אלס יונג קינד געכאפט געווארען דורך די באקאנטע "כאפערס" און צוזאמען מיט אנדערע קאנטאניסטן איז ער אויפגעהאדעוועט געווארען אין סיביר ביז די 18 יאר, דערנאך האט ער געדינט דעם קיסר ניקאליי 25 יאר, דעריבער איז נישט קיין שום חידוש אז ער זעט אזוי אויס. ס'איז בעסער, האט דער קרעטשמער אויסגעפירט, אז דער רבי פאנגט נישט אן מיט אים, ווייל ער קען נאך דערלאנגען אויך...
דער חפץ חיים האט אים בארואיגט, זאגענדיג מיט יעדען איד איז פארהאן א שפראך. לאז מיך מקיים זיין די מצוה פון "הוכח תוכיח", און מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף וועט ארויסקומען דערפון א טובה.
דער חפץ חיים איז צוגעגאנגען צו דעם איד, און נאך א שיינעם שלום עליכם אנגעהויבען פארפירען א שמועס, זאגענדיג איז דאס אמת וואס כ'האב געהערט אז דו ביסט דורך אזויפיל יסורים און מוטשענישן אין דיין לעבן, נעבעך געווען אזויפיל יאר נע ונד? ביזסט ממש דורך געגאנגען דעם גיהנם אויף די וועלט? די רשעים האבן דיך געוואלט מאכן פארגעסן דאס גאנצע אידישקייט, און ס'איז א נס אז דו ביסט פארבליבן א איד. וואויל איז פאר דיר, האט דער חפץ חיים אויסגעפירט. כ'בין ממש מקנא דיין חלק וואס דו האסט אויף יענע וועלט. דו ביסט נאך דורך געגאנגען א גרעסערן נסיון ווי א סאך פריערדיגע צדיקים.
צעביסלעכווייז האט דער חפץ חיים געזען ווי שנירלעך טרערן קומען צו פליסן פון דעם איד'ס אויגען. דער חפץ חיים האט נאך צוגעלייגט נאך אזעלכע ענליכע דיבורים אז דער איד האט אויסגעבראכען אין א ביטערען געוויין.
דערנאך האט זיך דער חפץ חיים אנגערופען צו אים, פאר אזא חשוב'ען איד ווי דו, וואס ווערט פאררעכנט צווישען די געהויבענע אידן, דארפסטו מקבל זיין אויף דיר, אז די רעשט פון דיינע טעג זאלן אדורך גיין ווי ביי אן ערליכען איד. דער איד האט שוין באגלייט דעם חפץ חיים אהיים קיין ראדין, און איז געווארען א ריכטיגער בעל תשובה.
אגב, לערנט מען זיך פון דעם עפיזאד, אז מיט ווארעמע און הארציגע דיבורים טוט מען נאך אויף דאס מערסטע...

געראטעוועט א איד פון "חילול שבת".
ווען דער נאסוידער רב זי"ע איז געווארן רב אינעם שטעטל "ראגנע", איז דער דארטיגער "מארק טאג" געווען אים שבת. ער האט פרובירט מיט פארשידענע פעולות צו טוישן דעם מארק אויף אן אנדערן טאג אבער עס האט זיך אים נישט איינגעגעבן.
איז ער געפארן צו זיין רבי'ן דער שיניאווער רב זי"ע און זיך באקלאגט דערוועגן, און האט נאך צוגעגעבן אז ער האט מורא פונעם "ספר חסידים" וואס דארט שטייט אז מען זאל נישט וואוינען אין א שטאט וואו מען האלט שבת אלץ א מארק טאג. האט אים דער שיניאווער רב זי"ע געענפפערט אויב וועט ער קענען - דורכן דארט וואוינען - ראטעווען אפילו נאר איין איד פון די שרעקליכע עבירה "חילול שבת" זאל ער דארט בלייבן וואוינען.
דער נאסוידער רב האט טאקע אזוי געטוהן, ער פלעגט יעדן שבת ארוים גיין אין מארק און זיך אומקוקן צו עס זענען נישט דא דארטן קיין אידן, און אז ער האט געטראפן, האט ער געטוהן אלץ וואס מעגליך אים צוריקצוהאלטן פון "חילול שבת" ח"ו.
איין שבת האט ער געזעהן ווי א איד פון די געגנט "באקאווינא" קויפט זיך איין "האבער" (א עסן פון בהמות) פאר זיינע פערד. דער נאסוידער רב האט נישט געטראכט קיין מינוט און מיט א ברען צוגעלאפן צו דעם איד און אים געגעבן א פאטש אין פנים דער איד איז אנטלאפן פון גרויס פחד איבערלאזענדיג דארט זיינע פערד מיטן הובער... און האט זיך פארגענומען מער נישט מחלל שבת זיין.

מען טאר נישט אויפגעבן
דער הייליגער קאמארנער רבי זי"ע דערציילט אין זיין ספר "מגילת סתרים" א שרעקליכן עפיזאד וואס האט מיט אים פאסירט.אין יאר תר"ז, ראש השנה ביינאכט האט ער זיך גע'חלום'ט אז עס הערשט אויף אים א גרויסער קטרוג פון שווערע דינים רח"ל, וואס דאס מיינט אז דער פסק אויף אים וועט נישט זיין גינסטיג ח"ו (ער שרייבט, אז שפעטער האט ער באמערקט די סיבה דערפון ווייל ער האט דעמאלט געהאט גרויסע האר וואס דאס איז מעורר דינים).
"יענעם טאג ביים דאווענען, האב איך - דערציילט דער הייליגער קאמארנער רבי זי"ע - זיך מוסר נפש געווען און געדאוונט מיט א געוואלדיגע שמחה און התלהבות, אן קיין שום זארג".
"שפעטער ביים לייענען ווען מען האט אויפגעהויבן די ספר תורה ביי "הגבה" האב איך באמערקט דעם פסוק "וראית אותה ונאספת אל עמך" (דאס טייטש, דו וועסט דאס זעהן און דערנאך אוועק גיין פון די וועלט - דער פסוק שטייט ביי משה רבינו, ווען השי"ת האט אים געזאגט, ער זאל זעהן ארץ ישראל איידער ער ווערט נסתלק פון די וועלט), וואס דאס האט געוויזן א קלארן רמז אז דער פסק איז ח"ו נישט קיין גוטער, אבער איך האב זיך נישט וויסענדיג געמאכט דערפון, און איך האב געדאווענט מוסף מיט א לעבעדיגקייט און לויטערע ליכטיגקייט".
די צווייטע נאכט האט ער זיך גע'חלום'ט ווי דער הייליגער "בית יוסף" האט מליץ יושר געווען אויף אים, און מען האט פון די שווערע גזירה וואס האט אויף אים געשוועבט געמאכט א קליינע גזירה פון גניבה און א דאנק דעם וואס ער איז נישט געווארן פארלוירן איז ער אפגעקומען מיט א קליינעקייט, און דער שווערע מידת הדין איז איבערגעדרייט געווארן אויף רחמים, שפעטער איז די גזירה נאך קלענער געווארן און מען האטט ביי אים גע'גנב'ט נאר א זילבערנעם מעסער און לעפל.

מדבר שקר תרחק
די מדת אמת איז זעהר א וויכטיגע מדה. יעדער איד דארף זיין געווארנט וואס ער רעדט ארויס פון מויל, אז עס זאל נאר זיין דעם אמת, און קיינמאהל נישט קיין ליגענט, ווייל אלע שלעכטע זאכן ר"ל קומען ארויס פון זאגן ליגענט.
די גמרא דערציילט, אז עס איז געוועהן א שטאדט וואס האט געהייסן קושטא, "קושטא" איז טייטש אמת, און די שטאדט האט אזוי געהייסן ווייל די מענטשן פון די שטאדט האבן קיינמאל נישט געזאגט קיין ליגענט, און איבערדעם איז קיינער נישט געשטארבן יונגערהייט, נאר אלע האבן געלעבט ביז א טיפע עלטער.
אמאהל איז דארט געקומען וואוינען א נייער איינוואוינער, וואס האט געהאט א ווייב מיט צוויי קינדער. איין פרימארגען, האט איינער אנגעקלאפט אויף זיין טיהר, און עם געפרעגט צי זיין ווייב איז אינדערהיים, האט ער געענטפערט "ניין", כאטש זי איז באמת יא דארט געוועהן, אבער ווייל זי איז געוועהן פארנומען, און זי האט נישט געקענט צוקומען צום טיהר, האט ער געזאגט אז זי איז נישט אינדערהיים, וואס דאס איז געוועהן א ליגענט.
יענעם טאג איז געשעהן אן אומגליק ר"ל אין די שטאדט, אז די צוויי קינדער פון יענע מענטש זענען געשטארבען. די מענטשן פון שטאדט האבן אנגעהויבן נאכפארשן ווי אזוי עס האט געקענט געשעהן אזא זאך ביי זיי אין שטאדט, וואס איז נאך קיינמאל נישט פארגעקומען, אז יונגע מענטשן זאלן שטארבן. ביז זיי האבן אויסגעפונען אז דער מענטש האט יענעם טאג געזאגט א ליגענט.
זענען זיי אריבער צום הויז פון דעם מענטש, און עם געזאגט, "דו מוזט פארלאזען אונזער שטאדט, ווייל ביז יעצט איז נאך קיינער פון אונזער שטאדט נישט געשטארבן יונגערהייט, ווייל קיינער האט נאך נישט געזאגט קיין ליגענט, און אזוי ווי ביי דיר איז נישט אזוי געוועהן, קענסטו ביי אונז נישט וואוינען. און דער מענטש האט פארלאזט די שטאדט, און איז אוועקגעפארען וואוינען אין אן אנדערן שטאדט.
* * * * *
פון די מעשה קענען מיר זעהן דאס גרויסקייט פון זאגן נאר דעם אמת, וואס אין דעם זכות איז קיינער פון די שטאדט נישט געשטארבן יונגערהייט, ווייל זיי האבן זיך געהאלטן ביי די מדה פון אמת.
אויך זאגט די גמרא, אז איינער וואס געוואוינט זיך צו זאגן נאר דעם אמת, טוט עס עם היטן פון אסאך אנדערע עבירות, ווייל אויב מען וועט עם פרעגן צי ער האט דאס געטוהן, און ער וועט וויסן אז ער קען נישט זאגן קיין ליגענט, וועט ער זיך שעמען צו טוהן די עבירה. ממילא דארף יעדער איד וויסן זיך צו היטן פון זאגן ליגענט, פונקט אזוי ווי ער היט זיך פון פייער, און געדענקען אלעמאהל צו זאגן נאר דעם גאנצן אמת (קיין האלבע אמת איז נישט דא, ווייל א האלבע אמת איז שוין ליגענט, נאר מ'דארף אלעמאל זאגן נאר דעם אמת).
* * * * *
צום הייליגען ראפשיצער רב זי"ע איז אמאהל געקומען א איד, א בעל עבירה, און געזאגט איך וויל תשובה טוהן אבער דער רבי זאל מיר געבן א לייכטע תשובה, איך האב נישט קיין כח צו קיין שווערע זאכן. האט אים דער ראפשיצער רב ז"ל געזאגט, "גוט, זיי מקבל איר וועט נישט מער זאגן קיין ליגענט", האט דער איד געזאגט, אזא לייכטע תשובה דאס האב איך זיך גארנישט פארגעשטעלט, איך בין עס מקבל. דער איד איז אהיים געגאנגען מיט א שמחה. אין דער היים, האט ער ווידער געוואלט עובר זיין אויף אן עבירה, אבער, האט ער זיך געקלערט, וואס וועט זיין אז מען וועט מיך פרעגן וואס איך האב געטוהן, טאר איך דאך נישט זאגן קיין ליגענט האט ער זיך צוריק געהאלטען. אזוי איז געוועהן ביי יעדע עבירה, מיט די צייט איז ער געווארן א גאנצע בעל תשובה.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

מעלין
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אטעטשמענטס
IMG_20160509_141857.jpg
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

גבאי ביהמד האט געשריבן:מעלין

בקודש (פ' קדושים)

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=84
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: ליקוטים וענינים על פרשת קדושים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

מעלין בקדושים
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”