דריידל - היסטאריע

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: דריידל - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך האב קיין פראבלעם מיט דעם, פעלט נישט קיין רמזים וואס נאך בימי חז״ל האבן זיי געמאכט רמזים וואס במקור איז זיכער נישט געווען דאס די כונה.
איז וואס, גייט אידישקייט אונטער? גייט די מנהג אונטער?
ביותר אז דא ע״כ איז די דריידל שפיל געווען פארן נגה״ש, מ׳האט דאך געשפילט דריידל פארן נס, סאו אפילו אויב ס׳קומט טאקע במקור פון די חשמונאים איז זיכער אז אויפן דריידל איז געשטאנען נגה״ש פאר דעם און זיי האבן נאר צוגעלייגט דעם רמז פון נס גדול היה שם (אדער איז געשטאנען אנדערע אותיות באותו מכוון און די חשמונאים האבן געטושט און די דייטשן האבן גענומען צו זייערע אותיות דעם מכוון)

נאכאלטץ איז דא א וועג ווי אזוי משרייבט דאס אראפ, שרייבן בלשון המשתמע וואס שפעט אפ האט קיין פלאץ ובעיקר דעם שטיטמענט שכתב פלוני
אפילו די גוים בימים ההם האבן משיג געווען דעם ענין פון נ ג ה ש,

פון וועם פונקטליך מאכסטו חויזעק דא? פון חתם סופר? פון בני יששכר? אדער נאר פון די היינטיגע מחברים?
לאכן און אפשפעטן מכל היקר והקדוש קומט פון א שוואכקייט נישט פון א שטארקייט. נראה אז זיין גאנצע אידישקייט איז געשטאנען אויף נגה״ש און איינמאל סאיז נאר דייטשע אויתיות איז נעבעך אלעס צאמגעפאלן.
אונזער תורה יהדות און מנהגים איז געבויעט אויף סאך שטערקערע יסודות ווי א דריידל מיט זיינע אויתיות.
ווען איך זעה אזא תגובה ליין איך צווישן די שורות ״מצאתי מקום צו שפעטן און מזאל מיר נישט קענען אפפרעגן״...

די חלק פון נישט אראפ שרייבן איז נישט צו א גרויסע קשיא.
ווען האט מען ממציא געווען אז מדארף זיך פארשטעלן פורים? דאס קומט אפשר פון האלאווין?
ווער האט ממציא געווען חנוכה געלט? דאס קומט פון קראצמעך?
שוין איינמאל געשריבן אז א בויך סברא אויב סשטומט זייער שיין, איז דאס כלל נישט קיין ראיה סזאל זיין אמת.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: דריידל - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

חוזק מאכן פון א טעם (וואס איז נישט מקובל מצדיקים) מיינט כלל נישט חוזק מאכן פון א מנהג
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: דריידל - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דעם ענין פון נגה״ש איז נישט מקובל פון צדיקים?

אפילו די ציונים האבן געוואוסט צו זאגן פון דעם רמז און געטוישט צו נגה״פ...

לבד, וואס אפלו אויף דיין סטעיטמענט קען מען דן זיין, וואס איז די ענין צו חויזעק מאכן?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דריידל - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איינס האט געשריבן:די חלק פון נישט אראפ שרייבן איז נישט צו א גרויסע קשיא.

ס'איז יא. בעסער געזאגט נישט קיין קשיא, נאר כמעט א הוכחה אז מ'האט נישט געוואוסט דערפון.

ס'ווענדט זיך פארשטייט זיך פון וועלכער תקופה. די גאונים האבן אפשר נישט אראפגעשריבן יעדן מנהג און טעם, אבער די ראשונים יא, און אוודאי די אחרונים.

חוזק מאכן איז אוודאי נישט אידישליך. איך מיין דו מישסט דא אויך צוויי זאכן: נגה"ש איז שוין אלט הונדערטער יארן, מ'רעדט פונעם טעם אז די חשמונאים האבן געשפילט אין וואלד.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: דריידל - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אכן איך האב מיר באצויגן בעיקר על מי שכתב אז ״די גוים האבן שוין משיג געווען דעם ענין פון נגה״ש...״
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: דריידל - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

(אגב האב איך אמאל געזעהן אז אזוי ווי נגה"ש איז גי' משיח, איז נגה"פ גי' צמח)
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: דריידל - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שוין ביי טורנהיים מעשה האב איך אנגעהויבן שרייבן,
די פראבלעם איז ווען מהאט נישט ארויס די ענין ווי אזוי ארבעט גימטריואת און בכלל די חלק הרמז שבתורה.
גימטריה איז נישט קיין הוכחה נאר לאחר המעשה ווען מיר ווייסן די מציאות הדברים מאכט מען א גימטריה לפי הענין.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: דריידל - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

ופשוט הוא, איך האב עס נאר געשריבן במאמר המוסגר
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דריידל - היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איינס האט געשריבן:שוין ביי טורנהיים מעשה האב איך אנגעהויבן שרייבן,
די פראבלעם איז ווען מהאט נישט ארויס די ענין ווי אזוי ארבעט גימטריואת און בכלל די חלק הרמז שבתורה.
גימטריה איז נישט קיין הוכחה נאר לאחר המעשה ווען מיר ווייסן די מציאות הדברים מאכט מען א גימטריה לפי הענין.

אמת. איך האב געהערט פון אבי מורי שליט"א בענין זה, אויף רש"י אין פרשת בהעלותך "על אודות האשה הכושית אשר לקח", איז דא דריי רש"י'ס:

האשה הכושית. מגיד שהכל מודים ביפיה כשם שהכל מודים בשחרותו של כושי:

האשה הכושית. על שם נויה נקראת כושית, כאדם הקורא את בנו נאה, כושי, כדי שלא תשלוט בו עין רעה:

כושית. בגימטריא יפת מראה:

לכאורה, אז "כושית" איז בגימטריא "יפת מראה", וואס דארף מען נאך די ערשטע צוויי טעמים? זאל רש"י גראד זאגן אז כושית איז בגימטריא יפת מראה און פארטיג?

נאר א גימטריא אן קיין טעם איז גארנישט ווערד. אז מ'האט א פשט, יעצט קען מען אנהייבן מיט גימטריאות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אז די קינדער האבן געשפילט דריידל ווען די יוונים זענען געקומען?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:אז די קינדער האבן געשפילט דריידל ווען די יוונים זענען געקומען?

המחנך ר לייבל וויינשטאק ז"ל.
יא איך ווייס אז עס שטייט אויך אין אן אמעריקאנער ספר'ל אוצר כל מנהגי ישורון אבער דאס הייסט נישט קיין מקור.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ישרן האט געשריבן:

און קלויזענבורג'ער רב זי"ע (שו"ת דברי יציב או"ח סי' רפ"ג) האט עס גענומען פון אים? אביסל שווער מסתבר (אבער א זייער אלטער מקור זעט טאקע נישט אויס אז עס האט):
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=248
msedge_oojVbsYShK.png
msedge_oojVbsYShK.png (121.28 KiB) געזען 860 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

קנאפער ידען האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:אז די קינדער האבן געשפילט דריידל ווען די יוונים זענען געקומען?

המחנך ר לייבל וויינשטאק ז"ל.
יא איך ווייס אז עס שטייט אויך אין אן אמעריקאנער ספר'ל אוצר כל מנהגי ישורון אבער דאס הייסט נישט קיין מקור.

און קלויזענבורג'ער רב זי"ע (שו"ת דברי יציב או"ח סי' רפ"ג) האט עס גענומען פון אים? אביסל שווער מסתבר (אבער א זייער אלטער מקור זעט טאקע נישט אויס אז עס האט):
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=248
msedge_oojVbsYShK.png

עס איז משמע אז דער דברי יציב זאגט דאס אלס זיין אייגענע חידוש.
דהיינו ער האט קיינמאל נישט געהערט דעם טעם.
אבער לכאורה איז עס נתפרסם געווארן אין כלל ישראל דורך ר לייבל וויינשטאק.
פון וועלכע יאר איז די תשובה?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ישרן האט געשריבן:עס איז משמע אז דער דברי יציב זאגט דאס אלס זיין אייגענע חידוש.
דהיינו ער האט קיינמאל נישט געהערט דעם טעם.
אבער לכאורה איז עס נתפרסם געווארן אין כלל ישראל דורך ר לייבל וויינשטאק.
פון וועלכע יאר איז די תשובה?

דער תשובה איז פון תשמ"ב.

איך כאפ נישט וואס איז דיר מכריח אז עס איז באקאנט געווארן דורך ר' לייבל (סתם ווייל ער נאנט צו אונז און אונז קעמיר נאך זיינע אלבומס) בעת וואס דער "אוצר כל מנהגי ישורון" ספר (געדרוקט תר"צ) ברענגט עס שוין בשם אנדערע (סאו עס איז שוין כנראה דאן געווארן עפעס א פארשפרייטע זאך.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

תמכתי יתדותי על הרב שמואל פוקס וואס האט אמאל מברר געווען דאס ענין.
געדרוקט איז עס אין ערגעץ נישט נאר אין דעם אוצר כל מנהגי ישורון.
ער זאגט אז ער האט גערעדט צו עטליכע עלטערע אידן און זיי האבן געזאגט אז עס איז די ערשטע מאל וואס זיי הערן דעם טעם...
מי לנו גדול מהרבי מקלויזענבורג וואס זאגט דאס אלס אייגענע חידוש (ווייל ער האט נישט געהערט די טעיפס...)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ישרן האט געשריבן:תמכתי יתדותי על הרב שמואל פוקס וואס האט אמאל מברר געווען דאס ענין.
געדרוקט איז עס אין ערגעץ נישט נאר אין דעם אוצר כל מנהגי ישורון.
ער זאגט אז ער האט גערעדט צו עטליכע עלטערע אידן און זיי האבן געזאגט אז עס איז די ערשטע מאל וואס זיי הערן דעם טעם...
מי לנו גדול מהרבי מקלויזענבורג וואס זאגט דאס אלס אייגענע חידוש (ווייל ער האט נישט געהערט די טעיפס...)

איך זאג נישט אז עס האט א פריערדיגע מקור. אבער שמואל פוקס כבודו במקומו מונח זוכט דאך עס אוועקצומאכן שטומט עס מער מיט זיין אגענדע (נישט אין א שלעכטע וועג) צו זאגן אז עס איז דייקא איינער וואס אונז האמיר געקענט אנשטאט אז עס איז געווארן פארשפרייט שוין פארן קריג.

אבער אז דו האסט א ספר פון תר"צ וואס שרייבט דערוועגן אז ער האט עס שוין געהערט פון אנדערע, סאונדט עס ווי עפעס שוין פארשפרייט געווען פריער ווי 40 יאר צוריק.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך זע אז ער ברענגט דאס נאר בשם הרב המחבר וכו'... (איינער ווייסט מער, ווער דאס איז?) נישט אז עס שטייט אין זייערע ספרים.
אבער דאס איז זיכער אז א מדרש איז עס נישט. און אז עס דער בני יששכר האט נישט געוואוסט דערפון.
אטעטשמענטס
דריידל.png
דריידל.png (166.09 KiB) געזען 905 מאל
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

ווי אויך איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די פשוט'ע פשט פון די אותיות איז וואס פעלט אויס פאר'ן שפיל.
עס איז דא אלטע דריידלעך וואס די גוים פלעגן שפילן וואס עס שטייט די אותיות בגופן שלהם.
די אלע טייטשן פון די ספרים ווי נס גדול היה שם איז נאר על דרך רמז.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ישרן האט געשריבן:ווי אויך איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די פשוט'ע פשט פון די אותיות איז וואס פעלט אויס פאר'ן שפיל.
עס איז דא אלטע דריידלעך וואס די גוים פלעגן שפילן וואס עס שטייט די אותיות בגופן שלהם.
די אלע טייטשן פון די ספרים ווי נס גדול היה שם איז נאר על דרך רמז.

אינטערעסאנט צו הערן דאס. איז דא בילדער דערפון?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

הרה"ג עזריאל זעליג קארעלענשטיין כיהן כרב בקולנא (Kolno) וכמגיד בעיר לומזה (Lomza).
בעמח"ס עבודת עבד און תפארת צבי
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:ווי אויך איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די פשוט'ע פשט פון די אותיות איז וואס פעלט אויס פאר'ן שפיל.
עס איז דא אלטע דריידלעך וואס די גוים פלעגן שפילן וואס עס שטייט די אותיות בגופן שלהם.
די אלע טייטשן פון די ספרים ווי נס גדול היה שם איז נאר על דרך רמז.

אינטערעסאנט צו הערן דאס. איז דא בילדער דערפון?
אטעטשמענטס
c999ee1efdedefed215ef9130cff3fd3_large.jpg
c999ee1efdedefed215ef9130cff3fd3_large.jpg (10.71 KiB) געזען 876 מאל
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ישרן האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:ווי אויך איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די פשוט'ע פשט פון די אותיות איז וואס פעלט אויס פאר'ן שפיל.
עס איז דא אלטע דריידלעך וואס די גוים פלעגן שפילן וואס עס שטייט די אותיות בגופן שלהם.
די אלע טייטשן פון די ספרים ווי נס גדול היה שם איז נאר על דרך רמז.

אינטערעסאנט צו הערן דאס. איז דא בילדער דערפון?

האסט אן אנונג ווי אזוי גייט זייער שפיל? און וואס האט די בוכשטאבן מיט נגהש?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

ענליך צו אונזער שפיל. דער P איז פאר put דער T איז פאר Take וכו'
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

און נגהש איז כפשוטו נעם גאנץ האלב שטעל
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פון וויקי:
In its earliest form the body was square (in some cases via a stick through a regular six-sided die), marked on the four sides by the letters A (Lat. aufer, take) indicating that the player takes one from the pool, D (Lat. depone, put down) when a fine has to be paid, N (Lat. nihil, nothing), and T (Lat. totum, all), when the whole pool is to be taken

Joseph Strutt, who was born in 1749, mentions the teetotum as used in games when he was a boy:
When I was a boy, the tee-totum had only four sides, each of them marked with a letter; a T for take all; an H for half, that is of the stake; an N for nothing; and a P for put down, that is, a stake equal to that you put down at first. Toys of this kind are now made with many sides and letters.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”