חסידות ווינקל: ראש השנה: פארוואס ווערט די שטן אזוי צומישט פון דעם שופר?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

חסידות ווינקל: ראש השנה: פארוואס ווערט די שטן אזוי צומישט פון דעם שופר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

חסידות ווינקל: ראש השנה: פארוואס ווערט די שטן אזוי צומישט פון די קול פון דעם שופר?

וועל מיר קודם מקדים זיין נאך עטליכע קשיות.

מען זאגט ראש השנה ביים דאווענען כי אתה שומע קול שופר ומאזין תרועה ואין דומה לך, וואס איז פשט אז מען זאגט כביכול א קאמפלעמענט פארן אייבערשטען, אז ער הערט די קול פון די שופר, און נאך מער פון דעם, אז ער איז א מאזין תרועה, אויף אזוי ווייט אז ואין דומה לך, קיינער הערט נישט אזוי גוט די קול פון די תרועה ווי דיר באשעפער, וואס איז פשט פון דעם? א יעדע בשר ודם הערט די קול פון די שופר, וואס הערט די באשעפער מער ווי אונז הער מיר עס?

דערנאך גייט מען זאגן ביפאר מוסף, פארן שופר בלאזען, עלה אלוקים בתרועה השם בקול שופר, דארף מען פארשטיין פארוואס אנהייב הייבט מען אן מיט אלוקים וואס ווייזט אויף די מידת הדין, און דערנאך גייט מען גלייך אריבער אין דעם זעלבען פסוק גופא, צי די מידה פון רחמים, ווי מען זאגט ״השם״ בקול שופר?

איז אזוי. ס׳וואויל באקאנט די טעם פון די רמב״ם פארוואס די תורה האט אונז געגעבן די הייליגע מצוה פון שופר בלאזען אין ראש השנה, ווי די רמב״ם איז מסביר די טעם המצוה, אז ס׳קומט אויף צי וועקן דעם מענשט צי תשובה און תיקן המעשים, ווי ס׳איז גוט באקאנט זיין לשון אזוי ווי ער שרייבט, עורו ישנים משנתכם והקיצו מתרדמתכם, די שופר איז ווי א wake up call וואס ריפט אונז אידישע קינדער צי תשובה און תיקון המעשים.

אבער דא קומט די סלאנעמער אין זיין ספר נתיבות שלום, און די זעלבע געדאנק וועל מער אויך שפעטער ברענגען פון רבי אהרן טשערנאבלער, וואס זיי לערנען אונז נאך א טעם אין דעם שופר בלאזן, זאגענדיג אז ס׳קומט צי דערציילן און ארויס ברענגען פארן אייבערשטען די ציבראכענע הארץ און חרטה וואס אידישע קינדער האבן די טעג. אויף ווי אזוי זייער פריעדיגע יאר האט ליידער אויסגעקוקט, און ווי זייער ציבראכען הארץ ווייזט אויכעט אויף זייערע רצון און קבלה אויף דעם נייעם יאר אז ס׳זאל זיין ווי ס׳דארף צי זיין.

די סלאנעמער איז מסביר: אז מיט שפראך קען נאר א מענשט זיך מסביר זיין ביז א געוויסע דרגה, ס׳איז אבער דא א פלאץ ווי מיט רעדן קען מען זיך שוין מער נישט מסביר זיין, און דא דארף מען שוין ניצען טרערן און וויינען זיך צי מסביר זיין. די זעלבע זאגט ער איז די קול פון דעם שופר און בפרט דעם ״תרועה״ ווי די גמרא לערנט ארויס די תרועה פון די געוויין פון די מאמע פון סיסרא, זעה מיר דיך אז א תרועה איז א קול וואס דערציילט עפעס טיפער פון וואס מען קען מסביר זיין און ארויס זאגן מיט די מויל. וואס דאס איז טרערן.

דערפאר זאגט די סלאנעמער הפלא ופלא אז תרועה איז נישט נאר א לשון פון וויינען נאר אויכעט א לשון פון רעות, אזוי ווי ס׳שטייט אין פרשת בלק, ותרועת מלך בו, און ווי רש"י איז דארט מסביר אויפ'ן פלאץ אז דאס איז א לשון פון חבר׳שאפט, וואס כביכול אידישע קינדער האבן א חבר׳שאפט מיטן אייבערשטען, איז דאך הפלא ופלא זאגט די סלאנעמער אז די תרועה האט אין זיך די ביידע זאכן ווייל די צוויי זאכן גייען ציזאמען, דורך די תרועה און ציבראכען הארץ פון אידישע קינדער, ווערט די רעות וואס אידישע קינדער האבן כביכול מיטן אייבערשטען.

די אור המאיר רעדט אויף חודש אלול איז ער מאריך פארוואס די טעג ווערן אנגעריפען ימי רחמים והרצון, שרייבט ער דארט מורא׳דיגע ווערטער אז אין די טעג געבט די אייבערשטער אריין פאר א יעדע יוד א רצון פאר תשובה און תיקון המעשים, ער שרייבט דארט אז איינער וואס האט נישט אין די טעג פון אלול קיין רצון פאר תשובה און תיקון המעשים זענען זיינע עלטערן נישט פון זרע ישראל, און דערפאר הייסן די טעג ימי רחמים והרצון זאגט ער, ווייל ס׳איז די טעג וואס די באשעפער האט רחמנות אויף אונז אידישע קינדער און געבט אונז אריין א רצון פאר תשובה און תיקון המעשים וואס דאס איז די גרעסטע רחמים וואס ס׳קען נאר זיין!

ממילא איז צוריק מיט דעם די סלאנעמער מסביר, פשט אין דעם וואס מיר האבן געפרעגט פשט אין דעם וואס מיר זאג מיר, כי אתה שומע קול שופר ומאזין תרועה ואין דומה לך, זאגט ער אז הערן די פשוטע קול פונעם שופר און די קול פון די תרועה, דאס קענען מיר בשר ודם אויכעט הערן, אבער צי קענען הערן וואס ס׳ליגט אונטער דעם קול פון דעם שופר, און צי קענען פארשטיין וואס ס׳ליגט אונטער דעם תרועה פון א יעדע יוד באזינדער, דאס קען שוין נאר דער אייבערשטער אליינס!

פאר אונז סאטמערע יודן האב איך פונקט געזעהן, ס׳קומט ארויס אין די בתי מדרשים דרשות מיט די לשון פון די רבי זי״ע דרשות, האב איך פונקט געזעהן דארט דעם פאריגען שבת א דרשה פונעם רבי׳ן ווי ער רעדט דארט איבער די סליחות און תחינות און פיוטים וואס מיר זאגן די טעג, זאגט דארט די רבי בערך דעם לשון, אז די סליחות איז דער עיקר עס צי זאגן מיט א ציבראכענעם הארץ, ווייל דאס מאכט א רעש אין אלע עולמות! נאך אזאלכע וועטער האט זיך מיר דעם א׳ סליחות זיך אינגאצען אנדערש געזאגט ווי די אלע פריעדיגע יארן, ווי איך געדענק נישט אזא התעוררות וואס איך זאל האבן געהאט סיי וואספארע פריעדיגע יאר ביי א׳ סליחות ווי היי יאר. און איך מיין אז די רבי מיינט דא די זעלבע געדאנק וואס מיר שמיעס מיר, אז די באשעפער ווארט צי זעהן די הארץ, און די חרטה און די קבלה וואס ס׳ליגט אין די ציבראכענע אידישע הארץ, ווען ער זאגט די סליחות וואס דאס רעש׳ט ממילא אויף אלע עולמות!

הרה״צ רבי מיילך בידערמאן דערציילט די לעצטע פאר יאר די מעשה וואס ער האט אליינס געהערט פון א עלטערע יוד אין ירושלים. מיטן נאמען אייזענבאך וואס דער יוד איז אליינס געווען ראש השנה ביי רבי אהרן טשערנאבלער און מיט געהאלטען און דערציילט די פאלגענדע סיפור. אגב די מעשה האט אביסעל מער פרטים אבער איך גיי עס מאכן אביסעל מער בקיצור.

הכלל איז דער יוד אייזעבאך געווען א יונגעל און וויבאלד ס׳געווען א ריזיגען ציבור ראש השנה אין בהמ״ד (ווי גרויס אימער די שוהל איז נאר געווען.) האט ער גע׳חלש׳ט פון גרויס שטיפעניש האט מען איהם ממילא צי געטראגען גלייך לעבן די טשענאבלער וואס דארט האט ער געהאט אביסעל מער פלאץ כדי צי קענען אטעמען און ממילא האט ער גוט געהערט די תורה וואס די צדיק האט געזאגט יענעם יאר.

ס׳געווען גלייך פאר די שופר בלאזען די בית המדרש איז געווען געפאקט און מען האט אויכעט געניצט א באלקאני וואס האט געהאט א פענסטער פונקט העכער די בימה וואס דארט איז געשטאנען רבי אהרן טשערנאבלער, די בית המדרש איז געווען שטיל אלע מתפללים זענען געשטאנען מיט זייער טליתים איבער געדעקט און די צדיק האט אנגעפאנגען צי זאגן די תקועת שופר דרשה, בעת וואס עטליכע שופרות זענען פארענט פון איהם צי די האנט, און ער האט אזוי אנגעהויבען. עלה אלוקים בתרועה השם בקול שופר, עלה אלוקים בתרועה, איז דיך מידת הדין, פארוואס טוישט מען איבער תיכף דערנאך צי די מידה פון רחמים, ווי מען פירט אויס השם בקול שופר? נאר וואס דען, די שופר גייט דאך ארויף אויף די ציבראכען הארץ פון אידישע קינדער וואס זענען פוהל מיט חרטה על העבר און קבלה על העתיד, און טוהן תשובה און זענען מתקן זייערע מעשים, ווערט דאך ממילא מיט דעם קול פון דעם שופר איבער געדרייט די מידת הדין רח״ל צי מידת הרחמים, ממילא זאגט מען שוין זייער גוט גלייך תיכף דערנאך אינעם זעלבען פסוק, השם בקול שופר וואס דער השם ווייזט דאך אויף די מידת הרחמים, ווייל אויב ס׳איז עלה אלוקים בתרועה, אז יודן האבן א ציבראכענע הארץ פארן אייבערשטען, ווערט גלייך, השם, די מידה פון רחמים, בקול שופר, דורך די קול פון דעם שופר!

און די טשערנאבלער האט נאכן זאגן דעם ווארט, אנגעהויבען צו קלאפן אויפן טיש, יודן לאמיר זיך צוברעכען די הארץ פארן אייבערשטען, לאמיר זיך צוברעכען פאר די אייבערשטען? מיט א אמת׳ע חרטה און קבלה על העתיד, אזוי וועט מען ברענגען א יאר פוהל מיט בלויז חסד און רחמים און וועט איבער דרייען די מידת הדין, צי מידת רחמים! און דער יוד האט דערציילט פאר הרה״צ רבי מיילך? ווי ס׳איז גערינען טייכען טרערן פון די באלקעני, אז סיי ער און סיי די בימה מיט די שופרות זענען נאס געווארן פון טרערן, און אזוי האט די טשערנאבלער מגיד אנגעהויבען זאגן די ברכות און אנגעהויבען שופר בלאזען.

אגב א יוד האט מיר פונקט לעצטע וואך דערציילט ווי אזוי ס׳האט אויסגעקוקט ביי די פריעדיגע קראסנע רב ווי ביי די דאווענען פון די הייליגע טעג און דרשות פלעגט זיין א נארמאלע ערשיינונג צי זעהן ווי יודן וויינען זיך אויס. און די אימת הדין האט זיך געשפירט אין די לויפט פון דעם בית המדרש, דער יוד איז א תלמוד חכם זיצט און לערענט און האט אויכעט הוראה מיט שימוש, זאגט ער מיר אז לענ״ד איז דאס וואס ליידער היינט זעהט מען ווייניגער ווי ממש אפאר צענדליג יאר צוירק איז ווייל מיר זענען ליידער אזוי מגושם געווארן אז ס׳איז זייער שווער אזוי צי אריין גיין צי העכערס.

אויכעט האט מיר דער יוד נאך געזאגט א מורא׳דיגע ווארט פון די אלטע קראסנע רב וואס ער האט אזוי אריין געטייטש דעם פסוק וואס מיר זאגן די טעג ביי די סליחות, בשוא גליו אתה תשבחם. האט ער אזוי געזאגט, אז די וויילען פון די ים גייען דיך אראפ און ארויף, און אפי׳ אז ווען זיי גייען צימאל אראפ, און זיי גייען טיף אראפ, גייען זיי אבער נאכאלטס ווייטער צוריק ארויף, און ווען זיי גיין ארויף גייען זיי ארויף גאר הויעך, פלעג ער טייטשן ווען א יוד הייבט זיך אויף אפי׳ ער איז ליידער געפאלן אין צימאל גאר טיף, דארף ער אבער אין די טעג פון ראש השנה זיך צוריק ארויף זיך אויפהייבען אויף ארויף גיין אזוי ווי די וויילען פון די ים און ארויף גיין גאר הויעך, און אפי׳ אז ס׳קען זיין אז ער וועט דערנאך אפשר ליידער דורך אויס די יאר צוירק אראפ פאלן טיף, איז דאס אבער נישט קיין סיבה זיך נישט ארויף צי הייבען גאר הויעך, אזוי ווי די וויילען טוהן און הייבן זיך אויף גאר הויעך אפי׳ אויב זיי פאלן דערנאך אראפ גאר טיף, און אז א יוד טוט אזוי, אז ער הייבט זיך אויף די טעג ווי די וויילען, און ס׳איז בשוא גליו, דעמאלטס איז עס אויכעט דעמאלטס ביי אייבערשטען, אתה תשבחם, די באשעפער איז זיך ווי כביכול מתפאר און משבח מיט דעם יוד, און וועט אויף איהם ארויף ברענגען א גוט זיס און לעכטיג יאר!

לפי דרכינו האב איך אמאל אני הקטן געטראכט צי זאגן אפשר פשט פארוואס די שטן ווערט אזוי מבלבל פון די שופר בלאזן, ווי די גמרא זאגט, למה תוקעין ומריעין כשהן יושבין, ותוקעין ומריעין כשהן עומדין? כדי לערבב השטן? נאר וואס דעם קען זיין לפי דברינו, אז וויבאלד די שופר ווייזט דאך אויף די חרטה און קבלה אויף תשובה און תיקון המעשים פון אידישע קינדער, און דאס איז דיך א זאך וואס ווי געשמיעסט נאר די באשעפער אליינס ווייסט דאס. זעהט דער שטן ווי פליצלינג הייבט מען אן אפ צי ווישן און אוועק ווארפען אלע זיינע פעק מיט עברות וואס ער האט מיט שווערע הארעוואניע זיך ציזאם געזאמעלט און ציזאם געשלעפט מיט עבירות פון אידישע קינדער פון דורך אויס די גאנצע יאר, פליצלינג ווארפט כאפט מען איהם דאס אלטס צי, און מען ווארפט דאס אלטס אוועק, און ער פארשטייט דיך נישט ווייל ער זעהט דאך נישט און פארשטייט נישט וואס ס׳ליגט אונטער די קול פון די שופר און ציבראכען הארץ פון אידישע קינדער, ווערט ער ממילא אויס מענשט (אויס מלאך..) און צומישט און ווייסט נישט ווי אזוי זיך אהין צי טוהן.
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 2:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: חסידות ווינקל: ראש השנה: פארוואס ווערט די שטן אזוי צומישט פון דעם שופר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

הערליך שיין

עס איז דא א הוספה אויף די ווארט לערבב את השטן ווייל רש''י זאגט דארט ווען די שטן זעהט די אידן זענען מחבב די מצוות ווערט ער צו מישט זאגט הגרעק''א ווייל ווען מען איז מחבב איז דאך תשובה מאהבה ווערט דאך אלעס מצוות ממילא איז די שטן צומישט ווייל אויב ער וועט ווייטער ברענגען עבירות וועט דאס דאך אויכעט ווערן מצוות ממילא ווייסט ער נישט וואס צו טוען
אידיאט
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: חסידות ווינקל: ראש השנה: פארוואס ווערט די שטן אזוי צומישט פון דעם שופר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:חסידות ווינקל: ראש השנה: פארוואס ווערט די שטן אזוי צומישט פון די קול פון דעם שופר?

וועל מיר קודם מקדים זיין נאך עטליכע קשיות.

מען זאגט ראש השנה ביים דאווענען כי אתה שומע קול שופר ומאזין תרועה ואין דומה לך, וואס איז פשט אז מען זאגט כביכול א קאמפלעמענט פארן אייבערשטען, אז ער הערט די קול פון די שופר, און נאך מער פון דעם, אז ער איז א מאזין תרועה, אויף אזוי ווייט אז ואין דומה לך, קיינער הערט נישט אזוי גוט די קול פון די תרועה ווי דיר באשעפער, וואס איז פשט פון דעם? א יעדע בשר ודם הערט די קול פון די שופר, וואס הערט די באשעפער מער ווי אונז הער מיר עס?

דערנאך גייט מען זאגן ביפאר מוסיף, פארן שופר בלאזען, עלה אלוקים בתרועה השם בקול שופר, דארף מען פארשטיין פארוואס אנהייב הייבט מען אן מיט אלוקים וואס ווייזט אויף די מידת הדין, און דערנאך גייט מען גלייך אריבער אין דעם זעלבען פסוק גופא, צי די צידה פון רחמים, ווי מען זאגט ״השם״ בקול שופר?

איז אזוי. ס׳וואויל באקאנט די טעם פון די רמב״ם פארוואס די תורה האט אונז געגעבן די הייליגע מצוה פון שופר בלאזען אין ראש השנה, ווי די רמב״ם איז מסביר די טעם המצוה, אז ס׳קומט אויף צי וועקן דעם מענשט צי תשובה און תיקן המעשים, ווי ס׳איז גוט באקאנט זיין לשון אזוי ווי ער שרייבט, עורו ישנים משנתכם והקיצו מתרדמתכם, די שופר איז ווי א wake up call וואס ריפט אונז אידישע קינדער צי תשובה און תיקן המעשים.

אבער דא קומט די סלאמנעמער אין זיין ספר נתיבות שלום, און די זעלבע געדאנק וועל מער אויך שפעטער ברענגען פון רבי אהרן טשנאבלער, וואס זיי לערנען אונז נאך א טעם אין דעם שופר בלאזן, זאגענדיג אז ס׳קומט צי דערציילן און ארויס ברענגען פארן אייבערשטען די ציבראכענע הארץ און חרטה וואס אידישע קינדער האבן די טעג. אויף ווי אזוי זייער פריעדיגע יאר האט ליידער אויסגעקוקט, און ווי זייער ציבראכען הארץ ווייזט אויכעט אויף זייערע רצון און קבלה אויף דעם נייען יאר אז ס׳זאל זיין ווי ס׳דארף צי זיין.

די סלאנעמער איז מסביר: אז מיט שפראך קען נאר א מענשט זיך מסביר זיין ביז א געוויסע דרגה, ס׳איז אבער דא א פלאץ ווי מיט רעדן קען מען זיך שוין מער נישט מסביר זיין, און דא דארף מען שוין ניצען טרערן און וויינען זיך צי מסביר זיין. די זעלבע זאגט ער איז די קול פון דעם שופר און בפרט דעם ״תרועה״ ווי די גמרא לערנט ארויס די תרועה פון די געוויין פון די מאמע פון סיסרא, זעה מיר דיך אז א תרועה איז א קול וואס דערציילט עפעס טיפער פון וואס מען קען מסביר זיין און ארויס זאגן מיט די מויל. וואס דאס איז טרערן.

דערפאר זאגט די סלאנעמער הפלא ופלא אז תרועה איז נישט נאר א לשון פון וויינען נאר אויכעט א לשון פון רעות, אזוי ווי ס׳שטייט אין פרשת בלק, ותרועת מלך בו, און ווי רשי׳ איז דארט מסביר אויפען פלאץ אז דאס איז א לשון פון חבר׳שאפט, וואס כביכול אידישע קינדער האבן א חבר׳שאפט מיטן אייבערשטען, איז דאך הפלא ופלא זאגט די סלאנעמער אז די תרועה האט אין זיך די ביידע זאכן ווייל די צוויי זאכן גייען ציזאמען, דורך די תרועה און ציבראכען הארץ פון אידישע קינדער, ווערט די רעות וואס אידישע קינדער האבן כביכול מיטן אייבערשטען.

די אור המאיר רעדט אויף חודש אלול איז ער מאריך פארוואס די טעג ווערן אנגעריפען ימי רחמים והרצון, שרייבט ער דארט מורא׳דיגע ווערטער אז אין די טעג געבט די אייבערשטער אריין פאר א יעדע יוד א רצון פאר תשובה און תיקן המעשים, ער שרייבט דארט אז איינער וואס האט נישט אין די טעג פון אלול קיין רצון פאר תשובה און תיקן המעשים זענען זיינע עלטערן נישט פון זרע ישראל, און דערפאר הייסן די טעג ימי רחמים והרצון זאגט ער, ווייל ס׳איז די טעג וואס די באשעפער האט רחמניות אויף אונז אידישע קינדער און געבט אונז אריין א רצון פאר תשובה און תיקן המעשים וואס דאס איז די גרעסטע רחמים וואס ס׳קען נאר זיין!

ממילא איז צוריק מיט דעם די סלאנעמער מסביר, פשט אין דעם וואס מיר האבן געפרעגט פשט אין דעם וואס מיר זאג מיר, כי אתה שומע קול שופר ומאזין תרועה ואין דומה לך, זאגט ער אז הערן די פשוטע קול פונעם שופר און די קול פון די תרועה, דאס קענען מיר בשר ודם אויכעט הערן, אבער צי קענען הערן וואס ס׳ליגט אונטער דעם קול פון דעם שופר, און צי קענען פארשטיין וואס ס׳ליגט אונטער דעם תרועה פון א יעדע יוד באזינדער, דאס קען שוין נאר דער אייבערשטער אליינס!

פאר אונז סאטמערע יודן האב איך פונקט געזעהן, ס׳קומט ארויס אין די בתי מדרשים דרשות מיט די לשון פון די רבי זי״ע דרשות, האב איך פונקט געזעהן דארט דעם פאריגען שבת א דרשה פונעם רבי׳ן ווי ער רעדט דארט איבער די סליחות און תחינות און פיוטים וואס מיר זאגן די טעג, זאגט דארט די רבי בערך דעם לשון, אז די סליחות איז דער עיקר עס צי זאגן מיט א ציבראכענעם הארץ, ווייל דאס מאכט א רעש אין אלע עולמות! נאך אזאלכע וועטער האט זיך מיר דעם א׳ סליחות זיך אינגאצען אנדערש געזאגט ווי די אלע פריעדיגע יארן, ווי איך געדענק נישט אזא התעוררות וואס איך זאל האבן געהאט סיי וואספארע פריעדיגע יאר ביי א׳ סליחות ווי היי יאר. און איך מיין אז די רבי מיינט דא די זעלבע געדאנק וואס מיר שמיעס מיר, אז די באשעפער ווארט צי זעהן די הארץ, און די חרטה און די קבלה וואס ס׳ליגט אין די ציבראכענע אידישע הארץ, ווען ער זאגט די סליחות וואס דאס רעש׳ט ממילא אויף אלע עולמות!

הרה״צ רבי מיילך בידערמאן דערציילט די לעצטע פאר יאר די מעשה וואס ער האט אליינס געהערט פון א עלטערע יוד אין ירושלים. מיטן נאמען אייזענבאך וואס דער יוד איז אליינס געווען ראש השנה ביי רבי אהרן טשענאבלער און מיט געהאלטען און דערציילט די פאלגענדע סיפור. אגב די משעה האט אביסעל מער פרטים אבער איך גיי עס מאכן אביסעל מער בקיצור.

הכלל איז דער יוד אייזעבאך געווען א יונגעל און וויבאלד ס׳געווען א ריזיגען ציבור ראש השנה אין בהמ״ד (ווי גרויס אימער די שוהל איז נאר געווען.) האט ער גע׳חלש׳ט פון גרויס שטיפעניש האט מען איהם ממילא צי געטראגען גלייך לעבן די טשענאבלער וואס דארט האט ער געהאט אביסעל מער פלאץ כדי צי קענען אטעמען און ממילא האט ער גוט געהערט די תורה וואס די צדיק האט געזאגט יענעם יאר.

ס׳געווען גלייך פאר די שופר בלאזען די בית המדרש איז געווען געפאקט און מען האט אויכעט געניצט א באלקאני וואס האט געהאט א פענסטער פונקט העכער די בימה וואס דארט איז געשטאנען רבי אהרן טשענאבלער, די בית המדרש איז געווען שטיל אלע מתפללים זענען געשטאנען מיט זייער טלתים איבער געדעקט און די צדיק האט אנגעפאנגען צי זאגן די תקועות שופר דרשה, בעת וואס עטליכע שופרות זענען פארענט פון איהם צי די האנט, און ער האט אזוי אנגעהויבען. עלה אלוקים בתרועה השם בקול שופר, עלה אלוקים בתרועה, איז דיך מידת הדין, פארוואס טוישט מען איבער תיקף דערנאך צי די מידה פון רחמים, ווי מען פירט אויס השם בקול שופר? נאר וואס דען, די שופר גייט דאך ארויף אויף די ציבראכען הארץ פון אידישע קינדער וואס זענען פוהל מיט חרטה על העבר און קבלה על העתיד, און טוהן תשובה און זענען מתקן זייערע מעשים, ווערט דאך ממילא מיט דעם קול פון דעם שופר איבער געדרייט די מידת הדין רח״ל צי מידת הרחמים, ממילא זאגט מען שוין זייער גוט גלייך תיקף דערנאך אינעם זעלבען פסוק, השם בקול שופר וואס דער השם וויזט דאך אויף די מידת הרחמים, ווייל אויב ס׳איז עלה אלוקים בתרועה, אז יודן האבן א ציבראכענע הארץ פארן אייבערשטען, ווערט גלייך, השם, די מידה פון רחמים, בקול שופר, דורך די קול פון דעם שופר!

און די טשענאבלער האט נאכן זאגן דעם ווארט, אנגעהויבען צו קלאפן אויפן טיש, יודן לאמיר זיך צוברעכען די הארץ פארן אייבערשטען, לאמיר זיך צוברעכען פאר די אייבערשטען? מיט א אמת׳ע חרטה און קבלה על העתיד, אזוי וועט מען ברענגען א יאר פוהל מיט בלויז חסד און רחמים און וועט איבער דרייען די מידת הדין, צי מידת רחמים! און דער יוד האט דערציילט פאר הרה״צ רבי מיילך? ווי ס׳איז גערינען טייכען טרערן פון די באלקעני, אז סיי ער און סיי די בימה מיט די שופרות זענען נאס געווארן פון טרערן, און אזוי האט די טשענאבלער מגיד אנגעהויבען זאגן די ברכות און אנגעהויבען שופר בלאזען.

אגב א יוד האט מיר פונקט לעצטע וואך דערציילט ווי אזוי ס׳האט אויסגעקוקט ביי די פריעדיגע קראסנע רב ווי ביי די דאווענען פון די הייליגע טעג און דרשות פלעגט זיין א נארמאלע ערשיינונג צי זעהן ווי יודן וויינען זיך אויס. און די אימת הדין האט זיך געשפירט אין די לויפען פון דעם בית המדרש, דער יוד איז א תלמוד חכם זיצט און לערענט און האט אויכעט הוראה מיט שימוש, זאגט ער מיר אז לענ״ד איז דאס וואס ליידער היינט זעהט מען ווייניגער ווי ממש אפאר צענדליג יאר צוירק איז ווייל מיר זענען ליידער אזוי מגושם געווארן אז ס׳איז זייער שווער אזוי צי אריין גיין צי העכערס.

אויכעט האט מיר דער יוד נאך געזאגט א מורא׳דיגע ווארט פון די אלטע קראסנע רב וואס ער האט אזוי אריין געטייטש דעם פסוק וואס מיר זאגן די טעג ביי די סליחות, בשוא גליו אתה תשבחם. האט ער אזוי געזאגט, אז די וויילען פון די ים גייען דיך אראפ און ארויף, און אפי׳ אז ווען זיי גייען צימאל אראפ, און זיי גייען טיף אראפ, גייען זיי אבער נאכאלטס ווייטער צוירק ארויף, און ווען זיי גיין ארויף גייען זיי ארויף גאר הויעך, פלעג ער טייטשן ווען א יוד הייבט זיך אויף אפי׳ ער איז ליידער געפאלן אין צימאל גאר טיף, דארף ער אבער אין די טעג פון ראש השנה זיך צוירק ארויף זיך אויפהייבען אויף ארויף גיין אזוי ווי די וויילען פון די ים און ארויף גיין גאר הויעך, און אפי׳ אז ס׳קען זיין אז ער וועט דערנאך אפשר ליידער דורך אויס די יאר צוירק אראפ פאלן טיף, איז דאס אבער נישט קיין סיבה זיך נישט ארויף צי הייבען גאר הויעך, אזוי ווי די וויילען טוהן און הייבן זיך אויף גאר הויעך אפי׳ אויב זיי פאלן דערנאך אראפ גאר טיף, און אז א יוד טוט אזוי, אז ער הייבט זיך אויף די טעג ווי די וויילען, און ס׳איז בשוא גליו, דעמאלטס איז עס אויכעט דעמאלטס ביי אייבערשטען, אתה תשבחם, די באשעפער איז זיך ווי כביכול מתפאר און משבח מיט דעם יוד, און וועט אויף איהם ארויף ברענגען א גוט זיס און לעכטיג יאר!

לפי דרכינו האב איך אמאל אני הקטן געטראכט צי זאגן אפשר פשט פארוואס די שטן ווערט אזוי מבלבל פון די שופר בלאזן, ווי די גמרא זאגט, למה תוקעין ומריעין כשהן יושבין, ותוקעין ומריעין כשהן עומדין? כדי לערבב השטן? נאר וואס דעם קען זיין לפי דברינו, אז וויבאלד די שופר ווייזט דאך אויף די חרטה און קבלה אויף תשובה און תיקן המעשים פון אידישע קינדער, און דאס איז דיך א זאך וואס ווי געשמיעסט נאר די באשעפער אליינס ווייסט דאס. זעהט דער שטן ווי פליצלינג הייבט מען אן אפ צי ווישן און אוועק ווארפען אלע זיינע פעק מיט עברות וואס ער האט מיט שווערע הארעוואניע זיך ציזאם געזאמעלט און ציזאם געשלעפט מיט עבירות פון אידישע קינדער פון דורך אויס די גאנצע יאר, פליצלינג ווארפט כאפט מען איהם דאס אלטס צי, און מען ווארפט דאס אלטס אוועק, און ער פארשטייט דיך נישט ווייל ער זעהט דאך נישט און פארשטייט נישט וואס ס׳ליגט אונטער די קול פון די שופר און ציבראכען הארץ פון אידישע קינדער, ווערט ער ממילא אויס מענשט (אויס מלאך..) און צומישט און ווייסט נישט ווי אזוי זיך אהין צי טוהן.

הערליך! יש"כ!
להוסיף נופח. דער אריז"ל זאגט אז מדארף זוך מתוודה זיין ביי די תקיעות, ער פלעגט זיך מתוודה זיין שטיל אן קיין קול נאר מיט די ליפן, די שפעטערע זאגן אז מזאל נאר מהרהר זיין און אפילו נישט מוצא בשפתים זיין. עכ"פ וועט מטוט תשובה אן קיין קול ווייסט נישט דער שטן דערוועגן און ממילה ווערט ער צומישט ווען ער זער סווערט אן התעוררת למעלה ער האט נישט קיין אנונג פארואאס.
מזאל מיר האבן די זכייה זיך צו קענען עפענען דאס הארץ און זיס אויסגיסען פארן אייבירשטען. צו קענען ווערן דערהויבן און הייליג זוכה צו קרבת אלהים לי טוב.
כתיבה וחתימה טובה.
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: חסידות ווינקל: ראש השנה: פארוואס ווערט די שטן אזוי צומישט פון דעם שופר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

כ'וויל נישט דא מעריך זיין מיט קיין לאנגע תורות אבער כ'האב נעכטן געזעהן א ווארט פונעם תולדות יעקב יוסף בענין זה. ער שטעלט זיך פארוואס די רמב"ם האט משנה געווען פון די טעם וואס די גמרא זאגט אז תקיעות שופר איז כדאי צו צומישען די שטן, און ער זאגט אז די טעם איז צו מעורר זיין לתשובה?
ברענגט ער אן הקדמה פונעם ספר חסד לאברהם (זיידע פונעם חיד"א) אז ער שטעלט זיך בכללות פארוואס העלפט תשובה? א מענטש האט עובר געווען אויף עבירות און רח"ל אנגעפיפן דעם רבוש"ע קומט איהם א שטראף, איז וואס איז פשט אז תשובה העלפט, ער האט דאך אפטגעטוהן וואס ער האט געטוהן?
זאגט ער א חידוש נפלא אז ווען א מענטש טוהט תשובה באמת ווערט די שטן פון דעם אנגעזעצט און ציבראכן, און דאס מאכט אז דער רבוש"ע האט פון דעם א מורא'דיגע שמחה און הנאה, און דער הנאה וועגט איבער פי כמה די צער וואס די רבוש"ע האו געהאט ווען די איד האט געטוהן די עבירה, און ממילא פארדעם העלפט תשובה.
זאגט דער תולדות אז דאס איז פשט: די רמב"ם האט נישט משנה געווען פון די טעם פון די גמרא, ער האט עס נאר מסביר געווען. די גמרא זאגט אז תקיעות שופר מאכט צומישט די שטן, אויף דעם זאגט דער רמב"ם: וויאזוי? דורך תשובה בשעת די תקיעות ווערט די שטן אנגעזעצט און צומישט און וועגן דעם העלפט תשובה.
געזעהן און ספר נתיבות קודש פון כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א על ימים נוראים.

כתיבה וחתימה טובה
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: חסידות ווינקל: ראש השנה: פארוואס ווערט די שטן אזוי צומישט פון דעם שופר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:\
לפי דרכינו האב איך אמאל אני הקטן געטראכט צי זאגן אפשר פשט פארוואס די שטן ווערט אזוי מבלבל פון די שופר בלאזן, ווי די גמרא זאגט, למה תוקעין ומריעין כשהן יושבין, ותוקעין ומריעין כשהן עומדין? כדי לערבב השטן? נאר וואס דעם קען זיין לפי דברינו, אז וויבאלד די שופר ווייזט דאך אויף די חרטה און קבלה אויף תשובה און תיקון המעשים פון אידישע קינדער, און דאס איז דיך א זאך וואס ווי געשמיעסט נאר די באשעפער אליינס ווייסט דאס. זעהט דער שטן ווי פליצלינג הייבט מען אן אפ צי ווישן און אוועק ווארפען אלע זיינע פעק מיט עברות וואס ער האט מיט שווערע הארעוואניע זיך ציזאם געזאמעלט און ציזאם געשלעפט מיט עבירות פון אידישע קינדער פון דורך אויס די גאנצע יאר, פליצלינג ווארפט כאפט מען איהם דאס אלטס צי, און מען ווארפט דאס אלטס אוועק, און ער פארשטייט דיך נישט ווייל ער זעהט דאך נישט און פארשטייט נישט וואס ס׳ליגט אונטער די קול פון די שופר און ציבראכען הארץ פון אידישע קינדער, ווערט ער ממילא אויס מענשט (אויס מלאך..) און צומישט און ווייסט נישט ווי אזוי זיך אהין צי טוהן.

https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=44

זע דא וואס דער ליובאוויטשער רבי זי"ע זאגט וועגן דעם
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: חסידות ווינקל: ראש השנה: פארוואס ווערט די שטן אזוי צומישט פון דעם שופר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ארויף, פאר ווער ס׳האט עס נאכנישט געזעהן און זיכט זיך אן צי ווארעמען אויף ראש השנה.

יש״כ אלע באדאנקערס און ווערטער צי געבערס.

א גוט געבענטשט יאר.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: חסידות ווינקל: ראש השנה: פארוואס ווערט די שטן אזוי צומישט פון דעם שופר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:ארויף.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: חסידות ווינקל: ראש השנה: פארוואס ווערט די שטן אזוי צומישט פון דעם שופר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 22, 2021 8:10 pm
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
ארויף.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”