שיעורי בני יששכר לחנוכה ע"י כאניש - צוגעלייגט: אלע שיעורים אויף PDF

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

שיעורי בני יששכר לחנוכה ע"י כאניש - צוגעלייגט: אלע שיעורים אויף PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

בס"ד

פאלגענד וועלן מיר ציטירן די הערליכע שיעורים וואס ידידינו וידיד כל באי העול"ם האברך החשוב ירא ושלם מוה"ר המכונה כאניש-וואס-צו-טון שליט"א טוט פארלערנען במתק לשונו בעט סופר מאי"ר אין א שטילע ווינקל ערגעצוואו, היות יענע שיעורים זענען איינגעבינדן בתוך שאר תגובות נלהבות בענין הכנה לחנוכה אויף א געשמאקע פארנעם, ווי אויך קומט עס נישט ארויף ביי אקטיווע, טוען מיר פארשטעלן דעם אשכול אין "ידיעות התורה - מועד במועדו" ליהנות בהם בני אדם, להלהיב את הלב לקראת יומין דחנוכה הבעל"ט.


כאניש וואס צו טון האט געשריבן:דער הייליגער בני יששכר, דער רבי ר' הערש (אלי)מלך זי"ע, האט געזאגט אויף זיך אז ער שטאמט פון שבט יששכר,
היות ער שפירט גאר א ספעציעלער קשר מיט דעם הייליגן יו"ט חנוכה, און די סנהדרין וועלכע האבן געלעבט בימים ההם, און האבן קובע געווען די ימי החנוכה זענען געווען מבני יששכר, דאס איז פשט 'בני בינה ימי שמונה קבעו שיר ורננים', - די סנהדרין פון שבט יששכר וואס ס'שטייט אויף זיי 'בני יששכר יודעי בינה לעתים',
און געבויעט אויף דעם האט ער א נאמען געגעבן דעם הייליגן ספר 'בני יששכר'
און טאקע אויף חנוכה האט ער גאר אסאך, און גאר שעהנע און דערהויבענע מאמרים.

פון די ערשטע יסודות וואס דער הייליגער בני יששכר שטעלט אראפ איז, אז יעדעס יאר אין די ליכטיגע נעכט פון חנוכה קומט אראפ א אור פון דעם אור הגנוז!
אי"ה מארגן וועלן מיר פראבירן אריינצוגיין אין וויאזוי און אויף וואס דער יסוד איז געבויעט.
לעצט פארראכטן דורך זאג א גוטס אום דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 11:20 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה - ע"י ר' @כאניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:דער הייליגער בני יששכר, שטעלט אראפ א שטארקע יסוד, א יסוד וואס איז נוגע פאר אלע ימים טובים,
ער הייבט אן מיט א קשיא פארוואס געוויסע נסים וואס האבן פאסירט מיט כלל ישראל האט מען קובע געווען יום טוב, א שטייגער די נס חנוכה, די נס פורים, יציאת מצרים, קריאת ים סוף, וכו'.
און געוויסע נסים דערמאנט מען פסח ביינאכט אין די מזמורים, אבער מ'האט נישט קובע געווען קיין באזונדערע יום טוב פאר דעם נס.

אויך שטעלט ער זיך אויף דעם לשון אין גמרא 'לשנה אחרת קבעם בהלל ובהודאה' פארוואס האט מען געווארט אויף לשנה אחרת צו קובע זיין דעם יו"ט?

נאר זאגט דער הייליגער בני יששכר, אז יעדע נס, וואס די חכמים האבן געזעהן אז יעדעס יאר קומט נאכאמאל אראפ די השפעה בימים ההם בזמן הזה, האבן זיי קובע געווען א יו"ט לדורות, משא"כ די נסים וואס זענען נאר געווען לשעתם, האט מען נישט קובע געווען קיין יו"ט לדורות.

זאגט דער הייליגער בני יששכר, כלל ישראל בימים ההם איז געשטאנען ביי די תקופה וואס האט זיך געענדיגט די נבואה,
די אור פון נבואה האט זיך דאן געענדיגט,
נו אז ס'דא א הפסקת האור, איז געקומען א נייע אור,
דער נייע אור וואס איז געקומען איז געווען פון א גרעסערע אור, די אור הגנוז וואס איז נגנז בתורה, דאס איז די אור החכמה.

ס'באקאנט די גמ' אין מגילה, דניאל מיט חנניה מישאל ועזריה, זאגט די גמ', דניאל איז נישט געווען קיין נביא, נאר א חכם, און חכם איז עדיף מנביא,
די אור הכחמה איז גרעסער ווי די אור פון נביאה,
קיין איין נביא האט נישט געוויסט ווען ס'איז די קץ משיחה, נאר דניאל ווי די גמ' זאגט דארט אז פארדעם איז נישטא קיין תרגום אויף דניאל 'דאית ביה קץ משיחה',
די אור פון משיח איז די אור החכמה, די אור הגנוז בתורה, וואס איז עדיף מנביא.

פון דעם אור האט די מנורה געברענט די אכט טעג, און לשנה אחרת ווען די חכמים האבן געזעהן אז די השפעה קומט נאכאמאל אראפ, האבן זיי דערפון פארשטאנען אז מ'דארף קובע זיין בהלל ובהודאה לדורות.

דער בני יששכר גייט נאך ווייטער, און ער פארענטפערט מיט דעם דעם בית יוסף'ס קשיא,
דער בית יוסף פרעגט דאך פארוואס די ערשטע טאג איז א יו"ט בעת ס'נישט געווען קיין נס,
זאגט דער בני יששכר אז די חכמים האבן געזעהן אז די השפעה און די אור פון דעם אור הגנוז קומט אראפ יעדעס יאר די גאנצע אכט טעג, במילא איז נישט קיין קשיא פארוואס זיי האבן קובע געווען 8 טעג...

עכ"פ פון זעהט מען אז אין די ימי החנוכה שיינט יעדעס יאר פון פריש אויף די אור הגנוז אויף כלל ישראל,
און דער בני יששכר זאגט טאקע אז פארדעם הייסט די יו"ט חנוכה, ווייל דאס איז ווי א חינוך צו מחנך זיין כלל ישראל וויאזוי צו נהנה זיין פון דעם אור הגנוז אורו של משיח.

אי"ה מארגן העמער ממשך זיין א שיינע רמז פון יעקב אבינו פרשת וישלח אויף די גאנצע ענין פון די אור הגנוז אין חנוכה.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה - ע"י ר' @כאניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ס'איז באקאנט אז די פרשה פון יעקב אבינו, אין פרשת בשלח, איז - ווי גאנץ סדר בראשית - א מעשה אבות סימן לבנים,
און דארט איז מרומז דער נס חנוכה,
ווי ספה"ק שרייבן אויפן פסוק וַיִּקָחֵם וַיַעֲבִרֵם אֶת הַנָחַל נחל איז ר"ת להדליק נר חנוכה,
אויך די פחים קטנים איז א רמז אויף די פח שמן.

דער הייליגער בני יששכר זאגט גאר א שעהנע רמז אין דעם פרשה,
מיר ווייסן, אלע ימים טובים זאגן מיר הלל, חנוכה איז דער איינציגסטער יום טוב וואס איז נקבע געווארן בהלל ובהודאה, להודות ולהלל,
דאס ענין פון 'הודאה' אלס א הוספה צו די געווענטליכע 'הלל' איז נאר דא ביי חנוכה,

און דער הייליגער בני יששכר איז דאס מסבר, לויט ווי שוין דערמאנט, אז דער אור פון חנוכה איז געקומען צו פארפילן דעם חסרון פון כלל ישראל מיטן הפסקת הנביאה,
נביאה קומט פון ספירת הוד, ווי מ'זאגט אין דעם פיוט א'ל מסתתר ביים שטיקל פון ספירות הוד 'מימין ומשמאל יניקת הנביאים נצח והוד מהם נמצאים',
אויך אהרן הכהן - דער 5טער פון די אישפוזין - וועלכע איז קעגן ספירות הוד, שטייט אין פסוק וְאַהֲרֹן אָחִיךָ יִהְיֶה נְבִיאֶךָ
במילא, אין די ימי החנוכה, ווען עס קומט נאכאמאל אראפ דעם אור, זענען מיר עוסק בהלל ובהודאה צו מתקן זיין דעם פגם אין ספירת הוד.

ס'איז ידוע דאס ענין פון 'מבשרי אחזה אלו-ה' די ספירות זענען מכוון קעגן די איברי האדם,
דער רעכטער ארעם איז קעגן חסד,
דער לינקער ארעם איז קעגן גבורה,
דער חוט השדרה איז קעגן תפארת,
דער שוק הימין איז קעגן נצח,
דער שוק השמאל איז קעגן הוד.

זאגט דער הייליגער בני יששכר,
דער שר פון עשיו, וועלכע האט זיך געאמפערט מיט יעקב אבינו, האט געוואלט צוברענגען יעקב אבינו צו א פגם רח"ל,
יעקב אבינו האט זיך גובר געווען אויף איהם, אבער ער האט דאך מצליח געווען צו שעדיגן יעקב אבינו, וְהוּא צֹלֵעַ עַל יְרֵכוֹ, ביי דעם גיד הנשה, דער שוק השמאלית, וועלכע איז קעגן ספירות הוד,
און דאס האט גורם געווען פאר כלל ישראל בזמן בית שני דעם פגם אין מדות הוד, און די הפסקת הנביאה,

וואס איז געווען דער תיקון און דער רפואה?
שטייט דארט אין פסוק וַיִזְרַח לוֹ הַשֶׁמֶשׁ און רש"י אויפן פלאץ זאגט אז דער אייבירשטער האט געשיינט דעם זין ספעציעל פאר יעקב אבינו איהם צו אויסהיילן,
וועלכע זין איז דאס געווען?
דער זין וועלכע וועט נתגלה ווערן לעתיד לבא, ווי ס'שטייט וְזָרְחָה לָכֶם יִרְאֵי שְׁמִי שֶׁמֶשׁ צְדָקָה וּמַרְפֵּא בְּכַנְפֶיהָ, דאס איז דער זין וואס האט געשיינט די ערשטע 36 שעה און איז נגנז געווארן פאר צדיקים לעתיל לבא,
דאס איז א רמז און א מעשה אבות סימן לבנים אז בימי מתתיהו, ווען כלל ישראל וועט זיין אין דעם מצב, וועט דער הייליגער באשעפער שיינען מיטן אור הגנוז, און ברענגען א תיקון צו דעם פגם.

קומט אויס לויט דעם, און לויט ווי דער הייליגער בני יששכר האט אראפגעשטעלט דעם יסוד אז יעדעס יאר קומט נאכאמאל אראפ דעם אור,
און ער ברענגט נאך פונעם הייליגן ר' פנחס'ל קארעצער אז דער אור קומט אראפ בשעת'ן אנצינדן די הייליגע נעכט,
אז ווען א יוד צינדט אן די הייליגע לעכט, אין די הייליגע נעכט, שיינט דער הייליגער באשעפער אויף איהם מיט דעם זין און מיט דעם אור הגנוז,
מיט וועלכע ער האט געשיינט אויף יעקב אבינו, און האט געשיינט אויף אונזערע עלטערן בימים ההם בזמן הזה,
און דאס דינט פאר אונז ווי א חינוך, מיר זאלן קענען נהנה זיין פון דעם אור - אורו של משיח - לעתיד לבא (חנוכה מלשון חינוך)
און דער אור איז משפיע רפואות פאר אלע חולאים, און איז משפיע חכמת התורה!

זאלן מיר אלע זוכה זיין זיך צו מדבק זיין אין דעם אור!
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה - ע"י ר' @כאניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

סאכדעס האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ס'איז באקאנט אז די פרשה פון יעקב אבינו,
וכו'
זאלן מיר אלע זוכה זיין זיך צו מדבק זיין אין דעם אור!

Wow wow נישטא קיין ווערטער, ס'אט זיך געלוינט אריינצופאלן דא דאס צו לייענען. יאשר כוח.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה - ע"י ר' @כאניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:דער הייליגער בני יששכר ברענגט נאך פון ר' פנחס'ל קארעצער, אז די ל"ו נרות זענען קעגן די ל"ו שעות וואס די אור הגנוז האט משמש געווען ביי בריאת העולם,
דאס איז אויך מרומז אין די 36 מאל וואס ס'ווערט דערמאנט די ווארט 'אור' און 'מאורות' אין פרשת בראשית,
ר' פנחס'ל לייגט נאך צו, אז דער אור הגנוז אידאך נגנז געווארן אין די תורה, איז טאקע קעגן דעם דא 36 מסכת אין ש"ס,
(און ער שרייבט טאקע מ'זאל יעדן טאג פון חנוכה לערנען עפעס פון די מס' וואס איז קעגן די לעכט פון יענע נאכט, די ערשטע נאכט ברכות, די צווייטע נאכט שבת און ערובין, אאוו).

דער הייליגער זוהר ברענגט, ר' יחזקי' פרעגט, וואס וועט זיין מיט די גופים, וואס זייערע נשמות זענען מגולגל געווארן אין אראפגעקומען נאכאמאל מיט א נייע גוף, בשעת תחיית המתים?
מיט וועלכע נשמות וועלן זיי אויפלעבן?

אמר ר' יוסי, אז די גופים וועלכע האבן נישט מצליח געווען צו משלים זיין די תיקון פון זייערע נשמות וועלן נישט אויפשטיין לתחי', און די נשמות וועלן נאר אריינגיין אין דעם גוף וואס האט משלים געווען זייער תיקון.

קומט אבער ר' יצחק און זאגט, דער הייליגער באשעפער וועט אנגרייטן פאר אלע גופים, אפי' די וועלכע האבן נישט משלים געווען דעם תיקון פון זייערע נשמות, א נייע נשמה פון דעם אור הגנוז, און אויב וועלן זיי זוכה זיין וועלן זיי מיט דעם נייעם נשמה אויפשטיין תחיית המתים.

פרעגט דער הייליגער בני יששכר, מיט וואס וועלן די גופים זוכה זיין צו אויפשטיין מיט דעם נייעם נשמה? מ'רעדט דאך פון אזעלכע גופים וועלכע האבן נישט משלים געווען זייער נשמה, נו וואס הייסט 'אויב זיי וועלן זוכה זיין?

זאגט דער הייליגער בני יששכר, אויב דער גוף האט בחייו מקיים געווען די מצווה פון נר חנוכה, וועלכע ברענגט אראפ א אור פון דעם אור הגנוז, וועט ער זוכה זיין צו א נייע נשמה פון דעם אור,
און אפי' אויב ער האט נישט מצליח געווען צו משלים זיין דעם תיקון פון זיין נשמה, וועט ער עכ"ז יא אויפשטיין לתחי'!

(מיט דעם קען מען לכאורה געבן א טעם פאר די סעודה וואס מ'מאכט חנוכה,
באמת ווייסן מיר דאך אז חנוכה איז א יו"ט פאר די נשמה, די יוונים האבן נאר געוואלט 'להשכיחם תורתיך', אבער די גופים האבן זיי נישט געטשעפעט, און די נס איז אויך נאר א רוחניות'דיגער, (משא"כ פורים איז פארקערט).

אבער מיט דעם קען מען פארשטיין, די נשמה וועט דאך זיכער אויפשטיין לתחי', די שאלה איז נאר אויב דער גוף וועט משלים זיין די נשמה און אויך אויפשטיין, אדער וועט די נשמה נאך דארפן מגולגל ווערן, און נאר די נייע גוף וועט אויפשטיין,
אבער חנוכה, ווען מ'צינדט אן דעם אור הגנוז, וואס דער בני יששכר שרייבט אז מיט דעם באקומט דער גוף אויך א גאראנטי אז ער וועט אויפשטיין לתחי', אידאך א יו"ט פאר'ן גוף,
פארדעם מאכט מען א סעודה חנוכה...)
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה - ע"י ר' @כאניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

שטומפיג האט געשריבן:WOW! עכטע אורות! שכח פארן אנווארעמען.
(איך ווייס נישט פארוואס דו האסט געשריבן די לעצטע חלק איינגערינגלט, ס'איז א הערליך שטיקל און כדאי לעצמו)
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה - ע"י ר' @כאניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וְאֶת יְהוּדָה שָׁלַח לְפָנָיו אֶל יוֹסֵף לְהוֹרֹת לְפָנָיו גֹּשְׁנָה
שטעלט זיך דער הייליגער בני יששכר אויף עטליכע זאכן.

א. פארוואס האט ער געשיקט דווקא יהודה צו יוסף?
ב. וואס איז פשט פון 'לְהוֹרֹת לְפָנָיו'?
ג. פארוואס שטייט 'גֹּשְׁנָה' און נישט 'לגשן'?

דער הייליגער בני יששכר ברענגט נאך פונעם הייליגן מהר"ל אין גור ארי',
די ד' מלכיות צו וועלכע מיר זענען פארקנעכטעט אין גלות זענען מנוגד קעגן די ד' אותיות פונעם שם ה'ו'י'ה,
מיר יודן זענען דבוק אינעם שם ה'ו'י'ה 'וְאַתֶּם הַדְּבֵקִים בַּי'ה'וָ'ה אֱלֹהֵיכֶם' און אונזער ציל איז צו מאחד זיין די ד' אותיות,
די מלכיות וועלכע האלטן אונז צישפרייט בד' כנפות הארץ זענען גורם א פירוד אין די ד' אותיות.

גלות מצרים איז געווען ווי א גלות שרשי פאר אלע ד' מלכיות, זיי זענען געווען מנוגד צו דעם קוצו של יוד וועלכע איז דער שורש פון אלע ד' אותיות, 'וַיָּקֻצוּ מִפְּנֵי בְּנֵי יִשְׂרָאֵל',
און דאס איז מרומז אין פסוק 'וַיְהִי בַיָּמִים הָרַבִּים הָהֵם וַיָּמָת מֶלֶךְ מִצְרַיִם' רבים איז ר"ת ר'ומי ב'בל י'ון מ'די.

א הקדמה:
דער וועלט באשטייט פון 4 מיני בריאים, דומם צומח חי מדבר,
דער צומח איז אויך דומם, נאר בנוסף האט ער אין זיך א כח הצומח,
דער חי איז אויך א דומם מיט א כח הצומח, נאר בנוסף האט ער אין זיך א חיות,
דער מדבר איז אויך א דומם מיט א כח הצומח מיט א חיות, נאר בנוסף האט ער אין זיך א כח המדבר, וועלכע איז כולל אלע כחות,
קומט אויס אז דער מדבר האט אין זיך אלע 3 כחות, און דער כח המדבר ווערט אנגערופן 'הכל' ווייל ער איז אין זיך כולל אלע כחות.

אין א מענטש אליינס זענען די 4 כחות ציטיילט צווישן גוף (דומם), נפש (צומח), שכל (חי), הכל (דער נשמה וועלכע איז כולל הכל - מדבר).

גלות בבל וועלכע האט מבטל געווען די קרבנות (חורבן בית ראשון) איז מנוגד צום נפש פון כלל ישראל, ווי ס'שטייט וְנֶפֶשׁ כִּי תַקְרִיב קָרְבַּן,
גלות מדי וועלכע האט גוזר געווען להשמיד להרוג ולאבד - אויסצו'הרג'נען די גופים - איז מנוגד צום גוף פון כלל ישראל,
גלות יון וועלכע איז געקומען מיט חכמת חוצוניות און גוזר געווען להשכיחם תורתיך איז מנוגד צום שכל פון כלל ישראל,
גלות רומי (אדום) איז מנוגד צו אלע דריי 'הכל',
צו ערשט האבן זיי אויך מבטל קרבנות - נפש (חורבן בית שני), דערנאך מיט אלע מיני השמדות און גירושים - גוף, דערנאך בימינו אלה (פון דעם בני יששכר) מיט די השכלה - שכל.

ביז אהער פונעם מהר"ל
און קורצן: די ד' מלכיות זענען מנוגד צו די ד' אותיות ה'ו'י'ה, און קעגן די ד' כחות פון כלל ישראל גוף נפש שכל הכל,
מיטן האלטן כלל ישראל - וועלכע איז דבוק צו די שם ה'ו'י'ה - צישפרייט בד' כנפות הארץ זענען זיי גורם א פירוד, כלל ישראל ציעט זיך צו פאראייניגן בקותף אמצעי צו מאחד זיין די ד' אותיות.

זאגט דער הייליגער בני יששכר,
די גאולה שלימה וועט קומען דורך די צווי משיחין, משיח בן יוסף, און משיח בן דוד פון שבט יהודה,
יעצט פאר כלל ישראל איז אריין אין גלות מצרים, די גלות שרשי פון אלע גלות'ן, האט יעקב אבינו געוואלט ווייזן בבחינת מעשה אבות סימן לבנים, וויאזוי די גאולה שלימה וועט זיין,
האט ער געשיקט יהודה - משיח בן דוד, צו יוסף - משיח בן יוסף, פאר א הוראה וויאזוי די גאולה וועט צושטאנד קומען.

דאס איז פשט פארוואס ער האט געשיקט דווקא יהודה צו יוסף,
און דאס מיינט וְאֶת יְהוּדָה שָׁלַח לְפָנָיו אֶל יוֹסֵף לְהוֹרֹת לְפָנָיו, צו זיין א הוראה פאר איהם - ישראל - וויאזוי מ'וועט אויסגעלייזט ווערן,
גֹּשְׁנָ"ה איז ר"ת ג'וף ש'כל נ'פש ה'כל, די ד' מלכיות וועלכע זענען מנוגד צו די ד' כחות פון כלל ישראל,

וְאֶת יְהוּדָה - און יהודה משיח בן דוד, שָׁלַח לְפָנָיו אֶל יוֹסֵף - האט ער געשיקט צו יוסף משיח בן יוסף, לְהוֹרֹת לְפָנָיו - פאר א הוראה פאר כלל ישראל, גֹּשְׁנָה - וויאזוי מ'וועט אויסלייזן די ד' כחות פון די ד' מלכיות וועלכע האלטן זיי צישפרייט בד' כנפות הארץ.

דער בני יששכר איז נאך מוסיף הערליכע רמזים:
משי"ח איז בגימטריא גשנ"ה,
נח"ש (דער כח המנגד צו די שם ה'ו'י'ה וואס גיבט חיות פאר די ד' מלכיות) איז בגימטריא גשנ"ה,
ה'ו'י'ה מֶלֶ"ךְ ה'ו'י'ה מָלָ"ךְ ה'ו'י'ה יִמְלֹ"ךְ איז בגימטריא גשנ"ה,
אלעס גייט צו איין שורש.

יעצט - זאגט דער הייליגער בני יששכר - חנוכה ווען ס'שיינט דער אור הגנוז, דער אור פון די גאולה, איז דער מנהג אז מ'שפילט מיט א דריידל,
א דריידל האט 4 זייטן, די אותיות גשנ"ה (נס גדול היה שם) זענען צישפרייט בד' כנפות, און מגיבט דאס א דריי אויף דעם כותף האמצעי, וואס פאסירט?
די ד' כנפות ווערן בטול... ס'ווערט א מרכז... און די ד' אותיות גשנ"ה וועלכע זענען קעגן די ד' כחות פון כלל ישראל, (און ווי אויסגעשמועסט זענען זיי קעגן די ד' אותיות ה'ו'י'ה) ווערן נתאחד!
א רמז אויף די גאולה שלימה וואס איר אור קומט אראפ חנוכה וועלכע איז א חינוך אויף די גאולה!

דער בני יששכר לייגט נאך צו אז פארדעם איז די מנהג דווקא מיט א שטיקל האלץ, דאס איז מרמז אויף די הפטורה פון פרשת וַיִּגַש אֵלָיו יְהוּדָה, שטייט דארטן וְאַתָּה בֶן אָדָם קַח לְךָ עֵץ אֶחָד וּכְתֹב עָלָיו לִיהוּדָה וְלִבְנֵי יִשְׂרָאֵל חֲבֵרָיו וּלְקַח עֵץ אֶחָד וּכְתוֹב עָלָיו לְיוֹסֵף עֵץ אֶפְרַיִם וְכָל בֵּית יִשְׂרָאֵל חֲבֵרָיו: וְקָרַב אֹתָם אֶחָד אֶל אֶחָד לְךָ לְעֵץ אֶחָד וְהָיוּ לַאֲחָדִים בְּיָדֶךָ: און ווייטער שטייט וְעַבְדִּי דָוִד מֶלֶךְ עֲלֵיהֶם.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה - ע"י ר' @כאניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:בעזהשי"ת

חנוכה איז מתנוצץ אורו של משיח, דער נס מיט די פך שמן און די נס מיט די נר ווייזן אויף די נצחיית פון מלכות בית דוד - משיח בן דוד, דוד מלך ישראל חי וקיים!


ווי שוין ערווענט אין די פריערדיגע מאמרים פון בני יששכר, איז דער רבי ר' הערש (אלי)מלך מגלה אז דער אור וואס האט משפיע געווען דער נס חנוכה במים ההם, קומט אראפ און שפילט זיך איבער און אלע דורות בזמן הזה,
דער אור איז פון די אור הגנוז, וועלכע האט משמש געווען פאר אדם הראשון ל"ו שעות (מרומז אין די 36 מאל וואס ווערט דערמאנט די ווארט או"ר און מאורו"ת אין פרשת בראשית), און איז נגנז געווארן אין די תורה ציטיילט אין ל"ו מסכת הש"ס, דאס איז דער אורו של משיח וואס וועט נתגלה ווערן במיליאו דורך משיח צדקינו במהרה,
דער אור קומט אראפ און די ימי חנוכה דורך די ל"ו נרות און מיט דעם טוט השי"ת מחנך זיין כלל ישראל צו דעם אור אז מיר זאלן זיין געוואוינט דערצו ווען דער צייט וועט קומען און ס'וועט נתגלה ווערן במיליאו,
דער חודש כסלו איז אויך מרמז אז אין דעם חודש שיינט דער אור, כסלו איז נוטריקון כס-ל"ו, כס טייטש באהאלט, ל"ו מיינט דער אור הגנוז כנ"ל.


קומט אויס פון וואס מיר האבן געזעהן ביז אהער אז אין די ימי החנוכה איז מתנוצץ אורו של משיח,
דער הייליגער בני יששכר זאגט טאקע פילע רמזים איבער דעם, איינס האבן מיר שוין נאכגעברענגט, דעם רמז פון משיח בן יוסף מיט משיח בן דוד, די אותיות גשנ"ה אויפן דריידל.

אויף דעם גאנג זאגט דער הייליגער בני יששכר א הערליכע רמז ווי מ'זעהט אז די נס חנוכה איז געווען ווי א הכנה צו די גאולה שלימה בב"א.

[offtopic]הקדמה:

די גאולה שלימה וועט צושטאנד קומען דורך די צווי משיחין, משיח בן יוסף און משיח בן דוד,
משיח בן יוסף וועט צוזאמען נעמען כלל ישראל אלס א פאלק, און דערנאך איבערגעבן די מליכה פאר משיח בן דוד.

(דער הייליגער של"ה הק' רעדט אויך שטארק ארום צו צוען שטריכן פון די נס חנוכה צו די ענין פון די צוויי משיחין, און זאגט אז דאס איז געווען די מחלוקות פון יוסף מיט די שבטים,
יוסף הצדיק האט געוואלט ווערן מלך, כדי צו מאחד זיין אלע שבטים אלס איין פאלק, און דערנאך איבערגעבן די מלוכה פאר יהודה - פון וועם משיח בן דוד שטאמט,
די שבטים האבן אבער פארשטאנען אז ער וויל די מלוכה פאר זיך, אזוי ווי ס'איז געווען מיט ירבעם בן נבט, וועלכע האט געהאט נשמת משיח בן יוסף, און ווי ס'שטייט אז ווען ער וואלט זוכה געווען וואלט ער געברענגט די אתחלתא דגאולה,
נאר למעשה היות ס'נאכנישט געווען די ריכטיגע צייט, איז מעשה שטן הצליח, און ער האט אפגעטיילט די מלוכה פון מלכות בית דוד,
במילא האבן די שבטים איהם פיינט געהאט, נישט וויסנדיג זיין ריינע כוונה, דער של"ה הק' טייטשט דאס אלעס זעהר שעהן אריין אין די פסוקים, ער שרייבט אויך אז יהודה האט חתונה געהאט מיט תמר - פון וועם ס'איז ארויסגעקומען משיח בן דוד - תיכף נאכ'ן פארקויפן יוסף, ווייל פון דעם איז יוסף געווארן מלך, איז דאן אויפגעקומען משיח בן יוסף, האט תיכף דערנאך געדארפט אויפקומען משיח בן דוד).[/offtopic]

שטעלט זיך דער הייליגער בני יששכר אויף די באקאנטע קשיא, די הייליגע חשמונאים זענען געווען כהנים און זיי האבן נישט געשטאמט פון די מלכות בית דוד,
וויאזוי האבן זיי גענומען די מלוכה? מיר ווייסן דאך 'על כסאו לא ישב זר' א מלך ביי כלל ישראל מעג נאר זיין מזרעו של דוד?

ס'שטייט און גמ' מסכת מגילה דוד ושלמה שנמשחו בקרן נמשכה מלכותן שאול ויהוא שנמשחו בפך לא נמשכה מלכותן, זאגט דער בני יששכר, דארט איז אויך געווען די ענין פון די תרין משיחין,
די גמ' זאגט דאך אז יונתן בן שאול האט געהאט נשמת משיח בן יוסף,
איז שאול מיט יהוא, זענען געזאלבט געווארן מיט א פך, האט זייער מלוכה נישט געהאט קיין קיום, דוד ושלמה זענען געזאלבט געווארן מיט א קרן, האט זייער מלוכה יא געהאט א קיום,
דער בני יששכר לייגט צו א רמז, פ"ך איז בגימטריא ימל"ך, קר"ן איז בגימטריא ימל"ך לעל"ם וע"ד,
אויך זאגט דער בני יששכר, אז מסתם האט מען געזאלבט דוד מיט א קרן השור, עיקר שבח קרן הוא בשור,
קומט אויס אז פך איז מרמז אויף משיח בן יוסף, קרן איז מרמז אויף משיח בן דוד.

ס'שטייט אין ילקוט שמעוני, כשכפרו ישראל במלכות בית דוד היה כעין כפירה באלקית, און ווען משיח וועט קומען שטייט וּבִקְשׁוּ אֶת ה' אֱלֹהֵיהֶם וְאֵת דָּוִיד מַלְכָּם, די מלוכה פון דוד המלך איז א מרכבה צו מלכות שמים,
די יוונים האבן געוואלט אוועקנעמען פון כלל ישראל דעם חכמת התורה, להשכיחם תורתיך, און דורך דעם צונעמען פון כלל ישראל די האפענונג צו די גאולה שלימה, אורו של משיח וועלכע איז נגנז בתורה,
האבן זיי געמאכט א גזירה, און געהייסן כלל ישראל כתבו לכם על קרן השור אין לכם חלק באלוקי ישראל, דאס הייסט זיי זאלן כופר זיין במלכות בית דוד וואס איז נמשח געווארן מיט א קרן השור, און כפירה במלכות בית דוד איז דאך א כפירה באלוקי ישראל,
אזוי האבן זיי געוואלט צוענעמן פון כלל ישראל די אמונה און ביאת המשיח.

די חשמונאים האבן דאך געשטאמט פון פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן וואס איז געווען א אייניקל פון יוסף הצדיק, ווי רש"י זאגט אין פ' פנחס, כתיב ואלעזר בן אהרן לקח לו מבנות פוטיאל לו לאשה, מאי לאו דאתי מיתרו שפיטם עגלים לעבודת כוכבים, לא מיוסף שפיטפט ביצרו,
האבן זיי געהאט א ניצוץ פון משיח בן יוסף,
ווען זיי זענען בייגעקומען די יוונים, האט זיי דער אייבירשטער מזמן געווען א פ"ך שמן, פ"ך איז דאך מרמז אויף משיח בן יוסף, (און שמן איז מרמז אויף חכמת התורה, ווי די גמרא זאגט אמר רבי יוחנן מתוך שרגילין בשמן זית חכמה מצויה בהן) צו ווייזן אז זיי זאלן נעמען די מלוכה לשעה בבחינת משיח בן יוסף.

אבער זיי האבן נישט געטארט האלטן די מלוכה פאר זיך, פ"ך איז בגימטריא ימל"ך - נאר לשעה, אזויווי די ציל פון משיח בן יוסף צו פאראייניגן כלל ישראל, און דורך דעם ברענגען די מלוכה פאר משיח בן דוד,
איז דערנאך געשעהן די נס מיט א נר, פ"ך מיט נ"ר צוזאמען זענען בגימטריא קר"ן, מרמז אויף משיח בן דוד, בגימטריא ימל"ך לעל"ם וע"ד,
איז דורך דעם נס קודם מיטן פ"ך דערנאך מיט די הוספה פון נ"ר, נתעורר געווארן די אור פון די גאולה מיט משיח בן יוסף און משיח בן דוד.

זאגט דער הייליגער בני יששכר א רמז אין פסוק וְכֹהֲנֶיהָ אַלְבִּישׁ יֶשַׁע וַחֲסִידֶיהָ רַנֵּן יְרַנֵּנוּ שָׁם אַצְמִיחַ קֶרֶן לְדָוִד עָרַכְתִּי נֵר לִמְשִׁיחִי,
טייטשט ער אזוי, וְכֹהֲנֶיהָ אַלְבִּישׁ יֶשַׁע - און די כהנים (די חשמונאים) האבן זיך אנגעטון מיט די מלוכה לשעה (בבחינת משיח בן יוסף), וַחֲסִידֶיהָ רַנֵּן יְרַנֵּנוּ - און די יודן האבן קובע געווען דעם יו"ט חנוכה בשיר ורננים, שָׁם אַצְמִיחַ קֶרֶן לְדָוִד - דארט איז ארויסגעוואקסן דעם קר"ן לדוד, עָרַכְתִּי נֵר לִמְשִׁיחִי - דורך דעם נס מיט'ן נ"ר וואס בהוספת נ"ר אויף פ"ך איז געווארן קר"ן, איז די צמיחת קר"ן לדוד איז דורך דעם נ"ר למשיחי.

זאלן מיר שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה דורך די תרין משיחין מתוך רחמים וחסדים במהרה בימינו אמן!
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה - ע"י ר' @כאניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

שטומפיג האט געשריבן:@כאניש, פליז זיי ממשיך דא.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה - ע"י ר' @כאניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

קענדי'ס האט געשריבן:דא פאסקענט מען ווי בית שמאי?
ביי אונז האט מען אנגענומען ווי בית הלל אז מוסף והולך
מען לייגט צי נישט מען נעמט אראפ
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה - ע"י ר' @כאניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אוסף אמרים האט געשריבן:כאנישל כ'באלעק מיר מיט דיינע לעכטיגע תורות, ברענגסט מיר אריין און די חנוכה שטימונג, זיי ביטע ממשיך מיט די הייליגע שמועסען.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה - ע"י ר' @כאניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:האמער היינט אזוי געזעהן אין הייליגן בני יששכר

שטייט אין פסוק אין תהילים הֲנֹטַע אֹזֶן הֲלֹא יִשְׁמָע אִם יֹצֵר עַיִן הֲלֹא יַבִּיט קוקט אויס ווי דער פסוק רומט אויס דעם כח פון אייבירשטן מיטן אנווייזן אז דער אייבירשטער איז דער וואס האט באשאפן אויערן מיט אויגן, וצרוך ביאור,
אויך שטייט אין פסוק אין דניאל הַטֵּה אֱלֹהַי אָזְנְךָ וּשֲׁמָע פְּקַח עֵינֶיךָ וּרְאֵה ווי ס'איז משמע אז דער נביא הענגט כביכול אן די קבלת התפילות אין די אויגן און אין די אויערן, ווי פארשטענדליך איז דאס נאר לסבר את האוזן, אבער פארט דארף מען פארשטיין וואס איז די ענין?

איז דער בני יששכר מסבר לויט ווי די חוקרים האבן פעסטגעשטעלט אז די חוש הריאה ארבייט אז דער אויגן שיקט א שטראל צו דעם אביעקט און אזוי זעהט דער אויג, משא"כ די חוש השמיעה ארבייט אז דער קול גייט אריין אין די אויער,
דאס איז מרמז אויף די צוויי וועגן וויאזוי דער אייבירשטער העלפט כלל ישראל, איינס איז דורך א אתערותא דלעילא אן קיין אתערותא דלתתא - ווי די חוש הריאה, און איינס דורך א אתערותא דלתתא - ווי די חוש השמיעה.

אין געווענטליכע פעלער קומט די ישיעה דורך די מצוות און מעשים טובים פון כלל ישראל דאס איז דער אתערותא דלתתא, און דערנאך קומט דער ישיעה פון אויבן דער אתערותא דלעילא,
אזוי ווי מ'האט טאקע געזעהן ביי יצאת מצרים האט אויסגעפעלט די קרבן פסח, אויך ביי מרדכי ואסתר מיט די תענתים און תשובות פון כלל ישראל,
חוץ ביי בריאת העולם ווען ס'נאך נישט געווען קיין כלל ישראל, איז געווען קודם א אתערותא דלעילא, ישראל עלו במחשבה, אז דער אייבירשטער האט כביכול גענומען במחשבה אז שפעטער וועלן די יודן מקבל זיין די תורה,
אויך ביי די נס חנוכה, וואס כלל ישראל האט נישט געקענט מתפלל זיין און תשובה טון כדבעי, האבנדיג אויף זיך דעם יוני'שן יאך, האט דער אייבירשטער אויך געברענגט די ישיעה מיט א אתערותא דלעילא נעמענדיג אין באטראכט אז נאך דעם נס וועלן די יודן קובע זיין להודות ולהלל,
אזוי ווי מ'זאגט ביי די הודאה ואתה ברחמיך הרבים עמדת להם און דער אייבירשטער מיט זיין רחמנות האט זיך כביכול געשטעלט ווי א טוען, און גע'טענה'ט אז בעת צרתם די סיבה פארוואס מיר קענען נישט תשובה טון איז ווייל מיר האבן דעם יאך פון די יונים, במילא דארף מען אויפברענגען די זכותים פון נאך די ישיעה,
דאס הייסט א אתערותא דלעילא פאר דעם אתערותא דלתתא, אזוי ווי ביי בריאת העולם,
(נאך דעם נס פון טרעפן דעם קריגל איז געווען דער אתערותא דלתתא ווען די חשמונאים האבן אנגעצינדן דעם מנורה, און דורך דעם איז שוין געקומען די נס אז ס'זאל ברענען 8 טאג),
פארדעם שטייט טאקע אין די נוסח ההודאה "ואחר כך באו בניך וכו' ופינו וכו' וטיהרו" וכו' ווייל דער ואחר כך איז געווען דער סיבה צו דעם נס, משא"כ ביי אנדערע נסים איז דאס געווען פון פארדעם.

יעצט זאגט דער בני יששכר א ענליכע געדאנק צו וואס ער זאגט ביי פסח,
סיי אין דרך פיקודך און סיי אין בני יששכר אויף פסח שרייבט ער דאס ענין פון מקריב זיין א טלה און עס עסן ליל ט"ו בניסן בחצות הלילה, אז דער מזל פון די מצריים איז טלה, און חודש ניסן האט דער מזל טלה זיין שליטה, איז בליל ט"ו און די ערשטע האלב נאכט ווען דער לבנה איז אין זיין שטערקסטן מצב, דווקא דאן האט דער אייבירשטער געהייסן שחט'ן און אויפעסן דעם טלה לשם השם, און געברנגט א מפלה אויף די מצריים און זייער אפגאט דער מזל טלה, צו ווייזן אז אין כה' אלוקינו.

די זעלבע זאל זאגט דער בני יששכר דא, דער בני יששכר ברענגט נאך פון מדרש רבה 'והארץ היתה תוהו' זו גלות בבל 'ובוהו' זו גלות מדי 'וחושך' זו גלות יון שהחשיכה עיניהם של ישראל 'על פני תהום' זו גלות ממלכת הרשעה,
קומט אויס אז יון איז חושך, יענע יאר איז כ"ה כסלו אויסגעקומען דער לענגסטער נאכט פון יאר, ווען דער חושך איז בתוקפו, און דווקא אין יענעם נאכט האט דער יון געכאפט מפלה, און ס'האט אויפגעשיינט דער גרויסער אור.

לויט דעם פארשטייט מען פארוואס דווקא 'לשנה אחרת קבעם' ווייל די חכמים האבן געקלערט אז מ'זאל קובע זיין דעם יו"ט חנוכה אלעמאל די לענגסטע נאכט פון יאר, דאס הייסט עס זאל גיין לויט די זון יאר, כדי צו מורה זיין אויף די תוקף הנס,
אבער לשנה אחרת ביום כ"ה כסלו האבן זיי געזעהן אז דער אור הגנוז שיינט נאכאמאל, האבן זיי פארשטאנען אז מ'דארף יא קובע זיין לויט די יודישע יאר.

אבער למעשה איז טאקע א וואונדער, פארוואס זאל מען טאקע נישט קובע זיין דעם יו"ט לויט די זון, דעם לענגסטן נאכט פון יאר, וואס האט דען דער נס מיט'ן חודש כסלו א שייכות?
נאר לויט ווי דער בני יששכר האט שוין אראפגעשטעלט אז דער נס איז געווען קודם דורך אתערותא דלעילא און הירשט נאכדעם איז געקומען דער אתערותא דלתתא, וועט מען פארשטיין לויט ווי דער בני יששכר ברענגט נאך אויף א צווייט פלאץ
'ראשי חדשים לעמך נתת. על פי מה שכתב מרן האר"י ז"ל שנקראים כל החדשים בשם 'ראשים', שהם בזמן נגד איברי הראש, גולגלתא, אוזן ימין, אוזן שמאל, עין ימין, עין שמאל, חוטם, הם ששה חדשי החורף בבחינת דכורא, וכן בששה חדשי הקיץ בבחינת נוקבא'
קומט אויס אז חודש כסלו איז קעגן דעם עין - חוש הריאה, וואס ווי שוין געשריבן איז דאס קעגן נסים מיט א אתערותא דלעילא אן א אתערותא דלתתא, און טבת איז קעגן דעם אוזן - חוש השמיעה, וואס איז קעגן נסים מיט א אתערותא דלתתא,
במילא איז חנוכה דווקא אין די צוויי חדשים, צו ווייזן אויף די שטארקע חסד וואס השי"ת האט געטון מיט אונז און מעורר געווען דעם אתערותא דלעילא נאך פאר דעם אתערותא דלתתא.

טייטשט דער בני יששכר אזוי, הֲנֹטַע אֹזֶן הֲלֹא יִשְׁמָע סיי ווען כלל ישראל איז אין א מצב אז ס'דא א אתערותא דלתתא, אִם יֹצֵר עַיִן הֲלֹא יַבִּיט סיי ווען כלל ישראל איז אין א מצב אז מ'מוז צוקומען קודם צו א אתערותא דלעילא, הֲיֹסֵר גּוֹיִם הֲלֹא יוֹכִיחַ דאס אז דער אייבירשטער האט מייסר געוואן און געברענגט א מפלה פאר די יוונים, און מ'האט קובע געווען דעם יו"ט אלעמאל אויף חודש כסלו טבת, וואס ווייזט אויף די שטארקע חסד, דאס איז מוכיח אז דער אייבירשטער נעמט זיך אן פאר יודן אפי' ווען זיי האבן נישט קיין זכותים צו די האנט, און ער ברענגט אויף די זכותים פון נאך די ישיעה.

מיט דעם איז דער בני יששכר אויך מסבר דעם 'וקבעו שמונת ימים אלו להודות ולהלל לשמך הגדול', שמך הגדול מיינט דער שם ה'ו'י'ה' וואס ווייזט אויף חסד - גדולה, די חילוק פון חסד און רחמים איז חסד איז אפי' אומגעבעטן, רחמים איז ווען איינער בעט מ'האט רחמנות אויף איהם,
וועגן דעם האט אליעזר עבד אברהם געמאכט א סימן אויב רבקה וועט געבן צוטרונקען פאר די קעמלען - א זאך וואס ער האט נישט געבעטן - וועט ער וויסן אז זי איז א בעלת חסד,
עכ"פ טייטשט ער וקבעו שמונת ימים אלו דווקא די 8 טעג, און נישט די טעג מיט די לענגסטע נעכט, פארוואס כדי להודות ולהלל לשמך הגדול צו דאנקען און לויבן דיין נאמען וואס איז מורה אויף חסד, אז דו האסט אונז געהאלפן אפי' אן א אתערותא דלתתא, אן דעם וואס מיר זאלן בעטן, נאר דער אתערותא דלעילא האט שוין אויפגעברענגט די זכותים פון די תפילות או הודאות פון כלל ישראל פון נאך דעם נס.
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה - ע"י ר' @כאניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

זייער שיין כאניש

יישר כח
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה ע"י כאניש - אראפגעלייגט מיט א געשמאק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2494936#p2494936
האמער פארגעסן צו אויספירן וויאזוי ס'ווערט פארענטפערט דער פסוק אין דניאל הַטֵּה אֱלֹהַי אָזְנְךָ וּשֲׁמָע פְּקַח עֵינֶיךָ וּרְאֵה וואס דער בני יששכר האט געשריבן דעם תמיה וואס קיבל תפילות איז נמשל צו די אויגן און די אויערן,
אבער יעצט זטימט שוין גוט, אמאל הערט דער אייבירשטער אויס די תפילות ווייל מיר האבן זכותים, בבחינת אוזן, מיט א אתערותא דלתתא, און אמאל ווען מיר האבן חלילה נישט קיין זכותים איז דער אייבירשטער מעורר דעם אתערותא דלעילא בבחונת עין.

ייש"כ אלעקסיי דער דריטער פארן מעורר זיין.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה ע"י כאניש - אראפגעלייגט מיט א געשמאק!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:שוין אט אט חנוכה - גוגל דרייוו

תשו"ח לידידינו הר"ר @כאניש פארן פארלערנען די שיעורים אויף אזא קלארע אופן

ותשו"ח לידידינו הר"ר @איינס פארן אויסשטעלן די קונטרס'ל אויף אזא שעהנעם אופן
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה ע"י כאניש - צוגעלייגט: אלע שיעורים אויף PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:טשולדיקט פארן זיך אפזוימען, זיך נישט געקענט געהעריג מצמצם זיין צו שרייבן,
ובכן, עמער גיין, נאך וואס אונזער דרייווער סטראשעט מיט'ן רעזיגנירן פון זיין אמט אלס מגי"ש, און ארויפשטעלן דעם פרישן שטיקל בני יששכר, דאס מאל אין מאמר 'שרי ביששכר'.

ווי שוין נאגעברענגט פון בני יששכר, זענען די חכמים וועלכע האבן קובע געווען דעם יום טוב חנוכה בהלל ובהודאה געווען מבני יששכר (פון שבט יששכר), און אויף זיי איז געזאגט געווארן די פסוק וּמִבְּנֵי יִשָּׂשכָר יוֹדְעֵי בִינָה לָעִתִּים, זיי זענען די 'בני בינה ימי שמונה קבעו שיר ורננים', (און אויף דעם הייסט דער ספר 'בני יששכר'), אין דעם מאמר שרי ביששכר טוט דער הייליגער בני יששכר צוען שטריכן פון דעם שבט יששכר צו דעם הייליגן יו"ט.

קודם איז דאך פשוט, יששכר איז דער עמוד התורה ווי ס'שטייט שְׂמַח זְבוּלֻן בְּצֵאתֶךָ וְיִשָּׂשכָר בְּאֹהָלֶיךָ, חנוכה איז דאך געווען דער נס אז די יוונים האבן געוואלט להשכיחם תורתיך און מגביר זיין זייער חכמת חיצוניות חכמת הפיליזאפיע איבער די חכמת התורה, אבער דער הייליגער באשעפער האט געברענגט א ישיעה אז די יודן האבן מנצח געווען, און די חכמת התורה האט גובר געווען, קומט אויס אז חנוכה איז א זמן פון התגברות חכמת התורה, און יששכר איז דער עמוד התורה.

דער בני יששכר גייט נאך אריין טיעפער, די תורה הק' פארציילט די סיפור אז רחל האט אוועקגעגעבן איר שאנס פאר לאה אין אויסטויש פון די דודאים און דאן איז לאה נתעבר געווארן מיט יששכר, שטייט אין פסוק וַיֵּלֶךְ רְאוּבֵן בִּימֵי קְצִיר חִטִּים וַיִּמְצָא דוּדָאִים בַּשָּׂדֶה וַיָּבֵא אֹתָם אֶל לֵאָה אִמּוֹ זאגט דער תרגום יונתן וְאָזַל רְאוּבֵן בְּיוֹמֵי סִיוָן, זאגט דער בני יששכר אז בִּימֵי קְצִיר חִטִּים מיינט דער יום טוב שבועות, ווי ס'שטייט אין פסוק וְחַג שָׁבֻעֹת תַּעֲשֶׂה לְךָ בִּכּוּרֵי קְצִיר חִטִּים, אזוי שטייט אויך אין אלשיך הק' אז דאס איז געווען דעם ערשטן טאג שבועות, קומט אויס אז יששכר איז באשאפן געווארן אין שבועות דער טאג פון קבלת התורה.

די גמ' און מס' ראש השנה זאגט אז די אמהות רחל לאה בלהה און זילפה האבן געבוירן צו 7 חדשים למקטעות, דאס הייסט אביסל מער פון 6 חדשים,
קומט אויס אז יששכר וועלכע איז באשאפן געווארן אין ו' סיון, איז געבוירן אין חודש כסלו, און דער בני יששכר זאגט (לכאורה מדעת עצמו) אז דאס איז געווען כ"ה כסלו, דער ערשטער נאכט חנוכה,
זאגט דער בני יששכר אז יששכר - דער עמוד התורה, וועלכע איז באשאפן געווארן ביום קבלת התורה, און דורך איהם קומט אראפ דער הארת חכמת התורה בכל עת ועידן, איז אראפגעקומען אויף דער וועלט אין חנוכה, און דאס האט געברענגט די ישיעה אז ווען ס'געווען א גזירה להשכיחם תורתיך, אז דער אור התורה זאל פריש אראפקומען און אריינשיינען אין כלל ישראל.

דער הייליגער בני יששכר זאגט דא אויך א שעהנע רמז פון לידת יששכר צו די נס חנוכה.
שטייט אין פסוק ביי לידת יששכר וַיִּשְׁמַע אֱלֹהִים אֶל לֵאָה וַתַּהַר וַתֵּלֶד לְיַעֲקֹב בֵּן חֲמִישִׁי שטעלט זיך דער בני ישככר, וואס איז פשט אין וַיִּשְׁמַע אֱלֹהִים אֶל לֵאָה? דעם מ'זעהט נישט אין ערגעץ אז לאה האט מתפלל געווען פאר נאך א קינד.

ס'דא א באקאנטע גמ' אין מס' ברכות מיום שברא הקב"ה את עולמו לא היה אדם שהודה להקב"ה עד שבאתה לאה והודתו שנאמר הַפַּעַם אוֹדֶה אֶת־יְ'ה'וָ֔'ה,
איז דער בני יששכר מסביר דאס ענין פון לאה'ס הודאה, הודאה איז שייך ווען מ'באקומט א תוספות טובה מער ווי ס'קומט זיך מצד הדין,
די אמהות האבן געוויסט אז יעקב וועט האבן 12 שבטים, קומט אויס - 3 שבטים צוטיילט צווישן 4 ווייבער - 3 שבטים פון יעדע ווייב, יעצט ווען יהודה איז געבוירן געווארן צו לאה, איז דאס שוין געווען דער 4טער שבט, איז דאס שוין געווען א יתרון טובה מער פון וואס עס איז איר געקומען, במילא האט זי געגעבן א הודאה און געזאגט הַפַּעַם אוֹדֶה אֶת־יְ'ה'וָ֔'ה.

זאגט דער הייליגער בני יששכר, די זעלבע זאך זעהט מען ביי חנוכה, ווי שוין נאכגעברענגט, חנוכה איז דער איינציגסטער יו"ט וואס איז נקבע געווארן להודות ולהלל, אנדערשט ווי אלע ימים טובים וואס איז נאר בהלל,
זאגט ער אז אלע ימים טובים איז נישט געווען א יתרון טובה מער ווי ס'קומט זיך, יצאת מצרים איז געווען א הבטחה פאר אברהם אבינו, די נס פון פורים (וואס קריאתה זו הוא הילולה) איז אויך געווען א סכנה פון להשמיד ולהרוג, במילא איז דאס געווען מצד הדין, האט מען נישט קובע געווען קיין הודאה,
אבער חנוכה איז געוון א יתרון טובה, ווען דער אייבירשטער האט מגלה געווען פאר כלל ישראל דער אור הגנוז הנגנז בתורה, וועלכע איז בעצם נגנז געווארן אויף ביז די ענדע פון אלע 4 גליות ווען עס וועט נתגלה ווערן אורו של משיח במיליאו, אבער היות כלל ישראל איז געווען אין א מצב פון הפסקת הנבואה, און די יוונים האבן געוואלט מגבר זיין זייער חכמת חיצוניות איבער די חכמת התורה און מגבר זיין דעם חשך איבער דעם אור, האט דער אייבירשטער ברוב רחמיו וחסדיו שוין מגלה געווען א חלק פון דעם אור, אור החכמה, חכמת התורה דאן ווען מ'האט נאך באמת נאר געהאלטן ביי די ענדע פון די 3טע גלות גלות יון, און דער אור קומט אראפ יעדעס יאר כדי מיר זאלן זיך קענען האלטן און דערלייכטן אין דעם לאנגן טינקעלן גלות,
במילא איז חנוכה נקבע געווארן בהלל ובהודאה אויף די יתרון הטוב.

זאגט דער בני יששכר, דאס איז פשט אין דעם וַיִּשְׁמַע אֱלֹהִים אֶל לֵאָה, דער אייבירשטער האט צוגעהערט צו איר הודאה אויף די יתרון הטוב ווען יהודה איז געבוירן, או דאס האט מעורר געווען ס'זאל געבוירן ווערן יששכר דער עמוד התורה - וועלכע איז באשאפן געווארן ביום קבלת התורה - אין די נאכט פון חנוכה, און דאס וועט משפיע זיין דער יתרון הטוב פאר כלל ישראל אז דער אור הגנוז פון חכמת התורה זאל נתגלה ווערן אפי' ס'נאך נישט דער צייט פאר דעם אור צו נתגלה ווערן במיליאו.

(און דאס קען מען גאר גוט פארשטיין נאך וואס מיר האבן שוין נאכגעברענגט אז דער יו"ט חנוכה איז אין חודש כסלו און טבת וועלכע זענען קעגן די אויערן און די אויגן, צו ווייזן אז דער אייבירשטער האט געברענגט דעם נס אפי' אן א אתערותא דלתתא, און האט אויסגעבארגט די זכות פון די הודאה וואס כלל ישראל וועט אפגעבן נאך די ישיעה,
שרייבט דארט דער בני יששכר אז דאס קומט וויבאלד השי"ת ווייסט אז דאס איז די טבע פון כלל ישראל, אז נאך א ישיעה מאכן זיי א יו"ט און זיי לויבן השי"ת, במילא ניצט שוין דער זכות אפי' נאך פאר דעם,
לויט דעם קען מען טייטשן וַיִּשְׁמַע אֱלֹהִים אֶל לֵאָה, שמועה ווייזט דאך אויף א אתערותא דלתתא, דאס אז זי האט געגעבן א הודאה אויף די יתרון הטוב איז האט געוויזן אז כלל ישראל בטבעם טוט אפגעבן א הודאה ווען זיי באקומען א יתרון טובה פון השי"ת, און דאס האט געברענגט דעם נס חנוכה דורך שבט יששכר.

און די הודאה איז דווקא געקומען ביי לידת יהודה, ווי שוין נאכגעברענגט אז די נס פון די פך מיט די נר איז געווען דער צמיחת קרן לדוד עבדיך פון שבט יהודה.)
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה - ע"י ר' @כאניש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

זאג א גוטס האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:דער הייליגער בני יששכר ברענגט נאך פון ר' פנחס'ל קארעצער, אז די ל"ו נרות זענען קעגן די ל"ו שעות וואס די אור הגנוז האט משמש געווען ביי בריאת העולם,
דאס איז אויך מרומז אין די 36 מאל וואס ס'ווערט דערמאנט די ווארט 'אור' און 'מאורות' אין פרשת בראשית,
ר' פנחס'ל לייגט נאך צו, אז דער אור הגנוז אידאך נגנז געווארן אין די תורה, איז טאקע קעגן דעם דא 36 מסכת אין ש"ס,
(און ער שרייבט טאקע מ'זאל יעדן טאג פון חנוכה לערנען עפעס פון די מס' וואס איז קעגן די לעכט פון יענע נאכט, די ערשטע נאכט ברכות, די צווייטע נאכט שבת און ערובין, אאוו).

דער הייליגער זוהר ברענגט, ר' יחזקי' פרעגט, וואס וועט זיין מיט די גופים, וואס זייערע נשמות זענען מגולגל געווארן אין אראפגעקומען נאכאמאל מיט א נייע גוף, בשעת תחיית המתים?
מיט וועלכע נשמות וועלן זיי אויפלעבן?

אמר ר' יוסי, אז די גופים וועלכע האבן נישט מצליח געווען צו משלים זיין די תיקון פון זייערע נשמות וועלן נישט אויפשטיין לתחי', און די נשמות וועלן נאר אריינגיין אין דעם גוף וואס האט משלים געווען זייער תיקון.

קומט אבער ר' יצחק און זאגט, דער הייליגער באשעפער וועט אנגרייטן פאר אלע גופים, אפי' די וועלכע האבן נישט משלים געווען דעם תיקון פון זייערע נשמות, א נייע נשמה פון דעם אור הגנוז, און אויב וועלן זיי זוכה זיין וועלן זיי מיט דעם נייעם נשמה אויפשטיין תחיית המתים.

פרעגט דער הייליגער בני יששכר, מיט וואס וועלן די גופים זוכה זיין צו אויפשטיין מיט דעם נייעם נשמה? מ'רעדט דאך פון אזעלכע גופים וועלכע האבן נישט משלים געווען זייער נשמה, נו וואס הייסט 'אויב זיי וועלן זוכה זיין?

זאגט דער הייליגער בני יששכר, אויב דער גוף האט בחייו מקיים געווען די מצווה פון נר חנוכה, וועלכע ברענגט אראפ א אור פון דעם אור הגנוז, וועט ער זוכה זיין צו א נייע נשמה פון דעם אור,
און אפי' אויב ער האט נישט מצליח געווען צו משלים זיין דעם תיקון פון זיין נשמה, וועט ער עכ"ז יא אויפשטיין לתחי'!

(מיט דעם קען מען לכאורה געבן א טעם פאר די סעודה וואס מ'מאכט חנוכה,
באמת ווייסן מיר דאך אז חנוכה איז א יו"ט פאר די נשמה, די יוונים האבן נאר געוואלט 'להשכיחם תורתיך', אבער די גופים האבן זיי נישט געטשעפעט, און די נס איז אויך נאר א רוחניות'דיגער, (משא"כ פורים איז פארקערט).

אבער מיט דעם קען מען פארשטיין, די נשמה וועט דאך זיכער אויפשטיין לתחי', די שאלה איז נאר אויב דער גוף וועט משלים זיין די נשמה און אויך אויפשטיין, אדער וועט די נשמה נאך דארפן מגולגל ווערן, און נאר די נייע גוף וועט אויפשטיין,
אבער חנוכה, ווען מ'צינדט אן דעם אור הגנוז, וואס דער בני יששכר שרייבט אז מיט דעם באקומט דער גוף אויך א גאראנטי אז ער וועט אויפשטיין לתחי', אידאך א יו"ט פאר'ן גוף,
פארדעם מאכט מען א סעודה חנוכה...)

דער הייליגער בני יששכר שרייבט אין די מאמרי חודש חשון אז חנוכה איז בגימ' גוף.
איז מיר בייגעפאלן דעם שב"ק אז דאס קען זיין א רמז אז די נר חנוכה טוט בעניפיטירן דעם גוף, אז אפי' ער האט נישט מצליח געווען צו ברענגען דעם נשמה צום שלימות, וועט ער נישט פארפאלן ווערן נאר אויך אויפשטיין לתחי' במהרה בימינו!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שיעורי בני יששכר לחנוכה ע"י כאניש - צוגעלייגט: אלע שיעורים אויף PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ארויף לכבוד חנוכה
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”