עס גייט מיר אי"ה אויסקומען צו זיין ביי ברית סעודה אין די קומענדיגע טעג, סתם אזוי גלייך איך נישט מיך פליישיג צו מאכען אינמיטן טאג, ווייל איך גלייך צו טרינקן קאווען אימיטן טאג. איז געווענליך עס איך נאר ביי בירת סעודה זעכן וואס זענען נישט פליישיג. אבער אזויווי די יעצטיגע ברית וועט נאך אי"ה זיין אין די ניין טעג, וואס מען טאר נישט סתם אזוי עסן פלייש, האב איך געראכט אז קען זיין אז איך זאל יעצט יא עסן, ווייל מיט דעם וויל איך ארויסווייזן א חביבות צו די פלייש, איי פארוואס עס איך עס נישט סתם אזוי אין די ניין טעג? ווייל מען טאר נישט. אזויווי ביי חזיר שטייט אז מען זאל זאגן אז מען האט ליב חזיר, נאר מען עסט עס נישט ווייל די תורה לאזט נישט
בכלל האב איך אמאל געהערט אז ביי געוויסע צדיקים פלעגט מען מאכן יעדען טאג פון די ניין טעג א סיום מסכת, אז דער צדיק זאל קענען עסן פלייש. איז דאס געווען ווייל די חסידים האבן געוואלט אז דער צדיק זאל קענען האבן א געהעריגע נאכטמאל, אדער האבן די צדיקים געהאט אנדערע כוונות דערביי?
קרעמער
וואס רעדסטו? חסידים האבן עפעס ממעט געווען פון די אבילות פון חורבן ביהמ"ק? ח"ו, ישתקע הדבר ולא ייאמר! דער טעם פארוואס ביי חסידים האט מען אויסגעחשבונט א סיום אויף די ניין טעג, ווערט געברענגט פון רבי'ן פון לובלין, ווייל איינע פון די טעמים פון חורבן בית המקדש איז דאך 'על אשר עוזבם את תורתי', דעריבער, אלס תיקון אויס, מאכט מען א סיום. אויך שטייט א טעם, ווייל דער ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חינם, דעריבער מאכט מען א סיום במקהלות עם, ווי מ'איז מרבה באחוה ושלום. אבער צו זאגן אז ביי חסידים האט מען מקיל געווען אין עצם אבילות?
עס איז אינטערסאנט צו באצייכענען, אז די אשכנזים און די ליטוואקן, פארשטייט זיך, זענען געווען דערקעגן. ר' יינקאלע דערציילט עפעס א מעשה מיטן בעלזער רב (כ'מיין מהרי"ד), אז איינמאל ביי א סעודת סיום אין דער ניין טעג איז עפעס נישט געווען צו באקומען קיין פיש, האט זיך דער בעלזער רב אויסגעדריקט, זעט אויס אז די פיש זענען ליטוואקעס... זיי ווילן נישט זייער תיקון פון א פליישיגע סעודה אין די ניין טעג... (עפעס אזוי. אויב כאפט מען מיך ביי א טעות אין די מעשה, זאל מען מיך נישט באשולדיגן).
לוי
דיין שאלה דארפסטו פרעגן א דיין, ווייל דער רמ"א אין הל' תשעה באב ערווענט די סעודת מצוה פון א ברית, עיי"ש.
אגב, דיין צושטעל צו אי אפשר בבשר חזיר איז נישט ממש דומה. ווייל לויטן חילוק הרמב"ם, בשמונה פרקים, קומט אויס, אז א זאך וואס איז משכל אסור; ווי למשל, גזל, רציחה, וכו', זאגט מען נישט דעם 'אי אפשי', נאר ביי א חוקה; ווי אכילת חזיר וכו'. נו, אויב אזוי, מיר אידן, וואס מיר קלאגן אויפן חורבן, פארשטייען מיר דאך 'משכל' אז בשר זאל זיין אסור בימים הללו. ודו"ק.
וועגן א סיום אין די ניין טעג. דער מנהג איז נישט דוקא א סיום 'פאר' די צדיקים, ס'איז א מנהג ביי חסידים בכלל, אפי' אן די רבי'ס. (כ'מיין אז דער מונקאטשער רב, רעדט יא עפעס וועגן די צדיקים זעלבסט, כ'דענק שוין נישט).
אין העברעאישן וויקי (אז מען דארף דעם גנב - נעמט מען אים פון די תליה אראפ):
ישנו פתגם הידוע (בשם אחד מאדמו"רי ממונקאטש), המפרש את דברי חז"ל: "משנכנס אב ממעטין בשמחה" - ש'ממעטין' העניינים הבלתי-רצויים דתשעת-הימים 'בשמחה', על-ידי ההוספה בשמחה, באופן המותר על-פי שולחן ערוך, כמובן.
אט איז זיין לשון, ירא הקהל וישפוט: זהו מכונת חכמינו ז"ל כי משנכנס אב ממעטין בשמחה, ומפרש במה ממעטין כדי שלא נסבור ח"ו (כי מצוה לקיים דברי חז"ל) להיות בעצבות גמור ומרה שחורה ר"ל, ובאמת לא זו הדרך מתלמידי רבינו הבעש"ט ז"ל והבאים אחריהם (ושצריך להיות גם אז באמת בלב נשבר ובכיות על הגלות וחורבן בית המקדש, אבל לא נעצב לגמרי כמתייאש ח"ו מן הגאולה, וכנודע בספרים הקדושים), והשמחה הוא חיוב מן התורה, וכתיב תחת אשר לא עבדת ה' אלוקיך בשמחה וגו', על כן בודאי אסור להיות נעצב לגמרי בתכליתו, על כן נקט רק באיזה דברים ממעטין בשמחה משנכנס אב, כדי למעט שבשאר דברים יתחזק בשמחה ובטחון בלבבו הנאמן לה' ומצפה לישועת הגאולה כו'.
קרעמער, כ'גלויב אז דו וויצלסט זיך מיט מיר.
זאג מיר נישט אז דו זעסט נישט דעם חילוק צווישן די צוויי פשטים. אדרבה, לערן איבער דעם שטיקל און זאג מיר צו ס'שטייט דארט:
"משנכנס אב ממעטין בשמחה" - ש'ממעטין' העניינים הבלתי-רצויים דתשעת-הימים 'בשמחה', על-ידי ההוספה בשמחה, באופן המותר על-פי שולחן ערוך, כמובן.
ויחי ההבדל!
אמתדיג גערעדט:
קיין איינער איז נישט מחולק מיט דעם, אז חסידים זענען אפי' אין די ניין טעג מקיים דעם צהלתו בפניו (און אפי' פון דעם שניידט מען אויך שטיקער, כידוע מהיש"מ), דער עיקר איז מ'זאל נישט זיין ח"ו בעצבות, און אויף דעם באציט זיך דער מונקאטשער רב. אבער פון דארט ביז צו זאגן אז מ'איז ממעט אבילות ע"י הוספה בשמחה, אדער צו זאגן אז ביי חסידים איז געווען אן ענין 'ממעט' צו זיין דאס אבילות אויף אלע תחבולות???
אדרבה, אז דו האלסט אנדערש וועט מיר זיין א פרייד צו הערן דיין מהלך דערין.
איך האב מיך אנגעשטויסן נעכטן אין א ט"ז אין סי' תק"ס, הל' תשעה באב, איך ווייס נישט וואו מ'רעדט פון הל' תשעה באב-בין המצרים.
ער שרייבט, "שבהרבה סעודות נוהגים לשורר קדיש דהיינו יתגדל, וזה ודאי חטא גדול, שלא התירו לשורר אלא זכרון חסדי ה' וכ"ש שיש עון גדול במה שלוקחים על הסעודה ליצן אחד ועושה שחוק בפסוקים או בתיבות קדושות וע"ז אמרו עשאוני בניך ככנור"
דיני בין המצרים
א. ימי בין המצרים: די איין און צוואנציג טעג פון שבעה עשרה בתמוז ביז תשעה באב ווערן גערופן די בין המצרים. דעם נאמען געפונען מיר שוין אין מדרש איכה אויפן פסוק (איכה פ"א ג') "כל רודפיה השיגוה בין המצרים", דער מדרש טייטשט בין המצרים פארווייטאגטע טעג, און דאס גייט ארויף אויף די דריי וואכן וואס אין די טעג דרייען זיך ארום דער רוח רע קטב מרירי, און אין די צייטן האבן די רשעים דערגרייכט די אידן.
ב. אין די טעג טרויערט מען ווייל אין די טעג זענען איעדן טאג די צרות ערגער געווארן, און די ליידן זענען שטערקער געווארן. דער ירושלמי (תענית פ"ד ה"ה) ברענגט א רמז אויף די איין און צוואנציג טעג פון די נבואה פון ירמי' הנביא, זאגט דארט דער פסוק אז דער אייבירשטער האט איהם געזאגט וואס זעהסטו דארטן, האט ירמי' הנביא גענטפערט (ירמי' פ"א י"א) "מקל שקד אני רואה" איך זעה א מאנדל שטעקן, האט איהם דער אייבירשטער געזאגט איך אייל מיך כביכול צו ברענגען די שלעטכס, אויף דעם זאגט דער ירושלמי אז דער שטעקן פון שקדים נעמט 21 טעג פון עס הייבט אן צו שפראצן ביז עס ענדיגן זיך זיינע פירות, און דאס איז געווען דער רמז, אז פון ווען די צרות וועלן זיך אנהייבן ביזן חורבן, וועט נעמען איין און צוואנציג טעג. (וכ"ה באיכה רבה פתיחתא כ"ג, וראה פרישה סי' תקנ"א סק"ו)
ג. אין שולחן ערוך איז געברענגט אז עס זענען דא פרושים וואס פירן זיך צו פאסטען אין די דריי וואכן (תקנ"א סט"ז). אויך ווערט געברענגט אז עס זענען דא וואס פירן זיך נישט צו עסן קיין פלייש און טרינקען קיין וויין אין די דריי וואכן. (שם ס"ט)
ד. פאלגענד זענען די הלכות וואס גייען אן אין די בין המצרים, אלץ אבילות אויפן חורבן.
התחלת דיני בין המצרים
א. עס זענען דא וואס האלטן אז די דינים פון בין המצרים הייבן זיך ערשט אן פון שבעה עשר בתמוז בייטאג (ראה פס"ת ס"ז). אבער למעשה נעמען די אחרונים אן אז פון שבעה עשר בתמוז ביינאכט גייען שוין אן די דינים פון בין המצרים. (שו"ת שבט הלוי מובא בקו"ה)
ב. עס איז גלייך שוין צו האלטן די דיני אבילות פון בין השמשות פון שבעה עשר בתמוז. די וואס נעמען אן די זמן פון רבינו תם איז גענוג אז זיי האלטן די דינים פון בין המצרים פון די בין השמשות פון זמן ר"ת. אבער ווען עס איז נויטיג קין מען מקיל זיין ביזן זמן פון צאת הכוכבים. (קו"ה)
שמחות
א. מען מאכט נישט חתונה אין די בין המצרים. (תקנ"א רמ"א ס"ב)
ב. מען מעג זיך משדך זיין אין דריי וואכן און אויך אין די ניין און טעג (שו"ע שם ס"ב). און אויך א תנאים מען מען שרייבן אין די צייטן (משנ"ב שם סקט"ז). אין די דריי וואכן מען מען אויך מאכן אז סעודת אירוסין [ווארט] (משנ"ב שם סקי"ט).
ג. בענין צו מאכן א סעודת תנאים אין די דריי וואכן, זענען דא אחרונים וואס זענען מתיר. אבער אנדערע אחרונים אסר'ן (ראה בקו"ה להרי"ד הארפענעס שליט"א). סתם געבן מזונות און בראנפען ביים שרייבן תנאים הייסט נישט קיין סעודה, און דאס מען מען זיכער געבן אפילו אין די ניין טעג. (משנ"ב שם סקט"ז)
נגינה
א. מען טאר נישט מאכן קיין זינגערייען און טענץ אין דריי וואכן, און אפילו ביי א סעודת אירוסין זאל מען נישט מאכן קיין ריקודין ומחולות (משנ"ב סקט"ז). עס ווערט געברענגט אז מען טאר אויך נישט זיצן און קוקן ווי אנדערע מאכן ריקודין ומחולות. (קו"ה הנ"ל)
ב. אין דעם כלל גייט אריין אז מען טאר נישט זינגען מיט קיין מוזיקאלישע אינסטרומענטן. און אויך טאר מען נישט הערן קיין זינגען טעיפס אפילו ווען עס איז נישטא דערויף קיין מוזיק. (פסקי תשובות תקנ"א י"ג)
ג. זינגען מיט די מויל מעג מען ביז די ניין טעג. עס זענען דא וואס האלטן אז אויך אין די דריי וואכן זאל מען נישט זינגען מיטן מויל, און עס איז גלייך מחמיר צו זיין. (קו"ה הנ"ל שם)
ד. עס ווערט געברענגט אז צו זינגען מיטן מויל בשעת'ן דאווענען אדער לערנען כדי מעורר צו זיין מעג מען יא, ווי אויך מעג מען זינגען שירי דביקות, ווען מען זינגט דאס כדי זיל אריינצוברענגען א התעוררות, אדער מיט קליינע קינדער אין חדר. (פסק"ת שם)
ה. ווען מען מאכט א סעודת מצוה אין די דריי וואכן, וו א שבע ברכות, ברית מילה, פדיון הבן, בר מצוה אד"ג, מעג מען זינגען מיט די מויל. און אויב מען מעג טאנצען און זינגען מיטן מוזיק איז א מחלוקת אין די אחרונים. און למעשה זאל מען נישט נישט שפילן מיט קין כלי שיר, און לגבי טאנצן קען מען אפשר מקיל זיין. (קו"ה הנ"ל בח' התשובות)
ו. שבת זינגט מען געהעריג אזויווי אגאנץ יאר. (שם)
שהחיינו
א. אין שולחן ערוך שטייט אז מען זאל נישט זאגן קיין שהחיינו אין די דריי וואכן אויף א פרי אדער א מלבוש (שם סי"ז). ווייל דאס זענען טעג פון פורעניות דערפאר פאסט זיך נישט צו זאגן א ברכה אז שהחיינו לזמן הזה. (משנ"ב שם סקצ"ח)
ב. אויף א מצוה, צב"ש ווען מען מאכט א פדיון הבן מאכט מען א שהחיינו, און מען זאל נישט פארזוימען די מצוה אויף נאך די דריי וואכן דאן צו מאכן א שהחיינו. און די זעלבע איז אויך ווען מ'האט א נייע פרי וואס מען וועט נישט האבן נאך די דריי וואכן, און מען קען דאס נישט האלטן ביז נאך די דריי וואכן [אדער ביז שבת, משנ"ב סקק"א], זאל מען יא מאכן א שהחיינו, כדי נישט צו פארלירן די ברכה. (רמ"א שם)
ג. היינט פירט מען זיך אז מען באנייעט נישט קיין בגדים אין די בין המצרים, אפילו מען מאכט נישט אויף זיי קיין שהחיינו. וויבאלד דאס עצם זאך פון באנייען א חשוב'ען בגד ברענגט א שמחה. עס ווערט געברענגט אז נישט קיין חשוב'ער מלבושים ווי אונטערוועש זאקן וכדו', מעג מען יא באנייען אין די דריי וואכן. (קו"ה)
ד. אבער קויפן א נייע מלבוש אויף צו באנייען נאך די דריי וואכן, ווערט געברענגט אז מען מעג. (קו"ה)
ה. טייל פוסקים האלטן אז אין די שבתים פון די דריי וואכן מעג מען יא מאכן א שהחיינו (משנ"ב סקצ"ח). און עס זענען דא וואס זענען אויך מקיל אז אין ראש חדש אב מעג מען מאכן א שהחיינו [נישט אויף קיין בגד, ווייל קיין בגד טאר מען נישט באנייען אין די ניין טעג] (שעה"צ סקצ"ט). אבער פונעם אר"י הקדוש ווערט געברענגט אז אויך אין שבת איז אסור צו מאכן א שהחיינו. (באה"ט שם סקל"ח)
ו. נייע בגדים שטייט אין טייל פוסקים אז מען טאר זיי אפילו אין שבת נישט באנייען. (א"ר שם סקי"ז)
ז. עס זענען דא וואס פירן זיך אז זיי ציען זיך נישט אריין צו א נייע דירה אין די בין המצרים, אבער למעשה קען מען מקיל זיין אין א פאל וואס מען מאכט נישט קיין שהחיינו יא זיך אריבערצוציען אין א נייע דירה (קו"ה). עס זענען דא וואס האלטן אבער אז מען זאל יא מחמיר זיין אז מען זאל איין קיין פאל נישט אריין גיין וואוינען אין א נייע דירה. (שם בשם החזו"א)
ח. עס שטייט אין אחרונים אז לכתחלה זאל מען נישט אנהייבן צו קאלעכען (פעינטען אדער לייגן וואל פעיפער) די הויז אין די בין המצרים, סיידן אויב די קאלעך איז צוגרונד גיין פון וואסער אד"ג. (א"ר מובא בפ"ת ס"ח)
ט. מען מעג קויפן א הויז און מאכן געשעפטן ווי געווענליך אין די דריי וואכן, און דאס וואס עס שטייט ביי די ניין טעג אז מ'זאל נישט אנהייבן קיין געשעפטן וכדו' ווייל עס איז א שלעכטע מזל, איז בלויז געזאגט געווארן אויף די ניין טעג, און גייט נישט אן אין די בין המצרים. (שם)
תספורת
א. מען טאר זיך נישט אפשערן די האר אין די דריי וואכן. (רמ"א שם ס"ד)
ב. די האר פון די שנאלצען וואס שטערן דאס עסן, מעג מען יא אפשערן. (שו"ע י"ג ומשנ"ב סק"פ)
ג. אויב איז מען ל"ע אן אבל און די שלשים ענדיגן זיך אינמיטן די בין המצרים פאר ראש חדש אב, מעג מען זיך דעמאלטס אפשערן [וויבאלד מ'האט זיך ביז דעמאלטס נישט געטארט אפשערן]. ((משנ"ב שם סקפ"ז)
ד. ווען א קינד ווערט דריי יאר אין די בין המצרים, זענען דא וואס האלטן אז מען קען איהם אפשערן און מאכן פאות דעמאלטס. אבער אין אנדערע פלעצער שטייט אז מ'זאל נישט אפשערן אין די דריי וואכן, נאר מען זאל איהם אפשערן אדער פריער אדער נאך דעם. [וכן מובא בס' משכנות יעקב בשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע]. און אזוי פירט מען זיך על פי רוב (פסק"ת סקמ"ד). אפילו די וואס שערן יא אפ אין די דריי וואכן זאלן נישט מאכן קיין גאר גרויסע שמחה דערביי. (קו"ה)
ה. עס איז דא א שמועס אין די אחרונים אויב א טאטע וואס מאכט א ברית מעג זיך אפשערן אין דריי וואכן לכבוד דעם ברית. טייל אחרונים זענען מתיר זיך אפצושערן אפילו אין די ניין טעג (תשו' חת"ס או"ח קנ"ח מובא בשה"צ סק"ד). אנדערע אסר'ן זיך אפצושערן אין די ניין טעג (באה"ט שם סק"ג). עס זענען דא וואס אסר'ן זיך אפצושערן אפילו אין די דריי וואכן. שד"ח מובא בפס"ת ס"ו)
ו. פאר אנדערע שמחות ווי פאר פדיון הבן שערט מען זיך נישט אפ אין די דריי וואכן. (חת"ס שם בתשו')
טיול
א. מען מעג גיין אויף פארברענגען (טריפ'ס) אין די דריי וואכן. עס זענען דא וואס ברענגען אז מען זאל זיך צוריקהאלטן דערפון. מען זאל אבער נישט נעמען קיין קינדער אויף פלעצער וואס מ'האט דערפון א שטארקע שמחה [ווי א צירקוס אד"ג]. (קו"ה)
ב. מען זאל זיין געווארנט אז אין די בין המצרים זאל מען נישט גיין אליינס אינמיטן טאג, ווייל דאן איז שולט דער שד קטב מרירי און עס איז א סכנה (שו"ע שם סי"ח). די צייט אין טאג ווען דער שד איז שולט איז פון 10:00 אינדערפריהא ביז 3 מיטאג (משנ"ב שם סקק"ב). אנדערע האלטן אז דאס איז פון 9 אינדערפריהא ביז 3 מיטאג (באה"ט שם סק"מ בשם המדרש נשא). און עס זענען דא וואס האלטן אז דאס איז פון 10 ביז 2. (באה"ט שם מאיכה רבתי)
ג. עס זענען דא וואס האלטן אז אין א שטאט ווי עס דרייען זיך מענטשן איז נישט געזאגט געווארן דער דעמאנטער דין אז מען זאל נישט גיין אליינס. אבער פון אנדערע פלעצער איז משמע אז אויך אין א שטאט איז געזאגט געווארן דער דין. (קו"ה)
ד. עס ווערט אויך געברענגט אין די אחרונים אז אין די בין המצרים אינמיטן טאג, זאל מען זיין געווארנט נישט גיין צווישן דעם זוהן און שאטען. (משנ"ב סקק"ב)
ה. אויך שטייט אז אין די טעג זאלן די מלמדים נישט שלאגן די תלמידים אינמיטן טאג (שו"ע שם סי"ח). לויט טייל אחרונים איז דער דין געזאגט געווארן אויף אגאנצן טאג, נישט דוקא אין מיטאג. (משנ"ב סקק"ג)
חשש סכנה
א. אין די טעג פון בין המצרים, צווישן די פערטע שעה און ניינטע שעה פון טאג, איז שולט א מזיק וואס הייסט קטב מרירי. און דערפאר דארף מען זיין געווארנט נישט צו גיין איינער אליינס אין גאס, אין די צייט. (שו"ע סי"ז)
ב. די שעות זענען פון עלף צופריהא, ביז צווייע נאכמיטאג, לויט די זומערדיגע זייגער. און און לויט טייל אחרונים איז עס, פון צענע צופריהא ביז דרייע נאכמיטאג. ( באר היטב )
ג. עס זענען דא אחרונים וואס ברענגען, אז אין א שטאט, מעג מען יא גיין אליינס וויבאלד מענטשען געפונען זיך דארט (ערוה"ש סל"ט). אבער אין אנדער פלעצער איז משמע אז אפילו אין א שטאט טאר מען נישט אליינס גיין. (קובץ הלכות לריד"ה שליט"א, ועי' שם שמסופק אי שרי להנהיג קאר יחידי).
ד. אויך ווערט געברענגט אז א מלמד זאל נישט שלאגן זיינע תלמידים שטארק אין די צייט. (עס זענען דא אחרונים וואס האלטן אז די הלכה איז געזאגט געווארן אויף אגאנצן טאג, נישט דוקא אין די אויבענדערמאנטע שעות).
מנהגי בין המצרים
א. אין שולחן ערוך (סעי' ט') איז געברענגט, אז עס זענען דא וואס פירן זיך אז זיי עסן נישט קיין פלייש, און טרינקען נישט קיין וויין, אין די בין המצרים.
ב. אויך שטייט אין שולחן ערוך (סעי' ט"ז) אז עס זענען דא וואס פאסטען אין די טעג פון די בין המצרים.
ג. דער טור ברענגט א טעם אויף די וואס פירן זיך צו פאסטן בין המצרים, אז דאס איז ווייל מיר געפונען אז דניאל האט געפאסט איין און צוואנציג יאר נאכן חורבן, אויפן חורבן. דערפאר פירט מען זיך פאסטען די איין און צוואנציג טעג פון בין המצרים, קעגן די איין און צוואנציג יאהר.
ד. אין כתבי האר"י ז"ל שטייט אז מען זאל טרויערן אין די טעג פון נאך חצות. און מען זאל וויינען בערך א האלבע שעה (מובא באר היטב סק"מ). און טייל אויבערלענדישע קהלות פירט מען זיך נאך היינט, אז מען זעצט זיך צו דער ערד בייטאג נאך חצות, און מען זאגט די סדר פונעם תיקון חצות.
תעניתים בזמן הזה.
א. אין פסוק (זכרי' ח' י"ט) שטייט. "כה אמר ה' צבקות צום הרביעי וצום החמישי וצום השביעי וצום העשירי יהיה לבית יבודה לששון ולשמחה", דאס טייטשט אז די פיר תעניתים, י"ז בתמוז, צום גדלי' עשרה בטבת, און תענית אסתר וועט נאך זיין פאר די אידן פאר א פרייד.
ב. די גמרא (ר"ה י"ח ע"ב) איז דארט מסביר, אז אין די צייטן ווען עס איז דא גזירת שמד ביי אידן, דאן איז מען מחוייב צו פאסטן. אבער אין די צייטן ווען ווען עס הערשט פרידן ביי אידן, ד"ה אז די גויים געוועלטיגן נישט אויף אידן, (און לויט טייל ראשונים מיינט דאס אז דער בית המקדש שטייט). דאן זענען די טעג פרייליכע טעג.
ג. און די גמרא פירט אויס אז אין די היינטיגע צייטן (ד"ה בימי המשנה), וואס עס איז נישטא קיין גזירת שמד ביי אידן, אבער עס הערשט אויך נישט קיין פרידן ביי אידן ווייל מיר זענען אונטערגעווארפן אונטער די גוים. איז דער דין אז אויב וויל דער רוב ציבור דאן פאסט מען, און אויב וויל מען נישט פאסט מען נישט.
ד. אבער די ראשונים נעמען אן אז היינטיגע צייטן, האט מען געוואלט, און מען האט איינגעפירט צו פאסטען. און דערפאר טאר מען נישט פורץ גדר זיין. און יעדער איז מחוייב צו פאסטען, מדברי קבלה, און לויט די תקנת הנביאים. (רמב"ן ספר תורת אדם)
ה. אויך לייגען זיי צו, אז אין אונזערע דורות וואס עס הערשט ליידער צרות און שמד ביי אידן, איז מען זיכער מחוייב צו פאסטען. (שם)
ו. און אזוי איז למעשה אנגענומען להלכה, אז איעדער איז היינט מחוייב צו פאסטען. און מען טאר נישט פורץ גדר זיין (שו"ע סי' תק"נ סעי' א'). וויבאלד אידן דער כלל ישראל האט געוואלט, און מקבל געווען שוין פון אססאך דורת צו פאסטען, איז מען שוין מחוייב צו פאסטען און מען טאר נישט פורץ גדר זיין. (משנ"ב שם סק"א)
דעם שבת האב איך געזען אין נטעי גבריאל אויף הל' בין המצרים אז געוויסע צדיקים האבן געמאכט יעדן טאג פון די 9 טעג א סיום אויף א מסכתא, טראצדעם וואס זיי האבן נישט געגעסן קיין פלייש ביי די סעודה, ונימוקם עמם אז מען דארף אריינברענגן היתר'דיגע שמחה אין די 9 טעג, ופקודי ה' ישרים משמחי לב.
קרעמער, ס'איז דאך געברענקט דער טעם, ווייל מען וויל אפשוואכען דער כח פונעם ס"ם וואס ער האט מער א כח און די טעג. זיין נאמען איז די ראשי תיבות פון סיום מסכתא אין לעשות איבער דעם מאכט מען יא א סיום און דוקא און די טעג
בדרך אגב, ס'איז ידוע אז אמאל האט מען ביים הייליגן דברי חיים זי"ע געמאכט א סיום מסכת אין די ניין טעג, און נאכן סיום האט ער זיך אנגערופן: ווען די שונאי ישראל וואלטן געשפירט א טעם וואס מיר שפירן די ניין טעג אין פלייש, וואלטן זיי זיך קיין ערגערס נישט געזוכט...